די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:02 pm

ס'איז ידוע וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין די שמונה פרקים להרמב"ם (הקדמה למסכת אבות) אז דער דרך הממוצע, דער גאלדענער מיטל-וועג, איז דער דרך המובחר, און קיין איין זייט עקסטרעמיזם איז נישט ריכטיג. ער דרוקט זיך אויס עד כדי כך, אז רעכטע עקסטרעמיזם (ד.ה. גאר ערליך) איז "גארנישט" בעסער ווי א לינקער עקסטרעמיסט, א שייגעץ! עס קען קומען פון פארפוילטע מדות, און עס קען קומען פון א חולי נפש ווי OCD וכדו', אבער נארמאל איז עס נישט.

די תוה"ק זאגט אונז (פר' ואתחנן) אויף די מצוות פון די תורה, לא תוסיפו ממנו ולא תגרעו ממנו. זיי מיר נישט פרומער ווי איך האב דיר געבעטן! דייך מה שאסרה תורה. איין "עבירה" אין די ווידוי פון רבינו נסים איז "את אשר התרת אסרתי"! עס שטייט אינאיינעם אינעם זעלבן שורה און פאראגראף פון "את אשר אסרתי התרתי". עס איז נישט קיין דיפערענץ – ביידע זענען די זעלבע גרויסע עוולה!

יעדער פארשטייט אז דער רבש"ע האט געגעבן די תורה פאר מענטשן וואס זענען געמאכט פון "בשר ודם", ולא ניתנה תורה למלאכי השרת, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. די גאנצע ענין פון תשובה, שטייט אין די ספרים, איז געווען טאקע צוליב דעם, ווייל דער רבש"ע האט געזען אז "אין העולם מתקיים" בלויז מיט'ן מדת הדין (רש"י ריש בראשית). אודאי איז פאראן א זאך ווי א חומרא אדער א גדר, אבער ח"ו נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. מענטשן דארפן לעבן אינעם עולם הגשמי והארצי והמסחר מיט ביידע פוס, ברענגען פרנסה, עסן, שמועסן, פארברענגען, וכדו'.

מיר זענען אלע עדות – און אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן דא אין שטיבל אין מערערע אשכולות – צו די לעצטיגע אויפשטייג פון עקסטרעמיזם אין אונזער סאסייעטי, וואס ווערט ערגער ווי א יאר גייט פארביי, כמעט וואס זאכן ווערן גזירות שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בהם. לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז אלעס מעשה שטן, צו פאר'מיאוס'ן אונזער שיינע אידישקייט וואס דרכיה איז דרכי נועם, און דורך די עקסטרעמיזם שניידן שטיקער פון כלל ישראל און פארשיקן נאך אומשולדיגע אידן וואס קענען זיך נישט צושטעלן צו די עקסטרעמע דרכים אשר לא שערום אבותינו. עס גיסן זיך עקסטרעמיסטישע גליונות און עס יאווען זיך האטליינס וואס איז ממש א פחד.

פון די מערסט באקאנטע פרטים, איז דער ענין פון צניעות ביי די מיידלעך און די נשים. קיינער זאל מיר נישט חושד זיין אז איך האלט נישט פון מעורר זיין אויף די ענינים וואס איז געוויס צריך תיקון. אבער פון מעורר זיין ווי א מענטש, ביז'ן טעראריזירן די מיידלעך אין סקול און אריינגעבן א זויערן קאראנע טעם אין צניעות, און ביז'ן באשולדיגן די פרויען אין יעדע טראגעדיע, איז פאלג-מיך-א-גאנג. אסאך מיידלעך וואס האבן לכתחילה גארנישט אקעגן פשוט'ע צניעות וועלן צום סוף בועט זיין אין די גאנצע קאנצעפט נאר צוליב די טראמא, רדיפות און ביטערע נאכ-טעם וואס די אלע פארפאלגענישן האט זיי גורם געווען, מיט'ן זיי באטראכטן יעדן טאג פון קאפ ביז פוס און געבן "צניעות נאוטס" אדער גאר פסקים פאר די קינדער אדער די עלטערן. זעהטס נאר אין דעם "אכשר דרא? אשתגע דרא!" אשכול. וכן די אלע מחאות אקעגן קליידער געשעפטן וכו' איז צומאל ממש א איבל (הגם צומאל יא אויסגעהאלטן).

לאמיר נעמען נאך א באוואוסטע משל - דער ענין פון טעכנאלאגיע. איך שרייב נאכאמאל א דיסקלעימער אז סתם מעורר זיין אידן איז א חשוב'ע זאך, און געוואונטשן. עס זענען פאראן שיינע גליונות אויף שמירת עינים, תשואות חן חן להם. איך גיי אפילו נישט רעדן דא פון דעם עקלהאפטיגן שונד-בלעטל "השמיעיני את קולך" פון די טרויעריג-בארימטע "השומרים" קליקע, און אודאי נישט פון די השומרים קארטלעך, ווייל דאס זענען שוין ליידער גלוי וידוע פאר יעדן נארמאלן מענטש, און אפילו די פרומע מענטשן לאכן אפ פון זיי. לאמיר יא נעמען א משל פון די קאמפיינס וואס מען מאכט ביי קינדער אז "מען גייט נישט צורירן אדער אריינקוקן אין א סמארטפאון" פאר כך וכך חדשים. דא רעדט מען אפילו אין דעם טאטנ'ס, אפילו געפילטערט, אפילו כשר'ע זאכן, ווי בלויז מאכן א פאון קאלל – גארנישט. עס איז מוקצה מחמת מיאוס! עס האט מיר דערמאנט 2 וואכן צוריק ווען כ'האב געלערנט די פרשה פון די עץ הדעת, און די מדרשים שרייבן אז די סיבה ווי אזוי אדם הראשון איז אדורכגעפאלן ווייל דער נחש האט גענומען השי"ת'ס ווערטער "ומעץ הדעת לא תאכל ממנו", און האט מוסיף געווען דערויף "לא תאכלו ממנו ולא תגעו בו פן תמיתון". מען טאר נישט אנרירן!

אז מען רעדט שוין פונעם נחש הקדמוני, קען מען שוין אויך ממליץ זיין דעם מאמר חז"ל "לא הנחש ממית אלא החטא", ס'איז נישט דער כלי סמארטפאון וואס הרג'עט, ס'איז דער חטא. וואס איז די חוצפה צו זאגן פאר קינדער נישט אנצורירן אדער אריינקוקן אין דעם טאטנ'ס טעלעפאן? אויב דער טעלעפאן איז כשר און דאס קינד רעדט אונטערן אויפזיכט פון טאטן, ווער ביסטו צו זאגן אנדערש? וועמענס קינד איז דאס? איז דער טעלעפאן זעלבסט דער פראבלעם אדער די קאנטענט וואס קען זיין א סכנה? איך פארשטיי דו ווילסט עס פאר'מיאוס'ן אין די אויגן פון די קינדער, אבער אנשטאט פארמיאוס'ן דעם סמארטפאון ביסטו ליבערשט גורם צו פאר'מיאוס'ן אידישקייט און פארשעמען דעם טאטן, מיט דיין קטנות המוח פון בנין נערים סתירה!

לאמיר נעמען דאס ענין פון תפלה און נישט רעדן ביים דאווענען. אויך דא בין איך א גרויסער חסיד פון נישט מאכן קיין קופקעס און שמועסן אין ביהמ"ד. עס איז קלאר אקעגן די הלכה, און איך אליין בין צומאל מעורר בדרכי נועם אויב א חבר שמועסט ביים דאווענען ובפרט ביי קדיש, ווי די הלכה איז. איז אבער געקומען די "קרן תוספות יום טוב", אנגעהויבן קאמפיינען פאר דעם ענין פון נישט רעדן, און געבן ארויס גליונות "נקדישך", וואס האט גענומען דעם גאנצן ענין אויף נעקסט לעוועל, אויף א עקסטרעמען אופן וואס אפילו אבותינו ורבותינו האבן זיך נישט נוהג געווען מיט אזא איבריגע זהירות. עס איז ידוע דער מאמר פון מסילת ישרים, "מן הזהירות שלא תיזהר הרבה", זיי נישט צופיל געווארנט, תפסת מרובה לא תפסת!

איך האב הנאה געהאט ווי א אייוועלט שרייבער האט זיך אויסגעדרוקט, אז היינטיגע בחורים נאכן זיך אנליינען מיט די גליונות ווייסן נישט קיין חילוק פון אויסרעדן פאר ברוך שאמר ביז נאכדעם. עס איז איין לאנגע הלכה פון נישט רעדן א ווארט "פון אדון עולם ביז אדון עולם"! דאס אז עס איז א ריזיגע חילוק פון "שמועסן" ביז "אויסרעדן א ווארט" מאן דכר שמי'. אודאי טאר מען נישט שמועסן אין ביהמ"ד בשעת התפלה, אבער זאגן א ווארט צוויי פאר א שכן? א קינד? ולא נתקררה דעתם ביז זיי האבן אראפגעברענגט א הלכה פון א מורה הוראה (געווענליך די זעלביגע עקסטרעמע סארט מורי הוראות וואס דער גליון 'הליכות החיים' נוצט, די סארט וואס האלטן אז כחא דאיסורא עדיף וכל המחמיר הרי זה משובח) אז מען טאר נישט זאגן דאס ווארט "נא" אינמיטן דאווענען, ווייל נא איז א ווארט, און עס הייסט אויסגערעדט! איר כאפט ווי מען האלט דא?

פון נישט אויסרעדן ביים ליינען אפי' בדברי תורה בין גברא לגברא, איז געווארן א גאנצע קאמפיין אקעגן אריינקוקן אין א ספר אדער א גליון בשעת התפלה, אפילו בשעת דו זינגסט לכה דודי און דו דאווענסט נישט, אדער ווען דער בעל תפלה שלעפט ווי א טרעילאר. איי אבותינו ורבותינו קדושים וטהורים האבן בכלל נישט מקפיד געווען דערויף? הו קעירס. מען האט געטראפן עפעס א פארשטופטע מאמר פון א ספר וואס איז מעורר דערויף און דאס ווערט א בחינה "זה הוא כל התורה כולה ואידך פירושא זיל גמור".

אנשטאט מחזק זיין אידן וואס שטרענגען זיך אן צו קומען אין ביהמ"ד 3 מאל א טאג, יא אין ביהמ"ד, טאקע אין באשעפערס הויז, און מאכן זיי זאלן זיך שפירן באקוועם, ודילוגו עלי אהבה, טוט מען פונקט דאס פארקערטע. נאכאמאל, הלכה איז הלכה – סעלפאונס (אויכעט בעיסיק) דארפן זיין גענצליך פארלאשן, מען טאר נישט קופקען, בפרט אינמיטן קדיש און חזרת הש"ץ, אבער פון דעם ביז מאכן שפירן א מענטש וועלכע זאגט א ווארט פאר'ן קינד וואס דארף פונקט אין ביהכ"ס.... אדער א שכן וואס דער בענקל שטערט אים און זאגט אים "נא", כאילו ער איז א עוכר ופושע ישראל וואס איז גורם אז די תפלות פון דעם גאנצן ביהמ"ד ווערט יעצט נישט נתקבל איז כרחוק מזרח ממערב!

נאך א ווייטאגליכע משל. עס איז נישט קיין סוד וואס טוט זיך ליידער אפ אויף די וועלט היינט מיט שלום בית. ליידער איז ממש אין שם בית שאין שם מחלוקת, און א גרויסע חלק פון שולד ליגט אויף די חתן וכלה מדריכים, ווי שוין אויסגעשמועסט אויף מערערע פלעצער דא אין שטיבל, בפרט אין מאחורי הפרגוד, וואס כאטש עס ווערט שוין בעסער אין געוויסע הינזיכטן, גייען זיי נאך אלץ צו מיט א מורא'דיגע איבריגע זהירות, און די פארפאלק איז צעמישט, נישט וויסנדיג ווי אזוי זיך אויפצופירן און וואס מעג מען/דארף אדער נישט ע"פ תורה. עס זענען ערשינען לעצטנס 2 געוואלדיגע בוכער (צום ערשטן מאל אין אידיש!) אין דעם נושא, וואס איז א ריכטיגע דורכברוך אין דעם הינזיכט. איינס איז דער ספר 'מה טובו', וואס איז א ליקוט פון ש"ס ופוסקים און ספרי מוסר ארויסצוברענגען די ריכטיגע אופן פון אהבה ואחוה ושלו' ורעות, און ביודעי ומכירי קאמינא דער בוך איז אדורכגעזיפט פיל מער ווי י"ג נפה, איבער "זעכציג" היימישע ערליכע רבנים האבן דאס איבערגעקוקט און געגעבן זייער פולע הסכמה דערויף (נישט בכתב, מחמת סיבות מובנות ליידער) און געהייסן שניידן שטיקער אויב עס איז נישט גענוג איידל – כאטש אלעס איז גענומען פון גמרא – און עס איז אויסגעארבעט געווארן עס זאל זיין ריין בתכלית הריינקייט ממש שאין כדוגמתו. אין די געשעפטן איז עס פארשטענדליך נישט געליגן אפן נאר אין מגלין אותן אלא לצנועין וד"ל. דאס צווייטע בוך איז פון ר' יעקב משה גאנץ, וועלכע איז אקארשט געווען באשריבן אין די מאמענט, ער פערזענליך איז א חתן רבי און האט שוין אויפגעראכטן טויזענטער שטובער – לכה"פ לפי דבריו – און האט הסכמות פון גדולי הרבנים, ובתוכם אב"ד וויען שליט"א, און נאך באקאנטע. נאכ'ן זען דעם חורבן פון היינטיגן דור האט ער אויך ארויסגעגעבן א בוך אין אידיש פאר די היימישע אידן זאלן אויך טועם זיין וואס איז דאס שלו' בית (פארגעסט נישט אז עס זענען דא מסתמא הונדערטער בוכער דערויף אין עברית און טויזענטער אין ענגליש). אן א שיעור דאנק בריוון איז אריינגעקומען צו די מערכת פון 'מה טובו' ווי מענטשן דרוקן זיך אויס אז דער בוכל האט פשוט געראטעוועט זייער מערידזש!

ליידער קפצה עליה רוגזן של הרבנים, נאכדעם וואס געוויסע עקסטרעמיסטן מקצה המחנה זענען זיי געקומען אנרייצן, און זיי האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די געשעפטן און מדריכים אז דער ספר דארף ווערן אויסגעראטן מקרב מחנינו... לא יאומן כי יסופר! געוויסע רבנים פון התאחדות האבן זיך אויסגעדרוקט גאר שארף דערוועגן, און געשיקט די עקסטרעמיסטן צו טעראריזירן די געשעפטן וואס פארמאגן דעם ספר! א ביטער ווערטל האט ארומצירקולירט אז התאחדות פארלירט ליידער פרנסה פון די גיטין דורך דעם ספר, ממילא האבן זיי טעראריזירט די געשעפטן "לצורך פרנסה"... די עסקנים האבן געקלינגען די רבנים פערזענליך און פרובירט זיך אויס'טענה'ן מיט די רבנים, און אפילו מסכים געווען צו שניידן נאך חלקים אויב דאס וועט העלפן, אבער אן ערפאלג. איין גרויסע פוסק, ווען מען האט אים פארציילט וויפיל דאס העלפט עלימינירן ספיקות אין אידישע שטובער, האט ער זיך אנגערופן "זאלן זיי אלע בלייבן מיט די ספיקות, און דער בוך זאל אויסגעראטן ווערן"... ליידער די רבנים און די "עשקנים" זענען עתידין ליתן את הדין, און זענען א חלק פון די עקסטרעמיסטישע ווינטן וואס בלאזן ביי אונז

אדער לאמיר נעמען די "איסור" פון ווידיאו. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז מען האט נישט געמיינט יעדע סארט ווידיאו פון אייגענע קינדער און רבי'ס. אבער אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול מיט אזא מאס עקסטרעמיזם אז מען קען שפרינגען פון התפעלות... מען לערנט אריין פשט אין יעדן תג וקוץ וואס די רבנים בדור שלפנינו האבן געשריבן אין זייערע קול קורא'ס (וואס איז מסתמא געווען, ווי היינט, אפגעקאטשקעט דורך איין 'עשקן' און איז געגאנגען קאלעקטן חתימות), ממש מבהיל הרעיון. צו זאגן אז דאס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה איז א אנדערסטעיטמענט!

איך וועל אפילו נישט אריינגיין אין די אנדערע סארט מחאות און עקסטרעמיזם, ווי מוחה זיין אויפן פרעס טראק, עירוב, און סתם איסורים חדשים לבקרים, ווי אויף שירים ושיעורים, שבתונ'ס, אויף אדווערטייזמענטס (כאטש א חלק איז גערעכט), און נאך פארשידענע זאכן וואס איך געדענק ניטעמאל אויפן מאמענט.

וואס קענען מיר טון דערוועגן? איך ווייס נישט. אבער מיין ווייטאג מוז איך אויסגעבן... אויב האט איר איידיעס, אדרבה ואדרבה, לאזט אייך הערן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15513
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19095 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:16 pm

Wow wow!

הערליך געשריבן מיט אזוי פיל הארץ און געפיל ווי נאר שמעקעדיג קען!!
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1273
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1033 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1284 מאל

הודעהדורך חיימ שמעונ » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:25 pm

זייער שיין זייער שיין
אבער געוויסע משלים זענען נישט ממש גערעכט זאכען וואס פריערדיגע צדיקים האבן קלאר געזאגט זייער דעת קודשם קענען אונז נישט זאגן "עקסטרעם"
באניצער אוואטאר
חיימ שמעונ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך בן נון » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:53 pm

חיימ שמעונ האט געשריבן:זייער שיין זייער שיין
אבער געוויסע משלים זענען נישט ממש גערעכט זאכען וואס פריערדיגע צדיקים האבן קלאר געזאגט זייער דעת קודשם קענען אונז נישט זאגן "עקסטרעם"


חיים אפשר זיי דיך בעסער מסביר איך זעה נישט דא גארנישט וואס פריערדיגע צדיקים האבן אנדעש געזאגט
וואס יא ווען די פריערדיגע צדיקים וואלטן געלעבט היינט וואלטן זיי מן הסתם שוין לאנג אסור געווען מיט אסאך מער חתימות ווי די איסור אויף ר’ שמואל ניימאן אדער וואידיא וד’ל
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:57 pm

חיים שמעונ: דו האסט נישט גוט מדייק געווען אין די ווערטער פון הרב שמעקעדיג. ער האט נישט געזאגט אז אלע איסורים פון די פריער'דיגע רבנים וצדיקים זענען גארנישט ווערד. ער האט ארויסגעהויבן דעם פאקט אז פונקט אזוי ווי היינט זענען דא עקסטרעמיסטן וועלכע זענען נאך טעראריסטן אויך. און זיי גייען און סטראשען די רבנים און צווינגען זיי אויף א סאך זאכן וועלכע זענען נישט עולה על הדעת צו זיין אסור. אדער זיין א מכשול אין אידישקייט.

נעם למשל דעם איסור אויף קוקן אדער האלטן די טמא'נע כלי טעלעוויזשן אין שטוב. וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל. ווייל א יעדער ערליכער איד און נארמאלער מענטש פארשטייט וואספארא כלי משחית דאס איז. משא"כ ווידיאס אדער טעלעפאנס און סי.די.'ס אדער די.וי.די, וועלכע קענען יא זיין געפילטערט און אהערגעשטעלט ווערן בדרך היתר. ווען א מענטש קומט און האקט אויף די אלע זאכן און ער שרייט און פארפיהרט און שייגעצט אן מענטשן האט ער זיכער פארלוירן זיין באגלייבטקייט און מ'קוקט איהם אן ווי אן עקסטרעמיסט. און דער עולם ווילל נישט הערן וואס ער האט צו זאגן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך צקון לחש » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 8:58 am

@שמעקעדיג, געוואלדיג! ישר כחכם.

(אגב, א קליינע אווער-זהירות: דער אימרה "מן הזהירות שלא תרבה להיזהר" ווערט געברענגט אין די הקדמה פון חובות הלבבות, נישט מסילת ישרים).
צקון לחש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך רימון » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:08 am

הייליגע ווערטער היוצאים מלב טהור, כתבם על לוח לבך, הפוך בה דכולה בה.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 348
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1155 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 2:38 pm

יישר כח שמעקעדיג פארן ארויסברענגן אזוי קלאר די ווייטאג וואס ליגט אונז אלע אויפן הארץ.

נאר א קליינע אנעקדאט. פאריאר האבן כמעט אלע היימישע מוסדות געמאכט 'סיטי פיעלד' אסיפות מיט די קינדער, אין די ת"ת און שולעס און געברענגט אזעלכע רעדנערס ווי פאפלאנאש, ר' בערל טויבער וכדומה אויפצוקלערן די שעדליכקייטן פון כל מיני טעכנאלאגיע. זיי האבן מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז ס'איז נישט סתם נוגע ווי פרום מ'איז, נאר מ'מיינט דא סימפלי גשמיות'דיג גערעדט ווי ס'שאדט וכו'. (מעגליך אז ס'דא א פוינט דערין למחצה לשליש ולרביע.) ביים סוף פונעם מעמד איז ביי אלע פארגעקומען א חתימת הקבלות (וואס די פאלשע וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגן ברויך א באזונדערע באהאנדלונג).

פארציילט מיר א קרוב וואס האט א העכסט געראטענע היי סקול טאכטער, אז זיין טאכטער איז אהיימגעקומען און פארציילט אז זיי האט זיך מקבל געווען "נישט צוצורירן קיין קאמפיוטער און נישט אריינצוקוקען אין די סקרין פון א סמארטפאון". זי האט מסביר געווען אז למעשה זעהט זי די טובת הנאה פון נישט זיין געבינדן צו טעכנאלאגיע און סך הכל רעדט מען פון א קבלה ביז סוף יאר וואס איז אין א קנאפע 12-13 וואכן.

דער טאטע האט איר נישט געזוכט אפצוקילן, און זעהנדיג אז זי איז אפגעמאכט ביי זיך האט ער איר ארויסגעוויזן שטארקע סופארט, עד כדי כך אז ער האט פרובירט, אויף וויפיל מעגליך, נישט צו ווייזן די אנדערע קינדער פארנט פון איר. עס האט נישט גענומען צו לאנג און די מיידל (וועלכע איז גאר א פרומע, ערליכע און פאלגזאמע) איז אהיימגעקומען און פארציילט וואס אירע חבר'טעס האבן איר פארציילט. "ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון. די זעלבע בנוגע א קאמפיוטער, די איסור איז נאר צורירן, דער ברודער מעג אבער עפענען די קאמפיוטער פאר איר".

סך הכל חינוך תשפ"א – טרעף א קלוגע וועג וויאזוי אויסצונארן די סיסטעם – סוקסעס ראטע 100%!

נאכן זומער ווען שולע האט זיך צוריק אנגעהויבן האט די הנהלה פארלאנגט אז די מיידלעך זאלן מחדש זיין זייער קבלה. (די הנהלה האט עס געטון אויף א "דעמאקראטישע" אופן, דהיינו, מ'האט געגעבן די מיידלעך די אפציע זיך אונטערצומנעמען אן עקסטרעם-עקסטרעם קבלה אדער קענען זיי זיך מקבל זיין א פשוט'ע עקסטרעמע קבלה, וויאזוי זיי ווילן... לול) דאס מיידל קומט אהיים צום מאמע און פארציילט אז די מיידלעך האבן זיך צוזאמגענומען מטכס עצה זיין וואס צו טון און אלע האבן מחליט געווען אז you can’t fight city hall, וממילא חתמ'ן זיי אלע אונטער מיט א פייג אונטערן טיש.

די מאמע האט שפעטער געטראפן די מנהלת אין די גאס און די מנהלת האט זיך געגרויסט אז ווי ווייט זי ווייסט איז איר שולע די איינציגסטע אין גאנץ מאנסי וואס הונדערט פראצענט פון די מיידלעך האבן אונטערגענומען אזא שטארקע קבלה. ס'נישט דא ווער ס'זאל וויינען.

סך הכל חינוך תשפ"ב – מ'מעג זאגן פראסט און פשוט'ע ליגנט און ס'איז אקעי – סוקסעס ראטע 100%!

א חבר מיינע פארציילט מיר אז זיין מאמע ליגט שוין יארן אין בעט אינדערהיים נאכן ליידן פון אן ערענסטע סטראוק. זיין טאכטער פלעגט יעדע טאג אויפן וועג אהיים פון שולע זיך אריבערכאפן מבקר חולה זיין, שמועסן מיט די באבע (וועלכע איז ביים פולע זינען אבער שטום און געלעמט) האלטן איר האנט, גיין איינקויפן פאר די שטוב וכדומה. איין טאג רופט אים זיין טאטע און פרעגט פארוואס זיין טאכטער האט אויפגעהערט צו קומען. ווען ער האט אנגעפרעגט זיין 12-13 יעריגע טאכטער האט זי געענטפערט אז נאך די טעכנאלאגיע אסיפה אין שולע האט זיך געפרעגט די חשוב'ע רביצן דרשנ'טע וואס זי זאל טון אז איר זיידע האט א סמארטפאון. האט די רעביצן געענטפערט אז בלי שום ספק טאר זי נישט אריינטרעטן אין יענע שטוב און זי האט נאך מסביר געווען מיט שיינע מאמרי חז"ל חייך קודמין וכו'. קאמענטארן זענען איבעריג.

@שמעקעדיג, דו פרעגסט וואס מען קען טון? איך האב מורא אז גארנישט. מ'איז אין גלות. די רבי ז"ל האט אויסגעלערנט אז אין גלות בייג מען זיך די קאפ און מ'ווישט זיך די נאז וזהו.





.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3056
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

הודעהדורך דרויסענדער » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 3:38 pm

הרב @שמעקעדיג, אייזן! הערליך ארויסגעברענגט קלארער מיט וואס ליגט אונז אלע אויפן הארץ! ווייניג בין איך אזוי מסביר מיט אן ארטיקל. וואס באדערט מיר אסאך מאל איז ווי אט די וואס שרייען אז מ'טאר נישט זיין עקסטרעם, זענען אליינס עקסטרעם אויסצוראטן עקסטרימיזם... און רייסן אראפ אלעס אינאיינעם. דא האב איך ענדליך איינער וואס דערציילט מיין מיינונג! מיטל וועג!

און @הוגה טייערער, ייש"כ פאר די איבריגע נופח. אגב, די דאטומען זענען אביסל פאלש, ווייל פאר 10 יאר צוריק, ווען איך בין געווען אינעם סיסטעם, האט מען שוין אונטערגעשריבן מיט א פייג אונטערן טיש קעגן טעכנעלאגיע, און די איבריגע האבן אויסגעשפילט די סיסטעם אנדערש...
באניצער אוואטאר
דרויסענדער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:15 pm

לגבי דאס עצם שרייבן און אונטער'חתמ'ענען בשקר קען עס אריינגיין אין דעם כלל היתר. אבער מצד המוסדות און וואס זיי לערנען אויס איז דאס למדו לשונם דבר שקר. לאן הגענו. :(

און ווי באקאנט טייטשט מען דאך "מכה אשר לא כתובה" זו מיתת צדיקים. און ווי באקאנט איז "צדיק" דער וואס פירט זיך בדין לעומת ה"חסיד" וואס פירט זיך לפנים משורת הדין. און דאס איז דער געדאנק דא אז די "מכה אשר לא כתובה" פון עקסרעמיזם און ווי אלעס איז אזוי לגמרי בהכרח לפנים משורת הדין איז די פראבלעם ליידער אט די מיתת ה"צדיקים" פון דאס אוועקנעמען דעם מושג פון "צדיק" וואס פירט זיך ווי א נארמאלע מענטש בדין מיט פשוט וואס מען ברויך. וכל המוסיף גורע וככל הנ"ל. :(
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:22 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2751
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2200 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:16 pm

ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון


אייזן :like

ווער ווייסט וואס נאך מען קען קוקען מיט דער היתר.
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:27 pm

דרויסענדער האט געשריבן:און @הוגה טייערער, ייש"כ פאר די איבריגע נופח. אגב, די דאטומען זענען אביסל פאלש, ווייל פאר 10 יאר צוריק, ווען איך בין געווען אינעם סיסטעם, האט מען שוין אונטערגעשריבן מיט א פייג אונטערן טיש קעגן טעכנעלאגיע, און די איבריגע האבן אויסגעשפילט די סיסטעם אנדערש...


איך האב קינדער אין מוסדות פאר באלד צוואנציג יאר און איך געדענק נישט אז קינדער זאלן חתמ'ן. עלטערן ביסטו גערעכט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3056
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:28 pm

דאס געבט נאך א באדייט צו דעם מראות ה"צבאת" (שמות לח ח) וואו דא לערענט מען אויס די תלמידות דורך די כל המוסף גורע די געדאנק פון שקר און "צביעות".
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2751
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2200 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 5:20 pm

מ'דארף דאס פידיעפן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3056
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 5:31 pm

הוגה האט געשריבן:
. "ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון. די זעלבע בנוגע א קאמפיוטער, די איסור איז נאר צורירן, דער ברודער מעג אבער עפענען די קאמפיוטער פאר איר".

סך הכל חינוך תשפ"א – טרעף א קלוגע וועג וויאזוי אויסצונארן די סיסטעם – סוקסעס ראטע 100%!


.


ס'דערמאנט מיך די מעשה פון פישל שעכטער, ווי די זיידע האט אנגעזאגט די אייניקעל נישט אריין צי קיקען אין די רענצעל, האט די איינקיל ארויס גענומען די זאכן פון די רענצעל און אזוי געקיקט וואס ליגט דארט, מיטן היתר אז ער האט נישט אריין געקיקט אין די רענצל...

די אמת איז אז רוב איסורים וואס היינטיגע רבנים געבן ארויס, איז געבויט אויף די מהלך פון פישל שעכטער'ס היתר....

סא פארוואס ביי פישל שעכטערס טעיפ לאכט מען, און די רבנים נעמט מען ערנסט? פשוט ס'איז א אפענע גמרא, כוחא דאיסורא עדיף!
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך מצפצף » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 8:44 pm

היסטאריע האט געשריבן:
ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון


אייזן :like

ווער ווייסט וואס נאך מען קען קוקען מיט דער היתר.

ערוה בעששית
וכי יאמרו אליכם דרשו אל האבות ואל הידענים המצפצפים והמהגים הלוא עם אל אלהיו ידרש
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 8:50 pm

היסטאריע האט געשריבן:
ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון


אייזן :like

ווער ווייסט וואס נאך מען קען קוקען מיט דער היתר.


מען קען קיקען אויף לעיס טאפ שייטלעך, טייץ אן סימס, א סקירט וואס איז ווייניגער פון 4 אינטשעס נאך די קני, חברה כאפטס אריין בעפאר די רבנים פארמאכן די loophole.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך moody » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 10:14 pm

יאך האב א שטיקל בויך וויי, אפשר קען מיר איינער דא העלפן לינדערן די שמערצן.

צענדליגע בלעטער דא אין שטיבל זענען שוין אנגעפילט אובער די רשעות און קריאויזן פון די אינטערנעט מערכה די לעצטע 10+ יאר,
אבער וויפול איך האב געזען האט נאך קיינער דא אראפגעשעלט א שיטתיות'דיגע מהלך פארוואס אינטערנעט/סמארטפון זאל נישט זיין קיין פראבלעם. נאך אלעם איז זיך כמעט יעדע חרידישע רב/י מתייחס צו ווי צרה גדולה קען מען נישט מעלם עין זיין.

ע"כ מענה אשאלה מפי מורי!
אויב איינע פון די הוגי/פילוסופי/מפייטי השטיבל הנכבד דנן, קען אריינקומען קלאר להשתיק רוחי הנבוך וועל איך דאנקבאר זיין בזה ובבא (און א לייק פאר א באנוס).
ווען איך האב לעצטענס געהאט א שמוס מיט א חבר וועגן דעם און יענער האט מיר אויפגברענט די "אלע-רבנים" איבערווייז, האב איך מסביר געווען אז די וועלט מיט אינטערנעט איז אן אנערע וועלט בכלל און וויבאלד די רבנים לעבן נישט דארט הבען זיי נישט וואס אריין צו רעדען. מיין חבר האט פארשטאנען אז איך בין סארקאסטיש, אבער און אמת'ן מיין איך עס גאנץ ערענסט.
די וועלט מיט אונטערנעט איז אן אנדערע וועלט איינמאל איך טועם געווען פון די עץ הדעת, די טעם פון אינפארמאציע, איז נישט דא קיין וועג צרוק.
איך בין גאנץ זיכער אז עני רב זאל זיך אראפזעצן צום אנטערנעט מיט אפענע אויערן צו הערן נייע זאכן וועט גאנץ טוישן זיין בליק אויף דעם ענין.
שוין איך דארף גיין.
moody
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך yn.NY » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:46 pm

@שמעקעדיג: מעכטיגע און קריסטעל קלאר!

[כ'וויל קיינעם נישט "קאלט מאכן" ח"ו - אינקלאדינג מיך... אבער] דו ברענגסט זייער גוט ארויס "היינטיגע הוספות" וואס ווערן צוגעשריבן צום פארשמייליגט'ן "מסורה" בלאקעדזש/באקס. די פראבלעם איז נאר אז האלב אידישקייט היינט, באשטייט נאר פון זאכן וועלכע זענען משך די יארן צוגעלייגט געווארן, און דערנאך געווארן א חלק פונעם "מסורה הטהורה".

וואס קענען מיר טון דערוועגן? איך ווייס נישט. אבער מיין ווייטאג מוז איך אויסגעבן...
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך גיב א שמייכעל » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:02 am

ראביי שמעקעדיג צען פונקטען!
געוואלדיג!
לפענ"ד איז די פראבלעם און פענאמען זייער זייער א ברייטע.
דאס איז איין חלק פון די גאנצע מצב אין חסידישע אידישקייט די לעצטע צעהן פופצען יאר ווי די עולם ווערט מער און מער צוטיילט און צוויי גרופעס וואס ביידע בייגען זיך שטארק אוועק פונעם מיטל-וועג.
ווען די באטראכסט עס אויף יעדע חסידות באזונדער וועסטו עס זעהן שארפער, ווי די עולם איז ממש שארף צוטיילט און צוויי. ווען בשעת אויף איין זייט זענען די היייסע חסידים, שוואנצאנים, וואס ווערן מער און מער עקסטרעם און פרומקייט, און אויף די אנדערע זייט זענען שוין די אויפגעקלערטע, וואס ווערן מער און מער לויז פון די חסידות וכו'.
ס'כמעט שוין נישט דא די זאך ווי אמאל, אז ס'זאל קענען זיין א פשוטע בעה"ב וואס זאל קענען קומען צום טיש פון רבי'ן פון צייט צו צייט וכו'.... ס'איז, אדער ביסטו פרום -לייען:עקסטרעם, אדער ביסטו נישט!

איך קען מיר נישט געניג מסביר זיין, כ'האף אז דער עולם העט פארשטיין די געדאנק.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 9:45 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:47 am

moody האט געשריבן:יאך האב א שטיקל בויך וויי, אפשר קען מיר איינער דא העלפן לינדערן די שמערצן.

צענדליגע בלעטער דא אין שטיבל זענען שוין אנגעפילט אובער די רשעות און קריאויזן פון די אינטערנעט מערכה די לעצטע 10+ יאר,
אבער וויפול איך האב געזען האט נאך קיינער דא אראפגעשעלט א שיטתיות'דיגע מהלך פארוואס אינטערנעט/סמארטפון זאל נישט זיין קיין פראבלעם. נאך אלעם איז זיך כמעט יעדע חרידישע רב/י מתייחס צו ווי צרה גדולה קען מען נישט מעלם עין זיין.

ע"כ מענה אשאלה מפי מורי!
אויב איינע פון די הוגי/פילוסופי/מפייטי השטיבל הנכבד דנן, קען אריינקומען קלאר להשתיק רוחי הנבוך וועל איך דאנקבאר זיין בזה ובבא (און א לייק פאר א באנוס).
ווען איך האב לעצטענס געהאט א שמוס מיט א חבר וועגן דעם און יענער האט מיר אויפגברענט די "אלע-רבנים" איבערווייז, האב איך מסביר געווען אז די וועלט מיט אינטערנעט איז אן אנערע וועלט בכלל און וויבאלד די רבנים לעבן נישט דארט הבען זיי נישט וואס אריין צו רעדען. מיין חבר האט פארשטאנען אז איך בין סארקאסטיש, אבער און אמת'ן מיין איך עס גאנץ ערענסט.
די וועלט מיט אונטערנעט איז אן אנדערע וועלט איינמאל איך טועם געווען פון די עץ הדעת, די טעם פון אינפארמאציע, איז נישט דא קיין וועג צרוק.
איך בין גאנץ זיכער אז עני רב זאל זיך אראפזעצן צום אנטערנעט מיט אפענע אויערן צו הערן נייע זאכן וועט גאנץ טוישן זיין בליק אויף דעם ענין.
שוין איך דארף גיין.

איך גלייב נישט אז ס'דא איין בר דעת וואס האלט אז אינטערנעט שטעלט נישט פאר פרישע נסיונות וואס איז אמאל נישט געווען. די שאלה איז אבער ווי מ'גייט פון דא ווייטער. די עקסטרעמע מהלך איז אז מ'אסר'ט עס און והיה מחנינו קדוש, ווייל ווער וועט זיך דען ווייגן ווידעשפעניגן א בפירוש'ע קול קורא. פארוואס איז דאס עקסטרעים? ווייל ווער ס'קען אביסול די מענטעליטעט פון די היינטיגע דור ווייסט אז אזא איסור איז נישט ווערד די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן. אדרבה, דאס מאכט מער און מער מענטשן פילן אז די רבנים רעדן נישט צו מיר ווייל זיי לעבן אין עולם הדמיון. זיכער איז גוט מעורר צו זיין אז מ'זאל זיך מונע זיין פון זיך סתם דרייען אויפ'ן געוועב ווען ס'נישט וויכטיג אדער אויף סייטס וואס ווייזן דברים אסורים, אבער אן איסור בכלליות אויף אינטערנעט איז געגאנגן מיטן קאפ אן וואנט.
און ווער רעדט נאך דאס צו נעמען א טריט ווייטער אז מ'טאר נישט ארויסנעמען א סמארטפאון אין שול אפילו צו מאכן א פאון קאול וכדומה, דאס זענען זאכן וואס ווערן געטון אן שכל און לאגיק.
יא, ס'איז א פראבלעם און מ'דארף זיך ספראווען דערמיט פונקט ווי מיט אנדערע נסיונות. ס'פעלט זיך אויס צו גיבן אסאך חיזוק פאר אינגעלייט, בחורים, פרויען און מיידלעך נישט צו ווערן איבערגענומען פון אלעס צו וואס מ'ווערט עקספאוזט אויפ'ן ברייטן געוועב, און געדענקן אז מיר זענען דעם עם הנבחר מיט תורה ומצוות. די אלע אנדערע עקסטרעמישע אקציעס מאכן קאליע מער ווי ס'טיט אויף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעון וואלף אום דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:09 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2863
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3008 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 3:12 am

מי אני האט געשריבן:דאס געבט נאך א באדייט צו דעם מראות ה"צבאת" (שמות לח ח) וואו דא לערענט מען אויס די תלמידות דורך די כל המוסף גורע די געדאנק פון שקר און "צביעות".

מי אני: וואו. דאס עמקות... און לשון נופל על לשון. מ'קען עס אפילו אנרופן א..."פאן"...מיט א פ"א דגושה. אן די נעגאטיווע קאננאטאציעס וואס דאס ווארט האט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך אמת וצדק » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 9:59 am

לאור דעם אשכול אפשר קען @שמעקעדיג מסביר זיין פארוואס די וועקער נומער 19 איז צי עקסטרעם לינקס.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:06 pm

@הוגה האט געשריבען מתוך יאוש אז וואס קען מען טוהן מען איז אין גלות, אבער ס’איז נישט ריכטיג,
ראשית, האב איך מיטגעהאלטען א מעשה ווי מען האט אהיימגעשיקט קינדער פון א מוסד צוליב וואס דער טאטע האט געהאט א סמארטפאון און עס איז געווען אנדערש ווי דער טאטע האט מעיקרא באריכטעט אויפ’ן ועד האישור צעטיל.
דער טאטע אלס א בעל הביתישער איד האבנדיג חברים אויך זיינס גלייכען האבן זיך אלע צוזאמענגענומען און מחליט געווען אז זיי באצאלן נישט שכר לימוד. און דער מוסד נאכן פילן דעם לאך אין טאש האבן זיך געמוזט אראפזעצן ביים פארהאנדלונגס טישל ביז זיי האבן צוגעזאגט אז זיי גייען נישט ארויסווארפען אזוי שנעל. דאס איז בנוגע די טעכנעלאגיע עקסטרעמיזעם.

שנית, דער כח פון די עקסטרעמיסטען באשטייט בלויז אך ורק פון bullies
מען מעג און מען קען צוריק בוליען
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 419
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 8:06 pm

איך הייב נישט אן צו פארשטיין די משוגעת פון חתימות...

ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז חתמ'נען שקר איז נישט קיין פראבלעם... וד"ל...

וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט זיי טראכטן אז דא איז אנדערש?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט