מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:44 am

אפגעטיילט פון דא.

berlbalaguleh האט געשריבן:דו זאגסט אין דיין ענפער צו קאנצעפט אז ר"ר יונתן פון אייבשיץ "איז געווען א שטיקל שבתאי." ילמדינו רבינו. איך בין מודה אז איך ווייס דאס נישט איך האב עס קיינמאל נישט געהערט. אויבאזוי האב איך איין קשיא. פארוואס לערנט מען פון זיינע ספרים. פארוואס האט מען זיי נישט מחרים געווען. חוץ מזה. רעדט מען אין אלע ערליכע קרייזן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט וועגן אים.


איך אליין בין גאר מחשיב ר"י אייבשיץ.
אדרבה מען קען מיך פארהערען און פין יעדעס ספר וועל איך קענען נאך זאגען אפאר בלעטער.
עס איז נישט קיין עוולה צו זיין א מודה על האמת און איינזעהן און פארשטיין וואס כת שץ איז געווען, וואס ר"י עמדין איז געווען.
טאקע אונזער פארפוילטע חינוך רעדט אלץ איין אז אלעס איז שווארץ אויף ווייס.
וואס מיינט כת שץ?
די אלע וואס זענען בייז אויף מיר האבען נישט דאס מנדעסטע השגה וואס דאס איז. ממילא זענען זייערע קללות חירופים גידופים קעגען מיר ווערט א קליפות השום.
נ
אדרבה ואדרבה, זאל איינער אדורך קוקען די מנחת קנאות פין יעבץ און זעהן וואס ער שרייבט, און דערנאמאכען אן אייגינע החלטה ווער איז מער גערעכט אין יענער פרשה.
ועוד, ווען איינער האט געשריבען דא אז דער יעבץ איז געווען א גערעגטער און פארדעם האט ער געמאכט א מלחמה קעגען ר"י אייבשיץ האט קיינער נישט רעאגירט, היתכן?
אפילו עס קען זיין אמת אז ער איז געוועהן א גערעגטער, אבער צו זאגען א בלעים ווי דאס, צו מאכען א מלחמה כבידה קעגען איינעם ווייל מען איז גערעגט אדער פאר כבוד, בעת וואס דער יעבץ איז איינער פין די גרעסטע סטארס אין אידישקייט איז א בעיסלאזער נארישער הגדרה, און אויף מיר האט מען טענות.
אדרבה ואדרבה, יבואו ויגידו אויף די פשוטער טענה פין רי עמדין, פין ווי קומט דער שם בבאא וואס דער ר"י האט געשריבען אין א קמיע אויב איז ער נישט געווען א שטיקעל שבתאי?
ןיןדתוורס
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:32 pm

מ'דארף מחלק זיין צווישן שבתאות און מושגים אין קבלה וואס ער האט מחדש געווען וואס קען רואיג זיין לעגעטים. אבער פארוואס פארדרייען דעם שמועס? עפן אן אשכול אין היסטאריע פארום.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4481 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:54 pm

אהא קיינער האט נישט דורך געטון די מחלוקה נאר איחוד פעלד
איך הער
דאס הייסט דאס אז ער איז געווען א שבתאי נעמסטו טאקע פון די ווערטער פון דעם יעב"ץ אליינס
איך הער
שרייבן קמיעות איז א ראי' אויף שבתאית
איך הער
דאס אז דער יעב"ץ האט מקבל עדות געווען אז דער ר"ר יונתן האט געגעסן תשעה באב דאס איז אויך געווען גערעכט צו איז דאס געווען עדים זוממים
פאר די נעמסט א שטעלונג טוה טאקע יא דורך די גאנצע ענין.
און נאכדעם זיי מקיים דעם סייג לחכמה שתיקה
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 11:48 pm

אויס מענטש האט געשריבן:אהא קיינער האט נישט דורך געטון די מחלוקה נאר איחוד פעלד
איך הער
דאס הייסט דאס אז ער איז געווען א שבתאי נעמסטו טאקע פון די ווערטער פון דעם יעב"ץ אליינס
איך הער
שרייבן קמיעות איז א ראי' אויף שבתאית
איך הער
דאס אז דער יעב"ץ האט מקבל עדות געווען אז דער ר"ר יונתן האט געגעסן תשעה באב דאס איז אויך געווען גערעכט צו איז דאס געווען עדים זוממים
פאר די נעמסט א שטעלונג טוה טאקע יא דורך די גאנצע ענין.
און נאכדעם זיי מקיים דעם סייג לחכמה שתיקה


אין אמת איז טאקע נישט דאס פלאץ דא. מען קען מאכען א באזונדער אשכול אויף דעם ענין אדרבה.
זייט מוחל רבי לעבען. שרייבסט גארנישט מיט נישט.

איך וואלט בעצם גארנישט געברויכט צוריק שרייבען, ווייל ווען איינער שרייבט מיט א אויסגעלאסענקייט ווי די, מיינט דאס אז די ווייסט נישט וואס טוט זיך, און מיין ענטפערען נעמט אוועק פין דעם, און שטעלט אהער כאילו אונז האבען עפעס א וויכוח, בעת וואס דיין שרייבען זאגט גארנישט.

יאך ווייס אז מאנכע קרענקט זייער ווען זיי הערען אז איינער וואס איז שטארק מוערץ ביי אונז איז נישט געווען די זעלבע מאמין ווי די, און האט געהאלטען אנדרעש ווי די רבי ז"ל, אבער מיר גייט עס נישט אהן קיין כי הוא זה. עס קען זיין אין אידישקייט אסאך אסאך אמונות וואס זה לעומת זה האלטען אז די אנדערע איז אן אפיקורס, אין דאס מאכט נישט איינער קלענער אדער גרעסער.
צו דערמאנען א קליינע דוגמא, ווייסטו די גרויסער פיסק אז דער בעש"ט און דער גר"א קריגען זיך וואס מען דארף געלייבען לגבי א געוויסע ענין, ווען יעדער איינער האלט אז דער צווייטער איז אן אפיקורס? (עיין ערך צמצום כפשוטו, און טאמער די ביסט גרייט זיך מתווכח צו זיין אין דעם אדרבה, מאך אויף א צווייטער אשכול, אבער איך ווייסט און בין בטוח אז דיינע ידיעות אין דעם זענען בערך ווי דיינע ידיעות אין די הלכות פין אויף שניידען א מוציא).
ממילא ווען די ר"י אייבשיץ האט למשל געהאלטען פין די חידושים וואס די כת ש"ץ האט מחדש געווען און נישט דוקא דאס אלעס אוועק געמאכט אלץ אפיקורסות ווי די עקסטרעמע יעבץ וכת דיליה האבען געהאלטען, מיינט נישט אז די ר"י אייבישיץ ווערט מיט א מאס קלענער.
נאר וואס דען?
איז דא אפאר חמורים וואס האלטען אז טאמער געפינט מען אויס אז דער ר"י אייבשיץ האט געהאלטען פארשידענע זאכען אנדרעש ווי עס איז היינט געווארען דער דעת הכלל, אנדרעש ווי די רבי ז"ל האט איבער געגעבען אז מען דארף האלטען, דארף מען די אינפארמאציע סופרעסען און אוועקמאכען ווייל חלילה וחלילה עס קען ארויסקומען א מכשול אז דער "עולם" וועט אויסגעפינען אז דער מחלוקת פין ר"י און דער יעבץ איז נישט דוקא געווען העכערע זאכען.

און צום ענין,
דאס וואס איך ווייס איז טאקע פין אדורך ליינען די ספרים פין יעבץ אליין, יא די ספר הייסט תורת הקנאות אדער שפת אמת. קענסט נאך ליינען אויב די ווילסט, אויב די ווילסט בעסער בלייבען אומוויסענד קענסטו בוחר זיין נישט אריין קוקען אין די ספרים. און ווי באקאנט האט דער פראפעסאר גרשום שלום אויך געטענהט אזוי, הגם ער טענה'ט אז גאר אסאך זענען אפעקטירט פין די תורת כת ש"ץ, אפילו דער שער גן עדן, און דער בעל שם טוב אליין, וואס דאס איז ער נאר משער, האט ער לגבי דער ר"י אייבשיץ גאנץ גוט געטראפען.

איין זאך קענסט די זיכער זיין קיינער וואלט נישט באשולדיגט דער סאטמאר רב זי"ע מיט ציונות, לעומת זה, לגבי צו דער קלויזער איז געווען א ציוני צו נישט קען מען זיין מחולק. ווען די דורות הבאים אחרינו, אויב זיי וועלען אהננעמען די שיטה פין רבי זי"ע, וועלען זאגען אז די מחלוקת מיט דער קלויזער איז געווען העכערע ענינים וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז עס איז נישט אזוי.
והוא הדין כאן, אין הכי נמי, דער יעב"ץ איז געווען דער גרויסע לוחם און קנאי וואס האט נישט סובל געווען קיין שמץ פין כת ש"ץ. לעומת זה, גדולים וטובים ממנו האבען געהאלטען אנדרעש, ובתוכם איז געווען דער גרויסער גאון וצדיק דער רבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע, און ער ווערט נישט קלענער פין דעם. ודי למבין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 11:49 pm

אויס מענטש האט געשריבן:אהא קיינער האט נישט דורך געטון די מחלוקה נאר איחוד פעלד
דאס אז דער יעב"ץ האט מקבל עדות געווען אז דער ר"ר יונתן האט געגעסן תשעה באב דאס איז אויך געווען גערעכט צו איז דאס געווען עדים זוממים



וועגען וואס רעדסטו גענוי???
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:42 am

איחוד, מיט וואס פונקטליך זאגסטו ער איז געווען א ש"ץ'ניק? וואסערע שיטות?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7611 מאל

הודעהדורך על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:43 am

כידוע דgער ישמח משה פלעגט שטענדיג רעדן פון די מחלוקת און ער האט אייביג אויסגעפירט ,'און אונז ווייסן דאך אז דער רבי ר' יהונתן איז געווען גערעכט'.

לעניננו מען קען פארשטיין די וואס מוטשען זיך אויפ'ן צד פון הר"ר יהונתן (זעה די פייל און ביילאגע)
בייגעלייגטע פיילס
Datche 26.pdf
(150.99 KiB) אראפגעלאדנט 310 מאל
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 338
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

פון דעם באקאנטען "אגרת שלומים" פון הייליגען נודע ביהודה זצוק

הודעהדורך קווה לה' » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 4:18 pm

ומידי דברי בזה באתי לעורר כל גדולי ארץ על דברי ספרי קוסמים וספרי מינות שנמצאו במדינתינו שעל הכלל כולו יצאו לכפור בעיקר לא לקצץ בנטיעות כי עם לעקור ולשרש שורש אמונת ישראל והנה כבר כתבתי להגאון מוהר"ר יונתן עבור כתבים הללו והזכרתים ברמז כי עדיין לא עיינתי בהם והשיבני הגאון הנ"ל נכונה להחרים בשמו כל התולים בו בכתבים או בשארי דברים שמסתעף ממנו האמונה רעה של מאמיני ש"ץ.
ואז פקחתי עיני וראיתי והנה יש בהם דברים רעים מרים כלענה תאמינו לי שבכל אמונת הגוים אשר שמעתי מאז נפרדו הגוים לא שמעתי כפירה כזו ואזכיר הכתבים בסימניהם ובשמותיהם.
קונטריס ראשון התחלתו ואבוא היום אל העיון [העין].... הקונטריס השני פירושי שיר השירים... הקונטריס השלישי פירושי מגלת אסתר.... וקונטריס הרביעי כוונת תקיעת שופר...
על כן עורו והתעוררו עי כבר נתפשטו הכתבים כמעט ברוב מחוזי פאדאליע ומחזיקים אותם לכתבי קודש עורו נא להחרים בשם כל קונטריס בשמו ולהחרים המחבר הראשון שהמציא דברים הללו וכל המחזיקים ומעתיקים להתלמד בהם.
ועל הגאון מוהר"ר יונתן הדבר מוטל ביותר בחיוב להסיר ממנו עקשות פה טפשים הרשעים מאמיני הש"ץ שבמדינתינו שתולים עצמם בו כי ממנו יצאו הדברים כבושים על כן זאת יעשה להדפיס חרם חמור בדפוס לארר ולקלל את המחבר הקונטרסים הנ"ל ואת הלומד בם ומחזיקם ונשלוח ספרים בכל גבולי ישראל בכל המדינות והכל בדפוס ולפרוט כל הקונטרסים בשמותם ובסימניהם ובזה ינוקה האיש מעון וכל בית ישראל נקיים ושלום תנינא.
יחזקאל הנ"ל


דעם גאנצען בריוו קענט איר דאונלאודען:
http://www.leimanlibrary.com/texts_of_p ... elomim.pdf
קווה לה'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:52 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:38 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:
אויס מענטש האט געשריבן:אהא קיינער האט נישט דורך געטון די מחלוקה נאר איחוד פעלד
איך הער
דאס הייסט דאס אז ער איז געווען א שבתאי נעמסטו טאקע פון די ווערטער פון דעם יעב"ץ אליינס
איך הער
שרייבן קמיעות איז א ראי' אויף שבתאית
איך הער
דאס אז דער יעב"ץ האט מקבל עדות געווען אז דער ר"ר יונתן האט געגעסן תשעה באב דאס איז אויך געווען גערעכט צו איז דאס געווען עדים זוממים
פאר די נעמסט א שטעלונג טוה טאקע יא דורך די גאנצע ענין.
און נאכדעם זיי מקיים דעם סייג לחכמה שתיקה

איך וואלט בעצם גארנישט געברויכט צוריק שרייבען, ווייל ווען איינער שרייבט מיט א אויסגעלאסענקייט ווי די, מיינט דאס אז די ווייסט נישט וואס טוט זיך, און מיין ענטפערען נעמט אוועק פין דעם, און שטעלט אהער כאילו אונז האבען עפעס א וויכוח, בעת וואס דיין שרייבען זאגט גארנישט.

טול קורה מבין עיניך.

צום וויפילטן מאל שטעלט זיך ארויס אז די וואס האלטן זיך מכ'לומר'שט קיהל און אויפגעקלערט זענען ע"ה און ניטאמאל ווייסן זיי די א"ב אויף וואס זיי שרייבן.

נאך א מזל ביסט אויפריכטיג און גיבסט אן אז דיין מקור איז דער פארגרעבטער גרשם שלום וואס כאטשיג בשעתו האבן די פרייע זיך באצויגן צו אלע זיינע חלומות און דמיונות מיט יראת הכבוד פשוט ווייל מען האט מורא געהאט ארויסצוקומען אנטקעגן א 'פראפעסאר', איז היינט שוין וואויל באקאנט אלס רוב זיינע ראיות זענן א חוכא וטלולא, ניטאמאל ווערד דיסקאסירט צו ווערן (חוץ ביי איינצעלנע הארטנעקיגע תלמידים זיינע), וכבר הכה על קדקדו חיים ליברמאן בסדרת מאמריו המפורסמים "כיצד "חוקרים" חסידות בישראל". כ'דענק אויף איין פלאץ ווייזט ליברמאן אויף אז אויב זאל מען נוצן שלום'ס צודרייטע לאגיק קומט אויס אז דער יעב"ץ אליינס איז גאר געווען א שבתאי!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:30 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:אדרבה ואדרבה, זאל איינער אדורך קוקען די מנחת קנאות פין יעבץ


כ'מיין די נאמען פין דעם ספר איז "תורת הקנאות"
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:13 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:ממילא ווען די ר"י אייבשיץ האט למשל געהאלטען פין די חידושים וואס די כת ש"ץ האט מחדש געווען און נישט דוקא דאס אלעס אוועק געמאכט אלץ אפיקורסות ווי די עקסטרעמע יעבץ וכת דיליה האבען געהאלטען, מיינט נישט אז די ר"י אייבישיץ ווערט מיט א מאס קלענער.
נ.

אדרבה וואס זאגט איר לגבי דער עצם שאלה. לאמער זאגען את כת ש"ץ [ווער? ש"צ אליינס? נתן העזתי? יעקב פראנק? נחמיה חיון?] האט מחדש געווען עפעס א חידוש אין קבלה אדער אנדערע טיפע און האקעלע נושאים, צו האט א פנים אנצונעמען אואן בויען אויף די חידושים? איז דאס נאר אן עקסטרעע שיטה? לכאורה אויב זענען זיי געווען פאקרומט איז דאך כל שכן אז די יסודות פון זייערע שיטה אין קבלה צו וואס סזאל נאר זיין אויך פארקרומט. וואסארא פנים האט צו טענה'ן אז איך גלייב נישט אין ש"צ [אז ער איז משיח] אבער אין די שיטה זיינע גלייב איך יאץ זיין פראבלעם איז דאך זיין שיטה?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6203 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:19 pm

עס זעהט אויס ווי איך האב בארירט א ווייכע נקודה ביי איחוד פעלד
איך גיי נישט ענטפערן בכלל ווייל וועגן אין משיבין
איך גיי ארויס ברענגען וואס איך האב געזאגט:
ווייניג האבן דורכגעטון די נושא פון די מחלוקה
און ווען איינער קומט אין שרייבט
אז ר"ר יונתן פון אייבשיץ "איז געווען א שטיקל שבתאי."

ווערן דאך די אויפגעקלערטע "פרייליך" און טאמער זאגסטו אנדערש
דאן איז די תי': רבי ז"ל, מיט פארקוועטשט וכו' וכו'
וואס איז נישט שייך צו ענטפערן בכלל
נאר די פאקטן זענען, אז דער יעב"ץ האט טאקע חושד געווען און געהאלטן אז דער ר"ר יונתן איז פארכאפט אין שבתאית
און טאקע אויך האט ער מקבל געווען כשרע עדות אז ער האט געגעסן ת"ב { וואס די צווי עדות האבן דאס געזעהן ת"ב שחל בשבת} און כלומרשט לש"ש געזאגט אזוי פארן יעב"ץ.
און וועגן דעם שרייבט ער זייער שארף אקעגן אים
קומט יעצט איחוד פעלד און טראסקעט א באמבע לשמחת לב כל האויפגעקלערטע ואנטי רבי ז"לניקעס,
אז ר"ר יונתן פון אייבשיץ "איז געווען א שטיקל שבתאי."

און פון ווי נעמט ער עס טאקע פון דעם יעב"ץ אליינס אדער אן אנדערער וואס האט דאס פארשטאנען פון דעם יעב"ץ
איז אבער די מציאות אז דאס איז שטותים און דער ר"ר יונתן האט נישט געהאט גארנישט מיט שבתאית אזוי ווי דער דרך בעש"ט, האט נישט געהאט ,אפי' די גדולי המתנגדים האבן אויך אזוי געמיינט.
אז די ווילסט ברענגען גדולים וואס האבן זיך טועה געווען אין שבתאית דארפסטו נאכנישט פארדרייען קיין פאקטן
קוק אריין אין ציצית נובל צבי וועסטו זעהן גרויסע גדולים וואס האבן זיך טועה געווען
ומי לנו גדול מר' עקיבא וואס האט געמיינט אז בר כוכבא איז משיח.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:18 am

יאך בין אביסעל ענטוישט.
עס זעהט אויס ווי דער וויכוח דא איז צו אני הקטן בין אויף געקלערט אדער נישט.

אפשר קען איך טרעפן א נודע ביהודה זאל אויף מיר מעיד זיין.......


א קיצור, איך זעה א עולם דא איז גאר הייס צו דער נושא. זיי מיינען אז דער ר"ר יונתן ווערט א שבתאי, און דער גאנצע בעל שם טוב ווערט אנגעפרעגט, און עס לאקערט א סכנה אויף אידישקייט.

גיי פארשטיי די קליין קעפיקע מענטשען.

צום ענין:
לאמיר פארשטיין, דא טענה'ט איינער אז וויבאלד איך האב נאר ראיות לגבי דער רר"י פון יעב"ץ ממילא זענען אלע ראיות בטלין וומבוטלין.
ער טענה'ט דאס איינמאל און נאך אמאהל, כאילו דאס איז א יתד תקוע בעץ יבש.
וואס עפעס איז דער יעב"ץ אזוי שלעכט?
ליברמאן אליין מאכט דאך אויף דעם יעבץ הרים וגבעות ווייל ער ברענגט א באבע מעשה אז די בעש"ט האט ביי די וויכוח אין לעמבערג אראפ געברענגט פראנקס טאטע מאמע!!!!
איז דאך א ראיה אז מען קען יא ברענגען א ראיה פין יעב"ץ. וצ"ע.

זיי נישט קיין נאר, דער יעב"ץ האט געהאט ראיות ברורות אז דער ר"ר יונתן איז א שבתאי. ווען נישט מאכט ער נישט א פאס.
די שאלה איז צו ער האט זיך טועה געווען.
חוץ מזה וואס עס איז דא כמה ראיות אז ער איז גערעכט געוועהן, איז די גרעסטע ראיה אז דער ר"ר יונתן האט קיינמאל נישט גענטפערט אויף די קשיות פין יעב"ץ וועגן די קמיעות. ער האט נישט געזאגט אז ער האט עס נישט געשריבן, ער האט נישט געזאגט דער מקור איז פון דא און דא
ער האט געזאגט איין זאך, איך ענטפער נישט.

דו ווייסט פארוואס?
איך מיין אז איך ווייס.

עס קען זיין אז דער ר"ר יונתן האט זיך טועה געוועהן און מעתיק געוועהן. אבער ער האט דאס אויך נישט געזאגט.
פארוואס?


צו פארשטיין אביסעל די קאנטראס, דער ר"ר יונתן איז געוועהן אסאך גרעסער פין יעב"ץ אין פלפול. ער האט געהאט אהן א שיעור תלמידים. א ריזיגע ישיבה. מען האט זיך געשפילט מיטן יעב"ץ אזוי ווי די רבי'ס שפילן היינט מיט נחום ראזענבערג. און לאמיך דדיך פרעגן, איז נחום נישט גערעכט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:23 am

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:אדרבה ואדרבה, זאל איינער אדורך קוקען די מנחת קנאות פין יעבץ


כ'מיין די נאמען פין דעם ספר איז "תורת הקנאות"



יישר כח אין א שפעטערע תגובה האב איך געשריבען גוט....

זעהט אויס די ליינסט נישט אלץ......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך יאיר » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:20 pm

הרב איחוד, דער ר"ר יונתן האט קלאר מפרש געווען זיינע קמיעות, און ער האט עס ארומגעשיקט צו אלע רבנים. ער האט אפילו מפרסם געווען דער פירוש אויף איינע פון זיינע קמיעות אין לוחת עדות. דאס איז אויסער דעם וואס ער האט זיך אפגערעדט אז מען האט געפעלשט קמיעות און זיי געוויזן פאר'ן יעב"ץ. און וועגן דעם עצם נידון, דוכט זיך אז דער פאקט אז דער ר"ר יונתן האט אליין מחרים געווען ש"ץ און זיינע נאכפאלגער איז א גענוגנדע ראיה אז ער האט נישט געהאט קיין שייכות מיט זיי, אויסער אויב דו ווילסט זאגן אז ער איז געווען א פולשטענדיגער אנהענגער פון ש"ץ און האט זיך אויסגעלאכט פון א חרם, וואס איז אבסורד.
והא לך לשונו בסוף ספר הנ"ל: (אנטשולדיגט פאר די טעותים וואס דער קאמפיוטער האט געמאכט ביים קאפיען)
ואס הייתי רוצה לברר הכל באריכות והכל על בורי ממש לא יספיק ספר אחד ארוכה מארץ מרה יכול רס כל מיה דחי אפשר להצר הצרתי וידעתי גם ידעתי כי בכל זה רבים מחכמי לב הישרים יהרה אפס עלי אשרי נתתי לסודת ומגלת סתרים מוצא בדפוס דברים שכסין עתיק יומין ובפרט בענינים כאלה אשר מי שלא בקי בהן וכשמותם וסדרן כל דברים בוז יבוזו לו והרי כמה חששות בזה והנכון אתם אבל מה לעשות עת לעשות לה וכרי והכרח לא יגונה כי מתנגדים אומרים אא לפרש אותו ומהפכין דבש למרה ולענה ועשיתי לכבוד השמים ומוטששיעפר
אות אחת וכף אך ממ די בזה ולא רציתי להדפיס מטעם הניל פי על שארי קמיעות וכבוד אלקים הסתר דבר ומי שלבבו נוטה לקכל דאמת ואינו¾ חפץ דוקא להרשוע בטחתי שמן זממקש על הנשארים ויבחין טיההשמות ואם הם נראים כזרים לכאורה תוכן קדוש ושרשם גבוה מעל גבוה י שומר2 ומי שלבו נוקפו יעבור עלי מה ולא אוסיף להלל שרי קודש ושמות גבוהי בראש כל חוצות והאל הטוב יכם בעדי אמנם זאת ידוע לכככי הפי על כל הקמיעות תחת ידי ומי שרוצה לבוא ולעיין יעיין ומה שיש להשיב ישיב ואענה כיד ה ובבר שלחתי אותז
לרבים מגאוני ארץ ועוד מי שלבבו ישר ונוטה אל האמת וצדק וחפץ לראות הפי על שארי קמיעות יודיעני עי מאן דהוא ואשלח לידו כלי
עיכוב 2 ויודע מחשבות יודע שכוונתי בודי לשש
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 05, 2012 12:05 pm

א יישר כח פאר דיין הערה.

דאס אז ר"ר יונתן האט אנגעשריבען א ספר מיינט גארנישט.
ער פארענפערט נישט די קמיעות וואס מען רעדט וועגען, ווייל עס איז נישט מעגליך צו פארענפערען.

כדי צו פארשטיין די זאך, דארף מען וויסען, אז ווען דער יעב"ץ שרייבט אז ער האט געזעהן א קמיע פין דעם כתב יד פין ר"ר יונתן אייבישיץ און ער שרייבט דארט קלאר אז ער בעט דער שם עוזו זאל העלפען דער מענטש אין זכות פין דער שבתי צבי, זענען די אלע תירוצים נישט קיין תירוצים.

ווען דער ר"ר יונתן וואלט געוועהן א געווענליכע מענטש וואלט געוועהן מעגליך צו זאגען אז ער האט סתם געקאפיט פין אנדערע און נישט געוויסט וואס ער שרייבט, וואס פארשטייט זיך לגבי א מענטש ווי דער ר"ר יונתן איז אזא תירוץ אבי גערעדט, ווייל א גיניוס ווי אים ווייסט וואס ער שרייבט.

מען דארף אויך פארשטיין די מצב, אני הקטן דער שרייבער פין די שורות גלייבט נישט אין קמיעות, ווען איינער זאגט מיר היינט אז ער האט א קמיע פין דעם און דעם וואלט איך געלאכט בסתר פין די גאלאביליטי פין יענעם. דעמאלס איז געווען אנגענומען צו גלייבען אין דעם גאר שטארק. מן הסתם ווייל עס איז נישט געוועהן עפעס אנדרעש, דאקטוירים זענען נאך נישט געוועהן אנטוויקעלט מיט די נייע ידיעות הרפואה וואס זענען א קורצע צייט שפעטער נתגלה געווארען, און פרויען זענען געשטארבען ביים געבורט רעכטס אין לינקס. מן הסתם אז מען קוקט צוריק האט עס געהאט מיט הייגין, ריינקייט, סטערילייזען, און זיי האבען געכאפט אינפעקציעס, און מען האט עס נישט געקענט אפשטעלען, לויט ווי כותבי העתים שרייבען האבען זיי געפיבערט, צומאל בעסער געווארען און צומאל געשטארבען רח"ל.

ממילא האט מען זיך געזוכט דורך באצווינגען די כחות הטומאה מיט די שדים און מזיקין, און א קמיע שרייבער איז געוועהן א נחיצות אזוי ווי א דאקטאר היינט. ווי אויך האט דער קמיע שרייבער געדארפט טרעפען "גוטע" קמיעות, קמיעות וואס ארבעטען.

ממילא אין דער צייט וואס די געוועהנליכע קמיעות האט מען שוין פראבירט דא און דארט און מען האט נישט געזעהן די גרויסע גדולות, האט דער קמיע שרייבער געדארפט זוכען נייע שריפטען וואס ארבעטען בעסער.

דא שטויסט מען זיך אהן אין כת ש"ץ.
פארוואס?

דער ש"ץ האט אליין אדער דורך זיין באהערדע געהאט אריין געגריבעלט אין די תורת הקבלה בעיקר אין די לימוד פין אין סוף, די חידושים וואס זיי זענען אויף געקומען מיט איז, אז טאמער מען דינט דעם באשעפער לויט זיינע חידושים, זעהט מען מער ריזאלטס. בדומה וואס איז געווען שפעטער אין די עולם החסידות (סארי פאר די וואס וועלען זיך אביסעל רעגען) ווען די עבודה לויט דער דרך הבעל שם טוב, ד.ה. עבודה על דרך הקבלה, און מייחד זיין פארשידענע אייגענארטיגע יחודים און שמות ברענגען מער רעזאלטאטען ווי עבודת השם אהנדעם.

ממילא ווען דער ר"ר יהונתן האט געהאט א הכרח צו ברענגען קמיעות וואס ארבעטען, פארדעם האט מען אים געברענגט קיין אלטונא לכתחילה, האט ער אביסעל געדריבעלט און געדרייט.

זיין טעות איז געווען אז ער האט נישט געזאגט חטאתי עויתי, איך האב געמאכט א מיסטעיק, נאר האט געדרייט א ספאדיק מיט תירוצים של הבל, געזאגט תירוצים וואס זענען נישט עולה על הדעת.

יעדער תלמיד חכם האט געוויסט דער אמת, נאר זיי האבען פארשטאנען דעם ר"ר יונתן, זיין טעות, זיין הכרח, און זיין פראבלעם פארוואס ער קען נישט מודה זיין אויך נישט, ווייל דער המון עם וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען.

איז ער געוועהן א שבתאי מובהק? ניין. מוז נישט זיין, אפילו דער יעבץ האט נישט געטענה'ט דאס. ער האט נאר געטענה'ט וועגען די קמיעות.

איז ער געוועהן איינער וואס האט געגלייבט עכ"פ פאר א שטיק צייט אז די קמיעות על דרך הש"ץ קענען העלפען? מן הסתם יא.


כדי צו פארשטיין די מחלוקת און דער מהות פין ביידע צדיקים, דארף מען קענען אדורך ליינען די שריפטען פין די נישט אזעלכע פרומע אידען, וואס מאכען סך הכל'ס פין די כתבים פין דער יעבץ, דער פני יהושע וועלכער איז נאך געווען אסאך שארפער ווי דער יעבץ קעגען דער ר"ר יהונתן (ער האט געהאלטען פין אים ווייניגער ווי דער יעב"ץ).

פארשטייט זיך אז זיי פיצען צו די אריין און ארויס כדי עס זאל זיין אינטרעסאנטער צו ליינען. אבער איינער וואס האט אדורך געקוקט דער מגילת ספר פין יעבץ, און די ספרים און כתבים פין ר"ר יונתן, צ.ב.ש. דער לוחת העדות וואס ווערט אויווען דערמאנט וועט פארשטיין די נקודות וואס מען דארף ארויסנעמען פין דעם.

און ביי דער וועי. שפרונגט נישט אויף ווען זיי ברענגען ארויס דער פאליטיק פין יעב"ץ קעגען ר"ר יהונתן בנוגע די רבנות אין אלטונא, אמת ער האט געהאט א גראדזש, אבער דאטס איט, צו זאגען אז פארדעם האט דער יעב"ץ געמאכט א גאנצע פאליטיק, איז כאילו ווי זאגען אז סאטמאר רב האט געמאכט זיין גאנצע מלחמה קעגען ציונות ווייל ער האט געהאט א גראדזש קעגען קלויזער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 05, 2012 12:17 pm

http://benyehuda.org/stein/amulets.html

הוא מטה אזנו ושומע צעדי אנשים הבוססים בשלג העמוק. מי הם הבאים עתה, בשעה הסמוכה לחצות, במעלה הרחוב? הצעדים קרבים והולכים, ליד ביתו הם נעצרים לרגעים, דומה מחליפים האנשים ביניהם דברים בהתרגשות, ושוב ממשיכים דרכם. הד צעדיהם נשמע עתה בבירור בסימטא הפונה לעבר ביתו. הנה הם ליד הדלת, מנערים גושי השלג הסמיך שדבק בנעליהם.

יוסף פרגר, גבה-קומה וצנום וזקנו שחור ועיניו כגחלים הלוחשות וידיו ארוכות-ארוכות ועמו דוד גאנדז – רחב-כתפים ונמוך, זקנו הבהיר כדבוק ללחייו המשופות ושפתיו תכולות בצינה. ענין דחוף ודוחק להם אליו. ענין הקמיעות אשר האב"ד נותן ליולדות מחמת המגיפה הקוצרת קרבנותיה באין עוצר. והן הוא ודאי שמע גם על המכתבים אשר הגיעו אחר הסוכות אל ועד הקהל מן הדיין אשר בפרנקפורט ומאחדים מאנשי הקהל, המכתבים אשר בהם נחשד הרב יהונתן במינות הכת. הנה בידם קמיע אחד...

הרב מעמדין מסתכל בהם בעינים נבוכות. מה לו ולענין זה?

– הקמיע היה אצל האשה רויזה מאמליש, אשת שכנו – מסביר יוסף פרגר. ולא עמד לה, כי גם היא נפטרה בלדתה. סבורים הם כי הרבי צריך לשים עליו עינו ולפענחו. גם הם עיינו בה, אך מה בקיאותם בצירופי תיבות ושמות? אין הם רוצים לסמוך על עצמם, יעיין הרב ברוב חכמתו ובקיאותו.

אין הוא נוטה לענין זה כלל, אך עם זאת אין הוא יכול לסרב לתלמידיו והוא מבטל רצונו מפני רצונם.

הוא נוטל את פיסת הקלף כגודל המזוזה, פורשה לפניו ומקרב לעצמו את המנורה. האותיות הזעירות נקלעות בצירופים ובמשפטים וממלאים, סביב סביב, ברציפות אחת את ארבעת צדדיו של הקמיע. צריך למצא את המפתח – והשער הנעול ייפתח. מוחו תר ומחפש את המפתח. דומה, הוא כבר אוחזו בידו, הוא כבר פיענח את הכתוב, אך הנה הוא נתקל באבן נגף, והמפתח נשמט מידו... ושוב הוא מנסה. פה טמון סוד שכותבו מבקש להעלימו בבלבול מכוון של התיבות, או בתוספת אות מיוחדת – הוא מהרהר. הוא נאחז בתיבות שהצליח לחשוף צעיפן בלא שמץ של פקפוק, ושם מצור על המלים העלומות, המתחמקות מתפיסתו. הנה, סוף סוף, גם הן נתגלו. מה פשוטה המשמעות, מה מחרידה! הוא שומט את פיסת הקלף לצד כדבר המוקצה מחמת מיאוס. ראשו שעון בידיו, עיניו עצומות. יוסף פרגר ודוד גאנדז יושבים סמוכים אליו, דמומים.

אחר כך הוא מתנער בבת אחת כמו מתוך תרדמה עמוקה. האם חלום בלהות חלם? הוא מסתכל ביוסף פרגר, ושפתיו הדקות כחוטי השני שדבקו יחד. אין הוא עוצר כוח לומר מלה. שעה ארוכה הוא יושב כהמום. הם יושבים לידו – ושותקים. ואז, בפתע, הוא מטה גופו אליהם כמבקש להסגיר בידם סוד כמוס:

– מה תשאלו את אשר נודע כמעט לנער?

– אולי יפרש הרבי יותר?

– דוד, הוא אומר, טול את הקולמוס וכתוב. כתוב על הגליון הזה – בצד האחד נוסח הקמיע ובצד האחר פתרונו.

הוא קורא ודוד גאנדז רושם:



אנא יצוה אכהם

ישראל הבוחט בתפארא

עוזו נא בזכוא עבדו

בבאא הביק שלח רפואה

לאבה זאת למעט

יתקרב שמך ושם מביחף

בבאא יהבק בעולם –



ועתה, עתה, הנה הפתרון. אתה רושם?



אנא יהוה אלהי

ישראל השוכן בתפארת

עוזו, נא בזכות עבדו

שבתי צבי ק', שלח רפואה

לאשה זאת למען

יתקדש שמך ושם משיחו

שבתי צבי ק' בעולם –



יוסף פרגר קרב אל הכתוב. שלשתם מסתכלים בנוסח המפוענח.

– הנה, רבותי – הוא אומר – ברי כי הצירוף בבאא הוא שם הטמא ימח שמו – אם נחליף האות בי"ת הראשונה במילת בבאא על פי א"ת ב"ש[38]) באות שי"ן ואות אלי"ף הראשונה באות תי"ו, ואות אלי"ף אחרונה באות יו"ד על פי אי"ק בכ"ר – ויצא שבתי. וכן במלת הביק נחליף רק האות הא על פי א"ת ב"ש באות צד"י ויצא צבי. והאות קו"ף היא נוספת, והוראתה על מלת קדוש –

הוא מפסיק רגע. מגילת הקלף הקטנה על שולחנו כשרץ הטמא בעיניו. אחר כך הוא מרים עיניו אל היושבים לידו, כמבקש להפיג תמיהתם. הוא מוסיף:

– אבל מה לי לעשות, הלא אין דינו מסור בידי!

– הסליחה והמחילה מכבודכם, רבי, אך דבריו מוקשים מאד. איך נניח התקלה הזאת? איך יתן הוא לאחוז עיני אנשים תמימים, וביחוד נשים מרות נפש, יולדות ועוברן בכריסן המצפות לישועה? הרב יהונתן בעל הקמיעות..

– רבי, אנו נפרסם הדבר בקהלות, למען ישמעו וידעו – מצטרף לדעתו דוד גאנדז. אנו נתריע על הקלקלה. אנו נפרסם את פתרונו, רבי...

– אם טוב הוא הפתרון – ישפוט כל המעיין בקמיע. מדוע תזכירו את שמי על הדבר הזה? מדוע תפרעו מנוחתי?

– רבי, איום הדבר הזה! האב"ד הוא מן השעבסין[39]) הארורים, מכשף וצבוע! – קורא דוד גאנדז.

– הרי מפרנקפורט כבר כתבו אליהם אנשים כשרים, והם שותקים. הפרנסים עושים עצמם כאינם שומעים. ויקו למשפט והנה משפח – כדבר הנביא...

– ואני אומר שברוב ערמתו ינסה להכחיש את הפתרון – מעיר יוסף פרגר. הן כזאת היה גם בקמיע שנתן בפרנקפורט ובמקומות אחרים... ואפשר גם יכחיש שמכתיבת ידו הוא.

– פירוש זה לנבונים אין להכחישו – אומר הרב מעמדין בתוקף. אין ספק, כי הקמיע הוא בחזקת פסול. אין ספק! אך אין להרשיע את הרב יהונתן שלא בפניו. וגם לא על סמך עדותה של האשה שנפטרה. אך הקמיע הוא פסול, פסול... בכך אין ספק.

אחר לכתם הוא נוטל בידו את פיסת הנייר אשר דוד גאנדז כתב עליה את נוסח הקמיע ופתרונו, ומעיין בה שוב. שעה ארוכה הוא מסתכל בכתוב. האותיות מרקדות לעיניו כטבעות של אש. אחר כך הוא שומטה בחימה כדבר פסול ובוז ניצת בעיניו.

הוא נסער מאד ונבוך. הנה בא לידו קמיע ממש מן הקמיעות שלו – קמיע פסול ומזויף, אך האומנם תש כוחם של שמות קדושים בכלל? בעיני רוחו הוא רואה שורה ארוכה של כותבי קמיעות ובעלי סגולות ולחשים ותרופות ושמות – טומאה וקדושה שחברו יחד, אמת ושקר, כוונות טובות ומעשי מרמה. חללי הקבלה המעשית המה. בארון הספרים שלו מצויים שני ספרי מוסר ישנים – יסוד יוסף של ר' יוסף מדובנא וקב הישר, ובו תיאורי גדולתו ופלאיו של ר' השיל מוילנה – הן עוד הרמאי הנוכל אברהם היכיני[40]) מזכיר אותו... על שניהם עבר מבול הדמים של ת"ח ות"ט ותט"ו. בקונטרס הזה הוא קרא, לפני שנים, הספור המחריד המפורסם על תושבי בית החומה בפוזנא, ששמעו קול נפץ וטלטול עולים ממרתפיו. ביקש אדם ליכנס לאותו מרתף ונמצא מוטל מת על מפתנו. איש לא ראה את הרוצח. והיה הדבר לסוד ולפלא ולתמהון. לשנים עלו הרוחות לשכון בחדרי הבית והשחיתו המאכלים שהוכנו לכבוד שבת. היש מנין לשדים ולרוחות? בסימן ס"ח יספר בעל המחבר על שתי הזונות שבאו במשפטן לפני שלמה המלך, מחלת ולילית, לראשונה תע"ח כתות שדים ולאחרת – תפ"ו, כמנין שמותיהן... כן, המרתף בפוזנא. המרתף! לימים גברה חוצפתם של החיצונים וחדרו יותר ויותר למעונות והפילו מנורות וכלי-זכוכית על ראשי דייריהם. כל שבידם עשו הקלה והרבנים בפוזנא לסילוק הרוחות – וללא הועיל. ואז שלחה הקהלה שליח מיוחד לזאמושץ אל ר' יואל בעל-שם-טוב, שמיהר לפוזנא להשביע הרוחות בשמות הקדושים, שיאמרו לו מה מלאכתם כאן, שהרי בידוע שאסור להם לדור במקום ישוב בני אדם אלא במקום הטינוף או במדבר. אך הרוחות טענו, שרשות להם לדור בבית הזה והם דורשים דין תורה. דין תורה הם דורשים!

הנה הם יושבים, הרבנים, לדין ומאזינים לקול הרוח ולטענותיה, אך דמותה בל ייראה. וזה אשר סיפרה הרוח:

...לפני שנים דר בכאן יהודי צורף-זהב, בעל לאשה ואב לילדים, אך היהודי חי גם עם שידה וילדה לו "בנים זרים ובנים משחיתים". ואהוב אהב היהודי את השידה על אשתו, ועתים נאלץ היה להפסיק תפילתו ולצאת מבית הכנסת כדי למלא תאוותה. ופעם אחת בליל הסדר אירע הדבר, נפנה ויצא לחוץ למלא צרכיו כביכול, ובושש לשוב. יוצאת האשה אחריו, מחפשתו בזה ובזה, ובפתע היא מציצה בחור המנעול – ועיניה קמות:

במקום בית הכבוד אולם מהודר ורחב-ידים, שולחן ערוך במאכלי-תאווה, וליד השולחן מיטה מוצעת הדר – ועליה אשה עירומה, יפה להפליא, ובעלה – בעלה שזה עתה הסב לסדר – מתעלס עמה באהבים...

אחר שעה קלה חזר הבעל והמשיך בסדר. היא לא אמרה לו דבר, אך למחרת היום סיפרה המאורע לרב העיר שפטיל הורוביץ בעל "ווי העמודים". הרב שנחרד שלח מיד לקרא לבעל, וזה התוודה לפניו על כל מעשיו – דבר לא העלים, והרב נתן לו קמיע שהסיר מלבו האהבה הטמאה.

אך בערוב ימיו באה אליו, לאותו יהודי, השידה בבכי ובתחנונים לבל יניחנה עם ילדיה בלא גג לראשם. שיחקה לפניו והתרפקה עליו בנשיקות ובלטיפות, והוא לא עמד בפניה וציווה לה אחריו את המרתף בביתו. אולם מיד פרצה המלחמה הגדולה, בעל הבית ובניו ניספו בשואת הדמים והבית עבר, איפוא, בירושת עולם לרוחות השוכנים בו. כנגד זה טענו דרי הבית, כי הם קנוהו בכסף מלא מקרוביו של צורף הזהב המנוח. בית הדין ביטל את תביעת הרוחות, ור' יואל בעל-שם-טוב אילצם בהשבעות לעקור מתוכו וגירשם למדבריות רחוקים...

והרי מרדכי מאייזנשטאט, אף הוא על ברכי הקבלה גדל, בישיבה בפראג למד בנעוריו, לתורכיה נדד ושם עוד נועד עם הנוכל נתן העזתי[41]). ואחרי כן עבר בארצות אשכנז, צ'כיה, מהרין ועד ארץ פולין הגיע. בכל מקום בישר גדולת משיח הכזב שם רשעים ירקב – הש"צ לא מת, הוא מתעלם, וכעבור שלש שנים יקום ויופיע לגאול מאמיניו. ושירי גאולה שר. הנדכאים והחלכאים המרובים אשר בקהלות עודד וחיזק. חלאי גוף ריפא. ומפולין נדד לאיטליה, ושם החזיקו בו המקובלים ר' אברהם רוויגא ור' בנימין כהן הרב ברגיו. שם, באיטליה, אף "גילה למאמיניו" כי הוא מזרע אפרים, ועוד מעט ויעלה לרומא להביא את הקץ, כאשר ניסה בשעתו שלמה מולכו ולא נסתייע בידו. והאם לא רמז שם, כי בשעת הצורך ילך אף הוא בעקבי הש"צ ו"ימיר את עורו"? ושוב חזר לפולין, אל גיא הבכא והדלות, המגיפות והרדיפות, והסביר כי נקל לו להביא את הקץ יותר מאשר לש"צ, "כי עני הוא ושבתי צבי היה עשיר"...

הרב מעמדין מתעורר, ונדמה לו כי ערפלים כבדים מרחפים סביבו – ונמוגים... אפלה קפואה סביב. הוא משפשף עיניו הליאות. היכן הוא, היכן יוסף פרגר ודוד גאנדז? הוא ממשש בידיו ומחפש באפלה נר וגפרורים. הנה הם! הוא מעלה אש. עיגול של אור דל נזרע סביב. הרי פיסת הנייר בכתב ידו של דוד גאנדז... הקמיע! יוסף פרגר ודוד גאנדז... מחר ודאי יפרסמו הדברים ברבים משמו, מחר ידעו בקהלות את פתרונו...

הוא מרים את הנייר ומגישו אל השלהבת התכולה-הלבנה. עשן דקיק מתמר ועולה. פיח שחור נושר על השולחן. הוא מסתכל באותיות הנאכלות באש, הכלות בן רגע לעיניו. כן יאבדו...

עתה הוא נוטל הקולמוס בידו וכותב בהתעוררות אל הגאון יעקב יהושע פאַלק בפרנקפורט – ואם יספיק עד עלות השחר – ויכתוב גם אל גיסו הרב אריה לייב באמשטרדאם ואל הרב שמואל הילמן במאץ ואל הרב במנהיים, ויספר להם על המאורע הלז וגם יעתיק נוסח הקמיע ופתרונו מן הזכרון – ישפטו גם הם ויעידו ויחוו דעת חכמים ושלמים. מי עוד כפני יהושע מסוגל וראוי לעמוד על טיב הדברים האלה, והרי עוד בשעתו, בשמשו רב בלבוב על כסא אמ"ה, נאבק בכת בגליל רייסין ואסר עליה מלחמה, והוא גם היודע ומכיר את הרב יהונתן ואת גביית העדות של שלוחי הכת שנתפסו בקלונם ונחרמו הם ושולחיהם... מיד עם בוקר, אם ירצה השם, ימהר וישלח אליו המכתב על הפאשט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:04 am

קודם כל, ווער נישט אזוי נתפעל פון א שרייבערל וואס לייגט אראפ אזוי דראמאטיש די גאנצע מעשה - מיט זאלץ און פעפער וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן - כאילו ער וואלט עס אליין בייגעוואוינט, בלויז ווייל ער איז "נישט אזוי פרום".
צווייטנס, איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז ר"ר יונתן האט נישט פארענטפערט די קמיע פון וואס דו רעדסט. עס איז גוט באקאנט אז דער וואס האט אנגעהויבן דעם שערוריא, יוסף פראגער, איז געווען אן איש נאמן און דער סופר פונ'ם יעב"ץ, און אויף אים שרייבט ר' יונתן:
והתחבל איש נבל הוא ונבל שמו חרפתו לא יאסף בקרב האיץ י
לכתוב על נייר איזה תיבות ואותיות אשר יוכל בקל לפותרו בחילוף לשון לדבי
הנאות לי להטיל בי דופי ובא בשכרו ויאמר כי הוא הנייר שמסרתי לאיש הנל
ועידו הגיע לו ויעביר קיל במחנה יעקב ככסיל עלי בימה בראש הומי יקרא כי
נמצא בתוכו שם התועב שבתי צבי ימשש ואני בהרימי קול שקר הוא ויחקרו הפוע
וימצאו כי שקר ענה בי
והוי מחשבת רשע יפשע כי ממקי שבא ותלה סרכו באיש
ההוא שמסרו לו הוא נשבע בבהכ בסית נידו במעמד שמשים דג קהלו ששקר הוא
שמעולם לא מסי לו לא הוא ולא שלוחו דבר והכתב שלי נאנד והלך לו והפוימ
יצו עשו באיש הלזה שפטי והנפ אשר תעש ביל רמה אבל עס כיז לא סר אולתו
ורעתו והו שליח לדבר עבירה בכל דבר ועדיין מחזיק בטומאתו ובקמיע הנל
כאלו ממני יצאו גם כתבתי כאן קמיע לאשה אחת שהי מעוברה לרב הפצרת
נפל פחד למאוד על הנשי והי בת נגיד והי הרה ויולדת בשלום ובהיותה אחי
לידתה ימי אשי אל המקדש לא תבא הס פתחו קמיע זו2 וחתרו גכ להעמיד
ו סילופים בבלבול לשונת


יעצט, קענסט מיר זאגן פארוואס דער יעב"ץ איז מער נאמן ווי דער ר"ר יונתן, אויסער דאס אז דער נישט פרומער שרייבער האט אפגעמאכט אז דער יעב"ץ איז גערעכט? פארוואס גיבסטו נישט לכל הפחות אזויפיל נאמנות פאר'ן ר"ר יונתן ווי פאר'ן יעב"ץ פאר'ן אפמאכן ווער עס איז גערעכט?
דאס איז אויסער דעם וואס לויט'ן ר"ר יונתן קענען ביידע זיין גערעכט, דער יעב"ץ האט געזען די קמיע, און דער ר"ר יונתן האט דאס נישט געשריבן, און יוסף פראגער, וועלכער איז געווען א פשוט'ער מענטש און דער שרייבער פונ'ם יעב"ץ, האט געקענט באשטיין צו באשמוצן ר"ר יונתן, און דורכדעם געהאפט אז מען וועט אויפנעמען דעם יעב"ץ אלס רב. און דער יעב"ץ צוליב זיין פלאמפייערדיגע קנאות האט אים אביסל צו שטארק געגלייבט.
וועגן דעם עצם ענין, ביטע זיי מיר מוחל, אבער דיין טעאריע לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל. לויט דיר, איז דער ר"ר יונתן געווען אן ערליכער איד, נאר ער האט פארלוירן טראסט אין די געוועזענע קמיעות, און ער האט זיך צוגעכאפט דערפאר צו שבתי צבי, ווערנדיג פלוצלינג זיין געטרייער אנהענגער שרייבנדיג אויף אים "יתקדש שמך ושם משיחו שבתי צבי ק' בעולם".
און דו ווילסט וויסן אביסל היסטאריע? שבתי צבי איז געווען א נערוון קראנקער פארשוין, וועלכער האט זיך גע'גט דריי מאל, מתיר געווען נבילות וטריפות, געגעסן יום כיפור, דערנאך האט ער זיך געשמד'ט צו איסלאם, און שפעטער געפגר'ט ערגעץ אין די הרי אררט אין אלבאניע. דאס אלעס האט פאסירט קרוב צו הונדערט יאר איידער דער ר"ר יונתן איז געווארן א חסיד פון ש"ץ. און צו אים האט זיך ר"ר יונתן געוואנדן ווען ער האט געזען אז זיינע קמיעות ארבעטן פשוט נישט און ער מוז שנעל ווערן א חסיד פון ש"ץ איידער די אידן אין אלטונא וועלן זען אז ער טויג נישט אויף די מלאכה און וועלן אים צוריקשיקן פון וואו ער איז געקומען (אגב איך וואלט זייער געוואלט וויסן א מקור מוסמך אויף דעם אז מען האט געברענגט קיין אלטונא דעם ר"ר יונתן ספעציעל כדי ער זאל טיילן קמיעות).
ווען ער האט געזען אז מען האט אים געכאפט ביי די מעשה האט ער שנעל צוריקגעצויגן פון די גאנצע זאך, אויפגעהערט גלייבן אין זיין משיחיות, און מחרים געווען ש"ץ און זיינע אנהענגער, און געלייקנט שטיין און ביין.
און לאמיר נישט פארגעסן, רוב גדולי ישראל האבן געוואוסט די "אמת'ע" ווערסיע פון די מעשה, נאר זיי האבן פארשטאנען אז ר"ר יונתן האט שוין תשובה געטון און האבן דעריבער מחפה געווען על פשעו, אויסער דער יעב"ץ און דער פני יושע וועלכער האט זיך געטרויט צו זאגן דעם אמת.
ביטע אנטשולדיגט די ציניזם. איך האף אז דו כאפסט דעם פוינט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 5:44 pm

דערווייל וועל איך ענטפערען נאר אויף אפאר נקודות וואס די שרייבסט.
איך גלייב נישט נישט-פרומע שרייבערס מער ווי פרומע.
דער לינק וואס איז אנגעצייכענט איז פשוט צו האבען א בליק אויף די מעשה פין דעם יעב"ץ' פערספעקטיוו אהן דארפן אדורכליינען גאנצע ספרים.
אוודאי איז עס צוגעפוצט, אבער די זאכן וואס ער ברענגט זענען קראנט.
סא שטעל דיך נישט אויף קיין נארישקייטן, ווייל אויב יא מאכסטו פשוט קאליע דיין עיקר נקודה וואס קען זיין מער גערעכט ווי סתם דעמאגאגיע.

און נאך איין נקודה, אויב דער רבי יונתן שרייבט אויף יאסעל פראגער אז ער האט עס אליין געשריבען מיינט אז דאס איז עס?
איז דען דאס געוועהן די איינציגסטע קמיע?
איז דען דעמאלס נולד געווארען צום ערשטן מאהל חשדות אויף אים?

און נאך איין זאך.
מאך נישט דער שבתי צבי תורה פאר א טאטאלע משוגעת, וואס טאמער זאל איינער גלייבן דערין איז ער א טאטאלער משוגענער.
ווייל כידוע איז געוועהן בבימיו פלענטי מאמינים בסתר ובגלוי וואס זענען נאך געוועהן אזוי נארמאל ווי אונז אלע חסידים שוטים וואס גלייבן אז רבי'ס קענען זיין פוקד עקרות, און רופא חולים, און וויסן דעם נאמען פון די שוויגער פון א ניי-געבוירן מיידל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:05 pm

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:12 pm

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 4:18 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:דערווייל וועל איך ענטפערען נאר אויף אפאר נקודות וואס די שרייבסט.
איך גלייב נישט נישט-פרומע שרייבערס מער ווי פרומע.
דער לינק וואס איז אנגעצייכענט איז פשוט צו האבען א בליק אויף די מעשה פין דעם יעב"ץ' פערספעקטיוו אהן דארפן אדורכליינען גאנצע ספרים.
אוודאי איז עס צוגעפוצט, אבער די זאכן וואס ער ברענגט זענען קראנט.
סא שטעל דיך נישט אויף קיין נארישקייטן, ווייל אויב יא מאכסטו פשוט קאליע דיין עיקר נקודה וואס קען זיין מער גערעכט ווי סתם דעמאגאגיע.

און נאך איין נקודה, אויב דער רבי יונתן שרייבט אויף יאסעל פראגער אז ער האט עס אליין געשריבען מיינט אז דאס איז עס?
איז דען דאס געוועהן די איינציגסטע קמיע?
איז דען דעמאלס נולד געווארען צום ערשטן מאהל חשדות אויף אים?

און נאך איין זאך.
מאך נישט דער שבתי צבי תורה פאר א טאטאלע משוגעת, וואס טאמער זאל איינער גלייבן דערין איז ער א טאטאלער משוגענער.
ווייל כידוע איז געוועהן בבימיו פלענטי מאמינים בסתר ובגלוי וואס זענען נאך געוועהן אזוי נארמאל ווי אונז אלע חסידים שוטים וואס גלייבן אז רבי'ס קענען זיין פוקד עקרות, און רופא חולים, און וויסן דעם נאמען פון די שוויגער פון א ניי-געבוירן מיידל.

בשעתו האב איך געמיינט אז דו וועסט נאכקומען מיט א לאנגן בירור, דעריבער האב איך גארנישט געענטפערט. אבער יעצט לאמיר צוריקקומען צום ענין, להוציא מלבן של אלו וואס זענען מטיל דופי אין דעם גאון וקדוש, בתוכם דער גס רוח גרשום שלום.
אויב דו ביסט באקאנט אין די נושא, דארפסטו וויסן אז די עיקר אויף וואס דער יעב"ץ איז ארויסגעקומען און האט פארפירט א וועלט זענען געווען די ערשטע צען פופצן קמיעות וואס ער האט געדרוקט אין "שפת אמת". די אלע קמיעות זענען בערך אויפ'ן זעלבן נוסח ווי די קמיע וואס דו האסט געברענגט. דארט ווערט נישט דערמאנט קיין שום קבלה ענינים, בלויז אז שבתי צבי דער משיח ה' זאל העלפן אז דער באטרעפנדער זאל אויסגעהיילט ווערן. די אלע קמיעות זענען געלעגן ביי ר' שמואל הילמאן וועלכער האט נאר ארויסגעגעבן קאפיעס דערפון. ווען ר' יונתן האט געזען די העתקות האט ער תיכף גע'טענה'ט אז דאס איז מזוייף אדער נישט גוט מעתיק געווען.
יעצט טראכט אריין, אויב די קמיעות זענען אמת מיינט דאס אז ער איז געווען א שבתאי מובהק מיט אלע מפרשים, און ער האט צוליב דעם אפגענויגט פון די געווענליכע סדר פון שרייבן שמות הק' אין קמיעות, נאר אנשטאט דעם געשריבן בלויז דעם נאמען פון שבתי צבי. דעריבער פאלט לגמרי אוועק דיין "פשרה" אז ער האט נישט געגלייבט אין אים, נאר אין געוויסע פון זיינע קבלה יסודות. און אויב זענען די קמעיות געווען געפעלשט, דאן ווער זאגט אז עס זענען נישט געווען נאך צענדליגער געפעלשטע קמיעות וואס האבן זיך געדרייט אין די גאסן?
און צו זאגן אז ער האט באמת געגלייבט אז א לאנג פארשטארבענער משומד און חוטא ומחטיא את הרבים איז דער משיח, איז א טענה וואס איז אזוי אבסורד, אז עס איז בכלל נישט נויטיג צו אריינגיין אין ויכוחים דערוועגן. דאס וואס דו ברענגסט אז נאך גדולים האבן זיך טועה געווען, איז דאך דער חילוק אזוי פשוט, דעמאלט האט מען נישט געוואוסט ווי אזוי דאס וועט זיך אויסקאכן, מען איז געווען אינגאנצן צומישט און צוטומלט כידוע לכל בר בי רב, האבן גרויסע מענטשן זיך טועה געווען. אבער צו זאגן אז דער ריזיגער גאון און ראש ישיבה פון טויזנטער תלמדידים האט אים געשטיצט נאך זיין שמד, ווער רעדט נאך נאכדעם וואס ער איז געשטארבן, איז דאך פאסיג בלויז פאר אן אפרוח שלא נפתחו עיניו און ווערט נתפעל פון יעדע פרעמדע געדאנק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:16 pm

ר' יאיר טייערער
וואס האב איך צו מאכען לאנגע בירורים ווען די בירורים זענען שוין אלע דא.

אויף דער טענה אז וואס די שרייבסט
אבער צו זאגן אז דער ריזיגער גאון און ראש ישיבה פון טויזנטער תלמדידים האט אים געשטיצט נאך זיין שמד, ווער רעדט נאך נאכדעם וואס ער איז געשטארבן, איז דאך פאסיג בלויז פאר אן אפרוח שלא נפתחו עיניו און ווערט נתפעל פון יעדע פרעמדע געדאנק.


וטענות כל כיוצא בזה, איז איבריג צו ענטפערען, די טענות זענען נישט לגופו של דבר, אוודאי איז שווער צו באשולדיגען סיי וועלכע איד מיט א טענה ווי דאס, אבער וואס פאר א שייכות האט עס מיט צו די טענה איז גערעכט אדער נישט?

און בכלל פארוואס ווילסטו אז דיינע טענות זאלען אנגענומען ווערען ווען די ביסט אליין מגלה דעת אז די סיבה פארוואס די גלייבסט נישט אז ר"ר יונתן איז געוועהן א שבתאי איז ווייל די ר"ר יונתן איז געוועהן אזוי גרויס וכו', איז דאס בפירוש מוכח אז דיינע טענות זענען נישט ווייל די האסט אדורך געטוהן די זאך און די ביסט געקומען צו דער מסקנה, און ביסט בכלל נישט אבדזעקטיוו.

ווען לגבי מיר האבען זיך אויף מיר אנגעקלעבט די "גיין אין וואנט" מאמינים און געטענה'ט אז איך בין אויף געקלערט וכו' און פארדעם בין איך נישט באגלייבט, פארוואס זאל איינער דיר גלייבען ווען די אליינס שרייבסט אז די ביסט נישט גרייט צו גלייבען אז דער ר"ר יונתן איז געוועהן א שבתאי אפילו איך זאל עס דא אויף ווייזען שווארץ אויף ווייס.

אוודאי ווארטס די אויף א בירור כדי די זאלסט קענען אביסעל אנפרעגען דא און דארט, ווי אייביג קען מען זיך דינגען. איך האב נישט קיין טעיפ ווי דער ר"ר יונתן זאגט ש"ץ קודש. איך ווייס נישט, און נאך אמאהל, איך ווייס נישט, הונדרעט פראצענט אז ער איז געוועהן א שבתאי. איך האב עס אויך לכאורה קיינמאל נישט געזאגט. דער עיקר וואס יאך האב געזאגט און איך זאג ווייטער איז איין זאך. אז נאך אדורך קוקען די ווערק פין יעב"ץ, האב איך געגלייבט דער יעב"ץ מער ווי דער ר"ר יונתן. דאטס איט. טאמער איז דיר אינטרעסאנט צו וויסען פארוואס און פארווען האב איך נישט קיין שום פראבלעם מרחיב צו זיין אין דעם. אבער דער וויכוח גייט נישט זיין צו איך האב ראיות ברורות צו נישט. איך האב נישט און דארף נישט קיין ראיות ברורות. אונז זענען מיר נישט דא דן צו מען זאל ארויסגעבען א חרם היינט צו טאג אויף דעם ר"ר יונתן. סך הכל וואס מען קען דן זיין, איז אויב פאר אונז לעיני בשר ווי אונז זעהן מיר די כתבים פין יעב"ץ וואס ער שרייבט, און מען זעהט די דעטאלען פין די מעשה, און מען נעמט עס אין קאפ אריין, וועמען'ס זייט ביסטו נוטה ווען די וואלסט געוועהן דארט אין אלטונא ווען די מעשה איז געשעהן.

און לגבי דעם זאג איך אני הקטן, אז איך וואלט געוועהן אין אלטונא אויף דער זייט פין יעב"ץ. פארוואס? אפשר ווייל איך האב אים ליב. קען זיין. אבער איך האב מיך מיינע פונקטען וואס איך זעה אין די מעשה, ווי אזוי דער יעב"ץ שרייבט אז דער ר"ר יונתן האט אים באהאנדעלט ווען ער האט אים מאשים געוועהן אויף דעם, אז ער איז געוועהן גערעכט. אן אומשילדיגער האנדעלט נישט אזוי א מעשה. ווי אזוי ווייס איך? ווייל די וועלט גייט ווייטער אהן, און איך זעה פורסט האנד היינט צו טאג ווען א שטונק קומט ארויס אויף איינעם יהיה מה שיהיה, וואס א שולדיגער טוט, און וואס אן אומשלידגער טוט.

ביסטו גרייט דן צו זיין אויף דעם מהלך, איז גוט, און אויב נישט איז קיבארד נישט ווערט די געהאקעכטס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך יאיר » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:25 pm

אן אביעקטיווער מענטש מיינט איינער וואס נעמט אריין אלע זייטן פונ'ם בילד ווען ער איז דן א נושא. ווען מיר ווילן דן זיין איבער אויב ר' יונתן איז געווען א שבתאי דארפן מיר דן זיין א) וואספארא סארט מענטש ער איז געווען, ווי שטארק איז מסתבר אז די עלילה קלעבט אויף אויף אים, ב) וואספארא געוויכט די ראיות טראגן. לדוגמא, אויב איינער וועט מיר ברענגען ראיות אז דער גר"א האט געגעסן אום יום כיפור, וועל איך דארפן האבן אומגעהויערע ראיות אז דאס איז אמת, אבער ווען איינער זאל זאגן דאס זעלבע אויף א האלב אפגעפארענער איד, וועל איך עס גאנץ שנעל אפקויפן. מיט מיין ארימען שכל פארשטיי איך אז צו באשולדיגן ר' יונתן אין אזא באשולדיגונג דארף מען האבן גאר ערנסטע באווייזן. איך האב זיי נאכנישט געטראפן. אויב דו האסט יא, דאן וויל איך זיי הערן. אויב די נידון וואלט געווען איבער געוויסע נטיות וואס ער האט געהאט צו שבתאות, ווי דו האסט פריער געוואלט טענה'ען, איז איין זאך, אבער ווי איך האב אויפגעוויזן, איז דאס נישט אמת.
אדרבה, לאמיר הערן פון דיר, ווען דער איינציגער מערער אויף ר' יונתן וואלט געווען יוסף פראגער און נישט דער יעב"ץ, וואלסטו אויך אפגעקויפט זיינע מעשיות?
ועל כולם האסטו מיר נאך נישט געענטפערט אויף מיין פשוט'ע שאלה, אויב ר' יונתן האט גע'טענה'ט אז די קמיעות זענען מזוייף, און דער יעב"ץ האט געהאלטן פארקערט, פארוואס האט דער יעב"ץ מער נאמנות ווי אים. נאכדעם וואס דו וועסט מיר דאס ענטפערן וועלן מיר קענען אריינגיין אין דעטאלן. און ביטע ברענג מיר טאקע אן אביעקטיווער מקור, נישט פון דעם יעב"ץ'נס ספרים. סתם צו נאכברענגען קמיעות פון די ספרים פונ'ם יעב"ץ קען איך דערויף פונקט אזוי נאכברענגען תירוצים פון לוחות עדות. און אויף זייטיגע טענות אויף ר' יונתן פונ'ם יעב"ץ, איז דאך ר' יונתן גארנישט שולדיג אז ער האט נישט אריינגעלייגט קיין פערזענליכע אטאקעס אויף זיינע קעגנער אין זיינע ספרים, כאטש ער האט געהאט א בארג מיט שטאף.
ביטע מאך אויך קלאר דיין שטעלונג, דו האלטסט אז ר' יונתן איז געווען אן אמת'ער שבתאי, אדער אז ער האט געהאלטן מיט אים אין געוויסע קבלה יסודות?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:40 am

לגבי דיין דמיון פין דער גר"א עסען אין יום כיפור, איז בכלל נישט קיין דמיון, ווען די טענות אויף דעם ר"ר יונתן האבען זיך גאנץ גוט געלייגט אויף'ן שכל.

ווען איינער וואלט געטענה'ט אז דער יעב"ץ איז א שבתאי, דעמאלס וואלסטו גערעכט געוועהן מיט דיין דמיון צום גר"א יום כפור עסען.

זיי דיך מדמה דער קלויזער זצ"ל ווען מען האט אים באשולדיגט צו זיין א ציוני, לעומת באשולדיגען דער סאטמאר רבי זצ"ל צו זיין א ציוני.

ווען עס וואלט געוועהן ווי די זאגסט, וואלט קיינער נישט גענומען די טענות פין יעב"ץ בימים ההם ערענסט. אלא מאי מוז זיין אז די טענות האבען עפעס יא געקלעבט דעמאלס יא אמת צו נישט. און דער אמת איז, אז דאס איז געוועהן איינער פין מיינער ערשטער עפענונגען אין דער פרשה, ווען איך האב מיך מתבונן געוועהן טאקע הא גופא וואס די זאגסט, ווען דער רבי ר' יונתן'סשייכות מיט שבתאות וואלט געוועהן אזוי ווי דער רבי ז"ל שייכות מיט ציונות, וואלט דאך דער יעב"ץ קיינמאל נישט מצליח געוועהן צו מאכען בכלל א גערודער, ער וואלט געוועהן ללעג ולקלס. למעשה זענען זיינע טענות דעמאלס געוועהן גענוג שטארק צו מאכען אסיפות און כמעט חרמות וכו', גענוג צו ווייזען אז אויף דער בחינה וואס די ווילסט דא אויסמאלען איז דער רבי ר' יונתן זיכער נישט געוועהן.

האסט געשריבען ר' יאיר
"אויב די נידון וואלט געווען איבער געוויסע נטיות וואס ער האט געהאט צו שבתאות, ווי דו האסט פריער געוואלט טענה'ען, איז איין זאך, אבער ווי איך האב אויפגעוויזן, איז דאס נישט אמת."
זיי מיר אזוי גוט, ווי האסט די דאס "אויפגעוויזען", איך ווייס האסט אזוי געזאגט, אבער ווי און וואס האסטו אויף געוויזען אין דעם נושא אויסער שרייבען סתם רעטאריק?

האסט ווייטער געשריבען
"אדרבה, לאמיר הערן פון דיר, ווען דער איינציגער מערער אויף ר' יונתן וואלט געווען יוסף פראגער און נישט דער יעב"ץ, וואלסטו אויך אפגעקויפט זיינע מעשיות?"
קען זיין יא קען זיין נישט, למאי נפק"מ?
איך ווייס נישט ווער יוסף פראגער איז געוועהן, וואס זיין מהות איז געוועהן. זיין נאמנות איז בכלל נישט נוגע דא, דער יעב"ץ איז מיר גענוג באגלייבט אין די גאנצע מעשה. איך פארשטיי די האסט א טעאריע אז יוסף פראגער איז דער וואס האט אנגעארבעט די גאנצע זאך מיט די פאלשע קמיעות, און ער איז גאר געוועהן דער פעלשער. לאמיך דיך נעמען אויף דעם זעלבען צימבעל ווי די נעמסט מיר. די האלטס דער יעב"ץ איז געוועהן א שוטה כזה אז ער האט נישט פארשטאנען ווער יוסף פראגער איז אזוי גוט ווי די? ער וואלט געגאנגען מאכען א גאנצע מהומה מוזען אנטלויפען פין זיין מנוחה ונחלה זיין סעפערעיטעט פין זיין ווייב און קינדער פאר א יאר און א האלב נאר ווייל ער איז געוועהן א נאר צו געלייבען זיין משרת?
ועוד, יוסף פראגער אליין ווען זיין רבי וואס ער האט ליב געהאט בכל נפשו ומאודו, ווען ער האט געזעהן אז זיין רבי פארלירט נעבעך די גלייך זינען, מען רודף'ט אים מען וויל אים הרג'נן במלא מובן המלה, (וואס דאס בדרך אגב ווייזט אויך א גרויסע צד אמת אין די טענות פינעם יעב"ץ, עיין ערך שולזאהן, ווען ער שרייבט בלויז ליגענט וואלט מען אים אויך נישט געוואלט הארגענען), און ער האט נישט דאס הארץ ארויס צו קומען צו זיין רבי און אים זאגען חטאתי עוויתי פשעתי לאז אפ, איך האב די פארפירט?
אויב נישט, מאכסטו אים נישט פאר א פשוטער מזייף וואס האט געוואלט ער זאל ווערען רב אין אלטונא, נאר פאר א שלעכטע מיאוסע נוכל ערגער פין משה גבאי וכו'.

ווייטער שרייבסטו
"ועל כולם האסטו מיר נאך נישט געענטפערט אויף מיין פשוט'ע שאלה, אויב ר' יונתן האט גע'טענה'ט אז די קמיעות זענען מזוייף, און דער יעב"ץ האט געהאלטן פארקערט, פארוואס האט דער יעב"ץ מער נאמנות ווי אים."
נישט אלע זענען געוועהן פארענטפערט מיט טענות מזויף, אפאר האט ער געטענה'ט אז האט אן אנדערע דרך עס מפרש צו זיין. און במח"כ זיינע תירוצים מאכען אזוי פיל סענס ווי ווען קלינטאן האט געטענה'ט אז דאס מיינט יענץ וכו'.

ועוד שרייבסטו
"און ביטע ברענג מיר טאקע אן אביעקטיווער מקור, נישט פון דעם יעב"ץ'נס ספרים."
איך האב שוין איינמאל אויף דעם גענטפערט און חזר דיך איין כדי מען זאל נישט מוזען איבערגיין צוויי מאל אלץ.
איך טראסט דעם יעב"ץ גענוג אין דעם פרשה, איך גיי נישט אויף ווייזען פין אנדערע כותבים בימים ההם וואס זיי האבען געהאלטען. אויף יעדעם קענסטו זאגען זיי זענען נישט געוועהן אביעקטיוו. הגם דער נודע ביהודה וואלט געקענט דינען גענוג צו ווייזען אז ער איז אוך נישט געוועהן גענוג איבער געצייגט איז זיין צדקות, ווי זיי זאגען אויף דעם נו"ב אין דעם ענין, בא לברך ונמצא מקלל. אבער נישט דאס דארף איך. פין זיי ביידע אליין, דער יעב"ץ מיט דער ר"ר יונתן, מיט דער מעשה ווי דער יעב"ץ לייגט עס אראפ, איז מיר גענוג אז בי מיר נעם איך אהן אז יש דברים בגו.

אויף דעם וואס די שרייבסט
"און אויף זייטיגע טענות אויף ר' יונתן פונ'ם יעב"ץ, איז דאך ר' יונתן גארנישט שולדיג אז ער האט נישט אריינגעלייגט קיין פערזענליכע אטאקעס אויף זיינע קעגנער אין זיינע ספרים, כאטש ער האט געהאט א בארג מיט שטאף."
איך הייב נישט אהן צו פארשטיין וואס די ווילסט מיט דעם.

ועל אחרון באתי.
"ביטע מאך אויך קלאר דיין שטעלונג, דו האלטסט אז ר' יונתן איז געווען אן אמת'ער שבתאי, אדער אז ער האט געהאלטן מיט אים אין געוויסע קבלה יסודות?"

איז אזוי. איך ווייס נישט, וואס מיינט אן אמת'ער שבתאי? געהאלטען אז דער ש"ץ איז משיח? איז דאס אזוי געפעהרליך ווי די יסודות פין ש"'ץ אין קבלה? וואס איז ערגער? איך בין נישט זיכער מיט גארנישט אין דעם, ווייל דער ספר שם עולם וואס מאנכע האבען געהאלטען אז עס איז יא פין ר"ר יונתן, איז נישט געווארען גענוג גוט אויף געוויזען אז עס איז פין אים. די מאמרים אין דעם דרייען זיך לכאן ולכאן, און איך האב למעשה נישט אהנגענומען די טענות אז עס איז מער מסתבר יא פין אים. טאמער די ספר איז פין אים, דעמאלס איז ער פאל פלעדזש, טאמער נישט, איז עס מוטל בספק.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט