וואס איז די חרדי׳שע געזעלשאפט מחשיב אלס אַן אידעאל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5556
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7411 מאל

וואס איז די חרדי׳שע געזעלשאפט מחשיב אלס אַן אידעאל?

שליחה דורך מי אני »

בעצם איז דאס וואס איך גיי שרייבן דא א המשכה צו מיין אשכול איבער הגדרת ״loser״, אבער אז @חתם סופר האט מיר געבעהטן איך זאל עפענען א נייעם אשכול ווען עס פארברייטערט זיך, איז פאלג איך אים.

אין דעם געביט האב איך געשמועסט מיט מיין שוואגער, לגבי די טוויִט געהענגעל פון איזי פּאָזען, איבער וואס די חרדי׳שע געזעלשאפט איז באמת מחשיב. ווי איך האב ארויסגעברענגט איז דאס עטאס פונעם געזעלשאפט על הכלל אנטי-אינטעלעקשטועליסט. אבער מאידך גיסא איז דאך דא, עכ״פ אפיציעל, א הערכה צו ידיעת התורה און דעם ת״ח, וואס דאס איז דאך וואס די געזעלשאפט פארעכענט אלס חכמה און ״אינטעלעקטשועליזם״. איז די שאלה צי איז כאטש דאס די געזעלשאפט באמת מחשיב אלס די העכסטע אידעאל אדער נישט?

מיין שוואגער האט גע׳טענה׳ט אז יא, בשעת איך האב גע׳טענה׳ט אז נישט. מיין שוואגער האט גע׳טענה׳ט אז פון וואס ער הערט פון זיינע חברים איז דאס וואס זיי ווילן פאר זייערע קינדער און דאס איז דאך וואס, כנ״ל, דאס געזעלשאפט על הכלל טוהט פּראפעסן. דאס איז אויך וואס ער זעהט ביי זיין טאטן וואס גרויסט זיך מיט דעם אז איינע פון זיינע זוהן איז א דיין.

איך האב אבער גע׳טענה׳ט אז כשם ווי דאס וואס דאס געזעלשאפט שיקט אין מוסדות התורה איז, לשלעצמו, נישט קיין ראיה דערצו אז דאס, ידיעת חכמת התורה, איז דער אמת׳ע אידעאל פון דאס געזעלשאפט, איז כמו כן דאס אז ווען מ׳פרעגט זיי און זיי געבן ליפּ סערוויס דערצו די זעלבע נישט קיין ראיה. וואס דען זאלן זיי זאגן? אפרעגן זייער התנהגות פון שיקן אין מוסדות, מחמת קולטוראלע און געזעלשאפטליכע סיבות? דאס איז לכאורה אויך די סיבה פארוואס די געזעלשאפט וועט זוכן מצדיק צו זיין זייער עהרע פאר געלט, טאקע מטעם "התורה", מיט (עירובין פו.) רבי מכבד עשירים ר״ע מכבד עשירים.

והא ראיה אז ס׳איז נאר ליפּ סערוויס, ווייל די חברים זיינע וואס זאגן דאס, וואס א חלק פון זיי קען איך אויך, איז עיקר מגמתם (כנראה) און פון וואס זיי רעדן בעיקר, ריין מאטעריאליזם (וואו מ׳גייט פארן וואקאציע, וואס מ׳גייט צובויען צום זומער היים, וכו' וכו' וכדומה וכדומה). א טפל שבטפלים איז אפשר תורה והמסתעף. מיטאמאל גייט מען זאגן אז לגבי זייערע קינדער האלטן זיי דאס יא אלס די העכסטע ערך (לשלעצמה, בלא די סאָשׁעל מאטעריאלע קאפיטאל וואס מ׳קען אפשר איינקעשן דערביי), וואס דאס איז יא טמון בהם? דאס איז מיר נישט מסתבר.

דאס קען מען אויך זעהן פון דעם אז די פּראפעשאנס פון מלומדות וכלי קודש בתוך דאס געזעלשאפט, הגם ״מ׳נעמט טאקע קעיר פון זיי״ (למחצה ולשליש), איז דאס אבער דאך מער אַן אראפגעקוקטע פּראפעשאן בתוך די געזעלשאפט, ואפילו בנוגע די ״גוטע/געלונגענע״ און ״פיינע״ מגי״ש וכדומה. דאס איז נישט עפעס וואס אלגעמיינע מענטשן אין די געזעלשאפט ווילן פאר זייערע קינדער ווען זיי האבן א ברירה פון א געלונגענע ביזנעסמאן אנשטאטס.

דאס האב איך אויך פערזענליך געזעהן ביי מיין טאטן ז״ל. מיין טאטע ז״ל איז געווען א איד א ת״ח ומוציא ספרים, וועלכע איז געווען אנערקענט דערפאר ביי זיינע ארומיגע. קיין געלט האט ער נישט געהאט, און כל ימיו נישט פארמאגט אַן אייגענע דירה אדער קאר (ארויסגיין אין קאנטרי זומער איז דאך אפגערעדט); דאס האט נישט גערעדט צו אים, זייענדיג אז ער איז געלעגן אין זיינע חידושי תורה און דאס האט אים געגעבן א געוואלדיג סיפוק. ער האט זיך געמוטשעט מיט עטליכע קינדער וואס זענען נישט געגאנגען בדרכיו. ווען מיין ברודער, וועלכער איז געווען א ש״ס בחור מיט דרשו בחינות, איז געקומען לגיל שידוכים האט מיין טאטע ע״ה בקושי גדול געקענט טרעפן פאר אים א שידוך. און דאס איז על אף די נאמען פון א ת״ח וואס ער האט געהאט, די נאמען וואס מיין ברודער האט געהאט, און (ווי נישט) דער נאמען וואס איך דער עלטערער פארהייראטער ברודער האט געהאט. מיין טאטע האט זיך אמאל אין יענע תקופה (מחמת יאוש) אויסגעדרוקט צו מיר, ״ווען איך נוץ ווען מיינע כשרונות אויף זיך לערנען בּיזנעס, וואלט איך לכאורה געהאט א העכערע שטאנד אינעם סאָסייעטי, און איך וואלט זיך נישט אזוי געמוטשעט מיט דעם הגם איך האב ווען די זעלבע פראבלעמען מיט קינדער.״ ואפילו ביי מיר, וואס איך בין געווען דער ערשטער און אָן די פראבלעמען, איז דאס נישט געגאנגען גרינג. (ווי @ביבער רירט אָן אין זיין ארטיקל אין וועקער 6, איז ביי שידוכים אין אונזער געמיינדע קומט ארויס די סאָשׁעל שטאנד פונעם מענטש און וואו סאָשׁעל קעפּיטאל קלאפן בעיקר אויס.)

איך האב אויך געקלערט אז מ׳קען היפּאטאזירן אז די דגוש אויף מאטעריאליזם לעומת אינטעלעקט (וואס די געזעלשאפט רעכענט אלס אינטעלעקטשועל - תורה) איז נאך מער בולט ביי חרדים ווי ביים אלגעמיינעם פּאפּולאציע. דאס קען מען אפשר זעהן פון די שטארקע שטיצע אין אלגעמיין וואס טראמפּ האט געהאט ביניהם לעומת ביים ברייטערן פאפולאציע. דאס קען זיין מכח וואס די געזעלשאפט רעכענט און איז מחשיב אלס ״סאָקסעס״ והשלמה, די מאטעריאלע השלמות וואס ער פארמאגט, לעומת זיינע שכליית׳דיגע פעהלערן און חסרונות. איך פארשטיי אז עס איז כמובן דא די קאנסערוואטיווקייט פאקטאר, מ׳באטראכט אים ווי א ״שטארקע״ פירער מיט סקילס דערין, וגם דברי @קטלא קניא בוועקער 5 בזה ידועים. אבער א שטארקע פאקטאר קען דאס אויך זיין.

אפשר איז דאס ווייטער נכלל אין דעם אז ס׳איז טאקע געשמאקער צו זיין א נאַר - דאס איז נישט וואס מ׳איז מחשיב, אחוץ וואו עס איז נוגע פאר מאטעריאלע געין.

קיין דאטא אויף מיין פאזיציע האב איך נישט, אבער דאס איז מיין היפאטעזיע.

ועכ"כ קען מען טענה'ן אז ביי א גרויס חלק פון די וואס זיצן יא און לערנען, איז עס נישט אזוי ווייט מחמת חשיבות החכמה לשלעצמה, נאר כדי מ'זאל קענען באקומען נאך "ריעל עסטעיט" אין גן עדן. און עס קומט אויס אז אפילו דאס איז אויך מחמת מאטעריאליזם. ודברי הרמב"ם בהקדמתו לפרק חלק ידועים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר