קוקן שאוס וואס האט פרויען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:קוקן און זען נאראטיוו דארף א גרויסע חקירה, ביז וויפיל סקונדן הייסט עס נאך זען און ביי וועלכע מאמענט גייט עס אריין אינעם קוקן זאנע? את"ל אז איין בליק הייסט נאר זען און צוויי בליקן הייסט קוקן, דאן וואס איז בעסער, איין לאנגע זע אדער צוויי קלענערע בליקן?
ס'האט נישט מיט די 'צייט' ס'האט מיט די כוונה.
בעיסיקלי נתכוון ליהנות.
אז דו גייסט אין באנק מעגסטו ווארשיינליך קוקן אויף די טעלער, ס'איז בבחינת 'זעהן' דו 'באטראכסט' איר נישט, די זעהסט אויף אן אויפן פון האנדלן, אבער 'באטראכטן' א פרוי איז בפשטות אסור. און דאס זעה איך די פראבלעם מיט מאוויס.
איך בין נישט קיין פוסק, והנלע"ד כתבתי.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
להבהרה בעלמא, ווען מ'רעדט דא פון כוונה, מיינט מען נישט 'שכל'דיגע כוונה, אזויווי מ'איז מכוון יוצא צו זיין. מ'מיינט כוונת הלב, מיט וועלכע סארט הרגשה מ'גייט צו צו די זאך.
וכאן נכון לציין מה שכתב בספה"ק יושר דברי אמת, וז"ל: וכאשר אמרתי משל ע"י ממי שמסתכל על בגדי אשה היפים מי שהוא דבוק בתאות נשים ח"ו אינו נותן לבו על ענין בגדי הרקמה והזהב רק תיכף לבו נופל על חמדת האשה שלובשת זה, ומי שאינו כן ולבו טהור מחמדה זו מסתכל כפשוטו על הבגד נמצא שניהם מסתכלים בדבר א' וכ"א מסתכל דבר אחר (קונטרס א' י"ב). והבן.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:קוקן און זען נאראטיוו דארף א גרויסע חקירה, ביז וויפיל סקונדן הייסט עס נאך זען און ביי וועלכע מאמענט גייט עס אריין אינעם קוקן זאנע? את"ל אז איין בליק הייסט נאר זען און צוויי בליקן הייסט קוקן, דאן וואס איז בעסער, איין לאנגע זע אדער צוויי קלענערע בליקן?
ס'האט נישט מיט די 'צייט' ס'האט מיט די כוונה.
בעיסיקלי נתכוון ליהנות.
אז דו גייסט אין באנק מעגסטו ווארשיינליך קוקן אויף די טעלער, ס'איז בבחינת 'זעהן' דו 'באטראכסט' איר נישט, די זעהסט אויף אן אויפן פון האנדלן, אבער 'באטראכטן' א פרוי איז בפשטות אסור. און דאס זעה איך די פראבלעם מיט מאוויס.
איך בין נישט קיין פוסק, והנלע"ד כתבתי.
שוין זאגסטו מיינע ווערטער אינגאנצן. די 'קוקן' און 'זען' נאראטיוו זענען ליפט, הכל תלוי במחשבה.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
איש חזון האט געשריבן:דאכצעך מיר אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא, אז אפילו אויב מען וועט אויפקומען מיט אן היתר צו וואטשן, דאך איז א סצענע פון כדרך המנאפים קלאר אסור, ויל''ע חו''נ מהו.
שו"ע או"ח סי' ש"ז סעיף ט"ז:
מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור משום מושב לצים ועובר משום אל תפנו אל האלילים לא תפנו אל מדעתכם ובדברי חשק איכא תו משום מגרה יצר הרע ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן מחטיאים את הרבים.
דא זעהט מען בפירוש אז אפילו נאר ליינען ראמאנען 'דברי חשק' איז שוין אסור ומכל שכן וואטשען , וממילא טאר מען לכאורה נישט קוקן אפילו אזא שאו ווי שטיסל כאטש עס האט נישט קיין אומצניעותדיגע סצענעס , די שאלה איז נאר ווען מען זעהט פשוט פרויען אין סצענעס וואס זענען נישט קשור מיט ליבע און ראמאנען.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:שו"ע או"ח סי' ש"ז סעיף ט"ז:
מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור משום מושב לצים ועובר משום אל תפנו אל האלילים לא תפנו אל מדעתכם ובדברי חשק איכא תו משום מגרה יצר הרע ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן מחטיאים את הרבים.
דא זעהט מען בפירוש אז אפילו נאר ליינען ראמאנען 'דברי חשק' איז שוין אסור ומכל שכן וואטשען , וממילא טאר מען לכאורה נישט קוקן אפילו אזא שאו ווי שטיסל כאטש עס האט נישט קיין אומצניעותדיגע סצענעס , די שאלה איז נאר ווען מען זעהט פשוט פרויען אין סצענעס וואס זענען נישט קשור מיט ליבע און ראמאנען.
איך ווייס נישט וועגן דיר, אבער מיין יצר הרע איז נישט נתגרה געווארן פון קוקן שטיסל.וועסטו וועלן זאגן אז "ווער ווייסט וויפיל טיווי שאוס דו האסט געדארפט קוקן אז ס'זאל דיר מער נישט שאדן", יתכן אז דו ביזט גערעכט, איך געדענק נישט וואס איז געווען די ערשטע מאל. למעשה יעצט שאדט עס מיר נישט. ולהוי ידוע, ס'איז געווען די ערשטע טייווי שאו וואס איך האב געהעריג געזען, נישט סתם א קוק געטאן פאר א האלבע שעה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
די שאלה איז וואס דער גדר פון מגרה יצר הרע איז , למעשה האסטו ווארשיינליך הנאה געהאט פון די ראמאנטישע טייל פון די מעשה, איך מיין, פאר א סיבה האבן כמעט אלע טיווי שאוס אדער ראמאנס אדער ווייאלענס, איז אפשר דאס אליינס שוין אסור.
חוץ מזה זאגסטו דאך אליינס א שטיקל ענטפער און עס פארשטייט זיך אליינס אז איינער וואס האט שוין געקוקט עכטע שמוץ וועט שוין נישט ווערן אזוי אנגערייצט פון אן איידעלע ראמאן אבער מען קען דאך נישט וויסן פארדעם צו מען וועט יא ווערן אנגערייצט.

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לדעתי אויף א סקרין צו א בילד, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דער אוסר דארף דא ברענגען די ראיה, נישט דער מתיר.
דאס איז אוודאי, אז עפעס וואס ברענגט צו לידי הרהור איז אסור מטעם ובתחבולות עשה מלחמה, אז מ׳לאזט זיך אריין אין אן איסור פון הרהור, וואס איז לא תתורו אחרי לבבכם, נישט עיניכם. אבער דער חפצא של איסור איז דער הרהור, נישט דער ראייה. דער ראייה איז די הכנה צו דער איסור, אנדערש ווי ביי א לעבעדיגע פרוי וואס ראייה אליינס איז אסור.
און זינגען אויף א מאווי ווייס איך נישט ווי עס קען זיך אנהויבען אן איסור בכלל. קיין פרוי זינגט דא נישט, זי קען נאך זיין טויט אויך, און דער מאשין זינגט ווייטער.
אזוי זעט מיר אויס מסברא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 11&hilite=
(אות לז).
(אין שו״ת באר משה, ח״ד סימן קמז אות כב, אינ׳ם קאנטעקסט פון הסתכלות אויף א לייוו פרוי ווס. נישט לייוו [בילד וכו׳], זאגט ער אז טעלעוויזשין איז ערגער ע״ש.)
Sent from my iPhone using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ברוך שכיוונתי. צו אות מ' האב איך אויך מכוין געווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מי אני האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 11&hilite=
(אות לז).
(אין שו״ת באר משה, ח״ד סימן קמז אות כב, אינ׳ם קאנטעקסט פון הסתכלות אויף א לייוו פרוי ווס. נישט לייוו [בילד וכו׳], זאגט ער אז טעלעוויזשין איז ערגער ע״ש.)
לויט וואס ער זאגט אין ל"ז איז לכאורה נישט קיין פראבלעם צו זען פארנאגראפיע, ס'איז נאר א פראבלעם אויב מ'זעט עס לייוו. גוט טו קנאו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
איך האב עס אראפגעברענגט בנוגע ליטוואק׳ס הנחה לגבי א פרוי׳ס ״זינגען״ אויף א סקרין; די מדובר פונ׳ם בני בנים׳ס זיידע. זיין לשון, אין ח״ג סימן לה (צום סוף), בנוגע דעם דיון איז ״ורבים כתבו שקול אשה ברדיו אינו קול אשה וכן דעת הגמו״ז זצלה״ה ורק אם מגרה יצר הרע בנפשיה אסור כמו בכל דבר ואינו תלוי בקול אשה״ ע״ש; אויך אזויווי ליטוואק האט געזאגט.
די באר משה האב איך אראפגעברענגט בנוגע דאס איבעריגע, אינ׳ם קאנטעקסט פון תמונות בדיות וכו׳.
Sent from my iPhone using Tapatalk
די באר משה האב איך אראפגעברענגט בנוגע דאס איבעריגע, אינ׳ם קאנטעקסט פון תמונות בדיות וכו׳.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני: אויב מ'ווילל קענמען חקרנ'ן. (ברוך שלא עשני ליטוואק. בין לקולא. בין לחומרא). מ'קען פארגלייכן קול אשה ,להבדיל אלף אלפי הבדלות, (פאר די חסיד'ישע פרומע) צו קול שופר. פונקט אזוי ווי מ'קען נישט יוצא זיין תקיעת שופר דורכ'ן ראדיא ווייל ס'איז א קול הברה. אזוי הייסט עס נישט קיין קול אשה לגבי ערוה.
ווער ס'ווייסט טעכניש אז קיין שום עלעקטראניש פראדוצירט קול איז נישט די שטימע פונ'ם מענטש. נאר אן עלעקטרישער סיגנאל...!
נ.ב.: אויב מ'פארגלייכט א קול אשה און מ'זאגט להבדיל, איז דאס די בעסטע עקזעמפל פון אן אקסי-מאראן...לאל...!