דער שטילער יונגערמאן
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
דער שטילער יונגערמאן
האט איר שוין אמאל מיטגעהאלטן אין ביהמ"ד אדער קאנטרי א שטילער יונגערמאן וואס שמועסט כמעט נישט מיט קיינעם און זיצט זיך שטיל אין א ווינקעל? טראכטס בכלל פון עם? אויב יא, וואס?
די תשובה אויף דעם איז מיר זייער אונטערעסאנט, ווייל איך בין דער יונגערמאן. און נישט אז עס האט זיך יעצט אנגעהויבן. עס גייט שוין אזוי פון כיתה א' (איך געדענק נישט פונקטלעך, אבער מן הסתם). אבער א גאנץ יאר באמערקט מען עס נישט אזוי שטארק, ווייל דאס לעבן לויפט שוין אויף א ריטעם. מען גייט דאווענען, ארבעט, לערנען מיט חברותא, א לעכטיגע משפחה ב"ה.
אבער אין קאנטרי איז אן אנדערע מעשה. ווען אלעס איז קופקעס און פארברענגען אינאיינעם, איז אזא מצב היבש ווייטאגלעך. אויף אזוי ווייט אז מיינע קליינטשיקע פרעגן מיך, ווער זענען דיינע פרענדס? פארוואס שמועסטו נישט קיינמאל? און דאס גיסט נאך צי זאלץ אויף די וואונדען.
@שמעקעדיג, וואו ביזטו? אין די גוטע צייטן וואלסטו זיכער אריינגעקומען מיט א הערליכע תגובה

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
פארוואס ווען איך האב פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט דיר נאך מעריב האסטו מיר געענטפערט אונטערן נאז און מיר געמאכט שפירן ווי דו ווילסט אז איך זאל פוצן פון די אומגעגנט?
פארוואס ווען איך אפפער דיר א ציגארעטל זאגסטו מיר אפ מיט א מאך מיט די האנט ווי צו א משולח אינמיטן קר"ש?
פארוואס ווען איך פרעג דיר וועלכע מאשקאוויטש דו ביזט ענטפערסטו נישט כדי איך זאל מיינען אז דיין עכטע נאמען איז נהרי?
ביזט זיך אליינס שולדיג!
(כ'מאך א דזשאוק... אין אנדערע ווערטער פארשטיי וואס איך מיין...)
דוכט זיך אז עס איז פארהאן א לאנגע ארטיקל און דעבאטע איבער די נושא אין די 'מעלות' פון די פריע ס' יארן פון א שרייבער אבינדב ח. עס הייסט 'מיין שטילע זומער וואקאציע'.
פארוואס ווען איך אפפער דיר א ציגארעטל זאגסטו מיר אפ מיט א מאך מיט די האנט ווי צו א משולח אינמיטן קר"ש?
פארוואס ווען איך פרעג דיר וועלכע מאשקאוויטש דו ביזט ענטפערסטו נישט כדי איך זאל מיינען אז דיין עכטע נאמען איז נהרי?
ביזט זיך אליינס שולדיג!
(כ'מאך א דזשאוק... אין אנדערע ווערטער פארשטיי וואס איך מיין...)
דוכט זיך אז עס איז פארהאן א לאנגע ארטיקל און דעבאטע איבער די נושא אין די 'מעלות' פון די פריע ס' יארן פון א שרייבער אבינדב ח. עס הייסט 'מיין שטילע זומער וואקאציע'.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
אין אן עפערט צי טראבעלשאטן די פראבלעם, עגבערט מיך א לאנגע צייט די פאלגעדע ספק, און איך וואלט געווען זייער דאנקבאר פאר ווער עס קען דאס פושט זיין. איין הויפט גורם אין די סוטואציע איז "אומוואוסענהייט". סטייטשט איך בין שטארק אומוואוסענד אין נושאים וואס מענטשן האבן ליב צי שמועסן, אזוי ווי היימישע פאליטיק, מענטשן. גראדע האב איך א גוטן קאפ און איך בין איך אלץ געווען פון די בעסטע אין קלאס, און יעדער האט זיך געריסן צי לערנען מיט מיך. אבער ווען עס קומט צי קענען מענטשן און קארענט איווענטס בין איך ווי פארקלאפט.
יעצט די ספק איז אזוי. וואס איז די גורם צי וואס? איז די שוואכע סאושעל קאנעקשען די גורם צי אומוואוסענהייט, אדער פארקערט, דאס זיין אומוואוסענד איז גורם (אדער עכ"פ איינע פון די גורמים) די שוואכע סאושעל קאנעקשען?
יעצט די ספק איז אזוי. וואס איז די גורם צי וואס? איז די שוואכע סאושעל קאנעקשען די גורם צי אומוואוסענהייט, אדער פארקערט, דאס זיין אומוואוסענד איז גורם (אדער עכ"פ איינע פון די גורמים) די שוואכע סאושעל קאנעקשען?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
מאך זיכער האט געשריבן:פארוואס ווען איך האב פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט דיר נאך מעריב האסטו מיר געענטפערט אונטערן נאז און מיר געמאכט שפירן ווי דו ווילסט אז איך זאל פוצן פון די אומגעגנט?
פארוואס ווען איך אפפער דיר א ציגארעטל זאגסטו מיר אפ מיט א מאך מיט די האנט ווי צו א משולח אינמיטן קר"ש?
פארוואס ווען איך פרעג דיר וועלכע מאשקאוויטש דו ביזט ענטפערסטו נישט כדי איך זאל מיינען אז דיין עכטע נאמען איז נהרי?
ביזט זיך אליינס שולדיג!
(כ'מאך א דזשאוק... אין אנדערע ווערטער פארשטיי וואס איך מיין...)
דוכט זיך אז עס איז פארהאן א לאנגע ארטיקל און דעבאטע איבער די נושא אין די 'מעלות' פון די פריע ס' יארן פון א שרייבער אבינדב ח. עס הייסט 'מיין שטילע זומער וואקאציע'.
האלו, איך ווארט בכליון עניים נאך יעדע מעריב אז איינער זאל אנהייבן א שמועס מיט מיר!
איך רייכער נישט
גראדע ווען עס פארעמט זיך יא שמועס קען עס ציען גאנץ פיין אויב מיר 'קליקען'
]
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
יעדער וויל לערנען מיט דער שטילע איינזאמע בחור וואס זיצט אויף זיין מחילה שעות אריכות אן אויפשטיין. ס'איז עפעס אזוי אנגענומען אז ס'ווייזט אויף א גוטע קאפ און א פיינע בחור.... אבער איינמאל די בחור'ישע יארן רוקן זיך ארונטער איז אן אנדער געשעפט....
ערנסט גערעדט, הייבּ אָן פּאַרטיסיפּעטן, בעסט שוין זעהן ס'פאָרט א מחיה, מ'דארף נישט פארשטיין, די וואס רעדן הויך פארשטיין די ווייניגסטע, די רעגירונג רעכנט זיך סייווי נישט מיט די אלע החלטות.
ערנסט גערעדט, הייבּ אָן פּאַרטיסיפּעטן, בעסט שוין זעהן ס'פאָרט א מחיה, מ'דארף נישט פארשטיין, די וואס רעדן הויך פארשטיין די ווייניגסטע, די רעגירונג רעכנט זיך סייווי נישט מיט די אלע החלטות.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
ס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער שטילער יונגערמאן: אזוי ווי א יעדער געט דיר עצות וועלל איך אויך פרובירן אריינצווארפן מיינע צוויי סענט. ווען ס'מאכטציך א קופקע אין ביהמ"ד. שטופ דיך צו און הער וויאזוי ארום דער שמועס גייט. וואספארא סאבדזשעקט דער עולם דיסקוטירט. אפילו ס'איז א סאבדזשעקט אזוי ווי ספארטס. אדער להבדיל א לומדיש'ער שמועס. און דו בלייבסט מיט די צונג אינדרויסן. ווארף אריין א פאר ווערטער. אפילו ס'מאכט נישט קיין סענס. ווייל רוב מענטשן וועלכע באטייליגן זיך אין שמועס ווייסן פונקטליך אזויפיהל ווי דו אליינס. למשל ביי בעיסבאלל, קענסטו דיך אנרופן...יא. אבער ס'איז געווען א פאול באלל...אפילו דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס א פאול באלל איז...! און ביי א לומדיש'ן שמועס, קענסטו דיך אנרופן...דעס איז דאך א מהרש"א אין כתובות וואס רעדט שוין פון דעים...! רוב באטייליגערס אינ'ם שמועס, אפילו אויב זיי זענען תלמידי חכמים וועללן נישט כאפן אז דו רעדסט סתם אין די וועלט אריין. ווייל כמעט קיינער קען נישט א יעדן שטיקל מהרש"א אין גאנץ ש"ס...זיכער. נאר ווען מ'רעדט פון עסן קוגל אום שב"ק זאלסטו נישט ברענגען א מהרש"א אין מס' תמורה אדער הוריות...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טמיר האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:פארוואס ווען איך האב פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט דיר נאך מעריב האסטו מיר געענטפערט אונטערן נאז און מיר געמאכט שפירן ווי דו ווילסט אז איך זאל פוצן פון די אומגעגנט?
פארוואס ווען איך אפפער דיר א ציגארעטל זאגסטו מיר אפ מיט א מאך מיט די האנט ווי צו א משולח אינמיטן קר"ש?
פארוואס ווען איך פרעג דיר וועלכע מאשקאוויטש דו ביזט ענטפערסטו נישט כדי איך זאל מיינען אז דיין עכטע נאמען איז נהרי?
ביזט זיך אליינס שולדיג!
(כ'מאך א דזשאוק... אין אנדערע ווערטער פארשטיי וואס איך מיין...)
דוכט זיך אז עס איז פארהאן א לאנגע ארטיקל און דעבאטע איבער די נושא אין די 'מעלות' פון די פריע ס' יארן פון א שרייבער אבינדב ח. עס הייסט 'מיין שטילע זומער וואקאציע'.
האלו, איך ווארט בכליון עניים נאך יעדע מעריב אז איינער זאל אנהייבן א שמועס מיט מיר!
איך רייכער נישט
גראדע ווען עס פארעמט זיך יא שמועס קען עס ציען גאנץ פיין אויב מיר 'קליקען'
]
דאן זענט איר מסתמא פון די סארט וואס האט געהעריג וואס צו מיטטיילן נאר עפעס לאזט אייך נישט אנהייבן מיט פרישע מענטשן.
אויב זענט איר באקוועם אין א געוויסע קליקע נאר אין די פרעמד איז אייך שווער וויל איך אייך מגלה זיין א סוד, רוב וועלט שעמט זיך אין אנהייב ביים זיך באקענען מיט פרישע מענטשן, אויב פעלט פאר איינעם די בושה איז נישט פשט אז ער האט גוטע סאצעאלע סקילס נאר עס מיינט אז עפעס פעלט אים אדער איז אים לויז אין קאפ.
א קליינע טיפ קען איך דיר געבן וואס האט מיר זייער שטארק געהאלפן, היות עס זענען נישטא ביי אונז צופיל סארטן פערסאנעליטיס קענט איר נאכן אבזערווירן די 'קרא' אנצייגן בערך ווער איז ווער, דאס הייסט אויב זעט איר אין די קופקע דעם מיטן שיפער שטאפענעם קאפעליוטש וואס טרינקט גאר הייסע קאווע מיט ווייניג מילך קענט איר אים צושטעלן צו אייער באקאנטער וואס פירט זיך ענליך א.א.וו.
אויך איז זייער פראקטיש אנצוהייבן א שמועס אומבאמערקט ווי למשל פרעגן א זייטיגע שאלה ווען די שקיעה איז אדער וואו ווייט איז צו שפאצירן ביז קארלסבורגע קאנטרי, עס וועט זיך שוין אנהייבן א שמועס צווישן אלע משתתפים און איר וועט זיין אינעווייניג.
אדער אויב זעסטו מיר קענסטו מיר סתם זאגן אז דו ביסט טמיר פון קאווע שטיבל און איך וועל קעיר נעמען פון אייך...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
וואס גענוי פעלט דיר אין דיין יעצטיגע מצב? ווייל אסאך פון די עצות דא זענען נישט גוט. אריינרעדן אינדערוועלט אריין איז נישט גוט, כמובן לכל בן דעת.
אפשר איז דיר בעסער טרעפן חברים אנליין, ווי מ׳האט נישט די פרעשור
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אפשר איז דיר בעסער טרעפן חברים אנליין, ווי מ׳האט נישט די פרעשור
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
איך פארשטיי דיר אזוי גוט
איך גלייב נישט אז זיין באקאנט אין די נושאים איז דער פאקטאר. רוב שמועסערס ווייסן מן הסתם ווייניגער פון דיר נאר זיי האבן נישט מורא פון א טעות אדער דוירעכפאל
איך קען נאר מסכים זיין מיט קל וחומר גיי אויף א זעלבסטמארד מיסיע פרוביר צו אנהייבן שמועסן ווי דו קענסט.
עס גייט זיין צומאל גאר אומבעטעמט אבער עווענטועל צאלט עס זיך אויס און פון א דוירעכפאל שטארבט מען נישט
נ.ב. איך רעד צו מיר אויך
איך גלייב נישט אז זיין באקאנט אין די נושאים איז דער פאקטאר. רוב שמועסערס ווייסן מן הסתם ווייניגער פון דיר נאר זיי האבן נישט מורא פון א טעות אדער דוירעכפאל
איך קען נאר מסכים זיין מיט קל וחומר גיי אויף א זעלבסטמארד מיסיע פרוביר צו אנהייבן שמועסן ווי דו קענסט.
עס גייט זיין צומאל גאר אומבעטעמט אבער עווענטועל צאלט עס זיך אויס און פון א דוירעכפאל שטארבט מען נישט
נ.ב. איך רעד צו מיר אויך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
קל וחומר האט געשריבן:ס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)
כמיין אז קאנפידענס איז נישט די פראבלעם. איך האב נישט קיין שום פראבלעם צי דאווענען פארן עמוד אדער רעדן פאר א רבים. דארט ווי איך פיל אז איך האב וואס אריינצורעדן אין די שמועס, האב איך נישט קיין פראבלעם דאס צי טון. די פראבלעם איז נאר איז רוב מאל פיל איך ווי איך באלאנג נישט אין די שמועס, טאקע ווייל איך קען נישט די נושא. און נישט נאר איך האב נישט וואס צוצוגעבן, נאר צומאל ווייס איך אפילו נישט פון וואס מען רעדט געהעריג.
אזוי ווי אסאך מאל, האב איך היינט נאך שחרית פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט איינעם. ער האט מיך שיין געענטפערט אויף וואס כהאב געפרעגט, אבער ער האט נישט אוי געזען אונטערעסירט צי ציען די שמועס ווייטער, און ער איז אוועקגעלאפן די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט געהאט... און איך בין געבליבן מיט מיינע שאלות אין בויך...
טראכט אריין, פארוואס וויל איינער שמועסן מיט דיך? ווייל ער האלט אז ער וועט קענען ארויסנעמען ענדזשוימענט פון דעם, צי ווייל איך קען עם פארקויפן זאפטיגע זאכן, צי ווייל איך האב א זאפטיגע שפראך. אבער אויב קען איך עם גארנישט צושטעלן, פארוואס זאל ער וועלן פארברענגען מיט מיך? חוץ די גוטהארציגע מענטשן וואס וועלן שמועסן מיט מיך כמו לשם מצוה... אבער נישט פון דעם רעדט מען
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
שמערל האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס האבן סאשעל עניקזייעטי און מיטשן זיך יעדע מאל זיי זענען אין פאבליק, צו פארברענגען נארמאל מיט אנדערע, אבער זיי קענען נאכאלטס האבן נאנטע חברים מיט וועם צו פארברענגען איינס אויף איינס אין פריוואט.
ביסטו אזוי? אדער האסט בכלל נישט קיין חברים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט?
זייער א גוטע נקודה. די תירוץ איז אז עס איז מיר זייער שווער צי אנקניפן נאנטשאפט מיט מענטשן בכלל. איך האב געציילטע מענטשן וואס קליקן מיט מיך, אבער איך טרעף מיך כמעט נישט מיט זיי. רוב מענטשן מיט וועם איך פרוביר צי אנקניפן באצוענגען פיל איך ווי עס קליקט נישט, איך פיל פשוט אומבאקוועם צי זיין אין זייער פרעזענס. עס עגבערט מיך "וואס זאל איך יעצט זאגן/פרעגן?"
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
לאמיר נעמען פראקטישע דוגמאות. מען לייגט צאם די תפילין נאכן דאווענען, און נעבן מיר איז דא איינער וואס פארקויפט אויף עמעזאן. זאל איך צוטרעטן צי אים "וויאזוי גייט עמעזאן ביזנעס?" "וואס פארקויפסטו?" איך מיין אז ער איז גאנץ ווייניג אינטערעסירט צי אויספאקן יעצט זיין עמעזאן ביזנעס. דאס איז נאר גוט פאר איינער וואס האט שוין פון פארדעם א שייכות. יא, אויב וואלט איך אויך געווען אין די ליין וואלט עס געווען אינטערעסאנט פאר ביידע, אבער דאס איז נישט די קעיס.
אדער קען איך עם פרעגן סתם הוידל בוידל אין וועלכע קעמט גייט דיין יונגעל? אה דארט מאכט מען גוטע עקטיוויטיס וכו. אבער די אלע שמועסן קומען צי א דעד ענד, און מען שיידט זיך אהן ווערן סיי וואס נענטער.
איך האב מורא אז די פראבלעם איז אז איך האב גארנישט צי פארקויפן אונטערעסאנט. קיינער איז נישט אינטערעסירט צי זיין נאר די פארציילער אהן צוריקבאקומען עפעס. יעצט אויב זאל די שמועס זיין וועגן די מלבי"ם, אדער עפעס תורה'דיג, צי היסטאריע, וואלט איך געקענט זיין כאטשיג איקועל אדער מער.
אדער קען איך עם פרעגן סתם הוידל בוידל אין וועלכע קעמט גייט דיין יונגעל? אה דארט מאכט מען גוטע עקטיוויטיס וכו. אבער די אלע שמועסן קומען צי א דעד ענד, און מען שיידט זיך אהן ווערן סיי וואס נענטער.
איך האב מורא אז די פראבלעם איז אז איך האב גארנישט צי פארקויפן אונטערעסאנט. קיינער איז נישט אינטערעסירט צי זיין נאר די פארציילער אהן צוריקבאקומען עפעס. יעצט אויב זאל די שמועס זיין וועגן די מלבי"ם, אדער עפעס תורה'דיג, צי היסטאריע, וואלט איך געקענט זיין כאטשיג איקועל אדער מער.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
רוב עולם רעדט דא פון די ערשטע מינוט בושה, וואס אסאך נארמאלע מענטשן פילן אזוי. אבער ס'זעהט נישט אויס אז פון דעם רעדסטו.
לכאורה דיין עיקר פראבלעם איז צו ציען ווייטער די שמועס. אין דעם איז שוין דא אלע לעוועלס מענטשן, אויף איין עקסטרים איז די מענטש וואס האט גלייך א מעשה אויף יעדע ענין, און קען דיין מחותן'ס שכן, אוין וויסט וויאזוי ס'ארבעט, און האט א מיינונג, וכו. און אויפן צוויטן עקסטרים ביסטו.
עס איז נישט גרינג צו טוישן די מהלך המחשבה פון די די מח, אבער די עצה פארדעם איז בערך אזוי. ווען דו פרעגסט איינעם א שאלה, טראכט נישט וואס נאך קען איך פרעגן? וועלכע נאך ענין קען איך רעדן? נאר הער צו וואס ער זאגט. טראכט, וואס קען איך זאגן אויף דאס וואס ער האט יעצט געזאגט? וואס האב איך אמאל געהערט/געזען/געטראכט איבער די ענין וואס יענער זאגט? וואס נאך וויל איך פארשטיין פון זיינע ווערטער, אפשר קען ער עפעס מסביר זיין טיפער/ברייטער?

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
טמיר האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס האבן סאשעל עניקזייעטי און מיטשן זיך יעדע מאל זיי זענען אין פאבליק, צו פארברענגען נארמאל מיט אנדערע, אבער זיי קענען נאכאלטס האבן נאנטע חברים מיט וועם צו פארברענגען איינס אויף איינס אין פריוואט.
ביסטו אזוי? אדער האסט בכלל נישט קיין חברים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט?
זייער א גוטע נקודה. די תירוץ איז אז עס איז מיר זייער שווער צי אנקניפן נאנטשאפט מיט מענטשן בכלל. איך האב געציילטע מענטשן וואס קליקן מיט מיך, אבער איך טרעף מיך כמעט נישט מיט זיי. רוב מענטשן מיט וועם איך פרוביר צי אנקניפן באצוענגען פיל איך ווי עס קליקט נישט, איך פיל פשוט אומבאקוועם צי זיין אין זייער פרעזענס. עס עגבערט מיך "וואס זאל איך יעצט זאגן/פרעגן?"
בקיצר, דו ביסט נישט דארט! ביסט פארנימען מיט זיך!
פארוואס זאל איינער וועלן מיט דיר שמיסען ווען דיין קאפ איז נישט פאלי דא
ס'איז פארנימען טראכטען סעלפישלי "וואו אזוי קוק איך יעצט אויס"? אדער "וואו אזוי פיל איך יעצט"? "איך בין יא באקוועם און בין נישט באקוועם"? "וואס זאל איך יעצט זאגן וואס וועט מאכן די בעסטע אימפרעשען"?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער שטילער יונגערמאן
הדסים האט געשריבן:[tag]טמיר[/tag] איך וויל דיר נישט משוגע מאכן, אבער איך זע אז דו האסט געלייקט מיין תגובה, האסט גארנישט צו רעאגירן?
גראדע מיין איך אז דו האסט געשריבן די מערסטע צי די זאך. אבער די עצה ווייס איך נישט צי עס וועט העלפן. אנלעס אז איך האב עפעס זאפטיג צי פארקויפן יענער זאל באמת 'הנאה האבן' פון די שמועס, וועט די שמועס סוכ"ס אנקומען צי א דעד ענד, און מען וועט זיך צוגיין אן צי אנקניפן עפעס זאכליכע באצוענגען. אז איך וועלן האבן צייט קען איך שרייבן דוגמאות.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
טמיר האט געשריבן:לאמיר נעמען פראקטישע דוגמאות. מען לייגט צאם די תפילין נאכן דאווענען, און נעבן מיר איז דא איינער וואס פארקויפט אויף עמעזאן. זאל איך צוטרעטן צי אים "וויאזוי גייט עמעזאן ביזנעס?" "וואס פארקויפסטו?" איך מיין אז ער איז גאנץ ווייניג אינטערעסירט צי אויספאקן יעצט זיין עמעזאן ביזנעס. דאס איז נאר גוט פאר איינער וואס האט שוין פון פארדעם א שייכות. יא, אויב וואלט איך אויך געווען אין די ליין וואלט עס געווען אינטערעסאנט פאר ביידע, אבער דאס איז נישט די קעיס.
ניין פרעג נישט ווי אזוי זיין ביזנעס גייט
פרעג אים ווען ביסטו ארויף געקומען אין קאנטרי דאנערשטאג נאכט אדער פרייטאג / די קענסט אוועק גיין פרי? וכו' און די לייג אויך צו צום שמועס אז דיין באסס לאזט דיר נישט אוועקפארן פאר פרייטאג 1:00 און ער וועט דיר שוין פרעגן ביי וועם / וואס איז דיין ארבעט און מען קען פון דארט פאהרן א דריי שעהיגע שמועס על דא ועל הא
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.
דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.
דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.