וואס האבן די מענטשן אין קאמאן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואס האבן די מענטשן אין קאמאן?

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יולי 23, 2019 11:27 pm

סאיז דא א געוויסע סארט אייגענשאפט וואס די אלע פאלגענדע מענטשן האבן פארמאגט, אדער טוען פארמאגן.
ס׳איז א געוויסע נטיה צו א געוויסע סארט מהלך אין רעדען און שרייבען.
ווער קען צוטרעפן?



פרעזידענט טראמפ יר״ה
השר המרומם בערני סענדערס
רבי יואל טייטלבוים מסאטמאר
שבת אחים פון קאווע שטיבל
רבי אהרן טייטלבוים בעל לב אהרן
אלישב כהן
הרה״ק מקאמארנא זי״ע
הרה״ק מברעסלעוו זי״ע
המקובל רבי חיים וויטאל
התנא רבה בר בר חנא
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יולי 23, 2019 11:32 pm

ביסטו גוט.

זעהן דמיונות מיט א קלארקייט.

זיי זענען אלע מגזימים.

מאכט מיך אזוי לאכן, ישר כח.

אגב, רבב"ח איז נישט א תנא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1411 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יולי 24, 2019 12:04 am

פיין צוגעטראפן

תרי רבב״ח הוי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך יולי 24, 2019 12:09 am

גדליה פון קאווע שטיבל וואלט אריינגעפיט אין די ליסטע. ניין?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2331
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יולי 24, 2019 7:18 am

וואס עפעס?

אפילו אויב יא, איז ער א עניו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1411 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך יולי 24, 2019 12:46 pm

איר מישט צוויי זאכן לדעתי , נישט יעדער וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין עקסטרעם איז די פשט אז ער איז א בעל דמיון. סאטמארער רב איז בכלל נישט אריין אין כלל פון א בעל דמיון כאטש ער האט געהאט אן עקסטרימיסטישע מהלך צו פארשידענע זאכן. פונקט פארקערט סאטמאר רב איז געווען א היבשער סקעפטיק, הגם זיין סקעפטיסיזם האט בכלל נישט אריינגעדרינגן אין זיין צוגאנג צו אידישקייט וואס ער האט מקבל געווען מבית אבותיו ורבותיו וואס ער איז געווען שטארק מקושר צו דעם בעבותות הרגשים פון נאסטאלאגיע און פערזענליכע רעליגיעזע פארבינדונגן.
יעדעס סארט פרואוו איינציטיילן פארשידענע סארט פערזענליכקייטן אין א מצומצמדיגע אויסוואהל פון קאטאגארעיס שטויסט זיך אן אין פארשידענע אנדערע פאקטארן וואס איז מחוץ פון די עצם פערזענליכקייט און האט בעצם אפילו אן השפעה אויפן פערזענליכקייט הגם דאס זעלבע איז פארקערט, רעליגיעזע אדער אידילאגישע גלויבונג איז א וויכטיגע פאקטאר סיי אין פארמען דעם פערזענליכקייט, סיי אין ברענגן אויפגעפירעכץ וואס איז לאו דוקא אין איינקלאנג מיטן פערזענליכקייט, און צו די זעלבע צייט ווערט גלויבונג געפילטערט אין א געוויסן זין זייער שטארק לויטן פערזענליכקייט.
מיין פערזענליכע מיינונג איבער סאטמאר רב איז ווי פאלגענד. סאטמאר רב האט געגלויבט אין די אידישקייט צוגאנג פון סיגעט בעלז און שינאווע, ער איז זייער שטארק באגייסטערט געווארן איבער זייער צוגאנג פון לגדור גדר ולעמוד בפרץ. סאטמאר רב'ס צוגאנג איז אידילאגיש א המשך צו אט זייער צוגאנג און איז בכלל נישט מער עקסטרעם. נאר בשעת ווען עס קומען זיך צוזאם לפונדק אחד פארשידענע אידילאגיעס און שטרעמונגען אזוי ווי ס'איז געשען ווען חרדישע אידן האבן זיך צוזאמגענומען לאגודה אחת ובפרט נאכן צווייטן וועלט קריג, איז מטבע הדברים עוורעדזשט זיך אויס די פארשידענע מיינונגען מיט די צייט. נישט אבער אזא פערזענליכקייט ווי דער סאטמאר רב וואס פארשידענע פאקטארן האבן צוגעברענגט צו דאס וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין, ער איז געווען שטארק עמאציענעל פארבינדן מיט די אויבנדערמאנטע אידילאגיע און האט לוחם געווען דערויף מאז ומקדם ביז עס איז אים ממש געווארן אן אבסעסיע, ער איז בכלל נישט נתפעל געווארן נאך אין אונגארן פון פארשידענע אנדערע שטרעמונגען ווייל ער האט מזלזל געווען אין זייערע כושר ההנהגה, ער האט שטארק אראפגעקוקט פארשידענע אונגארישע רבנים אלס אזעלכע וואס זענען נישט צו שארף און האבן נישט קיין מושג אין ההנהגה. בעיקר איז ער שטארק אנטוישט געווארן קומענדיג קיין א"י און אמעריקע ווי ער האט אנגעהויבן צוביסלעך איינזעהן אז רוב רובם פון גדולים זענען בכלל נישט איינשטימיג מיט אים. דא קומט יא אריין א שטיקל דמיון אז ער האט באמת געגלויבט אז אויב זאל ער נאר פורס זיין משנתו וועט יעדער סוכ"ס איינזען אז ער איז גערעכט. מיט גרויס מיה און פלאג האט ער צוזאמגעשטעלט דעם חיבור ויואל משה חלומנדיג אז אט אט וועט זיך טון העפטיגע דיונים איבער אלע נושאים פונעם חיבור. ווי אנטוישט איז ער געווען נאכן ארויסגעבן דעם חיבור ווי קיינער איז זיך בכלל נישט מתייחס דערצי, דאס איז געווען א מוראדיגע דערשלאגנקייט פאר אים, הערשט דאן האט ער אנגעהויבן זיך מער און מער צו איזאלירן פון די אלגעמיינע חרדישע אידן און באשלאסן אליין ווייטער צו בויען די אייגענע קהילה אלס א פעסטונג פון נצחון אז די שיטה וואס ער איז דא צו פארשפרייטן וועט ווערן פרעזערווירט אן די הילף פון אנדערע אין וואס ער איז זייער אנטוישט געווארן
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1965 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2229 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 24, 2019 1:59 pm

ס׳גייט מיך נישט אן צו הערן קריטיק אויף מיר. אדרבה כל המרבה הרי זה משובח! אבער ס׳זאל האבן א שמץ
פון אמת ביטע! זאגטס מיר נאר וואו איך בין מגזם. אדרבה! איך פרוביר די מערסטע זיך צוהאלטן צום אמת.


עפעס זעה איך נישט דא וואס ענק זעהן יא.

לאמיר הערן!
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:

שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4916 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 24, 2019 2:37 pm

זאגטס מיר נאר צי סאיז דא חילוק צווישן מיין סטייל פון שרייבן צו די ריזיגע גוזמאות פון רבה בר בר חנה. וואס אפילו רב פפא האט געזאגט אז ער וואלט עס נישט געגלייבט אפילו ער וואלט עס געזעהן מיט זיינע אייגענע אויגן? אויב יא הער איך שוין אויף צו שרייבן...!

אז די וועלט זאגט ״שיכור״ לייגט מען זיך שלאפן....

אָמַר רַבָּה בַּר בַּר חָנָה:
סָחוּ לִי יוֹרְדֵי הַיָּם: אוֹתוֹ הַגַּל שֶׁמְּטַבֵּעַ סְפִינוֹת –
כְּעֵין צִיצִית שֶׁל אֵשׁ לְבָנָה נִרְאֵית בְּרֹאשׁוֹ,
וְהִכִּינוּ אוֹתוֹ בְּאַלּוֹת שֶׁחָקוּק עֲלֵיהֶן "אֶהְיֶה אֲשֶׁר אֶהְיֶה יָהּ ה' צְבָאוֹת, אָמֵן אָמֵן סֶלָה" –
וְהוּא נָח.
סָחוּ לִי יוֹרְדֵי הַיָּם: בֵּין גַּל לְגַל – שְׁלֹש מֵאוֹת פַּרְסָא,
וְרוּמוֹ שֶׁל גַּל – שְׁלֹש מֵאוֹת פַּרְסָא.
פַּעַם אַחַת הָיִינוּ מְהַלְּכִים בַּיָּם,
וְהִגְבִּיהָנוּ הַגַּל עַד שֶׁרָאִינוּ בֵּית מִרְבַּעְתּוֹ שֶׁל הַקָּטָן שֶׁבַּכּוֹכָבִים –
וְהָיָה כְּבֵית זֶרַע שֶׁל אַרְבָּעִים סְאָה גַּרְגְּרֵי חַרְדָּל;
וְאִלּוּ הָיָה מַגְבִּיהַּ אוֹתָנוּ יוֹתֵר הָיִינוּ נִשְׂרָפִים מֵהֶבְלוֹ.
וְשָׁמַעְנוּ קוֹלוֹ שֶׁל הַגַּל קוֹרֵא לַחֲבֵרוֹ:
"חֲבֵרִי, כְּלוּם הִנַּחְתָּ דָּבָר בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא שְׁטַפְתּוֹ –
שֶׁאָבוֹא אֲנִי וַאֲאַבְּדֶנּוּ".
אָמַר לוֹ: "צֵא וּרְאֵה גְּבוּרַת בּוֹרַאֲךָ
שֶׁאֵין לָנוּ רְשׁוּת לַעֲבֹר אֶת הַחוֹל אֲפִלּוּ כִּמְלוֹא חוּט".


וְאָמַר רַבָּה בַּר בַּר חָנָה:
אֲנִי רָאִיתִי הוּרְמִיז בֶּן לִילִית, שֶׁהָיָה רָץ בְּרֹאשׁ הַחוֹמָה שֶׁל מְחוֹזָא,
וּפָרָשׁ אֶחָד רָץ אַחֲרָיו כְּשֶׁהוּא רוֹכֵב עַל הַסּוּס לְמַטָּה מִן הַחוֹמָה – וְלֹא הִגִּיעוֹ.
פַּעַם אַחַת חָבְשׁוּ לוֹ שְׁתֵּי פְּרָדוֹת וְהֶעֱמִידוּן עַל שְׁנֵי גְּשָׁרִים שֶׁל נְהַר רוגְנַג.
וְקָפַץ מִפִּרְדָּה זוֹ לְזוֹ וּמִזּוֹ לְזוֹ,
כְּשֶׁהוּא מַחֲזִיק שְׁתֵּי כּוֹסוֹת יַיִן בְּיָדָיו וּמַעֲרֶה מִזּוֹ לְזוֹ וּמִזּוֹ לְזוֹ –
וַאֲפִלּוּ טִפָּה אַחַת לֹא נָשְׁרָה לָאָרֶץ.
וְאוֹתוֹ הַיּוֹם "יַעֲלוּ שָׁמַיִם יֵרְדוּ תְהוֹמוֹת" (תהילים קז, כו) הָיָה.


וְאָמַר רַבָּה בַּר בַּר חָנָה:
אֲנִי רָאִיתִי רְאֵם בֶּן יוֹמוֹ שֶׁהָיָה כְּהַר תָּבוֹר, וְאֹרֶךְ צַוָּארוֹ שָׁלוֹשׁ פַּרְסָאוֹת,
וּבֵית מִרְבַּעַת רֹאשׁוֹ פַּרְסָא וָחֵצִי;
הֵטִיל גְּלָלִים וְסָתַם אֶת הַיַּרְדֵּן.


וְאָמַר רַבָּה בַּר בַּר חָנָה:
אֲנִי רָאִיתִי צְפַרְדֵּעַ שֶׁהָיְתָה כְּמִגְדַּל הַגְרוֹנְיָא.
בָּא תַּנִּין וּבְלָעָהּ, בָּא עוֹרֵב וּבָלַע אֶת הַתַּנִּין וְעָלָה וְיָשַׁב בְּרֹאשׁ הָאִילָן.
בּוֹא וּרְאֵה כַּמָּה גָּדוֹל כּוֹחוֹ שֶׁל אוֹתוֹ אִילָן.
אָמַר רַב פַּפָּא בַּר שְׁמוּאֵל: אִלְמָלֵא הָיִיתִי שָׁם לֹא הָיִיתִי מַאֲמִין.
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:

שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4916 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך אברך משי » מיטוואך יולי 24, 2019 5:19 pm

הערה ומודעה מתבקשת לעת כזאת:
ביטע, קצת מער רעספעקט פאר גדולים וקדושים אשר בארץ המה, ובפרט תנאים ואמוראים ושאר צדיקי עולם וואס באלאנגן נישט אין איין שורה מיט קאווע שטיבל ניקס, און אויך נישט אז זייערע גוזמאות זאלן ווערן באהאנדלט אין דעם קאנטעקסט
ואני את נפשי הצלתי
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 421 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יולי 24, 2019 7:32 pm

אקעי, יעדער ווייסט אז די גוזמאות פין רבב"ח זענען משלים אויף אנדערע זאכן.

ממילא ווען מען זאגט אז ער איז א מגזם, מיינט מען דער פשטות פין זיינע משלים וואס זענען גוזמאות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1411 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 24, 2019 7:36 pm

אברך משי: דאס איז דו דארפסט דאס קלאר מאכן ווייזט אז דו האסט פייגלעך אין קאפ, ביי אונז איז עס אזא קלארע זאך אז ס'פאלט אונז ניטאמאל ביי אז איינער קען א טעות האבן, אבער ס'איז א גוטע זאך אז ס'דא אזעלכע ווי דיר אויך וועלכע מאכן זיכער קלאר צו מאכן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2954 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 4 געסט