לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

מי אני איך בין מוחא אויף ווער סהאט בארירט אייער כבוד!
איך וואלט געפרעגט ענדליך, איר לייגט אריין אזוי פיל כוחות, אפשר וואלט איר געדארפט נוצן די כוחות, און שרייבן א ביכל, ווי מ'וועט מעהר אנערקענען דיינע כשרונות, ווי דא וואס א גרויסע חלק פון דיינע תגובות ווערן איגנארירט.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ייש"כ!

זאגסט אלס (קהלת יב יב) ויתר מ"המה בני" הזהר עשות ספרים הרבה אין קץ. "המה בני" איז "מי אני" מיט'ן כולל, און מ'איז ממשיך "עשות ספרים הרבה אין קץ"...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

מי אני איז ז'שאסט עמעיזינג.
נאר להמתיק הדינים, ווי איך פארשטיי מיינט דער שואל די עצם זיך דרייען אויף קאווע שטיבל אזוי אפט אלץ נישט פרודוקטיוו און סתם פארברענגט צייט. נאכדערצו אז רוב אשכולות זענען סה''כ אלע בויך וויי אויפ'ן סיסטעם, איז פאר אזא חכם אביסעלע שאד.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך וואלט געוואלט דא נעמען די געלעגענהייט זיך צו אנטשולדיגן. דאס איז וואס [tag]מנהל[/tag] האט מיר געשיקט אין אישי:
שוין וואכן וואס איינער האלט מיך אין איין שיקן לינקס צו דיינע תגובות אז דאס איז כפירה און יענץ איז כפירה וכו' וכו'.
און האט מיר געבעהטן נישט צו שרייבן זאכן וואס זענען פּראוואקירענד. (איך האב זיין רשות דאס צו ציטירן.)

איך אנטשולדיג מיר טאמער וואס איך האב אמאל געשריבן האט איינעם געבאדערט. איך גלייב אז איך קען מעיד זיין אויף זיך אז איך שרייב קיינמאל נישט להתריס און/אדער ציניש, ובוודאי נישט אין א פּאלעמישע שטייגער. און ווער רעדט נאך פון דערנידערען איינער וואס איז נישט מסכים דערצו; און דאס אלעס איז אפילו וואו ער איז מתריס קעגן מיר מיט לשונות של גנאי. איך פרוביר אלס צו שרייבן, אפילו ובפרט ווען עס איז א קאנטראוועסיאנאלע נושא, אין א ווי מער אביעקטיווע און נייטראלע (טרוקענע) טוֺין ציטירענדיג די וויסענשאפטלער וואס זאגן דאס וואס איך ברענג צו. אין אנדערע ווערטער, איך פרוביר זיי צו שרייבן אויף די זעלבע שטייגער ווי ווען איך שרייב עפעס אויף מאטעמאטיקס, מדע אד״ג (ניִד איי סעי מאָר?…). ווער ווייסט? דאס קען שוין אפשר גיין אין איינקלאנג מיט ווי אזוי ראשונים האבן פרובירט צו שרייבן אין די דקות׳דיגע האקעלע נושאים אויף א מער באהאלטענעם/עסאטערישן שטייגער.

ולהוי ידוע אז איך בין א שומר תורה מצות והלכה און האלט נישט אז עני פון די קאנטראווערסיאנאלע זאכן וואס איך שרייב/האב געשריבן איבער זענען דייקא א סתירה דערצו. ועכ״כ אז איך האלט גאר אז לפי חרדי׳שע/חסידי׳שע אידעאלאגיע איז דאס ספעציעל נישט קיין סתירה. איך האב אביסל געשריבן דעריבער דא (פון מיינע ערשטע תגובות דא אין שטיבל) און עס מער אויסגעברייטערט אין אן ארטיקל איך האב סאָבּמיטעד צום וועקער און די אשכול איך האב פאָרגעגרייט דערויף.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

שליחה דורך פאליטיקאנט »

כ'האף אז דו גייסט זיך נישט יעצט צוריקהאלטן פון שרייבן ווי ביז יעצט.

@מנהל כ'מיין יעדער דא אין שטיבל פארשטייט (נישט...) וואס מי אני שרייבט, און קיינער האלט נישט אז ער איז א כופר אדער שרייבט כפירה.
פארקערט יעדער קוקט עם ארויף אלס ערנסטע תלמיד חכם און פילאזאף - תורה וחכמה (מדע) וואס איז שווער צו טרעפן צווישן חרד'ישע אידן.

איי "איינער" האלט דיר אין איין שיקן לינקס? טאקע א פראבלעם. אבער מען קען אלס אויסמעקן אישי'ס און / אדער איגנארירן.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

[tag]מנהל[/tag]
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

איך ווייס גראדע נישט ווער ער איז
אבער איין זאך ווייס איך ווען איך באקום א לייק פון מי אני ווייס איך אז איך האב געשריבען א דבר חכמה מיט א מקור בתורתינו הקדושה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

להתודע ולהיגלות: מי אני איז איינער פון די באליבסטע און רואיגסטע שרייבער אין קאווע שטיבל. איך האב נאכנישט באגעגנט אין אלע זיינע מאמרים קיין איין מאמר וואס זאלל האבן א שמץ פון אפיקורסות אדער כפירה. אדער טשעפען און וויי טון א צווייטן...!

ווער ס'האט א פראבלעם מיט זיינע מאמרים דארף צוערשט זיך בודק זיין אויב ער איז נישט געשלאגן מיט די זעלבע באשולדיגונגען וואס ער זעהט ביי א צווייטן.

ס'איז דאך ידוע דער מאמר הבעש"ט הק' אדער ביי איינער פון זיינע גרויסע תלמידים. ווען איינער איז איהם געקומען זאגן אז א געוויסער מענטש האט עובר געווען אן עבירה. האט ער איהם געזאגט אז ער אליינס דארף תשובה טון. ווייל מ'האט אזוי צגעפיהרט מן השמים אז ער זאלל זעהן ווי יענער איז עובר די עבירה..!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אריבער א גאנצע שעה פון ווען כ'האב געליינט די תגובה און מיין קאפ איז פשוט נישט רואיג, ס'הייסט אז אונזער יושרד'יגע מנהל האט זיך געקימערט מיט דעם 'איינעם' איז דער 'איינער' לכאורה א אנגעזעענע מיטגליד דא אין שטיבל וואס האט לפחות 3,025 אדורכגעטראכטע לאנגע תגובות , און איז 'איינער' מיט ווען מ'דארף זיך רעכענען אפי' אויבערפלעכליך זעט זיך גארנישט אויס צו זיין ווראנג.

איז ווי קען איך פארשלאגן אז מ'זאל פשוט נישט ליינען זיינע אישי'ס?

נאכן זיך וואלגערן א שעה אין בעט בין איך אויפגעקומען מיט א גאונ'ישע אבער פשוט לעזונג אין עטליכע שטאפלען:

1)אונזער געריבענע מנהל זאל זיך זעצן שרייבן צו הרב 'איינער' אן אישי.

3) עם מסביר זיין אז ער מוז נישט ליינען מי אני'ס תגובות ווייל עס קען עם שאטן בנפש און אויך ווייל זיין איי קיו איז צו נידריג.

4) צולייגן אז לינקס מוזן נישט ווערן געקליקט.

5) ליתר שאת איז ער מכובד צו זיין דער ערשטער עם ארויפצולייגן אויפן "נודניק" ליסטע, און אזוי פארמיידן פאר זיין אויסגעארבעטע נפש פון ווערן אפענדעד.

6) צוריק דירעקטן 'איינער' שליט"א צו די "פאליס טשעיס פראגעס" אשכול אויף אייוועלט.

7) די מנהל זאל זיך אויפשטעלן און טרעפן א צווייטן צו דערגיין די יארן.

כ'מיין דאס קען ארבעטן, אויב פעלט זיך אויס מער הילף קען מיך די חשוב'ע מנהל אלס רופן צום אפיס און כ'על פרובירן אויפקומען מיט נאך לעזונגען.
נ.ב. ביטע מיך רופן אינמיטן ענגליש.

-------------------------------------

זעט זיך אויס זייט רביה"ק האט אונז פארלאזט האבן זיך די בולשיטטערס טאקע געהויבן די קעפ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: ייש"כ. דיין תגובה איז א זאך וואס איז כלבו. אלעס איז דא אין איהר. שכל הישר. יושר . און אויך הומאר. און א ביסל (געזינטע) סארקאזם. וואו ס'פעהלט אויס...!
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

צום אלעם ערשט וויל איך זיך באדאנקען מעומק הלב פאר אלע וואס נעמען זיך אָן פאר מיר און זייערע דברי שבח והערצה. עס מיינט באמת גאר אסאך צו מיר. ייש״כ לכל אחד ובשמו הטוב יבורך.

להבהרה, [tag]מנהל[/tag] האט מיר נישט סיקירט בכלל. פארקערט, ער האט פשוט געבעהטן אז איך זאל שרייבן אויף אזא וועג ״ובלשון וואס זאל נישט אויפרעגן פשוטי עם״ [א דירעקטע ציטאט]. איך האב נישט ציטירט דעם גאנצן אישי כדי אז מ׳זאל נישט טענה׳ן פארקערט: ״וכי משוא פנים יש בדבר״?

איך וועל מודה זיין אז איך שרייב יא צומאל און ציטיר, ווען עס קומט אריין אינעם שמועס פונעם אשכול, פאזיציעס, מדע וכו׳ וואס קען פאררעכענט ווערן אלס קאנטראווערסיאנאל צו דת וכדומה. אבער, ווי עס איז מערערע מאל ארויסגעברענגט געווארן בין כותלי השטיבל, איז אַן עיקר חסרון מיט אונזער חרדי׳שע געזעלשאפט דאס אי-יכולת צו ענגעידזשען מיט אקאדעמישע מדע כהיום אָן דעם אז עס זאל אונטערברענגען און אונטערברעכן די יסודות פון די חרדי׳שע מהלך בדת ומהלך החיים שלה. דאס איז בשעת אנדערע שטריכן אין יהדות ואפילו בתוך ארטאדאקסיע האבן דאס יא באוויזן צו טוהן. די איינציגסטע וועג ווי זי פיהלט זיך אז זי קען זיך ספּראווען דערמיט איז מיט אַן אגרעסיווע און ריגרעסיווע סארט פון דאס אלעס כובש זיין, צענזורירן, און אונטערדרוקן. דאס איז אבער, לענ״ד, נישט טענעבּל אין אונזער עפאכע כהיום: די עידזש פון אינפארמאציע און דאס גרינגקייט פון צוטריט דערצו. ולדוגמא, אפילו אזא איינער ווי [tag]זוכער[/tag], וואס צייגט שוין יא מער פונדאמענטאליסטישע שטריכן, ווייסט צו זאגן פון שפינוזה, וועלהאַוּזן וכו׳ ושיטתיהם (עכ״פ צו עפעס אַן עקסטענט).

ווי איך האב געשריבן דא איז אפילו אויב קען מען שוין יא פארטיידיגן די צוגאנג פון צענזור, איז אבער דאס׳ן דאס אָנהאלטן אויף א יחיד׳ס לעבן לעולם אז ער זאל אפילו נישט וויסן פון דאס אלעס קיינמאל, קינדעריש און קאַוּנטער-פּראדאקטיוו.

און דאס אלעס איז בפרט פאר די קלוגערע און אינטעליגענטע אינדיווידואלן בתוכינו וואס זענען מבקשי ושואפי חכמה ומדע. זיי וועלן למעשה געוואור ווערן דערפון און דאן וויבאלד זיי וועלן פיהלן ווי מ׳האט דאס דאך געזוכט כובש צו זיין פון זיי וועלן זיי דאס אלס אָנקוקן ווי די סיבה איז ווייל דת קען זיך טאקע נישט ספראווען מיט די מדע און האט נישט קיין שום ענטפער/תשובה ומהלך דערמיט. ותוצאותיו מי ישורנה.

לדוגמא, ווי [tag]עקפערימענטירער[/tag] האט געשריבן:
צפון קארעא האט מורא אז אירע מענטשן וועלן געוואויר ווערן עפעס אנדערש, ווייל די דארטיגע רעגירונג ווייסט גאנץ גוט אז זי האט נישט קיין לאגישע ערקלערונגען פארוואס איר סיסטעם איז דער בעסטער סיסטעם אין דער וועלט. דער בעסטער וועג איז אלזא צו בלאקירן דעם אינטערנעט צו פארמיידן אירע בירגער פון בכלל וויסן אז עס איז דא עפעס אנדערש. נישט אז צפון-קארעער ווייסן נישט פון עפעס אנדערש; זיי ווייסן וועגן קאפיטאליזם און אנדערע עקאנאמישע און רעגירונג-סיסטעמען, אבער זיי ווייסן אלעס נאר פון זייער אייגענער רעגירונג'ס פערספעקטיוו. קענען אנדערע סיסטעמען פון דער נאנט, הערן וועגן קאפיטאליסטן פון די קאפיטאליסטן, ברענגט צפון-קארעא פאר א דעבאטע - און א דעבאטע קענען זיי נישט געוואונען.

אונזער געזעלשאפט דארף אויפהערן זיך בויען דורך פארהאקן און דעמאניזירן די גאנצע וועלט, און דארף טרעפן שכל'דיגע סיבות און ארגומענטן פארוואס א מענטש זאלן וועלן זיין א חרדישער איד מרצונו הטוב, אפילו אויב ער זאל וויסן אז עס זענען פאראן אנדערע וועגן. חרדישע אידישקייט דארף קענען געוואונען א דעבאטע.
פאר די וואס ווערן דאס געוואור נאך אלעם צייגט דאס (עכ״פ אפטמאל) צו זיי אז איה״נ: חרדישע אידישקייט קען טאקע נישט געוואונען א/די דעבאטע.

אין מיין מוסד וואו איך ארבעט האב איך דאס טאקע געזאגט פאר׳ן מנהל, א פארשטענדליכער איד וואס פארשטייט גאר גוט צו חינוך [דער זעלבער ווי דא]. עס האט געהאנגען אינעם האָלוועי ביי די עלטערע כתות, מטעם די לימודי חול, א פלאקאט פונעם סאָלער סיסטעם מיט די זון און אלע פלאנעטן דערין. אונטער יעדעס פלאנעט איז געוועזן אפאר שורות אונטער דעם וואו עס איז געשטאנען אביסל אינפארמאציע/מדע איבער דאס פלאנעט. אונטער די זון איז געשטאנען: ״די זון האט זיך געפארעמט __________.״ און דערנאך נאך אינפארמאציע איבער דעם. מ׳האט אנגעבליך געהאט ארויסגעשניטן דערפון אז די זון האט זיך געפארעמט, לפי מדע, בערך פיר אהאלב ביליאן יארן צוריק.

בין איך צוגעגאנגען צום מנהל און אים געזאגט, ״דו ביסט דער גורם אז למשל [דער-און-דער קלוגע אינגל] וועט מעגליך אפפארן ווען ער איז עלטער! לא׳מיר זיך נישט נאַרן, 90% פון קינדער דא וועלן האבן אקסעס צו אינטערנעט ואינפאריאציע [עס איז גראדע א מער ״בארא פארק׳ישע״ סארט מוסד]. און די קלוגע וועלן אנקומען צו די סארט אינפארמאציע אויך. צום ערשט וועט זיין רעאקציע דערצו מסתם זיין, ״׳סאַראַ שטותים!״, אבער צוביסלעך וועט ער (גאר מעגליך) איינזעהן אז זיי האבן גאר שטארקע אביעקטיווע און עמפירישע ראיות לדבריהם. און קומט אויס אז מיט דעם וואס דו האסט דאס להדיא אויסגעריסן, האסטו געשאפן און אראפגעשטעלט אז דאס איז א סתירה און קען נישט גיין אין איינקלאנג מיט דת ורעליגיע; קענסט דאך נישט געוואונען די דיבאטע. ער וועט דאס מעגליך אלעס צאמשטעלן מיט רעליגיע בכלליות און ארויסווארפן דאס קינד מיט די באדוואסער.״

און איך גלייב אז הנסיון מוכיח על זה בימינו אלה.

איך פארשטיי אז מ׳קען מחלק זיין אז פאר קינדער, כדי זיי נישט צו צומישן און אריינגיין אין מער דקות׳דיגע חילוקים ווי אזוי מ׳קען יא ביידע אָנהאלטן וכו׳, פעהלט יא אויס דאס צו צענזורירן לעת עתה ווען זיי זענען יונג. אבער איך גלייב אז דאס איז א פּערמאנענטע מהלך ביי אונז אפילו פאר זקנים ממש.

ועל של עתה באתי און צוריק צו אונזער נידון. איך פארשטיי זייער פיין אז גיין שרייבן עפעס וואס רירט צו און גייט קעגן מענטש׳נס דאגמאס איז נישט עפעס וואס דארף געטוהן ווערן לייכטערהייט ואפילו אויב מ׳איז קעגן דאס געדאנק און מהלך פון צענזור און כובש זיין חכמה ומדע. דעריבער פארשטיי איך יא אז אויב איינער שרייבט, אפילו אויב ער און זיין מדע זענען פולקאם גערעכט, אבער עס איז אין א סארט פאלעמישע און צינישע שטייגער וכדומה להתריס אָנע רעספעקט ([tag]רביה״ק זי״ע[/tag] איך קוק אויף דיר… הגם איך פערזענליך גלייך יא דיין סטייל פון שרייבן), פארשטיי איך די טענה אז מ׳זאל און מ׳דארף דאס מסדר זיין. דאס אליין צו טוהן אזוי אויף אזא מהלך איז ווייטער נישט בגדר חכמה. אבער דאס׳ן זאגן אז מ׳קען בכלל נישט שרייבן דערוועגן, וואו ס׳איז מדע און די אינפארמאציע איז למעשה דא און מ׳האט (עווענטועל אזוי-צי-אזוי) צוטריט דערצו, איז פשוט לא מדרך החכמה און איז גאר קאַוּנטער-פּראדוקטיוו פאר אינטעליגענטע מענטשן - מענטשן וואס איך גלייב זענען די סארט וואס דרייען זיך דא אויף קאווע שטיבל. דעריבער איז מיין פערזענליכע שיטה אז איך האלט מיר נישט אפ פון שרייבן און ציטירן אן אקאדעמישע שיטה, מהלך, געפינס וכו׳ וכו׳ אפילו וואו עס איז מנוגד לדתינו. ווי כ׳האב געזאגט איז דאס אלעס עפעס וואס אינטעליגענטע גלויביגע מענטשן מוזן ענגעידזשן מיט; עווענטועל, אין איין וועג אדער א צווייטע וועג וככל הנ״ל. כמובן אז דאס מיינט פארשטייט זיך נישט אז מ׳דארף מסכים זיין מיט יעדעס מהלך ושיטה אפילו וואו עס קומט פון א געלערענטער און שטודירטער חכם ומדעני - אבער ענגעידזשן מוז מען. זאגן ״איך וויל אפילו נישט (מ׳זאל) וויסן״, ווען עס איז דאך בתור מדע ואקאדעמיע, איז אינו מדרך החכמה כלל און פאסט נישט פאר׳ן עם חכם ונבון, ובפרט אין אונזער עפאכע. אז נישט גייט דאס אריין אין גורם זיין אז אונזער געזעלשאפט ווערט, ווי [tag]יאיר[/tag] האט דאס טערמינט:
Survival of the Stupidest

נאר ווי געזאגט מוז דאס געטוהן ווערן אויף אַן אופן פון אביעקטיווקייט און רעספעקט, און אָן קיין שום סאָבּיעקטיווקייט והתרסה. און צו דעם פרוביר איך מיך צו האלטן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

[tag]מי אני[/tag] מיין רעספעקט פאר דיר וואקסט נאר פון מינוט צו מינוט, תגובה צו תגובה.
אז דו האסט שוין יא געעפענט די נושא אפשר טאקע וואלט איר געווען פאסיג צו עפענען א אשכול ”וויאזוי צו דיעלן מיט מדע וואס איז זיך סותר צו אונזער רעליגיע”
אויב איז שוין דא אזאנס ביטע ציטירן.
אבער פליז!!!! איך האף אז איין טאג וועל איך נאך פארשטיין אלעס וואס די שרייבסט, אבער אויף דערווייל פליז זיי מסביר אויף ”פלעין אידיש”, א גרויסן שכוח איטהער וועי
כה לחי! חזק ואמץ! (וכמובן על יתבייש מפני המלעיגים) חן חן

המצפה לתשובה (תרתי משמע)
נ נח
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

קהל'ס נער האט געשריבן:[tag]מנהל[/tag]
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.

#חושד בכשרים אלערט. איך האב נישט קאמפלעינד קעגן @מי אני און נישט קעגן קיינעם פערזענליך. מצידי זאל דער @מנהל פארעפנטליכן די אישי.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

Nanach האט געשריבן:[tag]מי אני[/tag] מיין רעספעקט פאר דיר וואקסט נאר פון מינוט צו מינוט, תגובה צו תגובה.

ווי כ'האב אויבן געזאגט האב איך סאָבּמיטעד אן ארטיקל צום וועקער וואו איך בין מסביר און פארטיידיג מיין פערזענליכע מהלך ההשוואה אין דעם אלעם (ס'איז פילאזאפיש); איך פאר מיר נעם אָן יעדעס קאנסענסוס אין מדע אין יעדעס פעלד (עכ"פ ווי ווייט איך ווייס). איך האב דערנאך אָנגעגרייט א סאָפּלעמענטערי אשכול דערויף וואס לויפט שוין ביי בערך 9,000 ווערטער.

כמובן, איז מיין מהלך בכלל נישט ענדגילטיג און דעמאנסטרעטיוו אין עני סענס. מיינענדיג, אז עס קען בשו"א נישט אויפווייזן און צייגן צו איינעם ער זאל דאס אָננעמען. אזויפיל גלייב איך פערזענליך אבער יא אז עס איז גענוג מאסגעבענד פאר איינעם וואס האט דאס שוין אקצעפּטירט [מכח חינוך און אינדאַקרינעישאן] און די שאלה איז צי ער זאל דאס יעצט רידזשעקטן.

וכמובן אין אני אומר קבלי דעתי ואפילו פון א דייעלעקטיק מבט, און איך בין מודה און אנערקען אין דאס גראָס אפאלאגעטישקייט פון מיין מהלך השוואה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

מי אני האט געשריבן:

איז עס שוין געדרוקט אין וועקער? אויב יא וועלכע נומער?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

נאך נישט. איך האב סאָבּמיטעד עטליכע ארטיקלען. 'עמיר זעהן וועלכע זיי ווילן און וועלן דרוקן (אויב בכלל).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

מי אני האט געשריבן:נאך נישט. איך האב סאָבּמיטעד עטליכע ארטיקלען. 'עמיר זעהן וועלכע זיי ווילן און וועלן דרוקן (אויב בכלל).

הלוואי זאלן זיי עס דרוקן, אבער קודם זאלן זיי ארויסקומען אפטער ווי איינמאל א האלבע יאר.
בכל אופן א גרויסן שכוח פארן זיך אזוי אראפ לאזן אלי הדל והנבזה......
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

זוכער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:[tag]מנהל[/tag]
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.

#חושד בכשרים אלערט. איך האב נישט קאמפלעינד קעגן @מי אני און נישט קעגן קיינעם פערזענליך. מצידי זאל דער @מנהל פארעפנטליכן די אישי.

דא שרייבסטו אז ס'איז יא דיך.

אפילו אויב ס'איז נישט דיך, האסטו אבער מודה במקצת געוועין, אז די אנדערע חלק פון די תגובה איז אמת.

ס'דערמאנט די מעשה, פון די רבי וואס האט געזאגט, "די נער זאל ארויסגיין פון קלאס", ריפט זיך איינער אן "בשום אופן גיי איך נישט ארויס".
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי איך פארשטיי האט אים [tag]מנהל[/tag] פשוט געזאגט צו רעדן רואיגער; נישט אז [tag]זוכער[/tag] האט אים קאנטאקטעד מקודם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

ס'איז א שאנדע פארן לעצטן ווינקל וואס פאררופט זיך אלס אן 'אפענעם פלאטפארמע' צו אפילו קלערן פון צענזורירן @מי אני סטייל תגובות.

אויב ס'איז פארהאן איינער צו דעמאנסטרירן וועלכע סארט תגובות קאווע שטיבל מוז טאלערירן כדי צו אריינגיין בגדר "מינימאלע פרידאם אוו ספיטש פלאטפארמע" איז עס @מי אני.

יעדער פארשטייט אז אזא פלאץ ווי ק"ש ווען עס קומט צו ענייני אמונות ודעות לויפט אויף א דינעם אויסגעצויגענעם שטריק פון "מינימאלע אפענקייט צו דעות" ביזן "מאכן באקוועם פאר א חרדישע איד זיך צו דרייען דא", וואס דיע זענע דער ציבור וואס ק"ש סערווירט, און גלייבט מיר ס'איז ביטער שווער ביז אוממגעליך צופרידן צושטעלן דעם חרדישן איד.. אויב זאגן אויפן זוהר אז ס'נישט אויטענטיש קלינגט כפירה'דיג פאר איין חרדי, קלינגט כפירה'דיג פארן צווייטן צו זאגן אז אור החיים איז נישט געשריבן ברוה"ק, און פאר א דריטן אז די וועלט איז אביסל עלטער ווי זיין מלמד האט געזאגט.

די מסתבר'דיגע באלאנס איז אז זאכן וואס זענען זיך נישט סותר צו אנגענומענע ארטאדאקסישע עיקרי אמונה זאל מען מעגן אפיציעל שרייבן און זיך אידענטעפעצירן דערמיט (א שטייגער ווי קדמות הזוהר, גיל העולם וכדו'), און 'נאכברענגן' און דורכטוהן זאל מען מעגן "אלעס" ווילאנג ס'איז נישט געשריבן להתריס און אינעם ריכטיגן אשכול, און פאר די וואס דאס איז פאר זיי אויך צופיל, איז דא אלטערנאטיווע פלאטפארמעס זיך צו דרייען אדער גענצליך אויפגעבן דעם טריפענעם אינטערנעט און אפילו אויב נישט, איז פעיר צו זאגן אז דיע זענען נישט פונעם ציבור וואס ק"ש זוכט צו סערווירן.

יעצט אונזער באליבטן @מי אני פארקערפערט אט דאס אלעס אין זיך, ווען ער ברענגט אראפ פארשידענע מיינונגען און ציטאטן און נעמט קיינמאל נישט קיין שטעלונג נאר ברענגט עס אראפ בתור ידיעה, (אזש מיר נערווירט עס צומאל ווען ער ברענגט "דר. פלוני האלט אז.." און "דר. אלמוני שרייבט אז.." און מיר קרענקט "זאג מיר וואס דו האלטסט", "וואס טראכסטו דערויף", שוין.. :) ), און קיינמאל להתריס אדער פערזענדליך, און ווען ער נעמט שוין יא א שטעלונג איז עס אין פשטים אין גמרות און מו"נ..
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

קהל'ס נער האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:[tag]מנהל[/tag]
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.

#חושד בכשרים אלערט. איך האב נישט קאמפלעינד קעגן @מי אני און נישט קעגן קיינעם פערזענליך. מצידי זאל דער @מנהל פארעפנטליכן די אישי.

דא שרייבסטו אז ס'איז יא דיך.

אפילו אויב ס'איז נישט דיך, האסטו אבער מודה במקצת געוועין, אז די אנדערע חלק פון די תגובה איז אמת.

ס'דערמאנט די מעשה, פון די רבי וואס האט געזאגט, "די נער זאל ארויסגיין פון קלאס", ריפט זיך איינער אן "בשום אופן גיי איך נישט ארויס".

#חושד בכשרים צום 2טן מאל.
איך האב נישט קאמפלעינד קעגן קיינעם.

אנשטאט דו זאלסט מיר מפייס זיין טוסטו עס נאכאמאל.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

זוכער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:[tag]מנהל[/tag]
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.

#חושד בכשרים אלערט. איך האב נישט קאמפלעינד קעגן @מי אני און נישט קעגן קיינעם פערזענליך. מצידי זאל דער @מנהל פארעפנטליכן די אישי.

דא שרייבסטו אז ס'איז יא דיך.

אפילו אויב ס'איז נישט דיך, האסטו אבער מודה במקצת געוועין, אז די אנדערע חלק פון די תגובה איז אמת.

ס'דערמאנט די מעשה, פון די רבי וואס האט געזאגט, "די נער זאל ארויסגיין פון קלאס", ריפט זיך איינער אן "בשום אופן גיי איך נישט ארויס".

#חושד בכשרים צום 2טן מאל.
איך האב נישט קאמפלעינד קעגן קיינעם.

אנשטאט דו זאלסט מיר מפייס זיין טוסטו עס נאכאמאל.

#קאזאק הנגזל אלערט
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט