גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך הקטן » מיטוואך מאי 12, 2021 11:59 pm

פארוואס איז זעהן א ראנד-טריפ?
פין דארט צי דיין רעטענע וואו-וועי, ניין?

איך האב נאך נישט געליינט די לינק
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מאי 13, 2021 7:36 am

וואס @תוהו ובוהו מיינט מסתם צו זאגן איז אז אויב מעסט מען די שנעלקייט פון ליכטיגקייט און מען געבט עפעס א מאס/צאל דערפאר, דאן נעמט מען דאך אטאמאטיש אריין סיי אונזער ״אהין״ קוקן און סיי דעם ״צוריק״ פון די ליכטיגקייט צו אונז, צוזאמען; אנדערש איז דאך נישט שייך צו מעסטן. וממילא פארענטפערט דאס נישט דעם רלב״ג וואס כנראה געבט א מעסטונג דערפאר. דאס איז אחוץ אויב מ׳גייט אריינקוועטשן אינעם רלב״ג אז ער מיינט טאקע נאר די חלק חלק הראות פון אונזער זייט און די שנעלקייט צו אונז דייקא. אבער ער האט מסתם געהאלטן ווי אריסטו אז דאס איז בלא זמן אפילו מיט א געהעריגע מעסטונג (אחוץ טאמער גייט מען די גאנצע מהלך אריינקוועטשן אין אריסטו אויך...).

עכ״פ וועגן דעם האב איך געשריבן דערויף אז עס האט מיר ״דערמאנט״. נישט מער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2234
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1661 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:25 am

מי אני: אינטרעסאנט איז אז ..."פייבער אפטיקס"... טוט טרענסלעיטן לייט (ליכט) פולסעס אין שטימע (אויך צו עלעקטריקל סיגנאלן). דאס איז א סך שנעלער און ס'האנטהאלט אויך א ברייטער'ן תוכן (בראאד-בענד) ווי דירעקטע עלעקטרישע סיגנאלן פון דעם אריגינאלן סיסטעם. פון עטליכע גיגא-בייטס פער סעקונדע...!

ביידע סיסטעמס קענען האבן הלכה'דיגע אימפליקאציעס. למשל אזוי ווי הערן הבדלה אדער קריאת המגילה דורכ'ן טעלעפאן. (ווען איינער איז אין האספיטאל). וואס לויט רוב פוסקים איז מען יוצא. אויסער ביי תקיעת שופר. ווייל דארט מוז מען הערן דעם אריגינאלן קול. און דער טעלעפאן (אדער סיי וועלכער אנדערער ספיקער סיסטעם) זענען עלעקטרישע סיגנאלן וואס טוען רעפראדוצירן דעם אריגינאלן קול (קול הברה). ממילא איז מען נישט יוצא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14502
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9467 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:23 am

פייבער אפטיק איז פשוט נאך א מהלך פין טרענספערן מהכא להתם - אנשטאט שיקען עלעקטריק שיקט מען לייט וואס איז שנעלער און האט אויך נישט קיין פריקשען (היטץ).
ווייל מען קען שיקן זייער שנעל אן קיין קאנסעקווענטצען איז די בענד-וויד באטעל-נעק נאר די צוויי זייטען

פייבער אפטיק אליין טון גארנישט טרענסעלעטן - ס'פעלט אבער אויס א אינ-קאדינק און די-קאדינק פראסעס אויף ביידער זייטען, ווייל סיי דער מייק און סיי דער ספיקער ארבעט מיט עלקעטריק און נישט מיט לייט

איך פארשטיי נישט פארוואס דו קלערסט אז דאס טוישט עפעס להלכה -
און קיין איינע פין די טרענספער מהלכים גייט נישט עכעט דער קול און ווערט איבערגדרייט פין מעגענעט צי עלעקטריק וכו' (אויסער צוויי קאפס מיט א שטריק און דערמיט)

אפשר מיינסטו מחלק צי זיין פין ענעלאג ביז דיטשעטעל (פייבער פארשטיי איך קען נישט, אדער לוינט נישט, צי מאכן ענעלאג, און לויפט אייביק אין פאלס\דיגיטעל)
עלקטריק סיסטעמס קענען היינט אויך זיין דידשיטעל - וואס דאס איז נאך א טרענספערמעשן (דער מענטש רעדט ענעלאג, אויב מען קען אזוי זאגן) פין די משמיע
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:34 am

מי אני האט געשריבן:וואס @תוהו ובוהו מיינט מסתם צו זאגן איז אז אויב מעסט מען די שנעלקייט פון ליכטיגקייט און מען געבט עפעס א מאס/צאל דערפאר, דאן נעמט מען דאך אטאמאטיש אריין סיי אונזער ״אהין״ קוקן און סיי דעם ״צוריק״ פון די ליכטיגקייט צו אונז, צוזאמען;

איז דא אזא זאך ווואו "אהין" קוקן?
וואס געשעט ווען מען קוקט "אהין"? און וויפעל צייט נעמט דאס?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:52 pm

צו מער מדייק זיין און זאגן פונקטליכער און מער טעכניש: יעדעס מאל מ׳מעסט נעמט מען אָן אימפּליסיטלי (ואולי סאָבּקאַנשעסלי אויך) בהנחה קדומה אז די זייגער/צייט ״דארט״ [וואס פון דארט קומט עס צו אונז] און די זייגער/צייט ״דא״ וואו אונז מעסטן עס [וואס פון דא קוקט מען אהין צום שורש הליכטיגקייט] זענען די זעלבע. אין אנדערע ווערטער, די אהער צו אונז און די אהין זענען מקושר כתרי הן דלא מתפרשין מהדדי ווען מ׳מאכט א מעסטונג דערפון. הגם עס זענען דא טעארעטישע הצעות ווי אזוי מ׳זאל יא קענען מעסטן די ״איין-וועג״ שנעלקייט פון ליכטיגקייט.

ובזה איז מען מסביר ווי די ערשטע עקספּערימענט דערין וואס האט אויפגעוואוזן אז מהירות האור האט יא א שנעלקייט בזמן, פון אָל ראָמער אין 1676, האט דאס אויך אנגענומען אימפּליסיטלי.
159291DD-C34E-45BD-9656-BCA1DF8DC50B.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2234
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1661 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 13, 2021 8:17 pm

הקטן: ייש""כ. וואס איך האב געברענגט אז די עלעקטרישע סיגנאלן פון סיי וועלכן ספיקער סיסטעם קענען האבן הלכה'דיגע אימפליקאציעס. ווי ביי הבדלה, קדושה אדער קריאת המגילה. (וואו מ'איז יוצא לעת הצורך ובשעת הדחק. משא"כ ביי תקיעת שופר קענמען נישט יוצא זיין. ווייל ס'דארף זיין די אריגינאלע קול שופר. און נישט קיין קוול הברה. א ווידער קול.) דאס איז נאר געווען כבדרך אגב. איך האב דא גארנישט מחדש געווען...! אפילו נישט פרובירט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14502
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9467 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

הודעהדורך תוהו ובוהו » דינסטאג מאי 18, 2021 10:04 pm

תוהו ובוהו האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט זיינע ווערטער, זאגט ער עפעס אז ליכטיגקייט לויפט 'בכלל נישט' (סאו טו ספיק), און דעריבער זעהט מען עס 'גלייך' ''בזולת זמן'', משא''כ קול וואס לויפט יא, און איז תלוי בזמן...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
אבן עזרא (שמות כ א):
''והנה ידענו כי הרגשת העין נכבדת מהרגשת האוזן, כי ידענו בראיות גמורות כי רגע הראות הברק לעין הוא רגע הרעם, רק העין ראתה מרחוק, והאויר מביא הקול אל האוזן, והליכתו לאט ולא יגיע אל האוזן רק אחר עבור רגע..''

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט