פשי [tag]מאראנצןזאפט[/tag]כ'האב דרך ארץ פאר דיר. האסט טאלאנט! און [tag]לעיקוואד[/tag] דו ווייסטאך וואס איך האלט פון דיר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
הוגה האט געשריבן:איך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.
בנוגע דער שאלה, כ'בין נישט זיכער וואס פונקטלעך ער מיינט דערמיט. איין זאך איז זיכער אז ער - זאראטוסטרא, האט ממאס געווען אין רייכטום חכמה וכדומה.
עס דערמאנט מיר די באקאנטע מעשה/משל, א גביר האט געזעהן אז זיין ביזנעס הייבט אן צו גיין מיט די פוטער אראפ, האט ער שנעל ליקווידירט זיין ביזנעס און מנדב געווען די געלט צו צדקה. ער האט מסביר געווען אז איין מאל וואס ער האט מכיר געווען אז די שלעכט מזל האט אים אנכעכאפט האט ער איינגעזעהן אז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען זיין פארמעגן איז דורכן עס געבן צו צדקה, שנאמר וצדקתו עומדת לעד. די חילוק צווישן דער גביר און די אנדערע גביר וואס האט פרובירט צו ראטעווען זיין ביזנעס ביזן לעצטע מינוט איז אז ביידע זענען למעשה געבליבן בעירום ובחוסר כל. אונזער גביר איז אבער כאטש געבליבן מיט זכותים. קען זיין אז דאס איז די רייכטום פון די ארימער וואס זאראטוסטרא דערמאנט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
די גאנצע מעשה פון זאראטוסטרא איז טאקע זייער אינטערעסאנט, אבער איך פארשטיי נישט, ווי דו אליינס האסט שוין דערמאנט, האבן די נאציס זיך באנוצט מיט זיינע זאכן, און ער אליינס - ווי דו דערמאנסט - איז געווען א מענטש מיט גאר שרעקעדיגע מיינונגען און טעאריעס, און טאקע דערפאר האבן אזעלכע בעסטיעס ווי די נאציס זיך באנוצט דערמיט. אויב אזוי פארוואס פעלט אויס זיך אינגאנצן מטפל זיין מיט אזעלכע געשרייבעכצער.
אפשר שרייבט מען דא איבער דעם ניו טעסטאמענט אויף אידיש, און מען גייט דן זיין אין וואס, סעינט פיטער און סעינט פאול האבן געהאלטן, אין וואס דשאן, לוק און מארק דער עוואנגעליסט האבן געטראכט און גע'דרש'נט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
איך באשווער אייך, מיינע ברודער, בלייבט געטריי צו דער ערד, און גלויבט נישט די וואס רעדן צו אייך וועגן איבער-ערדישע האפענונגען. פארגיפטיגער זענען זיי, צו זיי ווייסען דאס צו נישט.
פיינטהאבער פון לעבן זענען זיי, אפשטארבענדע און זעלבסט-פארגיפטיגטע. דער ערד איז מיד פון זיי, לאזט זיי אוועק פארען!
אמאל איז זינדיגען אנטעגן גאט געווען די גרעסטע זינד, אבער גאט איז טויט, און דערמיט אויך די זינדיגער. היינט איז דער שרעקליכסטער זאך זינדיגען אנטקעגן דאס ערד, און האלטען דאס אומבאגרייפבאר העכער פון דער באדייט פון דער ערד.
וכל העם פתחו פיהם ואמרו ביחד בקול רם, זורתוסתרא המתנשא, גאה על כל שפל רוח ורם על כל מר נפש, הלא קדמוך מכבר החכם מכל האדם: הבל הבלים אמר קהלת, הכל הבל. ואין כל חדש תחת השמש.
איך וויל מסכם זיין אויף אידיש די עיקר נקודות וואס ווערען דא פארגעלייגט אין דער פרק, וויבאלד עס איז געשריבען זייער פאעטיש און פיל מיט רמזים, און מאנכע כאפן נישט וואס ער וויל דא.
ווי דערציילט אין די פריערדיגע פרקים, גייט זאראטוסטרא אראפ פון זיין התבודדות צו רעדן צו די מענטשען, אפילו נאך וואס דער אלטער האט עם פראבירט מייאש זיין דערפון זאגעדניג אז די מענטשען זענען פארשלאפען און ווילען נישט אז מען זאל זיי אויפוועקן. און סייווי איז דער מענטש צו פעלערהאפטיג אז מען זאל זיך צוטוהן מאכען מיט עם. זאראטוסטרא עקשנ'ט זיך אבער יא צו רעדן צו מענשטען, די עיקר סיבה פאר דעם זייענדיג אז ער האלט אז דער תחליף וואס דער אלטער האט פאר מענטשען, נעמליך גאט, אדער באופן כללי די הימלישע מושגים רעיונות און שאיפות, איז טויט. עס האט נישט קיין באדייט און קען נישט צושטעלן פאר דער מענטש וואס ער זוכט. אין דער איינזאמקייט זיינער אין דער וואלד האט ער אנערקענט עפעס וואס האט עם געגעבן צורך צוריק אראפוגיין צו די מענטשהייט. וויסענדיג אז נאר מיט'ן זיין א מענטש, קען ער פארוואנדעלט ווערן אין דאס וואס דער מענטש דארף, דהיינו דער אויבערמענטש. פראבירען זיין א מלאך אין וואלד איז אנטלאפען פון די מענשטהייט בכלל און פון די מענטשליכקייט זיינע בפרט, און ברענגט נישט א מענטש אין ערגעץ.
די ערשטער דרשה זיינע איז צו אן עולם פארזאמלעט אויפ'ן מארק צו פארוויילען. זיי זענען געקומען זעהן א מענטש גייט/טאנצט אויף א שטריק, און זיך אונטערהאלטען מיט דעם. דער שטריק טאנצער איז אליינס א מעטאפארע צו דאס וואס זאראטוסטרא רעדט פון. דער מענטש געפינט זיך אויף א שטריק (כל העולם כולו גשר צר מאד), צווישען גאט און חיה, צו מצליח זיין אריבערטאנצען אויף דער שטריק, דארף מען גיין אין א וועג אן קיין פחד און אן קיין מורא, נישט פון אויבן און נישט פון אונטען.
דער מעמד איז שוין אליינס א באווייז אויף די ווייטקייט פון וואס זאראטוסטרא האט צו פארקויפען ביז דארט ווי די רוב מענטשען שטייען. בשעת וואס זאראטוסטרא פראבירט צו רעדן מיט זיי וועגן די סאמע וויכטיגסטע ענינים פון לעבן, האבען זיי זיך פארזאמעלט פשוט אויף א שוואוליטאג. און ווען ער ענדיגט זיין דרשה מיינען זיי בכלל אז ער האט גערעדט פון דער שטריק- טאנצער און נישט פון דער אויבערמענטש וואס איז דער באדייט פון אלעס. דאס געשעהט אין דער נמשל אויך. וויפיל מאל מאכט זיך א מענטש א נביא אמת א צדיק אמת, וואס איז באמת מצליח צו גיין אויף דער שטריק וואס איז איבערגעצויגען דער תהום צווישען הימל און ערד, און עס קומט טאקע א גרויסער עולם צו זעהן און מיטהאלטהן. אבער רוב פון זיי קומען פשוט זעהן דער שאו. עס איז גאר אינטרעסאנט צו זעהן אזא מענטש. און עס פאלט קיינער נישט איין אז דאס מיינט עפעס פאר זיי.
אין זאראטוסטרא'ס ערשטער דרשה לייגט ער שוין פאר פון זיינע הויפט געדאנקען: דער מענטש איז א זאך וואס מען דארף איבערקומען. אבער נישט מיט'ן אנטלויפען צו'ם הימל, נאר מיט'ן זיין א מענטש צו'ם פילסטען, אן אויבערמענטש. דער מענטש אזויווי ער איז איז שמוציג און נאריש, און דער איינציגסטער זאך וואס ער וויל איז באקוועמליכקייט. א רחמנות'דיגע באקוועמליכייט. וואס האט נישט קיין שום באדייט. די אלע הויכע רעיונות ווי רעליגיע און געטליכקייט, דינען נישט דער מענטש עם אויפצוועגן פון זיין טיפן שלאף און עם אביסעלע דערהייבען, ענדערש נוצט דער מענטש גאט פאר נאך א קושען געשמאק צו מאכען זיין שלאף. קלוגשאפט איז ביי עם נאך א זאך צו זאמלען ווי עסן, און גוטסקייט איז עם נאך א קלאפ אויפ'ן פלייצע וואס לאזט עם ווייטער שלאפן רוהיג. דער מענטש דארף עפעס וואס זאל עם אויסלייזען פון זיין קליינקייט, אבער נישט עפעס א גאט פון הימל, נאר א מענטש אליינס. די מקווה אין וואס א מענטש קען זיך רייניגען ליגט נישט ערגעץ אין נהר דינור, נאר דער אויבערמענטש אליינס איז דער ים וואס קען אין זיך איינהאטלען די ריזיגע שמוציגע פלייץ וואס איז דער מענטש און עס איבערוואשען. (אני נהר המטהר מכל הכתמים).
ניטשה לייגט פאר אזא עוואלוציואנישער מהלך: פונקט ווי דער ווארעם האט זיך אנטוויקעלט צו זיין דער מאלפע, צו זיין א מענטש. פונקט אזוי האט מענטשהייט א סוף, דער מענטש מוז זיך אנטוויקעלען צו ווערן עפעס אנדערש: צו ווערן דער אויבערמענטש.
דער טויט פון גאט מיינט נישט אז מען קען אויפשטעלן א גרויסער מצבה פה נטמן האל ועמו כל הקדושים כל מעלה כל מטרה וכל שאיפה אנושית. נאר אדרבה, עס איז די איינציגסטע זאך וואס קען געבן פאר א מענשט צו דערקענען זיין מציאות, זיין גרויסקייט און זיין נידעריגקייט. און ארויסגיין אויף א וועג פראבירען אויספירען זיין זיין תכלית. דער געדאנק פון גאט, מיינענדיג מיט דעם בעיקר די קריסטליכע רעליגיע און די וועג ווי זי האט פארגעשטעלט גאט פאר די וועלט און וואס דאס מיינט פאר מענטשהייט, דינט נאר מעכב זיין דער מענטש פון גיין אין זיין איינציגער אמת'ע וועג וואס איז דא פאר עם, און ווייטער שלאפען רוהיג. רעליגיע איז אויפיאם פאר די מאסען, נישט נאר אין דער מארקסיקטישער באדייט, נאר אפילו אין דער רעליעגזער באדייט. עס לאזט נישט גער מענטש טראכטען מה חובתו בעולמו, און וואס איז גאט פאר עם באמת. עס איז נישטא אזא זאך וואס פאראלאזירט דער מענטש פון זיכען גאט אזויווי רעליגיע.
(די לעצטע שורות בין איך שוין אביסעל פארפארען פון ניטשה, אבער שוין).
אז גאט איז טויט, און מיט דעם האבען אלע זינד מער נישט קיין באדייט, מיינט דאס אז מיט דעם ווערט געבוירען א נייער זינד, די זינד פון אוועקמאכען די ערד, פון פראבירען טאנצען צו'ם הימל און זיך מתעלם זיין פון דער וועלט. פון פראבירען אוועקמאכען דער גוף און זיין נאר א נשמה. ווארום דער נפש וואס איז זיך מתעלם פון דער גוף, ער וויל דער גוף אפ'הרג'נען, ער וויל עם זעהן מאגער און דאר, דער נפש איז אליינס דאר און מאגער. פוסט און ליידיג. ער האט נישט גארנישט צו זיך א חוץ דער זלזול אין דער גוף, וואס איז דער מענטש, אדער לפחות א חלק פון דער מענטש . (חור קטן בגוף חור גדול בנשמה).
הפלא'דיג, אבער איך וויל פארשטיין, ווען ניטשע שרייבט דאס אלעס אין נארמאלע פראזע, אן די אלע מאדנע בלומעלעך, אדער אין א נארמאלע פאעם, וואלט זי נישט געווען פיל מער מאכטפול? וואס איז די דראנג פון קונסטלער צו שפילן באהאלטן מיט די מענטשהייט?
ביסט דאך אויך א קונסטלער, פילסט נישט דער דראנג? דאס איז די טבע פון די זאך. גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה..
ענוועיס, ניטשה האט געשריבען רוב אדער אלע פון די רעיונות זיינע אין אנדערע ספרים אויף פשוטע פראזע, עס איז אבער דא א ספעציעלע שיינקייט אין אזעלכע סארט דיבורים וואס איז גורם פאר די ליינער צו ברעכן קאפ און פראבירען צו פארשטיין וואס טוסט זיך דא, און נאך אלץ אוועקגיין מיט אזא פילינג אז ער האט נאכנישט דערגאנגען די גאנצע עומק פון די זאך. און עס איז באמת א כלי וואס קען ארויסברענגען געוויסע עמקים מער פון דאס שרייבען פשוט און גראד.
[justify]יישר כח [tag]לעיקוואד[/tag] פאר די געוואלדיגע ארבייט. די איבערטייטש זעהט אויס נאטירליך און ליינט זיך געשמאק. (אויסער די ווארט 'קאנטעמפט', ס'גריצלט אין די אויגן/אויערן.) איך פערזענליך האלט אז די פאעטישע שריפט לייגט צו צו די געשמאקייט פון די איידיעס און די משלים. ווען עס וואלט ווען געשריבן געווארן פשוט און גראד אן קיין משלים און באהאלטענע מעסעדזשיס וואלט עס געווען זייער boring.
איך האב איבערגעליינט דער פרק אפאר מאל זינט דו האסט עס געשריבן, פרובירנדיג ארויס צו נעמען וואס מער פון די ווערטער. אבער נאכן ליינען דיין פרשנות האב איך געזעהן אז איך האב אסאך פארזעהן.
אנדערש ווי דו האסט געשריבן אנהייב פון דיין פרשנות האב איך געמיינט אז די המון עם ווייסט ניטאמאל אז ס'דא אדער ס'געווען א גאט. אבער דיין וועג איז אזוי פיל שענער און שטימט אסאך בעסער. פארוואס האט זאראטוסטרא געהאט א הווה אמינא אז פארשטענדינישן וואס האבן אים גענומען צען יאר פון seclusion צו קענען קונה זיין און אנערקענען, וועט ער קענען אזוי גרינג פארקויפן פאר די פארגרעבטע המון עם? ער בעט זיך ביי זיי אז זיי זאלן 'וועלן' איינזעהן די תכלית פון די אויבער מענטש, די הנאה און ריוח וואס דאס וועט זיי ברענגן. אבער גיי לערן קצות מיט א גוי, זיי מיינען אז ער רעדט שפאניש. איז דען די אלטער מאן נישט גערעכט געווען?
בנוגע די טויט פון גאט האב איך אויך פארשטאנען אז ער נוצט עס אלץ א מיטל אויפצוטון. ער וויל שטעלן די מענטשהייט אין א מצב חירום with their backs to the wall. ס'נישט דא קיין גאט, ס'נישט דא קיין רוחניות, ס'נישט דא קיין מלאכים וכו'. ס'נאר דא דער וועלט, אדער 'די ערד' ווי ער רופט עס. יעצט נעמטס אייך אין די האנט אריין און ווייזט וואס איר קענט אויפטון, וואס פארע תכלית איז אייך געבליבן.
בעסטע ליניע: "נאך אלץ איז אין די מענטש דא מער מאלפעס ווי אין פילע מאלפעס".[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
רבי גוגל טייטשט 'ביטל' (ביטול). איך האב אבער בעסער ליב וויינרייכ'ס טייטש, 'פאראכטונג'.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?