יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון

יסודות פון אמונה 1 כוזרי

הודעהדורך ווארט זאגער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 8:02 pm

בס"ד
איך וועל זיך מתנדב זיין אנצופאנגען א אשכול אין די נושא פון אמונה דער עולם ווערט געבעטען צוצוהעלפן אבער כדרכה של תורה אפצולערנען די סוגיא ריכטיג צו פארשטיין. די תכלית פון די אשכול איז נישט טענה'ריי לכאן ולכאן נאר צו ארויס האבען די יסודות האמונה וואס די ראשונים האבן אראפגעשטעלט.
אין די ראשונים האב איך נישט געטראפען מ'זאל זיך ספראווענען בכלל מיט פאלנע אפיקורסים וואס זענען מכחיש אין מציאות הבורא. דאס מיינט אז כנראה איז נאך נישט געווען אזא מציאות אין יענע צייט! די גאנצע וואס זיי ברענגען איז אריסטו וואס האט אוודאי געגלייבט אין מציאות ה' ווייל ס'איז דאך פשוט אז ס'מוז זיין א בורא צו די בריאה ווי ווייטער ערקלערט, נאר וואס דען? אים האט געשטערט א קשי' אז וויאזוי קען מען זאגען אז דער אייבערשטער וואס איז בלי גבול האט א שייכות צו די בריאה וואס איז א מוגבל. און וועגן די קשיא האט ער געקענט באשטיין אנצונעמען דוחקי דוחקים אז עולם קדמון (וואס היינט אין סייענס איז עס שוין לאנג אפגעפרעגט) אבי צו פארענטפערן די קשיא.
קודם וועל איך אראפברענגען די יסודות האמונה. און נאר נאכדעם וועל איך ברענגען וויאזוי וואס די ראשונים שרייבען וועגן די קשיא פון אריסטו.
עס איז דא צוויי מהלכים אין די ראשונים וויאזוי צוצוגיין צו די נושא. דער מהלך פונם כוזרי, און דער מהלך פון חובת הלבבות והרמב"ם ועוד. דער מהלך פון כוזרי איז בעצם דער יודישער מהלך וואס איז געבויעט אויף די פסוקי התורה, און אויך איז עס פשוט פארשטענדליך פאר יעדעם איינעם אן קיין טיפע חקירה, נאר פשוט מצד היסטאריע. דער אנדערער מהלך איז געבויעט אויף שכל הישר אז ס'מוז זיין אז יש מנהיג לבירה והעולם מחודש. לאמיר אנפאנגען פון די מהלך פונם כוזרי ווייל ס'איז מער פשוט.
דער מהלך פון כוזרי איז אז וויבאלד עס איז קלאר אז דער אייבערשטער האט זיך באוויזען פאר כלל ישראל און געגעבן די תורה אויב אזוי איז קלאר אז ס'איז דא א מנהיג לבירה און וויבאלד דער אייבערשטער האט געזאגט אז ער האט באשאפען די וועלט אויב אזוי איז דאך קלאר אז העולם מחודש. און נישט קיין חילוק וועלכע קשיא מ'גייט האבען אז וויאזוי קען זיין אז דער אייבערשטער זאל האבען רצונות וואס ער וויל פונקטליך און אויך וויאזוי קען ער רעדן צו א מענטש אויב ער איז בלי גבול אבער ס'איז א מציאות אונז האבען עס געזעהן. איז איינמאל מ'האט הוכחות אז די תורה איז געגעבן געווארען פאר אונז אויפן בארג סיני איז קלאר פאר אונז די יסודות האמונה. און דאס איז בעצם די פשוטע צוגאנג פון אמונה וואס איז געבויעט די פסוקי התורה ווי משה רבינו זאגט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל 'אתם ראיתם כי מן השמיים דיברתי עמכם' (שמות כ, יט). 'אתם ראיתם את כל אשר עשה ד' לעיניכם' (דברים טז, ט). 'אתם ניצבים היום כולכם' 'ה' אלוקינו כרת עימנו ברית בחורב, לא את אבותינו כרת ה' את הברית הזאת כי איתנו אנחנו אלה פה היום כולנו חיים, 'פנים בפנים דיבר ה' עימכם בהר מתוך האש'. אז וועגן דעם האט דער אייבערשטער געמאכט די אלע ניסים וגלויים נאר כדי עס זאל זיין קלאר פאר כלל ישראל אז דער אייבערשטער האט אונז ארויס געצויגען פון מצרים אונז געמאכט פאר זיין עם סגולה וגוי קדוש און געגעבן פאר אונז די תורה.
דער כוזרי שרייבט אויף אריסטו (געבויעט אויפן רמב"ם) אז בעצם איז סאך גרינגער צו ברענגען ראיות אויף חידוש העולם ווי אויף קדמות העולם, נאר וויבאלד אריסטו האט נישט געהאט קיין אמונה'דיגע בעגראונד, ווייל עס איז נישט געווען קיין חכמים אין יון פאר די צייטן פון די פילוסופים. ווייל בעצם איז נישט געגעבען געווארען די חכמה פאר די בני יפת נאר פאר די בני שם, נאר נאך כיבוש פרס ומדי האבען זיי געטראפען דארט די חכמים און די ספרי חכמה און זיי האבען זיך אנגעפאנגען אויסצולערנען די דברי חכמה. איז וועגען דעם האט ער אנגעפאנגען אלעס פון אנפאנג וואס זיין קאפ זאגט אים! און זיין קאפ האט פארשטאנען אז ענדערש זאל שטימען די חוקי הבורא כביכול, דהיינו אז וויבאלד דער אייבערשטער איז בלי גבול קען ער נישט האבען קיין שייכות צו די בריאה, און וועגען דעם וועט מען זיך דוחק זיין און אנעמען קדמות, ווי איידער גיין פארקערט אז ווען מ'קוקט אויף די בריאה מוז מען זאגען אז ס'דא א בורא, איי דער בורא איז בלי גבול, אבער מיר פארשטייען נישט חוקות הבורא כמאמר החכם 'אילו ידעתיו הייתיו', און מיר וועלן דארט זיך דוחק זיין און זאגען אז נברא פארשטייט נישט צו בורא, אבער צו בריאה פארשטייט מען יא און מצד בריאה מוז מען זאגען אז יש בורא לבריאה.
דאס איז דער רמב"ם וואס איז געווען א גרויסע חסיד פון אריסטו, אבער די אנדערע ראשונים זענען זייער שארף אויף אריסטו און רופען אים אן רשע! ווייל ווי איז דאס געהערט געווארען? קומסט דיך אן און פאנגסט אן צו זאגען סברות אפשר גייסטו מאכען ריסערטש! הער וואס חכמים פאר דיר האבען געהאט צו זאגען! פארוואס האט ער נישט געהערט וואס שמעון הצדיק האט צו זאגען?
לאמיר זיך פארשטעלן אז ס'קומט אן היינט א וויסענשפטלער און ער זאגט אז ער וויל וויסען דעם אמת וואס איז פאר געגאנגען אין די געטאס און אין די לאגערן, פון איין זייט זאגען די יודען אז מ'האט געהרגעט מיליאנען יודען, אבער פון דער אנדערער זייט זאגט אכמעדינידזשאד אז ס'איז שטותים! ממילא גייט ער קודם אריין טראכטען מסברה קען עס זיין אז א פארגעשריטענע פאלק זאל זיך אזוי אויף פירען אינם 19'טן יאר הונדערט אדער נישט, און נאכדעם וועט ער גיין מאכען פארשונגען אויב די היינטיגע אוישוויץ איז אמת אזוי געווען ביי די מלחמה אדער ס'איז געבויעט געווארען נאך די מלחמה אלס טוריסטען אטראקציע וכו'. יעצט אזא מענטש איז לכו"ע אדער א שוטה אדער האט ער נגיעות צו לייקענען ווייל נישט אזוי פארשט מען אויס א היסטארישער פאקט געבויעט אויף עדות פון טויזענטער מענטשן, און די נאציס אליינס האבען מודה געווען דערין אין משפט אין נירנבורג. די זעלבע זאך קומט זיך אן אריסטו און ער פאנגט אן צו זאגען סברות?! נישט דאס איז דער צוגאנג אויסצופארשען אזאך וואס איז אנגענומען אין היסטאריע בלי שום חולק!.
די ערשטע זאך לאמיר זעהן פארוואס קען מען נישט זאגען אז משה רבינו האט אליינס געמאכט די תורה הקדושה. און נאכדעם לאמיר זעהן פארוואס קען נישט זיין אז די תורה איז אנגעקומען ערגעץ אינמיטען די היסטאריע.
ווען א מענטש קומט דערציילען א מעשה וואס איז געשעהן מיט אים און ער האט נישט קיין שום ראי' אדער עדות אז ס'איז אמת אזא זאך וועט נישט ווערן אנגענומען אלס א פאקט אין היסטאריע ביי קיין שום נארמאלע מענטש. אזאך וואס איז דא עטליכע עדות אויף דעם קען מען שוין נעמען אין אכט, אבער ס'איז נאך אלס נישט קיין אנגענומענע פאקט אויף 100 פראצענט זיכער ווייל אפשר זענען זיי א באנדע שווינדלערס, אבער ווען טויזנטער מענטשן אדער גאר מיליאנען מענטשן זאגען עדות די זעלבע זאך ממש, דעמאלס איז זיכער אז ס'איז אמת ווייל ס'נישט מעגליך אז אזויפיל מענטשן זאלען אלע זיין שווינדלערס און זיי זאלען זיך נישט סותר זיין. אויב דערציילען מיליאנען מענטשן א זאך וואס האט פאסירט נישט איינמאל נאר במשך אסאך יארען דעמאלס מוז זיין אז ס'איז אמת ווייל אויב ס'איז נישט אמת וועט זיין זייער גרינג עס אפצופרעגן.
למשל וויאזוי ווייסען מיר אז קלומבוס האט אויסגעטראפען אמעריקע? ווייל אין יענע צייט איז עס געווען א דבר מוסכם ביי יעדעם איינעם. וויאזוי ווייסען מיר אז ס'איז געווען די ערשטע וועלט מלחמה ווייל מיליאנען מענטשן זאגען עדות אויף דעם. און די זעלבע זאך ביי אלע היסטארישע פאקטן.
אויב אזוי אויב גאנץ כלל ישראל זאגט עדות יעדער איינער דור אחר דור מכל קצוי תבל אז ס'איז אמת די תורה אויב אזוי קען מען דאך עס נישט אפפרעגען. ווייל ווען משה רבינו האט איבער געגעבן די תורה פאר כלל ישראל און ער זיי געזאגט ענק זענען אליינס עדות אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוען מיט ענק און ענק האבען געזעהן מעמד הר סיני, יעצט אויב איז עס נישט אמת וואלטען זיי אלע געזאגט שטותים! נאכמער וועגען דעם דארף מען נאך האלטען א שווערע תורה! וואס מיום דעתי אתכם ממרים הייתם ס'איז קיינמאל נישט גרינג געווען צו היטען די תורה אויף וואס איז עס געבויעט אויף דעם וואס איך כלומפשט האט געזעהן? אויב ס'נישט אמת וואלטן יודען קיינמאל נישט מקבל געווען די תורה.
ס'שטייט אין די תורה פונקטליכע יארען אין א פונקטליכע תולדות הדורות מאב לבן אויב וואלט עס נישט געווען אמת אין יענע צייטען וואלטען די יודען געקענט זייער גרינג אפרעגן די גאנצע זאך! אויב ביי יודען זענען נאך געווען דעמאלס מענטשן וואס האבען געדענקט יעקב (סרח בת אשר) און יוסף (בני מכיר בן מנשה) וואס יעקב האט נאך געדענקט אברהם און עבר וואס האבען נאך געדענקט שם בן נח, איז נאך געווען דעמאלס אויך ביי די גוים פון מצרים און כנען וואס האבן נאך געדענקט חם, וכו' ס'איז געווען זייער גרינג צוריק צו גיין היסטאריע זעהן אויב ס'אמת.
ס'שטייט אין די תורה אז די שפראכען זענען געווארען ביי דור הפלגה נישט מער ווי 500 יאר פריער, אויב וואלט עס נישט געווען אמת וואלט געווען זייער גרינג צו טרעפן ספרים פון פאר 500 יאר צו זעהן וועלכע שפראך איז עס געווען, אזוי ווי היינט טרעפט מען נאך פון כתב חרטומים און מצרים.
בכלל איז דא אין די מעשיות פון די תורה פרטים ופרטי פרטים אויב וואלט עס געווען א שווינדל וואלט ער זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין אזויפיל פרטים אז ס'זאל זיין אזוי גרינג אים צו כאפען מיט א ליגענט נאר וויבאלד עס אמת שטייט פונקטליך די פרטים וואס איז געווען.
מ'קען נישט זאגען אז איינמאל איז אנגעקומען א שווינדלער און אריין געברענגט די תורה אין די יודישע היסטאריע. ווייל קודם כל ווען איז עס געשעהן? יודען האבען א פונקטליכע היסטאריע לפרטי פרטים, און קיינער ווייסט נישט פון אזא זאך. נאכמער מ'קען נישט לייקענען א היסטאריע פון טויזנט יאר וואס איז באמת די היסטאריע פון יודען פון ווי קומען זיי, מקען נישט דערציילען א בוידעם אז א גאנצע פאלק איז געווען אין מצרים און ארויס און מלחמה געהאלטען מיט די כנענים וכו' פרטי פרטים פאר מער פון טויזנט יאר און קיינער פון די היסטאריקער האט עס נישט אפגעפרעגט במשך טויזענטער יארען, נישט די נוצרים און נישט איסלאם האבען עס אפגעפרעגט און זיי האבען נאך געמוזט בויען אויף דעם! נאכמער אויב ס'וואלט געווען מעגליך צו מאכן אזא זאך פארוואס האבן נישט די נוצרים געקענט נאכמאכען די זעלבע פארוואס האבן זיי געמוזט דערציילען אז איין יחיד האט באקומען א נבואה צו טוישן רעליגיע אלא מאי מ'קען נישט דערציילען אז מיליאנען מענטשן האבן געזעהן א זאך ווען ס'נישט אמת.
אויב ס'וואלט געווען א שווינדלער ווען יענער שווינדלער איז אנגעקומען צו כלל ישראל און דערציילט היסטאריע כלומרשט און וועגען דעם מחייב זיין כלל ישראל מיט אסאך שווערע מצוות וואס אסאך פון דעם פארשטייט מען ניטעמאל. פארוואס האבען יודען דעמאלס נישט געפרעגט זייער עלטערן און געוואיער געווארן אז ס'איז שטותים קיינער ווייסט נישט פון די אלע מעשיות וואס איז כלומר'שט געשעהן צו זייערע עלטערן.
די חגי ישראל זענען א ראי' ווייל עס לזכר יציאת מצרים, ס'נישט מעגליך אנצופאנגען א זכר ליום וואס מ'געדענקט נישט פארוואס מ'מאכט א זכר. למשל יעצט וועט אנקומען איינער און מאכן א פורים יוצאי אונגארען ווייל טויזנט יאר צוריק איז געווען א נס פאר די יודען וואס האבן געוואינט אין אונגארען.. ס'גייט נישט אזוי עס דארף זיין באותו זמן, קיימו וקבלו עליהם ועל זרעם להיות עושים.. (הרב אמנון יצחק)
היינטיגע מחזירי בתשובה האבן נאך הוכחות פון נבואות שהתגשמו, דהיינו נביאות וואס מען קען נישט זאגען אז מ'האט פאראויס געזעהן אז ס'גייט זיין ווייל זיי האבן נישט קיין גלייכן אין היסטאריע און ס'איז מקויים געווארען. וועגן דעם אין אן אנדערע אשכול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ווארט זאגער אום מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 8:50 pm

ציקער זיסע שפרייך

ברוכים הבאים
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3609 מאל

הודעהדורך ידען » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:16 pm

פליקער האט געשריבן:ציקער זיסע שפרייך

ברוכים הבאים
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1087 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:18 pm

יעדעס ווארט צו צוקושן!!
בעצם ביסטו דא מוסיף אסאך אויפ'ן כוזרי, און דיינע ראיות זענען עטליכע וואס יעדע באזונדער איז גענוג שטארק.

כ'האב אביסל געשריבן אויף דעם מהלך דא:
viewtopic.php?f=13&t=5384
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 540
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1276 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:58 pm

יישר כח פליקער ידען און ש"מ פאר די חיזוק!
יישר כח שיטה מקובצת פאר די לינק ס'איז זייער שיין דיין אשכול דארט
כ'האב טאקע מוסיף געווען אויפן כוזרי אבער ס'איז אויפן מהלך פון כוזרי אז מתן תורה איז א היסטארישער פאקט
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:20 am

בין איך די איינציגסטע וואס פארשטייט נישט? לאמיר אנהייבן שטייטליך, איינס ביי איינס. איז דא א בורא ומנהיג? פון וואו ווייסט מען?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך למדן » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:16 am

כ' בין נישט דער גרויסער היסטאריקער,
אבער פארוואס איז אזוי שווער צו זאגן אז ערגעץ בערך דריי טויזנט יאהר צוריק האט זיך עס אנגעהויבן פארעמען און צוביסלעך באקומען א לאנגע בארד ביז עס איז צוגעקומען לידי גמר, און צוביסלעך האט עס אנגעהויבן שלאגן ווארצלען, מהיכי תיתי אז ס' געווען אזוי פלוצלינג, אולי איז עס געגאנגען מער אויף א שטאטערע טראנספארמעישאן, יודישקייט ווערט ווערט דאך אלס מער און מער גיעדיטעט און ווערט נאך אלס גיעדיטעט (לטוב או למוטב קומט נישט אריין דא) און כ' בין אויך נישט באקאנט מיט די פאקטן פון ווען עס איז דא געשריבענע פאפיר און אנדערע סארט געשרייבאכטס אז מ' זאל וויסן אין יענע צייט גאר אלטע היסטאריע
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:09 pm

הוגה און למדן ביטע זייטס אייך בעסער מסביר וואס סאיז אייך שווער. כ'מיין אז כ'האב זייער שיין מסביר געווען פארוואס ס'קען נישט זיין אז תנ"ך איז אריין געקומען אינמיטען די היסטאריע. און איינמאל תנ"ך איז אמת איז דאך פשוט אז יש מנהיג לבריאה.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:14 pm

אמנון יצחק זאגט עס איבער מיט אזא געשמאק פאר די ישראלים מיט די טשופס און ס'ארבייט הערליך פיין. אבער ס'איז שוין א גאנצע צווייטע מעשה אז די ברענגסט אראפ דא אין העמק דבר. קודם ווי הוגה און למדן פרעגען שוין, מ'זעעט צענדליגע לעגענדעס וואס עולם גולם גלייבט און די און איך ווייסען אז ס'איז נישט געשטויגען. און די שכניתדיגע אשכל פון @שיטה מקבוצת האט ער שוין צולייגט די טאלקינג פוינט לארכה ולרחבה. אבער למעשה ווייסען אונז אלע פון בעל שמסקע מופתים און די לעצטע צוויי הונדרעדט יאר וואס איז לויט די לעגענדע געשען בפני כל עם ועדה. א בראך אויף מיר אז די תורה הענגט אויף אויף אזא פשטל. ברענגסט סרח בת אשר מיט די דור הפלגה פון די תורה צו ווייזען א ראיה אויף די תורה?
די משל פון נירנבערג איז א גוטע משל אויף פארקערט. אוודאי די האלאקאסט איז דאקיומענטעד מילא אונטעליגענטע מענטשען דארפען נישט קיין ראיות. אבער נאך אלץ וועסטו זעען מיליאנע מענטשען פון הודו ביז כוש גלייבען אז עס נישט געשען למחצה לשליש ולרביע. און פרס ומדי ווייסט מען אז ס'איז א ציוניסטישע קאנספיראציע. http://en.m.wikipedia.org/wiki/Holocaust_denial

א מזל ס'איז דא עווידענס. אבער ס'העלפט א מכה! שטעלט דיך פאר ס'נישט דא שווארץ אויף ווייס בילדער. מענטשען גלייבען לעגענדעס און ליגענטס וואס זיי ווילען גלייבען. יא, טאקע ווי די זאגסט; אדער ווייל זיי האבן נגיעות אדער ווייל זיי זענען שוטים.

מ'קען נישט ברענגען קיין יסוד אמונה פון דאס וואס אסאך היסטארישע דעטאלען פון תנ"ך איז קלאר אמת. א ראיה האסטו אז אונזערע מסורה האט פארפאסט הונדרעדט זעקס און זעכציג יאר פון זמן בית שני. א שווארצע בלעקאוט. ווי תחכמוני און זיינע וואונדערליכע אויספירלעכע וויסאנשאפטליכע אשכול, דא ביי אונז און שטיבעל, האט שוין באשריבען מיט אלע דעטאלען.
viewtopic.php?f=47&t=3222&start=125

די אקסי מאראן פון חזקה שאין אדם מוריש שקר לבנו איז  אליינס א שקר וואס מאנכע זענען מוריש זייערע קינדער. די לעצטע עס צו באשרייבען איז בתיה אנגאר
http://aeon.co/magazine/culture/the-dou ... 2-68602233

לאמיר נישט פארגעסען פון מלכים ב' און נחמיה ווי אונז זעע מיר קלאר אז די יידישע מסורה האט ריזיגע געפ"ס און היסטארי. ווי די יידן האבן אפשר געוויסט חלקי התורה אבער זיכער נישט מיט די מסורה מדור דור. ענליך צו די התגלת פון די זוהר דורך החכם משה די ליאון אן ערך פון פופצען הונדרעדט יאר נאך די פטירה פון ר' שמעון. מ'דריידט מיט די פינגער און ס'איז דא אינטערעסאנטע גוטע און אויך שוואכע הסברים. אבער איינמאל די קוקסט אריין אין די דאזיגע פאקטען זענען דיינע לאגישע רייד זענען ווייט פון וואס איך וויל הערן אלץ יסודי אמונה.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:47 pm

איין רגע ר' יוסל דו קענט מיר ברענגען איין זאך אין די היסטאריע וואס האט מיליאנען עדות און ס'איז קלאר אז ס'איז פיקשען? און נאך אזאך ווען איז געשען די אויסטרעף פון תורה אויף זוהר ווייסען מיר ווען ס'איז אנגעקומען אויף משניות גמרא אלעס ווייסען מיר פארוואס ווייסען מיר נישט ווען תנ"ך איז אנגעקומען?
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 5:00 pm

איין רגע דו קענט מיר ברענגען איין זאך אין די היסטאריע וואס האט מיליאנען עדות און ס'איז קלאר אז ס'איז נישט פיקשען?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 22, 2015 5:36 pm

מלחמת עולם השנייה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1507
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1282 מאל

הודעהדורך מרקד אתלת » זונטאג פעברואר 22, 2015 5:41 pm

הוגה האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס פארשטייט נישט? לאמיר אנהייבן שטייטליך, איינס ביי איינס. איז דא א בורא ומנהיג? פון וואו ווייסט מען?

אז עס איז דא א בורא - ווייל עס איז דא א נברא, און ס'מאכט נישט קיין סענץ אז פון זיך אליין זענען געווארן: אויגן, פרוכט, חיות און מענטשען, כח הנגינה און כח התאווה, כח הדמיון און כח המחשבה. ועוד כהנה וכהנה למליוניהם ולביליוניהם.
אס עס איז דא א מנהיג - וויל עס מאכט נישט קיין סענץ אז דאס אלעס איז באשאפן געווארן פאר סתם, עס איז זיכער דא א געוויסע תכלית, און איינער וואס נעמט קער אז די תכלית זאל מקויים ווערן.
מרקד אתלת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 5:57 pm

לית דין בר נש האט געשריבן:מלחמת עולם השנייה


אז ס'דא א ציבור מענטשן וואס זאגן א מעשה שהיה, קען מען אננעמען אז עפעס גרויס איז געשעהן. אבער עס איז נישט קיין ראיה אז ס'געשעהן אזוי ווי מען פארציילט עס. אדרבא עס איז לא ימלט אז מ'האט צוגעלייגט זאלץ און פעפער, טאקע אזוי ווי מ'זעמיר ביי די האלעקאוסט פארציילונגען. וכ"ש ביי א היסטערישע מעמד איז נישט מער ווי נאטירליך אז מ'זאל דמיונ'ען אז מ'האט געזעהן גרויסע זאכן.

דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשעהן, אבער קיין הוכחות איז עס נישט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:29 pm

יישר כח@ווארט זאגער זאגסט גוט, איך האב שוין אויך געשריבן דערוועגן בקוצר אמרים, און איך פארשטיי נישט די וואס פארשטייען נישט דיינע ווערטער,
השי"ת זאגט פאר זיינע אידישע קינדער (דברים ד' ל"ב) כי שאל נא לימים ראשנים אשר היו לפניך למן היום אשר ברא אלהים אדם על הארץ ולמקצה השמים ועד קצה השמים הנהיה כדבר הגדול הזה או הנשמע כמהו השמע עם קול אלוהים מדבר מתוך-האש, כאשר-שמעת אתה--ויחי. צוויי זאכן ווערן דא געברענגט
א) דו אליין האסט געזעהן און געהערט מעמד הר סיני,
ב) קיין איין רעליגיע וואגט זיך נישט צו פארקויפן אזא מעשה אז מער פון איין מענטש האט געזעהן זייער גילוי,
דער מאמר החכם זאגט: איך קען דיר איינרעדן אז דו האסט געטוהן עפעס וואס איך האב נישט געטוהן אזוי אויך אז אנדערע האבן געטוהן עפעס וואס זיי האבן נישט געטוהן, אבער איך קען דיר נישט איינרעדן אז דו האסט געטוהן עפעס וואס האסט נישט און טאקע צוליב דעם וועט קיין איין ריליגיע נישט טענה'ן אזוי,


חוץ פון די אידישע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:00 pm

שכוח ווארטזאגער זייער א געשמאקער נושא.
מען בעט אז דער וואס האבן שוין די תשובות פאר די שאלות זאלן זיי מוחל ארוסגיין פונעם אשכול שכוח
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1468
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:16 pm

מרקד אתלת האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס פארשטייט נישט? לאמיר אנהייבן שטייטליך, איינס ביי איינס. איז דא א בורא ומנהיג? פון וואו ווייסט מען?

אז עס איז דא א בורא - ווייל עס איז דא א נברא, און ס'מאכט נישט קיין סענץ אז פון זיך אליין זענען געווארן: אויגן, פרוכט, חיות און מענטשען, כח הנגינה און כח התאווה, כח הדמיון און כח המחשבה. ועוד כהנה וכהנה למליוניהם ולביליוניהם.
אס עס איז דא א מנהיג - וויל עס מאכט נישט קיין סענץ אז דאס אלעס איז באשאפן געווארן פאר סתם, עס איז זיכער דא א געוויסע תכלית, און איינער וואס נעמט קער אז די תכלית זאל מקויים ווערן.


פונקט ווי דו פארשטייסט אז כח הנגינה וכו' איז באשאפן געווארן, און פארדעם איז דאס נישט געווען, אזוי אויך, איז דאס, אז זאכן דארפן מאכן סענץ אויך באשאפן געווארן, און איידער ס'איז באשאפן געווארן האבן זאכן טאקע נישט געמאכט סענץ.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4271 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:21 pm

הוגה האט געשריבן:
אז ס'דא א ציבור מענטשן וואס זאגן א מעשה שהיה, קען מען אננעמען אז עפעס גרויס איז געשעהן. אבער עס איז נישט קיין ראיה אז ס'געשעהן אזוי ווי מען פארציילט עס. אדרבא עס איז לא ימלט אז מ'האט צוגעלייגט זאלץ און פעפער, טאקע אזוי ווי מ'זעמיר ביי די האלעקאוסט פארציילונגען. וכ"ש ביי א היסטערישע מעמד איז נישט מער ווי נאטירליך אז מ'זאל דמיונ'ען אז מ'האט געזעהן גרויסע זאכן.

דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשעהן, אבער קיין הוכחות איז עס נישט.


.

ביי די זאכן וואס מ'טרעפט סתירות צווישן די מעשיות פון מענטשן נעמט מען נישט אן פאר אן אמת אבער זאכן וואס יעדער זאגט פונקטליך די זעלבע איז קראנט אז ס'איז אמת. נישט יעדע מעשה וואס מ'דערציילט פון אוישוויץ דארף מען גלייבן אבער די פשוטע מציאות ווי די שלאפן אין באראקען אפעל וכדומה וואס יעדער דערציילט דאס איז בוודאי אמת. די זעלבע זאך מעמד הר סיני וואס ס'נישט דא נאך נוסחאות נאר גי איינע און דאס פון מיליאנען יודען איז בודאי אמת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ווארט זאגער אום זונטאג פעברואר 22, 2015 7:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:25 pm

מאטי האט געשריבן:[
פונקט ווי כח הנגינה וכו' איז באשאפן געווארן, און פארדעם איז דאס נישט געווען, אזוי אויך, איז דאס, אז זאכן דארפן מאכן סענץ אויך באשאפן געווארן, און איידער ס'איז באשאפן געווארן האבן זאכן טאקע נישט געמאכט סענץ.

נו איז וואס איז? דאס אויך א ראי' אז דאס האט דער אייבערשטער באשאפן די עצם מציאות אז זאכן דארפען מאכן סענץ! אויב מ'זעהט אז אלעס אין די בריאה מאכט סענץ איז דאס א ראי' אז איינער האט באשאפן די וועלט און ער האט געמאכט אזא מושג ווי מאכן סענץ און די גאנצע בריאה מאכט טאקע סענץ.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:34 pm

ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4271 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:41 pm

ווארט זאגער האט געשריבן:איין רגע ר' יוסל דו קענט מיר ברענגען איין זאך אין די היסטאריע וואס האט מיליאנען עדות און ס'איז קלאר אז ס'איז פיקשען? און נאך אזאך ווען איז געשען די אויסטרעף פון תורה אויף זוהר ווייסען מיר ווען ס'איז אנגעקומען אויף משניות גמרא אלעס ווייסען מיר פארוואס ווייסען מיר נישט ווען תנ"ך איז אנגעקומען?


היסטאריע איז פיל מיט אזוינע עקזעמפלערן.

אבער לאמיר קודם מקדים זיין אז ס'איז נישטא קיין מיליאן עדות. ס'איז דא א תורה וואס זאגט אז ס'איז געווען א מיליאן עדות.

ס'איז דא הונדרעדט מיליאן מענטשען וואס האבן שוין געזען אמאל א יו.עף.או.
http://www.answers.com/Q/How_many_peopl ... seen_a_UFO

פון די אנדערע זייט איז דא הונדרעדט מיליאן מענטשען וואס האבן געזען א עסטרענאט לאנדען אויף די לבנה און איין רבי וואס האט זיך געהאלטען שטארק אז ס'איז א אחיזת עניים און ס'איז קיינמאל נישט געשען.

מענטשען גלייבען לעגענדעס און ליגענטס אדער וואס זיי ווילען גלייבען. יא, טאקע ווי די זאגסט; אדער ווייל זיי האבן נגיעות אדער ווייל זיי זענען שוטים.

ווי מ'האט שוין אויסגעשמועסט און די שכניתדיגע אשכול @געוואלדיג איז דא כמה עדות פון יושקע'ס מופתים אדער רעליגיעזע גריכישע מיטאלאגיע. להבדיל אלף אלפי הבדלות די מעשה פון די ר' מאיר בעל אקדמות מיט די גלח און די מעשה מיט רבי אלחנן וואסערמאן'ס דיבוק האבן אויך געהאט די גאנצע שטאט ביי די מופת.

@שיטה מקובצת איז ברייט באקאנט מיט די ווערק פון יוסיפון ווי ער האט שוין כמה פעמים געוויזען און שטיבעל. און ער צייכענט דא צו זיינע ווערטער
" מיר האבן דאך דעם ספר יוסיפון וואס איז געשריבן געווארן נאך צוויי טויזענט יאהר צוריק. און דארטן זעען מיר קלאר אז גאנץ כלל ישראל האט געגלייבט אין מתן תורה. די תורה איז געגעבן געווארן אין יאהר 2448. ספר יוסיפון איז געשריבן געווארן בערך אין יאהר 4713 – וואס דאס איז 2265 יאהר נאך מתן תורה. יוסיפון שרייבט דאך די היסטאריע פון זמן בית שני וואס איז געוועהן גלייך נאך בית ראשון וכו'. בית ראשון איז געבויט געווארן אין יאהר 2928 – ווייניגער פון 500 יאהר נאך מתן תורה"
אבער ער פארגעסט אז בו בזמן וואס ער ברענגט פון אים א ראיה דארף ער געדענקען יוסיפון האט א אנדערע פאקטען ווי ס'איז אין תנ"ך און אין חז"ל אויף אזוינע ימים טובים ווי נס חנוכה און פורים. די ערשטע וואס איז ממש געווען בימיו און די לעצטע א מעשה וואס מיליאנע מענטשען האבן מיטגעהאלטען און די פאקטען האבן זיך נאך געטוישט דורך אים. דאס איז טייטש פארשידענע ווערסיעס האבן זיך געדרייט. וואס דאס איז דאך מהפך קערה על פיו פאר די  לאגיק פון @ווארט זאגער

איך זעע נישט דא די יסוד האמונה! ווי @הוגה זאגט דא און דארט viewtopic.php?f=47&t=5274 ס'איז בכלל נישט לא ימלט אז א Epic פאום איז אנטוויקעלט געווארן במשך טויזענטע יארן. פון א לעגענדע צו א מעשה וואס מענטשען און א גענצליך אומציוועלעזירטע וועלט האבן אנגענומען אלץ א פאקט. און איז פארשריבען געווארן דורך p און א דאקיומענט וואס איז פארלוירן געווארן פאר לאנגע שטרעקעס און געטראפן געווארן דורך די יארן דורך אזעלכע ווי חלקיהו הכהן און עזרא הסופר. און איז שפעטער איבער געטייטשט געווארן פון כתב עברי צו אשורית פאר א פאלק וואס איז גענצליך נישט באקאנט געווען מיט איר אינהאלט, כמבואר בכתבי קודש. אזוי צו זאגן, פארשטייט זיך, למען הארגיומענט.

לאמיר מסיים זיין מעין דבריך; מענטשען גלייבען לעגענדעס און ליגענטס אדער וואס זיי ווילען גלייבען. אדער ווייל זיי האבן נגיעות אדער ווייל זיי זענען שוטים. קיין ראיות פון די עצם פאקט אז די לעגענדע איז געווען מיט א מיליאן מענטשען מילא איז א לא יאומן ליגענט מילא מיז עס זיין אמת. דאס איז ווייט פון יסודי אמונה געבויט אויף לאגיק ווייל ווי פסוקים זאגט פאר שטימט נישט די לאגיק. און ווי פארשידענע האבן אויפגעוויסן מיט לאגיק און סייענס זענען דא שווערע פראבלעמען מיט די טעקסט.

ווילסט דיך האלטען א ייד. לייג לאגיק און מיסט.

לאמיר זיך האלטען צו אמונה פשוטה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאסל ראקאווער אום זונטאג פעברואר 22, 2015 8:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:57 pm

יוסל ביסט נאך פרום?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1468
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:01 pm

מאטי האט געשריבן:ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....

נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך chusid » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:13 pm

אלץ היסטארי קען מען נישט מוכיח זיין ווייל עס איז אפילו נישט קלאר וועלעכע טאג מתן תורה איז געווען..ס'איז א מחלוקה אין גמרא... אדרבה אז דו ווייסט די היסטארישע פאקטן אפשר פאקציילסטו אביסל דיטעילס פונעם מעמד חוץ וואס ס'איז געשריבן אין די טעקסט בוקס..
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:24 pm

ווארט זאגער האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....

נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?


איך האב נישט געזאגט אז בריאים זענען א ראיה אויף א בורא, דאס האסטו געזאגט. איך נוץ דאס נאר דיך אפצופרעגן. דאס זענען דו און איך מודה, אז נבראים זענען קודם נישט געווען. די שאלה איז, ווי אזוי זענען זיי צושטאנד געקומען, דו זאגסט אז לאגיק זאגט א בורא, אויף דעם פרעג איך מהיכי תיתי אז לאגיק האט דאמינירט איידער די בריאה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4271 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט