אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

שליחה דורך אדנירם »

[center]ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך![/center]
איך האב אויסגעהערט די גאנצע דרשה פון שלמה יודא רעכניץ. טראץ זיין בייסיגע דירעקטע אויסשפראך, ווי ער האט אסאך מאל געצימבלט די 'לעיקוואדע' דירעקט, זע איך נישט קיין באזונדערע גראבקייט אין זיין שפראך. אויב זאגן פאר א חוטא אז ער איז א זינדיגער מיינט 'רעדן גראב', אויב זאגן פאר א צבוע ווי פאלש ער איז מיינט 'אטאקירן', דאן איז ער טאקע אין די קאטעגאריע.

אבער לענ"ד האט ער גאנץ שיין גערעדט, נאכדערצו ווען ער האט ארויסגעברענגט די מעלות פון לעיקוואד אויך [זייער חסד באופן כללי, זייער לימוד התורה]. דאס הייסט, ער האט נישט גענוצט דעם - לדעתי, העכסטס בארעכטיגטע - שפראך פון חז"ל: 'כל אדם שיש בו גסות הרוח ראוי לגודעו כאשירה', און דערפאר איז זייער תורה גארנישט ווערט. נאר ער האט סאך הכל מאזן געווען די 'צדקות' פון די לעיקוואדע בני תורה, זאגנדיג אז ער אנערקענט אין זייערע מעלות, אבער מאכט זיך נישט אומוויסנדיג פון זייער הימל שרייענדע עוולה.

דאס איז פאר די בעלי גאוה [בעלי תורה] פון לעיקוואד, וואס האבן זיך געשפירט געטראפן פון זיין דרשה, כאילו ער האט זיי סתם צומאלן אן געבן רעספעקט פאר די בני תורה.

יעצט לגוף דבריו: מחמת סיבה דלא נודע לי, האט כמעט יעדער פארפאסט אנצוצייכענען צוויי וויכטיגע נקודות אין רעכניץ'ס דרשה: א' - אז ער האט מיטגעהאלטן אסאך פון די 'קעיסעס' פון די נאנט, צוליב דעם וואס יעדער רופט 'הרבני הנגיד' רעכניץ ארויסצוהעלפן אריינצוריקן א 'פראבלעמאטיש' קינד אין א מוסד. ב' - זיין פערזענליך געשטיקטע קול און רירנדע רייד [בעפאר ער האט אויסגעשאסן זיין ווייטאג אין א שטורמישע 'פסק'], וואס האבן געוויזן אז דא שטייט נישט קיין עושר מיט א גראב בייכל וואס זוכט עטענשאן, נאר א פארווייטאגטע איד וואס האלט מיט די צער פון אומצאליגע משפחות, און עסט זיך אויף דערמיט.

אריינגייענדיג אין די צוויי נקודות, ווערן אלע טענות - סיי פון געוויסע ניקס און סיי פון די א.ג. ליטווישע רבנים - צונישט! און לאמיר זיי צונעמען אחת אחת:



[center]טענה א': מי שמך לאיש?![/center]
קודם כל, דער נארישסטע טענה פון 'מי שמך לאיש', וואס בעצם איז דער פשוט'סטער ענטפער דערויף: 'במקום שאין איש, השתדל להיות איש'! ווער דען איז דער איש? איינער האט שוין אדרעסירט דעם פראבלעם ברבים?

די לעצטע מאל איך געדענק אז א רב האט אדרעסירט א מעין פון די פראבלעם [נישט אין דעם זעלבן ציור, אבער די זעלבע רעיון], איז געווען ווען הגאון רבי הערשל היילפרין שליט"א, דומ"ץ וויען בב"פ, האט גערעדט ביים 'אינטערנעט אסיפה' אין ב"פ א יאר נאכן גרויסן 'כינוס כלל ישראל' אין סיטי פיעלד. א ריזן ציבור איז צאמגעקומען ביים 18 עוועניו פארק, וואו רבנים האבן משמיע געווען איבער די גרויסע פירצה פון אינטערנעט והמסתעף. שטייצעך אז דער עולם איז - ווי אייביג - אנגעווייטאגט אז די רבנים זענען אלס גרייט צו האקן און אסר'ן, אבער ווען ס'קומט צו העלפן זעט מען זיי נישט פאר די אויגן.

און דאן האט רבי הערשל אויפגעריסן א באמבע - וואס האט נישט געהאט קיין דירעקטע שייכות מיטן כינוס: ער האט זיך מתייחס געווען צום פראבלעם אז צענדליגע - צו הונדערטע - בחורים פאלן ארויס פון ישיבה סיסטעם, אדער מ'נעמט זיי בכלל נישט אריין צוליב סיי וואספארא סיבה, און ער האט מיט א שארפע שטימע ערקלערט אז 'דאס גייט זיין די קומענדיגע זאך וואס די רבנים גייען קעירנעמען', אז א יעדע בחור זאל האבן א ישיבה, און מ'זאל נישט קענען ארויסווארפן פאר גארנישט וכו'.

איך געדענק נאך די שאק ביים עולם אז ער האט זיך געטרויט ארויפצוברענגען אזא קאנטראווערסיעלע נושא אויפן טיש בפני כל קהל עם ועדה, ובפרט פאר די 'רבנים גאונים וצדיקים' שליט"א. אוי וויי, 'איך געדענק נאך' איז זייער א שלעכטע סימן. דאס איז געווען די ערשטע און לעצטע מאל וואס די נושא איז אדרעסירט געווארן, עכ"פ ברבים. שפעטער האב איך נאכגעהערט, אז ער האט טאקע געוואלט נעמען די זאך אין די הענט, אבער מ'האט אים שנעל 'מסביר געווען' אז זאכן גייען זיך נישט טוישן אזוי שנעל.

בין כך ובין כך, די פראבלעם איז נישט גע'סאלווד געווארן - שוין א היבשע פאר יאר שפעטער, און ערגער פון דעם: מיר זעען אלע וואס געשעט ווען רבנים זאגן - אפילו ברבים - אז זיי וועלן קעירנעמען. נו פרעג איך ענק, איז דען שייך צו טענה'ן 'מי שמך לאיש'? אדער 'קודם פרוביר שטילערהייט'? מ'דארף האבן א באזונדערע מאס טיפשות צו זיין אזוי איגנארענט בנוגע אזא וויכטיגע פונדאמענטאלע און ליידער פארווייטאגטע נושא, ווי 'ארייננעמען קינדער אין די מוסדות'. און אויב איינער האט זיך ארויפגעשארט די ארבל, זאל ער הייסן געצל גארבעדזש קאלעקטער, חאצקל שמידער, צו הרבני הנגיד שלמה יהודה רעכניץ, קומט זיך אים א ריזן דאנק! במקום שאין איש איז יענער געווען דער איש! [וליכא מידי דלא רמיזא, אי"ש איז ר"ת א'שריך ש'למה י'הודה...!].



[center]טענה ב': פארט, פארוואס פונקט רעכניץ? ווייל ער האט אפאר דאלער?![/center]
דא קומט אריין מיין אויבנדערמאנטע פונקט. רעכניץ אליינס איז זיך מתייחס דערצו אנהייב פון זיין דרשה, ער זאגט אז באמת איז עס נישט זיין פליכט, עס איז יעדנ'ס פליכט פונקט אזוי. ער שפירט נאר א ספעציעלע צוגעבינדקייט דערצו, צוליב דעם וואס ער איז כסדר פארנומען מיט אזעלכע קעיסעס וואס קומען אן צו זיין טיר. ער איז מיר גענוג באגלייבט, אז אויב ער דערציילט אז אויפן וועג קיין לעיקוואד זעלבסט האט ער געהאט פרישע דריי קעיסעס פון וואס קעירצונעמען, דאן איז גאר פארשטענדליך פארוואס ער האט גענומען די מייק.

אוודאי, נאר צוליב דעם וואס ער האט אפאר דאלער, האט מען אים 'געגעבן' די מייק, און ער האט געוואוסט אז אדאנק זיינע פאר דאלער גייט מען נישט 'אויס-פלאגן' די מייק... וואס מ'וואלט געטון צו יעדע אנדערע עסקן וואס האלט פונקט ווי אים, און וואלט געהאט א הוה אמינא פון אדרעסירן דעם פראבלעם ברבים. דאס מיינט אבער נישט אז ער האט געגעבן די דרשה 'צוליב' זיין עשירות, ער האט געגעבן זיין דרשה צוליב זיין 'עסקנות', ער האט זיך נאר דערוואגט צו רעדן דערפון ברבים אדאנק זיין עשירות, וויסנדיג אז מ'וועט זיך מוזן וויסנדיג מאכן פון אים, וואס סיי וואספארא אנדערע עסקן במקומו וואלט מען משלח געווען בתופים ובמחולות.

צו גיין זאגן אז ער האט גערעדט דערפון נאר כדי צו באקומען די צוויי מינוט פון פעים, איז טיפשות, רשעות, און שקר גמור!

טיפשות איז עס = ווייל נאר א טיפש וואלט געמיינט אז ער גייט באקומען כבוד מלכים פון די לעיקוואדע בעלי גאווה, טרעטנדיג אויף זייערע געהירן. ער קען באקומען זיין פעים דורך גענוג פאזיטיווע זאכן, און צו האקן אויף מענטשן וואס זענען אנגעגעסן מיט זיך - איז די לעצטע זאך וואס אן עושר וועט טון כדי צו באקומען ענטענשאן.

רשעות איז עס = ווייל דאס מיינט איגנארירן אלע זיינע גוטע טהאטן ביז יעצט, וואס ווייזט קלאר אז ער האט ליב צו טון טובות פאר אנדערע מענטשן, יחידים ווי מוסדות צוגלייך, גוים ווי אידן [ווער האט געזען די קליפ ווי שלמה יהודה האט גע'ספענד'ט פופציג אלפים אויף אמעריקאנע מארינס, שלא על מנת לקבל 'פעים'?!].

שקר גמור איז עס = צוליב די אויבנדערמאנטע פאקטן, בנוסף לזה וואס ס'איז שקר אז ס'פעלט אים עטענשאן. ער איז גאר א באוואוסטער מענטשן, מיט גענוג געלט און כשרונות [א שטייגער, זיין כח נגינה. אפגעזען צו דער אדער יענער גלייכט עס נישט], וואס מאכן אים א פאפולערע פיגור, אזוי אז דארף נישט קיין בלאטע כדי ארויפצוקומען צום אויבנאן פון חרד'ישן לעבן.



[center]טענה ג': עשיר יענה עזות.[/center]
אנדערע טענה'ן, אז ער האט סתם גערעדט ווי א גראביאן, א מחוצף וואס זיצט על סיר הבשר, און האט די געלט און מאכט צו האקן אויף בני תורה וואס זענען אסאך חשוב'ער פון אים. די טענה איז אפגעפרעגט מכמה כיוונים, ואפרט:

קען זיין אז מיינע מעסטונג ברילן זענען שמוציג, אבער לדעתי הקלושה זעט מען נישט קיין גראביאן ביים מייק [אויב מ'פסק'נט נישט לויטן סייז פון גוף ממש...]. איך האב געזען א איד וואס האט צוריקגעהאלטן זיינע טרערן פון פארפלייצן דעם שיין געדעקטן זאל. איך האב דאס געזען אויך צוליב דעם, וואס איך האב זעלבסט געדארפט צוריקהאלטן מיינע טרערן - עכ"פ די ערשטע חלק פון זיין דרשה, בעפאר איך בין איבערגענומען געווארן פון כעס אויף די פויפסטליכער-פונעם-פויבסט סטיל בני תורה. איך האב געזען זיין געשטיקטע שטימע, זיין הבעת פנים, זיין צער ומכאוב, וואס איז נאר שפעטער פארוואנדלט געווארן אין א חמת זעם אנטקעגן די חוקי סדום וואס זענען גאר אינפארסירט געווארן אינעם עיר התורה לעיקוואד.

דער פאקט אז ער זיצט על סיר הבשר איז ממש נישט מעלה ומוריד דא, און אויב עפעס איז עס לדעתי גאר א שטארקע פאקטאר לטובתו: ער איז נישט קיין אנגעזעצטע מענטש, וואס האקט על הא ועל דא, און יעצט איז דאס אויף זיין אגענדע. פארקערט גאר, ער זיצט על סיר הבשר, באקומט איבעראל כבוד מלכים, די גרעסטע ראשי ישיבות לעקן זיך ביי אים, און אעפ"כ קומט אזא מענטש און שרייט פון טיפן הארץ: רבותי, עפעס איז פאטאל Wrong דא! Wake up, guys; TIME FOR CHANGE!!!


און צום לעצט, די טענה אז ער האט אוועקגעמאכט די בני תורה בחדא מחתא, כאילו ער איז אין אזא מדרגה צו רעדן אויף זיי, איז היפאקריטסווע במיטבו. אפגעזען פונעם פאקט אז ער האט זיי נישט אוועקגעמאכט, ווי דערמאנט בתחילת הדברים, ער האט ארויסגעברענגט זייערע מעלות, אבער געזאגט אז דאס געבט נישט קיין רעכט פאר די רשעות זייערע.

אבער בלאו הכי, קען מיר איינער מסביר'ן פארוואס ער דארף זיין א בן תורה צו האקן אויף זיי? איינער פון די בני תורה האט אמאל געהערט פון אזא שטיקל רמב"ם 'שמע האמת ממי שאמרה' [אין זיין פתיחה צו מסכת אבות], אדער נאר רמב"ם'ס אין ספר יד החזקה באקומען דעקונג ביי די ליטווישע בני תורה?! ער האט פאקטיש אדרעסירט א פראבלעם, גערעדט צום זאך, און נאך געגעבן קאמפלימענטן פאר מענטשן וואס - לדעתי - פארדינען דאס נישט.

אויב די סיבה פארוואס געוויסע לעיקוואדע שוימען אנטקעגן זיין דרשה איז צוליב דעם וואס 'ווער איז ער צו רעדן אויף אונז', דאן זענען די בני תורה טאקע אט דאס וואס ער שרייט פארווייטאגט: פוסטע בעלי גאוה! האלאו, איינער רעדט צו ענק און אנשטאט צו דיסקוסירן זיין דרשה דיסקוסירט מען דעם בעל דרשן, ס'ארא פאראדוקס! לעיקוואד, השתוממי על מראייך, כי מראיך מכוערת! א גרויל אז מ'איז זיך גאר מצטדק מיט א מאנטל פון 'מי שלמה יהודה אשר אשמע בקולו', אן עקל אז מ'דרייט גאר אויס דעם דאשיק צו אטאקירן דעם מעסענדזשער.



[center]טענה ד': פוסע על ראשי עם קודש.[/center]
די סאמע ערגסטע טענה איז נאך דאס וואס איין א.ג. רב אין לעיקוואד האט געזאגט, אז אפילו ער איז א גביר טאר ער נישט זיין קיין פוסע על ראשי עם קודש, און מ'טאר נישט רעדן אזוי פון אויבן אראפ אויף אידן. די חוצפה פון אזא ארגומענט צוטרייסלט מיר פשוט. ווער נאכאמאל איז דער פוסע על ראשי עם קדוש? רעכניץ? או אינו, נאר אפשר גאר די לעיקוואדע בעלי גאוה דמתקריין 'בני תורה'?!

די גרעסטע פוסעים על ראשי עם קדוש, די שפלים ונבזים וואס שעמען זיך נישט צו טרעטן אויף רוב כלל ישראל, און שעמען זיך נישט צו טרעטן אויף די זעלבע כלל ישראל וואס פירט זיך שוין אויף דעם 'יפה תורה עם דרך ארץ' שטייגער מאז היתה ישראל לגוי, זיי גייען דא קומען בא'שגצ'ן איינעם מיט אט די טענה: זיי נישט קיין פוסע על ראשי עם קדוש?!

האבדה בושה בישראל? האבדה דרך ארץ בלעיקוואד? האבדה אנושיות אצל בני תורה? האבדה חכמה אצל הוגי חכמה? וואו איז די ביסל מענטשליכקייט נישט צו אטאקירן איינעם מיטן סאמע פונקט וואס זיי זענען 'אטאקירט' געווארן? קשוט עצמך, דו 'פוסע על ראשי עם קדוש' איינער! פארשטעק דיך אין א מייזן לאך, לערן אביסל מוסר ווי מ'האט געלערנט אינדערהיים [נישט א האלבע שעה 'סדר מוסר'], קלאפ דיר ביי 'סלח לנו' אז דיין ברוסטקאסטן זאל דיר וויי טאן, און טויש דיך אביסל!


לאמיך נאר פארענדיגן מיט מיין סאמע התחלה: רבי שלמה יהודה, אשריך! לאמיך אפילו צולייגן: אשריך רבי שלמה יהודה, שנתפסת על דברי תורה!!!



-----
אפגעטיילט פון דא.
[והגם שאין לי הרבה להוסיף על דברי החכמים הגדולים [tag]שמעקעדיג[/tag] און [tag]געוואלדיג[/tag], אמרתי להביע דעתי בנידון ונתארכה לכדי אשכול בפני עצמו].

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר