האבן מוסדות א רעכט אויף די עלטערן פון די תלמידים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

האבן מוסדות א רעכט אויף די עלטערן פון די תלמידים?

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מאי 06, 2013 7:54 pm

ווען א מוסד וואו מיין קינד לערנט פארלאנגט אז איך מוז געבן דינער געלט 500 דאלער, בין איך מחוייב צו געבן?
כ'האב קיינמאל נישט אונטערגעשריבן א שטר הסכם מיט זיי פאר אזא זאך. קענען זיי מיר מחייב זיין?

קען מיין קינד'ס מוסד מיר מחייב זיין צו גיין צו א כינוס? צווינגען די עלטערן?
כ'האב דען אמאל אונטערגעשריבן א צעטל אז זיי האבן באקומען א שליטה איבער מיר?

מיט וועלכע רעכט שיקן לעצטנס מוסדות באפעלן פאר די עלטערן וואס זיי זאלן טון?
קוים וואס פאר די קינדער איז מען מסכים מיט די אלע זאכן וואס זיי טוען ארויס פון יעדע נארמאלע גבול, אבער פאר די עלטערן??
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15064
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17979 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג מאי 06, 2013 8:07 pm

עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.

אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.

להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 06, 2013 8:15 pm

מצאתי לי חבר, כ'שריי שוין לאנג, טאקע ווי ר' אלעזר בן ערך בשעתו, א יחיד נגד הרבים, אז מוסדות התורה זענען אונטערן בעלות פון א יחיד, געווען דער גרעסטער בעל תאוה פון די בני החבורה.
און אויב ס'איז נישט ממש א יחיד, איז דאס על דעת יחיד.
ייש"כ דעת תורה. גוט ארויסגעברענגט.
אבער דאס:
אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

איז לכאורה אן הילכתא למשיחא.


@שמעקעדיג, ביסט גערעכט. אויב מ'האט זיך נישט אויסגענומען אנהייב יאר, האבן זיי נישט די רעכט צו מוסיף זיין. אבער אטו ב"רעכט" עסקינן?
זייט ווען שפילט רעכט א ראלע?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8413 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג מאי 06, 2013 8:26 pm

דעת תורה האט געשריבן:עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד וכו'


יש נפק"מ להלכה בין מוסד חסידי למוסד קהילתי למוסד פרטי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום מאנטאג מאי 06, 2013 8:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג מאי 06, 2013 8:33 pm

לזה דעתי נוטה.

אביגדור האט געשריבן:יש נפק"מ...


אם כי במקור - הגמרא במגילה ועוד (אולי בבא בתרא?) רב אשי ומתא מחסיא כמדומני - מיירי באופן שהציבור באמת החשיבו את היחיד והסכימו לזה שהלה יעשה כבתוך שלו משא"כ בנידון דידן, מכל מקום אויסענווענדיג נראה לי דלא בעינן דוקא הסכמת הציבור ודי בידיעתם.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג מאי 06, 2013 8:37 pm

יא.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מאי 06, 2013 9:30 pm

העלא, אפשר קומט איר צו אייערע סענסעס? דא איז נישט קיין שאלה פון חושן משפט וואס מדארף דן זיין לפי עפעס א מחלוקת קצות מיט נתיבות איבער נכסי ציבור וכו'. דאס איז נישט עפעס א חקירה אין הלכות עשאאי"ל, דא רעדט מען פון די סאמע לעבן פון אונז און אונזערע קינדער. פון די סאמע יידושקייט וואס מיר האבען. פון די סאמע מערסט יסודתדיגסטער מציאות פון א מענטש, את"ל רעליגיע, די חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה, את"ל סעקולער די יסודותגידער פרייהייט פון א מענטש. אויב איז דא א זאך וואס איז אן עוולה, וועט קיין שום "רעכט" און קיין שום פשעטל נישט העלפן דאס איבערווישען. אפילו אז דער רבי/רב/ראש ישיבה/מנהל/משגיח/ceo האט איבערגעשריבען קלאר אין אלע לעגאלע פעיפערס אונז מיט אונזערע קינדער און קינדס קינדער מיט אלע בנינים און אלע נכסים אויף זיין פריוואטע נאמען.

וועקטס ענק אויף, דא פירט זיך א סיסטעם וואס פאדערט א מרידה, איינצעלנע מענטשען זענען זיך משתלט על הציבור בתואנות שונות ומשונות און פירען אונז אראפ פון שכל און יידושקייט. איר האט אמאל געזעהן ווי א מרידה זעהט אויס? נישט סקומען זיך צאם פיליאספער און לויערס און זענען דן צו די פאלאץ פון דיקטאטאר באלאנגט טאקע פאר עם אדער סאיז נכסי ציבור אדער מדארף מאכען וואלן פאר וועם סבאלאנגט, נאר יעדער איינער כאפט זיך אן זיין גאן, מגנב'ט ארויס אפאר טאנקען פון מיליטער, און משטעלט זיך אוועק אנטקעגן די פאלאץ און מפאנגט אן צו שיסען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3768
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5578 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג מאי 06, 2013 9:40 pm

איך ווייס נישט צי דו האסט געכאפט, אבער כמדומה אז א גרויסער עולם דא אינטערעסירט יא וואס די תורה האט צו זאגן בכל נושא שיהיה. שמעקעדיג האט געעפנט דעם אשכול ברוח זה.

און דו ביסט גראדע אויך גערעכט - אפשר - אז עס פאדערט זיך א מרידה, און אפילו על פי תורה איז נישטא קיין שום חיוב זיך משעבד צו זיין צו די כפייה דתית פון די מנהלי המוסדות. און מען האט אלע רעכטן זיך צו גיין מאכן שבת פאר זיך און עפענען אייגענע מוסדות, מי יתן והיה. (נישט ווייל איך וואלט דוקא געוואלט אהין שיקן, אבער אזוי וועלן די איצטיגע מנהלי המוסדות פארלירן זייער שטעקן).

אבער למעשה אזוי זענען מיר ב"ה, מיר ווילן וויסן דעם דעת תורה על כל צעד ושעל. ביי אונז פארעמט זיך נישט די תורה לויט ווי מיר פארשטייען על פי שכל האנושי הדל אז מיר וואלטן געוואלט די תורה זאל זאגן, נאר לויט ווי עס זאגט די שכל התורה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג מאי 06, 2013 9:43 pm

לענין דיין מרידה, עס איז דא א פשוט'ע עצה עס דורך צו פירן, עס ברויך זיך יאווען אפאר אינגעלייט מיט פארבינדונגען צו עפעס א ראטשילד וואס זאל עפענען א טריפה'נע גע'אסר'טע "שקאלע", און אפאר פורצי גדר וואס זאלן אהין שיקן. דאן וועט איר זען ווי דער גאנצער סיסטעם וועט קריכן אויף אלע פיר צו אקאמאדירן יעדן איינעם, אבי נאר אין שקאלע זאל מען נישט גיין.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מאי 06, 2013 9:50 pm

איר האט געזעהן עפעס אין מיין תגובה וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די תורה? אדער וואס איז בכלל מרמז אויף עפעס אין דער ריכטונג? דו רופס זיך טאקע דעת תורה, אבער פארגעס נישט אז לעיקוואד איז עיר התורה...

אפשר ווילסטו איך זאל אנשרייבען א תשובה על פי תורה איבער די Right of revolution? מיר איז פשוט אז סאיז דא אזא זכות וחובה על פי התורה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3768
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5578 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 06, 2013 9:51 pm

איך פארשטיי נישט. "מרידה"? "חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה"?
עס איז דא א זאך וואס הייסט תקנת הציבור.
היינט ווערט דאס איינגעפירט דורך אזא מאדנע סיסטעם רב-עסקן-ציבור-צייטונג-גרויסע ציבור-השתלטות = תקנה. אבער דער פאקט בלייבט אז די רבנים און ראשי ישיבה רעפרזענטירן דעם ציבור. על אף וואס איך פערזענליך האלט אז דער ציבור איז א באנדע קעלבער. איי געס ווען די תקנה וואלט גמאכט געווארן דורך א וואוט פון די קעלבער וואלט עס אויך גפעססד און איך וועלט אויך זיי געהאלטן פאר קעלבערליך.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מאי 06, 2013 9:54 pm

איר מישט צוויי זאכן. א מנהיג האט מסתמא יא רעכט, מיין רב אין ביהמ"ד אפשר יא, אבער נישט פון דעם רעד איך.
לאמיר זאגן איך בין א צעהלימ'ער חסיד שוין 6 דורות. יעצט שיק איך מיינע קינדער אין שאפראן'ע ת"ת מאיזה סיבה שהוא. קען מיר שאפראן מחייב זיין? קענען זיי זאגן אז איך מוז גיין צו א געוויסע פלאץ? איך ווער אויך זייערס א אייגענטום איבער וועלכע זיי האבן א בעלות, און דער קנין איז משיכה ע"י תינוק שהכישו במקל?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15064
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17979 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג מאי 06, 2013 9:58 pm

היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. "מרידה"? "חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה"?
עס איז דא א זאך וואס הייסט תקנת הציבור.
היינט ווערט דאס איינגעפירט דורך אזא מאדנע סיסטעם רב-עסקן-ציבור-צייטונג-גרויסע ציבור-השתלטות = תקנה. אבער דער פאקט בלייבט אז די רבנים און ראשי ישיבה רעפרזענטירן דעם ציבור. על אף וואס איך פערזענליך האלט אז דער ציבור איז א באנדע קעלבער. איי געס ווען די תקנה וואלט גמאכט געווארן דורך א וואוט פון די קעלבער וואלט עס אויך גפעססד און איך וועלט אויך זיי געהאלטן פאר קעלבערליך.


דו האלטסט טאקע אז דער ציבור - ערוואקסענע מענער בעלי בחירה משלמי מס - וואלטן געפעססט א תקנה וואס אסר'ט ענדרויד'ס ווייל משומר האט נאכנישט קיין פילטער דערפאר? אדער וואלטן בכלל מסכים געווען צו די דרגא פילטער וואס זי צווינגט ארויף?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מאי 06, 2013 9:59 pm

@היימישער
שוין וייטער מיט די לעגאלע פשעטלאך. דאס האב איך פראבירט דא מסביר זיין, אז עס איז דא א מצב וואס די אלע פשעטלאך, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, זענען נישט מכסה בשום אופן אויף די עוולות וואס זענען דא, אין אזא פאל איז דער וואס פארשטייט בארעכטיגט אנצוכאפען א מאשין גאן און שיסען אין יעדער ריכטונג, בבחינת הוראת שעה ותקנת הציבור, און מרעכנט זיך נישט מיט די אלע פשעטלאך. ווי גערעכט זיי זאלען נאר זיין.

"רעפרעזענטירען דער ציבור"? פון וועלכע לבנה ביסטו געפאלען? אפשר באותו מידה וואס לואי דער זעכצענסטער האט רעפרעזענטירט דער ציבור.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3768
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5578 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 06, 2013 10:01 pm

@שמעקדיג, איך ווייס נישט צו דיין פראגע איז געוואנדן צו מיר. בכל אופן, שאפראנע ישיבה קען מאכן א תקנה אויף תלמידים פון איר ישיבה, און אויך א תקנה אויף עלטערן און עלטער זיידעס פון אירע תלמידים. אויב עס גיפעלט אייך נישט קענט איר צוריקגיין קיין צעלים.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 06, 2013 10:02 pm

@לעקוואד, וואס פאר אן עולה? א תקנה וואס דו (און איך...) האלט נישט דערפון? איך האלט אויך נישט פון אסאך אנדערע תקנות, סאו וואט! וויאזוי ווערט א תקנה אן עוולה?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מאי 06, 2013 10:06 pm

@היימישער
ארויפצווויגנען זינלאזע תקנות (און דאס איז נישט די ערשטע און נישט די לעצטע) אויף א ציבור בדרכים אלימים איז די עוולה. נישט די עצם תקנה איז די עוולה, נאר די וועגן וויאזוי די גאנצע זאך ווערט געפירט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3768
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5578 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 06, 2013 10:25 pm

@דעת, "ערוואקסנע" - נישט, אבער רוב בעלי בחירה זענען איממעטשור, לייכטזיניגע, צייטונגס-באאיינפלוסטע, פראפגאנדע געפאלנע מענטשן. און - ליידער - ווערן די תקנות געשטיצט דורך דעם רוב הציבור.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך גנדי » מאנטאג מאי 06, 2013 10:30 pm

לעיקוואד האט געשריבן:העלא, אפשר קומט איר צו אייערע סענסעס? דא איז נישט קיין שאלה פון חושן משפט וואס מדארף דן זיין לפי עפעס א מחלוקת קצות מיט נתיבות איבער נכסי ציבור וכו'. דאס איז נישט עפעס א חקירה אין הלכות עשאאי"ל, דא רעדט מען פון די סאמע לעבן פון אונז און אונזערע קינדער. פון די סאמע יידושקייט וואס מיר האבען. פון די סאמע מערסט יסודתדיגסטער מציאות פון א מענטש, את"ל רעליגיע, די חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה, את"ל סעקולער די יסודותגידער פרייהייט פון א מענטש. אויב איז דא א זאך וואס איז אן עוולה, וועט קיין שום "רעכט" און קיין שום פשעטל נישט העלפן דאס איבערווישען. אפילו אז דער רבי/רב/ראש ישיבה/מנהל/משגיח/ceo האט איבערגעשריבען קלאר אין אלע לעגאלע פעיפערס אונז מיט אונזערע קינדער און קינדס קינדער מיט אלע בנינים און אלע נכסים אויף זיין פריוואטע נאמען.

וועקטס ענק אויף, דא פירט זיך א סיסטעם וואס פאדערט א מרידה, איינצעלנע מענטשען זענען זיך משתלט על הציבור בתואנות שונות ומשונות און פירען אונז אראפ פון שכל און יידושקייט. איר האט אמאל געזעהן ווי א מרידה זעהט אויס? נישט סקומען זיך צאם פיליאספער און לויערס און זענען דן צו די פאלאץ פון דיקטאטאר באלאנגט טאקע פאר עם אדער סאיז נכסי ציבור אדער מדארף מאכען וואלן פאר וועם סבאלאנגט, נאר יעדער איינער כאפט זיך אן זיין גאן, מגנב'ט ארויס אפאר טאנקען פון מיליטער, און משטעלט זיך אוועק אנטקעגן די פאלאץ און מפאנגט אן צו שיסען.


איך האב דיר זייער געוואלט לייקן ביז די האסט געשריבען "גאן".

היינטיגע מרידות נעמט מען מיט די סעלפון, קאמערא, פעיסבוק און טוויטער...

איין מינוט...
פונקט די זאכן גייען זיי הייסן ארויס ווארפן ביים כינוס - אפשר האבן זיי טאקע מורא פאר א מרידה און ווילן דאס פארמיידן?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1427 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג מאי 06, 2013 10:32 pm

צדקה ממני.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום דינסטאג מאי 07, 2013 9:26 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

הודעהדורך גנדי » מאנטאג מאי 06, 2013 10:34 pm

לעיקוואד האט געשריבן:@היימישער
שוין וייטער מיט די לעגאלע פשעטלאך. דאס האב איך פראבירט דא מסביר זיין, אז עס איז דא א מצב וואס די אלע פשעטלאך, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, זענען נישט מכסה בשום אופן אויף די עוולות וואס זענען דא, אין אזא פאל איז דער וואס פארשטייט בארעכטיגט אנצוכאפען א מאשין גאן און שיסען אין יעדער ריכטונג, בבחינת הוראת שעה ותקנת הציבור, און מרעכנט זיך נישט מיט די אלע פשעטלאך. ווי גערעכט זיי זאלען נאר זיין.

"רעפרעזענטירען דער ציבור"? פון וועלכע לבנה ביסטו געפאלען? אפשר באותו מידה וואס לואי דער זעכצענסטער האט רעפרעזענטירט דער ציבור.


Your signature: Martin Luther King - Preached Non Violence revolutions as his role model Gandhi did
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1427 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 06, 2013 10:36 pm

די צרה איז אז די משתלטים ווייסן פון פריערער אן ביז וואנעט מען קען שטופן, און פירן איין זייערע תקנות אקקארדינגלי. דיין עססיי איז שייך נאר אין פאל ווען א גרויס פרוצענט פון עולם איז באמת דערגעגן.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מאי 06, 2013 10:37 pm

שטאפענע בענדדאון האט געשריבן: וואס די משתלטים דארפן באמת, פארענטשעס פילערס, קול רנה קלאטשערס, גוט שבת זאגערס, שלשסעודות זינגערס, תנו שבח טאנצערס, שאלה פרעגערס, קוויטל געבערס, מלוה מלכה שטיצערס, ראפעל קויפערס, קעלבענע אויגן קוקערס, וכו' וכו',

:like
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3768
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5578 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג מאי 06, 2013 10:40 pm

יא יא.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מאי 06, 2013 10:43 pm

גנדי האט געשריבן:
Your signature: Martin Luther King - Preached Non Violence revolutions as his role model Gandhi did

א ריכטיגע הערה, מאטאמה גנדי.
איך האב נישט דווקא געמיינט צו שטיצען ווייאלענס, און איך גלייב נישט אז די רעוואלאציע פון וואס מיר רעדן פאדערט דאס בכלל, מרעדט דאך נישט דא באמת פון א מדינה וואס האט בכלל גאנס.
די גאנס און פייער פון מיינע תגובות זענען נאר מעטאפאריש, ארויסצוברענגען די נקודה אז ווען א מצב האלט ביי אזא שטאפל רעכנט מען זיך נישט מיט לעגאלע פשעטלעך ווי דער עולם רעדט דא צו וועם סבאלאנגט יא אדער נישט, דער moral outcry טראנסענדט די אלע פשעטלאך. אויך די פיספול סיוויל דיסאובידיענס פון גנדי און קינג זענען זאכען וואס זענען נישט באמת אויסגעהאלטען לויט כל אמות החושן משפט וכו' אין א נארמאלער מצב. דאס איז די עיקר פוינט וואס איך האב געוואלט מאכען מיט מיינע מאשין -גאנס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3768
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5578 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט