לית דין בר נש האט געשריבן:מעג איך פארשטיין פארוואס מען ווארט צו עפענען אשכולות ביז יענע איז שוין נישט דא?
וואס זאל איך יעצט טוהן? איך האב פארפאסט זיך צו באקענען מיט אזא קדוש וטהור.
איך וויל בעטן ווער עס קען נאך אזא איד זאל ביטע יעצט עפענען א אשכול און יעדע זאל פארציילן זייער מעשיות וואס זיי האבן אליין געהאט און אליין גיזעהן און אליין גיהערט. איך זאל כאטש נישט זיין א צועק לשעבר.
יישר כח
דריידל האט געשריבן:איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)
איך קוק עס אן אלץ א שוואכקייט וואס ער האט געהאט אז ווען ער האט רחמנות געהאט אויף איינעם האט ער זיך נישט געקענט קאנטראלירן און געטון זאכן וואס זענען נגד השכל והלכה. ס'האט אים מסתמה געגעבן א סעטיספעקשאן וויסענדיג אז ער האט געטון כל מה שביכלתו צו העלפן א צווייטן.
איי וועסטי פרעגן אז די צאנזער רב האט דאך אויך אזוי געטון? אויף דעם איז די תירוץ אז נאכדעם וואס מ'ווייסט אויף איינעם אז ער איז דבוק בה' ובתורתו און זיינע אלע מעשים זענען געוואיגן און געמאסטן, מוז מען ענטפערן אז ער האט געהאט א ספעציעלע כוונה דערביי. אבער צו ברענגן א ראי' אויף איינעמס גדלות פון דעם, איז אבסורד.
די שווערסטע זאך איז זיך אויפצופירן נארמאל. ס'איז אסאך מאל גרינגער צו טון אויסטערלישע זאכן און האבן געוואלדיגע חומרות ווי איידער צו טון פשוט וואס מ'דארף.
פליז דאנט געט מי ראנג; הלוואי וואלט דאס געווען מיין גרעסטע עבירה, אבער איך דולד נישט ווען מענטשן כאפן התפעלות אן אריינטראכטן ווי וואס און ווען.
שמעון וואלף האט געשריבן:קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ
גאנצל האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ
איינס געבינדן מיט'ן צווייטן וד"ל
איך מיין נישט לגנאי פונעם קאלובען רבי'ן שליט"א נאר לגנאי פון די מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו אלטע אדער שוואכע רבי'ס
הוגה האט געשריבן:סקווירא רבי פון ב"פ שליט"א לאיו"ט.
עזריאל האט געשריבן:בקיצור יעדער לייגט ארויס פון ווען מ'איז א חסיד...........
שמעקעדיג האט געשריבן:האב איך היינט געהערט א זיסע מילתא דבדיחותא בשם ר' מיכל'ע זצ"ל, וואס ער פלעגט כדרכו בקודש נאכזאגן ביי שמחות, א סארט ווערטל וואס פאסט זיך פאר זיינע סארט וויצן,
ויחד יתרו, זאגט רש"י 2 פשטים, איינס אז יתרו האט זיך געפרייט, און די צווייטע אז עס איז געווארן חידודין חידודין, ובלשונו המתוק, "שטעכעלעך שטעכעלעך"...
אין וואס ווענדט זיך די 2 פשטים?
האט ער מסביר געווען אז עס האט צו טאן מיטן פריערדיגן פסוק, "ויספר משה לחותנו".
אויב טייטשט מען 'ויספר' ער האט געציילט פון די סחורה (געלט), דאן מיינט 'ויחד' ער האט זיך געפרייט;
אבער אויב מען טייטשט 'ויספר משה' אז משה האט אפגעשוירן זיין שווער, דאן איז 'ויחד' טייטש נעשה בשרו חידודין חידודין, ווייל ווען מען שערט די האר שטעכט עס...
וכאן פרץ בצחוק קדוש ונורא......
ירח בן יומו האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)
אין תניא שטייט אז א בעל עבירה וואס זוכט א כפרה כמש"כ וחטאך בצדקה פרוק, מעג אוועק געבן אלעס וואס ער פארמאגט, כל אשר לו יתן בעד נפשו.
ח"ו איך מיין נישט ר' מיכל'ע, אבער אונז קענען נאך נוצן די עצה.
שלמה המלך האט געשריבן:איך ווייס נישט און ס'איז נישט נוגע ווער עס האט אים געהייסען אדער גע'עצה'ט וואס! אין פאקט איז ער געוועהן א איש צדיק וקדוש און צי דעם אויך א פועל ישועות וואס איך קען פערזעדליך מעיד זיין דערויף!
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט