דורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:34 am
ליטוואק; כ'גיי פרובירן דיר צו ענטפערן אויף דיין תגובה, אבער קודם מוז איך אריין קריכען צוריק אין היסטאריע. כ'גיי עס אראפ לייגן אין א דריי פראנגיגע פרעזענטאציע א' ב' ג',
ווי א' רעפרעזענטירט דאס אונגארישע אידענטום און בעיקר סיגוט/ סאטמאר.
ב' די ליטווישע גדולים דא אין אמעריקע.
ג'. הרב קוק.
אלזא לאמיר כאפן א בליק אויף דעם עלטערן דור וואס זענען אריבער דעם שואה, וואס כ'האב געהאט א זכי' צו קענען אסאך פון זיי, צוליב דעם וואס מיינע עלטערן זענען אויך שואה איבערלעבערס און אויך האב אסאך געהערט פון ערשט האנטיגע מקורות.
"התבדלות" איז געווען א שטארקע אנגענומענע שיטה צווישען רוב פרומע אונגערישע אידן, און דאס גייט נאך צוריק צו די תלמידי חת"ס ווען ס'געווען די באוויסטע טיילונג. כ'וויל נישט יעצט שרייבן וועגן דעם עצם טיילונג נאר ארויסברענגן א נקודה צו מיין טענה.
ווען סאטמערע רבי זצ"ל האט איבער גענומען די לייצעס פון זיין טאטען דער קדיו"ט זצ"ל איז כדאי צו געדענקן, אז זיין טאטע איז געווען דער קעניג דאס הייסט דער גרעסטער רבנישער אויטאריטעט און אונגארן פארן פרומע ארטאדאקסישער אפגעטיילטע געמיינדע, און אלע זענען געווען אינטערגעווארפן אינטער זיין השפעה, ס'הייסט אפילו דע רבנים וואס האבן נישט געהאט קיין דירעקטע שייכות מיט עם זענען אויך מיטגעפארן מיט זיין גאנג, און ווען דער בעל ויו"מ האט איבער גענומען די לייצעס האט זיך בעיסיקלי גארנישט געטוישט נאר אז ס'אריבער מרועה אל רועה.
נאכדעם וואס די צווייטע וועלט מלחמה איז אריבער, און רוב פון דע וואס זענען געראטעוועט געווארן פוענם עמק הבכא און אויך די וואס זענען אנטלאפן, סיי דע וואס אנגעקומען קיין אמעריקע סיי דע וואס האבן נישט געקענט אריין קומען אין אמעריקא צוליב וואס זיי זענען נישט געווען אין "די פי קעמפס" און האבן זיך באזעצט אין אנדערע לענדער, אורוגוואי/ ארגנטינה/פראנקרייך/טשילע/בראזיל וכו' וכו' ביז זיי האבן זיך מסדר געווען מיט די ריכטיגע פאפירן און געקומען קיין אמעריקע אדער צו אנדערע באזעסענע לענדער ווי קאנאדא וכדומה.
פון די אלע, די וואס האבן באלאנגט צו די, לאמיר זיי רופן די "אונגארישע התבדלות גרופע" זענען ווייטער געבליבן געטריי צו זייערע פריערדיגע שיטות און חסידות/ רביים/ הויפן, חוץ די נעמען פון די אמאליגע שטעט ווי גרויסווארדיין/קליינווארדיין/מיהאלפאלווע/
ראצפערט/סאטמאר/דעברעצין/ וכו' וכו' אדער אפילו נייטרא/פאפא/צעהלים/קראסנא ועוד ועוד, וואס האט זיך אריבער געטוישט צו וויליאמסבורג/ב.פ./ קרית יואל / אדער אפילו לאס אנדזעלעס וכו' אדער אין שטעט איו אנדערע לענדער, און א חוץ די פלאטשיגע ביבער הוטן מיט די קורצע רעקלעך האט זיך גארנישט געטוישט, חוץ אפאר יחידים וואס האבן זיך געשטיצט אדער געשוירן די בארד איז אלעס געבליבן די זעלבע.
די וואס זענעו געווען עשירים פארן קריג, זענען געווארן עשירים נאכן קריג, די מויצ'לך זענען געקומען פון די זעלבע משפחות ווי פארן קריג, די ראשי קהילות, זענען געווען די זעלבע אדער זייערע יוצאי חלציו אלעס אין די זעלבע משפחות, ווער ס'געוועו א שלעפער פארן קריג איז געבליבן א שלעפער נאכו קריג, די שלעגערס זענען געווען די זעלבע, בקיצור, חוץ די פאר אויבן דערמאנטע זאכן האבן זיך גארנישט געטוישט, און די זעלבע התבדלות גרופע און בעיקר סאטמער ווי אימער זיי זענען אנגעקומען, האבן אלע ארומיגע און אלט געזעסענע געוויסט און געהערט פון זיי, צו ברצון צו באונס, מ'האט זיך פון זיי נישט געקענט ארויסדרייען, און די אלע האבן זיך נישט געהאלטן ביים שמד'ן נאר מיט אייפער אנגעהאלטן די אלטע שיטות און זיך געשלאגן דערפאר, אפילו ס'געווען געוויסע וואס האבן זיך יא אין א געוויסע זון מאדנערעזירט, דער אהנע א בארד און אנאנדערער מיטן לבוש, אבער דעם אלטען ברען האט קיינער נישט אויפגעגעבן. אדרבה זאל אינזער ר'בערל קומען עדות זאגן, כ'מיין אז אויף דעם וועט ער מסכים זיין מיט מיר גאנצע הינדערט פראצענט נישט פינף און ניינציג!
יעצט ווען סאטמערער רב האט ארויס געגעבן א געוויסע פסק הלכה, האט עס בכלל נישט אפעקטירט דע נישט "התבדלות גרופע" די דרויסענדע וועלט האט עס נישט אנגענומען, צו ס'געווען מחיצות/ פירות ארץ ישראל/שביעית/ציונות סיי וועלעכע פסקים וואס ער האט מחלק געווען מיט למשל ר' משה פיינשטייו, האט עס אנגענומען נאר זיינע מענטשן ד"ה די "התבדלות גרופע" דער דרויסענדער וועלט האט כלל וכלל נישט אנגענומען זיינע פסקים. און אפילו זיינע מענטשן האבן עס אויך נישט אנגענומען ווייל זיי האבן געהאטא טשויס, נאר זיי האבן געמוזט, בבחינת כפה עליהם הר כגיגית, אזוי האט דער סיסטעם פארלאנגט און אזוי איז עס געווען.
ב' די אלע ליטווישע גדולים וואס זענען געקומען פריער צו שפעטער, צווישען זיי, ר' משה פיינשטיין, ר' יעקב קמנצקי, ר' אהרן קאטלער, ר' שרגא פייוויל, ר' אליעזר סילווער ועוד ועוד זצ"ל. וואס זענען אהער געקומען נאך פאר סאטמערער רב, און אמתדיג געבויעט אידישקייט, בארץ לא זרועה, אויפגעשטעלט ישיבות, תלמידים, מורי הוראות, ראשי ישיבות, עהרליכע ארבייטערס, און רוב פון די אידן זענען געווען סתם אמעריקענער אידן וואס האבן נישט באלאנגט צו קיין חסידות פון דע אויבן דערמאנטע ליטווישע גדולים נאר צום פשוטן אמעריקאנער עמך איד, און ווען נישט דע גדולים וואלטן אסאך פון דע זיך נישט געהאלטן.
ר' משה פיינשטיין האט געגרינדעט תפארת ירושלים, און היפש פון זיינע נאענטע תלמידים, ווי למשל ר' אפרים גרינבלאט זצ"ל און נאך אנדערע, האט ער אוועק געשיקט אין די ווייטע שטעט אין אמעריקע זאלן גיין פארשפרייטן און פרעזערוון אידישקייט און די אלע שטעט ווי ס'היינט דא ישיבות און כוללים, איז אלץ א דאנק פאר די פריערדיגע ליטווישע גדולים, און ווען די קהילות האבן געהאט א שאלה אין געוויסע הלכה'ישע עניינם האבן זיי אנגעפרעגט ר' משה, ווי מ' זעהט אין איגרות משה, און אין אנדערע שו"ת פון יענע צייט. עכ"פ וואס מ'זעהט דערפון איז אז די דרויסענדע וועלט האט אנגענומען זייערע פסקים, און אפילו ביי די היינטיגע דיינים און מורי הוראות אפילו ביי די חסידישע וועלט איז עס ווי די עשרת הדיברות.
ג' הרב קוק זצ"ל, קומט פון משפחות פון רבנים פון ליטא, אליין געווען א רב, אין געוויסע שטעט, ווי ס'באקאנט האט דער חפץ חיים עם מפציר געווען ער זאל אהננעמען רבנות, אין שטאט זוימיל, שפעטער איז ער אריבער קיין בויסק אנצונעהמען דאס רבנות, און פון דארט האבן עם די יפו'ר קהילה איינגעלאדענט ער זאל אנעמען צו ווערן רב אין יפו און ער איז אפגעפארן קיין ארץ ישראל וואס דאס איז אייביג געווען זיין חלום פון אלץ קינד נאך.
שפעטער איז ער געפארן קיין דייטשלאנד פאר רפואות און די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער נישט געקענט צוריק גיין קיין ארץ ישראל, און אויך נישט פארבלייבן אין דייטשלאנד האט מען עם פארבעטן צו גיין קיין שווייץ ווייל שווייץ איז געווען נייטראל. פון לאנדאן איז געקומען א מושלחת עם אויפצונעמען אין קהילת מחזיקי הדת, און איז אהין געפארן ביז ער איז ארויף צוריק קיין ארץ ישראל, צו די שטאט יפו ווי ער האט געדינט דארט פון פריער. און שפעטער אנגענומען דאס רבנות אין ירושלים און בערך א יאר שפעטער געגרינדעט דאס רבנות הראשית, ווי ער האט געדינט פאר בערך פיפצן יאר, און אין יענע תקופה אויך געגרינדעט ישיבת מרכז הרב. ביז אהער איז זייער א בקיצור'דיגע היסטאריע פון הרב קוק.
און יעצט צום נקודה וואס כ'וויל ארויסברענגן. די ישיבה מרכז הרב וואס ער האט געגרינדעט און איז געפירט געווארן פון זיינע נאענטע תלמידים ווי ר' יעקב משה חרל"פ און דער נזיר, און שפעטער דורך זיין זוהן ר' צבי יהודה, זענען געקומען לערנען מכל המינים מ'האט יעדן אנגענומען און מ'האט געלערענט אויף אזא וועג אויף צו קענען זיין רבנים אין מורי הוראות, פארן נעקסטן דור. און בשעת הרב קוק האט געלעבט, האבן די מזרחי פרובירט זיך צו צו טשעפענן צו עם כאילו זיי זענען צוזאמען מיט עם אויפן זעלבן פעידזש, אבער הרב קוק האט קיינמאל נישט געוואלט מיט זיי גיין צוזאמען, און נאך זיי מוסר געזאגט און כסדר פארגעהאלטן פארוואס זיי זענען אזוי פשרה'דיג , נאר שפעטער נאך זיין פטירה ווען די מזרחי איז געווארן פרומער האבן זיי זיך מאחד געווען מיט זיינע שיטות און דיעות און אויך אנגענומען זיינע פסקים, ווי למשל היתר מכירה ועוד. אויף אזוי ווייט אז היינט צו טאגס זענען זיי גאר וואס לערנען דאס מערסטע זיינע ספרים און פירן זיך אזוי ווי עם אין אלעם. און דע אלע זענען פרעמדע מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געהאט מיט עם, און אסאך פון זיי זענען אפילו געווען פרייע.
דאס הייסט אז א ריזיגע עולם, וואס די מזרחיסטן ציילן זיך היינט צו טאגס פיהל אין צאל כן ירבו, פון די גרעסטע פארטייען אין ארץ ישראל וואס האבן גארנישט געהאט מיט עם בחייו האט ער געהאט אזא שטארקע השפעה.
און יעצט לאמיך צוקומען צו מיין מעין פאינט וואס כ'וויל ארויס ברענגן, אז ווען דו לייגסט צאם אויף א וואגשאל סאטמערער רבי קעגן די ליטווישע גדולים, זעהסטו קלאר ווער ס'האט געהאט מער השפעה און מער וואג אויף די דרויסענדע וועלט, וועמענס פסק הלכה איז אנגענומען געווארן. ס'טייטש אויף א חלק פון די דרויסענעדע וועלט.
ווען די לייגסט ארויף הרב קוק קעגן סאטמערער רב, זעהסטו קלאר וועמענס פסק הלכה האבן די דרויסענדע וועלט אנגענומען, און דא אויך א חלק פון די דרויסענדע וועלט נישט די זעלבע חלק ווי אין די ליטווישע וועלט, עכ"פ יו געט מיי פאינט,
סאי וואס כ'בין מחולק מיט דיר איז, אז דאס וואס דו נעמסט אן פאר א פשטות אז ער איז כמעט נישט אנגענומען סיי אין הלכה און סיי אין השקפה איז היפש אינטערגעשאצט אבער היפש! און לויט דעם חשבון איז סאטמערער רב די ווייניגסטע אנגענומען אדער בעסער געזאגט גארנישט אנגענומען אין די דרויסענדע וועלט.
עניוועי כ'האב פרובירט צו מקצר זיין ווי ווייט מעגליך און כ'וויל צולייגן דא אז כ'מיין בכלל נישט, און האב בכלל נישט אין מיין כוונה צו מינערען אדער צו מעסטן ח"ו איינעמס גרויסקייט א קעגן דעם צווייטן, נאר מגיב זיין אויף דיין תגובה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
דער גאלדענער אדלער אום מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:49 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.