די צוויי גדו"י וואס האבן פאראויסגעזען דעם ביטערן "האלאקאוסט"

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די צוויי גדו"י וואס האבן פאראויסגעזען דעם ביטערן "האלאקאוסט"

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:07 pm

די צוויי גדולי ישראל וואס האבן פאראויסגעזען און געווארנט איבערן בעפארשטייענדן "האלאקאוסט"



בן חמ"ש להבנת הנקרא


מיר האלטן אצינד ביים אפצייכענען אכציג יאר פונעם אויסברוך פון דעם צווייטן וועלטס קריג, וואס האט מיטגעברענגט מיט זיך דעם ביטערן האלאקאוסט מיט זעקס מיליאן אידישע קרבנות הי"ד.

איינע פון די גאר באקאנטע און ווייטאגליכע נושאים וואס קומען ארויף ביים רעדן איבערן האלאקאוסט, אז דער אומפאסיגער צוגאנג וויאזוי גאר אסאך היימישע גדולי ישראל זענען צוגעגאנגען דערצו, סיי בעפארן קריג און סיי נאכן אויסברוך פונעם קריג. די טענות ווערן צעטיילט אין עטליכע פונקטן:

    1. פארוואס האבן די גדולי ישראל נישט געשיקט זייערע חסידים / סרים למשמעתם צו אנדערע לענדער, ווען עס איז נאך געווען מעגליך. א שטייגער קיין אמעריקע, ארץ ישראל, אדער אפילו אנדערע לענדעלעך אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט.

    2. פארוואס האבן די גדולי ישראל נישט געווארנט די פשוטי עם איבערן ביטערן עתיד וואס עס ווארט זיי אפ. אפגערעדט די סארט צדיקים וואס מיר וואלטן געקלערט אז אויב שוין רוח-הקודש, זאלן זיי האבן רוח-הקודש ביים סאמע וויכטיגסטע זאך דורכאויס דעם צוויי-טויזנט יעריגן גלות, נאר אפילו סתם גרויסע אידן און חכמי הדור וואלטן דאך געדארפט אויסרעכענען וואס דא וועט פאסירן.

    3. ביים קריג זעלבסט, זענען נאך געוויסע גדולי ישראל געווען פארנומען מיטן בת-היענה טאקטיק פון נישט זען דעם שונא, מיינענדיג אז אזוי זעט זיי נישט דער שונא. מאנכע האבן נישט געלאזט ארויספארן פונעם ברענעדיגן אייראפע צוליב קליינליכע "נערוון", ווען עס איז געווען קלאר אז דער צווייטער אפציע קען מעגליך זיין דער קאלך-אויוון.

    4. געוויסע גדולי ישראל זענען געגאנגען א שטאפל ווייטער, און האבן גאר געזאגט פאר אידישע קינדער אז עס וועט ביי זיי גארנישט פאסירן. א זאך וואס האט געוויס קלאר באשטייערט צום דירעקטן טויט פון גאר אסאך מענטשן.

    5. געוויסע חשוב'ע אידן זענען געווען פארנומען צו ראטעווען זייער אייגענעם הויט, און איבערגעלאזט זייער עדה גענצליך הפקר. דער כלל אז דער קאפיטאן איז דער לעצטער צו פארלאזן א זינקענדן שיף איז ביי זיי נישט געווען גילטיג.

עס דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן, אז עס זענען אויך געווען געציילטע אנערקענטע אויטאריטעטן וואס האבן יא געטון פונקט דאס פארקערטע: אויפן "חפץ חיים" ווערט דערציילט, אז ער האט שוין געווארנט פריער אז דאס וועט ליידער נאכפאלגען – טראצדעם וואס עס איז געווען מער א רוח-הקודש ווי א ווארענונג וואס איז נתפרסם געווארן בשעתו. דאס זעלביגע דערציילן די "מלאכים" אין אמעריקע אויפן "מלאך" – הרב דובער לוין, אז ער האט געווארנט מיט שארפע לשונות וואס עס וועט פאסירן אין אייראפע, אבער ווידעראמאל איז עס א שיינע רוח-הקודש אבער קיין ווארענונג בשעתו פאר אן עדה אידן.

עס זענען אויך געווען אידן וואס האבן נישט געוואלט איבערלאזן זייער עדה טראץ דעם מעגליכקייט דערצו, א שטייגער ווי דער ביקסאדער רב הי"ד און נאך. עס זענען אפילו געווען גרויסע אידן וואס זענען צוריק קיין אייראפע אין די ברענעדיגע צייטן, צוליב אט דעם אורזאך, א שטייגער ווי רבי אלחנן וואסערמאן און דער לעצטער קארלינער רבי. הי"ד.

דער לב שמחה פון גער פלעגט זעלבסט צו זאגן אויף זיך, אז דער אורזאך פארוואס ער איז ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל נאך בעפארן קריג איז געווען, וויבאלד היטלער האט געווארנט אז ער וועט הרג'נען אלע אידן: "קיינער האט אים נישט געגלייבט, יעך האב אים יא געגלייבט..."

עס זענען אויך געווען בארימטע מנהיגי עדות וואס זענען נאכן קריג אריין אין א שטיקל דיפרעסיע, האלטנדיג אז זיי האבן א שטיקל טייל אינעם חורבן – אומדירעקט און אומווילנדיג. אויף איין בארימטער גדול ווערט דערציילט אז ער האט זיך אויסגעדרוקט דערוועגן, אז ווען ער וואלט ווען געזאגט בעפארן קריג אז דער עולם זאל אנטלויפן וואלטן צענדליגע טויזנטער אידן אים אויסגעפאלגט, און דערפאר קען ער מער נישט שמייכלען.

מפני הכבוד אקצר, און כ'האב נישט גענוצט קיינע נעמען, אבער די אלע פונקטן זענען ליידער דאקומענטירט.



אחת דיבר היטלער, שתים זו שמעתי


לעצטנס האב איך מיך אבער אנגעשטויסן אין צוויי אידן, וואס בשעתם זענען זיי געווען פאררעכנט אלס גדולי ישראל מיט גאר א גרויסער נאכפאלגערשאפט אבער זענען צוביסלעך פארגעסן געווארן, וואס זיי האבן יא פארשטאנען קלאר אז עס קומט א ביטערע האלאקאוסט. כ'ווייס נישט צי ס'איז געווען א בחינה פון רוח-הקודש, צי א בחינה פון חכם-עדיף-מנביא, אבער אזוי צי אזוי זענען זיי געווען צוויי גדולי ישראל וואס האבן קלאר ארויסגעזאגט זייער מיינונג אז א חורבן איז הונטערוועגנס.

נישט נאר זיי האבן עס קלאר ארויסגעזאגט, נאר זיי האבן גערעדט מיט ראשי קהילה דערוועגן, און זיי האבן אפילו געהאלטן עפנטליכע דרשות ברבים אנווארענענדיג דעם המון-עם אז עס ווארט זיי אפ אן אומגלויבליכן האלאקאוסט. די נעמען פון די צוויי אידן – נישט אז די לייענער האבן שוין אמאל געהערט די דאזיגע נעמען – זענען געווען: הג"ר חיים עזריאל גראדנער ז"ל, און הג"ר זאב וואלף פעטערבורגער ז"ל, ביידע פונעם רוסיש-ליטווישן חדר, אבער מיט א געבענטשטע שכל הישר אויסער זייערע לימודים, וואס האבן פאראויסגעזען אז דער חורבן שטייט ביים שוועל.

אויף רבי חיים עזריאל ווערט דערציילט, אז נאך אין יאר תרצ"ג האט ער באזוכט אין מינכן, דייטשלאנד, און האט דעמאלט אנגעווארנט די ארטיגע קהילה אז היטלער מיינט יעדעס ווארט וואס ער שרייבט אינעם "מיין קאמף", און ער איז זיי מייעץ אז זיי זאלן אנטלויפן פון דייטשלאנד. דאס האט ער זיי געזאגט א חודש איידער היטלער איז בכלל געקומען צום מאכט! אויך ווערט דערציילט, אז זייענדיג אין ענגלאנד אין די סוף תר"צ יארן, האט ער שוין דעמאלט זיך אויסגעדרוקט איבערן סכנה וואס ווארט אפ פאר "זעקס מיליאן" אידן אין אייראפע – נוצנדיג דעם פונקטליכן צאל וויפיל אידן זענען אומגעברענגט געווארן ביים האלאקאוסט.


אבער נאך פיל שארפער פון דעם איז פארבליבן דאקומענטירט די ווערטער פון רבי וועלוועלע פעטערבורגער. ער האט געהאלטן דרשות און אפילו געשריבן מאמרים איבערן סכנה וואס דערנענטערט זיך מיט גרויסע טריט, אבער ליידער האט מען אים נישט עכט אויסגעהערט האלטנדיג אז ער איז סתם א מגזם.

ער האט געהאלטן א דרשה אינעם היימישן ווארשע, אינעם טרויעריגן סימבאלישן טאג "תשעה באב" שנת תרח"צ, זאגנדיג דאס פאלגענדע:

"עס איז שוין דריי יאר וואס איך ווענד מיך צו אייך, פוילישע אידן, און איך ווארן אייך אנע אויפהער אז די קאטאסטראפע דערנענטערט זיך. מיינע האר זענען ווייס געווארן און איך האב מיך פארעלטערט אין די דאזיגע יארן, ווייל מיין הארץ בלוטיגט אויף דעם וואס ענק, מיינע טייערע ברידער און שוועסטער, זעען נישט דעם וואלקאנישן בארג וואס וועט גאר שנעל אנהייבן אויסצושפייען דאס פייער פון פארניכטונג.

איך זע א שרעקליכן מראה, די צייט וואס מ'קען זיך נאך רעדן איז קורץ. איך ווייס: ענק זעען נישט, וויבאלד ענק זענען אריינגעטון אין ענקערע טאג-טעגליכע דאגות. הערטס ענק צו צו מיינע רייד אינעם "צוועלפטן שעה" (-אן אויסדרוק גענוצט ארויסצוברענגען אז מ'האלט שוין ביים לעצטן מינוט, וויבאלד דער זייגער פארמאגט נאר 12 שעות): למען ה'! יעדער זאל זען זיך צו ראטעווען, ווילאנג עס איז נאך דא צייט דאס צו טון, און דאס צייט איז קורץ!"


אין מאמרים האט ער זיך אויסגעדריקט, אינעם יאר תרצ"ט, אז מ'דערנענטערט זיך "צום חורבן. ח-ו-ר-ב-ן. מיר האבן אויסגעלערנט דאס ווארט בעל-פה, און הלוואי זאל איך בלייבן חוזק. עס איז נישט מעגליך אז איינער פון אונז זאלן גלייבן, אז דאס וואלף'ס שלאף וועט מאריך-ימים זיין". ענליך צו דעם האט ער געשריבן אינעם זעלבן יאר: "אין געוויסע צייטן בין איך חושש, אז די שעה איז שוין שפעטער פונעם צוועלפטן שעה, דהיינו חצות-הלילה, דאס מיינט צו זאגן דער סוף... דאס מענטשהייט זיצט און ווארט אויפן מלאך-המות, און אין דעם מענטשהייט, זענען מיר די אידן".

ר' וועלוול האט נאר געזען דעם אנהייב חורבן, און ער איז ליידער אוועק נאך אין יאר ת"ש, היבש – צוליב אנטריסטונג איבערן ביטערן מצב.



נביא זעם יקים בקרבך


ווער זענען געווען די דאזיגע צוויי קלוגע אידן וואס האבן פאראויסגעזען וואס עס ווארט אפ פאר די אידן, און האבן געווארנט די אייראפעאישע אידן דאס מערסטע שייך? נאך א לענגערן פארשונג איבערן אידענטיטעט, בין איך דערגאנגען דאס פאלגענדע:

אין יאר תרל"ה איז חיים עזריאל ווייצמאן – מער באקאנט אלס דער ערשטער "נשיא מדינת ישראל" – געבוירן געווארן אינעם שטעטל מאטעלע, אינעם גראדנער אומגעגענט. זעקס יאר שפעטער, אין יאר תרמ"א, איז זאב זשאבאטינסקי – מער באקאנט אלס הויפט פון די רעכטע ציוני'סטישע גרופעס: די "רעוויזיאניסטן" און דער "אצ"ל" גרופע – געבוירן געווארן אינעם שטאט אדעסע. ער האט שפעטער געלערנט אין פעטערבורג.

די דאזיגע צוויי גדולי ישראל, וואס האבן אויסגעאיבט אן אייביגן השפעה אויף כלל ישראל לשעה ולדורות, טראצדעם וואס זיי זענען זעלבסט געשטאנען אין צוויי קעגנזייטיגע ריכטונגען בנוגע דער פאסיגער צוגאנג אינעם אויפקומענדן אידישן לאנד, זענען אבער ביידע געווען אויסערגעווענליך-קלוגע לייט מיט אן אדורכגעטראכטן מהלך-המחשבה. זיי האבן ביידע געזען א וועלט, און זענען געווען גאר געלונגען אפילו אין אנדערע פעלדער.

חיים ווייצמאן איז געווען א כעמיקער, וואס געוויסע געדאנקען וואס ער האט ערפינדן ווערן נאך באנוצט ביזן היינטיגן טאג. ווידער זאב זשאבאטינסקי איז געווען א דיכטער, שרייבער, און שפראכן-איבערזעצער.

אלנפאלס, די דאזיגע צוויי אידן האבן געווארנט די וועלט מיט גאר דעטאלירטע איינצלהייטן איבער וואס עס ערווארט די אייראפעאישע אידן, אויב מ'וועט זיי נישט לאזן פארלאזן אייראפע און עולה זיין קיין ארץ ישראל. אין זייערע ביאגראפיעס – אבער נישט נאר – וועט מען זיך אנשטויסן אין פילע עפיזאדן ווי זיי זענען געשטאנען און געדינט אלס נביאי-הזעם, אבער ווי די וועלט טוט שטענדיג – האט קיינער נישט ליב אויסצוהערן ווארענונגען, און אזוי ארום איז זיי נאר פארבליבן צו זען ווי זייערע ווארענונגען ווערן ליידער אויסגעפירט מן הכח אל הפועל.

*

עס בלייבט נאר איבער צו פארענדיגן מיט די פייערדיגע ווערטער וואס ר' וועלוועלע פעטערבורגער האט געזאגט, טאקע ביי יענעם אויבנדערמאנטן "תשעה באב" דרשה אין ווארשע, תרצ"ח:

"נאך א זאך וויל איך ענק זאגן אין דעם תשעה באב: די וואס וועלן יא מצליח זיין זיך צו ראטעווען פונעם קאטאסטראפע, וועלן זוכה זיין צום פייערליכן צייט פונעם אידישן גרויסן שמחה, דאס פרישע געבורט און אויפקום פון א אידישע מדינה. איך ווייס נישט אויב איך וועל אויך זוכה זיין צו דעם. מיין זון – יא. איך גלייב אין דעם אזויווי איך בין פארזיכערט אז מארגן אינדערפרי וועט דער זון ווידער אויפשיינען. איך גלייב אין דעם באמונה שלימה"!


ניבא וידע מה ניבא, וגדולה נבואתו אז ער האט טאקע ליידער זעלבסט נישט זוכה געווען דאס צו זען, וויבאלד ער איז פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן פון אונזער וועלט אונטער די זעכציג יאר, אום כ"ט תמוז שנת ת"ש.


לא אלמן ישראל, און מיר זעען פון דעם אז אין יעדן דור האט דער באשעפער אראפגעשיקט חכמי ישראל, וואס אויב מיר פארשטאפן זיך נישט די אויערן קענען מיר פון זיי הערן וויאזוי מיר דארפן זיך פירן.

תנצב"ה.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:21 pm

סאיז כדאי אויך צו דערמאנען דעם גרויסן גאון רבי יחזקאלע קויפמאן, באקאנט מיט זיינע לומדישע חיבורים על התורה, וועלכער האט פאראויסגעזעהן דעם שואה מיט א אויסערגעווענליכע קלארקייט אין זיין ספר גולה ונכר.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1539 מאל

Re: די צוויי גדו"י וואס האבן פאראויסגעזען דעם ביטערן "האלאקא

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:07 pm

פון וואו קומען די מעשיות אויף ר' חיים עזריאל'ן? אין מושיען זענען אויך דא מעשיות אויף, להבדיל, סאטמאר רבי'ן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אונטער חכם אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:25 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:20 pm

סתם נייגעריג די ראקעטס פון עזה האבן זיי אויך פאראויס געזען - אדער נאר זייער אייגען אנגעדרייטע פייער פון די צווייטע וועלט מלחמה - וואס די ציונים האבן געהאט א שיינע חלק?

אין אז איר האט שוין יא אנטדעקט פאראויסזעערס, איך בין זייער נייגעריג וואס זיי האבן צו זאגן איבער די היינטיגע מצב וואס די שארית הפליטה געפינט זיך אין ארץ ישראל ארומגענומען איראן, חיזבאלא, חאמאס, אייסיס, ועוד?
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך yerushalmi » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:08 pm

אין ספר משך חכמה פרשת בחוקותי ווערט שוין אויך דערמאנט די שואה.
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:33 pm

אויך האב איך געהערט פארציילן אויפ'ן אסטראווצער גאון, אז ער האט געפאסט פערציג יאר אין א ציה (אזויווי ר' צדוק פאר'ן חורבן בית שני), זאגנדיג אז ער זעהט א גזירת כלייה אויף כלל ישראל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 8:35 pm

קאמענטירער האט געשריבן:סתם נייגעריג די ראקעטס פון עזה האבן זיי אויך פאראויס געזען - אדער נאר זייער אייגען אנגעדרייטע פייער פון די צווייטע וועלט מלחמה - וואס די ציונים האבן געהאט א שיינע חלק?

אין אז איר האט שוין יא אנטדעקט פאראויסזעערס, איך בין זייער נייגעריג וואס זיי האבן צו זאגן איבער די היינטיגע מצב וואס די שארית הפליטה געפינט זיך אין ארץ ישראל ארומגענומען איראן, חיזבאלא, חאמאס, אייסיס, ועוד?

קאמענטירער:אויב דיין מח איז נישט גע-ברעינוואשט פון די היימישע (פאלשע) פראפאגאנדע, קען איך דיר זאגן אז די קאנסעפציע אז די ציונים אלס ארגאניזאציע און פארטיי האבן קא-אפערירט און מיטגעשפיעלט מיט די נאציס, ימ"ש איז שקר מיסודו. ווייל דער שונא נומער איינס פון די נאציס און אנדערע שונאי ישראל זענען געווען די ציונים. דאס איז אן אמת וואס איז דאקומענטירט...!

יא. ס'זענען געווען איינצעלנע פעלער וואו ציוניסטישע פיהרער האבן צוזאמענגעארבעט מיט די נאציס. אזוי ווי רודאלף קאסטנער. דאס האבן זיי געטון אלס יחידים. נישט מיט אן אגענדא פון עסטאבלירן א אידישע מדינה...!

אין די היימישע פראפאגאנדע איז בכלל אריינגעמישט האלבע אמת'ן און גאנצע שקרים. נאר מיין תפקיד איז דא נישט אויפצווייזן אדער ריינצוואשן די ציוניסטישע ארגאניזאציעס און זייערע פיהרערס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:39 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:33 pm

קאמענטירער האט געשריבן:סתם נייגעריג די ראקעטס פון עזה האבן זיי אויך פאראויס געזען - אדער נאר זייער אייגען אנגעדרייטע פייער פון די צווייטע וועלט מלחמה - וואס די ציונים האבן געהאט א שיינע חלק?

אין אז איר האט שוין יא אנטדעקט פאראויסזעערס, איך בין זייער נייגעריג וואס זיי האבן צו זאגן איבער די היינטיגע מצב וואס די שארית הפליטה געפינט זיך אין ארץ ישראל ארומגענומען איראן, חיזבאלא, חאמאס, אייסיס, ועוד?

ווענדט זיך ווער. ס'געווען וואס האבען געמיינט אז מ'וועט קענען לעבען בשלום מיט די אראבער, און ס'געווען וואס האבען פאראויסגעזעהן פינקטליך וואס גייט פארקומען (ווי למשל טאקע זאב זבוטינסקי) און האבען געהאלטען אז ס'איז נישט דא קיין צווייטע ברירה ווייל אין אייראפע איז סייווי נישט דא קיין עתיד פאר אידען.
אנדערע האבען געהאלטן אז ארץ ישראל איז נישט קיין אפציע מחמת די סיבה טאקע. דא האסטו וואס קויפמן האט געשריבען אין שנת תר"ץ:
"קשה להטיל ספק בדבר, שהמאה העשרים תהיה לאסיה מה שהיתה המאה התשע-עשרה לאירופה … התחזקות ההכרה הלאומית בין הערבים … עתידה להגביר יותר ויותר את התנגדותם להתישבות היהודית. ואם תעבור ההתישבות היהודית גבול ושיעור ידוע, עשויה היא לעורר ריב ומשטמה שאת תוצאותיהם ההיסטוריות קשה לשער. … הישוב היהודי ימצא מוקף ישוב ערבי מכל צד." (גולה ונכר עמ' 470)
נבואות ממש.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1539 מאל

די צוויי גדו"י וואס האבן פאראויסגעזען דעם ביטערן "האלאקאוסט"

הודעהדורך חוקר ודורש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:38 pm

ארי נועם: צו וואס פעלט אויס אנצורופן זשאבאטינסקי און ווייצמאן -גדולי ישראל?.
בכלל קענסט צו גיין צום ענין אן זיי אנרופען ״רבי״, האסט דאס געזעהן ערגיץ?, די קענסט ארויס ברענגן דיין פוינט אן דעם, און נישט אראפברענגן די סטעטוס פון אונזער אלעמען באליבטען קאווע שטיבל צו א נידריגע דרגה.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט