איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5556
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7411 מאל

איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך מי אני »

כ׳האב געזעהן אז עס זענען דא עטליכע טעאיסטן וואס פּאזיטירן אז אונזער וועלט איז די גיהנום ממש. זה אומר בכה וזה בכה בזה. כ׳האב (נאכ)נישט געזעהן די טעזע אין אַן אקאדעמישן וטעאלאגישן פארמאט, חוץ דאס וואס מ׳קען אפשר מעמיס זיין בדבריה של קריסטיִן דע פּיִזאַן, אבער איך גלייב אז מ׳דארף אבער צו נעמען די טעזע (וועלכע האט בּודהיסט קלאנגען) ברצינות.

דאס איז ווייל אזא קאנסעפּשאן איבער וואס עלמא הדין איז באמת בתוך טעאיזם, פארענטפערט עטליכע טעאלאגישע פראבלעמען בחדא מחתא. צום אלעם ערשטן פארענטפערט דאס סיי די טעאלאגישע פראבלעם פון שלעכטס על הכלל און די פראבלעם פון גיהנום בפרט. דאס איז ווייל אויב איז דא א ג-ט וועלכער האט באשאפען מערערע עולמות און רעלמס, איז יתכן אז עס איז שייך אופנים מ׳דארף באשטראפן די יצורים וועלכע האבן געזינדיגט אין אַן אנדערן העכערן רעלם (וואס אונז קענען ניטאמאל משיג זיין נישט די סארט יצורים און נישט זייער זינד בכלל, והכל בלשון מושאל). והיינו, זיי שיקן ״אין גיהנום״. יעצט, אונזער וועלט איז דאך פיל מיט רעות, וואס אט דאס איז דאך די פראבלעם פון שלעכטס. אבער אויב איז אונזער וועלט די גיהנום ממש, צו וואו די יצורים ווערן געשיקט אפצוקומען, איז דאך פשוט פארוואס עס זענען דא רעות בהעולם. דאס איז דאך די גאנצע פּוינט פון גיהנום ועונש! איי, אויב אזוי ווערט פארקערט שווער איבער פארוואס זענען דאן דא טובות בהעולם, ועכ״כ אז דער רמב״ם ודעימיה טענה׳ן אז די טוב בהעולם וועגט איבער די רע? דאס איז ווייל ג-ט האט געוואלט (בלשון מושאל) באשאפען דאס ״בעסטע פון אלע מעגליכע גיהנומס״. אין אנדערע ווערטער, אז די פראבלעם פון גיהנום ווערט נישט נולד. אויב איז אונזער וועלט דאס וואס די ״גיהנום״ איז און מיינט, וואס כנ״ל קען מען דאך טענה׳ן אז אונזער וועלט האט מער טוב (ועכ״כ אז עס יתכן א יעוד שבו צו אַך ורק תענוג להאדם בעוה״ז), דאן איז שוין ״גיהנום״, הגם עס איז צער און פּיין ל״ע, נישט אזוי געפערליך אויף צו טענה׳ן נגד הקב״ה. ער האט געמוזט באשאפן א ״גיהנום״, און ער האט געזוכט דאס בעסטע מעגליכע וועג דאס צו טוהן אז עס זאל דאך נאך אלס זיין ״טוב״. ואפשר לומר דזהו הרמז בב״ר (ט ו) אמר ר' זעירא והנה טוב מאד זו גיהנם ע״ש.

אין אנדערע ווערטער, דאס איז אַן עקסטרעמע ווערסיע פונעם תירוץ פון ״גילגול״ אויף צו פארענטפערן פארוואס מ׳קומט אפ אויף די וועלט, והוא מחמת עוונות אינעם פריערדיגן גילגול. ביי דעם איז דאס נישט אז מ׳ווערט (דייקא) מגולגל פון א פריערדיגן לעבן אויף די וועלט, נאר מ׳ווערט דא אריינגעשטעלט מחמת ״עוונות״ פון אַן אנדערן העכערן רעלם. וויבאלד דאס איז די רעלם פון ״גיהנום״ ועונש ממש. און איינער ליידט מער און איינער ווייניגער ווענדענדיג זיך אין זיין ״חטא״ אינעם העכערן רעלם.

א חבר מיינער א חכם מחוכם האט אויך געהאט געטראכט פון די טעזע מדעת עצמו. ער האט געקלערט אז דאס קען אויך פארענטפערן די טעאלאגישע פראבלעם פון בחירה חופשית נגד גזירה והכרח. והיינו, ווייל אויב איז אונזער וועלט די גיהנום ממש וואס מ׳מיינט מיט ״גיהנום״, דאן איז מער יתכן אז ס׳זאל טאקע אלעס זיין דיטערמענד, כדי אז מ׳זאל פונקטליך אפקומען דאס וואס ג-ט וויל מ׳זאל אפקומען. און דאס וואס עס דאכט זיך פאר׳ן מענטש אז ער האט יא א בחירה חופשית כדי לבחור באיזה דבר, איז אליינס א חלק פונעם עונש דורכ׳ן אים דאדורך געבן פסיכאלאגישע צער אז דאס וואס ער ליידט איז מחמת רוע בחירתו. און דאס זעלבע איז אויף דעם וואס מ׳האט א לעהרע פון ״גיהנום״ דא אויף אונזער וועלט אז דאס איז א מקום עונש ״ערגעץ אנדערש״ מעלמא הדין, איז אויך דאס: להפחיד את האדם בהעולם הגיהנום האמת און אויסשטעלן די הכרח פון וויאזוי מענטשן וועלן זיך פירן, וכעין האור ה׳ במאמר ב כלל ה פ״ג לגבי מצות התורה. (ווי אויך לרמז להאדם איבער דעם געדאנק ומושג פון ״גיהנום״, וואס דאס איז באמת עלמא הדין.)

וואס בלייבט אבער יא שווער אויף די טעזע איז אז עס האט טאקע די זעלבע פראבלעם וואס די תירוץ פון גילגול האט: דער מענטש געדענקט בכלל נישט זיין זיין וכו׳ אינעם העכערן רעלם אויף פארוואס ער ווערט באשטראפט ונענש! און דאס איז נישט יושר, וכעין ‏מש״כ הרס״ג באמונות ודעות (מאמר ו פ״ה ופ״ז, מאמר ט פ״ה) עפ״י הגמרא בסנהדרין צא: (און דער רס״ג האט טאקע נישט געהאלטן פון גילגול).

מ׳קען דאס אפשר פארענטפערן אז מ׳קען ניטאמאל האבן א השגה פונעם עקזיסטענץ אינעם אנדערן רעלם; אנדערש ווי ביי גילגול. ולכן איז נישט שייך אז מ׳זאל ״וויסן״ אויף וואס עס קומט די עונש איבער וואס דארט איז ״געווען״. או כנ״ל אז דאס נישט וויסן אליינס איז ווייטער א חלק פונעם עונש וצער; ער ווייסט ניטאמאל פארוואס דאס קומט, וואס ווען ער ווייסט ווען יא וואלט דאך דאס אים געגעבן א נחמה און פארמינערט זיין צער. (דאס איז אביסל כעין די ״ווייסע בּער״ עפּיזאד פונעם בּלעק מיראר אנטאלאגיע סעריע.)

מ׳קען אביסל שטארקן די טעזע לפי די געדאנק וואס @חתן בחור האט באשריבן אין וועקער 16, והוא עפ״י שיטת אבן רשד. והיינו, אז באמת זענען אלע קאַנשעס שכלים און נפשות פון מענטשן בעולם שלנו, איין און דאס זעלבע קאַנשעסנעס. פאר אונז, וועלכע זענען נתונים תחת הזמן, זעהט דאס אויס ווי אנדערע נפשות פרטיים. אבער פאר א בריה (בלשון מושאל) וואס איז נישט מקושר לזמן, זעהט דאס טאקע אלעס אויס ווי איינס ע״ש. וא״כ איז ״אונזער״ דאס אראפגעשיקט ווערן דא, די איינע גיהנום וואס די איינע קאַנשעסנעס הכוללת דארף דורכגיין ועל זו הדרך. טא, ווי אזוי איז שייך אז א מענטש בתוך העוה״ז הגיהנום זאל דאס משיג זיין פארוואס ער, וואס איז א (כעין) חלק דערפון, זאל משיג זיין טעם עונשו בהגיהנום הלז? (און דאס אז איינער ליידט מער און איינער ווייניגער, ווענדט זיך אינעם צאמשטעל פונעם חלק להכל.)

עכ״פ דאס אלעס קען זיין א פשט אינעם פסוק (איוב ה ז) אדם לעמל יולד, און א פשט אינעם מימרא דמתאמרא משמיה דמהרי״ד מבעלזא זצ״ל אז ״דער מענטש איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו ליידן.״ דאס איז טאקע די כוונה פון די קאַנשׁעס באשעפענישן וועלכע קומען דא אראפ, זייענדיג אז די וועלט איז די גיהנום וואס מ׳מיינט.

כמובן, אז איך וואונטש יעדעם איינעם דאס בעסטע שייך; זיין עגמת נפש בהעולם זאל זיין דאס מינימום שייך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר