די אלע… עםם…
שכל׳דיגע קשיות דא זענען נישט קעגן ״שכל״ נאר קעגן (העלענישע)
ראדיקאלע סקעפּטיסיזם. מיינענדיג, אז אויב נעמט מען א פילאזאפישע פאזיציע אז ביז איך בין נישט זיכער און עפעס
ווארף איך עס אפ, דאן ווערן נולד אפאר פון די פירכות (חוץ די אטעמען וואס איז בע״כ; קיינער טוהט דאס נישט ווייל ״ס׳גליסט זיך״
(אחוץ טאמער באציהט מען זיך צום שאלה צי מ׳זאל באגיין זעלבסטמארד, וואס דאס האט טאקע אלבּערט קאמוס געשריבן איז טאקע ״די״ שאלה פון פילאזאפיע/חכמה/שכל)). דאס נעמט אָן בהנחה, אזוי ווי
@בְּתוֹךְ עַמִּי האלט, אז שכל דיקטירט נאר אָנצונעמען עפעס אין וואס מ׳איז 100% זיכער און טאמער נישט דאס נישט אָנצונעמען
כלל. אבער ראשית כל איז שוין גארנישט זיכער אז דאס איז וואס ״שכל״ דיקטירט, ושנית כל אפילו לפי די סקעפּטיקס איז נישט דאס זייער פאזיציע.
ווייל אפילו לפי הסקעפּטיקס איז כמובן די ״
שכל׳דיגע״ פירכא דערצו אז אין אבסאלוט
גארנישט קען מען דאך בעצם נישט זיין זיכער (ועיין בחתימתי), וא״כ היאך יכול האדם להימצא ידיו ורגליו בזה העולם? וממילא איז וואס זיי טענה׳ן איז אז די מערסטע וואס מ׳קען טוהן איז א סארט probabilistic assent: מ׳גייט מיט מיט דאס וואס זעהט אויס פאר׳ן מענטש דאס מערסטע ״
שכל׳דיג״ ריכטיגסטע לגבי זיין פערזענליכע לעבן אא״וו; עס באדארף נישט צו זיין א
ראדיקאלע סקעפּטיסיזם. אבער בשו״א טראמפּייט מען דאס נישט אלס א (יוּניווערסאלן) ״אמת״ וכדומה.
דאס איז וואס ״שכל״ זאגט אליבייהו. דאס מיינט אבער ווייטער נישט אז מ׳געבט נישט זאכן אונטער א כור המבחן בשכל - עס איז דא די probabilistic threshold פון ״מסתבר״ וואס זאכן דארפן נאכקומען צו געבן אפילו די סארט שוואכערע assent. און אויב עפעס קומט אפילו דאס נישט נאך דאן ווארפט מען דאס טאקע אפ לגמרי.
אין אנדערע ווערטער, די fallacy וואס מ׳באגייט דא איז אז מ׳טוהט טענה׳ן:
1). שכל ←
ראדיקאלע סקעפּטיסיזם וואו
מ׳ווארפט אפ יעדעס זאך ביז עס איז
דייקא 100% מבורר
נישט דאס איז קיינעם׳ס טענה דא, ואפילו טאמער נעמט מען א סקעפּטישע שטאנד, אזוי ווי די… ״
שכל׳דיגע״ פירכא דערויף. נאר כנ״ל.
ואגב, לגבי די, ווייטער ״
שכל׳דיגע״, טענה פון
פּאַסקאַל׳ס געוועט:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים.
איז כידוע די פירכא דערויף אז דאס העלפט אבסאלוט גארנישט. וויבאלד איינמאל מ׳איז שוין נניח יא חושש אויף עוה״ב אא״וו, ווייסט מען דאך נאך אלס נישט וואס ברענגט אהין. די פארשידענארטיגע רעליגיעס בעולם טענה׳ן דאך פארקערטע זאכן דערויף: לויט׳ן קריסט איז דער מאָסלים און איד נישט זוכה דערצו ״צום מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים״ און פארקערט פארקערט אא״וו; זיי זענען בעצם mutually exclusive אין דעם. (ווי אויך איז באקאנט אז דאס אליין איז א קשיא דערויף: דאס איז די צוגאנג וואס מ׳באדארף לגבי רעליגיע? ״העדזשען די בּעטס״ just in case?)