מיט א טרער אין די לינקע אויג מעלד איך דא מיין אפיציעלע רעזיגנאציע.
דער קאווע שטיבל אין וואס איך האב אריינגעסיינט פאר איבער אכט יאר צוריק איז מער נישט דא, הגם וואס גאר חשובע ניקים זענען נאך פאראן, זענען פונקט אזוי אויך דא זייער קלוגע און בא'טעמ'טע מענטשן אין פיזישן קאווע שטיבל, נישט פארדעם בין איך אהערגעקומען. די סיבה וואס האט געצויגן אהער מתחילה איז די זעלביגע סיבה וואס שלעפט מיך אוועק פון דא.
איך בין נישט באהאוונט אין קיין פאליטיק און חשבונות מיט ניקים, איך קען אבער יא שמעקן סרחון ווען ס'שטינקט, ס'שטינקט אריין ביז'ן תהום אריין זעענדיג ווי עטליכע פון די גאר חשובע ניקים זענען געווארן אויסגעשפארט אויף קיין שום אנגעבליכע סיבה.
אויב מעג איך שטעלן טעאריעס, וואלט זיך געלאזט זאגן אז ידי זרים שלטו בהנהלה, זרים מיין איך פון אונזער חרדישע סיסטעם מושלי בכיפה ומשתלטים על הציבור וואס קענען נישט דולדן קיין אפענקייט און פרייהייט פון ווארט, און זיי האבן באיזה אופן גענומען דעם מנהל/ים בשבי, צו דורך סטראשן מיט מוסדות פאר די קינדער אדער מיט אנדערע תכסיסי מלחמה מיט וואס זיי זענען שטארק מלומד, און סלאולי באט שארלי וועלן זיי פארוואנדלן דעם פלאץ וואו עס איז אריינגעלייגט געווארן אזויפיל שעות פון כח און מח פון אזויפיל טאלאנטפולע יונגעלייט, אין נאך אן אייוועלט.
אי משום הא, איז מיין באטייליגונג און באשטייערונג צום פלאץ אינגאנצן אויס ובטל כעפרא דארעא.
ס'טוט מיר לייד אז איך האב אין די ארכיוון אסאך אוועקגעלייגטע שרייבווערק וואס איך האב געפלאנט צו ליפטערן דא במשך הזמן, אבער ווי ס'שיינט וועט דאס נישט אנקומען אויף דעם ארט אזוי לאנג ווי זאכן ווערן מיר נישט קלאר.
אויב דער חשובער מנהל/ים האט סיי וואסארא אינטערעסע אז איך זאל יא דא בלייבן, ווערט ער/זיי געבעטן אדער זיך מסביר זיין קלאר אין א דעזיגנירטער אשכול, אדער זיך צו פארבינדן מיט מיר אין אישי און מיר קלארשטעלן וואס אזאנס דא גייט פאר.
ווי לאנג זאכן ווערן מיר נישט קליפ און קלאר, בין איך מחזיק אין מיין טעאריע און גיי זיך זוכן א צווייט פלאץ וואס וועט קענען סובל זיין א געמיש פון דעות און פרייהייט פון ווארט במלוא מובן המילה, און לעת עתה בין איך מער נישט אקטיוו דא.
צום לעצט וויל איך דא באדאנקן אלע חשובע ניקים וואס האבן אזויפיל בייגעשטייערט, יעדער מיט זיין אייגנארטיגע טוויסט, כאראקטער און טאלאנט, ס'איז געווען אן אמת'ע פארגעניגן וקורת רוח צו פארברענגן אינאיינעם, אבער ס'איז געקומען די צייט צו זאגן גוד ביי.
מיין אפיציעלע רעזיגנאציע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: מיין אפיציעלע רעזיגנאציע
נישט אז ביז היינט ביסטו יא געווען אזוי שטארק אקטיוו. ס'איז געווען די לעצטע תקופה גאנץ שטיל און מען האט כמעט נישט געהערט פון דיר, אכ"פ ווייט נישט ווי אמאל. דאך טוט עס וויי אז אזא חשובע ניק זאגט זיך אפ.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: מיין אפיציעלע רעזיגנאציע
ביז טאפאטאלק איז פארשווינדן געווארן בינעך געווען דא אויף כמעט א טעגליכע פארנעם און כאטש געשריבן תגובות, ומזמן לזמן אן אשכול.
מיין רעזיגנאציע איז מער א סימבאלישע און דינט ווי א ווארענונג אז ווען זאכן טוישן זיך אזוי דראסטיש אוו אזוי שנעל, ליגט געווענליך עפעס דערונטער און מ'ברויך זיך היטן (על הצד אז מיין טעאריע איז ריכטיג, קען דער מושל בכיפה זען מיין אידענטיטעט וכדו').
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: מיין אפיציעלע רעזיגנאציע
איך הער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!