מי אני האט געשריבן:2C11ECB4-75C0-4B07-B047-B390553B5589.jpeg
פונעם וויקיפידיע ענטרי אויף Maimonides. איז לגבי דעם רמב״ם טרעפט מען אז די געדאנק איז טאקע אז אין די פאל, וואו
ע = עקזיסטענץ, איז:
~(~
ע) ≠ ע
אנדערש ווי געווענליך וואו א
מיעוט אחר מיעוט, א דאפלטע נעגאטיוו, איז מרבה.
דר. אָלגאַ קאָשעלעווא און דר. וולאדיק קריינאוויטש זענען
מסביר אט די געדאנק פונעם רמב״ם׳ס
(און אויך, להבדיל, פונעם פערסישן איסלאמישן חכם ופילוסוף אַבּוּ יאַקוּבּ אַל-סידזשיסטאַני) ״
דאָבּל נעגעישאן טעאלאגיע״, וואו מ׳קען זאגן א
דאָבּל נעגעישאן לגבי ג-ט אבער דאס מיינט נישט די עצם זאך אליין כמו בכל הלכות לאגיק, עפ״י די חילוק צווישן
קלאסישע לאגיק און
קאַנסטראָקטיוו/אינטוּאישיניסט לאגיק. והיינו, איינע פון די דריי יסודות׳דיגע געזעצן אין לאגיק איז דאס
געזעץ פון עקסקלוּדעד מיטן. דאס מיינט אז א זאך/זאץ קען נאר זיין איינס פון צוויי: אדער ״יא/אמת״ אדער ״ניין/פאלש״ - עס קען נישט זיין עפעס ״אינדערמיט״.
(די אנדערע צוויי זענען דאס געזעץ פון נאַן קאַנטרעדיקשאן, אז עפעס קען נישט זיין דבר והיפוכו/אינגאנצן ״יא״ און אינגאנצן ״ניין״ ביינאזאם ממש, און דאס געזעץ פון אידענטיטעט, וואס זאגט אז א זאך איז דאס זעלבע ווי זיך אליינס [א׳ בלייבט די זעלבע א׳ דורכאויס דאס גאנצע פּראַפּאַזישאן וכו׳].)
אבער, עפ״י
גאָדעל׳ס טעארעם איז אין יעדעס סיסטעם שייך אז מען קען טאקע וויסן אז עפעס עקזיסטירט במאטעמאטיקס אבער עס וועט פארט זיין אומעגליך צו ״קאַנסטראָקטן״ א וועג/אלגאריטם דאס צו טרעפן און אָנקומען דערצו בפועל וכו׳. מיינענדיג, אז וואו איך וויל וויסן אַן
אלגאריטם צו טרעפן א׳ v ~א׳ וועט די אויבנדערמאנטע
געזעץ פון עקסקלוּדעד מיטן נישט האלטן - איך קען דאך דאס נישט טרעפן און עס איז נישט איינע פון די צוויי אין די קאנטעקסט. ועפי״ז האט דר. אנדרעי קאלמאגאראוו מחדש געווען
קאַנסטראָקטיוו/אינטוּאישיניסט לאגיק פאר די סארט אלגאריטמס וואו די געזעץ האלט טאקע נישט אָן. אבער ער האט אויפגעוואוזן אז ~~(א׳ v ~א׳), די
דאָבּל נעגעישאן פון אט די געזעץ, האלט אבער
יא אָן; עס איז נישט די זעלבע דא.
די חילוק פון די צוויי סארטן לאגיקס איז אבער נאר פון אונזער מבט וואו אונז קענען נאר מברר זיין א פיניט צאל פון פּראַפּאַזישאנס וכו׳ בתוך א פיניט צאל פון צייט. משא״כ בנוגע ג-ט וואס ער קען כביכול מברר זיין אַן אינפיניט צאל פּראַפּאַזישאנס וכו׳ בתוך א פיניט צאל פון צייט, דאן קאלעפּסט און ווערט
קאַנסטראָקטיוו/אינטוּאישיניסט לאגיק אין צו אט דאס זעלבע ווי
קלאסישע לאגיק וואו די
געזעץ פון עקסקלוּדעד מיטן האלט יא אָן. וממילא פון אונזער מבט וואו אונז דארפן צוקומען צו
קאַנסטראָקטיוו/אינטוּאישיניסט לאגיק איז האלט
נאר אָן די
דאָבּל נעגעישאן פון אט דעם
געזעץ פון עקסקלוּדעד מיטן הגם די עצם געזעץ אליין נישט; עס איז
נישט דאס זעלבע. משא״כ מכביכול מבטו של הקב״ה וואו עס איז יא איינס.
E33C3D14-31F2-436C-B200-23A7957EE76F.jpeg
און דאס איז וואס דער טעאלאג דר. דעניס טורנער
שרייבט:
within our speech about God there are elements of grammatical affirmation and negation, often conjoint — as when we say affirmatively that God is “wise” and in the same breath also negatively that God is “infinitely” so — so also is there a second-order failure, a negation of speech as such. And this second level of negation supervenes upon the first so as to indicate the failure of the conjunction of grammatical affirmation and negation
ובכלל:
487F88E2-8757-474E-8EC5-6EA6FEB8E715.jpeg
***
75374352-06FD-4A5A-90E0-4003AAC4FA2A.jpeg
ובענין זה האב איך דאס געהאט געזעהן בנוגע סטאטיסטיקס אינעם תלמוד. האט מיר איינער געזאגט אז אויב שטעלט מען דאך צאם צוויי איסורים/נעגאטיווס צוזאמען אין פּאָרען פון צוויי צוויי זענען זיי דאך יעדעס פּאָר, עפ״י כלל הנ״ל של
דאָבּל נעגעישאן, א פאזיטיוו והיתר. זענען דאך דא מער היתירים ווי איסורים…
און עס איז באקאנט די מעשה מיט דר. סידני מארגענבעסער וואס איז געזעצן ביי א שיעור פון פראפעסאר דזשאן לענגשׁאָ אָסטין, וואו פראפעסאר אָסטין האט געזאגט אז הגם א
דאָבּל נעגאטיוו איז א פאזיטיוו, איז אבער נישט דא קיין שום שפראך וואו (פארקערט) א
דאָבּל פּאזיטיוו איז א נעגאטיוו. האט זיך דר. מארגענבעסער אָנגערופן (סארקאסטיש) ״יא יא״. (הגם דא איז די געדאנק מער אלס די סארקאסטישע טאָן, אינטאָנעישאן, און פּראסאדי.)
און אז מ׳האט דערמאנט דעם געזעץ פון נאַן-קאַנטרעדיקשאן, וואו ״יא״ און ״ניין״ קענען נישט זיין אמת ביינאזאם, האט מען אמאל געפרעגט פון דר. מארגענבעסער צי ער איז מסכים צו דעם וואס מאַאָ דזידאנג פון כינע האלט אז א זאץ קען זיין אינגאנצן אמת און אינגאנצן שקר ביינאזאם. האט ער גע׳ענטפערט ״איך בין [אינגאנצן מסכים] און איך בין נישט [אינגאנצן מסכים]״.