מאטי האט געשריבן:יאורים אדומים מדם
ס'איז אפילו יאיר'ר פון יאיר..
פישלע העררינג האט געשריבן:
הקדמה: מען ברויך פארשטיין אז טעג זענען באגרעניצט צו א צייט (ימי בינה...) און וואס איז באשערט פאר איין טאג קען נתהפך ווערן מארגען לטובה ולברכה.
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
פארשטייטס, אומוויסענדע פון פאלק [אז צו אלעס קומט אן ענדע]
טייכן רויט פון בלוט [זענען צוריק געווארן קלאר מיט די צייט]
די שווארצע בני חם [זענען לבסוף אויסגעלייזט געווארן פון קנעכטשאפט]
און יעקב איז ארויס גאנץ [נאכ'ן ווערן פאריאגט פון עשו און לבן]
והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
אפילו ווען איינעם איז נגזר געווארן שלעק
זאל ער זיך לערנען עס אויסציווארטן
אזוי ווי די מאגערע שבלים [זענען זאט געווארן] וועלכע האבן איינגעשלינגן די זאנגן
און לא"ה*) מיט די פארוויינטע אויגן [האט לבסוף חתונה געהאט מיט יעקב]
___
*) לא"ה = ל"ו נרות חנוכה, לרמז שגם נס חנוכה היה באופן זה
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!
צו קלוג ברענגט טאקע מכאוב אבער מיט בינה יתירה קען מען בייקומען אסאך
זינט מתן תורה האבן אונז די פעלקער פיינט
אבער מיר האבן גוט חתונה געהאט
און מיר זענען זוכה לשתי עולמות
כוכב האט געשריבן:
ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
אין דעם אליינס אז דער יום טוב איז גאנצע אכט טעג ברויך מען זיך אויך מתבונן זיין
ווייל צוליב שה"י ופה"י האט מען אונז פון אייביג פיינט געהאט
אבער א פארפייניגטע טאג ["עונה" לשון נופל על לשון] קומט אלץ צו אן ענדע
אין זכות פון די יום טוב'דיגע קרבנות [אִשֵׁהּ] וועלכע ברענגען השפעות טובות
הבינה והברכה לח"י *)
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
אויב טוהט מען זיך אזוי מתבונן זיין זעהט מען איין אז דאס לעבן איז באמת א ברכה
אזוי ווי דער נביא מלאכי זאגט אין פרק ב' אז אויב מען איז נישט שם על לב ווערן די ברכות אפגעטייטשט ווי קללות - וְאָרוֹתִי אֶת בִּרְכוֹתֵיכֶם וְגַם אָרוֹתִיהָ כִּי אֵינְכֶם שָׂמִים עַל לֵב
יוסף האט געמיינט אז ביים זוכן די ברודער האט זיין פיטום אנגעהויבן גיין אראפ [דערווייל דארט האט אנגעהויבן די צמיחת גאולת מצרים]
ווי קען זיך א מענטש פארלייקענען א הזדמנות צו לעבן א גוט לעבן?!
___
*) לח"י איז בגימטריא מ"ח, לרמז אז א מענטשס גאנצע מח און געדאנקען-גאנג ווערט געבענטש און נארמאלעזירט פון אזוי טראכטן
אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
[אפילו אויב האלט מען נאכנישט דערביי למעשה] איז אבער רעדן פון דעם קלוגע יסוד אזוי ווי פאר אן ארימאן [כמו-רש] זאפט פון פיש/פלייש [ער ערלויבט זיך נישט מער ווי דעס אבער ער האט כאטש דער טעם אין מויל]
און אזוי ווי דער שטיין האט באוויזן מהפך צו זיין סדרי בראשית און געבן וואסער, אזוי זאל דער באשעפער - הצור תמים פעלו - פאר אזא איינעם מהפך זיין אלעס לטובה
אזוי בעט איך מיט'ן גאנצע הארץ [33 מינוס 1 איז ל"ב]
און איינמאהל פאר אלעמאל זאל פארשניטן ווערן די עזובת בת ציון און די עצירות אוצרות השמים!
מאטי האט געשריבן:פישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.
לעיקוואד האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:פישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.
די שאלה איז אויב איז מעגליך אז איינער וואס איז נישט דער מחבר אליינס וואס האט אריינגעלייגט די כוונות וואלט עס בכלל געקענט צוטרעפן עס זאל אזוי גוט שטומען ביז די לעצטע שטרעכלע.
וואס זאגט איר?
אפשר זאל א צווייטער שרייבען אן אנדערע פירוש אויף די גאנצער שיר זאל מען זעהן. איך האב גראדע עטליכע שטיקלעך פארשטאנען אנדערש פון פישעלע, אפשר זאל איך פראבירען?
לעיקוואד האט געשריבן:שוין א בעל כשרון ביזטו זיכער.. צו דו ביסט דער מחבר איז א ספק.. איך וועל באלד צושרייבען מיינע פירושים דא.
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
קען אבער זיין אז דאס מיינט טאקע ריכטיגע פאעזיא. א שטיקל פיוט וואס לאזט זיך טראגן א שלל פון פירושים. אזוי ווי א מאלעריי.
כוכב האט געשריבן:
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
בוערים א כינוי אויף די קנאים און פרומע וואס ברענען כאילו פאר יידיש קייט, אבער יאורים וכו, זיי האבען שוין פארגאסען אסאך בלוט ויעקב איש תם, זיי שטעלן אן א פנים ווי א תם אז איינער וואס איז נישט פונקט געשניטען נעמט אוועק פון דעם יעקב איש תם
והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
מען פייניגט די קינדער אויס פאר גארנישט, שבלים וכו איז די מנהלי המוסדות ועיני וכו לכאורה א כינוי אויף די מאמעס וואס זייערע אויגען זענען אויסגעוויינט
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!
ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
ברענגט ער ארויס אז מען האט די קינדער פייט, און מען איז מרחק מיטן זאגען הוא בן אש"ה זונה
הבינה והברכה לח"י
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
דא שרייט ער אז שפעטער זוכט מען די קינדער, וויזאוי לייקענט מען די פאקט אז עס פאלען נאר שטיקער פון דעם מהלך טוט גארנישט אויף נאר אדרבה
אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט