וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
גבר בין הגברים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך גבר בין הגברים »

איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

גבר בין הגברים האט געשריבן:איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
https://youtu.be/QKWLGFbOXCk
גבר בין הגברים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך גבר בין הגברים »

סקעפטיקער האט געשריבן:
גבר בין הגברים האט געשריבן:איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
https://youtu.be/QKWLGFbOXCk
דאס האב איך שוין געזען
איך בין אינטערסירט אין אודיא, איך בין נייגעריג אין וואספארא שפראך ער האט געגעבן זיינע שיעורים, צו ער האט גערעדט אזוי געפיליש ווי ער שרייבט…
יעל קגם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 11:09 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

שליחה דורך יעל קגם »

ווי קען איך טרעפן א PDF פון די ארטיקעל? אויף Amazon קען איך נישט טרעפן די וועקער 10


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: מיין מיינונג איבער דעם צדיק, ירא שמים און גאון הרב קוק זצ"ל איז, אז ער האט צומאל גערעדט שטותים און נארישקייטן. אבער זיין צידקות און גאונות קענמען נישט אוועקנעמען פון איהם...!
ר' בערל זעה דא צוגעצייכנט דברים מחוכמים וואס הרב ר' בערל שרייבט דא:
berlbalaguleh האט געשריבן: נאר פאר אלעם. בעפאר איך לאז מיך אפילו אריין אין אן אינטעלעקטואלער דעבאטע איבער די רעלעוואנס און אנגעהעריגקייט פון ישו (יעזוס קריסטוס) צום אידישן פאלק, פאלג איך נאר נאך מיינע געפיהלן. א מענטש וואס אין זיין נאמען האט מען אויסגעהרג'עט מיליאנען אידן. און זיינע נאכפאלגערס האבן אויסגעדרוקט אן אורשפרונגליכע שנאה צו דעם אידישן פאלק. אריינגערעכנט , פאסיליטירן דעם האלאקאוסט און העלפן און שטיצן די נאצי'שע מערדערס אויף א יעדן שטאפל. און די שנאה גייט נאכאלץ אן. צו אזא אידעאלאגיע קען איך מיך בשום אופן נישט צו פאסן.

ווען די קאטוילישע טשוירטש אלס אן אינסטיטושן וועט אויסדרוקן אמת'ע חרטה אויף זייערע זינד און פארגיטיגן דאס אידישע פאלק פאר די אלע שאדנס וואס זייערע שטיצערס האבן אפגעטון. וועט מען ערשט קענען אנהייבן דעבאטירן אויב דאס קריסטענטום האט עפעס א שייכות אדער אנגעהעריגקייט צו אידן און אידנטום. ביז דאמאלס האבן זיי דעם סטאטוס פון איינפאכע און בייזוויליגע מאסן מערדערס...! וועלכע פארדינען א גאנצע און טאטאלע פארטיליגונג...!
און אויך דא:
berlbalaguleh האט געשריבן:מי אני: מיט דעם גאנצן רעספעקט פאר אינטעלעקטואלע מיינונגען און עסייס, קען איך מיך נישט באפרייען פון די (נעגאטיווע) עמאציעס וועלכע שווימען ארויף ביי מיר נאר מיט דערמאנען דעם נאמען קריסטנטום. איך בין אינגאנצן איבערגענומען פן די היסטארישע פאקטן וועלכע פארציילן איבער דעם אומגעהויערן שאדן וואס די קאטוילישע (און פראטעסטאנטישע) טשוירטש האט אנגעטון במשך פון 2,000 יאר צו מיין פאלק.

ס'איז פונקט אזוי ווי אז א איד וועלכער איז אן אפשטאמיגער פון האלאקאוסט איבערלעבער זאלל זיך נעמען (אויף סיי וואספארא שטאפל) לויבן די ווירדן און בענעפיטן פון די נאצישע אידעאלאגיע. און די וועלכע האבן עס אדורכגעפיהרט. ארויסהייבנדיג די גוטע זייט פון נאציזם. אזוי ווי אויפבויע די עקאנאציע און מיליטער פון דייטשלאנד.
די זעלבע איז ביי אסאך אידן וואס קוקן אן ציונות אלס די וואס זענען שולדיג אין טויזנטער, צענדליגער טויזנטער, הונדערטער טויזנטער אידן וואס זענען אפגעפארן און זיך אוועקגעקערט פון אונזער טאטן אין הימל, און זיי האלטן אז הרב קוק האט אויך געהאט א האנט אינדעם מיטן געבן א גושפנקא פאר די באוועגונג וכו', און וועגן דעם ווערן זיי אזוי ווילד ווען מ'רעדט פון עם, ווי דו שרייבסט "קען איך מיך נישט באפרייען פון די (נעגאטיווע) עמאציעס וכו'" והבן.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

גבר בין הגברים האט געשריבן:איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
נישטא
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

איך וויל נישט אריינקריכן בין ההרים צו דעבאטירן די אלע סיפורי צדיקים.

איך וויל נאר צולייגן איין כלל (לדעתי) וועגן קודש קדשים הצדיק הראי"ה קוק זצ"ל, ווער עס האט נישט אדורכגעלערנט זיינע בריוון אין איגרות הראי"ה וואס האלט היינט שוין ביי 6 בענדער, פאנגט נישט אן צו באגרייפן דעם מענטש! דארט קען מען זעהן אויפן שפיץ גאפל זיין חכמה צדקות תורה ויראת שמים, מען קען זעהן ווי כל התורה כולה ליגט איהם צווישן די פינגער, נגלה און נסתר, מען קען זעהן ווי עס האט איהם וויי געטאן עד דכדוכה של נפש איעדעס פיצעלע אפנייג פון יודישקייט און וויפיל ער איז לוחם ביז גאר מיט א איעדע פירצה, אבער צו די זעלבע צייט מיט אן אמת'ע אהבה און מיט א מהלך אויפצוטון מיט א שטארקע פראקטישקייט, זיין אמונה ויראת שמים איז אין לשער ואין לתאר, עס גייט ארויס פון איהם א פלאם פייער פון קדושה וטהרה.

איז נאכאמאל לענ"ד ווער עס האט אויף דעם צדיק א דעה אן אדורכלערנען וואס ער שרייבט, איז אויפן בעסטן פאל אן איסתרא בלגינא קיש קיש קריא.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך אסטראלאג »

ביטע שרייבן מיט ערוואקסענקייט און דרך ארץ
מנהל
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

איך וויל צולייגן נאך 3 נקודות:
1) פאר איעדע נעגאטיווע אויסדרוק פון א צדיק אנטקעגען הרב קוק זצ"ל (אויב איז טאקע אמת, ווען ע"פ רוב איז עס שקר וכזב) איז דא לעומת זה גאר פאזיטיווע אויסדרוקן אויף איהם פון פינף אנדערע צדיקים, זיל דוק ותשכח.

2) איעדעס מאל וואס מיר זעהן אז א צדיק, א רב, א אדמו"ר וכו' האט זיך אויסגעדרוקט אנטקעגען הרב קוק זצ"ל, דארף מען מעריך זיין און אפשאצן צו דער יוד'ס צדקות, הבנה בתורה, יראת שמים, חסד וכו' וכו' קומט בכלל אן צו קרסולו פונעם רב, אז ער זאל אפילו האבן דאס רעכט צו קענען עפענען דאס מויל מיט גינואים.

3) על פי רוב די צדיקים וואס האבן גערעדט בגנאי פון הרב קוק זצ"ל איז פשוט געקומען פון קלארע חוסר ידיעה, פון די לשון הרע'ס וואס זיי האבן בעוה"ר מקבל געווען פון די דואג האדומי'ס און אחיתופל'ס שבכל דור ודור, זיי האבן זיך מיט הרב קוק זצ"ל קיינמאל נישט געטראפן, איהם נישט געקענט, זיינע ספרים נישט געלערנט, און די אלע שארפע לשונות איז געקומען באזירט אויף די פארשידענע פאלשע שמועות וואס האבן צירקולירט בשעתו דורך די אלע מחרחרי ריב וואס האבן תמיד געזוכט אנזייען ווי מער מחלוקת צווישן תלמידי חכמים וצדיקים.

מען האלט שוין 88 יאר נאך זיין פטירה והסתלקות, און די אלע נגד הרב האבן די זעלבע 3-4 טאלקינג פוינטס פון שטיקלעך מכתביו וואס מען האט מצטט געווען אן די קאנטעקסט, וואס זענען ברייט באריכטעט אין ליכט שטראלען נומבער #6
צענדליגער פרישע ספרים מכתביו זענען שוין געדרוקט געווארן אבער די "פראבלעמאטישע שטיקלעך" שטייען ביים זעלבען מספר.

נישט לאנג צוריק אין אונזער היסטאריע איז דער רמב"ם געווען אסור בתכלית האיסור, אדער דער רמח"ל אדער דער בעש"ט, איז הרב קוק זצ"ל אין גוטע קאמפאני, די מציאות הדברים איז אז זיין תורה ווערט וואס א יאר מער און מער פארשפרייט און אנגענומען אין דער יודישער וועלט, עם ישראל וועט שוין פסקנ'ען, בני נביאים הם

ולסיים בדבר טוב איז דא יעצט א נייע סעריע וואס האלט אינמיטן ארויסקומען לאור, א פאדקעסט אויף ענגליש וואס רעדט ארום פון דאס לעבן און שאפן פון הרב קוק זצ"ל ושיטתו איבער מערערע נושאים, עס איז כדאי אויסצוהערן:
https://mizrachi.org/orotmimizrach
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
אייניקעל האט געשריבן: איך וויל נאר צולייגן איין כלל (לדעתי) וועגן קודש קדשים הצדיק הראי"ה קוק זצ"ל, ווער עס האט נישט אדורכגעלערנט זיינע בריוון אין איגרות הראי"ה וואס האלט היינט שוין ביי 6 בענדער, פאנגט נישט אן צו באגרייפן דעם מענטש!
ווי צום ביישפיל??

הוא אשר דיברתי, מען קען נישט קענען א מענטש פון ליינען איין ביישפיל
וועסט באמת דארפן אסאך לערנען און ליינען זיינע בריוון כדי צו פארשטיין אז די אלע זאכן וואס מען האט אויף איהם פארקויפט זענען שקרים וכזבים
איין ביישפיל קען מען אלץ נעמען און פארענטפערן אז ער האט געמיינט דאס געמיינט יענטס, אבער ווען מען לערנט אסאך און מען הייבט אן צובאקומען א בילד ווער דער צדיק איז געווען און וואס ער האט געוואלט, גייט אוועק די SMOKE SCREEN און דער אמת שווימט ארויף צום אויבערפלאך מיט א שטוינענדע קלארקייט

אבער מיט דעם אלעם וועל איך צוצייכענען צוויי בריוון וואס וועט געבן אביסל ליכטיקייט
די בריוון האט הרב קוק זצ"ל געשריבן צום רידב"ז זיך צו פארענטפערן אויף די טענות וואס ער האט געהאט אויף איהם בענין היתר המכירה
https://www.daat.ac.il/daat/shmita/tshuvot/vikuah.htm
https://www.kosharot.co.il/index2.php?id=64780&lang=HEB
ועיין גם פה: https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=2555
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

אייניקעל האט געשריבן:
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
אייניקעל האט געשריבן: איך וויל נאר צולייגן איין כלל (לדעתי) וועגן קודש קדשים הצדיק הראי"ה קוק זצ"ל, ווער עס האט נישט אדורכגעלערנט זיינע בריוון אין איגרות הראי"ה וואס האלט היינט שוין ביי 6 בענדער, פאנגט נישט אן צו באגרייפן דעם מענטש!
ווי צום ביישפיל??

הוא אשר דיברתי, מען קען נישט קענען א מענטש פון ליינען איין ביישפיל
וועסט באמת דארפן אסאך לערנען און ליינען זיינע בריוון כדי צו פארשטיין אז די אלע זאכן וואס מען האט אויף איהם פארקויפט זענען שקרים וכזבים
איין ביישפיל קען מען אלץ נעמען און פארענטפערן אז ער האט געמיינט דאס געמיינט יענטס, אבער ווען מען לערנט אסאך און מען הייבט אן צובאקומען א בילד ווער דער צדיק איז געווען און וואס ער האט געוואלט, גייט אוועק די SMOKE SCREEN און דער אמת שווימט ארויף צום אויבערפלאך מיט א שטוינענדע קלארקייט

אבער מיט דעם אלעם וועל איך צוצייכענען צוויי בריוון וואס וועט געבן אביסל ליכטיקייט
די בריוון האט הרב קוק זצ"ל געשריבן צום רידב"ז זיך צו פארענטפערן אויף די טענות וואס ער האט געהאט אויף איהם בענין היתר המכירה
https://www.daat.ac.il/daat/shmita/tshuvot/vikuah.htm
https://www.kosharot.co.il/index2.php?id=64780&lang=HEB
ועיין גם פה: https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=2555
א גרויסן שכוח
לפי דאס וואס דו ברענגסט דא אראפ, אויף וואס פארלאזט מען זיך היינט מיט היתר מכירה? (שלא בשעת הדחק)
פארשפארט