רעדענדיג איבער דעם טיעון הכוזרי איז אינטערעסאנט אראפצוברענגען וויאזוי
דוד גאטליב פארמאליזירט עס מיט זיין פרינציפאל וואס ער רופט דער כוזרי פרינציפאל.
ער טענה'ט אז א געשעעניש וואס לאזט איבער באווייזן קען נאר ווערן אפגעפרעגט טאמער ווייסט מען פון ענליכע געשעענישן וואס מענטשן האבן געגלייבט אבער איז שפעטער אויפגעוויזן געווארן צו זיין פיקטיוו. אבער טאמער האט מען א געשעעניש וואס האט איבערגעלאזט גענוג באווייזן עס פעסט-צושטעלן אבער מען קען עס נישט פארגלייכן צו א געשעעניש מיט ענליכע באווייזן וואס איז קלאהר אויפגעוויזן געווארן צו זיין פאלטש, דאן מוז מען עס אננעמען אלס ווירקליך ביז עס וועט קלאהר אויפגעוויזן ווערן אז עס איז פאלטש, וואס דאן וועט עס זיין על הכלל כולו יצא.
דאס הייסט אז ווען עפעס ווערט אנגעגעבן אלס געשען קוקט מען נאך די באווייזן. טאמער זענען זיי גענוג קלאהר קען מען אננעמען דער זאך אלס געשען, אבער טאמער ווייסט זיך אויף שפעטער אז די געשעעניש האט זיכער נישט פאסירט, דאן ווערן אלע הוכחות און ראיות וועלכע זענען גענוצט געווארן אויף צו באשטעטיגן דער געשעעניש, אומווירקזאם און מען וועט שוין נישט קענען מער נוצן די ראיות אויף צו באשטעטיגן אנדערע, ענליכע געשעענישן.
קומט אויס אז ווען עס פאסירט X און די באווייז איז Y און דאן פאסירט A און דער באווייז איז אויך Y, טאמער וועט זיך אויפווייזן פון אן אנדערע פלאץ אז A האט נישט פאסירט, דאן וועט X אויך ווערן מוטל בספק ווייל זיין ראיה האט זיך אויפגעוויזן צו זיין אומפארלעסליך, אבער ווילאנג Y אלס ראיה, האט זיך נאך נישט פארפאטשקעט, קען מען אננעמען מיט א רואיגקייט אז X האט פאסירט, באזירט אויף די ראיה וואס Y שלאגט פאר.
אין דעם פאל איז דער הוכחה פון קאלעקטיווע עדות'שאפט נאך קיינמאל אין היסטאריע נישט אויפגעוויזן געווארן צו זיין אומפארלעסליך.
אפשר איז דאס וואס דער פסוק זאגט אין דברים ד לב.