לעיקוואד האט געשריבן:עס זעהט מיר נישט אויס צו זיין אזוי דער מציאות כמעט קיינמאל. מיין טענה איז פלעין מיר האבען אלע געלערנט אין ישיבות אין יעדער ישיבה איז דא אן עלעמענט וואס איז עוסק בעיקר און שמוץ, עס זענען דא קוריאזע לב טהור / ננח / וואטעווער טייפס, גדליה נדל/ ק''ש/ אויפגעקלערט טייפס, פון אלע מינע, און איך האב פשוט נישט געזעהן עס זאל געשעהן אזויווי דו לייגסט אראפ עס זאל ווערן א חשש פאר די גאנצע ישיבה אז אנדערע טאטעס זאלן זיך דארפן זארגן. עס ארבעט פשוט נישט אזוי, און ווען מפאדערט ווארפן וועגן אזא זאך איז דאס כמעט קיינמאל נישט וועגן באמת עס איז דא אזא חשש נאר דער חשש איז פאר דער מנהל'ס כבוד / קאנטראל. טעארעטיש וואלט געווען א צד ווי דו זאגסט עס איז אבער פשוט נישט במציאות אזוי.
קודם כל, וויל איך אביסל מוחה זיין. הרב גדליה נדל איז געווען אן אמת'ער אדם גדול און א ת"ח עצום וואס האט זיך פארשווארצט דער פנים לכבוד ה' ותורתו, און ס'קומט איהם נישט קיין נאמען אן א הרב, און אויך נישט צו זיין א חלק פון אזא רשימה. אמת א בחור וואס גייט איהם נאך איז עפ"י רוב נישט פון גרויס הבנה נאר פון אויבער חכמה, אבער מ'דארף רעדען מיט ד"א.
לגבי ארויסווארפען בחורים - ווי איך האב שוין אמאל געשריבען דא אויף ק"ש, ווען א ראש ישיבה איז טאקע לש"ש און ער ווארפט ארויס בלית ברירה מיט א הרגש פון אחריות, און ער לאזט נישט דער ארויסגעווארפענער בחור אויפ'ן וואסער נאר ער האלט א קשר מיט איהם און איז איהם מחזק, ער טרעפט איהם א פאסיגע ישיבה אדער סביבה און טוט וואס ס'איז בכוחו איהם צו העלפען, האט עס אן אנדערע פנים. נאר טאמער דער ראש ישיבה איז א שלעכטע און דער קיילא מאכען אנדערע איז נאר א תירוץ, ער וויל זיך נישט פארען מיט אזא בחור, איז דאס ביטער.
בקיצור מ'דארף נישט האלטען דער מעשה נאר דער מענטש. ווען דער ראש ישיבה איז וואויל, קען מען זיך פארלאזען אז ער טוט צו דער זאך. און ווען דער ראש ישיבה איז אן אויסווארף, איז דאס אויך נישט אין פלאץ צו האנדלען זיין רעכטען.