קול מבשר איז קיין וויץ!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

קול מבשר איז קיין וויץ!

הודעהדורך רימון » זונטאג פעברואר 25, 2018 5:14 pm

איך נעם די קול מבשר פורים אפטיילונג זייער ערנסט יאר יערליך, קען זיין אפשר צו ערנסט.

יעדע וויץ האט אן אמת, זאגט די וועלט, און פון א קלוגן איד האב איך אמאל געהערט אז דער גאנצער וויץ איז אמת, סיידן דער שמייכל… ווי פאסיג איז דאס אין א געזעלשאפט וואס איז פארבאריקאדירט און אנגעקליידעט מיט מאסקעס, קען קאמעדיע ספעציעל דורכאויס די לויזערע טעג ארום פורים דינען אלס א פענסטערל אריין אין דער הוה פון חרדישן לעבנסשטייגער.

אז מ'רעדט פון קול מבשר פורים אפטיילונג לויפט עס סינאנים מיט דעם אלעמען באקאנטן יאסעלע. עס ווערט אצינד דער צענטער יאר וואס יאסעלע פיגורירט אויף "קול מבשר". צען יאר איז אסאך צייט, די וועלט האט זיך געביטן אומצאליגע מאלן די לעצטע צען יאר, אבער יאסעלע ווערט נישט עלטער אדער קלוגער. ער איז שטעקן געבליבן אין פרשת תצוה. זינט פורים תשס"ח, ווען יאסעלע האט געלאזט פאלן די באמבע פשט, "ואתה תצוה, און דו זאלסט הערשן," איז יאסעלע געבליבן דאס זעלביגע. היי יאר האט ער ווידעראמאל א תורה פאר'ן שווער און אויף וועלכע סדרה? צוגעטראפן! פרשת תצוה.
*
ס'איז שוין כמעט ווי ערווארטעט אז יואלי לעבאוויטש זאל גארנישט מחדש זיין. יעדעס יאר באשטייען זיינע וויצן פון מער ווייניגער דעם זעלבן טייג געקנעטן: שוכי מיט זיין אונגארישע באבע, און ווי שטארק זי פרייט זיך אז ער איז א חתן געווארן קעגן אלע אויסזיכטן, און יאסעלע וואס האט א תורה פאר'ן שווער און מוטשעט זיך מיט פינאנציעלע מיסברויכן, איין יאר קרעדיט קארדס, מולטי לעוול מארקעטינג און היי יאר ביטקוין.

יואלי לעבאוויטש'ס מאנגל אין קריעטיוויטעט און אויפקומען מיט פרישע סצענעס איז אין מיינע אויגן נישט זיין פעלער. עס סימבאליזירט נישט זיינע באגרעניצונגען נאר אן אלגעמיינעם מער ברייטערע און גענעראלע פראבלעם וואס טוט באגרעניצן סיי ווער עס שטעלט זיך ארויס אין דער חרדישער עפנטליכקייט.

גענוג זאכן האבן פאסירט דעם פארלאפענעם יאר וואלטן געקענט דינען אלס סחורה פאר שפאס, אבער ער מעג פון נישט רעדן; די ישיבה סיסטעם איז קיין שפאס; די רבי'ס זענען קיין שפאס; די כולל סיסטעם איז קיין שפאס; די אנגעוויזנקייט אין פראגראמען איז קיין שפאס. די אומצאליגע אומגעהויערע ווייטאגליך-שפאסיגע נויאנסן פון אונזער לעבן זענען קיין שפאס, נאר דארפן פארבלייבן אונטער'ן טעפיך. אונזער יאסעלע-גולם פארבלייבט דאס זעלבע פון צען יאר צוריק, אן קיין שום אונטערשיד פון יאר צו יא און די ציל-פונקטן פאר וויצן בלייבן מאגער און שיטער ביז גאר.

שוכיס תנאים איז זייער זיס און די גרופע וואס באזוכט קושנער אום פורים צו הערן א רעדע פונעם פרעזידענט איז זייער לאכעדיג, אבער פארבליבן זענען מיר ווידער מיט צוויי אבסטראקט טאפיקס וואס שפיגלען גארנישט אפ סיי וועלכע אספעקט פון אונזער לעבנססטיל.

*

פיל טיפער פון דעם איז ווי קיינער טאר זיך נישט טרעפן אינערהאלב די פורים אפטיילונג, אויסנאמען זענען פארהאן אבער א באדייטנד טייל פון די סטארי ליינס און סצענעס זענען אזוי אבסורד און אומרעאליסטיש און ווייט פונעם יעדן טאגיגן לעבן, אז עס פארבלייבט נישט די מעגליכקייטן צו ציען א שטריך צום סיי וועלכע ווירקליכע רעאליטעט.

אן אויסנאם איז די פורים "גרופע" וואס קומט אן בטעות טאנצן צו אן ארעמער אלמנה. נאכ'ן זיך איינרעדן אז די איינוואוינער פון דעם אדרעס זענען "מולטי", קריגן זיי א טשעק פון פינף טאלער און טענזשערינען אלס צוגאב... די סצענע איז ציפעדיגע הומאר און אויך זייער עכט. די סצענע לויטעט ווי די בחורים האבן סך הכל באזוכט ביי צוויי אדרעסן אריינגערעכנט איין טעות'דיגע, און זייער גרופ האט זיך געענדיגט מיט שאדן פאר דער ישיבה אן קיין שום איינקונפט.

ידידינו כוכב האט אמאל געשריבן:
"גיין נאך געלט איז אן אפגעפליקטע מצוה פאר ווער ס'איז נישט געמאכט דערפאר. כ'פלעג ממש זיין מיזערבעל ווייל מ'מוז גיין נאך געלט. א בחור פורים איז ממש א רחמנות אפילו מ'טאנצט "יש תקוה" אויף דער גאס, מ'זיצט א גאנצן טאג אין טרעפיק, מ'ליידט בזיונות, מ'קומט אהיים א פייגער, נישט געגעסן, אויפגעשאקלט, געכאפט פסקים און ביזי געווען פרעגן, 'וויפיל געלט האט ער געגעבן?'..."

דאס זענען זייער ענליך צו מיינע ערפארונגען אויף "גרופס". געווען יארן וואס מ'האט געמאכט געלט און געווען יארן וואס מ'האט ממש דערלייגט, אבער הצד השווה אז ס'איז געווען אן אפקומעניש און די ערפארונגען זענען געווען זייער ענליך ווי יואלי שילדערט. די אדרעסן ליסטעס זענען געווען פעלערהאפטיג, רוב טאג איז מען געפארן און אפגעזעסן אין טראפיק און די איינציגע אדרעסן וואס מ'האט אריינגעכאפט זענען געווען צומאל ארעמלייט וועלכע האבן זיך באגנוגנט מיט א מינימאלע נדבה.

יואלי לעבאוויטש שילדערט ערשטקלאסיג ווי די פרוי בייזערט זיך אויף די בחורים אז זי האט שוין פסח'דיגע געמאכט. דאס איז אזוי וואר, איך געדענק ווי ביי איין אדרעס -- וואו מיר האבן זיך ענדליך דערקייקלט -- האט די באלעבאסטע פראסט און פשוט אויסגעפלאגט די מוזיק, שרייענדיג, "ענאף", און אונז ארויסגעווארפן מיט א צוואנציגער ווי הינט אויף די גאס.

כ'האב ממש פיינט געהאט פורים און געוואלט חתונה האבן פאר די בלויזע סיבה פטור צו ווערן פון א בחורישע פורים.

*

דער עכטער מחדש אין דער היי יעריגער פורים אפטיילונג איז קלמי שווארץ.

נאכמאכן שטימעס פון זינגערס איז נישט עפעס ניי, האט ער אבער קונצליך באוויזן דאס צו דערפרישן מיט'ן אריינדרינגען אין דער עסענץ פון חרדישן מוזיק, סיי מיט דער סטיל און כאראקטער וואס מוזיק האט אנגענומען די לעצטע יאר צוויי, ווי אויך אז אלץ איז איינס אין דער זעלבער, געפלאכטן און געבינדן אריין אינעם צווייטן מיט גע'גנב'עטע תנועה'לעך און מעלאדיעס פון אלטע און נייע ניגונים וואס ווערן בלויז איבערגעפאקט אין א 2018 שאכטל.

קלמי מאכט א וואונדערליכע און העכסט-אריגינעלע אבזערוואציע איבער חרדישע מוזיק. און מיט'ן געבן דעם אויבנ-אן פאר מיילעך קאהנ'ס "העלא" און "יעדער איינער" האט ער אומוועלנדיג אנערקענט דער אטעם פון פרישע לופט און די ספעציעלע גענע אט דער זינגער האט היי יאר צוגעברענגט צו דער מוזיק ספעקטרום.

*

אויסער יואלי לעבאוויטש, טורקס אלס טראמפ און קלמי שווארץ, איז היי יאר צוגעקומען א פרישער שטערן.

יוסף חיים ראטנשטרייך איז א נייער בדחן פון שיכון סקווירא, א סטענד-אפ קאמידיען אויפ'ן אלטן יאנקל מיללער שטייגער, וועלכער זאגט פליסיג וויצן איינס נאכ'ן אנדערן. ווייט נישט אזוי ראפינירט ווי די מער מאדערנע סיטקאם סטיל אין קאמעדיע פון לאנגזאם-פעלדמאן, אבער דאך נישט אוועקצומאכן. כ'מוז אים געבן די קרעדיט און זאגן אז ער איז פאני. טייל וויצן זענען געווען קענטיג אבער א באדייטנד טייל זענען געווען נייע, און אז ער לייגט עס אראפ מיט אריגינעלקייט און געשמאק ברענגט עס צום שמייכלען.

די קאמפלימענטן פאר ראטנשטרייך זאג איך בלויז מן הנימוס, און כ'צווינג מיך דערצו. נישט ווייל מיינע קאמפלימענטן זענען נישט אמת, נאר ווייל ער האט מיך אזוי ארויסגענומען פון די כלים אז ס'קומט מיר צום ברעכן. קומט א נייער בדחן, ער גיט זיך צו קענענלערנען פאר'ן ציבור צום ערשטן מאל, און בלויז אנדערטהאלבן מינוט אריין לאזט ער זיך ארויס אין א גרויליגע ראסיסטישע אטאקע קעגן שווארצע וואס האלט אן פאר גאנצע פינף מינוט! "בלעק פיפל, נאוט סאו סמארט, נאט סאו סמארט," זאגט ער איבער איינמאל און נאכאמאל. טאמער גרויסט זיך דער שווארצער אז ער גייט ענדיגן קאלעזש, (קוק ווער ס'רעדט!), מיינט עס אז ער גייט ענדיגן וואשן די לאבי און די פענסטערס.

ראטנשטרייך לאזט נישט נאך און לאזט לויפן איין ווערטל נאכ'ן אנדערן מיטן זעלבן גרויליגן מיטלאלטערישע סטערעאטיפ ווי דער שווארצער איז א נאר און א בהמה. מיין אנטריסונג און אויפשוידער איז דריי פאכיג.

קודם כל, האלטן מיר נאך אין יאר תשע"ח ביי דעם אז מ'דארף מחנך זיין מענטשן ווי עקלהאפטיג ראסיזם איז? מיר רעדן דאך נישט דא פון אנגעפרעסענע ווייסע גוים וואס לעבן על סיר הבשר שוין צוויי הונדערט יאר, נאר פון אידישע קינדער וועמענ'ס זיידעס און באבעס זענען דערמארדעט געווארן קוים 70 יאר צוריק מחמת ראסיזם. דיר דארף מען מסביר זיין ווי עקלדיג דאס איז צו משפט'ן א פאלק מיט געמיינע ליצנות און סטערעאטיפן?! און שווארצע זענען נישט נאר א פאלק, נאר כמעט 20 פראצענט פון דער מענטשהייט!

והשנית, אז דו ביסט שוין יא דורכגעפוילט מיט ראסיזם, וואו איז דיין שכל דאס ארויפצושטעלן אין פובליק צו די אויערן פון צענדליגער טויזנטער צוהערער? ביסטו אזוי בלינד אז ניטאמאל זעסטו נישט ווי שלעכט דאס איז, און אז פאר רוב מנין ובנין פון אנשטענדיגע מענטשן איבער דער וועלט ביסטו א געמיינער פארשוין פאר'ן רעדן אזוי? דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר דעם בדחן אליין, און סיי פאר דער רעדאקציע פון קול מבשר וואס האט דורכגעלאזט אזא זאך.

והשלישית, די היי יעריגע פורים אפטיילונג איז פילייכט שוין אויסגעהערט געווארן דורך שווערע טויזנטער מענטשן. עס איז פון די פאפולערסטע צייטן פאר קול מבשר במשך דעם גאנצן יאר. מוצאי שבת, גאנצע דריי טאג נאך וואס די קול מבשר פורים אפטיילונג איז ארויפגעשטעלט געווארן, זענען די ליניעס געווען איבערגעשטרענגט און געזשעמט פון די פילע אריינרופער, און צו מיין אנטריסונג איז אין פוצה פה ומצפצף. ווען קול מבשר טוט עפעס די מינדעסטע וואס איז נישט פאר איינעם צום הארצן וואלט עס שוין לאנג אראפגעפלויגן פון דארט, אבער אין דעם פאל איז יעדער צופרידן. א גרויליגע אטאקע פון ראסיזם ווערט גענצליך אקצעפטירט אן דעם וואס סיי ווער זאל שטעלן א ווידערשטאנד דורך סיי וועמען.

כ'ווייס אז ס'איז פורים, כ'ווייס אז בדחנים גלייכן צו טרייבן שפאס פון סטערעאטיפן, פון שוויגערס, פון ארץ ישראל אידן, פון עלטערע אידן. כ'ווייס אז א וויץ איז א וויץ און מ'דארף עס נישט נעמען פערזענליך. אבער אטאקירן א גאנצן פאלק איז אנדערש ווי גוטמוטיגע וויצן. וואס "אנטיסעמיטיזם" איז ווייסטו? אנטיסעמיטיזם איז א ווארט פאר ראסיזם קעגן אידן. אויב ביסטו קעגן אנטיסעמיטיזם ביסטו קעגן ראסיזם. אז נישט, ביסטו גארנישט בעסער פון דעם אנטיסעמיט. פונקט ווי דו האסט נישט ליב ווען איינער רעדט קעגן אידן, האבן די אנטיסעמיטן אויך נישט ליב ווען מ'רעדט קעגן זייער אייגענעם פאלק. א ראסיסט און אנטיסעמיט ווערן נישט אפגעשאצט לויט ווי שטארק מ'האט ליב דעם אייגענעם פאלק, נאר צי מ'קען אנערקענען "יענעם". פאר'ן אנטיסעמיט איז דער איד דער "יענער", און פאר דיר איז דער שווארצער דער "יענער". און פונקט ווי דו פארשטייסט ווי געמיין דער אנטיסעמיט איז, דארפסטו פארשטיין ווי געמיין ראסיזם איז.

כ'וואלט געבעטן דעם רעדאקטאר ר' זלמנ'ען -- צו וועמען מיר האבן אלע גרויס רעספעקט און שעצונג פאר זיין דעליקאטע ארבעט -- אז ער זאל זיין אזוי גוט און אויסמעקן די ראסיסיטישע ווערטלעך. אלס דער טאן געבער אינערהאלב חרדיזם אויף פיל א ברייטערע פארנעם ווי סיי וועלכן אנדערן איינפלוסרייכן פערזאן, דארף ער אונז באלייכטן מיט עטיק און טאלאראנץ און נישט חלילה דאס פארקערטע.

אין א פארציע מוסר בכלל פאר ראטנשטרייך, אלס גרינער, וואלט ער זיך געמעגט אויסלערנען צו נוצן עטוואס א סענסיטיווע שפראך, און ווען מ'רעדט פון הונדערטער טויזנטער מענטשן וועלכע זענען אומגעקומען אין אן ערדציטערניש אין האיטי, דרוקט מען זיך נישט אויס מיט גרינשעצונג אויף דער פארלוסט פון אזויפיל מענטשליכע לעבנס. מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים "געפייגערט"?!

*

איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, ווי דוקא די שיכורישע און קאמישע טעג פון פורים ערמעגליכן דורכצוזען די הערצער פון אידישע קינדער און וואס עס ליגט דעם ניכטערן אמת'דיג אויפ'ן לונג. עס שיינט זיך ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל. בנות ישראל יפות הן, אידישע קינדער זענען אזוי הערליך און הארציג, מ'האט זיך ליב איינער דעם אנדערן, מ'פארטיילט מיליאנען פאר צדקה, מ'האט ליב גאט און זיינע געבאטן, אלא שהאיסורים וחרמות וקנמות מנוולת אותן, די גאנץ יאריגע קאנפארמיטעט טוט פארטונקלען און דערשטיקן די נשמה.

פורים איז א טאג וואס אידן קומען ארויס פון זייער שאלעכץ מיט הערליכע פארבן. אז מ'לאזט א טראפקעלע נאך פון דעם גאנץ-יעריגן געיעג צו געפעלן פאר יעדן, קומט ארויס א פאלק וואס באשטייט נישט פון טעכנישע ראבאטן, נאר פון נשמה'לעך וואס זענען מקושר צום זיך און צום רבוש"ע. הלוואי זאל זיין א גאנץ יאר פורים.

היינטיגע נשמות זוכן אהבה און שמחה, הארץ און ספירטואליטעט, און ווען מ'נעמט אוועק די אלע באגרעניצונגען און פילטערס, מ'טוט זיך אן א טשיקאווע היטל און מ'גיסט זיך אן א גלעזל משקה, אנטפלעקט זיך דעם אמת'ן און הערליכן בילד פון ואני קרבת אלוקים לי טוב!

לאמיר פארזיכערן אז די לייכטקייט און דערהויבנקייט פון ימי הפורים זאל נאר אנטפלעקן אונזערע זיסע געפילן, און נישט חלילה דאס פארקערטע.

____
רעדאגירט מיט דער הילף פון ידידינו @אבטולמוס.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג פעברואר 25, 2018 6:36 pm

Wow! אזוי קלאר און אזוי ריכטיג. איך האב זיך געשפארט די טינט, צייט און הארץ עסעניש..
ממש ווי געליינט מיינע מחשבות.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3916 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג פעברואר 25, 2018 7:52 pm

זייער אן אינטערעסאנטע אויפפאסונג און דער רימונ'דל געדענקט זאכן וואס כהאב שוין לאנג פארגעסן...
נאכנישט עספיעט צו הערן דעם פורים אפטיילונג אבער ס'איז זייער שרעקעדיק וואס דו זאגסט דא. לויט מיין עקספערטיז האט קול מבשר די שטרענגסטע צענזור און די שטרענגסטע קאנטראל אויף וואס גייט אלץ ארויף. אין דער צייט וואס די צייטונגען שטעלן זיך צו זייערע פארשריפטן שטעלט ער זיך צו אלעמענס פארשריפטן. ער דארף לעקן יעדנס וויידל. ווי מאדנע אז ראסיזם איז נישט אויף די ליסטע און קיינער וועט אים נישט האלטן אקאונטעבל דערפאר.
בכלל איז אינטערעסאנט אריינצוקלערן פארוואס קול מבשר איז אזוי אמביציעז און אפ טו דעיט למשל מיט די גאנצע מוזיק אפטיילונג לעומת די צייטונגען וואס האבן נישט קיין שום פרישקייט ויש להאריך בזה וכו'.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7355 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג פעברואר 25, 2018 8:29 pm

אייזערנע דיבורים, האט מיר געגריצלט אין די אויערן ביים הערן, מי יתן אז עס זאל צענזורירט ווערן און איבער לאזן נאר דעם הייפעלע אשר לא כרעו וואטעווער...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4893 מאל

Re: קול מבשר איז קיין וויץ!

הודעהדורך פליקער » זונטאג פעברואר 25, 2018 9:28 pm

כדי ללמד עפעס א זכות, יואלי איז א לץ כדרך כל הקאמעדיסטן, און אלע איינס ביי איינס שטופן די וויצען אויף א ראסיסטישע ליניע, און דאס מאכט זיי נישט פאר קיין ראסיסטן, דאס ווערט אנגעריפן קאמעדי, נעם למשל ר' יענקל מייסן, אדער קריס טאקער וחבריו פונעם טינקעלען חדר איש בשמו יבורך, הערן נישט אויף צי ראסירן מיט ראסיזם קעגען אלעם און יעדן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » זונטאג פעברואר 25, 2018 9:34 pm

פליקער האט געשריבן:כדי ללמד עפעס א זכות, יואלי איז א לץ כדרך כל הקאמעדיסטן, און אלע איינס ביי איינס שטופן די וויצען אויף א ראסיסטישע ליניע, און דאס מאכט זיי נישט פאר קיין ראסיסטן, דאס ווערט אנגעריפן קאמעדי, נעם למשל ר' יענקל מייסן, אדער קריס טאקער וחבריו פונעם טינקעלען חדר איש בשמו יבורך, הערן נישט אויף צי ראסירן מיט ראסיזם קעגען אלעם און יעדן.

כנראה האסטו נישט געהערט במה דברים אמורים (וראיה לדבר, דער בדחן איז נישט יואלי). ס'איז פינף מינוט אין א צי פון האמערן אז שווארצע זענען שוטים און טיפשים. ווייט ארויס פון דעם גדר פון קאמעדיע.
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

Re: קול מבשר איז קיין וויץ!

הודעהדורך פליקער » זונטאג פעברואר 25, 2018 9:47 pm

ניין איך האב עס טאקע נישט געהערט,
ווען איך וואלט עס געהערט וואל איך מסתמה אויך געברויזט ביזן גאר.
און ווען איך הער אמאל חלילה א גיט שטיקל קמעדי פון קריס ראק און עדי מערפיאדער מארטין לארענץ זיי זענען אלע אנגעפיקעוועט מיט ראסיסטישע שפריכווערטער אדער דער אידישער קאמעדיסט וואס איז לעצטענסט געשטארבן שוין פארגעסן זיין נאמען געווען עלוועס פרעסלי'ס חבר, איין שטיק ראסיסט, און דער עולם פלעגט זיך הרגענען פאר געלעכטער.
ואתכם הסליחה
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » זונטאג פעברואר 25, 2018 11:22 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
1_4943182486369730606.pdf
(178.53 KiB) אראפגעלאדנט 260 מאל
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

הודעהדורך רימון » מאנטאג פעברואר 26, 2018 10:29 am

איך וויל באדאנקען ר' זלמן פאר'ן טון דער ריכטיגער שריט מיט'ן פארמעקן די ראסיסטישע וויצן פונעם סיסטעם. ר' זלמן איז א מוסטער פון אויפריכטיגקייט און ישרות, און מיט זיין לאנג יאריגע רעפוטאציע פון ארנטליכקייט און קבל את האמת ממי שאמרו האט ער אונז דאסמאל ווידעראמאל נישט אנטוישט.
א ישר כח און א פרייליכן פורים.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך אברך משי » מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:10 pm

Whowww Whowww Whowww

כ'האב געליינט די ווערטער פון @רימון שליט"א מיט שפאנונג, דברי חכמה ואמת וואס כ'האב שוין לאנג נישט געליינט! א פוינט וואס טרעפט צו צום פינטל אז יואלי לעבאוויטש קען נישט חוזק מאכן פון זאכן וואס זענען באמת א חוזק, שטארקע רייד. הגם איך האב פארשטענדעניש מיט יואלי'ן און קול מבשר בכלל ווייל סוף כל סוף זענען זיי דא צו מאכן פרנסה און מוזן אבאך געבן נישט צו טרטען קיינער אויפן הינער אויג, און אז איינער פילט פאר ריכטיג און וויכטיג אראפצורייסן אונזער סיסטעם אדרבה איז ער מכובד צום מייק און נעמען זיין אייגענעם שופר אין די האנט און חוזק מאכן. מ'פאשטיימער אלע גוט אז ווער ס'ארבעט פ]אר גראף פאטאצקי קען נישט חוזק מאכן פון גראף פאטאצקי, און ווער ס'עקזיסטירט פון ישיבה-בחורים-צוהערער און חרדישע-חסידישע-זקנים-וזקינות-נאכפאלגער קען נישט נוצן שטאף וואס וועט עם מארגן פארוואנדלן אין א חרם סמאטוכע. סא, מיט אלע רעכטן פאר רימון און די הארט-שטעכנדע-און-ווייט-גרייכנדע-אמתדיגע-און-אויפריכטיגע-פונקטן אין זיינע רייד, זענמער אבער אין דערווייל אין גלות, אין גלות ביי זיך אליין כמבואר בספ' און דאס איז וואס מ'האממער, פארפאלן.

מיין עקסטאז פון זיינע ווארימע רייד האט אבער אנגעהאלטן ביז אינמיטן, און אלס איינער וואס שרעקט זיך נישט צו זאגן דעם אמת און כ'האב נישט קיין מורא פון נידריג-איי-קיו'עדיג-ניק-אטאקעס, און למרות כ'האב נישט געהערט דעם קול מבשר פורים אפטיילונג סא כ'ווייס ניטאמאל אויף וואס ס'באציט זיך די קריטיק קעגן די שחורים, אבער גיוו מיר א ברעיק אלע מיינע זיסע אנטי-ראסיזם-פייערדיגע-אנהנענגער, קאם אן! מ'האלט שוין ביי דעם אז לכבוד פורים זאל זיין א אישוי אז מ'מאכט חוזק פון א ניגער?! וואס זענט עטס שוטים? יא מ'לעבמער טאקע היינט אין א "קארעקטע" וועלט ווי יעדער מוז זיין נאבל און איידל און פאליטיש אויסגעהאלטן, אבער גיוואלד הערט אויף מיט די פארקאקטע בי עס, ס'וועט קיינעם גארנישט געשען אז מ'מאכט חוזק פון א שחור, איך און דו זעממיר אלע אויפגעוואקסן אלע יארן מיט דזשאוקס און ליצנות פון די צוריקגעשטאנענקייט פון שווארצע ווייל ס'איז א פאקט און פונקט ווי א-טאטע-בלייבט-א-טאטע-אלעמאל, איז א-ניגער-בלייבט-א-ניגער-אלעמאל. כ'זאג טאקע נישט אז מ'זאל ארומגיין דאס פאמפן און מחנך זיין אונזערע קינדער חוזק צו מאכן פון יענעם און זיי זענען טאקע ברואים פון קודשא בריך הוא, אבער איינער האט זיך ערלויבט אביסעלע שמחת פורים, און פלוצלינג קומט ארויס דער עולם מיט קראקעדייל טרערן ווי כאילו-נידריג און געמיין ס'איז חוזק צו מאכן פון שווארצע. והאחרון הכביד מ'האט אפירגעקראצט היטלער ימ"ש פונם בונקער אז די צווייטע-וועלט-מלחמה איז געקומען פון ראסיזם, און ממילא כאילו טאמער אונזערע קינדער וועלן הערן דזשאוקס קעגן שווארצע וועט פילייכט אין די קומענדיגע יארן אויסברעכן א וועלט מלחמה פון אונזערע קינדער קעגן די שווארצע צוליב די איינגעבאקענע שנאה.

הייסט עס, ראשי ישיבות, רעיב'יס, מנהיגי הציבור, און דער סיסטעם, דאס אראפצורייסן וויפיל מ'קען נאר איז א מצוה, אדרבה ואדרבה, וואס מער ארטקילען, ניגונים, קאריקאטארן, דאס איז פאליטיש גערעכט, יושר'דיג, אחריות'דיג, אויסגעהאלטן, עטיש, איידל, נארמאל, און נעה, וועט נישט ברענגן קיין שעדליכע תוצאות אויף קיין שום פאל. נאר דזשאני-פיקעלסאס דער ניגער וואס איז טאקע צוריקגעשטאנען מיט פופצן מעלות אחורנית פון יעדער אנדערע אומה ולשון אין סאסייעטי, אהה, זיין כבוד זאל מען היטן ווי אויף א קרוין פרינץ. אונז זעממיר שוין טאקע אזוי משוגע?! ס'קומט מיר באלד פאר ווי די מעשה ווי דער קעניג גייט נאקעט אנגעטון וואס איינער האט באשריבן אין איינער פון די וועקער'ס, דער גאנצער עולם-גולם שטייט און שרייט מיט פאטאס "כבוד פאר די שחורים", כ'שעם זיך פון מיר אליין ווער ס'זענען מיינע חברים צום טיש דא, האממיר שוין טאקע פארלוירן דאס לעצטע ביסל שכל אז מ'מאכט א רעש און א טומל אויף איינער וואס האט חוזק געמאכט פון די שחורים?

אנטשולדיגט אויך כ'האבמיך צופייערט מיט מיינע רייד, אבער מנהמת לבי כתבתי זאת, הערטס אויף צו באגראבן די קאפ און זאמד ווי א בת היענה און שרייען נארישע 'קארעקטע' לאזונגען! גאט האט אונז באשאנקן מיט א סענס אוו יומאר, און יא מיר מעגן עס נוצן! איך בין נישט קיין ראסיסט, אבער אויך נישט קיין שוטה!!! און פונקט ווי מיין זיידע (יא, מיין קריגס-געליטענע-זיידע וואס זיין גאנצע פאמיליע איז אפגעשאכטן געווארן דורך די נאצישע ראסיסטן) און מיין באבע און מיין טאטע און מיין מאמע האבן געקענט אלע יארן לאכן פון א גלייך-ווערטל אויפן חשבון פון א שחור, האף איך אזוי ווייטער צו טון. און כ'האף אס ס'איז נאך געבליבן עטליכע נארמאלע מענטשן אין אונזער וועלטל וואס וועלן לכה"פ האלבוועגס פארשטיין וואס איך זאג דא. איך ערווארט נישט פון קיינעם קיין לייק אויף מיינע ווערטער ווייל ס'איז אומעטיש אין אונזער היינטיגע עפאכע צו רעדן אויף א טונקל הויטיגע באשעפעניש וואס איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען פארשקלאפט אין די גאנצע וועלט, און על פי תורה איז ער א חמור און דומה לחמור במלוא מובן המילה. כ'בין אייך מוחל דעם לייק, אבער א קליינע חשבון הנפש מאכטס שנעל ווי מ'האלטמער.

שחורה אני ונאוה
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:41 pm

אברך געוואלדיג יישר כח

די ווארט איז פשוט נעם נישט קיין עקסטרים אויף קיין שום זייט כאליו דער ראטענשטרייך האט געמיינט דא ראסיזם ער האט געמיינט צו זאגן זשאוקס דער עולם זאל לאכן דעטס אלל מאכן זשאוקס אויף יענעם'ס חשבון איז סתם אזוי נישט אויסגעהאלטן אבער ראסיזם ?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2922
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:45 pm

אברך משי האט געשריבן: איך בין נישט קיין ראסיסט, אבער אויך נישט קיין שוטה!!!

נאר דזשאני-פיקעלסאס דער ניגער וואס איז טאקע צוריקגעשטאנען מיט פופצן מעלות אחורנית פון יעדער אנדערע אומה ולשון אין סאסייעטי

דבריך לכאורה סותרים וצריך עיון.

איך האב גארנישט קעגן ראסיסטן, יעדער איז ענטייטלט צו זיין אייגענע דעתו הענייה, אבער ברויכסט זיך נישט שעמען, רוף דאס קינד ביים נאמען און פארטיג, זאג הויעך איך בין א ראסיסט, איך האלט אז שחורים זענען א נידריגערע ראסע ווי אידן און מיר האבן א רעכט חוזק צו מאכן פון זיי לכבוד פורים.
פארשטייט זיך אז ווייל זיי זענען א נידריגערע ראסע פון אונז, טארן זיי אודאי נישט חוזק מאכן פון אונז, און זאלן זיי זיך נאר דערוואגן אזוי צו טוהן וועלן מיר מאכן אזוינע יהלות אויף זיי וואסערע ראסיסטן און אנטיסעמיטן זיי זענען, אז זיי וועלן זיך נישט דערוואגן מער ארויס צו זאגן א ווארט.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:07 pm

וועם באדערט אז דער שחור מאכט חוזק פון אידן אויף זייער קול מבשר ?.........
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2922
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך אברך משי » מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:08 pm

@שמערל מיין פריינט, כ'האב קלאר געזאגט אז כ'האב געשריבן מנהמת לבי, סהאט מיר געברענגט בייז בלוט אין קאפ צו זען ווי דער עולם שטייט איבערגעבויגן און שטענקט אריין ס'קאפ אין א טוילעט און טרינקט ס'וואסער מיט דארשט. כ'שפיר אז ס'נעמט שוין נישט קיין עק דאס טפשות און קליינקעפיגקייט ווי ווייט מ'קען גיין מיט אייגן געקרוינטע עוולות און פראבלעמען, ביז דער אומשולדיגער בדחן האט נעבעך געמוזט אראפנעמען דאס שטיקעלע פון קול מבשר.

זאל זיך איינער פארשטעלן אזא סצענע פאר דרייסיג יאר צוריק ווען וועלט איז נאך געווען וועלט אז א בדחן זאל מוזן אראפגיין פון זיין בענקל און פארמאכן זיין מייק ווייל ער האט געטון די געפערליכע ראסיסטישע עוולה פון לאכן פון שחורים.

ניין, איך בין נאך אלץ שטארק ביי דע מיינונג אז כ'בין נישט קיין ראסיסט, (אפשר דארף איך שטודירן פון דאסניי וואס פונקטליך איז די גדר פון ראסיזם) אבער בארואיגטס די אנגעשטרענגטע געמיטער! א שווארצער בלייבט נאך אלץ א שווארצער, ווי דער נביא זאגט היהפוך כושי את עורו?
א שחור איז א שחור, א פאקט בלייבט פאקט, און אברך משי בלייבט א זיידענע אינגערמאן למרות וואס טיילמאל וואגט ער זיך ארויפצוברענגן פארוואקירנדע מחשבות וואס אנדערע האבן מורא צו זאגן
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:10 pm

אברך משי האט געשריבן: כ'זאג טאקע נישט אז מ'זאל ארומגיין דאס פאמפן און מחנך זיין אונזערע קינדער חוזק צו מאכן פון יענעם און זיי זענען טאקע ברואים פון קודשא בריך הוא..... והאחרון הכביד מ'האט אפירגעקראצט היטלער ימ"ש פונם בונקער.....

הייסט עס, ראשי ישיבות, רעיב'יס, מנהיגי הציבור, און דער סיסטעם, דאס אראפצורייסן וויפיל מ'קען נאר איז א מצוה, אדרבה ואדרבה,
שחורה אני ונאוה

זאג, איז נישט היטלער ימ"ש אויך געווען א בריאה פון קוב"ה? און דיין רבינ'ס/רב'ס בר פלוגתא איז לכאורה אויך א בריאה פון קודשא בריך הוא, נו פארוואס נאר אויף דעם שחור דארף מען עס אנזאגן??
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 26, 2018 3:07 pm

אברך משי האט געשריבן:Whowww Whowww Whowww

כ'האב געליינט די ווערטער פון @רימון שליט"א מיט שפאנונג, דברי חכמה ואמת וואס כ'האב שוין לאנג נישט געליינט! א פוינט וואס טרעפט צו צום פינטל אז יואלי לעבאוויטש קען נישט חוזק מאכן פון זאכן וואס זענען באמת א חוזק, שטארקע רייד. הגם איך האב פארשטענדעניש מיט יואלי'ן און קול מבשר בכלל ווייל סוף כל סוף זענען זיי דא צו מאכן פרנסה און מוזן אבאך געבן נישט צו טרטען קיינער אויפן הינער אויג, און אז איינער פילט פאר ריכטיג און וויכטיג אראפצורייסן אונזער סיסטעם אדרבה איז ער מכובד צום מייק און נעמען זיין אייגענעם שופר אין די האנט און חוזק מאכן. מ'פאשטיימער אלע גוט אז ווער ס'ארבעט פ]אר גראף פאטאצקי קען נישט חוזק מאכן פון גראף פאטאצקי, און ווער ס'עקזיסטירט פון ישיבה-בחורים-צוהערער און חרדישע-חסידישע-זקנים-וזקינות-נאכפאלגער קען נישט נוצן שטאף וואס וועט עם מארגן פארוואנדלן אין א חרם סמאטוכע. סא, מיט אלע רעכטן פאר רימון און די הארט-שטעכנדע-און-ווייט-גרייכנדע-אמתדיגע-און-אויפריכטיגע-פונקטן אין זיינע רייד, זענמער אבער אין דערווייל אין גלות, אין גלות ביי זיך אליין כמבואר בספ' און דאס איז וואס מ'האממער, פארפאלן.

מיין עקסטאז פון זיינע ווארימע רייד האט אבער אנגעהאלטן ביז אינמיטן, און אלס איינער וואס שרעקט זיך נישט צו זאגן דעם אמת און כ'האב נישט קיין מורא פון נידריג-איי-קיו'עדיג-ניק-אטאקעס, און למרות כ'האב נישט געהערט דעם קול מבשר פורים אפטיילונג סא כ'ווייס ניטאמאל אויף וואס ס'באציט זיך די קריטיק קעגן די שחורים, אבער גיוו מיר א ברעיק אלע מיינע זיסע אנטי-ראסיזם-פייערדיגע-אנהנענגער, קאם אן! מ'האלט שוין ביי דעם אז לכבוד פורים זאל זיין א אישוי אז מ'מאכט חוזק פון א ניגער?! וואס זענט עטס שוטים? יא מ'לעבמער טאקע היינט אין א "קארעקטע" וועלט ווי יעדער מוז זיין נאבל און איידל און פאליטיש אויסגעהאלטן, אבער גיוואלד הערט אויף מיט די פארקאקטע בי עס, ס'וועט קיינעם גארנישט געשען אז מ'מאכט חוזק פון א שחור, איך און דו זעממיר אלע אויפגעוואקסן אלע יארן מיט דזשאוקס און ליצנות פון די צוריקגעשטאנענקייט פון שווארצע ווייל ס'איז א פאקט און פונקט ווי א-טאטע-בלייבט-א-טאטע-אלעמאל, איז א-ניגער-בלייבט-א-ניגער-אלעמאל. כ'זאג טאקע נישט אז מ'זאל ארומגיין דאס פאמפן און מחנך זיין אונזערע קינדער חוזק צו מאכן פון יענעם און זיי זענען טאקע ברואים פון קודשא בריך הוא, אבער איינער האט זיך ערלויבט אביסעלע שמחת פורים, און פלוצלינג קומט ארויס דער עולם מיט קראקעדייל טרערן ווי כאילו-נידריג און געמיין ס'איז חוזק צו מאכן פון שווארצע. והאחרון הכביד מ'האט אפירגעקראצט היטלער ימ"ש פונם בונקער אז די צווייטע-וועלט-מלחמה איז געקומען פון ראסיזם, און ממילא כאילו טאמער אונזערע קינדער וועלן הערן דזשאוקס קעגן שווארצע וועט פילייכט אין די קומענדיגע יארן אויסברעכן א וועלט מלחמה פון אונזערע קינדער קעגן די שווארצע צוליב די איינגעבאקענע שנאה.

הייסט עס, ראשי ישיבות, רעיב'יס, מנהיגי הציבור, און דער סיסטעם, דאס אראפצורייסן וויפיל מ'קען נאר איז א מצוה, אדרבה ואדרבה, וואס מער ארטקילען, ניגונים, קאריקאטארן, דאס איז פאליטיש גערעכט, יושר'דיג, אחריות'דיג, אויסגעהאלטן, עטיש, איידל, נארמאל, און נעה, וועט נישט ברענגן קיין שעדליכע תוצאות אויף קיין שום פאל. נאר דזשאני-פיקעלסאס דער ניגער וואס איז טאקע צוריקגעשטאנען מיט פופצן מעלות אחורנית פון יעדער אנדערע אומה ולשון אין סאסייעטי, אהה, זיין כבוד זאל מען היטן ווי אויף א קרוין פרינץ. אונז זעממיר שוין טאקע אזוי משוגע?! ס'קומט מיר באלד פאר ווי די מעשה ווי דער קעניג גייט נאקעט אנגעטון וואס איינער האט באשריבן אין איינער פון די וועקער'ס, דער גאנצער עולם-גולם שטייט און שרייט מיט פאטאס "כבוד פאר די שחורים", כ'שעם זיך פון מיר אליין ווער ס'זענען מיינע חברים צום טיש דא, האממיר שוין טאקע פארלוירן דאס לעצטע ביסל שכל אז מ'מאכט א רעש און א טומל אויף איינער וואס האט חוזק געמאכט פון די שחורים?

אנטשולדיגט אויך כ'האבמיך צופייערט מיט מיינע רייד, אבער מנהמת לבי כתבתי זאת, הערטס אויף צו באגראבן די קאפ און זאמד ווי א בת היענה און שרייען נארישע 'קארעקטע' לאזונגען! גאט האט אונז באשאנקן מיט א סענס אוו יומאר, און יא מיר מעגן עס נוצן! איך בין נישט קיין ראסיסט, אבער אויך נישט קיין שוטה!!! און פונקט ווי מיין זיידע (יא, מיין קריגס-געליטענע-זיידע וואס זיין גאנצע פאמיליע איז אפגעשאכטן געווארן דורך די נאצישע ראסיסטן) און מיין באבע און מיין טאטע און מיין מאמע האבן געקענט אלע יארן לאכן פון א גלייך-ווערטל אויפן חשבון פון א שחור, האף איך אזוי ווייטער צו טון. און כ'האף אס ס'איז נאך געבליבן עטליכע נארמאלע מענטשן אין אונזער וועלטל וואס וועלן לכה"פ האלבוועגס פארשטיין וואס איך זאג דא. איך ערווארט נישט פון קיינעם קיין לייק אויף מיינע ווערטער ווייל ס'איז אומעטיש אין אונזער היינטיגע עפאכע צו רעדן אויף א טונקל הויטיגע באשעפעניש וואס איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען פארשקלאפט אין די גאנצע וועלט, און על פי תורה איז ער א חמור און דומה לחמור במלוא מובן המילה. כ'בין אייך מוחל דעם לייק, אבער א קליינע חשבון הנפש מאכטס שנעל ווי מ'האלטמער.

שחורה אני ונאוה

קיקט נישט אויס ווי דו האסט עס געהערט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 5:27 pm

כ'ווייס ווירקליך נישט אויב ס'קומט דא אריין, אבער אז מ'רעדט שוין יא.....

ס'איז פארהאן אן אלטער שפריך-ווארט וואס לויטעט ווי פאלגענד: יעדער איינציגער מענטש, פארמאגט אין זיך א פינטל באהאלטענע ראסיזם. זעלבסטפארשטענדליך איינער מער און איינער ווייניגער.

מיר זענען אידן מיט זענען טרענירט געווארן נאך פון די ווינדלן אן, צו טראכטן ווי אזוי די תורה הק' לערנט אונז:

אלזא לאזט זיך פרעגן, איז דען פארהאן א איסור אין די תורה צו זיין א ראסיסט?

ביז צו די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן איז יעדער איינציגער באשעפעניש אויפן ערד-קוגל געווען א פולשטענדיגע ראסיסט מיט אלע פישיקוועס... ס'איז געווען העכסט-נארמאל. דער שווארצער איז געווען א צווייטער-קלאס באשעפעניש....

דאן זענען געקומען אונזערע הייליגע הויכגעשעצטע ערפונדונג-טאטעס און דעקלערט אינעם דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיקייט אז ניין! אט איז וואס זיי שרייבן:
"מיר האלטן פאר א ווארהייט וואס ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, אז אלע מענטשען זענען באשאפען געווארן גלייך, וועלכע זענען געשאנקן געווארן פון זייער באשעפער מיט פארשידענע פריוועליגיעס וואס מ'קען פון זיי נישט אפהאלטן, וואס פון זיי איז דאס לעבן, פרייהייט, און דאס שטרעבן צו צופרידענהייט... ביז אהער זענען די הייליגע ווערטער פון אונזער אומפארגעסליכע ערפינדונג-טאטעס. און דאס איז דער אלגעמיינער און פילייכט דער ערשטער מקור קעגן דעם שוידערליכען איסור פון ראסיזעם...

ס'איז גלייכצייטיג וויכטיג צו באטאנען אז די דאזיגער רעזעלוציע איז צווישען אנדערע איינשטומיג באשטעטיגט געווארן דורך אלע אנוועזענדע וועלכע זענען דאן אנוועזען געווען אינעם רעפרעזאנטן הויז אין פילאדעלפיע. דאס איז אונטערגעשריבען געווארן אין יענעם אומפארגעסליכער פייערליכער טאג יולי דעם פערדן 776' למספ'. און דער רעזעלוציע טאקע פולשטענדיג פראטאקלירט געווארן אין די פראטאקל ביכער פון די פאראייניגטע שטאטן ביז צום היינטיגען טאג.

ס'איז באשיינפערליך נישט פארהוילן פון קיינעם, אז די ענגלענדער אין יענע עפאכע האבן אנגעקוקט די קאלוניסטן ווי צווייטראנגיגע באשעפענישן. (גענוי ווי מיר קוקן אן די שווארצע... זעלבסטפארשטענדליך בלויז באהאלטענערהייט) דער קאלוניסט אפגעזען ווי רייך און ווי קלוג ער איז פילייכט געווען, האט פארט נישט געניסט דאס זעלבע עהרע און אנערקענונג ווי אן ענגלישער אדל-מאן. דאס איז באשיינפערליך געווען דעם ענדגילטיגען פינק וואס האט אויפגעפלאקערט די גרויסע רעוואלוציע. און דער דעקעלעראציע פון זעלבסטשטענדיקייט איז באשיינפערליך געשריבען געווארן אין דעם דאזיגן גייסט.

דאס באדייט אין אנדערע ווערטער, אז אפילו די שרייבער פון די דעקעלעראציע פון זעלבסטשטענדיקייט זעלבסט, זענען אויך געווען פינסטערע ראסיסטן, זיי האבן בלויז געשריבן די אויבען-דערמאנטער רעזעלוציע ווייל זיי האבן געמיינט זיך זעלבסט.... אין באווייז איז, אז די דאזיגע שרייבער און דענקער האבן זעלבסט פארמאגט שווארצע קנעכט. וועלכע האבן געארבייט עבודת הפרך אויף זייער פעלדער פון צופרי ביז אויפדערנאכט אן קיין שום באצאלונג....א שטייגער ווי טאמאס זשעפערסאן, זשארזש וואשינגטאן, און זשאן עדעמס, אלע פון זיי איינע ביי איינע, האבן אויפגעהאלטן שווארצע קנעכט אין זייערע גיטער.

איי וועט איר פרעג אז אלע מענטשען זענען דאך באשאפען געווארן גלייך? נאר ווי געזאגט מ'האט גארנישט געמיינט די שווארצע, מ'האט געמיינט זיך אליינס...

צום ענין: אין די תורה שטייט אז נח האט פארשאלטן חם אז ער וועט זיין א קנעכט צו שם. און מ'געפונט נישט אין די גאנצע תורה אז ס'איז פארבאטן צו זיין א ראסיסט. דער גאנצער אויפגעבלאזענער ווינט קעגן ראסיזעם איז בלויז א נייער. טא, ווער זאגט אז ס'איז אונז עטוואס מחייב?

יא מיר זענען ראסיסטן! האסט א פראבלעם דערמיט?

די זעלבע איז מיט אנטיסמיטיזעם דער גוי איז און מעג זיין אן אנטיסמיט. די גמרא זאגט אונז שוין הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב... ס'איז גארנישט שלעכט אז דער גוי האט פיינט דעם איד...דאס איז באשיינפערליך העכסט נאטירליך...

נאר וואס דען? ווייל די האסט יענעם פיינט, אדער די קוקסט יענעם אראפ, מיינט פילייכט נישט אז די מוזט אים ארויסרייסן די קישקעס, אדער אים גאר פארגאזען צום טויט מיט צירקלאן בי גאז, אד''ג. האסט אים פיינט? כ'הער! די האלסט אז די ביזט מער פון אים? פיין! האלט דאס ביי דיך און דערשטיק דיך דערמיט! די קענסט מיר נישט שלעכסט טאן צוליב דיינע זויערע געפולן. אבער חוזק מאכן פון די אבאמאלעך? פארוואס דען נישט?

חיים אינוש לבסימו.......
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2565 מאל

Re: קול מבשר איז קיין וויץ!

הודעהדורך החוקר » מאנטאג פעברואר 26, 2018 8:26 pm

אברך משי האט געשריבן: קאם אן! מ'האלט שוין ביי דעם אז לכבוד פורים זאל זיין א אישוי אז מ'מאכט חוזק פון א ניגער?! וואס זענט עטס שוטים?
ס'איז א פאקט און פונקט ווי א-טאטע-בלייבט-א-טאטע-אלעמאל, איז א-ניגער-בלייבט-א-ניגער-אלעמאל.
איך בין נישט קיין ראסיסט, אבער אויך נישט קיין שוטה!!! און פונקט ווי מיין זיידע (יא, מיין קריגס-געליטענע-זיידע וואס זיין גאנצע פאמיליע איז אפגעשאכטן געווארן דורך די נאצישע ראסיסטן) און מיין באבע און מיין טאטע און מיין מאמע האבן געקענט אלע יארן לאכן פון א גלייך-ווערטל אויפן חשבון פון א שחור, האף איך אזוי ווייטער צו טון.
על פי תורה איז ער א חמור און דומה לחמור במלוא מובן המילה.

איך קען דיר נישט, ממילא וועל איך דיר נישט פערזענליך אפסטעמפלן, אבער די תגובה איז א וויסט ראסיסטישע תגובה!

לויט ווי עס קוקט מיר אויס האסטו א טעות, דו מיינסט אז ווייל דו האסט א סיבה צו דיין ראסיזם איז עס אויס ראסיזם. אין אנדערע ווערטער אויב ראסיזם איז לאגיש, ווערט עס אויס ראסיזם און עס ווערט א פאקט.

פראביר נישט צו פארדרייען און פארגלעטן, זאג גראב און אפען וואס דו האלטסט.

קאך_לעפל האט עס געזאגט גראב אן קיין דריידלעך, "איך פיר מיך עפ"י תורה און די תורה לאזט זיין ראסיסטיש. נאכמער, די תורה איז גאר ראסיסטיש, אשר ע"כ בין איך א ראסיסט."
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 905
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 690 מאל

הודעהדורך אבני שיש » מאנטאג פעברואר 26, 2018 9:51 pm

אברך משי האט געשריבן:@שמערל מיין פריינט, כ'האב קלאר געזאגט אז כ'האב געשריבן מנהמת לבי, סהאט מיר געברענגט בייז בלוט אין קאפ צו זען ווי דער עולם שטייט איבערגעבויגן און שטענקט אריין ס'קאפ אין א טוילעט און טרינקט ס'וואסער מיט דארשט. כ'שפיר אז ס'נעמט שוין נישט קיין עק דאס טפשות און קליינקעפיגקייט ווי ווייט מ'קען גיין מיט אייגן געקרוינטע עוולות און פראבלעמען, ביז דער אומשולדיגער בדחן האט נעבעך געמוזט אראפנעמען דאס שטיקעלע פון קול מבשר.

זאל זיך איינער פארשטעלן אזא סצענע פאר דרייסיג יאר צוריק ווען וועלט איז נאך געווען וועלט אז א בדחן זאל מוזן אראפגיין פון זיין בענקל און פארמאכן זיין מייק ווייל ער האט געטון די געפערליכע ראסיסטישע עוולה פון לאכן פון שחורים.

ניין, איך בין נאך אלץ שטארק ביי דע מיינונג אז כ'בין נישט קיין ראסיסט, (אפשר דארף איך שטודירן פון דאסניי וואס פונקטליך איז די גדר פון ראסיזם) אבער בארואיגטס די אנגעשטרענגטע געמיטער! א שווארצער בלייבט נאך אלץ א שווארצער, ווי דער נביא זאגט היהפוך כושי את עורו?
א שחור איז א שחור, א פאקט בלייבט פאקט, און אברך משי בלייבט א זיידענע אינגערמאן למרות וואס טיילמאל וואגט ער זיך ארויפצוברענגן פארוואקירנדע מחשבות וואס אנדערע האבן מורא צו זאגן

יא, דארפסט טאקע נאכאמאל שטודירן וואס ס'גייט אריין ב'גדר ראסיסט. און קורץ, אויב האלטסטו אז א געוויסע ראסע (נעמליך טונקל-הויטיגע) איז אין אלגעמיין אנדערש ווי יעדן איינעם, ביסטו א ראסיסט. קען זיין אז די האסט דאס נישט געוואוסט ביז יעצט.
I think therefore I am. I think.
אבני שיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:35 pm

רימון האט געשריבן:איך נעם די קול מבשר פורים אפטיילונג זייער ערנסט יאר יערליך, קען זיין אפשר צו ערנסט.

יעדע וויץ האט אן אמת, זאגט די וועלט, און פון א קלוגן איד האב איך אמאל געהערט אז דער גאנצער וויץ איז אמת, סיידן דער שמייכל… ווי פאסיג איז דאס אין א געזעלשאפט וואס איז פארבאריקאדירט און אנגעקליידעט מיט מאסקעס, קען קאמעדיע ספעציעל דורכאויס די לויזערע טעג ארום פורים דינען אלס א פענסטערל אריין אין דער הוה פון חרדישן לעבנסשטייגער.

אז מ'רעדט פון קול מבשר פורים אפטיילונג לויפט עס סינאנים מיט דעם אלעמען באקאנטן יאסעלע. עס ווערט אצינד דער צענטער יאר וואס יאסעלע פיגורירט אויף "קול מבשר". צען יאר איז אסאך צייט, די וועלט האט זיך געביטן אומצאליגע מאלן די לעצטע צען יאר, אבער יאסעלע ווערט נישט עלטער אדער קלוגער. ער איז שטעקן געבליבן אין פרשת תצוה. זינט פורים תשס"ח, ווען יאסעלע האט געלאזט פאלן די באמבע פשט, "ואתה תצוה, און דו זאלסט הערשן," איז יאסעלע געבליבן דאס זעלביגע. היי יאר האט ער ווידעראמאל א תורה פאר'ן שווער און אויף וועלכע סדרה? צוגעטראפן! פרשת תצוה.
*
ס'איז שוין כמעט ווי ערווארטעט אז יואלי לעבאוויטש זאל גארנישט מחדש זיין. יעדעס יאר באשטייען זיינע וויצן פון מער ווייניגער דעם זעלבן טייג געקנעטן: שוכי מיט זיין אונגארישע באבע, און ווי שטארק זי פרייט זיך אז ער איז א חתן געווארן קעגן אלע אויסזיכטן, און יאסעלע וואס האט א תורה פאר'ן שווער און מוטשעט זיך מיט פינאנציעלע מיסברויכן, איין יאר קרעדיט קארדס, מולטי לעוול מארקעטינג און היי יאר ביטקוין.

יואלי לעבאוויטש'ס מאנגל אין קריעטיוויטעט און אויפקומען מיט פרישע סצענעס איז אין מיינע אויגן נישט זיין פעלער. עס סימבאליזירט נישט זיינע באגרעניצונגען נאר אן אלגעמיינעם מער ברייטערע און גענעראלע פראבלעם וואס טוט באגרעניצן סיי ווער עס שטעלט זיך ארויס אין דער חרדישער עפנטליכקייט.

גענוג זאכן האבן פאסירט דעם פארלאפענעם יאר וואלטן געקענט דינען אלס סחורה פאר שפאס, אבער ער מעג פון נישט רעדן; די ישיבה סיסטעם איז קיין שפאס; די רבי'ס זענען קיין שפאס; די כולל סיסטעם איז קיין שפאס; די אנגעוויזנקייט אין פראגראמען איז קיין שפאס. די אומצאליגע אומגעהויערע ווייטאגליך-שפאסיגע נויאנסן פון אונזער לעבן זענען קיין שפאס, נאר דארפן פארבלייבן אונטער'ן טעפיך. אונזער יאסעלע-גולם פארבלייבט דאס זעלבע פון צען יאר צוריק, אן קיין שום אונטערשיד פון יאר צו יא און די ציל-פונקטן פאר וויצן בלייבן מאגער און שיטער ביז גאר.

שוכיס תנאים איז זייער זיס און די גרופע וואס באזוכט קושנער אום פורים צו הערן א רעדע פונעם פרעזידענט איז זייער לאכעדיג, אבער פארבליבן זענען מיר ווידער מיט צוויי אבסטראקט טאפיקס וואס שפיגלען גארנישט אפ סיי וועלכע אספעקט פון אונזער לעבנססטיל.

*

פיל טיפער פון דעם איז ווי קיינער טאר זיך נישט טרעפן אינערהאלב די פורים אפטיילונג, אויסנאמען זענען פארהאן אבער א באדייטנד טייל פון די סטארי ליינס און סצענעס זענען אזוי אבסורד און אומרעאליסטיש און ווייט פונעם יעדן טאגיגן לעבן, אז עס פארבלייבט נישט די מעגליכקייטן צו ציען א שטריך צום סיי וועלכע ווירקליכע רעאליטעט.

אן אויסנאם איז די פורים "גרופע" וואס קומט אן בטעות טאנצן צו אן ארעמער אלמנה. נאכ'ן זיך איינרעדן אז די איינוואוינער פון דעם אדרעס זענען "מולטי", קריגן זיי א טשעק פון פינף טאלער און טענזשערינען אלס צוגאב... די סצענע איז ציפעדיגע הומאר און אויך זייער עכט. די סצענע לויטעט ווי די בחורים האבן סך הכל באזוכט ביי צוויי אדרעסן אריינגערעכנט איין טעות'דיגע, און זייער גרופ האט זיך געענדיגט מיט שאדן פאר דער ישיבה אן קיין שום איינקונפט.

ידידינו כוכב האט אמאל געשריבן:
"גיין נאך געלט איז אן אפגעפליקטע מצוה פאר ווער ס'איז נישט געמאכט דערפאר. כ'פלעג ממש זיין מיזערבעל ווייל מ'מוז גיין נאך געלט. א בחור פורים איז ממש א רחמנות אפילו מ'טאנצט "יש תקוה" אויף דער גאס, מ'זיצט א גאנצן טאג אין טרעפיק, מ'ליידט בזיונות, מ'קומט אהיים א פייגער, נישט געגעסן, אויפגעשאקלט, געכאפט פסקים און ביזי געווען פרעגן, 'וויפיל געלט האט ער געגעבן?'..."

דאס זענען זייער ענליך צו מיינע ערפארונגען אויף "גרופס". געווען יארן וואס מ'האט געמאכט געלט און געווען יארן וואס מ'האט ממש דערלייגט, אבער הצד השווה אז ס'איז געווען אן אפקומעניש און די ערפארונגען זענען געווען זייער ענליך ווי יואלי שילדערט. די אדרעסן ליסטעס זענען געווען פעלערהאפטיג, רוב טאג איז מען געפארן און אפגעזעסן אין טראפיק און די איינציגע אדרעסן וואס מ'האט אריינגעכאפט זענען געווען צומאל ארעמלייט וועלכע האבן זיך באגנוגנט מיט א מינימאלע נדבה.

יואלי לעבאוויטש שילדערט ערשטקלאסיג ווי די פרוי בייזערט זיך אויף די בחורים אז זי האט שוין פסח'דיגע געמאכט. דאס איז אזוי וואר, איך געדענק ווי ביי איין אדרעס -- וואו מיר האבן זיך ענדליך דערקייקלט -- האט די באלעבאסטע פראסט און פשוט אויסגעפלאגט די מוזיק, שרייענדיג, "ענאף", און אונז ארויסגעווארפן מיט א צוואנציגער ווי הינט אויף די גאס.

כ'האב ממש פיינט געהאט פורים און געוואלט חתונה האבן פאר די בלויזע סיבה פטור צו ווערן פון א בחורישע פורים.

*

דער עכטער מחדש אין דער היי יעריגער פורים אפטיילונג איז קלמי שווארץ.

נאכמאכן שטימעס פון זינגערס איז נישט עפעס ניי, האט ער אבער קונצליך באוויזן דאס צו דערפרישן מיט'ן אריינדרינגען אין דער עסענץ פון חרדישן מוזיק, סיי מיט דער סטיל און כאראקטער וואס מוזיק האט אנגענומען די לעצטע יאר צוויי, ווי אויך אז אלץ איז איינס אין דער זעלבער, געפלאכטן און געבינדן אריין אינעם צווייטן מיט גע'גנב'עטע תנועה'לעך און מעלאדיעס פון אלטע און נייע ניגונים וואס ווערן בלויז איבערגעפאקט אין א 2018 שאכטל.

קלמי מאכט א וואונדערליכע און העכסט-אריגינעלע אבזערוואציע איבער חרדישע מוזיק. און מיט'ן געבן דעם אויבנ-אן פאר מיילעך קאהנ'ס "העלא" און "יעדער איינער" האט ער אומוועלנדיג אנערקענט דער אטעם פון פרישע לופט און די ספעציעלע גענע אט דער זינגער האט היי יאר צוגעברענגט צו דער מוזיק ספעקטרום.

*

אויסער יואלי לעבאוויטש, טורקס אלס טראמפ און קלמי שווארץ, איז היי יאר צוגעקומען א פרישער שטערן.

יוסף חיים ראטנשטרייך איז א נייער בדחן פון שיכון סקווירא, א סטענד-אפ קאמידיען אויפ'ן אלטן יאנקל מיללער שטייגער, וועלכער זאגט פליסיג וויצן איינס נאכ'ן אנדערן. ווייט נישט אזוי ראפינירט ווי די מער מאדערנע סיטקאם סטיל אין קאמעדיע פון לאנגזאם-פעלדמאן, אבער דאך נישט אוועקצומאכן. כ'מוז אים געבן די קרעדיט און זאגן אז ער איז פאני. טייל וויצן זענען געווען קענטיג אבער א באדייטנד טייל זענען געווען נייע, און אז ער לייגט עס אראפ מיט אריגינעלקייט און געשמאק ברענגט עס צום שמייכלען.

די קאמפלימענטן פאר ראטנשטרייך זאג איך בלויז מן הנימוס, און כ'צווינג מיך דערצו. נישט ווייל מיינע קאמפלימענטן זענען נישט אמת, נאר ווייל ער האט מיך אזוי ארויסגענומען פון די כלים אז ס'קומט מיר צום ברעכן. קומט א נייער בדחן, ער גיט זיך צו קענענלערנען פאר'ן ציבור צום ערשטן מאל, און בלויז אנדערטהאלבן מינוט אריין לאזט ער זיך ארויס אין א גרויליגע ראסיסטישע אטאקע קעגן שווארצע וואס האלט אן פאר גאנצע פינף מינוט! "בלעק פיפל, נאוט סאו סמארט, נאט סאו סמארט," זאגט ער איבער איינמאל און נאכאמאל. טאמער גרויסט זיך דער שווארצער אז ער גייט ענדיגן קאלעזש, (קוק ווער ס'רעדט!), מיינט עס אז ער גייט ענדיגן וואשן די לאבי און די פענסטערס.

ראטנשטרייך לאזט נישט נאך און לאזט לויפן איין ווערטל נאכ'ן אנדערן מיטן זעלבן גרויליגן מיטלאלטערישע סטערעאטיפ ווי דער שווארצער איז א נאר און א בהמה. מיין אנטריסונג און אויפשוידער איז דריי פאכיג.

קודם כל, האלטן מיר נאך אין יאר תשע"ח ביי דעם אז מ'דארף מחנך זיין מענטשן ווי עקלהאפטיג ראסיזם איז? מיר רעדן דאך נישט דא פון אנגעפרעסענע ווייסע גוים וואס לעבן על סיר הבשר שוין צוויי הונדערט יאר, נאר פון אידישע קינדער וועמענ'ס זיידעס און באבעס זענען דערמארדעט געווארן קוים 70 יאר צוריק מחמת ראסיזם. דיר דארף מען מסביר זיין ווי עקלדיג דאס איז צו משפט'ן א פאלק מיט געמיינע ליצנות און סטערעאטיפן?! און שווארצע זענען נישט נאר א פאלק, נאר כמעט 20 פראצענט פון דער מענטשהייט!

והשנית, אז דו ביסט שוין יא דורכגעפוילט מיט ראסיזם, וואו איז דיין שכל דאס ארויפצושטעלן אין פובליק צו די אויערן פון צענדליגער טויזנטער צוהערער? ביסטו אזוי בלינד אז ניטאמאל זעסטו נישט ווי שלעכט דאס איז, און אז פאר רוב מנין ובנין פון אנשטענדיגע מענטשן איבער דער וועלט ביסטו א געמיינער פארשוין פאר'ן רעדן אזוי? דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר דעם בדחן אליין, און סיי פאר דער רעדאקציע פון קול מבשר וואס האט דורכגעלאזט אזא זאך.

והשלישית, די היי יעריגע פורים אפטיילונג איז פילייכט שוין אויסגעהערט געווארן דורך שווערע טויזנטער מענטשן. עס איז פון די פאפולערסטע צייטן פאר קול מבשר במשך דעם גאנצן יאר. מוצאי שבת, גאנצע דריי טאג נאך וואס די קול מבשר פורים אפטיילונג איז ארויפגעשטעלט געווארן, זענען די ליניעס געווען איבערגעשטרענגט און געזשעמט פון די פילע אריינרופער, און צו מיין אנטריסונג איז אין פוצה פה ומצפצף. ווען קול מבשר טוט עפעס די מינדעסטע וואס איז נישט פאר איינעם צום הארצן וואלט עס שוין לאנג אראפגעפלויגן פון דארט, אבער אין דעם פאל איז יעדער צופרידן. א גרויליגע אטאקע פון ראסיזם ווערט גענצליך אקצעפטירט אן דעם וואס סיי ווער זאל שטעלן א ווידערשטאנד דורך סיי וועמען.

כ'ווייס אז ס'איז פורים, כ'ווייס אז בדחנים גלייכן צו טרייבן שפאס פון סטערעאטיפן, פון שוויגערס, פון ארץ ישראל אידן, פון עלטערע אידן. כ'ווייס אז א וויץ איז א וויץ און מ'דארף עס נישט נעמען פערזענליך. אבער אטאקירן א גאנצן פאלק איז אנדערש ווי גוטמוטיגע וויצן. וואס "אנטיסעמיטיזם" איז ווייסטו? אנטיסעמיטיזם איז א ווארט פאר ראסיזם קעגן אידן. אויב ביסטו קעגן אנטיסעמיטיזם ביסטו קעגן ראסיזם. אז נישט, ביסטו גארנישט בעסער פון דעם אנטיסעמיט. פונקט ווי דו האסט נישט ליב ווען איינער רעדט קעגן אידן, האבן די אנטיסעמיטן אויך נישט ליב ווען מ'רעדט קעגן זייער אייגענעם פאלק. א ראסיסט און אנטיסעמיט ווערן נישט אפגעשאצט לויט ווי שטארק מ'האט ליב דעם אייגענעם פאלק, נאר צי מ'קען אנערקענען "יענעם". פאר'ן אנטיסעמיט איז דער איד דער "יענער", און פאר דיר איז דער שווארצער דער "יענער". און פונקט ווי דו פארשטייסט ווי געמיין דער אנטיסעמיט איז, דארפסטו פארשטיין ווי געמיין ראסיזם איז.

כ'וואלט געבעטן דעם רעדאקטאר ר' זלמנ'ען -- צו וועמען מיר האבן אלע גרויס רעספעקט און שעצונג פאר זיין דעליקאטע ארבעט -- אז ער זאל זיין אזוי גוט און אויסמעקן די ראסיסיטישע ווערטלעך. אלס דער טאן געבער אינערהאלב חרדיזם אויף פיל א ברייטערע פארנעם ווי סיי וועלכן אנדערן איינפלוסרייכן פערזאן, דארף ער אונז באלייכטן מיט עטיק און טאלאראנץ און נישט חלילה דאס פארקערטע.

אין א פארציע מוסר בכלל פאר ראטנשטרייך, אלס גרינער, וואלט ער זיך געמעגט אויסלערנען צו נוצן עטוואס א סענסיטיווע שפראך, און ווען מ'רעדט פון הונדערטער טויזנטער מענטשן וועלכע זענען אומגעקומען אין אן ערדציטערניש אין האיטי, דרוקט מען זיך נישט אויס מיט גרינשעצונג אויף דער פארלוסט פון אזויפיל מענטשליכע לעבנס. מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים "געפייגערט"?!

*

איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, ווי דוקא די שיכורישע און קאמישע טעג פון פורים ערמעגליכן דורכצוזען די הערצער פון אידישע קינדער און וואס עס ליגט דעם ניכטערן אמת'דיג אויפ'ן לונג. עס שיינט זיך ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל. בנות ישראל יפות הן, אידישע קינדער זענען אזוי הערליך און הארציג, מ'האט זיך ליב איינער דעם אנדערן, מ'פארטיילט מיליאנען פאר צדקה, מ'האט ליב גאט און זיינע געבאטן, אלא שהאיסורים וחרמות וקנמות מנוולת אותן, די גאנץ יאריגע קאנפארמיטעט טוט פארטונקלען און דערשטיקן די נשמה.

פורים איז א טאג וואס אידן קומען ארויס פון זייער שאלעכץ מיט הערליכע פארבן. אז מ'לאזט א טראפקעלע נאך פון דעם גאנץ-יעריגן געיעג צו געפעלן פאר יעדן, קומט ארויס א פאלק וואס באשטייט נישט פון טעכנישע ראבאטן, נאר פון נשמה'לעך וואס זענען מקושר צום זיך און צום רבוש"ע. הלוואי זאל זיין א גאנץ יאר פורים.

היינטיגע נשמות זוכן אהבה און שמחה, הארץ און ספירטואליטעט, און ווען מ'נעמט אוועק די אלע באגרעניצונגען און פילטערס, מ'טוט זיך אן א טשיקאווע היטל און מ'גיסט זיך אן א גלעזל משקה, אנטפלעקט זיך דעם אמת'ן און הערליכן בילד פון ואני קרבת אלוקים לי טוב!

לאמיר פארזיכערן אז די לייכטקייט און דערהויבנקייט פון ימי הפורים זאל נאר אנטפלעקן אונזערע זיסע געפילן, און נישט חלילה דאס פארקערטע.

____
רעדאגירט מיט דער הילף פון ידידינו @אבטולמוס.

למעשה מאכט ער פיין חוזק פון די רבנימלעך
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:20 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:

למשל וואו
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18567 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:42 am

שמעקעדיג האט געשריבן:

200.gif
200.gif (388.58 KiB) געזען געווארן 5031 מאל
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג פעברואר 27, 2018 2:30 am

קנעפל 5
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג פעברואר 27, 2018 2:41 am

קנעפל 5[/quote]
From the main menu?
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1850 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג פעברואר 27, 2018 2:44 am

ניין ביי די פורים מעניו .
דריק 2 און נאכער 5
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron