בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:28 am

קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2537
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:48 am

האב איך היינט געהערט א זיסע מילתא דבדיחותא בשם ר' מיכל'ע זצ"ל, וואס ער פלעגט כדרכו בקודש נאכזאגן ביי שמחות, א סארט ווערטל וואס פאסט זיך פאר זיינע סארט וויצן,

ויחד יתרו, זאגט רש"י 2 פשטים, איינס אז יתרו האט זיך געפרייט, און די צווייטע אז עס איז געווארן חידודין חידודין, ובלשונו המתוק, "שטעכעלעך שטעכעלעך"...
אין וואס ווענדט זיך די 2 פשטים?

האט ער מסביר געווען אז עס האט צו טאן מיטן פריערדיגן פסוק, "ויספר משה לחותנו".
אויב טייטשט מען 'ויספר' ער האט געציילט פון די סחורה (געלט), דאן מיינט 'ויחד' ער האט זיך געפרייט;
אבער אויב מען טייטשט 'ויספר משה' אז משה האט אפגעשוירן זיין שווער, דאן איז 'ויחד' טייטש נעשה בשרו חידודין חידודין, ווייל ווען מען שערט די האר שטעכט עס...
וכאן פרץ בצחוק קדוש ונורא......
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15111
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18113 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:01 pm

לית דין בר נש האט געשריבן:מעג איך פארשטיין פארוואס מען ווארט צו עפענען אשכולות ביז יענע איז שוין נישט דא?
וואס זאל איך יעצט טוהן? איך האב פארפאסט זיך צו באקענען מיט אזא קדוש וטהור.

איך וויל בעטן ווער עס קען נאך אזא איד זאל ביטע יעצט עפענען א אשכול און יעדע זאל פארציילן זייער מעשיות וואס זיי האבן אליין געהאט און אליין גיזעהן און אליין גיהערט. איך זאל כאטש נישט זיין א צועק לשעבר.
יישר כח


הן בקדשיו לא יאמין

רש"י פ' ויצא

ואלקי יצחק. אף על פי שלא מצינו במקרא שייחד הקב"ה שמו על הצדיקים בחייהם לכתוב אלקי פלוני משום שנאמר הן בקדושיו לא יאמין כאן ייחד שמו על יצחק לפי שכהו עיניו וכלוא היה בבית והרי הוא כמת ויצר הרע פסק ממנו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גאלד אום פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:35 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:07 pm

דריידל האט געשריבן:איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

איך קוק עס אן אלץ א שוואכקייט וואס ער האט געהאט אז ווען ער האט רחמנות געהאט אויף איינעם האט ער זיך נישט געקענט קאנטראלירן און געטון זאכן וואס זענען נגד השכל והלכה. ס'האט אים מסתמה געגעבן א סעטיספעקשאן וויסענדיג אז ער האט געטון כל מה שביכלתו צו העלפן א צווייטן.

איי וועסטי פרעגן אז די צאנזער רב האט דאך אויך אזוי געטון? אויף דעם איז די תירוץ אז נאכדעם וואס מ'ווייסט אויף איינעם אז ער איז דבוק בה' ובתורתו און זיינע אלע מעשים זענען געוואיגן און געמאסטן, מוז מען ענטפערן אז ער האט געהאט א ספעציעלע כוונה דערביי. אבער צו ברענגן א ראי' אויף איינעמס גדלות פון דעם, איז אבסורד.

די שווערסטע זאך איז זיך אויפצופירן נארמאל. ס'איז אסאך מאל גרינגער צו טון אויסטערלישע זאכן און האבן געוואלדיגע חומרות ווי איידער צו טון פשוט וואס מ'דארף.

פליז דאנט געט מי ראנג; הלוואי וואלט דאס געווען מיין גרעסטע עבירה, אבער איך דולד נישט ווען מענטשן כאפן התפעלות אן אריינטראכטן ווי וואס און ווען.

דריידל, "ביי די בוקס" ביסטו אפשר גערעכט, אבער טאקע דאס איז א גדלות, קענסט מסתמא די טייטש פון דעם מאמר חז"ל ביים חורבן ביהמ"ק "על שהעמידו דבריהם על דין תורה", און אויב צב"ש אן ארעמאן האט זיך געבעטן פאר א שטיקל ברויט האט מען יענעם רואיג איגנארירט, ווייל איך האב דאך שוין געגעבן מיין חומש פאר צדקה, זאל יענער אויסגיין...

וואס כ'מיין צו זאגן, מ'זעהט אזעלכע מעשיות ביי רבי ר' זושא און אנדערע צדיקים וואס האבן נישט געמאכט קיין חשבונות, ער האט גארנישט פארלאנגט פאר זיך, אלעס אוועקגעגעבן פאר יענעם אפילו דאס אייגענע העמד, דאס רחמנות און געטריישאפט פאר א צווייטן איד וועמען מען קען ניטעמאל, דאס ווייזט א ספעציעלע ווארעמקייט, א מדריגה אין אהבת ישראל, און איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען זאגן אויף אזעלכע מעשי צדקה אז מען קוקט עס נישט ארויף... איך גיי ארויס פון התפעלות, און כ'בין זיכער אז מ'וועט אים נישט שמייסן דארט אויבן פארן עובר זיין דעם חז"ל און מבזבז געווען יותר מחומש, אדרבה, עס האט זיכער אדורכגעבראכן די שערי רחמים...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15111
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18113 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:18 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ


איינס געבינדן מיט'ן צווייטן וד"ל
איך מיין נישט לגנאי פונעם קאלובען רבי'ן שליט"א נאר לגנאי פון די מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו אלטע אדער שוואכע רבי'ס
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:39 pm

גאנצל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ


איינס געבינדן מיט'ן צווייטן וד"ל
איך מיין נישט לגנאי פונעם קאלובען רבי'ן שליט"א נאר לגנאי פון די מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו אלטע אדער שוואכע רבי'ס


לפי רש"י הנ"ל שטימט עס זייער גוט ווייל אז א צדיק איז אינוואליד ל"ע איז די פשט אז דער מענטש איז ווי ער האט נישט קיין יצה"ר און איז מער בטוח אז ער וועט זיין עומד בצדקו.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:45 pm

סקווירא רבי פון ב"פ שליט"א לאיו"ט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6482 מאל

הודעהדורך בשבילי! » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:52 pm

הוגה האט געשריבן:סקווירא רבי פון ב"פ שליט"א לאיו"ט.

זיין גבאי האפמאן ס'נעמט אים א יאר מיט א דינסטאג צו שרייבן א קוויטל. איך פרוביר צו גיין אייביג אינמיטן טאג ווען דער אנדעררע שטוב מענטש זיצט דארט, אריין און ארויס א מחיה.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך בר דעת » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:59 pm

אויב זוכט מען אן ערליכער איד פארוואס מוז ער האבן א קאמפאני נאמען. איך גיי צו א געוועזענער מגיד שיעור, א טייערער איד. אן ארבעטער אין די גראסערי א גאר איידלער יונגערמאן, און אן עלטערע האלאקאוסט סורווייווער א שכנטע, גאר א תמימות'דיגע און וואוילע, און עפעס א קאזין, א יונגערמאנטשיק מלא חסד. די מיט די קאמפאני נעמען זענען שוין בחשש קארופטירט דורך די איבעריגע כח וואס מען געט זיי
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:29 pm

עזריאל האט געשריבן:בקיצור יעדער לייגט ארויס פון ווען מ'איז א חסיד...........

ניין! יעדער שרייבט (עכ"פ איך) זיין אפיניען ווער עס איז א עהרליכער איד און שפעטער ווען עס וועט זיין 'גרויסע אשכולות פון די דאזיגע אידען' וועט מען פרעגען פאר וואס האט מען נישט געזאגט ווען עס איז נאך געוועהן וואס צי טוהן! איז אלזא מיין אפיניען וואס איך האב געזאגט, און אנדערע האלטען אז פאפא אדער סקווירא מב"פ וכדו' גייט מען באוויינען פאר נישט אריינכאפען בעוד מועד.... נו זאל יעדער אויסקלייבען וואס ס'שמעקט אים דאס בעסטע!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 754
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:05 pm

ניקעלשבורגער רבי פון ב״פ
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך עזריאל » פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:23 pm

בקיצור סקווירא בפ פאפא ניקלשבורג און איך בין נישט גערעכט. איז נישט!
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1729 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:36 pm

ובא השמש וזרח השמש
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150117-WA0015.jpg
IMG-20150117-WA0015.jpg (249.92 KiB) געזען געווארן 1825 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

הודעהדורך בשבילי! » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:50 pm

איך זע א וזרח ההבדלה
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך עזריאל » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:39 pm

וואס פארגלייכסטו דא? די טאטע איז געווען א איד מיט א געשמאקע צורה ס'האט ווי געשפריצט קאטשעניו מיט געפילטע פיש, דער זון דא קוקט אויס ווי א זויערער איגריקע.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1729 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:23 am

נא וואז'שע זאל ער טאהן? מאכען א פלאסטישע סורג'ערי?
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 754
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג יאנואר 18, 2015 1:49 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:האב איך היינט געהערט א זיסע מילתא דבדיחותא בשם ר' מיכל'ע זצ"ל, וואס ער פלעגט כדרכו בקודש נאכזאגן ביי שמחות, א סארט ווערטל וואס פאסט זיך פאר זיינע סארט וויצן,

ויחד יתרו, זאגט רש"י 2 פשטים, איינס אז יתרו האט זיך געפרייט, און די צווייטע אז עס איז געווארן חידודין חידודין, ובלשונו המתוק, "שטעכעלעך שטעכעלעך"...
אין וואס ווענדט זיך די 2 פשטים?

האט ער מסביר געווען אז עס האט צו טאן מיטן פריערדיגן פסוק, "ויספר משה לחותנו".
אויב טייטשט מען 'ויספר' ער האט געציילט פון די סחורה (געלט), דאן מיינט 'ויחד' ער האט זיך געפרייט;
אבער אויב מען טייטשט 'ויספר משה' אז משה האט אפגעשוירן זיין שווער, דאן איז 'ויחד' טייטש נעשה בשרו חידודין חידודין, ווייל ווען מען שערט די האר שטעכט עס...
וכאן פרץ בצחוק קדוש ונורא......

די ווארט הגם עס איז גוט איז געזאגט געווארן דורך א בדחן אין מאנסי על דעת אז ר' מיכעלע וואלט דאס ווען געזאגט...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » זונטאג יאנואר 18, 2015 4:13 pm

חבל על דאבדין. הגה"צ ר' מיכלע זצ"ל איז געווען א ריכטיגער ביישפיל פון א תמימות'דיגער ערליכע איד. ניין, ער איז נישט געוווען דער אויסגערופענער חכם, אבער ער האט געדינט דעם אויבערשטן מיט תמימות ללא כחל וסרק ע"ד אבותינו ורבותינו. אפילו זיין ראביסטעווע איז געווען באופן ענווה אן קיין שום חשיבות אין די אייגענע אויגן, נאר וויסנדיג אז ער איז מהנה אידן מיט שמחה און התעוררות.
זכותו יגן עלינו.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך elter-zeide » זונטאג יאנואר 18, 2015 4:57 pm

ווער עס געדענקט, האט ר' מיכעלע פארקויפט ספרים וואס ער האט געוואלט פארשפרייטען, בין איך געווען ביי אים ווען ער האט באקימען א שיפמענט פין פריש געדריקטע ספרים, ער האט געדארפט באצאלען פאר דע גוים פאר דעליווערי האט ער זיי געגבען פ"ס, זיי קיקן עם אן מיט ווינדער וואס ער גיט זיי, זיי האבען אזא געלט קיינמאל נישט געזען,זאג איך עם אז זיי נעמען נישט קיין פ"ס, זאגט ער מיר איך זאל זיי זאגן אז דאס איז גיט געלט, ער האט נישט פארשטאנען פארוואס זיי נעמען דאס נישט,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך צדיק נסתר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 6:49 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

אין תניא שטייט אז א בעל עבירה וואס זוכט א כפרה כמש"כ וחטאך בצדקה פרוק, מעג אוועק געבן אלעס וואס ער פארמאגט, כל אשר לו יתן בעד נפשו.
ח"ו איך מיין נישט ר' מיכל'ע, אבער אונז קענען נאך נוצן די עצה.

נו ר' מיכל'ע איז דאך דער "בעל התניא" אליין.
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך יאנואר 21, 2015 6:58 pm

אן אינטערעסאנטע אינטערוויאו האב איך געהערט אויף קול מבשר פון זיינס א חבר פון דערהיים. ער זאגט אז ווען הרה"ק ר' מעכעלע איז געקומען קיין ארץ ישראל און ער נישט געהאט קיין פרנסה, האט ער זיך שואל עצה געווען ביי איינעם און יענער האט אים גע'עצה'ט צו ווערן א רבי. וכך הוה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4017 מאל

הודעהדורך צדיק נסתר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:14 pm

דער יענער וואס האט אים גע'עצה'עט צו ווערן א רבי איז געווען מהרי"צ דושינסקי זצ"ל.
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:15 am

איך ווייס נישט און ס'איז נישט נוגע ווער עס האט אים געהייסען אדער גע'עצה'ט וואס! אין פאקט איז ער געוועהן א איש צדיק וקדוש און צי דעם אויך א פועל ישועות וואס איך קען פערזעדליך מעיד זיין דערויף!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 754
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך בא גד » פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:26 am

שלמה המלך האט געשריבן:איך ווייס נישט און ס'איז נישט נוגע ווער עס האט אים געהייסען אדער גע'עצה'ט וואס! אין פאקט איז ער געוועהן א איש צדיק וקדוש און צי דעם אויך א פועל ישועות וואס איך קען פערזעדליך מעיד זיין דערויף!
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט