שושנים #11: טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו‎

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

שושנים #11: טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו‎

שליחה דורך אפטעמיסט »

אמאל געווען א בחור
צו גאט און צו לייט,
געהאצקעט און געלערנט —
אביסל אויף די זייט.

פחדים געוועזן
דער טאטע געציטערט,
קיין נחת געזען
די מאמע ערשיטערט.

טראצדעם געשטויסן
דעם תורת אמך,
גע'טענה'ט מיט רעכט
שמח בחור בילדתך.

ערענסט גערעדט —
נישט געווען געפערליך,
דער בחור געלערנט
אויך געווען ערליך.

מחיה דאס לעבן
אלס מיט א שמייכל,
געריקט אן רחמנות
און געבויט א בייכל.

יובל'ט געהוליעט
קיין קאנסעקווענצן,
איינער אליין
קיין מיינונגס-דיפערענצן.

ס'איז אבער געקומען
א טאג א שיינעם,
דער בחור געוואלט
אין זיין לעבן נאך איינעם.

טלית, רבינו תם
און די אלע צוגעהערן,
אויך פון מאחורי
האט ער אנגעהויבן קלערן.

חס ושלום, ניין!
א בת-קול איז מאיים,
בחור די מאכסטעך
חרוב בידיים!

זע, אבער ווי יעדער
טראכט ער צו זיך,
יעדער הייראט
און וואו בין איך?

קוים געזען
גארנישט געטראכט,
א האלבע בישאו
און טעלער געקראכט.

ווער האט געהייסן
די גלעזל צוטרעטן,
למה ואמאי
ווער האט מיר געבעטן?

נישט קיין לאוו ווי וואסער
ווי געווען איבערגעצייגט,
נישט קיין עזר-כנגדו
און מאחורי זייגט.

תלוש וואס איך בין
געוועזן א גראף,
יעצט ווי א שוטה
געווארן א שקלאף.

חמרמרו מעי
על שבר סתם עמי,
מרו מריתי
והדמעות לא יתמו.

זכרים טייערע
וואס זענען נאך סינגל,
טראכט גוט
פאר איר געט די רינגל.

קען טאקע זיין
ס'וועט זיין צוקער,
קען אבער זיין
זי וועט זיין שיכור.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר