טראדישען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

טראדישען

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ר' שמעלקע, א ווארעמע חסידישע איד פון וויליאמסבורג אזא מין סטיל  פון די כ'  יארן, וואס האלט זיך צום אור אלטן אויסגעטרעטענעם וועג, קיינמאל נישט משנה זיין, אפילו דעם זעלבען שארף שפיציגען שטאפענעם היטל תשכ"ז סטייל, וואס מ'קען דערמיט אויס שניידן א האנד מצה טייגל.
גרויסע שיעור פיאות ארום די אויער ווי גרויסע שניי רעדער אויף א קליינע דזיפ.

נישט פארפעהלט  קיין איין טיש, געוויסט יעדע תנועה, אזא איינער ווי מ'רופט דאס ביינונז א "היימישער איד' קיין גרויסער תלמיד חכם איז ר' שמעלקע נישט געווען, אבער געהיטן יעדע טראדיציע מיט די גרעסטע מאס פינקטליכקייט.


געהאט א פיינעם ביזנעס, ס'ווייב זיינע אויך געווען שטארק אקטיוו אינעם ביזנעס, ווי אויך זיינע 2 טעכטער ווי נאר זיי האבן גראדואירט זענען זיי אויך געקומען ארבייטן אינעם טאטעס געשעפט. ר' שמעלקע האט נישט געהאלטן פון אוועק שיקן די טעכטער אין סעם, "ס'א באדערענע סטייל!" פלעגט ר' שמעלקע זיך אייביג אויסדריקן, דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון! בכלל ווען ס'געווען עפעס א זאך וואס איז נישט געווען לרוחו, איז געווען דער תירוץ אז "דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון" און מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.


ויהי היום דער עלטסטער טאכטער זיינע, ברכה איז געווארן 18 און מ'האט אנגעהויבן זיכן א חתן, שדכנים האבן גערופן רעכטס און לינקס. איין טאג האט דער שדכן אנגעטראגן א שידוך פונעם זעלבען שטאט א בחור וואס האט געלערנט אין א "היימישע ישיבה", א פיינער בחור פון א חסידישן שטוב נישט צו קאלט און נישט צו ווארעם, א פרומער מיט די שמונה בגדים, נישט צו שארף און אויך נישט צו שטימפיג, בקיצור אזאנס וואס ר' שמעלקע האט געזוכט.

נו ר' שמעלקע האט זיך נאכגעפרעגט אויפן שטוב ארום און ארום און ס'האט אלעס געקלאפט.
נו, גייט מען צום בעשוי, ר' שמעלקע מיטן ווייב, דער אבי החתן מיט זיין ווייב, און די מיידל מיטן בחור, מ'זוכט זיך וואס צו רעדן, דיין זיידע מיט יענעמס באבע, פון פישפיקלאדיין... געווען אן אייניקל פון דעם און פון יענעם אא"וו.

 ר' שמעלקע רופט זיך אן, נו לאזן די צוויי רעדן אפאר מינוט כנהוג, און נאכדעם וועט מען צאמקלאפן די אייער און מ' וועט זאגן מזל טוב און ארלעידיגט! ר' שמעלקע'ס ווייב זאגט עם, מ'דארף אבער פרעגן די צוויי צו זיי זענען מסכים איינע צום אנדערען ענטפערט ר' שמעלקע צוריק, ביינונז האט מען זיך נישט אזוי געפירט!! 

נו שוין וויפיל מינוט זענען זיי שוין אליין? פרעגט ר' שמעלקע, מער פון 18 מינוט איז א שיעור חימוץ! ר' שמעלקע שטורעמט אריין אין צימער און די צוויי קומען ארויס דערשראקן נישט וויסן וואס ס'האט זיי באטראפן, און ביז ווי וואס ווען הערט מען שוין א קלינגעדיגן מזל טוב!! לחיים!! דער אייבערשטער זאל העלפן דער זיווג זאל עולה יפה זיין בנין עדי עד.... מיט אלע ברכות.

דער טעלעפאן צוקלינגט זיך און ס'פליען מזל טוב'ס פון אלע זייטן.ר' שמעלקע'ס עלטערע צוויי ברידער מילך און יאסל זענען געווען ספעציעל צופרידן ווייל דער חתן בערל איז א שטארק חסידישער פרומער בחור וואס האט זיך נישט אוועק גערירט פונעם דרך הישן.

שוין, מ'באשטימט א חתונה דאטום. מ'באשטעלט שיינע מוזיק, אבער דער חתן בערל לאזט נישט האבן פיקטשורס און מכש"כ ווידיאו'ס ביי די חתונה, נאר כאפן פיקטשורס מיט א קליינעם קאמערע וואס פארמאגט נישט קיין ווייפיי רח"ל און ס'האט אויך א מאושר סטיקער, אנדערש לאזט דער חתן נישט.
דער חתן מאכט אויך זיכער אז די מחיצה איז הערמאטיש פארמאכט און אפילו א שאטן פון א פרוי ווערט נישט אריין געזען.


נו ויהי היום דער חתונה טאג איז אנגעקומען מ'גרייט זיך צו גיין צו דער חופה, דער חתן ארום געגארטעלט מיטן ר' איציקעל'ס גארטל און אנגעטוהן מיטן שיניעווער רב'ס הויזן און מיטן ר' יענקעלעס זאקן און אויך מיטן ר' ישעילע קערעסטירער'ס קאפל.

נו ויהי בישורון מלך בתאסף ראשי עם....... הערט זיך ארום זינגן ר' שלמה שמש גייט פאראויס מ'קומט אן צו די חופה, מ'זינגט די אהבה רבה ניגון (נו אוודאי ווען דען אז נישט יעצט)... שוין מ'ברעכט טעללער זכר לחורבן. מ'קומט אריין אין זאל מ'עסט מ'טרונקט מ'לאזט זיך וואוילגיין. די חתן קומט אריין, יעדער איז פריילעך מ'טאנצט און מ'זינגט, שטייטסעך נאר עכט חסידישע ניגונים, ווי דער חתן האט אנגעזאגט פארן מוזיקאנט אז מ'מעג נאר זינגן ווערצבערגער'ס ניגונים און אויך היימישע הקפה ניגונים, און נישט ח"ו איזראעלישע ציוניסטישע הורא אדער ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן דורך נישט היימישע חסידישע מקורות נאר די וואס זענען פאבריצירט געווארן דורך די קליינע הייפעלע הייליגע גוף נקידיגע בדרך אפשרדיגע אידן.

שוין, אפגעטאנצען אויך מצוה טאנץ, יעדער גייט זיך אהיים. שיינע שמחה, חתן כלה הייבן אן בויען א אידישע שטוב. מאן, כולל שטייטסעך, פרוי, ארבייט שטייטסעך, אזוי שטייט דאך אין כתובה, קלאר ארויס געשריבן אז די ווייב גייט אויסהאלטן דעם מאן ביז מ'האט כאטשיג אפאר קינדער, און נאכדעם דרייט זיך עס איבער. 

נו דאס פאר פאלק איז שוין א מטופל בבנים ובבנות. און ר' בערל דארף גיין ארבייטן, אבער ח"ו צו גיין לערנען אן אומנות, שטייט דאך אין גמ' הארבע זאכען קעגן זיך לערנען אן אומנות.

שוין, ר' בערל האט געטראפן א פיינעם דזאב אין א אידישען אפיס וואס געט זיך אפ מיטן פארהאקן סמארטפאונס און קאמפיוטערס פון די אינטרנט רח"ל. און אזוי זיצט ר' בערל טוט זיין ארבייט בנאמנות, א קלייניגקייט, קענען מונע זיין אידן פון פרייע טעכנאלאגיע, דאס איז אייביג געווען זיין חלום. און מיט די צייט האט ער אויך אנגינומען א דזאב אין א ישיבה אפיס וואו ער געט זיך אפ מיטן דערלאנגן "לא נתקבל קארטלעך" פאר די אומגליקליכע (גליקליכע) אינגלעך/בחורימלעך. צו דעם ברויך מען האבן א ספעציעלען חוש מיט וואס ר' בערל איז געבענטשט געווארן. ר' שמעלקע קוקט זיך אזוי אום, אזא הצלחה ב"ה.


דאס צווייטע טאכטער שיינדי, גאר א געראטאנע א קלוגע באטעמטע בחן'טע, אייביג געווען די קליגסטע אין קלאס יעדע מיידל האט געוואלט זיין איר פרענד געקענט די בעסטע אן עי פלאס סודענטקע, אידיש/ענגליש. בקיצור ממש די בעסט.
אלע האבן געזאגט אויף איר אז זי וועט מוזן באקומען א חתן אזאנס און אזעלעכס.

ויהי היום, די שדכנים הייבן אן צו האמערען די טעלעפאן און דא האבן זיי זיך געקענט וועהלען. איין טאג האט א שדכן גערופען מיט א הערליכן שידוך, די בחור, א שיינער הויכער, א בעל מדות טובות, קען פיין לערנען, א היפשער ת"ח, א שיינעם שמייכעל אן איידעלער, דער שדכן זאגט פאר ר' שמעלקע'ס ווייב אז דאס איז "די" שידוך.

וואו האט דער בחור געלערנט? פרעגט ס'ווייב, אין ארץ ישראל אין מירער ישיבה ענטפערט דער שדכן, און די משפחה וואוינט אין בארא פארק
אפגענומען אלע אינפארמעישאן און זיך גענומען צו דער ארבייט, ווייל צו איר מאן האט זי נאר געוואלט רעדן ווען זי האט א פערטיגן בילד. נאכן אפטוען איר ארבייט האט זי געטראכט צו זיך, פיינעלי, דאס איז די שידוך וואס זי האט אייביג געחלמט אז איר שיינדי זאל האבן. זי ווייסט גאנץ גוט אז איבער צו רעדן שמעלקענען וועט נישט זיין קיין גרינגע ארבייט אבער וואס טוט מען נישט פארן טובה פונעם קינד.

שמעלקע קומט אהיים פון ארבייט ווארט עם שוין אפ א פיינע נארהאפטיגע נאכטמאל, ס'ווייב זעצט זיך אוועק מיט שמעלקענען ווען ס'איז כטוב לב המלך ביין, און דערציילט אז א שדכן האט געקאלט מיט א קנאקעדיגן שידוך.

און דאס איז דער שידוך פונעם יאר, וואסארא בעל מידות און לערנער א שיינער, אן איידעלער, קליגער, ווייסט ווען צו רעדן ווען צו שמייכלען, האט אייביג א גוט ווארט אא"וו.

פרעגט שמעלקע ס'ווייב, וואו די משפחה קומט פון, בארא פארק, בארא פארק?? פרעגט שמעלקע מיט אזא געמאכטע זויערקייט?? שוין,  א שיעור חימוץ האט דער רבי געזאגט ברימט זיך שמעלקע אינטער. און וואו האט דער בחור ג'לערנט? אין מיר און ארץ ישראל ענטפערט זי מיט איינגעהאלטנקייט (זי האט געוויסט אז דא גייט ליגן די רויטע בענדל פארן אקס) וואס??!! פרעגט שמעלקע, און דאס איז ביי דיר "די שידוך" פון מיר??? אוו נאכדערצו פון ארץ כנעעען???? שעם זיך איבער צו זאגן אזא שידוך!! שוין מים אחרונים! בענטשן, כ'גיי צום שיעור און געט א האק צו די טיר און מיט דעם האט זיך דער שמועס ג'ענדיגט (פאר דערווייל).

אבער ס'ווייב זיינע געט נישט אויף, דע שידוך מוז געשען! נאכן צוריק קומען פון שיער, מנחה מעריב, און ס'ווייב פרובירט נאכאמאל פון אן אנדערן ווינקל, דאס מאל, קוק זאגט זי פאר שמעלקע, דו ווייסט, שיינדי איז א טאפ טאפ מיידל, זי קען נישט באקומען איינעם אבי ווער, מ'האט שוין אנגעטראגן אסאך בחורים, און קיינער איז נישט געווען עפעס ספעשל, דא טראגט מען אן איינעם גאר גוט גאר געלונגען, אדרבה, פרעג דיך נאך, איך האב מיך נאכגעפרעגט, ווייל ער האט געלערנט אין א"י אין מיר מאכסטו עם אוועק מיט איין דריי מיט די האנט!! נע כ'מאך עם נישט אוועק, נאר ווילסט מיר זאגן אז דא אין שטאט קען מען נישט טרעפן אזוינס?! ק'מאן.
ענטפערט ס'ווייב, ניין! כ'קען די גאנצע ליסט כ'האב עס שוין עטליכע מאל דורכגעטוהן.
אקעי מ'מער שוין מארגן ממשיך זיין, כ'בין שוין זייער שלעפעריק. 

דעם נעקסטען טאג ס'ווייב געט נישט אויף, פאנגט אן מיט א פרישקייט נאכאמאל און נאכאמאל פארוואס דאס איז די בעסטע שידוך פאר שיינדי.

ס'ווייב האט געטראכט אז זי גייט אהער שטעלן דעם באליבסטען עסן זיינעם און אזוי עם פרובירן איבער צו רעדן ווען ס'וועט זיין כטוב לב המלך ב... נו געגאנגען און געטוהן, איינגעהאנדעלט א פיינעם טשאק איי ראוסט, שמעלקע האט געהאט א ספעציעלע געשמאק פאר א טשאק איי ראוסט זיין בעסטע עסן. ס'ווייב האט שוין געוויסט פינקטליך ווי אזוי מ'שטעלט דאס אהער. ראש השנה האט מען ביישמעלקע אינדערהיים נישט געמאכט קיין בהמה פלייש, אמער, ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפניו, ועוסקין במעשה בהמה!! היעלה על הדעת!!! אבער ר"ה ביינאכט פאר די סימנים האט יא מקפיד געווען צו מאכן פארשידענע מיני בהמה פליישן ווי למשל טשאק איי ראיסט, האט שמעלקע געזאגט אז טשאק איז א רמז אויף "צחוק" עשה לי אלקים טשאק מיט צחוק זענען זיך מתחלף, און דער "איי" קען זיין איז מרומז אויף "עין טובה" שמעלקע איז זייער קריעטיוו.

אלענפאלס, האט ס'ווייב זיינע אפיר גענומען דעם טשאק איי ראוסט אפגעבאקן פאר 8 שעה אז ווען שמעלקע קומט אהיים פון דער ארבייט, שמעקט עס אן דעם גאנצען הויז.

 

א גוטן טאג האניג!! הערט זיך א פרייליכע אפקלאנג.
 שמעלקע קומט אהיים נאכן ארבייט זעצט זיך אוועק מיטן ווייב זיינעם און פארציילט וועגן גאר א גוטן דיעל וואס איז נארוואס דורך.

שמעקט זייער גוט דא זאגט שמעלקע מיט א שמייכל, ס'קוקט אויס ווי גאר א גוטן נאכטמאל איז צוגעגרייט, יא, דיין בעסטן עסן האב איך היינט צוגעשטעלט! ענטפערט ס'ווייב מיט א שמייכל. מ'הייבט אן אריין צו ברענגן דאס עסן און דע אפעטיט הייבט אן ארויף צו פארן, ס'ווערט געשמאקער פון מינוט צו מינוט, ס'ווייב נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן, מ'לייגט עם ארויף אויפן שולחן הדומה למזבח, און שמעלקע ווי א כהן גדול נעמט זיך צו די כלים און פאנגט אן אריין צו ארבייטן מיט גרויס זריזות און שווייס.ווען ס'ווייב זיינע פילט אז אט איז שוין שמעלקע אין סאמע הויכפונקט פון דער ארבייט, (אזוי ווי פישטו'ר רבי ביים אויסשרייען "פישטו...").

 הייבט זי נאכאמאל מיט די שידוכים ביזנעס, און קודם האט שמעלקע ניטאמאל רעאגירט, ער איז געווען צו אריינגעטוהן עבודת האכילה, אבער באלד זיך אנגערופן צום ווייב צווישען איין קיי אינעם אנדערען, נו ס'קוקט אויס ווי א פיינעם שידוך, כ'בין זיכער אז דו האסט דיך גוט נאכגעפרעגט , זאגט ס'ווייב, זיכער!!! נו געכאפט און געטוהן, שמא יקדמנו אחר.

ס'ווייב האט געכאפט דעם טעלעפאן, איידער שמעלקע בארואיגט זיך פונעם פיינעם נאכטמאל, און רופט אן דעם שדכן, אז זיינע זענען גרייט צו הערן און ווייטער גיין.דער שדכן קומט צוריק מיט אן ענטפער, אז זיי ווילן זעהן די מיידל, און זיי דעם בחור.
שוין געזעהן די מיידל ,אויך דעם בחור, סא פאאר סא גוד. ס'האט יעדעם זייער געפאלן דעם צד השני.

און יעצט דארפן זיך די בחור טרעפן מיטן מיידל, און שמעלקע לויפט שוין אריין צום מקוה איד קויפט א שליוואוויץ מיט א היימישע הכשר פארן לחיים אז תיכף ומיד איין רגע  כמימרא פאר די אכצען מינוט וואס די בחור מיטן מיידל גייען זיך טרעפן, בהשגחת ובעיני פקיחי פון די עלטערן קען מען גלייך אויסשרייען מזל טוב!! ס'ווייב זיינע האט דאך שוין געוויסט פון דעם דזאוק נאך פון זיין ערשטען איידעם בערל. ס'ווייב זיינע האט געמוזט אויפקומען מיט עפעס אן עצה ווי אזוי דורך קומען מיט שמעלקענען אז ער זאל דורך לאזן כאטשיג א איין שעה'דיג בעשוי, און נישט פאכענען מיט זיין שליוואוויץ אין דער האנט מיט א מזל טוב, נאר ליתן רווח בין הדבקים.

נו מ'דארף אויפקומען מיט אן עצה ווי אזוי צו מסדר זיין מיט שמעלקענען אז ס'זאל ארבייטן, און צו גיין אפבראטאן א טשאק איי ראוסט יעדעס מאל איז אויך נישט קיין עסק, ס'גוט פאר א ספעציעלע געברוך וואס קומט נישט אינטער יעדען טאג און מ'דארף האבן ספעציעלע ניסים איז עס גוט, אבער יעצט וועט מען מוזן אויפקומען מיט עפעס.נו א קליגע פרוי קומט אויף מיט א פלאן, און זאגט פאר שמעלקע אז דאס מאל וועט מען נישט קענען מאכן דעם לחיים תיכף ומיד, ווייל זיי האבן א מנהג צו גיין צו א רבין מיט א קוויטעל, שוין, זאגט שמעלקע א פיינעם מנהג, יא כ'וועל טוהן דאס זעלביגע.

נו אומר ושותה, מ'רופט דעם שדכן, דער בחור מיטן מיידל זיצן שוין צוזאמען, ס'גייט דורך 17 מיט א דריי פערטעל מינוט,שמעלקע איז אנגעצויגן, וואונקט פארן ווייב מיט אן אנגעצויגענעם פנים, ס'ווייב טעקסט עם צוריק ער זאל איינרוען, זי בעט עם דורך טעקסט מעסעדזש אז ער זאל זיין רואיג. שוין נאך א שעה קומען ארויס דער בחור מיטן מיידל מיט א שמייכל, און זאגן אז מ'וועט איבערקלערן.

שדכן רופט אן שמעלקע'ס ווייב און זאגט אז דע בחור איז צופרידן געווען פונעם ערשטען בעשוי אבער וויל האבן כאטשיג נאך א אפאר בעשויס, שטייטסעך ענטפערט זי, אז ס'מיידל זאגט דאס זעלבע, אקעי לאמער אפשמועסען, שמעלקע טאר נישט וויסן דערפון.

ס'ווייב זיינע האט אפגעשמועסט אז דער בחור מיטן מיידל זאלן זיך טרעפן אין א אייסקריעם סטאר אין דרויסען פון שטאט, אויס מורא פון די יענטעס, אז שמעלקע וועלען זיי טרעפן האט זי נישט געדאגהט ווייל שמעלקע אריין צו גיין אין אן אייסקריעם סטאר איז כמעט אזוי ווי פאר א איד אריין צו גיין אין א גויאישע ביעלאטעיק רח"ל אדער צו א בארנס ענד נאובעלס רח"ל. 

נאכן זיך טרעפן ס'צווייטן מאל רופט אן דער שדכן אז ס'קוקט אויס גאר גוט, און זיי האבן שוין באשטעלט נאך א בעשוי פאר נעקסטן טאג אןן דאס מאל  ביי א וואסער, (ווען שמעלקע זאל זיך דערוויסן דערפון!!) די קלענסטע דאגה, ווייל וואס טוט דען א חסידישע בחור ביים וואסער!!! נאכדערצו מיט פרעמד מיידל!!! מילא די ליטוואקעס מיט די גרויסע האר נא!! אבער א חסידיש בחור??!!

שמעלקע איז אנגעצויגן ווי א בארג, וואס גייט דא פאר?! א תירץ ער דארפ גיין מיט א קוויטעל, כ'בין אויך געגאנגן!! נו אריין ארויס געגעבן די פאר טולער פארן משב"ק און זיכער געמאכט צו הערן וואס מ'וויל ממילא טוהן, און געגאנגן ווייטער.
 ס'ווייב איז עם מסביר אז דער אבי הבחור האט עטליכע רביס און מ'דארף יוצא זיין מיט יעדן, אהא זאגט שמעלקע,  אפאר רביס?? איינס איז נישט גענוג?? 

דער שדכן רופט צוריק אז דער בחור וויל זייער שטארק ווייטער גיין און אז ער זייער איבערגענומען פונעם מיידל און אז ער איז גרייט שוין צו מאכן א לחיים. שמעלקע'ס ווייב איז נישט געווען גערישט צו הערן אזא ענטפער, "אז דער בחור איז גרייט צו מאכן א לחיים" אבער וואס איז מיטן טאטען איז ער אויך מסכים?? פרעגט ס'ווייב?? יא זיכער ענטפערט דער שדכן, אויב דער בחור איז צופרידן איז דער טאטע מיטן מאמע אויך צופרידן,  ס'ווענדט זיך אינעם בחור נישט אין די עלטערען, דער בחור גייט וואוינען מיטן מיידל זיי דארפן זיין ערשט צופרידן און נאכדעם קומען די עלטערן, איז דער שדכן מסביר פאר שמעלקע'ס ווייב אז אזא חינוך געבן די עלטערן פונעם חתן פאר זייערע קינדער, ס'האט זייער געפאלען פאר שמעלקע'ס ווייב דע אפענקייט און נארמאלקייט פון אזא חינוך. און ווי מער שמעלקע'ס ווייב האט געהערט וואספארא גוטע שטוב דאס איז האט זי מער און מער געוואלט.

עניוועי מ'האט אפגעשמועסט מיט שמעלקענען אז ס'גייט זיין נאך איין בעשוי דאס מאל ביי שמעלקענען אינדערהיים מיטן טאטע מאמע פונעם בחור אינעם מיידל דאס מאל א קליינעם בעשוי, צופרידן צו שטעלן שמעלקענען אז גלייך נאכן בעשוי זאל שמעלקע קענען אריין מארשירן אינעם צימער ווי בחור מיט מיידל טרעפן זיך, מיט זיין שליוואוויץ אינעם האנט און אויסשרייען א הילכיגן לחיים כמנהג אבותיו ורבותיו הקדושים והטהורים נבג"מ.

שמעלקע לויפט אריין א צופרידענער ווי א קינד אין שפילצייג געשעפט מיט זיין שליוואוויץ געווער און שרייט אויס ווי סאלדאט נאכן אינשווערונגס צערעמאניע "לחיים מזל טוב" ב"ה שידוך געווארן ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל.

מ'שמועסט אפ צו מאכן א שיינעם תנאים. דערווייל ביים אומאפיציעלן לחיים קומען אן די גאנץ נאנטע, פעטער יוסל, א פארצייטערישע חסידישע איד,  קומט אן און זעהט ווי דער מחותן כאפט בילדער מיט זיין סמארטפאון פון די חתן כלה כדי עס ארום צו שיקן אויף וואטסעפפ, צו ווייזן פאר די קרובים און נאנטע פריינד זיי זאלן זיך מיט פרייען מיט אים, ברימט ער זיך אינטער זייער שטיל צו זיך און מאכט זיכער יעדער זאל הערן, עה אן עקל!! מאכט זיך באטעמהט אויפן פיקטשער, אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן! זויפיל ווייסט ער נישט אז פיקטשערס איז א טמנע זאך?!.

שוין מאכט א שיינעם שמייכל פאר חתן געט עם מזל טוב, נו וואו האט דער חתן געלערנט אין מיר,  ענטפערט דער חתן, אין מיר?? ס'נישט פאר מיר ס'נישט פאר דיר! ענטפערט יוסל מיט אזא אנגעזויערטע געצווינגענעם שמייכל יא נעבעך זאגט ער צו מילך זיין אנדערע ברידער מיין ברידער האט געדארפט צוקומען צו א בחור פון "מיר" נאכדערצו פון ארץ כנעען! ווייסעכוואס! שוין ער האט מיך נישט געפאלגט, אזא פנים טראגט ער יעצט, ס'נישט ער, ס'ווייב זיינע איז א שטיקל אויפגעקלערטע, האט זיך אנגעטראפן אין קאנטרי מיט אפאר באדערענע בית יעקב מיידלעך און דארט איז זי געווארן אויפגעקלערט, כהאב עם געבעטען ער זאל נישט גיין אין יענעם קאנטרי, נאר ער האט מיך נישט געפאלגט, שוין וואסי שייך צו זאגן יעצט.

יוסל דרייט זיך צוריק אויס צום בחור און מאכט זיך גוט צונעם, זאג נאר ווער איז דער ראשעשיבע דארט פינקל, פינקעלשטיין, פינקעלמאן?? נאר ווען דע מירער ראשעשיבע זאל ווען ארויס קומעו מיט עפעס א מחאה וואס איז איינשטימיג מיט יוסלן, דעמאלטס ווייזט ער שוין גאנץ גוט דעם נאמען פונעם ראשעשיבע. יוסל איז א מסכת פאר זיך, געבוירען גלייך נאכן מלחמה ווען אמעריקא איז נאך געווען אן ארץ לא זריעה, (אין יוסל'ס מוח) און אזוי מיט געהאלטן דע תקופה פון כפה עליהם הר כגיגית, ווי אלעס דא אין אמעריקע איז טרייף און בכלל איז אלעס אסור נאר מ'האט מתיר געווען פארשידענע זאכן וואס מ'דארף האבן פארן צושפרייטן אידישקייט און אויך נאר אויף אן אופן פון כקפאו שד. 

יוסל קומט אויף א פאמיליע שמחה, די ערשטע שאלה איז, "וועמענס פלייש" וועמענס שחיטה?? ווער איז דע משגיח דארט?? און טאמער געפעלט עם עס נישט פרעגט ער גלייך, ווער, דער מיטן קליינעם קאפל מיט די גרויסע האר?? איי דער מיט די גרויסע קאפל מיט די אפגעגאלטע האר אויף טריפל זירא קומט קיינמאל נישט אן נאר ווען ס'ווארט עם א טשעק, דאס מיינט גארנישט דער עיקר איז אז ער באלאנגט צו די קליינע הייפעלע גוף נקי אידן וואס גייען אינעם דרך הישן נושן ומיושן.

יוסל דריקט זיך אייביג אויס מיט עקזטאס, אינז זענען פונעם הייפעלע אשר לא כרעו לבעל!!

 א רעסטוראנט איז ממש פון די געפערליכסטע, א פיצא איז ממש חוקת הגוי, מילא א פיר קאנטיגע פיצא איז נאך דורך צוטראגן, אבער א דריי עקיגע איז שולל יעדע טראפ יראת שמים.

טעכנאלאגיע, איז ממש פון די ערגסטע זאכן וואסי נאר באשאפן געווארן.

דף היומע, דרשו, ציוניסטישע זאך.

אפילו דאס ווארט קוקיס טאר מען נישט דערמאנען ווייל ס'האט אין זיך די ערשטע דריי אותיות פונעם הרב קוק. אלעס איז פינצטער און זארגעוודיג, שטייט א בפירושדיגע פסוק "אשרי אדם מפחד תמיד" זאגט אייביג יוסל מיט זיכערקייט.

אזוי קען מען דורך גיין א גאנצן ארטסקרויל ש"ס מיט אסורים און חרמות מיט עוולות מיט עבירות און שערוריות און פרצות.

שמעלקע ווידעראום איז שוין געבוירן שפעטער שוין סאך נאך די אזוי גערופענע "בראשית יארן", די וועלט איז שוין געווען נארמאלער. סאך ווייניגער טעראר. שמעלקע האט אויך א קאמאן סענס מ'קען מער ריזענען מיט עם, כאטשיג אויך היפש לימיטעד, אבער איין זאך וואס האט עם נישט געלאזט טראכטן נארמאל איז געווען די פחד פאר זיין ברידער יוסל, אויסצושטיין דע טעראר, אויב עפעס איז נישט געווען אין די רייען פונעם "יוסל'ס תורה" און דא ביים דעם שידוך האט יוסל זיך מחי' געווען אז ער קען שוין נוצן זיין היימישען חסידישען קנאות, די שידוך האט ממש אריינגעשפילט פאר יוסלן אין די האנט.


 דער מחותן'ס טאטע שלמהלע איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון אזא יוסל, ווי ער זעהט אין אלעם ליכטיגקייט מיט פיינקייט שמחה מיט ליבשאפט.

 שלמהלע זעהט אין די בריאה פול מיט שמחה פול מיט גוטס אין יעדע זאך אין די בריאה זעהט מען ווי דע וועלט קומט נענטער צום שלימות. "טעכנאלאגיע" "אינטערנעט" א ברכה  אויף דע וועלט שלמהלע זעהט אין יעדע פארגעשריטענער סמארטפאון וואס קומט ארויס מער און מער גוטס און ווי עס מאכט די וועלט בעסער און בעסער, מער תורה מער שיעורים ווערט געהערט, היינט איז דא אסאך מער כמות אין לערנען תורה ווי אמאל, היינט האבן אסאך מער מענטשן צוטריט  צו לערנען, און צו חזרן און אויך צו פארשטיין, און א גרויסער חלק דערפון, אויב נישט אלעס, איז צו פארדאנקן די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע ווי למשל די אינטערנעט, סמארטפאונס וכדומה. 

שלמהלע לערענט אויס זיינע קינדער ליעב צו האבן יעדען איד נישט קיין חילוק וואספארא סייז קאפל ער גייט און מיט וואספארא קליידונג ער גייט צו דע האר איז עם גרויס צו געשניטן אויף א טריפל זירא. יעדע איד איז גאטס א קינד.

שלמהלע זעהט און גיט אריין ליכטיגקייט אין יעדן מצב. איינמאל ווען שלמהלע האט איינגעשריבן זיין זוהן, טאקע אט דעם חתן אליין, אין א גוטע ישיבע, און ער האט באקומען דעם באקאנטן "לא נתקבל" פאר  דעם חתן דודי האט עס זייער וויי געטוהן, וואס איז ער איז נישט אזוי געראטען ווי דעם טריליאנער'ס א זוהן צו אזוי ווי דעם עסקן'ס זוהן אדער דעם בנש"ק פון עפעס א כ"ק אדמו"ר'ס א זוהן/אייניקל??? 

אבער שלמהלע פארלירט זיך נישט און לערענט אויס זיינע קינדער אז צו באקומען א "נתקבל" איז גארנישט אזא מוראדיגע געווינס, א לא נתקבל איז ווערט סאך מער. א "נתקבל" מיינט אז מ'האט איינגעשריבן 150 בחורים און נאר 10 צו 12 זענען געווארן אנגענומען און דאס איז אויפן חשבון פון די 140 וואס זענען נישט אנגענומען. דאס הייסט אז אויפן חשבון פון 10-12 האט מען שופך דם געווען און דערנידערט 140 טייערע אידישע שעפעלעך וואס זייער איינציגסטע זינד איז אז זיי זענען נישט קיין טריליאנערישע/בנש"ק/עסקנישע קינדער. יעצט די 10-12 וואס מ'האט יא אנגענומען העסטו אוודאי מיינען אז זיי גייען אויסוואקסען גאונים וצדיקים. אסאך פון דע טוען אנטוויקלען אין זיך א געוויסע שטאלץ אז זענען למעשה פון די עם הנבחר שבנבחר, און יעדער איז זיי שילדיג די וועלט, די מחותן/שווער מוזן זיי אויסהאלטן לאורך ימים ושנים, אויסגעצאלטע הויז, באגיסן מיט גליקן 

די ווייב מוז פאר זיי ארבייטן א גאנץ לעבן ווי א דינסט, ווייל אזוי שטייט דאך בפירוש אין איר כתובה אז זי מוז עם דינען און ער דארף עסן ווי א קעניג פון איר געלט. ווייל די "נטוש נבילתא בשוקא ושקול אגרא ולא תימא גברא רבה אנא" גייט ביי עם נישט אן, ער איז עפעס א נבילה??? ער איז א  גאר א נתקבל!!!! און וויפיל מסכת' קען ער דען נאכן לערנען אין אזא יעשיבע? העסט אוודאי מיינען אז ער האט אפגעלערנט 5 מסכת' פון דעקל צו דעקל?! א תאנה גדולה!! יא כ'זאג נישט ער האט זיכער אפגעלערנט די ערשטע 6 מיט א האלב בלאט בעיון רב מאד מיט אלע ר' חיים סטענסיל'ס און האט ארויס יעדן "דין אזא" נו 6 א האלב בלאט מאל 5 יאר איז דאך 32.5 בלאט מיט אלע ר' חיים סטענסיל'ס דערויף איז א ערענסטע תענית חלום, סארי תלמיד חכם. אבער אפילו די 32.5 דפים קען ער אויך נישט אינגאנצן אויסעווענדיג נאר ווי ס'דא א ר' חיים דערויף.

אבער א "לא נתקבל" איז שלמהלע מסביר פאר זיינע קינדער, איז מער אראפגעלאזט פאר א צווייטן, מער פריינטלעך מער צוגעלאזן, קיינער איז עם גארנישט שילדיג ער פארלאנגט נישט פון קיינעם אז מ'זאל עם אויסהאלטן. תיכף נאכן אדער אפילו פאר די חתונה גייט ער ארבייטן אזוי ווי רב האט געזאגט פאר רב כהנא נטוש וכו'. ער לייגט זיך נישט אן אויף קיינעם אפילו נישט אויף "פעטער שמואל" און ווען ער בעט ביים בענטשן, "ונא אל תצריכנו..... לא לידי מתנת בשר ודם ולא......... מיינט עס וואס ער בעהט, דעם פעטער שמואל אויך, ער זיכט נישט קיין ק"ן התירים, דאס יא און יענץ נישט און דאס האט יענער דיין מתיר געווען נאר ונא אל תצריכנו מיינט אט דאס אן א סתירות. מ'ארבייט מ'פארדינט מ'געט מעשר אלעס ווי א נארמאלער מענטש. און אויב ס'פעלט אויס לערענט מען זיך א פאך, יעדער לויט ווי זיין תכונות הנפש פארלאנגט.

און לגבי לערנען זאגט שלמהלע פאר זיינע קינדער, עטץ ווילסט קענען לערנען שרייבטס ענק ביי דרשו און ביי תורתך שעשעו און נאך ענליכע תורה פראגראמען און לאטס ענק פארהערן, און נאך א פאר יאר וועט עטץ ענק זיך זעהן מיטן קענען אויסעווענדיג מיט אסאך מסכת' מיט הונדערטער סמנים פון שו"ע, יא טאקע נישט קיין 32.5 בלאט מיטר' חיים סטענסיל'ס. שלמהלע, ווען איינע פון זיינע קינדער האבן מסיים געווען א מסכת האט ער ארויסגענומען די גאנצע משפחה אין שיינעם בכבודיגן רעסטוראנט צו ווייזן און געבן כבוד התורה.

 שלמהלע זאגט פאר זיינע קינדער, אז מ'לעב מיר היינט אין א וועלט מיט אזעלעכע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, וואס ס'איז זיכער באשאפן געווארן לטובת האדם. קויפטס ענק א גוטן קאמפיוטער מיט א פיינעם סמארטפאון און נוצט עס אויס פאר גוטע זאכן דאונלאודס שיעורים, לערענטס ענק אויס אינטערעסאנטע זאכן דערויף אזוי ווי חשבון/שפראך/היסטאריע און פראגראמען וואס וועלן ענק זיכער צו ניץ קומען דורכן לעבן.

 שלמהלע זאגט אויס א סוד פאר זיינע קינדער, אז ער איז אויך געווען א "לא נתקבל" קרבן, און מיט דעם אלעם האט עס גארנישט געשאדט, פארקערט ער איז שיין אויסגעוואקסן, האט דורך געלערנט ש"ס דף היומי אפאר מאל זיך כסדר געלאזט פארהערן ביי דרשו און ביי אנדערע תורה פראגראמען, אויפגעצויגען אזא שיינע שטוב.

מ'גרייט זיך צו די חתונה

מ'שיקט שיינע מתנות פארן חתן און כלה.

די חתן כלה רעדן כסדר. דער חתן זעצט זיך אראפ מיטן כלה און הייבן אן אויסצוארבייטן א פלאן ווי אזוי מ'גייו אנהייבן פירן די שטוב, פרנסה וואוין ארט וכדומה אלע דעטאלן. די חתן און די כלה קענען קוים ווארטן חתונה צו האבן און אויפבויען א שיינעם אידישען שטוב.


שיינעם לעבעדיגן חתונה בילדער בליצען ווידיאו קאמערע כאפט אויף יעדן דיטעיל. חתן זאגט אזא שיינע שמחה וויל ער אייביג קענען איבער קוקן צוזאמען מיטן ווייב

 מוזיק קנאקט דער עולם טאנצט יעדער איז פריילעך יוסל פרובירט זיך אוועק צו דרייען פונעם שטן'דיגע בילדער מאכער אבער ס'העלפט נישט די חברה דרייען זיך ארום ווי געשולטע מיליטערלייט לאזן קיינעם נישט אויס ספעציעל דעם פעטער יוסלן. דער חתן ציט עם אריין אין מיטן א טאנצעדיגע הורא, נישטא קיין ברירה דער חתן דומה למלך אליין וויל טאנצן מיט פעטער יוסל  און יוסל טאנצט כקפאו שד נאכדערצו מיט דע ציוניסטישע הורא. 

שיינע הערליכע חתונה גענדיגט נישט צו שפעט נישט אויפגעהאלטן דעם עולם


א וואך נאכן שבע ברכות, דודי מיטן ווייב זעצן זיך אוועק מיט א פען און פעיפר און מאכן א פינקטליכן חשבון וואס ס'קאסט א חודש רענט,עסן,קליידונג העלט אינשורענס און עקסטרעס. און וויפיל אינקאם ס'דא און די חשבון שטימט נישט, ס'לעבן קאסט מער ווי ס'פארדינט. מ'שניידט אהער מ'שניידט אהין אבער ס'טוישט נישט קיין סאך. ווי איז דער בראך?? די רענט!! אומגעהויערע גרויסע רענט, און פאר וואס?? פאר אן איין שלאפ צימער מיט קאך און באדע??!!

דודי זאגט פארן ווייב אז מ'דארף לעבן מיט א חשבון און אויב כאפט מען עס נישט באצייטנס דאן ווערט ס'לאך גרעסער און גרעסער און מ'הייבט אן ארום צו לויפן צו גמ"חן און מדרייט פון איינעם צום צווייטן ביז ס'פלאצט.

צו דינגן א קלענערע דירה און וואוינען אין אן אינטערערדישע בונקער און צאלן א משהו ווינציגער איז זיכער נישט קיין עסק. מ'דארף דאך לעבן ווי א נארמאלער מענטש.

נו ברויך מען גיין זעהן פאר אן אנדערען געגענט ווי רענט איז סאך ביליגער אפילו א שעה אוועק אינדרויסן פון שטאט. אלץ בעסער ווי דארפן צוקומען צו מענטשן, און אפילו נישט צו פעטער שמואל'ן.

אומר ועושה, מ'האט געטראפן א שיינעם רואיגן געגענט אינדרויסן פון ניו יארק וואוינען דארט א קיבוץ אידן נישט קיין סאך אבער וויפיל מ'דארף איז דא. כשרע עסן מקוה בית המדרש, זייער איינגענעם. 

רענט קאסט ווייניגער ווי א פערטל, און לויטן חשבון גייט מען גאר אוועקלייגן א פאר טויזענט דאלאר א חודש!!! א קלייניגקייו?? ס'ווייב זיינער איז געווען זייער צופרידן פונעם פלאן.

 נו דודי האט אנגערופן זיין טאטע דערציילען פון דעם פלאן, און זיין טאטע האט עס זייער געפאלן. אזאנס, א קלוג קינד, לעבט מיט א חשבון, יא טראכט ער באזוך מיין הארעוואניע האט זיך אויסגעצאלט.

 ס'ווייב זיינע גייט אריבער צו איר מאמע דערציילן און זיך דורך שמועסן, איר מאמע כאפט זיך צו ווי צו הייסע לאקשען, פיינעלי העטזי לעבן נארמאל,  טראכט די מאמע צו זיך הלוואי ווען זי קען ווען אנטלויפן פון דעם אנגעצויגענעם טייערען לעבן ווי מ'לעבט א גאנצען טאג פאר יענעם. שוין זי ווייסט אז מיט שמעלקע העט זי האבן א שווער פעלד אוועק צו מופן. אבער א געטרייען מאמע זי פרייט זיך זייער פאר איר קינד. זי דערציילט פאר שמעלקע דערפון, און שטייטסעך שמעלקע ברויזט גאר שטארק, וואס הייסט א יונג פארפאלק כאפט און מופט!!!! און נאך דערצו דארט אין יענעם שטאט?? קוים דא אידן דארט, אבער ס'ווייב טענהט מיט עם אז ס'דא דארט א בית המדרש מיט מנין א מקוה און חדר פאר די קינדער און כשרע עסן קען מען קריגן אין שאפרייט, וואס נאך דארף מען! שמעלקע ברימט זיך אינטער יא שאפרייט! שאפרייט! זאגט זי, יא און זימער אין קאנטרי קויף מיר אייביג ביי שאפרייט פארוואס זענען זיי דעמאלטס יא גוט?? אקעי שוין ס'די זעלבע! הא???? פרעגט שמעלקע, ער געט א דריי מיט די האנט ווי צו זאגן רעדסט שטותים!!! שמעלקע שיקט שלוחים פון אלע זייטן צו שיינדי, אבער ס'העלפט  גארנישט, ס'פארפאלק טענהנן אז ס'לעבן איז צו טייער דא, און דארט קאסט אלעס א פערטל און זיי האבן אפגעמאכט אז דאס איז די בעסטע.

שיינדי האט אבער בארואיגט איר טאטע אז זיי וועלן קומען פאר שבתים און אויך אירע עלטערן וועלן קומען צו זיי.

געדינגן דארט א שיינעם 4 שלאף צימערן דירה מיט דריי באדע צימערן, הערליכן קאך, דיינינג רום ליווינג רום צענטראלע עיר קאנדישן 2 פארטשעס ממש א מחיה און נישט אין אן אינטערערדישע באנקער. ממש פאר ווייניגער ווי א פערטל די פרייז פון ווי זי קומט.
שיין אנגערישט, דאס גליקלעכע פארפאלק דיסיידעט צו רופן אירע עלטערן פאר שבת.

די מאמע זייער עקסיידעט צו קומען, זעהן זייער נייע ווילא. שמעלקע, נישט אזוי עקסיידעט ער האט מורא אז ער וועט זעהן אז ס'טאקע אסאך שענער און בעסער אןן "ביליגער" ווי ער וואוינט און ער וועט בעל כרחך מוזן מודה זיין אז ס'גארנישע קיין דורכפאל ס'שוין איינמאל גוט.

ס'פרייטאג אינדערפרי שמעלקע מיט זיין ווייב קענען נישט איבערגיין ווי דאס יונגע פארפאלק האבן אליין צוגעשטעלט אזא שיינעם דירה מיט אלע צוגעהערן אליין זעלבסטשטענדליך, נישט געלאפן יעדע מינוט צו מאמי אדער צו ברכי נאר אליין צווישען זיך, זיך מסדר געווען על צד היותר טוב.

שמעלקע איז געגאנגן אין מקוה אין שטאט, פאר ער איז געקומען, ווייל ער האט מורא געהאט אז דער רב המכשיר פונעם מקוה איז נישט גענוג "היימיש" פאר עם אפשר רעדט ער נאר ענגליש, וואס ברויך מען איינשטעלן!

מ'גרייט זיך אויף שבת. איידעם זאגט פארן שווער אז מ'דאווענט דא מיט א פרי מנין, שווער פרעגט מיט א אזא אנגעצויגענקייט, ס נישטא א מנין וואס דאווענט א דרייפערטל שעה נאכן זמן???? נאפ ענטפערט דער איידעם, נאר א פריע מנין. שוין זאל זיין אזוי.

שמעלקע קומט אריין אין ס'מדרש מיט א הויכן 15 אינטשיגע שטריימעל, קומט צו א איד אן א בארד (נישט קיין "היימישער") און גוט עם א ווארעמען שלום עליכם און פרעגט עם פראם ווער אר יו? שמעלקע טראכט צו זיך, שוין דער קען נישט קיין אידיש?? דער עולם קומט זיך צאם, שמעלקע ציילט אפ 11 היטלעך, 4 אן היטלעך 4 שטריימעך 8 אן א בערד און דער רב גייט מיט א היטל, דער רב גייט צו צום עמוד הייבט אן מנחה, מיט אן אמעריקאנעם אקצענט, דעם שמעלקע שמעקט עס נישט ער ברימט זיך אינטער מיט יענעם אקצענט, דער שכן זיינער דרייט זיך אויס צו עם און שמעלקע ווערט אביסעל רויטלעך און ער זאגט צו זיך, קען ער דען נישט דאווענען און א "געהעריגן היימישען אקצענט"!! מ'ענדיגט דאווענען, יעדער גיט זיך די האנט איינער פארן צווייטן שיין גריסענדיג א גוט שבת, שמעלקע האט געדארפט צוריק געבן די האנט איינס נאכן צווייטן אזוי פאר 25 מאל ער איז נישט געוואוינט צו אזעלעכע זאכן, אין זיין ס'מדרש ווי ער דאווענט געט מען א קוים א שאקל מיטן קאפ, אויך מיר א "מנהג אמעריקע" דאס רייכען די האנט ביים גוטשאמבעס זאגן ברימט זיך שמעלקע אינטער.

מ'קומט אהיים שטייט גרייט א הערליכען געדעקטען טיש לכבוד שבת המלכה. ס'איידעם מכבד דעם שווער צו זינגן די ניגוני שבת, הילכעט אויס א שרייענדע שלום עליכם, מיט היימישע ניגונים, די מלאכים האבן עס בעסער ליעב.

ס'שוויגער האט געקאכט פיינע פיש מיט געפילטע אזוי אז שמעלקע זאל זיך שפירן היימיש ס'זאל האבן א גוטן נאכטעם דאס וויילן שבת אינדרויסן פון שטאט, דודי מיטן ווייב האבן נישט צו ליעב געקאכטע פיש מיט זאפט,  עניוועי שבת איז א מצוה צו מענג זיין דעם שבת מיט גוטע עסן "וואס מ'האט ליעב", ס'קומט צו גיין א גרויסע טאץ "סושי" מכל שבעת המינים, מיט רויע פיש, געקאכטע פיש, מיט  וועדזשעטעיבעלס, טעמפורא, רויע, וכדומה לכבוד שב"ק שיין דעקארירט, מיט ספעציעלע הולצערנע עס געצייג, אין דער עולם איז זיך מחי, אבער נישט שמעלקע, דאס העט ער נישט דורך לאזן, וואסי דאס?? (כאילו ער ווייסט נישט) פרעגט שמעלקע, וואסהייסט, סושי!! זאגט שיינדי, סושי?!?! וואס דאס עסט מען פאר שבת?? וואו איז די פיש?? ווייזט שיינדי, פיש?? דא און ווייזט פארן טאטען אז כמעט אין יעדע ראלל איז דא שטיקלעך פיש, רויע, געקאכטע, מכל המינים, אבער שמעלקע לאזט נישט נאך, ווי האסטו דאס געזעהן ביי מיר??? צו ביי מאמי? מ'איז נישט משנה פון א אידישע טראדיציע!!! רופט זיך אן דודי מיט אן איידלקייט אז אין ש"ע ווערט געברענגט אז ס'טאקע דט אן ענין צו עסן פיש לכבוד שבת אבער אויב האט מען עס נישט ליעב זאל מען עס נישט עסן מ'דארף זיך נישט צווינגען, עונג שבת איז נישט נאר צו האלטן צו א געוויסע טראדיציע, נאר די אמתדיגע עונג שבת איז צו עסן וואס מ'האט ליעב, שמעלקע ברימט זיך אינטער, אין ש"ע? אין וועלעכע דרוק? פרעגט ער ווי א ת"ח, ווי האסטו דאס געלערנט אין מיר?? אדער אפשר דער רב דער מגולח פון שול דער וואס רייכט די האנט אזוי ווארעמלעך?? זיי לערנען דעם ש"ע מיט אן אנדערען גייסט!! זיי קראצען זיך דעם פריזאר אין מיטן לערנען און נאכדעם דרייען זיי דעם פינגער כאילו זיי זענען גרויסע לומדים, עה! זיי וויסן דען ווי אזוי מ'לערענט? מיין ברידער יוסל וועט זיי שוין אויסלערנען ווי אזוי מ'לערנט.

שוין, אבער אזוי ווי דו האסטעס שוין סייווי אריינגעברענגט העלעך דיר שוין א טובה טוהן און אויך טועם זיין, קןדם האט דער שווער אנגעהויבן מיט זיין לומדות וואספארא ברכה מאכט מען דערויף? כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט געגעסן סושי, און אזוי שמועסנדיג האט ער אריין געריקט א שיינעם טעימה וואס האט  כאטשיג געהאט א שיעור בכדי אכילת פרס מיטן נודע ביהודה'ס שיעור, שמעלקע האט נישט ליעב זיך צו באניצן מיט די שיעורי חזו"א ווייל ער איז געווען א ליטוואק און ס'נישט קלאר צו דער חזו"א האט מתיר געווען צו ג'אסרט די בחירות. 

ס'קומט צו גיין פיינע ווארעמע זופ, ס'ווערט גוט פאר שמעלקע, ער קוקט אריין דערין און ער ווינדערט זיך, אוואו זענען אוועק געלאפן די לאקשען, די זופ מאנדלען, עפעס א מין זופ, ווי איז דע גאלדענע טשיקן זופ?? ס'קוקט אויס ווי ר' יענקעלעס פצעי ( גראדע פיין געווען) ס'ווייב זאגט עם ס'דילשעס בראקעלי זופ! שמעלקע וויל נישט וויסן פון גארנישט, ער זאגט אז א טראדיציע איז א טראדיציע! ס'האט נישט צו טוהן מיט דעם צו מ'האט עס ליעב צו נישט. אבער נישט מיט די טשאק איי ראוסט, פון טשאק איי ראוסט און ווייטער הייבט זיך אן די טראדיציע. סקומט צו גיין דער בעסט קינד, שמעלקע ערקלערט, אז דאס איז דער "מלך מלכי המאכלים"  דער "טשאק איי ראוסט" גרויסע שיינע ווארעמע סלייסעס, פערפיל קוגל האט מען נישט געקאכט! שמעלקע האט ניטאמאל באמערקט, "טראדיציע"!! אבער  שמעלקע איז אין אן אנדערע וועלט יעצט, יעצט איז איין טראדיציע "טשאק איי ראוסט" און דעטס איט. יעצט זענען שוין אלע מגולחים פון שול מיט די הוטן אן די הוטן מיט די אמעריקאנע אקצענט ענגליש רעדנדיגע אלעס פיינע אידן, אזא הערליכע שיינע פלאץ צו מופן מיט פיינע אידן, אה נאך אזא גוט שטיקל בשר, ער פארשטייט גארנישט פארוואס די חז"ל האבן געזאגט "טוב לו משלא נברא" ווי העט מען ווען געקענט בריקענען איבער אזא גוט שטיקל בשר אויב וואלט מען ווען  נישט געבוירן?..
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

נאכנישט דא קיין צייט צו ליינען די גאנצע אויפאמאל, אבער א לייק מוז מען אים שוין געבן, ער האט מיר (און יעדעם) שוין אזויפיל געלייקט....
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

איסר האטלקי האט געשריבן:נאכנישט דא קיין צייט צו ליינען די גאנצע אויפאמאל, אבער א לייק מוז מען אים שוין געבן, ער האט מיר (און יעדעם) שוין אזויפיל געלייקט....

נאדיר נאך איינס, מדה כנגד מדה
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך א איד »

תורי זהב נעשה לך עם נקודות הכסף
האלף לך שלמה (המחותן) פארן אזוי אויסלערנען די קינדער, אבער מאתים לנוטרים את פריו דאס מיינט מען שמעלקע.
דער גאלדענער אדלער, מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט און פרעגט מיר פארוואס איך לאך? האב איך איר גענטפערט, איך לאך פון די חברה וואס עסן איינסע ביינאכט, סושי מיט טשאק איי ראוסט.
קיפ איט גאוניג, ברענג אהער נאך.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

זייער שיין. שטארק הנאה געהאַט. ישר כח.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך יעלה ויבא »

שוין לאנג נישט אזא הנאה געהאט פין אן ארטיקל. יו מעיד קאווע שטיבל גרעיט אגען.

lead, follow, or get out of the way!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך גראף »

יו ראק!!! איך האב ממש מיט געלעבט מיט שמעלקע'ס בעד מוד. סארא דיסעפוינטמענט ווען מען האט נישט קיין געפילטע פיש פרייטאג'ס צונאכטס. איי וואס פארשטייען די בארא פארקער...

Sent from my XT1096 using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זאג נאר דאס האסטו געליעקט פון די אפקאמינג ''שטיסל'' ??

דאס משלב זיין סופו לתחילתו מיט דעם טשאק איי ראסט איז געוואלדיג.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דער אדלער איז גאלד!

זעהט אויס אז שבועות אין קאווע שטיבל האט מען פיין אויסגעבעטען ביי אהבה רבה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הערליך! איך האב מיר באלעקט די פינגער מיט די קאלירפולע כאראקטערען וואס זענען דא אויסגעשריבען.

נאר איין פראבלעם, ס'האט זיך גע'ענדיגט צו פרי. מיר ווילען זע'ען די המשך הדברים, וויאזוי די לעבען אנטוויקעלט זיך, געשמירט מיט פיהל שטיקלעך 'טשאק איי ראוסט' פשוט אז ס'זאל גייען גלאטער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעלה ויבא האט געשריבן:יו מעיד קאווע שטיבל גרעיט אגען.

עקזעקטלי! א טיפיקעל זיסע ק"ש ארטיקל, דיינע אויסדרוקן זענען עפעס צוקער זיס!
הנאה געהאט פון יעדע שורה.
קיעפ איט קאמינג......
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א ליטעראטישער אנאליז

דער שמעלקע זעט אויס איינער וואס זוכט א באקוועמער לעבען. ער דערהייבט נישט די אומזיכערקייט פון זיך דארפען איבערקלערען יעדער ריר זיינער. אזוי פארלאזט ער זיך אויף ׳היימישקייט׳ מחליט צו זיין יעצט וואס צו טוהן.
ווען ער זעט סושי ביים טיש, נאך אן ערלי שבת מנין מיט אן אמעריקאנער חולם, און הוטלאזע גוטשבת׳ס, ווייסט ער נישט אויף וועלכע פלאנעט ער געפונט זיך.
ווען זיין פלייש קומט אריין, ווערט ער פלוצלונג נאכאמאל באקוועם. נישט ווייל די תאווה וועגט איבער זיין שיטה, נאר ווייל די גאנצע שיטה איז נאר געווען אזא תאווה אזא.

פעטער יוס׳ל דארף אן אנדערע מאמר, מיט זיין אייגענעם אפטייטש
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען אין איינע פון די בתי מדרשים ווי די נקיי הדעת דאווענען.

קומעך אריין דארט, וועם טרעף איך דארט, יוסל! שטייט דארט מיטן טלית אויפן פלייצע גרייט צום דאווענען און פירט אן א גאנצע שמועס וועגן דעם כינוס, צו ס'יא אויסגעהאלטן מ'זאל גיין פראטעסטירן צוזאמען מיט די ליטווישע אדער נישט און צו מ'זאל בכלל אריין נעמען די אנדערע חסידישע קרייזן, מ'טענהט ארויף אראפ סברות לכאן ולכאן.

יוסל פרובירט איבער צו שרייען דעם עולם מיט זיין הייזעריגע שטימע אז ער האלט, אז ער פארשטייט נישט פארוואס אין דער וועלט מ'איז בכלל דן אפילו אלץ א ספק ספיקא פון א הוה אמינא אז מ'זאל גיין מיט די ליטוואקעס, דאס אידאך אמאל זיכער אפגערעדט אז נישט, נאר אפיל מיט די אנדערע חסידישע קרייזן דארף מיר זיך אפילו נישט אויסמישן, אונז דארפן געדענקן אז אינז זענען מיט די ריינע אמונה הקדושה והטהורה וואס דער רעבעזעכרוינעלעבראכע האט אינז אויסגעלערענט.
און די ליטוואקעס מיט די אנדערע קרייזן זוכן אייביג פשרות, וואס דאס אידאך אייביג געווען קעגן אינזער שיטה.
און וועגן אן פילן א סטאדיום, קודם כל האבן אינז גענוג פלייש אנצופילן דעם סטאדיום, און אפילו ווען נישט, נו זענען מיר דאך סייווי דעם מעט מכל העמים, דע קליינע הייפעלע, דאס אידאך אינזער שטאלץ! דער עולם שאקעלט מיט די קעפ און זענען מסכים מיט יוסלן, יא ער זאגט גוט יוסל.

נו געט יוסל א שריי אויס ברכי נפשי!! נא נא זמן תפילה, נא בחורל, ביזט שוין 13? גיי צו צום עמוד, נא ויכריע ביניהם! הודו ל, וואס הודו, קודם זאג קדיש.


אויפן וועג ארויס פון שול באגעגן איך בערל, שמעלקע'ס עלטערע איידעם ער שטייט דארט מיט געציל זיין נאנטער ידיד און קלערט עם אויף פארוואס ס'דא אזויפיל ספיקות אויפן גאס, פארוואס יעדער האט קשיות, און ס'איז נאר וועגן דער עולם קען נישט די ציוניסטישע געזעצן, ווען יא, וואלט יעדער געקומען זיך באטייליגן אן א קשיות. הא ראי' אז ס'איז אזוי, קום כ'עדיר צייגן אז כ'בין גערעכט, וואקט אריבער איינער א פרישער אינגערמאן מיט זיין שיינעם נייעם טלית בייטל און בערל פרעגט יענעם, דו קענסט דיך אויס מיט די ציוניסטישע געזעצן? ענטפערט יענער, ניין, פרעגט בערל, דו ווייזט אז די פאליציי האבן א געזעץ אז ס'ליגט אויף זיי די פליכט אויסצו שמדן די אידן, און אויף די צה"ל ליגט די זעלבע חיוב, דאס איז א געזעץ! א געהעריגע געזעץ וואס זיי מוזן אויספאלגן. און זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און באקומען דעם דיחוי אדער פטור איז א חלק פונעם שמד פלאן.
ווען דו ווייזט ווען דאס וואלסטו געפרעגט קשיות? אדער דו וואלסטוך געהויבן פיס און געקומען?
דער אומשולדיגער אינגערמאן ווייזט נישט וואס דא האט עם באטראפן, ער איז סך הכל געקומען אין שול זיך ליפטערן און דער באפאלט עם, און בערל לאזט נישט נאך, מיט א קול גדול ולא יסף, וואס לאזט נישט נאך, מ'מוז זיך לערנען די ציוניסטישע געזעצן! די הערסט? גיי זאג יעדעם איינעם וואס די קענסט אז זיי זאלן זיך לערנען די ציוניסטישע געזעצן.
דער אינגערמאן הייבט אן אוועק צו וואקן, בערל מיט געציל וואקן עם נאך, ער וואקט אין ריכטונג פונעם מקוה טראכטנדיג אריין צו לויפן אין מקוה, אבער ס'קאסט 2 טולער אדורך צו גיין די גראטעס, ער קלערט אפשר אריין צו גיין אין הכנות צימער אבער ס'נישט פון די בטעמסטע פלעצער אריין צו גיין די שעות אין טאג, און בערל מיט געציל לאזן נישט נאך, פאר יעדע צען ווערטער וואס בערל זאגט, זאגט געציל בדיל ויעבור מיט א שאקל מיט די קאפ.
כ'האב אזוי געשוינט דעם אינגערמאן, אבער כ'האב געטראכט צו מיר אז חייך קודמין, און טאמער טראג איך נישט אפ באצייטענס וועל איך ברויכן ווערן דער ציוניסטישע אדוואקאט פאר דע אסורי ציון.

פארן ארויסגיין פונעם ס'מדרש געב איך זאג פאר בערלן געב איבער א גריס פאר דיין שווער, זאג עם אז דער עולם אינדזשויעט עם אויף קאווע שטיבל!
פרעגט ער מיר, אין וועלעכן ס'מדרש?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די מאמרים פון דער גאלדענע אדלער זענען א בחינה פון אן אבר קטן, וואס משביעו רעב, מיר ווילען נאך און נאך. וויאזוי רע'אגירען זיי צו דער אומדערהויבענע סוקסעס\דורכפאל פון דער כינוס? און וואס קומט די נעקסטע?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער אנט מיר פון טובי׳ דער מילכיקער.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

די כינוס וויירוס איז שוין פיינעלי פאריבער, נאכן באמוטשענען דאס יהדות החרדית דא אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, די פארכמארעטע וואלקענעס וואס האבן געהערשט דא, ערב דעם גרויסן צומישעניש פונעם ווער יא און ווער נישט סומאטוכע, האט שוין אויסגעקלארט, די דאסט האט זיך געסעטעלט. און יעצט קען מען באשיינפערליך זעהן ווי גרויס און הייליג סאטמאר איז. און אז מיר ברויכן נישט צוקומען צו קיינעם און אז סאטמאר איז די גרעסטע/שטערקסטע/שענסטע קהילה אין דער גאנצע וועלט, און דערשרעקן זיך נישט פאר א פאר ליטוואקעס.און אז סאטמאר איז איבעראל! און איבער אלעמען!! און סאטמאר גייט בלייבן גרויס פאר די נעקסטע מיליאן און א האלב יאר.

פיינעלי וועט שוין די גאנצע וועלט איינזעהן ווער די ריכטיגע מסירת נפש אידן זענען, די הייפעלע פון 10000 אידן וואס זענען ארויס געקומען אויס צו שרייען בפני כל העולם דאס וויי געשריי פאר די אסורי ציון. וואס בעצם האמער געקענט אנפילן 3 אזעלעכע סטאדיום'ס נאר משום עין הרע האמער זיך צוריקגעהאלטן. און וואספארא אפקלאנג דאס האט געמאכט אויף די גאנצע וועלט, מהודו ועד כושטס ענק אלע

יוסל מיטן גאנצע הייפעלע זענען העכסט צופרידן פונעם כינוס, גייען מיטן קאפ ארויף. און זאגן מיט עקזטאז, יא ס'געלונגען, געוויזען פאר די גאנצע וועלט אז אינז זעמער שוין גארנישט אזא קליינע הייפעלע. און יעצט 50 יאר שפעטער, פון די באקאנטע בנש"ק תורות זעהט מען דעם ווייטן בליק וואס דער רעבעזעכרוינעלעבראכע האט געהאט, ווען קיינער איז נישט געווען מיט עם און ער האט ארויסגעשריגן זיין צער רבים און יעדער איז געווען קעגען עם און אפילו געפענט דעם וועסטל און געוויזען אז ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם, יעצט 50 יאר שפעטער זעהן שוין די גאנצע וועלט איין וואס אינז הייפעלע האמער דאמאלטס איינגעזעהן. און אז די מדינה איז טאטאל באנקראט, אמער ווי זענען די אלע פרייע ציונים? זיי צווינגען די פרומע צו גיין אין מיליטער! ווייל ס'נישטא מער קיין פרייע ציונים, זיי זענען אלע אנטלאפן פון דארט.

יוסל איז אזוי אנגעגאנגן דארט מיט אזא פרישקייט.
ביז ער האט מיך באמערקט דארט, און ער געט א שריי אויס צום עולם פאכענענדיג מיט זיין האנט אויף מיר, עטס זעהטס, אפילו דער אויפגעקלערטער אויבער חכם וויל שוין אויך צוריק קומען! אבער אין מקבלין גרים לימות המשיח!! יעצט ווען ס'גייט אינז גוט ביזטו דא? ווי ביזטו געווען ביז יעצט? ביזט געגאנגען אין דער פרעמד זיכן גליקן, האא! גיי דיר צוריק. כ'האב עם אזוי גענטפערט בדרך צחות אז כ'בין געקומען דא הערן די רעזולטאטן פינעם כינוס, ווייל דארט ווי איך דריי מיך רעדט מען ניטאמאל דערפון. האט ער זיך אויפגערעגט אויף מיר און זאגט מיר שעם דיך כאטשיג עס צו זאגן.


צוביסלעך טוען זיך די געמיטער בארואיגן און יעצט קען מען זיך שוין נעמען צוריק צו די אלטע יערליכע מחאות.
די טאוולען קלעבערס זענען שוין פארנומען מיטן אראפ רייסן די אלטע מחאות צו מאכן פלאץ פאר די נייע אדער מער געווענליכע מחאות. א בחינה פון פושט צורה ולובש צורה.

די נעקסטע מחאות אין די רייע זענען די שמאלע געפאסטע קליידער מיט די לאנגע ראובס אדער אפשר אויך קברים גראבונגען, ווער ווייסט, די פארמער בעלע בתים מיט די עשירים עלען שוין אפמאכן, און דערנאך אין קאנטרי אריין.

דער עולם גרייט זיך שוין ארויס צו פארן צו די הרי נופש, און פארלאזן די אויסגעלאסענע שטאט. און זיך אויסרוען פינעם ישיבת כרכים קשה.

יוסל, ארבייט אריין פלייסיג צו צוגרייטן זיין קאנטרי, לויפט ארום מיט זיין קלאפער געצייג אויף זיינע לענדן זיכער צו מאכן אז יעדע באנגעלוי האט לעקטער גלעזלעך, און אלעס ארבייט.
יעדע באנגעלוי האט א פארטש וואס איז באצירט מיט א געלע לעקטער גלעזעל פון 10 וואטס און דערנעבן הענגט אראפ א שלשלת הזהב וואס איז אנגעקלעפט מיט די עשרת בני המן.

יוסל האט געקויפט דעם קאנטרי ווען ס'האט געהייסן אז מ'גייט בויען אן עירפארט אין אפסטעיט ניו יארק שוין א שיינע פאר צענדליגע יארן צוריק.

קיין סאך האט זיך נישט געטוישט אינעם באנגעלוי קאלאני, יוסל, ווען ס'קומט צו א נייע זאך אדער עפעס א שינוי פונעם עבר באקומט ער אזא מין חדש אסור מן התורה סינדראם. אלעס ברויך זיין פון פריער, פונעם עבר, פינעם פריערדיגן דור הישן, בית חינוך הישן, אבער נישט ווען ס'קומט צו קמח יאשאן דארט לאכט ער, א נייע ערפינדונג, פארוואס האט דער רבי נישט געמאכט קיין עסק דערפון, ער איז נישט געווען אזוי אפגעהיטן ווי די אלע ליטוואקעס??

פאר די נעקסטע פאר וואכן דארף יוסל ארבייטן פלייסיג צו צוגרייטן די קאנטרי, די מקוה, די סווימינג פול מיט די ריכטיגע מחיצות 12 פיס אין די הייך און זיכער מאכן אז אלע תקנות סיינס הענגען פינקטלעך ווי ס'דארף.

און ס'דא דארט היפשע פאר תקנות. מ'עמער נישט אריין קריכען אין אלע תקנות כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם אבער א קליין ביסעל צו געבן דעם עולם פארשטיין פון וואס מ'רעדט דא.
ווי למשל אין שול טאר מען נישט אריין ברענגן אן ארטסקרויל גמרא נישט קיין חילוק לה"ק צו ענגליש, אפילו מתיבתא גמרות וואס מ'מעג בדוחק גדול אריינברענגן טאר מען אויך נישט לאזן נעכטיגן דארטן.
טעכנאלאגיע איז אסור בתכלית האיסור אינעם גאנצן שטח פונעם קאנטרי. באל איז אסור בתכלית האיסור און אפילו פריזבי מיט א פלאטשיגע ביבער הוט טאר מען אויך נישט אפילו פאר א דזשאוק.

ווען איינער וויל מאכן א קידוש אדער סיי וואספארא אנדערע צוזאמקום וואס אינוואלווד עסן, איז די פלייש מעג נאר געקויפט ווערן אין 82 און אלע אנדערע עסן מעג נאר אריין קומען די וואס זענען אינטער די ליסטע פון הכשרים וואס זענען מותר אינטער די קאנטרי ליסטע, סאכדעס, איידעחריידיס,וועלאווע, קיט"ל וויליאמסבורג, משא"כ ווייסמאנדל, או יו, או קעי, סטאר קעי, לאוו קעי,אסור!

מ'טאר נישט עסן סעודות שבת אויפן פארטש, ערלי שבת מנין אסור, לשון הרע, ווענדט זיך אויף וועמען.
פרויען טארן נישט קומען אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל, מיידלעך העכער 3 אסור אריינצוקומען אין מענער שול, אינגלעך העכער 4 וואס גייען אין קורצע העמעדער/הויזן וועלן נישט אריינגעלאזט ווערן אין חדר.

איינער וואס שערט זיך די בארד, אפילו נאר א קליין ביסעל טאר נישט צוגיין צום עמוד, אויב נישט געווען אין מקוה טאר נישט עולה זיין לתורה. סיי ווער ס'גייט זאגן א דרשה מוז זיך קודם דורך שמועסן מיט יוסלנן וואס די תוכן הדברים גייט זיין און פון וועלעכע ספרים מ'גייט צוברענגן.

און שטייטסעך אז מ'טאר נישט דאווענען אן א הוט, אפילו א ליטוואק וואס קומט פון א שכינותדיגע קעמפ/קאנטרי גייט אן די זעלבע תקנות. הערסט ליטוואק פון בודאפעס?? כ'וויל דיר געבן א העדס אפ פון פאראויס.
אויב די וועסט וועלן גיין כ"ו אב אויסהערן יוסלן דערציילען מעשיות פון שעראן ספרינגס זאלסטו נישט אנקומען דארט מיט דיין ליטווישע שרייענדע קאלירטע טישורט נאר זאלסט זיין אנגעטון מיט דיינע שמונה בגדים אנישט וועט יוסל דיך מכבד זיין מיטן וועג ארויס.

אין מקוה טאר מען נישט אריינברענגן קיין שום שמעקעדיגע זייף, פון סיי וועלעכע סארט אפילו דע וואס האבן א הכשר פון ארץ ישראל, נאר כשרע גילא זייף.
אין סווימינג פול טאר מען נישט אריין ברענגן מוזיק, און אויפן פארטש טאר מען אויך נישט לאזן גיין מוזיק הויך, נאר זייער איידל און שטיל און נאר היימישע בעלי מנגנים. פרויען דארפן גיין אנגעקליידעט דעם גאנצען קערפער בשעתן שווימען און מענער דארפן אן האבן שווים הויזן וואס זענען איבער די קניען.
סטראבערי שלש סעודות איז א געמיינע אמעריקאנער מנהג וואס שמעקט פון פראסטקייט. של"ס ווערט געפראוועט אין שול צוזאמען מיט יעדן ווי יוסל אליין פירט עס אן, זינגען איז יוסל מכבד אבער יעדער דארף זינגען דעם זעלבע ניגונים ווי אין שטאט, נאר מ'באקומט דעם זכות אנצוהויבן זינגען.

תורה זאגט פאר יוסל הויך,אלע יארן פונעם זעלבן פאפיר וואסי שוין איבערגעניצט געווארן פאר צירקע 30 יאר. יוסל האט גראדע געטראכט פון לאזן לעמינירן די תורה צעטליך, אבער האט אפגעמאכט אז ס'שאלה פון חדש.

און מיטן זעלבען נוסח יאר איין יאר אויס, די נוסח פון די תורות גייט בערך אזוי ווי די פרשה פון די מתאוננים, ויהי בנסוע ציט מען ארויף מיטן קול, און פון ויהי העם כמתאננים לאזט מען אראפ דעם קול זייער סאדן אויף לאו אלטיטאד,און נאכדעם ביי והמן כזרע גד הוא פארט צוריק ארויף דע קול ביז פסוק י' און דערנאך טוישט מען גיר צוריק אויף אראפ, עכ"פ דע תורה צעטעלעך פארט אויפן זעלבן טרעק. און בדרך כלל זאגט מען אלעס אין לה"ק אבער ס'קומט אריין אטאמאטיקלי א 14-15 אידישע ווערטער אין מיטן, ציווארפן דא און דארט, די אלע אידישע ווערטער האבן שוין זייער יערליכע דעזיגנירטע שטאציאנען.

יוסל הייבט מיט א הויכן קול, שטייט אין פסוק... פרעגט דע רבי... דא לאזט מען אראפ די קול און ס'פארט אזוי פאר צירקע 5 מינוט, און אל אוו עיסאדן פארט די קול ארויף צו היעלה על הדעת!! ווי קאן מען אפילו אזאנס זאגן!!! דא לאזט זיך די קול צוריק אראפ, פאר בערך נאך 4 אהאלב מינוט און נאכדעם גייט עס צוריק ארויף פינקט ווי אין אנהויב מיט "ענטפערט דער רבי, און ממילא קען מען שוין זייער גוט פארשטיין"... גאולה שלימה בב"א. ידיד נפש נאך א קאפ סעלטזער, קל מסתתר, בענטשן.

נא ווער וויל קומען פאר א שמבת צו יוסלן???
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אוי וויי! איך מעג קומען מיט מיין ביציקעל העלמעט?

כ"ו אב איז מיר זייער א שווערער טאג. כמנהג הליטוואקעס, גיי איך קיין קרית יואל אין יענעם טאג.

אגב, וואס איז מיט שמעלקא? ער גייט נישט אין קאנטרי? דער אויבער חכם לאזט זיך וואויל גייען און בלייבט אין שטאט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך פליקער »

ג'אדלער, ווי געזאגט, דא איז הייסע נייעס, ווי ביזטו געווען ביז איצט, דו דערמאנסט מיך גאר אלטע זיכרונות, באלד קומט אינזער בעלעגולע אריין, און ליינען ער וועט גיין פישטי.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

שליחה דורך טרויבן88 »

מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...
לעב אין לאז לעבן.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

טרויבן88 האט געשריבן:מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

נו מ'קען רעדן דערוועגן[emoji1]
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טרויבן88 האט געשריבן:מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

ווער האט דיר געבעטען אנהייבען טראבעל?

אז ער וויל, קען ער שרייבען אין דער וועקער, און דו וועסט באצאלעו דער 6.99

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: טראדישען

שליחה דורך טרויבן88 »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

ווער האט דיר געבעטען אנהייבען טראבעל?

אז ער וויל, קען ער שרייבען אין דער וועקער, און דו וועסט באצאלעו דער 6.99

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס טו איך שוין עניוועי
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טרויבן88 האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

ווער האט דיר געבעטען אנהייבען טראבעל?

אז ער וויל, קען ער שרייבען אין דער וועקער, און דו וועסט באצאלעו דער 6.99

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס טו איך שוין עניוועי


קענסט לייגען א גאלד ספאנסער עד, עפעס מיט א מספר ח"י און אפאר זעראס דערנאך, אין די קומענדיגע וועקער לכבודו פון דער גאלדענער אדלער. עפעס מיט אזא פארצייטישן שרייביערישע יודישוסטע לשון: א וואונטש צו אונזער ליבער גאנלדענער אדלער, כבוד איז זיין עהרע!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט