בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:הזאת נעמי?
זייער א שטארקע נקודה. אבער וועם האלסטו דא פאָר?
היסטאריע האט געשריבן:איך בין מחולק מיט דיר.
זיי וועלען אלס טוהן פאר געלט.
פרנס החודש האט געשריבן:יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.

למעשה זעה איך נישט ביזדערווייל אז דער עולם זאל זיין צעהיצט אזוי ווי ביי מציצה. זעהט אויס אז תש22 קען מען שוין נישט דרייען א קאפ אזויפיל מענטשן, עס איז דא א שיינע פראצענט וואס אידענטיפיצירט זיך אפען מיט מאסטער, און עס שטייט ווייט פון א מלחמת קודש כדבעי.החוקר האט געשריבן:פרנס החודש האט געשריבן:יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
התינח ווען די גאווערמענט קומט סתם ארויס מיט נייע רעגולאציעס.
יעצט אבער אז עס קומט מיט העצע פון יאפפעד איז עס א מלחמה פון השכלה קעגן עיקרי הדת און די מוסדות/רבנים גייען זיך נישט וועלן בייגן קיין אינטש. הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט.
מר. מאסטער זאל גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. האסט ארויסגעטשעקט? בלייב אינדרויסן! ער האט געהאט די ברירה צו בלייבן אין די קאמיוניטי און טון עסקנות.
ארגאנישע טויש וואלט כמעט זיכער פאסירט מיט די צייט. זיינע מעשים האבן עס לכאורה אפגעשטופט.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Daum [Bot], יעקב מענטש און 3 געסט