פראגעס אין תנ''ך דקדוק

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק

הודעהדורך תוהו ובוהו » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:01 am

כפתור האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון דעם, האביך א קלאץ קשיא:

ווי קומט בכלל אריין אז שפראך זאל האבן א לשון זכר אדער לשון נקבה, פארוואס זאל שפראך נישט זיין זשענדער נוטרעל?
וואס האט געטריבן צו צוטיילן שפראך און לשון זכר/נקבה?

אפשר ר' בערל קען אריינקומען קלאר
בכלל נישט קיין קלאץ קשיא

אויף 'בעלי חיים' וואס פארמאגן א ביאלאגישן זשענדער איז פארשטענדליך, ווייל ס'גיבט דאך מער אינפארמאציע אויפן מדובר.

(דרך אגב, ס'איז פארהאן שפראכן וואס פארמאגן דאס אויך נישט, כ'מיין אז אונגאריש איז איינע פון זיי, או ווי אויך איז דא פארשידענע דרגות דערין, למשל ענגליש און אידיש פארמאגן ווייניגער זשענדער חילוקים ווי לשה''ק)

אויף 'שמות עצם' איז דאכצעך נישטא קיין געהעריגן הסבר פארוואס מ'האט דאס צוטיילט אויף זשענדער.
תוהו ובוהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:35 am

תוהו ובוהו: דו ביסט גערעכט. די מערסטע שפראכן האבן א חילוק פון לשון זכר און לשון נקיבה. אונגאריש איז אפשר די איינציגסטע שפראך וואס מאכט נישט קיין חילוק צווישן לשון זכר און לשון נקיבה. פארדעים האבן א סאך צדיקים טאקע געהאלטן אז דאס איז נישט קיין הייליגע שפראך. (אפשר גאר א טמא'נע שפראך.) אין ענגליש איז יא דא א חילוק פון לשון זכר און לשון נקיבה. נאר ס'איז אויך דא א דזשענדער ניוטראל אויסדרוק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11147 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:47 am

ערשטנס מיין איך אז אלע אוראלישע שפראכן, אונגאריש, פינניש, עסטניש, וכו׳, האבן נאר נייטראלע פראונאונס. צווייטנס כינעזיש איז אויך גענדער נייטראל.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5000
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5079 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:51 am

רביה"ק זי"ע: דו האסט גוט צוגעטראפן. ווייל פון די אלע אוגרא-פינישע שפראכן איז די איינציגסטע וואס איך קען רעדן און ליינען איז אונגאריש. כינעזיש קען איך נאר וואס איך האב געהערט פון מיינע לאנדרי מענטשעלעך. צו וועם איך פלעג (אמאל) טראגן מיינע העמדער צו וואשן און ביגלען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11147 מאל

הודעהדורך פרימארגען » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:46 pm

Nanach האט געשריבן:איך זע אז @שאראש פאטאג האט שוין געפרעגט וועגו א ספר מסודר אויף דקדוק און ער האט נישט באקומען קיין ענטפער, איך האב שוין געזען ספרים אויף דקדוק (איך קען מיר יעצט נישט דערמאנען קיין נעמען) אבער איך וואלט זייער עפריעשיעטעד אויב איינער קען מיר אנווייזן א ספר וואס שטעלט אוועק מסודר די כללים פון אבן עזרא מסודר אין א גרינגע לשון, אדער עכ”פ וועלכע מסודר’דיגע כללי הדקדוק ספר שטימט די בעסטע מיט שיטת הדקדוק אין אבן עזרא

די אבן עזרא זעלבסט האט געשריבען עטליכע ספרים אויף דיקדוק מוסד הרב קוק האט לעצטענס איבער געדריקט טייל פון זיינע ספרים
“ the world is ours if we want it”
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך תוהו ובוהו » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:04 pm

וְהִנֵּה קָמָה אֲלֻמָּתִי, וְגַם-נִצָּבָה; וְהִנֵּה תְסֻבֶּינָה אֲלֻמֹּתֵיכֶם, וַתִּשְׁתַּחֲוֶיןָ לַאֲלֻמָּתִי

אינטערסאנט דעם לשון עתיד במקום עבר, לכאורה כדרך הכתוב בשירים וחזיונות.
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).

ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.
תוהו ובוהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:47 pm

תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט וואס דער חידוש איז דא? מאלמים, גייט ארויף אויף די פעולה. זיי האבן געבינדן...! אלומתי, מיין בינטל (לשון נקבה)...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11147 מאל

הודעהדורך תוהו ובוהו » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:00 am

berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט וואס דער חידוש איז דא? מאלמים, גייט ארויף אויף די פעולה. זיי האבן געבינדן...! אלומתי, מיין בינטל (לשון נקבה)...!

ער באציעט זיך צום לשון רבים פונעם נקבה ווארט "אלומה", וואס ביי אונז אין פסוק שטייט "מאלמים אלומים" וואס איז געווענליך די רבים פון א זכר, זאגט ער אז מ'געפינט די רבים אויך בלשון נקבה (אלומות) ביי "נושא אלומותיו", וואס אויף דעם איז אינטערסאנט פ"וו ער ברענגט נישט די פסוק אליין "תסובינה אלמותיכם"
תוהו ובוהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך מצפצף » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:37 am

תוהו ובוהו האט געשריבן:
וְהִנֵּה קָמָה אֲלֻמָּתִי, וְגַם-נִצָּבָה; וְהִנֵּה תְסֻבֶּינָה אֲלֻמֹּתֵיכֶם, וַתִּשְׁתַּחֲוֶיןָ לַאֲלֻמָּתִי

אינטערסאנט דעם לשון עתיד במקום עבר, לכאורה כדרך הכתוב בשירים וחזיונות.
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).

ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.

וואו איז דער לשון עתיד?
וכי יאמרו אליכם דרשו אל האבות ואל הידענים המצפצפים והמהגים הלוא עם אל אלהיו ידרש
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

הודעהדורך תוהו ובוהו » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 8:12 pm

תוהו ובוהו האט געשריבן:
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).

ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.

אן אינטערסאנטע פשט פון רש"ר הירש, פ"וו דער פסוק הייבט אן מיט "אלומים" און ענדיגט מיט "אלמותיכם"
ישנו גם הבדל בין ״אלמים״ ל״אלמות״. המשנה בפאה (ו, י) מבדילה בין ״אגודים״ ל״אגודות״, ולפי אחד הפירושים שם, ״אלומה״ מציינת אגודה קטנה: ״כריכות קטנות ועושין בג׳ או ד׳ עומר אחד״ (עיין בפירוש הרא״ש שם). נראה שבחלום יוסף, בתחילה קצרו את כל השדה ואגדו את החיטה באגודות קטנות – ״אלומות״; ולאחר מכן נערמו האלומות לעשות מהן ערימות גדולות – ״אלומים״, באמצע השדה הקצור (״בתוך השדה״).
לפי זה, כך סיפר יוסף לאחיו: ״בחלומי לא היינו כה מפולגים. היינו מאוחדים בעבודתנו, ועבדנו בצוותא בהערמת האלומות הקטנות לאלומים גדולים באמצע השדה. גם אני הייתי מוכן להוסיף את האלומה הקטנה שלי לערימה הגדולה המשותפת, אך לא היה ניתן להזיז את אלומתי. היא נעמדה ונותרה זקופה, וסירבה להיות מובלת לערימה המשותפת במרכז. ויתירה מכך, אלומותיכם יצרו מעגל מסביב לאלומתי והשתחוו לפניה!״
תוהו ובוהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

פֵּרֵק אדער פֶּרֶק

הודעהדורך Espresso » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 4:10 pm

ווען מ'הויבט אן לערנען דעם ערשטן פרק... א מינוט, וויאזוי פינטלט מען דעם ווארט פרק? ביי אונז חסידים, ווען אונז זאגן פרק סאונדט עס ווי די פ האט ש צירי, די ר האט אדער א שווא אדער סגול, אין תנ"ך ווערט דאס ווארט בכלל נישט גענוצט אויף צו רופן קאפיטלעך, פרק אין תורה מיינט געווענליך א ביין, א שטיקל אבר, אדער פרק ואין מציל צי פורק אין מידם, אדער מפרק הרים. דאס נוצן דאס ווארט פאר א קאפיטל איז דוכט זיך די ערשטע מאל אין משנה, אין אבות, הלומד מחבירו פרק אחד, דארט אין משנה איז פרק געפינטלט פֶּרֶק, מיט צוויי סגול'ס. סא פון וואנעט קומט די חסידישע פֵּרק? זאגט די ליטווישע דאס אויך מיט א צירי?
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 5:16 pm

עספרעססא: אין מביאין ראיה מן החסידים. אונז חסידים פיהרן זיך צו בייגן און צוקנייטשן וועלכע ווערטער אונז באניצן זיך נאר. חסידים מיט דיקדוק. דאס איז צוויי פארשידענע וועלטן. איינס פון אנדער'ן איז כרחוק מזרח ממערב...!

וויאזוי די ליטווישע זאגן ארויס די ווארט..."פרק"...מיין איך...פעי-ראק...Pay-Ruck...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11147 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 5:45 pm

ס'איז לכאורה דאס זעלבע ווי פֶּסַח צו פֵּסַח ביי חסידים. ס'איז אולי נכלל אינעם וואַוּעל-שיפט בכלל וואס איז דא ביי חסידים וואס אנבאלאנגט אידיש פון יידיש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3019
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 10037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2578 מאל

הודעהדורך Espresso » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:03 pm

מי אני האט געשריבן:ס'איז לכאורה דאס זעלבע ווי פֶּסַח צו פֵּסַח ביי חסידים. ס'איז אולי נכלל אינעם וואַוּעל-שיפט בכלל וואס איז דא ביי חסידים וואס אנבאלאנגט אידיש פון יידיש.

שקויך מר. @מי אני. כ'בין נישט באקאנט מיט די גאנצע וואַוּעל-שיפט סומאטוכע. איז דא ערגעץ וואו אין קען לייענען\לערנען דערויף?

א דאנק
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:50 pm

Espresso האט געשריבן:ווען מ'הויבט אן לערנען דעם ערשטן פרק... א מינוט, וויאזוי פינטלט מען דעם ווארט פרק? ביי אונז חסידים, ווען אונז זאגן פרק סאונדט עס ווי די פ האט ש צירי, די ר האט אדער א שווא אדער סגול, אין תנ"ך ווערט דאס ווארט בכלל נישט גענוצט אויף צו רופן קאפיטלעך, פרק אין תורה מיינט געווענליך א ביין, א שטיקל אבר, אדער פרק ואין מציל צי פורק אין מידם, אדער מפרק הרים. דאס נוצן דאס ווארט פאר א קאפיטל איז דוכט זיך די ערשטע מאל אין משנה, אין אבות, הלומד מחבירו פרק אחד, דארט אין משנה איז פרק געפינטלט פֶּרֶק, מיט צוויי סגול'ס. סא פון וואנעט קומט די חסידישע פֵּרק? זאגט די ליטווישע דאס אויך מיט א צירי?


אין עובדיה פרק א פסוק יד שטייט אויך פרק מיט צוויי סגול'ס, און דארט זאגט רש"י
ואל תעמוד על הפרק – מקום שהבורחים יוצאים דרך שם לימלט ובלשון לע"ז קוראים אותו טרו"ג

דער בלעז מיינט א שפאלט. לכאורה קומט עס פין דעם, ווען פין איין וועג ווערט צוויי הייסט עס א פרק. ממילא נוצט מען עס אויף פרשיות, ווען דער זאך ווערט צוטיילט.

און חסידישע פרק איז אזוי ווי פסח, ווייל איינער האט געמיינט אז זיי זאגן פרק וועגן זיי זאגן דער צירי ווי א סגול. עס איז געוועהן רבי'ס וואס האבן געזאגט שקר מיט א צירי, להוציא מלבן. אין לדויד ד' אורי.
קאךלעפעל'ס הסכמה אויף מיר דא
היסטאריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 1:28 pm

Espresso האט געשריבן:שקויך מר. @מי אני. כ'בין נישט באקאנט מיט די גאנצע וואַוּעל-שיפט סומאטוכע. איז דא ערגעץ וואו אין קען לייענען\לערנען דערויף?

א דאנק

דער אמת איז אז איך בין נישט קיין עקספּערט בכלל אין דעם און כ׳האב אויך נישט געמאכט קיין ריִסערטש אין דעם. ווי זיי שרייבן:
Present-day Hasidic Yiddish exhibits striking linguistic differences from the traditional pre-war Eastern European dialects of the language and from the standardised variety, which is based largely on the Lithuanian dialect. Nevertheless, despite the intriguing differences in its structure, and its central role in the contemporary Yiddish world, very few studies exist on Hasidic Yiddish language use, and none offer detailed grammatical descriptions

איך בין עס במושכל ראשון (און זייער טענטאטיוולי) אביסל מדמה צום באקאנטן שיפט במשך הדורות וואס האט פאסירט אין ענגליש.

אדרבה. זאל מען פרעגן @לאשיצער וואס איז יא אן עקספּערט דערין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3019
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 10037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2578 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:18 pm

אז מ'רעדט שוין פון דיקדוק און נעמען איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין די איראקער רעגירונג פונ'ם פארשטארבענם (ארכי-רוצח) סאדאם חוסיין איז געווען א מיניסטער וואס האט געהייסן..."זאאיד בען שאקער"...ווען ער זאלל וויסן וואס זיין נאמען מיינט אין לשון הקודש, וואלט ער געלאפן אין שאריא קאורט און זיך געטוישט דעם נאמען...אפשר צו...עבדוללא בין סאדיק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11147 מאל

הודעהדורך היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 1:10 am

און דיין נאמען מיינט, בער, לבעלה, עגלה, אומוויסענדער, צו איר מאן, דער קאלב.
קאךלעפעל'ס הסכמה אויף מיר דא
היסטאריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:08 pm

היסטאריע: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. צוערשט האביך נישט פארשטאנען (איך בין דאך אן אונגערישער...) אבער ווען איך האב געכאפט האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11147 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט