George Orwell און זיינע ביכער
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
לעצטנס געליינט ביידע ביכער, נאכדעם וואס א חבר מיינע א סאציאליסט האט מיר עס רעקאמענדירט האפענדיג אז ס'זאל מיר איבערעדן. צוויי שיינע קלאסישע ווערק, געשריבן פשוט אין גראד אבער עס הערש אן עמקות אין יעדע שורה.
נאכן ליינען ביידע ביכער בין איך קיין סאציאליסט נישט געווארן, אויב עפעס איז עס מיר געווארן אסאך שווערער צו פארשטיין וויאזוי סאציאליזם קען בכלל ארבייטן אן קארופציע. ס'האט מיר ארויסגעברענגט די אמת'ע שוואכקייט פון די הומאניסטישע קלאס אז סיי ווער ס'איז ביים רעדל וועט נישט אינזין האבן קיינער חוץ זיך. אויך האב איך באמערקט אז אין 1984 האקט ער נישט בכלל אויף קאפיטאליזם, ער דערמאנט קאפיטאליזם אלץ עפעס אן היסטארישע באוועגונג וואס האט אויפגעהערט עקזיסטירן דורות פריער. און ער לייגט עס עפעס מיט אזא שפאס אויף די וואס מאכן זיי אוועק היינט צוטאגס. איך האב נישט באמערקט וואו ער זאל עפעס שרייבן וואס זאל אמת'דיג פרובירן אוועקצומאכן קאפיטאליזם.
אין זיינע ביכער האב איך אויך נישט באמערקט אז ער זאל עפעס שטארק משבח זיין אדער זיך אנעמען פאר סאציאליזם. סך הכל שרייבט ער אז ס'וואלט געווען א שיינע זאך אן קארופציע.
עכ''פ אזוי האב איך פארשטאנען.
יש''כ [tag]הוגה[/tag] פארן אויפמאכן דעם אשכול און שרייבן אזא שיינע אריכות'דיגע קלארע רעוויו.

- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: George Orwell און זיינע ביכער
קאפשטיק האט געשריבן:ווי קען מען שאפן Animal Farm?
רוב פון די ביכער קען מען טרעפן אונליין מיט די ברוקלין פובליק לייברערי,
מאכט אייך א קארטל וועט איר האבן צוטריט צי רוב ביכער, אויכעט איז דא עפפ'ס פאר די טעלעפאון צי בארגן ביכער פון די לייברערי
לעב אין לאז לעבן.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: George Orwell און זיינע ביכער
אלע זיין ביכער זענען אוועילעבעל אויף project gutenberg אנליין אומזיסט.
אין חדרים, סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד, ליינט מען animal farm וואס איז לדעתי נישט אויסגעהאלטען. וואס איז די רעכט צו פראפאגאנדירען פאר קינדער?
1984 ליינט מען נישט, ווייך ס׳איז נישט הונדרעט פערצענט כ׳ניאקיש, ס׳איז דא זאכען דארט וואס מ׳וויל נישט קינדער זאלען ליינען.
זיין פיקציע איז גראדע מער געשטימט צו ברענגען א בילד פון די ארימע קלאס פאר די וועלט. ער האט שטארק סימפאטיע פאר די ארימעלייט, ער איז גארנישט קיין רעכטע געווען לגבי דעם, וכמו שהעיר הוגה למעלה אז קארופציע האט איהם געבאדערט, נישט סאציאליזם
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
זיינע ביכער זענען געשטעלט קעגן קאמוניזים, גראדע איז ער געווען א סאציאליסט שטייגער דייטשלאנד היינט. אדער אפילו אמעריקא היינט. ווער עס פארשטייט נישט וויאזוי זיינע ביכער רייסן אונטער קאמוניזים, זאל נאך אמאהל איבער לייענען.
געווען לעצטענס איינער וואס איז אנטלאפען פין נארט קארעע, און געגעבען א אינטערוויו, האט ער געזאגט בתוך דבריו, אז דער פירער האט געליינט 1984 און געזאגט אז עס זעהט אים אויס צו זיין א גוטע עצה, און האט געמאכט א מדינה גענוי ווי דער בוך לייגט אראפ.
אסאך וואס ליינען 1984 קענען עס נישט ענדיגן, עס ווערט אזוי ביטער אין הארץ, אז מען קען פשוט נישט.
אנימעל פארם איז א מייסטער משל פין אונזערע מוסדות, די פאפיס מיט די שאף וכו'. אופס, איך האב פארגעסן די חזירים.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קורקלענד האט געשריבן:אין זיינע ביכער האב איך אויך נישט באמערקט אז ער זאל עפעס שטארק משבח זיין אדער זיך אנעמען פאר סאציאליזם. סך הכל שרייבט ער אז ס'וואלט געווען א שיינע זאך אן קארופציע.
ארוועל איז בכלל נישט געווען א סאציאליסט. Animal Farm איז דירעקט געשריבן געווארן אקעגן די דעמאלטסדיגע קאמוניסטישע (סאציאליסטישע) קליקע אינעם סאוויעטישע פארבאנד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: George Orwell און זיינע ביכער
די סבה פארוואס ס׳איז שווער צו ענדיגען 1984 איז ווייל ס׳ווערט לאנגווייליג. מ׳דרשנ׳ט און פלוידערט, אנשטאט׳ס לאזען דער לעזער ארויסנעמען די פאוינט אליינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיין פיקציע איז גראדע מער געשטימט צו ברענגען א בילד פון די ארימע קלאס פאר די וועלט. ער האט שטארק סימפאטיע פאר די ארימעלייט, ער איז גארנישט קיין רעכטע געווען לגבי דעם, וכמו שהעיר הוגה למעלה אז קארופציע האט איהם געבאדערט, נישט סאציאליזם
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אין ענימעל פארם נעמט ער זיך שטארק אן פאר יעדער חוץ פון די פאר וואס זיצן ביים שיסל. ספעציעל נעמט ער זיך אן אויף די ארבייטער קלאס, ער ווייזט אן אז זיי זענען געבליבן די מערסטע אויסגעשפילט. ווייל זייערע מעשה ידיהם זענען נאר אנגעקומען צו די וואס זענען ביים שיסל.
אין 1984 האב איך פארשטאנען אז ער נעמט זיך בעיקר אן פאר די צען פראצענט וואס זענען די מיטל קלאס, וואס ער רופט מיט די נאמען אויסערן פארטיי. אויף זיי שרייבט ער איז די עיקר רחמנות, ווייל זיי אנערקענען וואס פאסירט. ווייל די איין פראצענט וואס זיצט ביים שיסל עסן זיי אויף. ווידער אויף די ניינציג פראצענט וואס ער רופט פראוילס, זאגט ער אז זיי אינטערעסירט עס ממילא נישט און זענען סייווי אומוויסענד.
דער טאראצקי וואס ער האלט אזוי שטארק פון איז געווען א גרויסער אקטיוויסט לטובת די ארבייטער קלאס.
דעריבער האב איך פארשטאנען אז ער נעמט זיך מער אן פאר די וואס ארבעטן ווי פאר די וואס זענען סתם ארעמע.