די שמועס איבער פון גיין צום/אין עבר און די סתירה פון דעם צו די
געזעץ פון קאוזעליטי קען אפשר אויך אנרירן (און פאראלעלן) אויף דעם וואס דר. לינדא זאגזעבסקי טענה׳ט פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט (בנוגע
פעיטעליזם און דעם פראבלעם פון ידיעה מכחיש הבחירה), אז די
נעסעסיטי פונ׳ם עבר לכשלעצמו איז ל״ד מקושר צו דעם אז די עבר איז די
קאוז פון זאכן בהעתיד/בההוה און אז מ׳קען די עבר נישט טוישן.
ועוד פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט, אויב נעמט מען נישט אן די
יוניקנעס אין די
געזעץ פון קאוזעליטי [מער ווי איין קאוז קען צוברענגן צום זעלבן אייניגן עווענט, ולמשל
פריעמציע בתוך דעם פראבעביליסטישן טעאריע פון די קאוזעל קשר], ווערט דא אויך לכאורה אביסל בעסער.
ווי אויך איז נישט אזוי זיכער, פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט, אז די
געזעץ פון קאוזעליטי׳ס דירעקציע איז, געזעצליך, דוקא טעמפאריש; עס איז מעגליך אז עס נאר אזוי מער בדרך אגב ווי אזוי אונז פערסיוון דאס. אגב, טייל נוצן (אויף פארקערט פון אונזער שמועס) די ארגומענט פון טעארעטישע טיים טרעוול אויפצוווייזן אז קאוזעליטי איז נישט מקושר צו דייקא א טעמפארישע דירעקציע. אן ענטפער דערויף איז אז למעשה פאר
זיך אליין גייט ער יא טעמפאריש פאראויס. און נאך איז אינטרעסאנט אז טייל ווילן ברענגען ראיות פון פיזיקס גאר, אז וויבאלד מ׳האט געקענט טעאריזירן ביי פיזיקס אויף א צוריקצווועגס קאוזעישן (פיינמאן און אנדערע), ווייזט דאס אז די דירעקציע דערפון איז ל״ד טעמפאריש.
(און דאס איז אלעס אויב קען מען בכלל פילאזאפיש אנאליזירן די קשרים אין קאוזעליטי;
פרימיטיוויזם אדער אפילו ראססעל׳ס
עלימינעיטיוויזם.)
{איך פארשטיי אז די מבוכה דא איז בעיקר די פיזישע געזעץ פון קאוזעליטי; נישט די מעטאפיזישע/פילאזאפישע. דאס איז אלס געזאגט געווארן בדרך אפשר גמור, ופשוט הוא.}*
עגלה ערופה האט געשריבן:ס'איז דא וואס טענהען אז די טיטאניק האט געזינקען וויבאלד אלע טיים טרעוועלערס זענען געגאנגען צו די טיטאניק פארן זינקען צו ראטעווען די טיטאניק, און איעדער האט געמאכט די חשבון אז ער וועט זיין די איינציגסטע טיים טרעוועלער דארט, אבער למעשה האבן אלע טיים טרעוועלער געמאכט די זעלבע חשבון, און וויבאלד ס'איז דארט געווען אזויפיל מענטשן האט די טיטאניק געזיקען.
מ'קען אפשר זאגן ענליך אז עס איז באקאנט ארטור קלארק'ס דריטע געזעץ אז:
Any sufficiently advanced technology is indistinguishable from magic
איז אפשר די אלע עדות וכדומה איבער כישוף (וידוע שיטותיהם של הרמב"ם והרמב"ן והגר"א וכו' בזה) זענען געווען פון וואס מ'האט געזעהן טיים טרעוולערס (און פארשטייט זיך אז די מעיד/ים האט/האבן נישט געוואוסט אז זיי זענען טיים טרעוולערס) באווייזן נוצנדיג זייער פארגעשריטענע טעכנאלאגיע...
און אפשר בנוגע דאס מעגליקייט עפ"י סייענס פאר טיים טרעוול בכלליות קען מען ציטירן קלארק'ס ערשטע געזעץ, "ווען א סייענטיסט זאגט אז עפעס איז מעגליך, איז ער רוב זיכער גערעכט. ווען ער זאגט אבער אז עפעס איז אומעגליך, איז ער גאנץ מעגליך נישט גערעכט."