הקטן האט געשריבן:מי אני זערא רעדט דאך אויך בעיקר פין פרויען
impedes marriage and the entire life of a woman ... and destroys love
-----
“The relationship between [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] frequency and sexual satisfaction is neither simple nor straightforward; across all relationship types, too little or too much [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] is associated with lower sexual satisfaction, suggesting that an optimum exists in terms of frequency related to higher satisfaction levels,”
Dr. Nitzan Peri-Rotem
מי אני האט געשריבן:... וואס מ'קען זיך... א ראיה ברענגען איז צו דעם געדאנק פון ר"מ בנדה לא: אז צופיל געשלעכט פארמינערט דאס געשמאק דערין.
און דאס איז שוין יא דירעקט רילעטעט צי די נדה/טהרת המשפחה -
אין אט דאס האב איך געמיינט!
פין ר' מאיר זעלבסט קען איינער זען אויבערפלעכליך דאס נידה איז מענלי די בענעפיט פין די מאן
פין די לינק קימט צי דער קנייטש דאס די פרוי פארדינט אויך פין דעם סוגה בשושנים -
יעצט גיי זאג פאר זערא אז ער פארשטייט נישט אלס, פין זיין שמאלע קיק ווינקעל
איז צושטאַט: אויף די איינע פונקט פון יאַקוּבּ׳ס קריטיסיזם זיינע, איבער די חלק פון געשלעכטליכע אהבה, טרעפט מען א שטודיע פון רעליגיעזע מענטשן וואס האבן ווייניגער געשלעכט אבער די געשלעכט וואס זיי האבן יא איינע מיט׳ן אנדערן איז מיט מער קוואליטעט. ולא זו בלבד, נאר אנדערש ווי ר״מ וואס זאגט אז ביי מענער איז עס אזוי, זעהט מען דא פארקערט: דייקא נישט ביי מענער נאר ביי פרויען. אבער נאך אלס לכאורה דלא כיאַקוּבּ בזה.
איז אבער וואלט יאַקוּבּ געקענט טענה׳ן אז דאס איז גאר א
ראיה צו אים. והיינו, כאמור איז די סעמפּל אינעם שטודיע פון רעליגיעזע מענטשן וואס האלטן אוסדרוקליך
נישט הלכות נדה מכל וכל, און פונדעסטוועגן האבן זיי נישט אזויפיל געשלעכט פשוט אלס לכאורה די טירדות פון פארהייראטע לעבן, לויפן נישט נאך אנדערע פּאַרטנערס וכו׳. און ווי די שטודיע אליין זאגט איז צי סאך געשלעכט נישט גוט
אבער צי ווייניג אויך נישט, ווי דו אליין האסט ממש פריער ציטירט פון זיי. נו, איז אז מ׳לייגט צו אויף די מענטשן שמירת הלכות נדה איז יש לטעון אז דאן וואלט דאך זייער געשלעכט לכאורה געווען נאך ווייניגער, וואס דאן טויג נישט. וזה כיאַקוּבּ. עכ״פ קיין ראיה לחובתו איז עס נישט אפילו אין דעם פרט.
אבער ס׳איז מער ווי דעם. צוערשט צו
ציטירן פון
@אדנירם׳ס ארטיקל בריש האשכול, וואס וועגן דעם בכלל האב איך דאך דא צוגעלייגט יאַקוּבּ׳ס טענה:
אדנירם האט געשריבן:מיר זעען קלאר איין זאך, אז די גאנצע געדאנק פון א נדה איז אריבער א ריזן טראנספארמאציע פון ווען די מצוה איז געגעבן געווארן, עד ימינו אלה. פון א פארשעמטע פרוי, וואס מ'קוקט אן מיט ברילן פון א פרוי וואס באזיצט בייזע כוחות, איז זי פארוואנדלט געווארן אין א פרוי וואס הייבט אן א הייליגע התחדשות חודש'ליך, ברענגענדיג אלע גוטע השפעות פאר איר שטוב.
דער ווענדפונקט איז לכאורה דאס וואס ווערט שוין געברענגט אין גמרא (מסכת נדה ל"א ע"ב): "תניא היה ר"מ אומר, מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה, מפני שרגיל בה וקץ בה, אמרה תורה תהא טמאה שבעה ימים, כדי שתהא חביבה על בעלה כשעת כניסתה לחופה". דער טעם, טאקע א ליבליכע און ווערט טיפישערהייט אויסגענוצט דורך בעלי מחזירי בתשובה ווי דורך בעלי השקפה למיניהם, איז קלאר נישט פשוט פשט.
והיינו, היינט האט מען טאקע אפגעלאזט די גאנצע געדאנק פון ״נדה״ און מ׳האלט נאר אָן דאס געדאנק פון נישט האבן געשלעכט און מ׳האט דאס געגעבן ר״מ׳ס פסיכאלאגישע אמתלא. אבער יאַקוּבּ, וואס האט געלעבט אין ארץ כוש אין די 1600׳ס און ווארשיינליך נישט געהאט עקסעס צום תלמוד און נאר צו תנ״ך, באציהט זיך צו, ווי ער זאגט, ״
משה׳ס געזעץ״ - התורה. וואס דארט, ווי
@אדנירם ברענגט ארויס, איז אשה נדה בעצם א pariah (און מ׳קען טענה׳ן אז עס האט נאך אלס עפעס vestiges איבערגעבליבן דערפון עד היום הזה בינינו אויך). און די געדאנק טענה׳ט ער:
impedes marriage and the entire life of a woman, and it spoils the law of mutual help, prevents the bringing up of children, and destroys love
יעצט, לגבי די חלק פון געשלעכטליכע אהבה הא׳מיר געוויזן אז די שטודיע איז נישט קיין ראיה לחובתו, ואפילו בימינו. ולכאורה כ״ש אויף די אריגינעלע מהלך במצות נדה. ולגבי העלפן און אויפציהען קינדער איז אפילו בימינו, ועפ״י ההרחקות שביו״ד סימן קצה, קען מען טענה׳ן אז דאס שטערט דערצו.