"אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:50 pm

פון דעם ליקוט
אשכבתיה דרב - הרב שטיינמן ז''ל-.jpg

האט דער שרייבער ווייניג געברענגט
די גרויסע ווארטזאגער בזמנינו זאגן אסאך אויפן נפטר
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2109
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

הודעהדורך אויסער געווענדליך » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 6:59 pm

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......

די ארטיקל איז געווען זייער א שיינער און איך האב אסאך הנאה געהאט דערפון. כה לחי!
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך גדליה » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:53 pm

איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון די ארטיקל אויף הרב שטיינמאן. עס איז א וואונדערליכע ארבעט און א גרויסן יישר כח.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 870
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1333 מאל

הודעהדורך קפה נמס » פרייטאג יאנואר 26, 2018 1:55 am

יהוד"ה אתה יודוך אחיך !
איך גיי ארויס פון התפעלות פון דיין ארטיקל. הערליך באשריבן און בקוצר אמרים ארומגענומען די קורות חייו פון דעם הפלא'דיגן איד.
ספעציעל האב איך הנאה געהאט ווי אין קורצן דו האסט באשריבן די לעצטיגע יארן אן אריינקריכן אין די שמוץ פון די פאליטיק. מ'זעהט אז דו ביסט גאר גוט באהאוונט אין די נושא.
כ'קען קוים ווארטן פאר דיין חלק ב' צו זעהן באשריבן די חכמת החיים פון דעם דארן איינגעקורטשעטן אידל וואס האט זיך געלעבט אין זיין וועלט פון ערכים אויסרייסנדיג אינגאנצן זיין אנוכיות.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך קפה נמס » פרייטאג יאנואר 26, 2018 3:39 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא. אין די יארען פון הרב אלישיב, האט הרב שטיינמן געפיהרט אלסדינג וואס האט צוטוהן מיט ישיבות, און אלע אנדערע זאכען האט הרב אלישיב געפיהרט. נישט ווי די עץ׳ניקעס ווילען זאגען אז הרב אלישיב איז געווען אלס, און נישט ווי יהודה מאשקאוויטש וויל זאגען אז הרב אלישיב איז געווען קלענער אין פיהרערשאפט ווי הרב שטיינמן. נאר דייקא אזוי.



@ליטוואק,

דו האסט מיר אמאל גע'טענה'ט אין אן אנדערן אשכול אז הרב אלישיב האט קיינמאל גארנישט געהאט מיט די הנהגה אין עניני הכלל... עניוועי, @יהודה האט זייער ריכטיג און קלאר אראפגעלייגט די סדר הדברים אינעם ארטיקל, יעדער וואס האט מיטגעהאלטן יענע יארן וואס האט זיך געטון אין א"י קען מעיד זיין אויף דעם.

מ'דארף אבער געדענקען אז מיט דעם אלעם וואס רב שטיינמן איז געווען די אדרעס פאר רוב עניני הכלל והפרט, האט די ליטווישע וועלט אנגענומען רב אלישיב פאר די ממשיך אין הנהגת הדור און אלץ דער פוסק אחרון אין אלע פאליטישע ענינים.

דאס איז ווערט טאקע ארויס צו ברענגן ענוותנותו של רב שטיינמן וואס האט אסאך מאל אנגעפילט א מויל מיט וואסער און געשוויגן ווען עס איז ארויסגעקומען אזעלכע פסקים פון רח' חנן 10, וואס רב שטיינמן וואס איז געווען מעורב בתוך הענינים האט געוואוסט ווי שטארק דאס קען קאליע מאכן זיין ארבעט און ווי נישט דורכגעטראכט די החלטות זענען, און דאך האט ער אנגענומען די פסקים מיט א התבטלות וויסנדיג אז רב אלישיב מאכט יעצט די החלטות ואין אחרי דבריו כלום.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך קפה נמס » פרייטאג יאנואר 26, 2018 3:45 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יח. דער שרייבער באשרייבט מיט גליק דער גרויסע זיג פון איבערנעמען דער יתד. אוודאי איז עס געווען אויסגעהאלטען און פארשטענדליך, דער יתד האט נישט געמעגט זעין נחלת הפרט, דאס איז אלס נאר געווען א שופר פון גדודלי ישראל. אבער פראקטיש ווייס איך נישט צו עס איז געווען אזא זיג. די ׳פלג הירושלמי׳ באשטייט פון מענטשען וואס שפירען זיך באקריוועדעט, און זיי טוהן כל שטות שבעולם זיך צוריק אריין צו רוקען אויף מענטשנ׳ס געוויסען. די בחורים׳לעך זעמען די useful idiots פאר די פיהרערשאפט דארטען זיי צו מאכען בלייבען רעלעוואנט. די אלע שיטות און קנאות לש"ש, וואלט מען מעגליך געקענט פארמיידען ווען נישט פאר דער איבערנעמען פון דער יתד. ווער זאגט אז דער שריט איז געווען אזוי קלוג?






כ'האב נישט קיין נערוון אריינצוקריכן  אין דעם אבער איך געדענק נאך די מימרא פון ח"כ אברהם רביץ ע"ה אויף דגל און יתד "זה לא תנועה שיש לו עיתון, זה עיתון שיש לו תנועה". די באהערדע אין די יתד אפיס האב אנגעדרייט אלעס אינקלודינג ווער עס זאל זיין חברי כנסת און ראשי עיריות, און פארשטייט זיך אין מער יסודות'דיגע שאלות אין השקפה און בעיות הזמן. ס'איז נישט געווען מעגליך פאר רב שטיינמן איבערצונעמען די הנהגה ווילאנג זיי זענען נאך געזעצן ביים רעדל.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך קפה נמס » פרייטאג יאנואר 26, 2018 3:52 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יח. מ׳דארף פארשטייען אז די ע"ץ פארטיי באשטייט נישט פון בעלי שיטה, וואס האבען פונקט געהאט א צייטונג. די צייטונג איז גאר געווען די תכלית פון די שיטה, עכ"פ ביי די בעלעבתים פון דער פארטיי. ממילא האט דאס ארויס נעמען די צייטונג פון זייער הענט פאראורזאכט נייע פראבלעמען.
כל זמן זיי האבען געהאט די שופר אין האנט, זענען זיי געווען רעלאטיוו מעסיג. יא, לויט די היינטיגע סטאנדארדען אין הפלס זענען זיי געווען נאך איינצושלינגען. ווען מ׳האט סדר געמאכט, איז געבליבען א ריזיגע ציבור אן א מאכט. זיי האבען זיך דעמאלס ראדיקאליזירט אויף א ריזיגע פארנעם.



ס'האט זיך געלוינט אפי' הכי ווי פריער געענטפערט. בד"וו דאס וואס דו רעדסט וועגן א ריזיגע ציבור וואס איז געבליבן אן מאכט איז נאכנישט געווען ריכטיג יענע צייט, און די הצלחה פון די 'בני תורה' פארטיי האט קיינער נישט געקענט פאראויס זעהן.

ווען נישט וואס לפיד איז עולה לגדולה און די "גזירת הגיוס" ווערט א ברענענדיגע נושא וואלט עפ"י דרך הטבע יעדער זיך געבויגן צו הרב שטיינמן און אנגענומען זיין הנהגה אינגאנצען ברצון צו האלב ברצון. ליידער, מעשה שטן הצליח (אדער, העברת פי ה' היא לא תצלח- ווענדט זיך וועלכע זייט איר שטייט) און די דעמאלס'דיגע מצב האט צוגעגעבן צו דעם אז די אלטע "יתד" קליקע זאל קענען משכנע זיין ר' שמואל אויערבאך אז ער גייט דא ראטעווען כלל ישראל פון אונטערגאנג מיט די ריכטיגע דרכי מלחמה און פון דארט ביז מאכן א רעוואלוציאנערישע ווינט איז געווען א שפאן.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:28 pm

איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2109
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:31 pm

אינטרעסאנט, אפילו דער מיט די מערסטע מאס נגיעות, קען נישט אויסזאגען אז הרב שטיינמן האט עטוואס מסכים געווען צום נחל החרדי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

הודעהדורך יהודה מאשקאוויטש » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:00 am

יאיר האט געשריבן:איך האב זיך איינגעהאנדלט דעם וועקער און די ערשטע זאך דורכגעליינט די ארטיקל אויף רב שטיינמאן.

א גרויסן ייש"כ פאר אונזער שרייבער פאר דעם אויספירליכן באשרייבונג איבער דעם גאדל, איך האב טאקע נישט געליינט אין ערגעץ אזא ביאגראפי און עס איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט פארשידענע פרטים, ווי למשל די פרטי המחלוקת לגבי די צייטונגען, מען זעט אז דער שרייבער איז גוט באקאנט אין די אינערליכע פאליטיק דארט. איך בין נישט באקאנט מיט די ישיבישע וועלט מילא האב איך נישט וואס צו מעיר זיין.

במאמר המוסגר בין איך געווארן אביסל אנטוישט פון די אריכות און די גוזמאות. אזעלכע סטעיטמענטס ווי מאז היתה ישראל לגוי איז קיינמאל נישט געווען אזא מנהיג בישראל מאכט דאס אויסזען ווי א בלאט באשרייבונג. רב שטיינמאן איז געווען א חשוב'ע איד, א געהויבענער בן תורה וועלכע האט געלעבט אן אפגעזונדערט לעבן פון עולם הזה, גלייך ווי טויזנטער בני תורה אין ארץ ישראל. ער האט אויך געהאט א קאפ אויף די פלייצע און אפילו געשריבן א כמעשה'דיגע חיבור אויף מסכתות הש"ס. משום איזה סיבה איז ער געקרוינט געווארן מיט'ן כתר גאדל און פון דא איז שוין געווען א קורצע שפרינג צו ווערן באטיטלט אלס א קדוש וטהור און גאון עצום דורך די יתד און אלס מסית ומדיח דורך דער איד. די ארטיקל אליין ווייזט אן אז אפילו נחל חרדי האט ער נישט גענימען אויף די אייגענע פלייצע (כ'ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אמת).

ווען מען רעדט פון מאכטפולע מנהיגי ישראל בעבר ובהוה קומט שטיינמאן אפילו נישט צו לקרסולי רגליהם. אפילו למשל אזא מנהיג ווי בעלזער רבי איז א שטערקערע מנהיג מיט מער כוח און מער חידושים אין הנהגה ווי רב שטיינמאן. רב שטיינמאן האט בסך הכל perpetuate דעם זעלבן מיינונגסלאזן סיסטעם פון בויען נאך ישיבות און נאך כוללים און צולייגן נאך בענק און נאך טישן און נאך גמרות, אן קיין שום foresight ווי אזוי דער פלאן איז דאס זאל זיך אויפהאלטן אין עתיד.

דער מאדנע זאך איז אז רב שטיינמאן אליין, זייענדיג א גרויסער פשטן, האט דאס מכיר געווען, און דאס איז געווען דער גאנצע ציל פון די צוואה. צום באדויערן מאכן די חסידים פון דעם א תורה שלימה, און די שרייבער פון די וועקער ארטיקל גייט אין זייערע פיסטריט.

בכל אופן, ש'כח פאר דעם שיינע ארטיקל. ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען. איך קוק פאראויס צו ליינען די צוויטע טייל, און כ'האף אז דארט וועלן זיין נאר באגרינדעטע נארמאלע זאכן אן די שמועות פורחות און גוזמאות וואס פאסטן פאר מחניים ביכלעך.

א. מאז היתה ישראל לגוי איז נישט געווען אזא מנהיג, איז נישט קיין גוזמא (כ'האב גראדע נישט גענוצט אזא פראזע, ווייל דאס ספעציפיש איז טאקע נישט אמת. ענליכע לשונות האב איך יא גענוצט). כ'האב אפילו אריינגעקלערט אין דעם פאקט איידערן אראפשרייבן דעם טיטל, טאקע וויבאלד ס'הערט זיך היבש מוגזם'דיג און צייטונג שרייבעריש. אבער אין פאקט איז ער פארט געווען א מנהיג וואס די וועלט האט נישט געזען מאז תקופת הגאונים, וואס האבן געהאט א כח אויפן כלל.
זינט דאן, איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז איין גדול זאל האבן אזא מאכט אויפן כלל הציבור, בחייו, ווי הרב שטיינמאן. נישט רבינו גרשום מאור הגולה, נישט דער רמב"ם, נישט דער רא"ש, נישט דער תרומת הדשן, נישט דער נודע ביהודה, אא"וו. ער האט געהאט א כח אויף חסידים, ליטאים, און ספרדים, מער ווי סיי וועלכע גדול בישראל בעפאר אים. אדרבה, טשאלענדזש מיך דערוועגן.
ער איז טאקע נישט געווען דער מערסט מאכטפולער מנהיג. סך הכל איין מנהיג בעפאר אים, הרב שך, איז געווען פון די מאכטפולסטע מנהיגים וואס די אידישע וועלט האט געזען אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר, אבער ער איז יא געווען דער מערסט אנגענומענער מנהיג וואס די מערסטע עדות בישראל האבן זיך גערעכנט מיט זיין דעה און האבן זיך מתכופף געווען צו אים, וכנ"ל.

ב. משום איזה סיבה איז ער געקרוינט געווארן אלץ גדול. דיינע ווערטער זעלבסט זענען דעם ענטפער צו דיין טענה/פראגע. אינעם ארטיקל האב איך טאקע פרובירט צו ערקלערן, אז ווען מיר פארטיפן זיך אין משנת חייו זעט מען אז ער איז געווען דער לעצטער קאנדידאט צו "ווערן געקרוינט" אלץ גדול. ולא זו אף זו, וישטמוהו ויריבו עמו בעלי חיצים טאקע פונעם ליטווישן פראפאגאנדע מאשין פון יתד נאמן, און עס איז אפילו געווען נאך א קאנדידאט - הרב אלישיב. טראץ די אלע שטרויכלונגען איז ער געווארן דער אנערקענטער גדול בישראל, און דאס ווייזט אויף יותר ממאה עדים אז ער איז נישט "געקרוינט געווארן" אלץ גדול, און אוודאי נישט "משום איזה סיבה".
עס איז געווען זיין גדלות בתורה, זיין באהאוונטקייט אין וועלטליכע זאכן/פאליטיק, זיין פארשטאנד אין נבכי נפש האדם, זיינע שארפע בליציגע בריסקע ענטפערס, זיין צדקות וסגפנות, און נאך א שלל כוחות וואס האבן אים צוביסלעך אויפגעבויט זיין נאמען מער און מער אלץ אויפגייענדער שטערן. עס איז קלאר נישט געווען דער סטיל "הכתרה" אלץ גדול "משום איזה סיבה".

ג. א שאד אז דו מאכסט הנחות באזירט נאר אויפן טייל וואס בארירט "תולדות חייו" און נישט "משנת חייו". אין זיין ביאגראפיע איז נישט שייך צו באשרייבן זיין פערזענליכקייט בנוגע שיטות און ספעציעלע אויפטואונגען, אויסער די טיפיקל "מקים עולה של תורה" וואס איז טייל פון זיין "גדול הדור" טיטל אינערהאלב זיין תולדות וקורות החיים. ווידער אלץ וואס בארירט זיינע פערזענליכע אייגנשאפטן, פון זיין חכמה ביז זיין איבערגעגעבנקייט, פון זיין פראגמאטישקייט ביז זיין אייגנארטיגע סגפנות, אא"וו, וועט אי"ה באשריבן ווערן אינעם קומענדיגן טייל, און האפנטליך דארט וועסטו פארשטיין מיט וואס ער איז געווען א מחדש אלץ מנהיג.
נאר פאר אן אנהויב וועל איך דערמאנען בקצרה: זיין צוגאנג צו די "חרדים עובדים" (וואס די רשעות'דיגע צייטונג רעדאקטארן האבן שוין אנגעהויבן צו באטיטלען "חרדים חדשים"), זיין ביטול המחלוקת מיט חב"ד - זיך אפילו טרעפנדיג מיט החוזר הידוע הגה"ח ר' יואל כהן, און אפילו זיין נאענטקייט מיט חסידים בכלל, זיין פארשטאנד צו יהדות ספרד און זיין מערכה קעגן אפליה אין די ליטווישע מוסדות, זיין פארווע צוגאנג צו נח"ל חרדי - וואס יעדער האט פארשטאנען אז קיין קנאישע צוגאנג צו דעם האט ער נישט, זיין האלבע הסכמה צו געוויסע מכללות זיך צו לערנען א פאך, זיין בליק אויף יחסי חרדים/מדינת ישראל, אא"וו.
מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז אויב וואלט ער געווען מער אויסגעשפראכן מיט זיין פראגמאטישקייט וואלטן צופיל מענטשן זיך מתנגד געווען צו אים, און אן זיין דעם גדול הדור וואלט ער קיינמאל נישט געקענט אדורכפירן דאס וואס ער האט יא אספיעט צו טון.
ווידער זיין בליק איבער בויען ישיבות און כוללים האט דאך ליטוואק פון בודאפעסט ריכטיג אפגעענטפערט אז דאס איז קיין טענה. ער האט זיך קיינמאל נישט גע'שמד'ט פון זיין ליטווישע השקפה, און ער וואלט דאס ניטאמאל באדארפט צו טון. סך הכל האט ער געמאכט די בעסטע דזשאב וואס האט זיך פארלאנגט אין זיין מאכט, ארויסצואווייזן פארשטאנד צום היינטיגן וועלט און זיין מער פראגמאטיש ווי זיינע פארגייער.

ד. הרב שטיינמאנס צוואה איז טאקע א גרויסע חידוש אפילו פאר אים זעלבסט, וואס האט געוויס געוואוסט זיין חשיבות אין די תורה וועלט. ער האט דאס געשריבן האלטנדיג אז אין הימל האט ער גאר אן אנדערן ארט, און יעדעס איבעריגע שבח וועט אים נאר איינזאלצן. דאס האט גארנישט מיטן פאקט אז ער האט געוואוסט אז ער איז פון די גרעסטע סגפנים פונעם דור, פון די גרעסטע מתמידים פונעם דור, און דער גרעסטער מקים עולה של תורה פונעם דור. דערפאר האט עס אויך גארנישט מיטן פאקט אז ווען מ'באשרייבט יא זיין תולדות החיים, מיט די שבחים וואס קומען מיט מיט דעם, איז עס נישט אין קאנטראסט מיט הרב שטיינמאנס מיינונג איבער זיך זעלבסט, הגם עס איז יא אין קאנטראסט מיט זיין בקשה אין זיין צוואה.

ה. אינעם צווייטן טייל וועל איך אראפברענגען ערשטהאנטיגע מעשיות, אבער ווי פארשטענליך רוב פון זיי אן די נעמען פון די ערציילער, וועמען איך קען פערזענליך. איך קען יא מעיד זיין אז זיי באשטייען פון מרביצי תורה, רמי"ם ראשי כוללים ומחברי ספרים, וואס האבן פערזענליך מיטגעהאלטן די עפיזאדן און אנעקדאטן ביי הרב שטיינמאן.
ווידער אויב רעדסטו פון "שמועות פורחות און גוזמאות" וואס זענען אריין אינעם ערשטן טייל, וואלט איך געוואלט וויסן וויפיל זאכן וואס איך האב געשריבן זענען נאר בגדר שמועות פורחות (איבער "גוזמאות" קען מען זיך טענה'ן, ווייל יעדער האט זיין זעלבסטשטענדיגע הבנה אין דעם טערמין וואס איז רעלאטיוו, אבער שמועות פורחות דארף א באזיץ). א דאנק.


א דאנק פאר דיינע קאמפלימענטן, און אויך פאר דיין אבזערוואציע וואס איז פארט אינטערעסאנט.
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:15 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:06 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, אפילו דער מיט די מערסטע מאס נגיעות, קען נישט אויסזאגען אז הרב שטיינמן האט עטוואס מסכים געווען צום נחל החרדי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כמובן אז דאס גייט נישט משנה זיין די דעה ביי די וואס האבן א חוב קדוש צו גלייבן אז רב שטיינמן האט געשטיצט די מיליטער.

אגב, דאס וואס בר חיים זאגט אז רב שטיינמן האט קיינמאל נישט געהעצט קעגן מיליטער איז ריכטיג און ביז די לעצטע יארן וואס די אומ'אחריות'דיגע פלג האט ארויסגעשפראצט האט קיין איין גדול אדער אדמו"ר אדער ח"כ נישט גערעדט ברבים קעגן גיין אין מיליטער.

רעדן קעגן מיליטער אין א"י וואלט געווען אזויווי מ'האלט אינמיטן די מערכה אין אמעריקע מיט די "עדיוקעישאן דעפארטמענט" און מ'פראבירט זיי איינרעדן אז מ'לערנט געהעריג סעקולארע לימודים, און א אדמו"ר שטעלט זיך אויף געבן א דרשה אויף ענגליש קעגן לערנען סעקולארע לימודים, מ'וואלט דאך אים פארשטיינערט פאר'ן קאליע מאכן די מערכה און מגרה זיין את הדוב.

ס'איז מיר אסאך מאל ממש א פלא ווען נארמאלע מענטשן זאגן מיר אז די אדמורי"ם אין א"י העלפן צו מיט די 'גזירת השתקה'.... און מ'האט נישט ארויס דאס מינדעסטע וויאזוי זאכן גייען צו דארט.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך יהודה מאשקאוויטש » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:22 am

נאך א מיינונג האט געשריבן:פערזענליך בין איך זייער נישט אנציקט פון די ארטיקל. די אלע אינפארמאציע איז בלויז א ליקוט פון די צייטונגען פון די לעצטע חודש, אלס איז שוין אוועילעבעל דארט. איך האב נישט באמערקט קיין נייעם בליק אדער דערהער, נאר די אויסגעדראשענע לאזונגען פון מנהיג\קדוש\מימרא פון דער חזו"א. מען גיבט איהם קרעדיט פאר עפענען מוסדות, משל ער וואלט געווען א חסידישע רבי וואס על שמו הוקם בלאה בלאה, ווען למעשה האט ער נאר געשיקט א צווייטען טוהן. און נאך אזעלכע קינדישע מימרות, וואס פאסען פאר גאס צייטונגען, נישט דער וועקער. איך מיין דער פריערדיגע ניק פון יהודה מאשקאוויטש איז גאנץ קענטיג פאר יעדער וואס קען אביסל אין קאוועשטיבעל, און זה דרכו כסל למו, אויסצורימען יעדער באשריבענער ביז גאר, אן קיין שום סענס אוו פראפארשען. יעדער מענטש האט זיין נאטור, און מיר וואלטען געוואלט הערען דער אייגענארטיגקייט פון הרב שטיינמן, נישט אז ער פאסט אריין אין די באקס פון אנדערע באשריבענע גדולים.

ועל כולם, וואס האט מיר געשטופט צו שרייבען א שארפען תגובה דערויף, איז דער נידערטרעכטיגע סאטמארער סארט שריט פון מוזען באשמוצען איינעם אויפצובויען א צווייטען. וואס האט אויסגעפעלט די קינדערישע שטעכעריי צו הרב שך? איז הרב שטיינמן טאקע נאר גרויס ווען הרב שך איז קליין? דער קטנות פון די שרייבער לאזט זיך נישט אויסרעדען בכלל אויף אזא שריט.
און טאקע לגבי וואס ער האט געשריבען. הרב שטיינמן האט זיך ב"ה נישט געדארפט מוטשען מיט חב"ד ווייל הרב שך האט שוין קעיר גענומען. יעצט קען ער זיין די וואוילע. הרב שך האט געטון די דזשאב וואס אנדערע האבען געוואלט טון, נאר ער האט עס למעשה געטון און יעצט קענען זיי אלע צייגען א פינגער אויף אים אלס די שלעכטער און זיי בלייבען די גוטער גאר. הרב שטיינמן האט זיך באנוצט מיט די אלע 'שלעכטס' פון הרב שך, און ער איז פונקט אזא שותף אין זיי. טאמער הרב שך טויג נישט פאר דעם, איז הרב שטיינמן גארנישט בעסער. זיין בענקעל איז געבויט אויף זיינס.

ניין, איך בין פערזענליך נישט קיין חסיד\מתנגד פון קיינער פון זיי. ביידער האבען געהאט ריזיגע מעלות, און ביידע האבען פיל אויפגעטון פאר תורה און אידישקייט. יעדער פון זיי האט געהאט אן עקסטער נאטור, און זיי האבען גענוצט זייער נאטור לויט די בעסטע מעגליך, וזכות שניהם תגן עלינו ועל כל ישראל.

מען מעג זיך שוין איין מאל פאר אלע מאל אויפוואקסען.

כ'וועל ענטפערן קורצליך, וויבאלד די טענות זענען נישט עכט צום זאך לענ"ד.

די אינפארמאציע איז טאקע נישט קיין גרויסע חידושים, עס איז נאר א ביאגראפיע. די חידושים וועלן האפנטליך זיין אינעם "משנת חייו" טייל, וואס וועט געבן א מער דרינגליכער אריינבליק אין זיין פערזענליכקייט און מיר וועלן אנאליזירן זיינע מידות און תכונות. דערפאר איז זיין נאטור נישט באשריבן געווארן אינעם ערשטן טייל (אגב, עס איז מיר א וואונדער אז די זעלבע טענה וואס יאיר און דו האבן געשריבן, זענען פשוט מאדנע נאכדעם וואס איך האב קלאר געשריבן אז זיינע ספעציעלע אייגנשאפטן וועלן נאכפאלגען אינעם צווייטן טייל. דער ערשטער טייל איז מער ווייניגער געווען א טריקענער ביאגראפיע פאר חסידישע אומוויסנדע. פארוואס קען מען נישט פארשטיין וואס איך האב קלאר ארויסגעשריבן?)
איך האב מיך נאר אויפגעשריבן אויף ק"ש וויבאלד איך האבן אנגעהויבן צו שרייבן אינעם וועקער, און איך גלויב אז דאס איז דער איינציגסטער פלאץ וואו איך קען צוריקהערן פידבעק צום זאך. אויסער דעם, האב איך גארנישט מיט ק"ש און אירע ניקס.

איך כאפ לגמרי נישט וואס מאכט דיר טראכטן אז כ'בוי הרב שטיינמאן דורך אטאקירן הרב שך. מיין מיינונג איבער הרב שך איז געשריבן דרך אגב'דיג, בעיקר נאר אין הערות טאקע וויבאלד עס האט ממש נישט איינגעלייגט מיט די ארטיקל זעלבסט, און עס איז אויך נישט קיין ריכטיגע אטאקעס נאר מיין מיינונג הגם אביסל שארף. איך האב שוין געשריבן פיל מער איבער הרב אלישיב, און דו וואלסט ענדערש געקענט קלערן אז איך בוי הרב שטיינמאן דורך אראפקלאפן הרב אלישיב - א זאך וואס איז כשלעצמה אויך אומריכטיג. עס שיינט אז דו ביסט א חסיד מובהק פון הרב שך, און דאס טרייבט דיר צו קלערן אז א מיינונג קעגן הרב שך אין אן ארטיקל אויף הרב שטיינמאן מוז מיינען א בחינה פון מכבד שטיינמאן בקלון שך.

דאס זעלביגע כלפי דיין "ענטפער" איבער זייערע יחסים צו חב"ד. נאר דיר צו דערמאנען, הרב שטיינמאן איז געווארן בעה"ב אויפן יתד פינף יאר צוריק, און ביז דאן האט מען באשמוצט חב"ד אויף א רעגלמעסיגער אופן, שוין יארן נאכן פטירה פון הרב שך (און נאכמער יארן פון ווען הרב שך האט מער נישט געהאט קיין מיינונג אין הנהגה, משנות תש"נ המאוחרות). ער האט זיך אויך נישט געדארפט טרעפן מיט ר' יואל כהן נאר כדי צו זיין די "וואוילע" ווי דו שרייבסט. ער איז פערזענליך געווען א מואס במחלוקת, און דאס זעט מען ביי חב"ד בפרטיות אבער מיט אלע חסידישע הויפן בכלליות, און אזוי אויך מיט הרב עובדיה (וואס בחייו פון הרב שך האט מען געווארפן זיינע ספרים פון די ליטווישע ישיבות, און מ'האט אים באטיטלט עבדאללה. טייל פון די פארגעסענע טייל פון פארדארבנקייט וואס הרב שטיינמאן האט אויסגעריסן מקרב המחנה הליטאי)

אמת, ביידע האבן געהאט מעלות און אפילו חסרונות, כ'בין אויך מסכים אז זכות שניהם תגן עלינו, אבער דאס מיינט נישט אז איך טאר נישט האבן א מיינונג איבער הרב שך'ס אנדערשקייט פון הרב שטיינמאן, בנוגע זייער צוגאנג צו "אנדערע" עדות בישראל, פונקט ווי איך האלט קלאר אז הרב שך האט געהאט געוויסע מעלות און אייגנשאפטן אין הנהגה וואס הרב שטיינמאן האט נישט געהאט (און איך וואלט זיי באשריבן אין זיינס א ביאגראפיע, אויב איך וואלט געשריבן זיינס א ביאגראפיע)
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:15 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:27 am

יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז אויב וואלט ער געווען מער אויסגעשפראכן מיט זיין פראגמאטישקייט וואלטן צופיל מענטשן זיך מתנגד געווען צו אים, און אן זיין דעם גדול הדור וואלט ער קיינמאל נישט געקענט אדורכפירן דאס וואס ער האט יא אספיעט צו טון.


איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט דיין ענטפער חוץ פון די משמעות פון די quote.

רב שטיינמן איז בכלל נישט געווען קיין 'לינקע' ווי מאנכע האבן אים געוואלט אראפלייגן, ער האט נישט געזוכט צו טוישן די א"י'דיגע אידנטום. די איינציגסטע חילוק צווישן אים און זיינע פארגייער אין די נושאים איז אז הרב שטיינמן פלעגט טראכטן צום זאך, אן קיין הנחות קדומות און אן גיין קאפ אין וואנט.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:30 am

וואס יהודה שרייבט איבערן צואה איז אביסל מאדנע, אז דעם דאזיגן צואה האט ער אנגעהויבן צו שרייבן אין זיינע גאר פריע יארן, עס איז קאמיש אז ער האט שוין דאן געקלערט אז מען פלאנט אים צו באשרייבן אין די צייטונגען.


במאמר המוסגר, יהודה קוקט מיר אויס ווי א סאטמארער וואס איז אויפגעוואקסן גאר מצומצם און איז גאר לעצטנס אויפגעלערט געווארן און אנגעהויבן צו האלטן פונעם גאון (גענוי ווי איך), וכמאמר העולם א געווארענער איז....פאר אים זענען אלע צייטונג ארטיקלן במעלות הגאון געווען בבחינת חידוש עצום, בנוסף האט ער מיטגענומען זיין סאטמארער שפראך מיט זיך.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:35 am

@יהודה,
גראדע האט מיך אויך געשטערט די שטילע שטעכערייען קעגן הרב שך זצ"ל. און בנוגע די ספרדים אין לנו גדול מרב שך וואס האט זיך געזארגט פאר די "ספרדי'שע יונגלעך" נאך אסאך פאר שס האט עקזיסטירט. אגב שס און מעיין החינוך התורני איז אויך רב שך'ס קרעדיט...
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך יהודה מאשקאוויטש » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:41 am

קפה נמס האט געשריבן:
יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז אויב וואלט ער געווען מער אויסגעשפראכן מיט זיין פראגמאטישקייט וואלטן צופיל מענטשן זיך מתנגד געווען צו אים, און אן זיין דעם גדול הדור וואלט ער קיינמאל נישט געקענט אדורכפירן דאס וואס ער האט יא אספיעט צו טון.

איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט דיין ענטפער חוץ פון די משמעות פון די quote.

רב שטיינמן איז בכלל נישט געווען קיין 'לינקע' ווי מאנכע האבן אים געוואלט אראפלייגן, ער האט נישט געזוכט צו טוישן די א"י'דיגע אידנטום. די איינציגסטע חילוק צווישן אים און זיינע פארגייער אין די נושאים איז אז הרב שטיינמן פלעגט טראכטן צום זאך, אן קיין הנחות קדומות און אן גיין קאפ אין וואנט.

אמת ויציב.

כ'וועל דיר זאגן מיין פערזענליכער אבזערוואציע, וואס כ'וועל כמובן נישט קענען אריינלייגן אינעם וועקער. לדעתי איז ער יא געווען מער פראגמאטיש, אבער ער האט געזען אז געוויסע זאכן איז די וועלט נישט גרייט דערפאר. זיין צוגאנג צו נח"ל חרדי און צו מכללות, שיינט - לדעתי - צו האבן געווען מער פראגמאטיש אין אנהייב, אבער מיט די צייט איז ער געווארן מער אויסגעשפראכן מיט זיי, וואס איך קלער אז די סיבה דערצו איז אז ער האט געזען אז מ'איז נישט יורד לסוף דעתו, און אין אזא פאל טאר מען טאקע נישט מתיר זיין מער ווי די שכל הרחוב פארשטייט.
די דאזיגע אבזערוואציע קומט בעיקר צוליב די נושא פון מכללות וואס זעט אויס א שטיקל סתירה, אז ער איז געווארן פרומער מיט די צייט, דוק ותשכח. כמובן קען מען אייביג מחלק זיין און מאכן "צוויי דינים", אבער אויב מיין געפיל איז ריכטיג דאן שטימט דאס בעסער אויך מיט זיין צוגאנג צו נח"ל חרדי. זיין שכל הישר האט געוואוסט אז פאר שקצים איז עס א הצלה ממש, אבער זעענדיג אז מ'הייבט נישט אן צו פארשטיין זיין הבנה עמוקה בענין, האט ער אנגעהויבן צו רעדן שארפער קעגן גיין אין מיליטער.
דאס האב איך געמיינט רעדנדיג איבער דאס זיין מער אויסגעשפראכן מיט זיין פראגמאטישקייט.

דאס איז אבער קלאר, אז קיין לינקער איז ער אויף קיין פאל נישט געווען, און עס האט אים פשוט אויפגעגעסן אז געוויסע לייגן ארויף אויף אים א נאסע שמאטע. ער איז געווען מער פראגמאטיש און קלוג, וויסנדיג די בעיות הדור כראוי. עס איז ווי צו זאגן אז די גדולים וואס האבן מסכים געווען מיט שרה שענירער בעפאר די קריג זענען געווען "לינק", און די טומני עינים בקרקע זענען געווען מער פרום. עס האט נאר צוטון מיט פראגמאטישקייט ותו לא מידי (ר' יצחק אלחנן איז געווען א פראגמאטישער גדול הדור בחייו, ע"ע זיין אייגנארטיגע מערכה קעגן השכלה. פארט האט מען אים נישט באצייכנט אלץ "לינקער", וכהנה דוגמאות רבות)
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:15 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך יהודה מאשקאוויטש » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:50 am

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס יהודה שרייבט איבערן צואה איז אביסל מאדנע, אז דעם דאזיגן צואה האט ער אנגעהויבן צו שרייבן אין זיינע גאר פריע יארן, עס איז קאמיש אז ער האט שוין דאן געקלערט אז מען פלאנט אים צו באשרייבן אין די צייטונגען.


במאמר המוסגר, יהודה קוקט מיר אויס ווי א סאטמארער וואס איז אויפגעוואקסן גאר מצומצם און איז גאר לעצטנס אויפגעלערט געווארן און אנגעהויבן צו האלטן פונעם גאון (גענוי ווי איך), וכמאמר העולם א געווארענער איז....פאר אים זענען אלע צייטונג ארטיקלן במעלות הגאון געווען בבחינת חידוש עצום, בנוסף האט ער מיטגענומען זיין סאטמארער שפראך מיט זיך.

נישט נאר וואס איך שרייב איז נישט מאדנע, נאר דאס וואס דו שרייבסט איז דירעקט אין קעגנזאץ צו וואס הרב שטיינמאן האט טאקע געשריבן אינעם צוואה. ער בעט זיך אז מ'זאל אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען וכו' וכו' וכו', וואס די אלע זאכן זאגן דאך קלאר אז ער האט געקלערט און געוואוסט אז מ'פלאנט אים צו באשרייבן אין די צייטונגען. ער איז געווען א ראש ישיבה שוין אין די ערשטע יארן קומענדיג קיין ארץ ישראל, און ער וואלט געוויס באשריבן געווארן, הגם נישט אלץ "דער גדול הדור". אגב, מפי עדות ראשון, אין די לעצטע יארן האט ער אנגעהויבן קלערן אז געוויסע שארפע נקודות אינעם צוואה פעלן נישט אויס, אבער ער האט שוין נישט געוואלט טוישן (אפשר וועל איך עס שרייבן אינעם צווייטן טייל)

קיינמאל געהאט מיט סאטמאר איינגעלייגט. מיין נאנטע צירקל פריינט באשטייען צווישן אנדערע פון א שיינע פאר תלמידים ומעריצים פון הרב שטיינמאן, אזוי אז קיין סאטמארער בין איך נישט... אזויפיל יא, ווי געשריבן אין א פריערדיגע תגובה, איך בין נישט געווען קלאר הונדערט פראצענטיג איבער זיין דמות, צוליב די שמוציגע פאשקעווילן קונטרסים פון זיינע קעגנער. דאס האט מיר נאר געברענגט זיך אריינצוטון אין זיין לעבן, שוין א שיינע פאר יאר צוריק, און דאן האב איך מיך נענטער באקענט מיט זיין דערהויבענע פערזענליכקייט.

סאטמארע שפראך? לאמיך עס אננעמען אלץ קאמפלימענט. די סאטמארע זענען דאך די ארויסגעבער פון אלע הויפט אידישע צייטונגען און מאגאזינען. הפנים, א שמאלציגע גוטע אידישע שפראך האבן זיי.
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:15 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך יהודה מאשקאוויטש » מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:57 am

קפה נמס האט געשריבן:@יהודה,
גראדע האט מיך אויך געשטערט די שטילע שטעכערייען קעגן הרב שך זצ"ל. און בנוגע די ספרדים אין לנו גדול מרב שך וואס האט זיך געזארגט פאר די "ספרדי'שע יונגלעך" נאך אסאך פאר שס האט עקזיסטירט. אגב שס און מעיין החינוך התורני איז אויך רב שך'ס קרעדיט...

לאמיך דיר מגלה זיין א סוד. נאכן איבערליינען האט מיר אויך געשטערט איין ספעציפישע הערה (מטהר זיין את השרץ בק"נ טעמים), וואס איך האב געשריבן צו שארף און לייכטזיניג. עס איז אבער שוין ארויס צום דרוק און כ'האב שוין נישט געקענט בעטן צו פארמעקן, ותהא כאן המקום צוריקצוציען ווייל ס'איז געשריבן דרך ריתחא אומבארעכטיגטערהייט. די איבעריגע שטילע שטעכערייען זענען נאר א פערזענליכע אבזערוואציע, אבער ווי אויבנדערמאנט ח"ו נישט צו בויען הרב שטיינמאן אויף דעם.

אמת אז הרב שך קומט קרעדיט פאר די אלע זאכן, און ווי געזאגט - כ'וואלט אים קרעדיטירט פאר דעם אלעם, און נאך אסאך גוטע זאכן, אויב איך וואלט באשריבן זיין תולדות חיים (און כ'האב טאקע נישט קרעדיטירט הרב שטיינמאן מיט די זאכן). גראדע, מצד שני, קומט אריין דער פאקטאר אז ער האט זיך געהאלטן פאר זייער אפוטרופוס, וואס ווען זיי האבן געשריגן אז זיי זענען נישט קיין יתומים שצריכים אפוטרופוס איז ער ארויס גאר שארף -ויותר מזה- אקעגן זייער הנהגה. דא קומט אריין די מעלה און חסרון פון א גדול בישראל, וואס איינס נעמט נישט אוועק פונעם צווייטן. אבער כאמור, כ'האב נישט אים באשריבן און דערפאר איז נישט דא דער פלאץ צו דיסקוסירן זיין הנהגה.
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:15 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 31, 2018 1:11 am

יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס יהודה שרייבט איבערן צואה איז אביסל מאדנע, אז דעם דאזיגן צואה האט ער אנגעהויבן צו שרייבן אין זיינע גאר פריע יארן, עס איז קאמיש אז ער האט שוין דאן געקלערט אז מען פלאנט אים צו באשרייבן אין די צייטונגען.


במאמר המוסגר, יהודה קוקט מיר אויס ווי א סאטמארער וואס איז אויפגעוואקסן גאר מצומצם און איז גאר לעצטנס אויפגעלערט געווארן און אנגעהויבן צו האלטן פונעם גאון (גענוי ווי איך), וכמאמר העולם א געווארענער איז....פאר אים זענען אלע צייטונג ארטיקלן במעלות הגאון געווען בבחינת חידוש עצום, בנוסף האט ער מיטגענומען זיין סאטמארער שפראך מיט זיך.

נישט נאר וואס איך שרייב איז נישט מאדנע, נאר דאס וואס דו שרייבסט איז דירעקט אין קעגנזאץ צו וואס הרב שטיינמאן האט טאקע געשריבן אינעם צוואה. ער בעט זיך אז מ'זאל אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען וכו' וכו' וכו', וואס די אלע זאכן זאגן דאך קלאר אז ער האט געקלערט און געוואוסט אז מ'פלאנט אים צו באשרייבן אין די צייטונגען. ער איז געווען א ראש ישיבה שוין אין די ערשטע יארן קומענדיג קיין ארץ ישראל, און ער וואלט געוויס באשריבן געווארן, הגם נישט אלץ "דער גדול הדור". אגב, מפי עדות ראשון, אין די לעצטע יארן האט ער אנגעהויבן קלערן אז געוויסע שארפע נקודות אינעם צוואה פעלן נישט אויס, אבער ער האט שוין נישט געוואלט טוישן (אפשר וועל איך עס שרייבן אינעם צווייטן טייל)

קיינמאל געהאט מיט סאטמאר איינגעלייגט. מיין נאנטע צירקל פריינט באשטייען צווישן אנדערע פון א שיינע פאר תלמידים ומעריצים פון הרב שטיינמאן, אזוי אז קיין סאטמארער בין איך נישט... אזויפיל יא, ווי געשריבן אין א פריערדיגע תגובה, איך בין נישט געווען קלאר הונדערט פראצענטיג איבער זיין דמות, צוליב די שמוציגע פאשקעווילן קונטרסים פון זיינע קעגנער. דאס האט מיר נאר געברענגט זיך אריינצוטון אין זיין לעבן, שוין א שיינע פאר יאר צוריק, און דאן האב איך מיך נענטער באקענט מיט זיין דערהויבענע פערזענליכקייט.

סאטמארע שפראך? לאמיך עס אננעמען אלץ קאמפלימענט. די סאטמארע זענען דאך די ארויסגעבער פון אלע הויפט אידישע צייטונגען און מאגאזינען. הפנים, א שמאלציגע גוטע אידישע שפראך האבן זיי.

עפעס האב איך יא דערשמעקט א השפעה פון א פאשקעוויל אנגעליינטער וואס זיין בליק האט זיך לעצטנס געטוישט....

כה לחי. א רייכער שפראך.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך יאנואר 31, 2018 1:22 am

יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:
כ'וועל דיר זאגן מיין פערזענליכער אבזערוואציע, וואס כ'וועל כמובן נישט קענען אריינלייגן אינעם וועקער. לדעתי איז ער יא געווען מער פראגמאטיש, אבער ער האט געזען אז געוויסע זאכן איז די וועלט נישט גרייט דערפאר. זיין צוגאנג צו נח"ל חרדי און צו מכללות, שיינט - לדעתי - צו האבן געווען מער פראגמאטיש אין אנהייב, אבער מיט די צייט איז ער געווארן מער אויסגעשפראכן מיט זיי, וואס איך קלער אז די סיבה דערצו איז אז ער האט געזען אז מ'איז נישט יורד לסוף דעתו, און אין אזא פאל טאר מען טאקע נישט מתיר זיין מער ווי די שכל הרחוב פארשטייט.
די דאזיגע אבזערוואציע קומט בעיקר צוליב די נושא פון מכללות וואס זעט אויס א שטיקל סתירה, אז ער איז געווארן פרומער מיט די צייט, דוק ותשכח. כמובן קען מען אייביג מחלק זיין און מאכן "צוויי דינים", אבער אויב מיין געפיל איז ריכטיג דאן שטימט דאס בעסער אויך מיט זיין צוגאנג צו נח"ל חרדי. זיין שכל הישר האט געוואוסט אז פאר שקצים איז עס א הצלה ממש, אבער זעענדיג אז מ'הייבט נישט אן צו פארשטיין זיין הבנה עמוקה בענין, האט ער אנגעהויבן צו רעדן שארפער קעגן גיין אין מיליטער.



פון ווי נעמסטו אז רב שטיינמן איז געווען אפען אין די נושא פון מכללות ? ביודעי ומכירי האט ער אפגערעדט יונגעלייט פון גיין ארבעטן אדער זיך לערנען א פאך (פארשטייט זיך נאכ'ן פרעגן כדרכו וואס די ווייב האלט דערוועגן..).

די גאנצע תדמית וואס ער האט באקומען אין די נושא פון מכללות קומט פון נתי גרוסמן'ס לעצטע מערכה ווען ער האט נאך געהאט די יתד קעגן די מכללות און בעיקר קעגן די "משפחה" וואס האט אריינגעלייגט פרסומות פון די חרדי'שע מכללות און האט זיי שיין באשריבן. און דעמאלס האט ער אזויווי אייביג פרובירט צו געבן די איינדרוק ווי רב שטיינמן איז בעד אקדמי'.

ווייטער, בנוגע נחל חרדי האט קיינער נישט געהאלטן באמת אנדערש כלפי די נושרים וואס האבן זיך געדרייט אין די גאסן (ווער געדענקט נישט וויאזוי ב"ב האט אויסגעקוקט יעדע פרייטאג צונאכטס און ווער רעדט נאך פורים.. ס'פלעגט הענגן צעטלעך גע'חתמ'עט פון רב לנדא אז קינדער און מיידלעך טארן נישט זיין אין די גאס). די חילוקי דעות צווישן רמ"י לפקוביץ/ רמ"ש שפירא און רב שטיינמן איז געווען צו אונז מעגן צולאזן און געבן א הסכמה אז מ'זאל אפיציעל האבן א חרדי'שע בריגאדע וואס האט א ציל צו ארייננעמען מער און מער חרדים, וואס דאס איז ווייטער געווען א שאלה פון גיין "קאפ אין וואנט" אדער קוקן די מציאות אין פנים אריין.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מיטוואך יאנואר 31, 2018 1:24 am

יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:דאס זעלביגע כלפי דיין "ענטפער" איבער זייערע יחסים צו חב"ד. נאר דיר צו דערמאנען, הרב שטיינמאן איז געווארן בעה"ב אויפן יתד פינף יאר צוריק, און ביז דאן האט מען באשמוצט חב"ד אויף א רעגלמעסיגער אופן, שוין יארן נאכן פטירה פון הרב שך (און נאכמער יארן פון ווען הרב שך האט מער נישט געהאט קיין מיינונג אין הנהגה, משנות תש"נ המאוחרות). ער האט זיך אויך נישט געדארפט טרעפן מיט ר' יואל כהן נאר כדי צו זיין די "וואוילע" ווי דו שרייבסט.

רב מאשקאוויטש האט רעכט. כ'האב געזען אפאר אינטרעסאנטע לינקס אין ליבוויטשע זייטלעך דערוועגן.

דא האט איר א בילד פון די היסטארישע פגישה, צווישען הרב שטיינמאן מיט הרב יואל כהן. צווישן אנדערע האט הרב כהן געגעבן פאר הרב שטיינמאן א "חסידות מבוארת" אויף א ספר פונעם אלטן רבי'ן.
בילד
און דא איז דא נאך א שלל זאפטיגע בילדער פונעם פגישה:
http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=97378
http://www.col.org.il/%D7%97%D7%93%D7%A ... 51448.html
און א באשרייבונג אין בקהילה: http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=108075

אויב מיינט איינער אז ס'איז אריבער גלאט, און הרב שטיינמאן איז ס"ה געווען דער וואוילער ליטוואק וואס האט גארנישט געהאט צו פארלירן פון זיין וואוילקייט, זאל ליינען די פאלגענדע באשרייבונג וואס ציטירט די יתד נאמן, וואס האט אים באשייגעצט פאר דעם שרעקליכן חטא ופשע, און ווידער גערעדט פון די כת המשיחיים: http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=51568
זע אויך דא: http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=51892


אגב, זיין זהירות נישט צו מאכן קיין מחלוקת מיט חב"ד איז געגאנגען גאר ווייט. זע דא: http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=108085
דא ווערט אפילו געברענגט זיין הסכמה צו א ספעציפישער בית חב"ד... http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=108100
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך נאך א מיינונג » מיטוואך יאנואר 31, 2018 7:24 am

ווען דו וואלסט געשריבען די חילוקי ההנהגה צווישען הרב שך און הרב שטיינמן, וואלט עס געווען ווי הרב אלישיב טאקע. הרב שך האסטו אבער געשטאכען, און דאס האט מיר געשטערט. נישט ווייל איך בין א חסיד זיינער, נאר ווייל דער צוגאנג פאסט פאר חדר אינגלעך. הרב שטיינמן קען שטייען אליינס, אפילו ווען הרב שך איז אויך גערעכט. אפילו ווען דו וואלסט געשריבען אן ארטיקל אויפצוווייזען ווי אומגערעכט הרב שך איז געווען, וואלט עס מיר נישט געשטערט. איך בין נישט זיין תלמיד און איך בין נישט קיין ליטוואק, זיין בילד הענגט נישט אין מיין סוכה. וואס גייט עס מיר אן?

און די שלום געשפרעכען מיט ליובאוויטש זענען מביא לידי גיחוך. הרב שך האט געזיגט 100%, וואס האט מען פון זיך ווייטער שלאגען? דאס איז א געוואלדיגע חכמה פון הרב שטיינמן, נישט ווייטער צו האלטען די אלטע מחלוקת, אבער דאס האט נישט מיט די איצטיגע אומשטענדען, ווי דער ליובאוויטשער רבי׳ס מיינונג ווערט נישט פארשפרייט אויף די אלטע אופן. געוויסע באגרענוצינגען האלטען אים צוריק פון זיך קלאר אויסדרוקען. די נארישע השקפה טהורה ׳ניקס קענען נישט פארשטייען די נקודה, און זיי מיינען אז מחלוקת איז דער לכתחילה׳דיגע מהלך, נישט א פראדוקט פון די מצב.

און די הכחשות מיינען גארנישט. קיינער האט נישט קיין ספק וואס איז דיין אלטע ניק, און ווען נישט אז דו זוכסט צו באהאלטען אן אגענדע, וואלט איך זיך אויך געשוויגען ווי יעדער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נאך א מיינונג אום פרייטאג פעברואר 02, 2018 11:14 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 31, 2018 9:50 am

אז מ׳קוקט אן די גאנצע לעצטע זיבעציג יאר, זעט מען אז די חידושים זענען געבויעט געווארען גג על גג. די וועלט איז געווארען קלענער, און מ׳איז שוין נישט אפגעטיילט איינער פון די צווייטער און איין קהלה פון די צווייטער. ממילא האבען מענטשען מער מאכט ווי פארצייטענס. דער באבובער רבי ר׳ שלמה׳לע האט מסתמא געהאט מער סרים למשמעתו ווי ר׳ מענדעלע רימינאווער. דאס זאגט גארנישט אויף איהם, נאר אויף די אומשטענדען.

ליטווישע זענען בטבע מער איינגעהאלטען, און עס האט גענומען צייט ביז די נייע וועלט האט איבערגענומען. דער חזו"א האט געפיהרט מיט א געוואלדיגע שטילקייט. הרב שך האט געבויט דער נייעם שטראם פון אנ"ש בני הישיבות, און ער האט געשאפען דער שטול אויף וואס הרב שטיינמן איז געזעסען. אבער אין די ערשטע דור האבען די רבי׳ס נישט געקענט צולאזען אזא זאך. טראכט׳ס אריין, פארוואס האט ר׳ ישראלט׳שע וויזניצער נאכגעגעבען פאר הרב שטיינמן לענין התייצבות? עס איז פשוט אז ער האט איינגעזע׳ען אז הרב שטיינמן האט עס דורכגעטראכט און ער ווייסט נישט בחייכון. ער ווייסט פון שבת קודש מיט באטעס, אבער פון די נושאים האט ער נישט די מידנעסטע אהנונג. פארוואס האט זיין טאטע נישט געקענט טוהן די זעלבע זאך? ער האט עפעס געוואוסט מער ווי שבת קודש און באטעס? נאר לויט די דעמאלסדיגע אומשטענדען, איז עס געווען א נייעם חוצפה אז א ליטוואק מיט א צלם אין הארץ זאל זאגען א מיינונג. אינ׳ם נעקסט׳ן דור איז מען שוין געווארען צוגעוואוינט. און טאקע כמו"ש במקו"א, למעשה האט מען זיך נישט געדינגען מיט הרב שך. מ׳האט קיינמאל נישט געוואוט קעגען החזרת שטחים און דער ליובאוויטשער רבינ׳ס מיינונג איז ווערט זילטש אין סיי וועלכע חרדישע ווינקעל (אפילו די וואס זאגען עס וואלט נישט געדארפט אזוי זיין, מוזען מודה זיין אז די מציאות איז אזוי. גיי פראביר צו דערמאנען זיין מיינונג אין א גערער שטיבעל און נאך דעם סאטמארער רב׳ס און קוק וויאזוי מ׳נעמט אן די זאכען). דערמיט זעי איך אז די חולקים על הנהגתו איז מער א תוצאה פון אנדערע זאכען ווי חילוקי דעות.
נאך דעם וואס עס איז שוין דורכגעבראכען געווארען, האט הרב שטיינמן געקענט פיהרען על מי מנוחות.

און א וויזיט מיט הרב יואל איז גוט פאר בילדער. למעשה האט ער עפעס צוגעשטימט צו זיין דעה א כיהוא זה?

אוודאי ווען הרב שטיינמן האט נישט זיין געוואלדיגע מעלות, וואלט ער אויסגעקוקט מער ווי הרב חיים שמואלביץ וכדו׳, אבער זיין מעלות אליינס וואלטען איהם נישט צוגעשטופט צו דער שטאפל מער ווי הרב שך׳ס.

(דאס אז הרי"א הייסט נישט קיין לינקער איז לכאורה צוליעב דעם אז דער בעלעבאס אויף די טיטלען האט פונקט געהאט א נגיעה צו איהם, זייענדיג זיין סעקרעטאר)

(איך בין נישט מסכים מיט נאך א מיינונג׳ס אטאקע, דאס איז צופיהל און נאר אויף איין קליינע פרט פון די ארטיקל. נישט על פי איין טענה דארף מען אפפרעגען די גאנצע זאך)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:08 am

די וויזיט מיט ר' יואל איז געווען מער די מעסעדזש אז ער האלט אז ס'איז נישט קיין מצוה צו מחזיק זיין א אלטע מחלוקה וואס פעלט שוין נישט אויס, קעגן די דאן אנגענומענע מיינונג פון די יתד אפיס און די רוב ליטווישע וועלט וואס האט יונק געווען השקפה פון די יתד. קיינער האט נישט ערווארטעט אז רב שטיינמן זאל עפעס מסכים זיין צו ליובאוויטשע שיטות...
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:46 am

דאס זאג איך. עס איז נישט קיין חילוק צווישען הרב שטיינמן מיט הרב שך ווי א חילוק צווישען די אומשטענדען.

איין שאלה נאר, ביי וועמען האט הרב שטיינמן פארקויפט זיין חמץ? ביי הרב לאנדא צו הרב חיים שאול קרליץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט