דורך נהורא נפישא » זונטאג אקטאבער 26, 2014 2:31 pm
איידער מיר גייען ווייטער מיטן פארשטעלן געוויסע לעזונגען, איז זייער וויכטיג צו באטאנען אז מ'דארף קוקן רעאליסטיש און זיך נישט רישן אויף באלדיגע רעזולטאטן אין די נאנטע צוקונפט, נאר מ'דארף האבן פארשטענדעניש אז סיי וואספארא לעזונגען קענען נעמען א פראצעס פון צעהן, פופצען יאהר, דעמאלטס ווען ס'וואקסט אינטער די דור פון אונזערע קינדער, וואס האפענטליך וועלן מיר דאן אנהייבן שניידן די פירות פון די דאזיגע אונטערנעמונגען.
די סיבה פארוואס איך בין ביי די מיינונג אז אונזערע קינדער זענען אונזער איינציגע האפענונג, איז א חוץ דעם וואס זיי זענען למעשה אין אונזערע הענט, זעה איך נישט רעאליסטיש אז ענדערונגן זאלן קומען פון אויבן אראפ, פון די רבנים אדער עסקנים לכל קדשי ישראל, נאר עס דארף צו קומען דוקא דורך אן אויפוואכונג פון די שטילע מאיאריטעט, וואס אין בעסטן פאל האבן זיי נישט קיין שום אינטערעסע אז אונזער געזעלשאפט זאל ווערן געשלעפט מער און מער אויף רעכטס, און הגם רובא דרובא זענען אפשר לאו דוקא אומצופרידען, איז דאס נאר פארדעם ווייל ס'איז פשוט נישט זייערע גרעסטע דאגות, צו ווייל זיי קוקן שוין דערויף ווי אזאך וואס איז עולם כמנהגו נוהג, אבער ס'איז קלאר, אנע צווייפל, אז דער רוב ווערט פשוט נאכגעשלעפט פון סיי וואספארא דירעקשאן סיי ווערן געפירט, און פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא נישט פון ראדיקאלע ענדערונגען, נאר פשוט לינדערן די שווערע פרעשור וואס אונזער געזעלשאפט ברענגט מיט זיך מיט, פארמאכנדיג די טויערן פון אויסוואלן
חרדיזם האט אזא טבע אז אויב מ'וועט זי לאזן זיך אנטוויקלן אויף די אייגענע האנט, אנע דעם וואס מנהיגים זאלן עומד זיין בראש מיט מחשבה און ראיית הנולד, וועט עס אלס ווערן געשלעפט מער און מער אויף רעכטס, און דאס איז זייער פשוט, ווייל די נעכטיגע גדרים וסייגים ווערן היינטיגע חפצאות של איסור, אאז"וו.
יעצט די פאקט איז אז די רעש'יגע מינאריטעט וואס ברענט אין זיי א רוח קנאות, און זענען בדרך כלל היציגע און קורצזיכטיגע מענטשן, נעמען אן אקטיווע ראלע אין פארמירן אונזער געזעלשאפט, בשעת ווען די שטילע מאיאראטעט האט נישט אין זיך דעם אייפער און ברען צו זיין אקטיו אפצושלאגן די רעכטע און אכשר דרא'דיגע נויגונגען.
אלזא יעצט ווען מיר קומען צו די לעזונג פון חינוך הבנים, איז נישט גענוג דאס וואס אסאך פון אונז וואס באזיצן מער באזעצענע מיינונגען לאזן די קינדער זיך גיין זייער וועג זיך איינצושאפן זעלבסטשטענדיגקייט, מיר דארפן זיין אקטיוו אריינצופרעגלן אין אונזערע קינדער געוויסע אייגנשאפטן און ווערדן, וואס ס'זאל זיי אויפבויען אלס גייסטיש געזונטע מענטשן, עס איז נישט קיין סוד אז פולע פון אונז פירן טאקע גאנץ א רואיגע און באטעמ'טע שטוב, אבער פונדעסטוועגן איז דער חינוך היבש פארנאכלעסיקט, גייענדיג פארביי טאג נאך טאג וואס אונז עלטערן וואס זענען טאקע פארנומען איבערן טאג, ווען מיר קומען אהיים צו די קינדער פארגעסן מיר אז מ'דארף נעמען אן אקטיווע ראלע אין די ערציאונג פון די קינדער.
דערפאר איז קריטיש וויכטיג אז די עלטערן זאלן דורכטראכטן מיט ישוב הדעת וויאזוי זיי קענען פארבעסערן די ערציאונג פון זייערע קינדער, צבש"פ ס'איז זייער נוצליך פאר די עלטערן צו מאכן פארשידענע אונטערנעמונגען מיט קלארע צילן וואס אלס צו טאן פאר די וואוילזיין פון אונזערע קינדער, און איינמאל מ'האט א קאנקרענטע פלאן זאל מען זיין אקטיוו טאג טעגליך דאס אויסצופירן, און אפילו מ'האט געוויסע צייטן נישט קיין געדולד זאל מען דאס כאטש טוען כחוק בלי טעם וחוק בלי יעבור.
צו די זעלבע צייט דארף מען זען צו פארבעסערן די אטמאספערע אין שטוב אז דאס זאל זיין געאייגנט פאר די האקעלע אינגע נשמות.
כוועל פרובירן פארצולייגן עטליכע געדאנקן און הגם זיי זענען פשוט, און איך מיין יעדער וועט מסכים זיין מיט זיי, קענען זיי פונדעסטוועגן זיין זייער פארנאכלעסיגט, די גוטע נייעס איז אויך אז דאס אלעס גייט נישט אנטקעגן קאנקרענטע חרדישע איבערצייגונגען.
•ס'איז זייער וויכטיג נישט צו פרעשורן די קינדער מיט הויעכע ערווארטונגען וואס זענען נישט צוגעפאסט פאר זיי, און בעסטן פאל וועט ער פארלירן מאטיוואציע און זיך אינגאנצען אפלאזן פון צופרידנשטעלן די עלטערן, און צום ערגסטן פאל קען ער נאך קריגן א נערוון צוזאמבראך, קיינמאל שטעל נישט צו די ערווארטונגען פון דיין קינד צו די הצלחה פון א צווייטן קינד, הגם ס'איז אמת אז אלע וואס האבן מצליח געווען בתורה אדער בחכמה ומדע, האבן פון זיך ערווארטעט אסאך, איז דאס אבער פארט נישט די אויפגאבע פון די עלטערן, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צוגעבן מאטיוואציע און עמאציענאלע שטיצע.
•ס'איז אייביג וויכטיג אז ס'זאל הערשן א געוואלדיגע רואיגע אטמאספערע אין שטוב, סיי די צוגאנג צו די עקרת הבית מיט א געוואלדיגע רעספעקט און צוגעלאסענע רואיגקייט, און סיי כלפי די קינדער, די ערגסטע זאך וואס א טאטע קען טוען איז לאזן אידישע פראקטיצירונגען מאכן א רושם פון פרעשור און אנגעצויגענקייט, דאס קען פארפיינטן אידישקייט אין די אויגן פון דיינע קינדער.
•מאכן אידישקייט בעטעמ'ט, יעדע אידישע פראקטיצירונג מאכן עקסיידעט, מסביר זיין לפי הדרגתם, בסבר פנים, די סיבות און טעמים אויף די אלע זאכן וואס מיר טוען.
•קיינמאל נישט רעדן אויף מענטשן אדער קהילות וואס האבן מיינונגס פארשידנהייטן פערזענליך, העכסטענט אז דו האסט שארפע מיינונגספארשידענהייטן אויפן לעבנסשטייגער פון אנדערע וכדומה זאלסטו זיך אייביג באציען אויף די אישוס זעלבסט.
•די זעלבע איז גילטיג כלפי די צוגאנג וואס מיר דארפן האבן כלפי גויים, געבן די קינדער צו פארשטיין אז די וועלט ארבעט נישט מיט די הנחה אז לא נברא העולם אלא בשביל ישראל, ווייל די גויים ווייסן נישט פון דעם סוד, און אזא צוגאנג אין לעבן קען זיין זייער שעדליך און ברענגן א חילול השם ותורתו, געבן פאר די קינדער א געזונטע וועלט אויסקוק אין וואס די וועלט איז נישט צוטיילט גויים אנטקעגן אידן, נישט איינרעדן די קינדער זאכן וואס זענען נישט אמת ווצפש"פ אז גויים האבן אונז פיינט וכדומה, א גוטע זאך איז לערנען מיט די קינדער געאגראפיע, ווי אויך וויאזוי רעגירונגן ארבעטן, ווי אויך אויף דעם שטייגער וואס ראובן האט פארגעשלאגן, איך ווייס נאר נישט צו דער בוך וואס ער לייגט פאר איז טאקע רעאליסטיש א דבר השווה לכל נפש, אויסרייסן יעדעס ברעקל פון ראסיזם, ארויסברענגן אז מיר האבן סך הכל א תורה'דיגע לעבנסשטייגער וואס גיט אונז אן אחריות צו לעבן ערליך צו זיין א ראלע מאדעל פאר אנדערע.
•ס'איז זייער וויכטיג נישט צו האבן די טעות אז פון לאזן אונזערע קינדער זיך פירן ווי פרייע פויגל וועט דאס זיי צופירן צו זעלבסשטענדיגקייט און זעלבסטזיכערקייט, מ'דארף כסדר זיין אקטיוו, שמועסן מיט די קינדער אנקניפן א קשר מיט זיי, נישט מזלזל זיין אין זייערע באדערפענישן, ווי אויך איז קריטיש וויכטיג ארויסצוווייזן געפילן און ליבשאפט צו די קינדער, און דאס איז איינע פון די זאכן וואס איז שטארק פארנאכלעסיקט אין אונזערע רייען, נישט מכח סיי וואספארא אידיאלאגיע, נאר פשוט און פראסט נאכגעלאזטקייט.
•אויסלערנען די קינדער אז יעדער בשר ודם קען מאכן מיסטעיקס אין לעבן, פשוטע מענטשן ווי אויך צדיקים, קלוגע מענטשן ערוואקסענע מענטשן, יעדער מאכט מיסטעיקס און יעדער דארף זיך לערנען פון מיסטעיקס, אזא צוגאנג נעמט אראפ פרעשור פון די סארט קינדער וואס האבן פערפעקשעניסטישע נויגונגן וואס ברענגט צומאל אריין אין זיי א חוסר פון זעלבסטזיכערקייט.
•אויסלערנען די קינדער אז מ'טאר קיינמאל נישט זיין איבערגעאיילט צו מאכן באשלוסן אין לעבן, באשלוסן אין לעבן דארפן ווערן געטוען מיט ישוב הדעת און דורכגעטראכט.
•אויסנוצן די פאזיטיווע סערוויסעס וואס די חרדישע חינוך שטעלט צו, ווצבש"פ די סעקולארע לימודים אין וואס מ'לערנט די קינדער רעדן שרייבן אין ליינען, און רעכענען, ארויסווייזן א שטארקע אינטרעס אין זייער פארשריט, הן רעדנדיג מיט די קינדער, ווי אויך רעדנדיג מיט דער הנהלה פון די מוסדות - כדי זיי זאלן וויסן אז עס זענען דא וואס לייגן א דגוש דערויף, און דאס איז אמת מיט אלע לימודים, לאזט נישט פרעמדע השפעות וואס זענען מזלזל דערין, און פארוואנדלן דאס פאר א צייט אנברענגעריי, אריינדרינגן ביי דיינע קינדער.
צום שלוס, ס'איז נאך דא אסאך גאר וויכטיגע פונקטן, אבער די וויכטיגסטע פונקט פאר די הצלחה אויסצופירן די אלע אויבנדערמאנטע זאכן, איז אז די עלטערן זאלן אליין זיין א ביישפיל וויאזוי די קינד זאל זיך פירן, ווייל מער פון וואס מ'לערנט דעם קינד, לערנט זיך די קינד פון די מעשים און טבעיות פון די עלטערן זעלבסט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)