א קריזיס: עלטערע בחורים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

א קריזיס: עלטערע בחורים!

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:21 pm

רבותי, עס פלאקערט א פייער, ואין פוצה פה ומצפצף.

מען דרייט זיך אביסל אין די גאסן, אין פארשידענע בתי מדרשים, כוללים, געשעפטן, און וואו נישט.

ליידער וואו מ'שטייט און וואו מ'גייט, זעהט מען עלטערע בחורים, די הארץ ווייטאג איז איום ונורא.
איך קען עס פשוט נישט צוקוקן!

געוואלד, וואס גייט פאר מיט אונזער סאסייעטי???

איין משפחה זוכט בלויז די בעסטע מיידל, אן אנדערע טאטע לעבט שוין נישט, דער דריטער האט אן אנדער תירוץ,
שדכנים פאלן אויך ווייניגער און ווייניגער, מיט פארשידענע - הגם גערעכטע - תירוצים.
הצד השווה שבהם - אז עס איז א הארצרייסענדע עפידעמיע, וואס איז שווער אראפצושלינגען.

לויט ווי איך הער מפי השמועה, איז ביי מיידלעך נישט פאראן אזא גרויסע צאל עלטערע אומפארהייראטע.
וואס איז א מעלה מצד אחד, אבער מצד השני איז נישטא גענוג מיידלעך פאר די אלע בחורים.

איז דא עפעס וואס צו טון? האט איינער עפעס אן עצה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15106
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18110 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:03 am

ביי די ליטווישע איז פונקט פארקערט, זיי האבן אן איבערפלוס פון מיידלעך פאר ווייניגער בחורים. איז די עצה פשוט, די "איבריגע" חסידישע בחורים זאלן חתונה האבן מיט די "איבריגע" ליטווישע מיידלעך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאנקל אום דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:24 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:12 am

יאנקל האט געשריבן:ביי די ליטווישע איז פונקט פארקערט, זיי האבן אן איבערפלוס פון מיידלעך פאר ווייניגער בחורים. איז די עצה פשוט, די איבריגע ״חסידישע״ בחורים זאלן חתונה האבן מיט די ״איבריגע״ ליטווישע מיידלעך.

וואס וועלן די קונדער זיין?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3783
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1866 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:23 am

נולד מאוחר האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:ביי די ליטווישע איז פונקט פארקערט, זיי האבן אן איבערפלוס פון מיידלעך פאר ווייניגער בחורים. איז די עצה פשוט, די ״איבריגע״ חסידישע בחורים זאלן חתונה האבן מיט די ״איבריגע״ ליטווישע מיידלעך.

וואס וועלן די קונדער זיין?

אזוי ווי ביי יעדן אינטערפעיט פארפאלק, וועט מען צינדן די מנורה נעבן דעם קראצמעך-בוים.

בילד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:26 am

די פראבלעם איז נשיט קיין אידשע.
איבעראל איז דא סינגלס וואס קענען זיך נישט דערוועלען.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3783
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1866 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:28 am

נולד מאוחר האט געשריבן:די פראבלעם איז נשיט קיין אידשע.
איבעראל איז דא סינגלס וואס קענען זיך נישט דערוועלען.

אבער ביי אונז, צוליב וויאזוי אונזער סאסייעטי ארבעט, ווי אויך צוליב דעם וואס מיר היטן די תורה, איז דאס אסאך א גרעסערע פראבלעם און ווייטאג.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5867 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:50 am

יאנקל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:ביי די ליטווישע איז פונקט פארקערט, זיי האבן אן איבערפלוס פון מיידלעך פאר ווייניגער בחורים. איז די עצה פשוט, די ״איבריגע״ חסידישע בחורים זאלן חתונה האבן מיט די ״איבריגע״ ליטווישע מיידלעך.

וואס וועלן די קונדער זיין?

אזוי ווי ביי יעדן אינטערפעיט פארפאלק, וועט מען צינדן די מנורה נעבן דעם קראצמעך-בוים.



איך האב געליינט ערגעצוואו אז ביי א חתונה פון א געמישטע פארפאלק רח"ל איז דער קאטוילישער גלח געשטאנען מיט א גרויסן צלם אין די האנט זייט ביי זייט מיט א רעפארם ראביי און האבן צוזאמען אנגעפירט מיט די "סידור קידושין" צערעמאניע.
וגר זאב עם כבש. זיפץ.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7999 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:56 am

הרב לעיקוואוד, אפשר קענט איר אונז טאקע איבערגעבן א נאנטערע באריכט איבער די שידוך קריזיס ביי די ליטווישע וואס זיי פארפירן אזוי. וואס זענען די גורמים?
געהערט האב איך צוויי סיבות, איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין איינע. 1. ווייל די בחורים האבן דארט אן אייגענעם מיינונג און זיי קלויבן זיך ווייל זיי פארשטייען בעסער ווי אונז אין הלכות אישות , וד"ל. 2. מער בחורים גייען אראפ פון וועג ווי מיידלעך, דעריבער בלייבט אן איבערפלוס פון מיידלעך. (דיסקלעימער: ביטע אטאקירט מיר נישט דערויף אויב עס איז נישט אמת, איך זאג נאך ווי א פאפוגיי).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7999 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:01 am

יאיר האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:ביי די ליטווישע איז פונקט פארקערט, זיי האבן אן איבערפלוס פון מיידלעך פאר ווייניגער בחורים. איז די עצה פשוט, די ״איבריגע״ חסידישע בחורים זאלן חתונה האבן מיט די ״איבריגע״ ליטווישע מיידלעך.

וואס וועלן די קונדער זיין?

אזוי ווי ביי יעדן אינטערפעיט פארפאלק, וועט מען צינדן די מנורה נעבן דעם קראצמעך-בוים.



איך האב געליינט ערגעצוואו אז ביי א חתונה פון א געמישטע פארפאלק רח"ל איז דער קאטוילישער גלח געשטאנען מיט א גרויסן צלם אין די האנט זייט ביי זייט מיט א רעפארם ראביי און האבן צוזאמען אנגעפירט מיט די "סידור קידושין" צערעמאניע.
וגר זאב עם כבש. זיפץ.

מיר פארפארן פון שמועס, אבער לאמיך שוין צוענדיגן מיט דעם. איך האב אמאל געהערט פון הרב מרדכי נויגרשל אז ער איז געווען ביי אזא חתונה פון א געמישטן פארפאלק, וואו א ראביי און א גלח האבן צוזאמען מסדר קידושין געווען. נויגרשל האט געזאגט אז דער איינציגסטער חילוק צווישן דעם ראביי און דעם גלח איז געווען דער קאפל. דער גלח איז געגאנגען א קאפל און דער ראביי נישט...
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:04 am

יאיר האט געשריבן:הרב לעיקוואוד, אפשר קענט איר אונז טאקע איבערגעבן א נאנטערע באריכט איבער די שידוך קריזיס ביי די ליטווישע וואס זיי פארפירן אזוי. וואס זענען די גורמים?
געהערט האב איך צוויי סיבות, איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין איינע. 1. ווייל די בחורים האבן דארט אן אייגענעם מיינונג און זיי קלויבן זיך ווייל זיי פארשטייען בעסער ווי אונז אין הלכות אישות , וד"ל. 2. מער בחורים גייען אראפ פון וועג ווי מיידלעך, דעריבער בלייבט אן איבערפלוס פון מיידלעך. (דיסקלעימער: ביטע אטאקירט מיר נישט דערויף אויב עס איז נישט אמת, איך זאג נאך ווי א פאפוגיי).

איך האב געהערט אז דער עיקר סיבה איז וייל ביי ליטווישע האבן די בחורים חתונה אסאך שפעטער משא"כ די מיידלעך [מיידלעך דארט האבן חתונה בערך די עידזש וואס חסידישע בחורים האבן חתונה] ממילא וויבאלד יעדער יאר ווערט געבוירן מער און מער קינדער קומט אויס א פשוטע חשבון סזענען דא מער מיידלעך ווי בחורים.
כמה ראשי ישיבות האבן טאקע ארויסגעגעבן א צעטל אז מזאל אנהייבן חתונה האבן בחורים פריער, אבער זעהט נישט אויס סהעלפט צופיל.
אויך סיבה 1 איז פארשטייט זיך גערעכט. דאס האט סיי מיט דעם וואס זיי גייען צו צו דעם אנדערש און סיי ווייל ווען מאיז עלטער פארשטייט מען פשוט מער.
לגבי סיבה 2, אפילו סזאל זיין אמת אז מער בחורים גליטשען ווי מיידלעך, גלייב איך נישט אז סאיז גענוג צו מאכן א חילוק כלפי שידוכים.

נאך א סיבה צו דער קריזיס איז אז סגעט פרנסה פאר די שרייבער אין jo, משפחה, יתד, וכו'. ודו"ק.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5867 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:05 am

יאיר האט געשריבן:הרב לעיקוואוד, אפשר קענט איר אונז טאקע איבערגעבן א נאנטערע באריכט איבער די שידוך קריזיס ביי די ליטווישע וואס זיי פארפירן אזוי. וואס זענען די גורמים?
געהערט האב איך צוויי סיבות, איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין איינע. 1. ווייל די בחורים האבן דארט אן אייגענעם מיינונג און זיי קלויבן זיך ווייל זיי פארשטייען בעסער ווי אונז אין הלכות אישות , וד"ל. 2. מער בחורים גייען אראפ פון וועג ווי מיידלעך, דעריבער בלייבט אן איבערפלוס פון מיידלעך. (דיסקלעימער: ביטע אטאקירט מיר נישט דערויף אויב עס איז נישט אמת, איך זאג נאך ווי א פאפוגיי).

נומער 2 לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל, אבער נומער 1 איז אמת. און ווייל די ליטווישע בחורים זענען אין אלגעמיין שטארק מקפיד אויף דער שיינקייט פון די מיידלעך, נעמען זיי מיידלעך וואס זענען היבש אינגער פון זיי, צומאל זעקס-זיבן יאר. יעדעס יאר ווערן געבוירן מער קינדער פון דעם פריערדיגן יאר, און אויב די מיידלעך פון תשנ״ג גייען אויטאמאטיש פאר די בחורים פון תשמ״ה-מ״ז איז דא פיל מער מיידלעך ווי מ׳דארף.

---
לעיקוואד האקט און זאגט ענליך.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:25 am

געהערט אמאל א סיבה, אז ביי די ליטווישע קלויבן זיך די מיידלעך גאר שטארק, וועלנדיג האבן דוקא ריכטיגע בני תורה פאר מענער, דעריבער ווערן זיי עלטער און האבן נישט אזוי שנעל חתונה.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:50 am

יאנקל האט געשריבן:ביי די ליטווישע איז פונקט פארקערט, זיי האבן אן איבערפלוס פון מיידלעך פאר ווייניגער בחורים. איז די עצה פשוט, די ״איבריגע״ חסידישע בחורים זאלן חתונה האבן מיט די ״איבריגע״ ליטווישע מיידלעך.

ס'איז אבער נישט אזוי פשוט. וויאזוי וועלן זיך די חסידישע צו געוואוינען צו די ליטווישע משוגעת'ן און "חומרא'ס" און די ליטווישע צו די חסידישע "קעפעידעס".
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8380 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:54 am

מורינו הרב האט געשריבן:געהערט אמאל א סיבה, אז ביי די ליטווישע קלויבן זיך די מיידלעך גאר שטארק, וועלנדיג האבן דוקא ריכטיגע בני תורה פאר מענער, דעריבער ווערן זיי עלטער און האבן נישט אזוי שנעל חתונה.

און ביי די חסידישע זוכט מען א מיידל וואס זאל קענען אהערשטעלן א גוטן אווערנייט קוגל און זאל קענען דעם גאנצן קיצור שולחן ערוך אויף אויסנווייניג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8380 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 4:17 am

יאנקל האט געשריבן:מיר פארפארן פון שמועס, אבער לאמיך שוין צוענדיגן מיט דעם. איך האב אמאל געהערט פון הרב מרדכי נויגרשל אז ער איז געווען ביי אזא חתונה פון א געמישטן פארפאלק, וואו א ראביי און א גלח האבן צוזאמען מסדר קידושין געווען. נויגרשל האט געזאגט אז דער איינציגסטער חילוק צווישן דעם ראביי און דעם גלח איז געווען דער קאפל. דער גלח איז געגאנגען א קאפל און דער ראביי נישט...

איך וויל נאר צוענדיגן דיין גמר ס'זאל זיין בתכלית השלימות, איך דערמאן זיך אז איך האב טאקע געליינט די עובדא אין איינעם פון הרב נויגרשל'ס ספרים "למה הם שונים".
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7999 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:17 am

בעצם וואס איז אזוי שלעכט צו זיין א בחור?
און אז איינער האט חתונה ביי די פינף און צוואנציק איז ער עפעס א רחמנות?
עס זעהט נישט אויס ווי דער עולם איז אזוי צופרידען ביי די דרייסיג ממילא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:13 am

איחוד, את אשר יגורתי בא.
איך האב ביים אנהויב אשכול געהאט די זעלבע געדאנק, אבער תיכף אפגעשטויסן די מחשבה זרה.

איך האף אז דו מיינסט עס נישט אמת'דיג.
ווען השי"ת האט געזאגט לא טוב היות אדם לבדו, האט ער געזאגט וואס ער אלס באשעפער ווייסט דאס בעסטע פאר א מענטש.
אפילו מען שלאגט זיך, איז נאך אלץ בעסער דער חתונה געהאטער לעבן. ווער וויל דען ווערן צוריק א בחור?
מען האט אן אייגן פריוואטע פלאץ, וואו מען ווארט דיך אפ מיט כל טוב, ביזט דער מלך פון שטוב,
און נאך גוטע זאכן וואס קומען נאך דער חתונה...

און ווען דער בחור זאל וויסן אז ביי די 25 ווערט ער שוין א חתן, וואלט געווען א האלבע צרה.
למעשה ווייסט ער דאך נישט ווען עס גייט פאסירן, און אויסער דעם האב איך שוין געטראפן עלטערע, 28, און אפילו 30 יעריגע.

איך האב נישט לאנג צוריק געלייענט א שיינע ארטיקל אין די "בינה" איבער שלום בית.
וועגן דעם ענין אז מענטשן זענען נישט אייביג צופרידן מיט די שלום בית, מען האט נישט קיין נערוון צום חלק שני,
שרייבט דארטן איינער איבער דעם "באהאלטענעם פונק" צווישן א קאפעל.
אויב רח"ל דו דארפסט איין נאכט גיין אין שפיטאל פאר א סיבה, אדער סיי וועלכע אנדערע שוועריגקייט באטרעפט דיר אין לעבן,
ווער גייט ווייטאגן פאר דיר? ווער גייט מיטגיין? פארוועם גייסטו עס די ערשטע פארציילן און זיך אויסרעדן? ווער גייט זארגן פאר דיר יעדן טאג?
אזוי ברענגט ער נאך אסאך משלים, אז פונקט ווען א איד איז נישט קיין גרויסער אוהב ה', אבער ווען עפעס פאסירט ווייסט ער דעם ריכטיגן אדרעס
עס שיילט זיך אפ זיין שמוץ ארום די נשמה און שפירט אז נאר השי"ת קען העלפן און ער ווענדט זיך צו אים
אזוי ווען עס קומט א מצב אין לעבן דאן זעהט דער מענטש איין ווער עס איז זיין נאנסטער מענטש אין לעבן, און מען הייבט אן אפרישיעטן דאס ווייב.

איך בין אביסל אוועק פון שמועס נאר צו אויסקלארן איחוד'ס ווערטער.
יעדער איינער דארף א ווייב. אז מענטשן טענה'ן זיי זענען נישט צופרידן, דאס איז אבי געזאגט.
אודאי קען זיין בעסער, און מען דארף ארבעטן דערויף, אבער עס איז בלי שום ספק בעסער ווי בחור'ן און זיך דרייען אויף גאט'ס גרויסע וועלט אן קיין שום ציל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15106
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18110 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:17 am

נאך א זייטיגע חסרון פון אזויפיל בחורים, אז מיר האבן ווייניגער מעמבערס אין מאחורי ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15106
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18110 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:42 am

קען זיין ביסט גערעכט, אבער עס ווערט נאך נישט א טראגעדיא.

וואס איז יא א טראגעדיא, יאך בין אדורך געגאנגען דער וואך עטרת גאלדא, האב איך געזעהן אן אנלויף פין היימישע אנגעפארענע וואס רעדען אידיש, טייל האבען מיט געברענגט מיידלעך און זיי האבען זיך מנשק געוועהן ליידער אין די גאס.

נאכען פרעגען וואס דא איז היינט, האב איך געהערט אז דאס מיידעל וואס ס'האנדעלט זיך מיט נ.וו. האט חתונה געהאט מיט דעם דייטש בחור.

בדרך אגב, האט מען זי געשריבען א כתובה פין א בתולה, דאס איז די גרעסטע ראי' אז נ. וו. איז הונדרעט פראצענט אומשולדיג.....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:51 am

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געלייענט א שיינע ארטיקל אין די "בינה" איבער שלום בית.
וועגן דעם ענין אז מענטשן זענען נישט אייביג צופרידן מיט די שלום בית, מען האט נישט קיין נערוון צום חלק שני,
שרייבט דארטן איינער איבער דעם "באהאלטענעם פונק" צווישן א קאפעל.
אויב רח"ל דו דארפסט איין נאכט גיין אין שפיטאל פאר א סיבה, אדער סיי וועלכע אנדערע שוועריגקייט באטרעפט דיר אין לעבן,
ווער גייט ווייטאגן פאר דיר? ווער גייט מיטגיין? פארוועם גייסטו עס די ערשטע פארציילן און זיך אויסרעדן? ווער גייט זארגן פאר דיר יעדן טאג?
אזוי ברענגט ער נאך אסאך משלים, אז פונקט ווען א איד איז נישט קיין גרויסער אוהב ה', אבער ווען עפעס פאסירט ווייסט ער דעם ריכטיגן אדרעס
עס שיילט זיך אפ זיין שמוץ ארום די נשמה און שפירט אז נאר השי"ת קען העלפן און ער ווענדט זיך צו אים
אזוי ווען עס קומט א מצב אין לעבן דאן זעהט דער מענטש איין ווער עס איז זיין נאנסטער מענטש אין לעבן, און מען הייבט אן אפרישיעטן דאס ווייב.
וערטער.

מיין משגיח ביים חתן שמועס האט מיר נאכגעזאגט בשם דר. וואלאך המפורסם, אז ביים מאכען היים וויזיטן ווייסט ער תמיד דער מצב פון די שלום בית אינעם שטיב, אויב לויפט עם דער ספאוס נאך צום טיר און פרעגט: דאקטער איז די מחלה אנשטעקעדיג? ווייסט ער אז עס טויג נישט אבער אויב פרעגט דער ספואס: דאקטער ווי לאנג וועט נעמען ביז יענער ווערט געזינט? ווייסט ער עס הערשט א גוטע שלום בית דארט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2551 מאל

הודעהדורך העלא » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:56 am

עס איז נישט סתם א טראגעדיע אבער א טראדעגיע,

בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה,
השרוי בלא אשה שרוי בלא, שמחה, חומה, טובה, ברכה,
כל אדם שאין לו אשה אינו אדם
על

די מציאות ווייזט אז מער ווייניגער דיע וואס האבן חתונה געהאט פרי און זענען צופרידן אין זייער מערידזש די זענען ערליך,
האבן פראבלעמען מיט רעדן ניוול פה וכדו',

די אלע וואס האבן חתונה שפעט זענען סאך שוואכער אין אידישקייט, איינער וואס האלט ביי די 25 און ער איז סינגל, און ער קען זאגן מיט א פיל מויל
אז ער האט נאך נישט חוטא געווען במזיד אפילו איין מאל אין לעבן קען נעמען קוויטלעך,


פרעגטס נאר עני סינגל פון 23 און העכער וואס איז קלוג און פארשטענדליך, ווי טעראבל עס איז צו לעבן אהן א ווייב,
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:33 am

העלא האט געשריבן:די מציאות ווייזט אז מער ווייניגער דיע וואס האבן חתונה געהאט פרי און זענען צופרידן אין זייער מערידזש די זענען ערליך,
האבן פראבלעמען מיט רעדן ניוול פה וכדו',

די אלע וואס האבן חתונה שפעט זענען סאך שוואכער אין אידישקייט.

וואס ווייזט דאס אויף אונזער חינוך, אז בחור וואס נישט פאריאגט און פארפלאגט און האט נישט קיין ווייב\משגיח אפאר יאר ווערט שוין א גאנצע קאליקער?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:41 am

געפילטע פיש האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:די מציאות ווייזט אז מער ווייניגער דיע וואס האבן חתונה געהאט פרי און זענען צופרידן אין זייער מערידזש די זענען ערליך,
האבן פראבלעמען מיט רעדן ניוול פה וכדו',

די אלע וואס האבן חתונה שפעט זענען סאך שוואכער אין אידישקייט.

וואס ווייזט דאס אויף אונזער חינוך, אז בחור וואס נישט פאריאגט און פארפלאגט און האט נישט קיין ווייב\משגיח אפאר יאר ווערט שוין א גאנצע קאליקער?

אי משום הא לא אריא. אין יעדער סאסייעטי איז א מענטש וואס געהערט נישט צו קיין שום מסגרת ווערט אזא באם/אויסווארף.
בסך הכל קענסטו טעהנן פארוואס ביי אונז איז נישטא קיין נארמאלע מסגרת אויזער חתונה האבן. למשל ווען סוואלט געווען א נארמאלער מסגרת פון לימודים גבוהים, ע"ד יוניווערסיטי, וואלט א עלטערע בחור געקענט געהער צו דעם פונקט ווי א יונגערמאן.
אבער דער סיסטעם איז אויסגעשטעלט אז מהאט חתונה און אזוי פארט דער באן. איז ווער ספאלט ארויס פון דער סיסטעם, האט א פנים ווי יעדער וואס פאלט ארוסי פון סיי ועלכער סיסטעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5867 מאל

הודעהדורך העלא » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:43 am

עס איז אייביג אזוי געווען און עס איבעראל, אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, עס איז א נס זיך צו האלטן אלץ סינגל אין די 20גער יארן, מ'דארף ארבעטן זייער שווער,

עס האט מיט א מסגרת גארנישט,

לעבן אהן א ווייב איז א פראבלעם פאר יעדן קלוגן מענטש, אזוי זאטגט די תורה, און די מציאות ווייזט אזוי, אפילו מ'האט א פול טיים דזשאב פלאס מ'פירט א ביזנעס
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:13 pm

העלא, איך האב ממש דאס געוואלט זאגן,
לא עלי תלונותיכם,
ביי דעם ענין איז נישט די טענה אויפן "סיסטעם",
אויב עפעס, איז עס נאר אומפארשטענדליך מצד הקב"ה, וואס האט באשאפן דעם מענטש אויף א אופן פון "לא טוב היות אדם לבדו" און מוז האבן א עזר כנגדו, ברוחניות ובגשמיות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15106
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18110 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט