אלגעמיינע ביכער צום ליינען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נאדיר! ליין!

(קינדל מהדורה איז נאך בחינם אויך, מיט פריים.)

ניין, כ'גיי נישט מסביר זיין פארוואס. האסט געבעטן א רעקאמענדאציע? האסטו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

מיר האלטן אינמיטן "החרדים" פון אמנון לוי.

זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי מיר קוקן אויס פון די פערספעקטיווע פון א אאוטסיידער.

הגם, ער איז גאנץ סארקאסטיש אויף אונזער חשבון, דאך פרובירט ער זיך צו האלטן אביעקטיוו ווי ווייט מעגליך.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

יעצט זענען מיר עוסק אין 'תיאום כוונות' פון חיים סבתו.

יום כיפור קריג פון די פערספעקטיווע פון א פרומע צה"ל זעלנער וואס איז געווארן רעקרוטירט גראד פון ביהמ"ד און ישיבה ארויס.

זייער א לייכטע געשמאקע שפראך - מיט א ספרדישע פיוט'דיגן סטייל.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

נארוואס אויסגעליינט דעם "לנין לא גר פה יותר" פון אורי אבנרי.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

ומתכיפין התחלה לסיום...

האלטן מיר אינמיטן The Shell-Seekers פון Rosamunde Pilcher
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ווער קען רעקאמענדירן א מעמואר אויף ענגליש?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

עפעס העברעאישע גוטע ביכער בבקשה...
אגב, רוב ענגלישע גוטע ביכער ווערן איבערגעזעצט אויף עברית

און איך קען אייך געבן א גוטע נאמען פון א שרייבער, וואס איז ביי מיר עפעס אויסטערליש.
אתגר קרת
טעמו וראו כי טוב
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט פאראווס, אבער איך האב ארויס גענומן די לאנג פארשטויבטע בוך Perfidy, וואס די לעצטע מאל וואס איך האב עס געליינט איז געווען פינף און צוואנציג יאר צוריק אלס בחור.

עס איז געשריבען געווארען זייער שיין, מיט זיסע מליצות און שארפע אויסדרוקן, אבער עס ליינט זיך נאכאלס ווי א פאשקעוויל. ער האט פיינט די עסטעבלישמענט ציונים, און ער מאכט גוט פורים פון זיי.

פון דעם בין איך אנגעקומען צו דער מאנאלאג פון אייכמאן שר"י אין דער Life magazine פון 1960 אויף גוגל בוקס. קוקט'ס דא. מיר איז דאס געווען אינטרעסאנט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

האבן מיר, דאנקען גאט, עספיעט דורכצולעזן פארשידענס במשך ימי בין הזמנים שעברו עלינו בטוב ובנעימים,
א דאנק די געטרייע הילף פון אונזערע באליבטן איקארוס אי-רידער, שלא משה ידו מתחת ידי דעם גאנצן מעת לעת.

ליסטע און קורצע רעצענזיע וועלן נאכפאלגן.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

קיצור תולדות ישראל פונ'ם באקאנטן איזראעלי שרייבער און שריפטשטעללער מיכאל בר-זהר

כשמו כן הוא, באשרייבט די רייכע היסטאריע פון מדינת ישראל אויף גאר א מייסטערהאפטן אופן. געשריבן לייכט, דראמאטיש, און ציענד. מלא חידושים אפילו פאר אזא מדינת ישראל קענער און ליבהאבער ווי מיר...

כ'מוז באטאנען אז כ'בין איבערגעראשט געווארן לטובה, ווייל א אנדער ספר פונ'ם זעלבן מחבר "החודש הארוך ביותר" אויפ'ן זעקס טאגיקן קריג האב איך געפונען פאר גאר לאנגווייליג, חזר'ט איבער דברים ידועים לכל אהנע שום חידושים.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים.

דער טוביה, א בן שבעים, איז א שנה ופירש'ניק. אויפגעוואקסן אין א ליטווישע שטיב אין בני ברק וואו זיין טאטע -א רב- איז געווען באפריינדעט מיט ר' חיים קנייבסקי.

טוביה, היינט א באוויסטע צייטונגשרייבער, וואוינט היינט צוטאגס אין חוצלארץ און האט שוין נישט באזוכט דעם הייליגן לאנד באלד א יובל יארן. א דייטשער פובלישינג קאמפאני האט איהם געשיקט קיין ארץ ישראל פאר מער ווי זעקס מאנאטן.

טוביה שפרייזט דורך דעם לאנד אונטער פאלשע אידענטיציטעט, טיילמאהל אל'ס אן אראבער, רוב מאל אלס א דייטשער זשורנאליסט, און געציילטע מאהל אלס איזראעלי. ער טרעפט זיך מיט הונדערטער פערשוינען, פון מאכטפוהלע פאליטיקאנטן ביז עמך אידן און אראבער. שמוגעלט זיך אריין קיין פאלעסטין, באפריינדעט זיך מיט ג'יבריל ראג'וב אלס 'טובי דער דייטש', באזוכט יו.ען. און רעד קראס באאמטע, באטייליגט זיך אין שלום קאנפערענסן אין ירדן, און אויך... אין זיין געבורט'סשטאט בני ברק וועלכער ער האט נישט באזוכט זייט ער האט איר פארלאזט.

טוביה ברענגט אונז אויף זייער א עמיוזינג וועג דער שוידערליכע רעאליטעט ווי אידן פוהל מיט זעלבסט-האס צוזאמען מיט פיפיגע פאליסטינעזער שקרנים זוכן אפיהר די עוולות פון צה"ל, און ווען מען טרעפט זיי נישט 'פאבריקירט' מען שקרים וכזבים. און דאס אלס מיט די פינאנציעלע שטיצע פון איירופעאישן פאראיין וועלכער גיסט אריין שווערע מיליארדן (!) פאר דעם צוועק.

טוביה'ס רייזע ענטהאלט גאר 'פאני' און 'אמיוזינג' מאמענטן. ווצב"ש ווען טוביה באזוכט ביים כותל איינגעוויקלט אין א 'כאפיה' ווי א סעודי'שע אימאם, און גייט פראוואקאטאריש צו צי די עזרת נשים, דארטן טרעפט איהם אהן א היציגע פרומע איד פון ניו יארק וועלכיר באזידלט איהם מיט מיאוס'ע לאזונגען (פ** יו), טוביה דער אימאם זאגט איהם ווייך: "דא אינ'ם הייליגן לאנד טארן מיר זיך נישט באנוצן מיט אזעלכע פראסטע ווערטער. כ'מיין, איד, אז דיין פלאץ איז נישט דא. ברויכסט דיר אומקערן קיין ניו יארק..."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכימא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
חכימא האט געשריבן:תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים..."


כ'האב געליינט דער בוך אין ענגליש, בשעתה ווען ס'איז ארויסגעקומען און כ'האב זייער הנאה געהאט דערפון. דא האט איר אפאר געדאנקן וואס איך האב מיך דעמאלטס פארשריבן.

Every once in a while one should take a break of idealism and spend a day or two exploring reality. After reading, watching and hearing so much about the idealism and morality in connection to the situation in Israel, I found no better way to come back to reality than by the pure cynicism of Tuvia Tenenbom.

There’s no elaborate plot or major secrets revealed, yet I was glued to this book every free minute that I had in the past two days. Tenebom grew up in Bnei Brak and left his chareidi upbringing some thirty years ago for the intellectual and entertainment world. In this book, Tenenbom portrays himself as being a “post intellectual” who is done fooling himself to think that he is better than everyone and hoping for an ideal paradise (with no Jews in it).

Tenenbom was commissioned by his German publishers to roam the streets of Israel and Palestine for sixty days, meet all kinds of people, get a feel for the situation surrounding the conflict there and publish his findings in the form of a memoir.

Instead of doing what all other reporters and authors before him have done and report on the suffering Palestinian and the oppressing Israeli, Tenenbom uses his interviewing skills as well as his disguise as 'Tobi the German' to bring us stories that you will never hear about elsewhere. Stories like that the Jews never had a Kingdom in Israel, and that the real reason why the Kosel is a holy place is because Mohamed tied his flying mule to that wall when he ascended to heaven from Al Aqsa. Stories about Arab communities that don’t exist being demolished by the evil occupiers on a daily basis. Stories about how only the rebuilding of the temple can bring peace for extreme right wingers because of a passage in Isaiah.

Tenenbon is a masterful interviewer. He gets his subjects to say what they really think and want. He knows how to peel away all the clichés and one liners and get to the real objectives and beliefs. He talks to Israelis and Palestinians, leftists and settlers, Bedouin and Druze, Chareidi and Secular, Gays and straight. But most telling of all are his encounters with Europeans, who are there to “help”. You won’t find a more revealing account of the work by the Europeans and their Israeli goons on the far left, anywhere else. The best part is that you get to laugh while reading these sad accounts.

This book reminds me of another great book on Israel that I once read, titled Walking Israel, by Martin Fletcher. If this is a topic that interests you you should definitely read that book.

One great tidbit that I learned in this book is that Chareidim are the fastest xxxxxxx. I am not kidding you. You can take it straight from the hooker’s mouth. Two hookers in Tel Aviv told this to him when he interviewed (sure…) them on the streets of Tel Aviv.

This book is interesting, witty, funny, extremely informative and a very easy read. The one criticism that I have is that 460 pages is a bit too long for this topic, although he writes very concise and to the point.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב שוין דערמאנט דער פארשוין און זיין ביכער דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הוגה האט געשריבן:One great tidbit that I learned in this book is that Chareidim are the fastest xxxxxxx. I am not kidding you. You can take it straight from the hooker’s mouth. Two hookers in Tel Aviv told this to him when he interviewed (sure…) them on the streets of Tel Aviv.

די שטודיע טענה׳ט אז דאס שנעל מזריע זיין איז סעלעקטעד געווארן פאר עוואלושענערילי וויבאלד דאס האט געהעכערט די שאנסן פון געבוירן קינדער און טאקע האבן ווי מער. עס האט נאר אנגעהויבן ווערן גערעכענט ווי א פראבלעם ווען דאס סאציאלע אויסשטעל ביים מענטשהייט האט אריינגעלייגט געשלעכטליכע באציאונגען אין צו מער א ריקריעישאנעל פונקציע, ווי איידער אויפ׳ן ממש געבוירן וכו׳. נו, קומט דאך אויס אז דאס גיבט נאך א דימענציע צום העכערן געבורט ראטע ביי חרדים און זאגט אז חרדים זענען עוואלושענערילי סעלעקטעד פאר... ;)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא, עס האט מיר אויך געגריצלט אין די אויערן, אבער לדעתי אין בזה ללמד על הכלל כולו, ווייל ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן, נאר פאלשע פרשנות. ודו"ק.

(ר' חיים איז בימיו באמת נאכנישט געווען ידוע, און זיכער נישט אלס 'באבא')
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חכימא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא, עס האט מיר אויך געגריצלט אין די אויערן, אבער לדעתי אין בזה ללמד על הכלל כולו, ווייל ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן, נאר פאלשע פרשנות. ודו"ק.

(ר' חיים איז בימיו באמת נאכנישט געווען ידוע, און זיכער נישט אלס 'באבא')

ריכטיג, ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן. אבער א דרויסענדיגע וואלט עס נישט געקענט כאפן פאר קיין שום געלט. אזוי וויקעלט מען איין די פרשנות און די פאקטן אינאיינעם. און דעריבער קען מען אים נישט גלויבן ווען ער רעדט וועגן די פאלעסטינער. ווייל ער קען דארט שפילן די זעלבע געים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

"המזימה" פון מיכאל בר-זוהר

וויקעלט אויף די העכט אינטרעסאנטע און ווירקליכע געשיכטע פון פאול פאקנהיים, א איד וועלכער איז באפרייט געווארן פון דאכאו דורך די נאצי'ס ימ"ש, געשיקט געווארן קיין פאלעסטינע פאר א שפיאנאזש מיסיע קעגן די בריטן, פארכאפט געווארן דורך זיי, און געשטאנען פאר א מיליטערישע טריבונאל ווען די בריטן מיינען גאר אז ער איז הויכראנגיקע דייטשע גענעראל...
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

"המורדת" פון דבורה פעלדמאן

כ'בין נישט אויסן צו בארעדן דא די שרייבערין און איהרע מאטיוון, אדער דיסקוסירן צו זי איז גליקליך אדער נישט וכדו', דאס אלס איז שוין ברייט באשריבן געווארן דא. כ'וועל נאר פרובירן צו געבן מיין בליק פון א ריין ליטעראטורישע שטאנדפונקט.

ובכן, דער ביכל איז זייער גוט געשריבן. ברענגט זייער גוט ארויס די איידעלע כאראקטעריסטישע שטריכן פון די פארשידענע פיגורן. מאלט זייער גוט אויס די ווארימע דערשטיקענדע אטמאספער אין א אונגארישע שטיב אינ'ם אלטן פארצייטישן ווילי. די שטרענגע שטייפע חינוך וכו' וכו'.

א שאד נאר אז זי האט זיך אריינגעלאזט אין אינטימיע והמסתעף, וואס מיר פערזענליך קוקט אויס אז דאס איז געטון געווארן זיך 'אפצורעכענען' מיט איר מאן און אים מאלן אין א נעגאטיווער ליכט. עס פעלט נישט אויס און ברענגט גאר שטארק אראפ די ניווא פון די בוך.
ודי לחכימא ברמיזא
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

ונבנתה העיר האט געשריבן:יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.
An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.
כ׳בין פערצופאל אריינגעפאלן אין דעם אשכול בשעת׳ן שטילערהייט stalk׳ן איינע פון די אלטע חברים דא… עניוועי, דעם בוך האב איך געליינט א וויילע צוריק אויף די רעקאמענדאציע פונם ירום הודו מר. אבאמא. ס׳איז א גוטער בוך, נישטא וואס צו רעדן, ס׳גיבט א גוטע אריינבליק אין די טיפעניש פון טראמפ-לאנד און די distrust וואס הערשט צווישען די צוויי זייטן. דער בוך נעמט אויך ארום נושאים פון אביוז, פאמיליע פארראט (betrayal), און אפשר אן אריינבליק וויאזוי א רעליגיע ארום א נביא קען זיך פארמירן.

מיין פראגע צו @ונבנתה העיר איז, וואס אין די בוך איז געווען אזוי ״מאכטפול״ אז דו האסט עס געוואלט אבערליינען א צווייט מאל? אויכעט וואס זענען די ערשטע צוויי ביכער?

מיינע צוויי-מאל געליינטע ביכער זענען The Snowball ביי Alice Schroeder א גאר גוטע ביאגראפיע אויף ווארען באפעטט (דאס ערשטע מאל האב איך געהערט די אודיא, גאר גוט. דאס צווייטע מאל, געליינט בעיון מיט די פוט-נאוטס).

אויכעט עטליכע ביכער פון מאריא מונטוסורי און די סייענטיפישע ערקלערונגען פון Angeline Stoll Lillard האב איך איבערגעליינט צוויי מאל. כ׳האב אפילו געהאט א חלום צו עפענען א היימישע מונטוסורי שולע אבער די עול הפרנסה און די תאוות הממון און די תירדות הבלי הזמן האבן זיך ליידער גובר געווען בעונותינו הרבים :(
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

שכוח פארן ארויסשלעפן אזא שיינער אשכול פון די קעלערן, און אז די וועסט מצליח זיין ארויסצושלעפן @ונבנת וועט זיין נאך בעסער.

איך האלט יעצט אינמיטען ליינען (בעסעס געזאגט, ס'איז אויפגעמישט אין מיין קינדל) american shtetl די היסטאריע פון קרית יואל, זייער פרעפעציאנאל און באלאנצירט געשריבען
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

מיין פלעזשור! טאקע א פליאה פארוואס אזא אשכול זאל אזוי טיף איינזינקען.

כ׳האב פארפאסט די ארויסקום פון די בוך וואס דו ליינסט. עפעס זע איך צוויי נעגעטיווע ריוויוערס אויף אמאזאן רעדן זיך אפ אז די בוך לייגט צופיל דגוש אויף די לעגאלע געפעכטען (בנוגע די סקול דיסטריקט מסתמא) אין קרית יואל, איין ריוויוער זאגט די בוך איז נישט מחדש קיין סאך. איז דאס ריכטיג?
מיין אמת

שליחה דורך מיין אמת »

פאר די וואס האבן ליב צו ליינען מאמע לשון, דא איז לינק צו שלום עליכם'ס ערציילאנגען https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish ... tents.html
פארשפארט