מיין צעטיילט הארץ (מייסטערווערק)
- מייסטערווערק
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
מיין צעטיילט הארץ (מייסטערווערק)
דער אשכול איז געווידמעט פאר קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף מיין צעטיילט הארץ
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזן!
אויבנאויף קען מען באטראכטן די חרוז:
דאס קען מען אפשר זאגן איז די רמז בזה אז בטריפות טרעפן מיר (יו"ד סימן מ סעיף א) אז עס איז דא דריי חללים ע"ש, בשעת ביי סתם א מענטש טרעפט מען אז עס איז נאר דא צוויי (עיין בברכות סא.). והיינו הרמז אז די דריטע חלל, פון וואס מ׳וויל וועלן, איז נכלל אין איינע פון די צוויי חללים וואס וויל נאך.
אויבנאויף קען מען באטראכטן די חרוז:
ווי א סתירה. מיינענדיג, אז אויב איין האלב וויל נאך, און דאס אנדערע וויל נישט, וואו איז א מקום פאר נאך א האלב וואס "וויל" וועלן"? אבער ווי ארויסגעברענגט, איז א לעהרע אין בּודהיזם אז א מענטש זאל גארנישט וועלן. אבער דאס איז א פּאראדאקס, וויבאלד טאמער וויל ער גארנישט, איז דאך אט דאס דאס וואס ער וויל! ער וויל גארנישט ווילן! ובפרט וואו ער לעכצט אָנצוקומען צו און אָנהאלטן די מדריגה. וממילא קען מען דא זאגן, אין א פארקערטן ריכטונג, אז אין די האלב הארץ וואס וויל נאך (עכ"פ לדברים טובים), ליגט די האלב פון ווילן וועלן דאס וואס אינעם צווייטן האלב פון וואס ער וויל שוין נישט.האלב וויל איך נאך, און האלב וויל איך שוין נישט,
האלב וויל איך וועלן.