פארוואס? האט געשריבן:יוֹדֵעַ כָּל יֵצֶר - דו ווייסט אלעס,
אפשר קענסטו מיר פארענטפערן מיינע שאלות?
הַכֹּל יָׁכוֹל - דו קענסט טוהן אלעס,
אויף די פראבלעמען נעם אויך בַּעַלוּת,
בטרם כל יצור נברא - דו ביסט דא פאר אלעס,
וואס מאכט אויס מיינע מעלות?
מי אני האט געשריבן:אין דעם אז דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ג) באגרעניצט ידיעת ה׳ [״יודע כל יצר״] אז עס איז נישט מגעת אל הפרטיים [דער פייטן, @פארוואס?, שרייבט דאס דאך בגדר שאלה] אבער דאך ווערט דאס נישט גערעכענט ווי א ליאות וחסרון בזה אז ער איז א ״כל יכול״. ווי באקאנט, טאמער נעמט מען אן אזוי איז די פראבלעם פון שלעכטס נישט אזוי שטארק. דער רלב״ג טוהט נאך מער דעוועלאָפּן זיין טעאדיסי אין מאמר ו (ח״א פי״ז-חי) וואו ער האלט (אזוי ווי אפלטון) אז הקב״ה האט נישט באשאפן די וועלט מיש לאין, נאר [ווי אזוי ער האט געמאכט דאס ״בטרם כל יצור נברא״] פון א חומר קדמון וואס איז אויך עטערנאל. דאס איז די סיבה פארוואס עס איז דא שלעכטס אין די וועלט, ווייל מ׳קען עס נישט אפשיידן פונ׳ם חומר, וואס פון (די) חומר זענען די רעות אין דאס איז אן אינטעגראלע חלק בלתי מופרד פונ׳ם בריאה. און דאס צו טוישן פאלט נישט אונטער די הגדרה פון ״יכולת״ וממילא אין בזה ליאות בהקב״ה בזה.
עפ״י ביאורו של דר. סיִמאָר פעלדמאן.
תחכמוני האט געשריבן:דער רמב"ם אין מורה נבוכים גייט אויך ענדליך צו דעם. ער איז מסביר אז די וועלט ווערט געפירט דורך די חוקי הטבע (השגחה כללית) און רוב מענטשן (און אלע בעלי חי און צומחים) האבן נישט קיין עקסטערע השגחה פרטית. אבער ווי מער א מענטש ווערט נענטער צום באשעפער, איז ער זוכה צו א נענטערע השגחה פרטית. ער מאכט דארט חוזק פונעם מוסלומענישן כת האשעריה וואס האלט אז יעדער בלעטל רוקט זיך ווייל דער אייבערשטער באפוילט אים זיך צו רוקן (כנוסח ר' יו"ט ערליך - און דער קליינער ווארעמעל איז איינגעשלאפן זיס).
פארוואס? האט געשריבן:תחכמוני האט געשריבן:דער רמב"ם אין מורה נבוכים גייט אויך ענדליך צו דעם. ער איז מסביר אז די וועלט ווערט געפירט דורך די חוקי הטבע (השגחה כללית) און רוב מענטשן (און אלע בעלי חי און צומחים) האבן נישט קיין עקסטערע השגחה פרטית. אבער ווי מער א מענטש ווערט נענטער צום באשעפער, איז ער זוכה צו א נענטערע השגחה פרטית. ער מאכט דארט חוזק פונעם מוסלומענישן כת האשעריה וואס האלט אז יעדער בלעטל רוקט זיך ווייל דער אייבערשטער באפוילט אים זיך צו רוקן (כנוסח ר' יו"ט ערליך - און דער קליינער ווארעמעל איז איינגעשלאפן זיס).
ייש"כ. קען איך באקומען א פונקטליכע מראה מקום צו דעם רמב"ם?
מי אני האט געשריבן:דער רלב״ג בכלל, דורכאויס מאמר ד אין מלחמות ה׳, האלט מורא׳דיג ענליך פונ׳ם/צום מורה׳ס מהלך בהשגחה. דארט (מער אינ׳ם צווייטן האלב) טוהט ער דאס אויך דורך בקשר להפראבלעם פון שלעכטס. ועיין כאן מש״כ בענין זה באריכות יותר.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:בדרך כלל איז מיר גארנישט שווער. אלע קושיות און ספיקות בענייני דת ואמונה זענען ביי מיר זייער קלאר, ב"ה.
מיר איז ב"ה אויך גארנישט שווער.
תחכמוני האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:דער רלב״ג בכלל, דורכאויס מאמר ד אין מלחמות ה׳, האלט מורא׳דיג ענליך פונ׳ם/צום מורה׳ס מהלך בהשגחה. דארט (מער אינ׳ם צווייטן האלב) טוהט ער דאס אויך דורך בקשר להפראבלעם פון שלעכטס. ועיין כאן מש״כ בענין זה באריכות יותר.
אין דיין תגובה דארט ווילסטו מדמה זיין די קושיא פארוואס דער אייבערשטער האט נישט געמאכט אז די טבע זאל זיין נאר גוט צו דער קושיא פארוואס דער אייבערשטער קען נישט באשאפן א רינדיכיגן סקווער. במחילת כבודך איז דאס נישט קיין פארגלייך בכלל.
א רינדיכיגן סקווער איז א פראבלעם אין דעפיניציע (לויט פילע פילאזאפן). אויב א סקווער "טייטשט" אן אביעקט מיט פיר עקן, דאן קען דאס נישט זיין רינדעכיג, דהיינו אן קיין עקן, אויף דער זעלבער צייט. ווייל אויב עס האט פיר עקן וועסטו עס "רופן" א סקווער, און אויב עס האט נישט קיין עקן, וועסטו דאס "רופן" רינדעכיג. נישט ווייל עס איז נישט מעגליך במציאות צו האבן א רינדעכיגן סקווער, נאר ווייל עס מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אזא זאך. אזוי ווי עס מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז דער באשעפער זאל באשאפן אן אביעקט וואס איז גרין און נישט גרין אויף דער זעלבער צייט. די קושיא אבער פארוואס דער באשעפער האט באשאפן א וועלט וואס האט שלעכטס אין זיך במקומה עומדת.
כִּי מַהוּת הַדָּבָר – גִּדְרוֹ, וְהַגֵּדֵר מְחֻבָּר מִסּוּגוֹ וְהֶבְדֵּלוֹ
שיתואר הדבר בגדרו כמו שיתואר האדם בשהוא החי המדבר. וזה התואר הוא המורה על מהות הדבר ואמיתתו כבר בארנו שהוא פרוש שם לא דבר אחר
דאס איז בעצם משורשו אין די פילאזאפיע פון פּלאטינוס - אז חומר איז שורש הרע, ווייל בעצם האט חומר פאר זיך נישט קיין יקום בלא הצורות וכו׳. פּראקלוס האט אבער געהאלטן מיט א קנייטש אנדערש, ווייל ער האט געהאלטן אז פּלאטינוס׳נס מהלך פירט אריין צו א גנאסטישע דועליזם בין טוב לרע. ער האט געהאלטן אז די רעות קומען בעצם ווייל זיי זענען מקושר להטוב. למשל, א בוים פאר זיך, ואפילו איר חומר אליין, איז גוט. דאס זעלבע פאר פייער אליין. אבער ווען זיי קומען זיך צאם דעמאלטס איז עס רע. אין אנדערע ווערטער, כדי אז רע זאל בכלל זיין פעהלט אויס פאר עס צו רייטן אויף טוב.מי אני האט געשריבן: דער רלב״ג טוהט נאך מער דעוועלאָפּן זיין טעאדיסי אין מאמר ו (ח״א פי״ז-חי) וואו ער האלט (אזוי ווי אפלטון) אז הקב״ה האט נישט באשאפן די וועלט מיש לאין, נאר [ווי אזוי ער האט געמאכט דאס ״בטרם כל יצור נברא״] פון א חומר קדמון וואס איז אויך עטערנאל. דאס איז די סיבה פארוואס עס איז דא שלעכטס אין די וועלט, ווייל מ׳קען עס נישט אפשיידן פונ׳ם חומר, וואס פון (די) חומר זענען די רעות אין דאס איז אן אינטעגראלע חלק בלתי מופרד פונ׳ם בריאה. און דאס צו טוישן פאלט נישט אונטער די הגדרה פון ״יכולת״ וממילא אין בזה ליאות בהקב״ה בזה.
עפ״י ביאורו של דר. סיִמאָר פעלדמאן.
תחכמוני האט געשריבן:דער רמב"ם אין מורה נבוכים גייט אויך ענדליך צו דעם. ער איז מסביר אז די וועלט ווערט געפירט דורך די חוקי הטבע (השגחה כללית) און רוב מענטשן (און אלע בעלי חי און צומחים) האבן נישט קיין עקסטערע השגחה פרטית. אבער ווי מער א מענטש ווערט נענטער צום באשעפער, איז ער זוכה צו א נענטערע השגחה פרטית. ער מאכט דארט חוזק פונעם מוסלומענישן כת האשעריה וואס האלט אז יעדער בלעטל רוקט זיך ווייל דער אייבערשטער באפוילט אים זיך צו רוקן (כנוסח ר' יו"ט ערליך - און דער קליינער ווארעמעל איז איינגעשלאפן זיס).
פארוואס? האט געשריבן:(הגדרה איז מלשון גדר, ווייל א דעפינאציע איז א באגרעניצונג, ווען מ'דעפינירט אן אביעקט אז עס איז גרין, איז עס א באגרעניצונג אז עס קען נישט זיין אן אנדערע קאליר)
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט