אינעם זויערן עפל האב איך געביסן ווען איך האב שיעור ארינטערגעפליקט דעם וועבער, היות עס איז נאך פאר צום העשירי בעיט איך איבער שש באותו מקום ובאותו אשכול.
א דאנק פאר דיין איבערגעטריבענע בדחנות אויף מיר, שלא היה ולא יהיה, אבער דאך שמעקט עס מיר, אוי ביניך א בעיבי, יא בעיבי אהער אדער אהין איך גלייך דיין קאמפלעמענט, און איך שנדר חי פעמים לייקס בל''נ.
קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" #5 - (תשרי תשע"ז)
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" #5 - (תשרי תשע"ז)
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
דאס איז אבער ווייט נישט דער גאנצער וועקער... מיר האבן קוים אנגעהויבן... לאמיר גיין צום נעקסטן מדור:
1. דער אלעמען באקאנטער אור זורח החכם [tag]העניך[/tag], קומט ארויס מיט א שארפע הנחה אז 'אנאטיווקא און ווארשע קענען זיך נישט פארשטיין'. ברם יזכר דער טשערנאבילער מגיד לטוב, וואס ווען נישט אים ווער וואלט דען געוואוסט פון אנאטיווקא צו זאגן... [דער טשענאבילער ליגט דארטן]. ווי אלעמאל, בויט ער אויף א פעסטע קעיס וואס ווייזט אז חכמת התורה מיט ידיעות הוויות העולם זענען טאקע נישט קיין סתירה, אבער אנאטיווקא און ווארשע - זענען יא. והמסקנות בהתאם.
2. עוד לא אבדה ציפ של זה, קומט ער נעקסטער באמבע: דער סאטמארער רב זצ"ל, נישט באקאנט מיט איבעריג 'אומ'עקסטרעמיזם, האט פארשטאנען אז כתב ולשון דארף מען קענען. ווי זאגט מען אין סאקמער בכה"ג? מי יגלה עפר מעיניך בלא בלא בלא. אנדערע ווידער וואלטן זיך געשוואוירן, אז אין אזא מצב הענגט מען צעטלעך אין סמעדריש: רבינו סר מן הדרך...
3. [tag]הוגה[/tag] קומט מיט א קלארערע מהלך 'צווישן עדיוקעישאן און פרנסה' [לכתחילה, אלס צוגאב צו העניך'ס ארטיקל], און הוגה ווי הוגה געבט אלעס נאך פאר אלעמען, און צום סוף באווייזט ער פאכמאניש צוריקצו'גנב'ענען די קעיק פאר זיך. מיר זענען באמאכט, און ווען מיר זאלן האבן נאך אפאר הוגה'ס מיט זיין שפראך, און בעיקר - ביצים, וואלטן מיר שוין שיין אויסגעזען.
4. עפעס קלינגט מיר אין די אויערן... יאפס, [tag]קלינג[/tag] קלינגט אריין מיט א מצוין'דיגע ארטיקל. כ'מיין, מיט מצוין מעקעניק שאפ... די חתונות פון צוויי קארן וואס זיצן אפ אין מצוין'ס גאראדזש, איז אזוי טראגי-קאמיש, אזוי לאכעדיג-וויינעדיג און ביטער-סוויט, אז הדא הוא דאמרינן: ווען די נאר איז נישט מיינס, וואלט איך אויך געלאכט. איבעריגס, פונקט גוט ארויסגעברענגט.
5. אבער ער קלינגט ווייטער אריין. דאסמאל אנטפלעקט זיך פאר אונז אן אוניווערזיטעט. אוניווערזיטעט מאי ניהו? אה, די אוניווערסיטי אוו פלאקאטן. הלכות פאשקעווילן והמסתעף. ווען נישט איך ליין עס דא, וואלט איך קיינמאל זוכה געווען צו פארשטיין וויפיל טיפע מחשבה גייט אריין אין אט די יסודות שיהדות ירושלים דאמעריקע בנויה עליה. כ'אמאזעל כ'פארשטיי שוין ווען די ארץ דארף זיך מזדעזע זיין ת"ק פרסה על ת"ק פרסה, און ווען ס'איז גענוג א היל"ת.
6. דער בארימטער לץ לייגט צו אפאר ווערטער. [tag]שלום שטיסל[/tag] לאזט נישט אדורך אזא ארטיקל אנעם דערמאנען דער מלך הפשקווילים יואליש קרויס פון ירושלים. קענענדיג דעם זיסן בריה, האף איך אז שטיסל [אויך א טשאלמער, זאגאר א מנהל ת"ת] וועט באווייזן אפצומאלן דעם מדובר זעלבסט...
7. אין סענזאציאנעלע נייעס איז רבי משה פיינשטיין געגאנגען מיטהאלטן א באלל געים, לשם שמים. איך זוך נאר די רבנים וואס אסר'ן אלעס לשם שמים שטייצעך - וואס וועלן דאס ליינען און אויספירן. פארדעם אליינס דארף די וועלט ליינען די הערליכע עפיזאד וואס איז נאך קיינמאל אין ערגעץ נישט נתפרסם געווארן. אה, און ש'כח אדנירם פארן מזכה זיין את הרבים.
8. וישא משלו פרק ד'-אחרון. אה, מ'קען שוין אפאטעמען. איך האב אקארשט פארענדיגט מיינע טיפע משלים מיט פרייד [ועי' די לעצטע פסוק]. כ'האף אז דער עולם האט עפעס הנאה געהאט פון א גוטע פראזע.
9. פון ווייטן ארץ ישראל צוויי טויזנט יאר צוריק, געבט אונז [tag]בר-כוכבא[/tag] א גרוס, און איז אונז אלעמען מודיע אז מה שהיה הוא שיהיה, די אמאליגע זיתים און די היינטיגע זיתים זענען די זעלבע, ואין כל חדש תחת השמש. נו, אויב בר כוכבא זעלבסט זאגט אזוי, מה נענה אנן אבתריה. הערליך שיינע אפהאנדלונג.
רבותי, א צענטער צום מנין...
ווער עס געדענק נישט די נוסח, דאס האב איך פאריגע חודש געשריבן איבער די 'עקסקלוסיווע ארטיקלן'. דאסמאל איז געווען א חודש עשיר ומבורך, און מיר האבן באלד אזויפיל ארטיקלן נאר אונטערן מדור 'חדשים גם ישנים'.

בלייבט זיצן... דער וועקער האט נאך אפאר מאסיווע ארטיקלן, ארויס פון די טיפע קעלערן אין ק"ש.
1. לכבוד די ימים נוראים, נעמען מיר ארויס דעם איש גדול ורם בענקים הרב משה וואלפסאן, און מיר געבן איבער גאר א שיינע שמועס איבער דעם מענטש, זיין קהילה, און זיינע שיטות, באשריבן דורכן אלעמען באקאנטער חכם [tag]יין שרף[/tag]. די היקף איז גאר שיין, די שפראך בא'טעמ'ט, און כ'בין זיכער אז דאס וועט זיין גאר אינטרעסאנט פאר אלע ליינער.
2. שוין ווייטער אדנירם? יא, דאסמאל האב איך מקיים געווען איין פשט פון מיין ערשטן נאמען 'שש', מיטן אריינלייגן גאנצע זעקס ארטיקלן אינעם וועקער. אלנפאלס, כ'האב אריינגעריקט עפעס לכבוד די הייליגע טעג, אז אנשטאט זיך ארומצודרייען ווי א ווילדער אקס נאכן שחיטה זאל מען כאפן אונזער ציל צו רי-קאנעקטאן צו זיך זעלבסט און צו גאט. אפאר מעשיות ומשלים זענען אייביג אינטרעסאנט, האמיר דאס אויך פארזיכערט...
3. דער אומפארגעסליכער חכם עתיק [tag]יידל[/tag] זצוקללה"ה, איז זיכער שפתותיו דובבות ווען ער איז זוכה אז זיינע ווערק זאלן אריינגיין איינמאל נאכן אנדערן אין די וועקער'ס [הלוואי זאלן זיי אים זעלבסט דערוועקן און אהערברענגען באותו גלגול]. יאפס, א שמועס איבער די.ען.עי. אזוי גוט ווי ער קען, פארדינט דעם קעפל. אזא לשון לימודים, די קונץ אפירצוברענגען חז"ל פאר זיין מיסיע. אוי, אחד היה יידל.
4. צבי וחמיד ורגיג. דער משנה למלך וואס האט מיטגעארבעט מיט זיין ארטיקל, בעיקר אינעם פעלד פון בלוט טיפן, החכם [tag]הערשי[/tag] ז"ל, איז אויך אריין אלס המשך. זיין גאונ'ישע סטיל פון רעדן, זעט זיך אמבעסטן ארויס דא: ער רעדט טיפע סייענס, אבער מיט אזא געשמאקע לומד'ישע און צומאל לאכעדיגע לשון... איי איי איי, היו זמנים.
און מיט דעם פארענדיגן מיר די לעצטע מדור פון 'מן הגנזים', און די ארטיקלן פון "דער וועקער" בכלל.

סוף דבר הכל נשמע:
כ"ה אמר אדנירם, ה"ך כ"ה כתבות היו לפניי, איינס בעסער פונעם צווייטן. דער וועקער איז אנגעקומען צו נייע שטאפלן סיי דורך איר כמות, סיי דורך איר איכות, סיי דורך די שרייבער, און סיי דורך דעם חשוב'ן גראפיקער החכם [tag]פיקאסא[/tag], ורעהו החשוב [tag]שלום שטיסל[/tag], ובעזרת החכם [tag]אבטולמוס[/tag].
הגם געלט איז אריינגעקומען היבש ווייניגער ווי געבעטן [מ'קען אייביג משלים זיין...], איז אבער די דבר ה' אנגעקומען ווייט און מיר האפן אז דאס איבעריגע וועט נאכקומען בעזר ה' ועבדו החכם [tag]געוואלדיג[/tag].
איך פריי זיך צו זען אז "דער וועקער" האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א ווירקליכער פאקט, ווען לכולי עלמא זענען "פינף וועקערס" א סכום וואס צייגט אז אזא חלום איז נישט חלומות באספמיא נאר ענדערש כחלומותיו של יוסף הצדיק, וואס איז מקוים געווארן. פארט אבער, זעט דער עולם נאר א פערטיגער ארבעט, און קיינער חלומ'ט זיך נישט די אומצאליגע מאס שעות וואס איך לייג אריין אין דעם, ואיתי עמי דער ארטיסטישער מעלער החכם פיקאסא.
עס איז קלאר אז איך וועל נישט אייביג קענען שטיין בראש המערכת, שוויצנדיג אזוי שטארק און פארלירנדיג געלט דערויף. צייט און כוחות קאסטן דאס איריגע. אבער מיר זעען כאטש אז אזא זאך איז אן אנגייענדן פאקט, און קען פארבלייבן א פאקט - ווילאנג דער עולם זעלבסט איז פאראינטרעסירט דערין.
מיר האפן אז דער וועקער וועט פארבלייבן א לעגענדארע ווערק וואס וועט אנהאלטן ווייטער, מיט די הילף פון די חשוב'ע חברים שיחיו, כל אחד כפי יכולתו.
דברי ידידכם המברככם בגמר חתימה טובה וכט"ס,
אדנירם.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" #5 - (תשרי תשע"ז)
איך בין שטארק אונטער שטעלוג איך האב נאכנישט מסיים געוועין די פריערדיגע און אוודאי נישט די יעצטיגע אבער אויף וואס איך האב שוין יא געליינט איז אלס אל תמנע טוב וועל איך קאמענטירן.
מזל טוב בארא פארק דורך @אבטולמוס זייער צו דער זאך אבער די יודישע רעגירונג אויסדערוועלטע דארפן וויסן אז זיי טראגן כלל ישראל'ס נאמען אויף זיך און זיכער מאכן דאס נישט צו באשמיצן דאס איז א גרויסע אחריות אנדערש ווי זיין א שטודירטע דאקטער.
למה הלכו ..... דאנאלד ע"י @קטלא קניא זייער גוט ארויס געברעינגט די התחלה פארוואס מענטשען האבן עים ליב אבער און די רגע וואס מען איז שוין פארגלייבט אין עים איז עס שוין יא דומה צו חסידים מיט רבי'ס וואס מען גלייבט אלעס מיט א אמונה טפילה וואס נישט קיין חילוק וואס די רבי טוהט אי לטובה און ליידער ביי ברלנד אין ארץ ישראל זענען נאך זיינע חסידים נאך אלס פארגלייבט אין עים און דא ביי דאנאלד וואס ווערט באשולדיגט דורך א דאזען נשים וכו' און די רעפאבליקאנער זענען די וואס האבן געהעצט אקעיגן קלינטאן אויף די אישו אבער דער דאנאלד וועלן זיי פארטיידיגן.
די טריפענע שומרים קארטלעך דורך @שטילע יונגערמאן הערליך שיין א גוטע נקודה וואס צו מסביר זיין פאר צומישטע קונדער.
די ראדימינע פראצעס דורך @דער געוואגטער יונגעל איך ליין עס בבחינת אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי אבער איך האב הנאה דערפון.
@עקספערימענטירער איך האב געמיינט עס קומט א נייע עקספירימענט we want more.
די היסטאריע פון טומאת הנידה דורך אונזער באקאנטע @אדנירם האב איך נאך נישט געליינט איך קען נישט שש אלס א קל אבער איך האב נישט די גאטס עס צו ליינען.
@פליקער יעדע המשך איז פיהל מיט נייע ידיעות פאר מיר איך קיען קוים ווארטן אויפן המשך.
@העניך ביידע ארטיקלעך אנאטיווקא און ווארשע מיט כתב ולשון ביידע זייער קאמען סענס ארטיקלעך וואס וואלט געוועין א תועלת צו צישפרייטען.
@אדנירם די ארטיקל פון רבי משה פיינשטיין זצל איז מוראדיג און עס איז א פחד ווען מען וויל צושטעלן די אמאליגע רבנים וואס האבן זיך אוועק געגעיבן פאר א יעדע יוד און ארויס פון זייער וועיג פאר א צווייטען צו די היינטיגע.
מציון מעקעניק שאפ דורך @קלינג איז ממש הפלא ופלא.
די. אן. עי. דורך @יידל בין איך נישט ארויס אזוי קלאר.
א גרויסן שכוח פאר אלע ארבעטער שרייבער און העלפער און שטיצער פארן צו געיבן גאר אסאך פאר מיין שמחת יום טוב.

ווער ס'האט געליינט די ארטיקל אין וועקער 5, ווייסט וואס די קליפ מיינט
https://twitter.com/LipaSchmeltzer/stat ... 0466614273