תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:43 amאון אז מ׳רעדט שוין פון תענית, וואס דארט האבן זיי געזאגט תנו עיניכם ליופי שאין האשה אלא ליופי, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דאס וואס דער רמב״ם שרייבט בפירוש המשניות אויפ׳ן לעצטע משנה בגיטין (פ״ט מ״י) אויף דעם וואס ר״ע זאגט דארט אפילו מצא אחרת נאה הימנה:
ומה שאמר ר״ע אינה הלכה, שאם מצא נאה ממנה ישאנה ולא יגרש את זאת, והיא לא עברה עבירה כלל והיא מוסכמת למידותיו.
(ועיין בע״ז כ. במעשה דר״ע עם אשתו של טורנוסרופוס הרשע, ובמש״כ בפירוש המיוחס לרש״י על זה בנדרים נ:)
דער פרי חדש באבהע״ז סימן קיט סעיף ג לערענט אפ דעם רמב״ם בהל׳ גירושין פ״י הכ״א אז ער האלט יא ווי ר״ע, ויכול להוציאה אפילו בע״כ (קודם חרם דרבינו גרשום) אף אם רק מצא אחרת נאה הימנה. ער ברענגט זיך א ראיה אז ״ושנאה״ בהפסוק (דלא כב״ש שם בגיטין צ.) קען מיינען שמצא אחרת נאה הימנה, ווייל די גמרא זאגט בתמורה טז. אז עכסה בת כלב איז כל הרואה אותה כועס על אשתו ע״ש (אבל עיין בתוס׳ בתענית ד. ד״ה שלשה שהכעס היתה מחמת הצניעות שלה) ע״ש. איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער מעשה רוקח שרייבט דערויף:
ולענ"ד נראה התם שאני שהיתה יפה ביותר מטבע העולם ודברי ר"ע הם אפילו מצא אחרת נאה הימנה כל שהוא דאף שאינו שונאה מפני זה מ"מ אהבת האחרת גרם לו לחשוק בה ומכח זה נמנע ממנו מציאות החן של זאת, ולא מפני זה נחליט המאמר שהוא שונאה
ועכ״פ לפי״ז גייט דער רמב״ם מודה זיין בכגון דא וואו ער זעהט א סוּפּער-מאַדעל (און איי געס ער קען איר באקומען, אדער עכ״פ אז זי איז אים גורם אז זיין ווייב פארלירט איר גאנצע חן ביי אים), אז מעיקר הדין קען ער מוציא זיין זיין יעצטיגע פרוי בע״כ.

ואגב לענין גט (ובע״כ) איז לענ״ד אַן אמת׳ע שאד אז מ׳האט אפגענויגט באה״ע סימן עז סעיף ב (וע״ש בחל״מ ס״ק ה ובב״ש ס״ק ז) מדעת הרמב״ם (הל׳ אישות פי״ד ה״ח) וועלכע לערענט אפ די סוגיא פון מורדת במס׳ כתובות אז אם אמרה מאסתיהו ואיני יכולה להבעל לו מדעתי כופין אותו לשעתו לגרשה לפי שאינה כשבויה שתבעל לשנוא לה ע״ש (וע״ש במעשה רוקח דהוא בפרט כשמפסדת כתובתה עי״ז). און די טעם זאגט דארט דער מ״מ, וג"כ הלבוש שם באה"ע, איז ווייל חיישינן שמא נתנה עיניה באחר ע״ש. אבער הא גופא? אז זי וויל ארויס, מאיזה טעם שיהיה, קען זי ארויס אלס דעם אז זי איז נישט כשבויה ונכס. (הגם אז ביי א מאן טרעפט מען אויך כהיום, להלן ברמ״א בסימן קעח סעיף ט, אז מ׳געבט אים נישט קיין נאמנות אויף דעם אז ער איז מאמין אַן עד אחד שאשתו זינתה להוציאה, ווייל שמא נתן עיניו באחרת און ער וויל זיך ארויסדרייען פונעם חרם דרבינו גרשום איר דאדורך צו מגרש זיין בע״כ ע״ש. אבער, הגם מ׳פסק׳נט בעצם ווי דער רמב״ם (ועיין בהל׳ גירושין פ״י הכ״א) בסימן קיט סעיף ג אז לא יגרש אדם אשתו ראשונה, אלא אם כן מצא בה ערות דבר, שרייבט דאך דער ב״ש בס״ק ג אז דער מאן קען למעשה מעיקר הדין מגרש זיין בכל אופן ע״ש, וממילא אף אם נתן עיניו באחר.)

און דאס איז על אף דאס וואס דער רמב״ם האט געהאלטן (הל׳ אישות פכ״א ה״י) אז דער מאן קען בעצם שלאגן זיין ווייב בשוט כשמנעה את עצמה מלעשות מלאכה מן המלאכות שהיא חייבת לעשותן לו (וכן סבר הרמב״ן) ע״ש ובראב״ד שם (וע״ש במגדל עוז שכתב דהרמב״ם השווה אותה למקום שבי״ד כופין את האיש להוציא שהוא ג״כ בשוט וכדומה, וכעין באבה״ע סימן קנד סעיף כא). ועיין בדברי הרב דר. מלך שפירא.

א שאד. ונצמח מזה אז די פרוי איז כהיום ווי א שבויה ונכס פון איר מאן, (פי כמה) מער ווי דער מאן צום פרוי. :(

הרב דר. אברהם ריינר זאגט היסטארישע טעמים פארוואס דער ר״ת האט זיך געדינגען (שו״ת ספר הישר סימן כד) אויף זיין ברודער דער רשב״ם וואס האט אויך געהאלטן אז כופין להוציא: אלס די רינון מעירעור על הגט וואס דער געצווינגענער וועט ארויסשטעלן לאח״כ, וכלשונו בהתשובה ״כי טוב להניח אותה בעיגונה מלהוציא לעז על בניה״ (הגם אז אויב איז דאס די הלכה געהעריג אז מ׳מעג אים כופה זיין, איז דאך לכאורה נישט שייך קיין עירעור; ובפרט אז ער אליין האט מחרים געווען על מי שמערער על הגט לאחר נתינתו, ועיין באבה״ע סימן קנד סעיף כב, אבל עיין בשו״ת מהרי״ק סימן לז ובתשובות הרמ״א סימן נו). ווי אויך איז א סיבה דערצו געווען די נארמעס פון די פרומקייט בענין זה פון די קאטוילישע גוים רינגסט ארום זיי. כמובן, אז כהיום איז דא די רינון הגוים אויף פונקט פארקערט. כהיום שטעלט זיך ארויס אז דאס איז אַן אָנפאָרטשונעט ריגרעשאן בהלכה וועלכע שטימט נישט מיט נארמאטיוו מאראליטעט און איז אַן ענין נבל ברשות התורה וחילול ה', און איז נותן פתחון פה לשונאי הלכה האורתודוקסית לרדות בנו. (וכבר כתבתי אז איך ווייס נישט פארוואס מ׳טרעפט נישט קיינע מהלכים בהלכה, אפילו מיט׳ן אָננעמען דעם ר״ת להלכה, זיך ארויסצוזעהן פון די הלכה פראבלעם און פארמיידן בנות ישראל מלהיות בכבלי עיגון. ואולי איז אט דאס טאקע בתוך די געדאנק וואס הרב דר. אליעזר ברקוביץ ברענגט אראפ.) א פרוי איז ליידער טאקע כהיום להלכה כשבויה ונכס של בעלה; אט דאס וואס דער רמב״ם האט געוואלט שולל זיין און פארמיידן. :(

ווי הרב דר. ריינר ענדיגט צו:
הלכה זו של ר״ת דאין כופין הייתה לדרך המלך בתפוצות ישראל, ועם השנים – ועד ימינו ממש - הייתה הבסיס להימנעותם של בתי דין מלכפות גטין, לעתים אף מעבר למה ששלל רבנו תם עצמו. כדרכה של הלכה במקרים רבים, נסיבות חברתיות תלויות מקום (צרפת) וזמן (המאה השתים עשרה) הובילו את ההלכה בפרשה זו הרחק מעבר לסיבותיה הראשוניות.
עס איז אויך מן הראוי לציין אז רבינו גרשום אליינס (שו״ת סימן מ-מב) האט אויך בעצם געהאלטן ווי שיטת הרמב״ם בזה, ״וכדי שלא יצאו בנות ישראל לתרבות רעה״, והגם אבער אז קיין כתובה געבט מען נישט ע״ש. און די טעם איז זיכער נוגע כהיום; א סארט "מה יעשה הבת שלא יחטא". וממילא יש מקום לטעון אז עס איז דא דערין, ובפרט כהיום אין אַן אפענער ליבעראלע וועלט, א גדר פון לפני עוור לא תתן מכשול צום הארבן חטא פון זנות אשת איש. (אבל עיין בריטב״א בע״ז סג. דכל שאין אנו נותנין לו האיסור עצמו ממש, והדבר ספק אם יקח איסור אם לאו, אין בו משום לפני עוור אפילו לגבי ישראל ע״ש. וזה נוגע לתשובתי בכלל, כשדנתי אודות הגדר של לפני עוור לא תתן מכשול בתמונות נשים בעיתונות.) דאס איז פארקערט ממה דמצינו ביבמות קיג: וברמ"א באבהע"ז סימן קיט סעיף ו, באשה שנשתטית דדוקא אינה יכול להוציאה, אף דאינו חייב בעונתה, והוא מחמת כדי שלא ינהגו בה מנהג הפקר ע"ש. אבער כמובן איז דארט מער די געדאנק ווי מחמת האשה עצמה האט מען נישט אזוי מורא, ווי איידער מחמת שינהגו בה אנשים אחרים מנהג הפקר וואו אינשי דלא מעלי וועלן עדווענטעדזש נעמען פון אירע לימיטעד קאגניטיוו קעפּעסיטיס לשם זנות. משא"כ ביי א פקחית דיש החשש שהאשה עצמה תרצה ותצא מדעתה לתרבות רעה וזנות, ואפילו כשהיא עדיין אשת איש לדינא, כשתראה אז זי איז א שבויה און די לייפסטייל ברענגט איר נאר צער עיגון ובידוד. שבי קשה מכולם (ב"ב ח:) און די גמרא איז דער וואס האלט אז ביי א פרוי איז טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלו. וממילא טאמער קען זי נישט מיט איינעם משום דמאיס עליה, איז דא א שטארקע חשש אז זי וועט זוכן בכל אופן א צווייטן ואפילו וואו זי איז טעקניקעלי תחתיו, ועיין ביבמות קיח: ובכתובות עה. - ובפרט כהיום וואו זי קען זיך אסאך גרינגער אפהיטן אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין הריון ע"י הבעילה או אפילו אח"כ ע"י הפלה, וואו זי דארף דערנאך נישט צוצוקומען לתלות הולד בבעל.

ועוד אגב בענין זה, האט מיר א חשוב׳ער מיטגליד געשריבן באישי:
חשוב׳ער מיטגליד האט געשריבן:יעדער וואס קען דער ליין ווייסט, אז די וואס זענן מקיל אין עגונות זענן גארנישט בעסער אין בין אדם לחבירו ווי די וואס זענן מחמיר. עס האט גארנישט מיט מיטלייד, עס האט בדרך כלל מיט צוגעשטעלטקייט צו הלכה. די ליין איז נישט פרעמד צו מיר, און איך ווייס וואס טוט זיך דארט. די גאס נייעס פארטרעט כמעט בכלל נישט די מציאות, וחזקה על הוועבסייטס אז רוב זייער רייד איז שקר אדער ארויסגענומן פון קאנטעקסט. איך בין געווען אינוואלווד אין א טייל באקאנטע עגונה קעיסעס.
און דאס איז וואס איך האב גע׳ענטפערט:
מי אני האט געשריבן:דאס איז whataboutism, א דזשענעטיק פאלאסי, און עד האמינעמס, בתפארתם. וואס א שייכות האט דאס אז די וואס פארפירן קעגן דעם זענען רשעים? און וואס א שייכות האט זייער מאָטיוועישאן דערונטער? דאס מאכט זייער טענה נישט גערעכט און אז דאס איז באמת יא אַן עטישע זאך?! אתמהה.

ועוד, האלטן איינעם בכבלי עיגון, וואס איז מאראליש נישט אויסגעהאלטן, ווייל זי איז שלעכט און כדי איר "מסדר צו זיין", איז לענ"ד ווי זאגן "איך גיי אים האלטן איינגעשפארט אין מיין בּעיסמענט כשבוי [וכמו שדימה בזה הרמב״ם], ביז ער פארבעסערט זיך און געבט זיך אונטער אין א סיכסוך איך האב מיט אים". איך האף אז דו פארשטייסט אז דאס איז מאראליש abhorrent און אז אזא סארט זאך טאר נישט זיין סיסטעמאטיש איינגעפירט צו קענען פאסירן. ובפרט במקום חילול ה׳ ולעג העמים על דיני התורה והלכה.
און אז מ'רעדט שוין, איז מענין לענין באותו ענין שרייבט דר. יום טוב עסיס לגבי יהדות ספרד בימי הביניים:
עסיס.jpg
עסיס.jpg
ואגב, מענין לענין בענין של סירוב לקבל גט (מצד האשה), איז דא די אינטרעסאנטע תשובה בתשובות והנהגות (ח״א סימן תפד):
IMG_6956.jpeg
***

לגבי די מעשה בתענית כד.
הויא ליה [לר׳ יוסי דמן יוקרת] ברתא בעלת יופי, יומא חד חזיא לההוא גברא דהויא כריא בהוצא וקא חזי לה, אמר לו מאי האי, אמר ליה רבי אם ללוקחה לא זכיתי לראותה לא אזכה, אמר לה בתי קא מצערת להו לברייתא שובי לעפריך ואל יכשלו ביך בני אדם
דער מהרש״א דארט שרייבט אז ער האט נישט ריכטיג געטוהן (און אזוי ווי ר׳ יוסי בר אבין האט דארט בעצם געזאגט אין די גמרא):
נראה דתרתי קאמר חדא דקמצערת לברייתא ללוקחך כמ"ש אם לא זכיתי ללוקחה כו' ואידך שאל יכשלו בך בני אדם לבא לידי איסורא כמ"ש כי בתואר אשה יפה רבים הושחתו כו'. ולא יפה עשה לקללה שתשיב לעפרה בשביל כך אלא כ"א לקללה שתשוב לשחרוריתה וכדאמרינן לעיל, א"נ דאין זה כדאי לקללה שתמות והראיה מאברהם עם שרה אשתו.
דער מירא דכייא שרייבט דארט:
דמאחר דלא עשו עון שיתחייבו עליהם מיתה לא הוה ליה למעשינהו כ״כ… ובתו ג״כ היא לא עשתה שום עבירה, וא״כ הוה ליה להחביאה בחדרי חדרים שלא יראה אותה שום אדם ולא ימיתיה. וכי מי שהיא יפה תואר מצווין אנו להמיתה?
ווי געזאגט איז אבער להלכה נישטא קיין חיוב אז א פרוי וואס איז שיין, און איז בעצם צנוע און נישט פּראוואקאטיוו, זאל נישט גיין אין גאס וכדומה. (ועיין ג״כ לעיל.)

וואס מ׳קען זאגן איז אז די לימוד וואס די גמרא וויל ארויסברענגען על הכלל, איז אז די מעלת היופי לאשה, קען זיין א צער פאר אירע ארומיגע. וכעין מש״כ הגמרא לעיל שם כג:
רבי מני הוה שכיח קמיה דרבי יצחק בן אלישיב אמר לא מיקבלי עלי אינשי ביתי [אין אשתי מקובלת עלי שאינה יפה - רש״י], א"ל מה שמה חנה תתייפי חנה ונתייפת, אמר ליה קא מגנדרא עלי [מתגדלת עלי מתוך גבהות יופיה - רש״י], א"ל אי הכי תחזור חנה לשחרוריתה וחזרה חנה לשחרוריתה
(דאס דערמאנט אביסל פונעם פילם All I See is You. ועיין כאן.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re:

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 5:30 pm
מי אני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:43 amאון אז מ׳רעדט שוין פון תענית, וואס דארט האבן זיי געזאגט תנו עיניכם ליופי שאין האשה אלא ליופי, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דאס וואס דער רמב״ם שרייבט בפירוש המשניות אויפ׳ן לעצטע משנה בגיטין (פ״ט מ״י) אויף דעם וואס ר״ע זאגט דארט אפילו מצא אחרת נאה הימנה:
ומה שאמר ר״ע אינה הלכה, שאם מצא נאה ממנה ישאנה ולא יגרש את זאת, והיא לא עברה עבירה כלל והיא מוסכמת למידותיו.
(ועיין בע״ז כ. במעשה דר״ע עם אשתו של טורנוסרופוס הרשע, ובמש״כ בפירוש המיוחס לרש״י על זה בנדרים נ:)
דער פרי חדש באבהע״ז סימן קיט סעיף ג לערענט אפ דעם רמב״ם בהל׳ גירושין פ״י הכ״א אז ער האלט יא ווי ר״ע, ויכול להוציאה אפילו בע״כ (קודם חרם דרבינו גרשום) אף אם רק מצא אחרת נאה הימנה. ער ברענגט זיך א ראיה אז ״ושנאה״ בהפסוק (דלא כב״ש שם בגיטין צ.) קען מיינען שמצא אחרת נאה הימנה, ווייל די גמרא זאגט בתמורה טז. אז עכסה בת כלב איז כל הרואה אותה כועס על אשתו ע״ש (אבל עיין בתוס׳ בתענית ד. ד״ה שלשה שהכעס היתה מחמת הצניעות שלה) ע״ש. איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער מעשה רוקח שרייבט דערויף:
ולענ"ד נראה התם שאני שהיתה יפה ביותר מטבע העולם ודברי ר"ע הם אפילו מצא אחרת נאה הימנה כל שהוא דאף שאינו שונאה מפני זה מ"מ אהבת האחרת גרם לו לחשוק בה ומכח זה נמנע ממנו מציאות החן של זאת, ולא מפני זה נחליט המאמר שהוא שונאה
ועכ״פ לפי״ז גייט דער רמב״ם מודה זיין בכגון דא וואו ער זעהט א סוּפּער-מאַדעל (און איי געס ער קען איר באקומען, אדער עכ״פ אז זי איז אים גורם אז זיין ווייב פארלירט איר גאנצע חן ביי אים), אז מעיקר הדין קען ער מוציא זיין זיין יעצטיגע פרוי בע״כ.
מהריבל.jpg
תעלומות לב. א פראקטישע סיבה לאסור הסתכלות לאחר הנישואין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך עמרם »

נעכטן האב איך פונקט געזעהן די ערשטע ב''ח אין הלכות צדקה, הגם די פלאץ איז לכאורה נישט דא, לייג איך עס, ואיתכם הסליחה
ב''ח יו''ד סי' רמז אות א' באמצע דבריו האט געשריבן:ועוד מטעם אחר דבעריות ורבית ושוחד בקל יהא נכשל דאפילו שחוק בעלמא או להביט ביפיה והרהור גרידא אסור
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא האט @שמן למאור צוגעצייכענט ווי איינער אויף אייוועלט רעדט זיך אפ אז בשעת׳ן שידוך מיט זיין זוהן האט ער געהאט אפגעמאכט מיט די מחותנים אז דאס מיידל וועט זיך אָנטוהן א הוט אויף איר שייטל, אזוי ווי ס׳איז נהוג אין זיין משפחה לעומת וואס עס איז נישט אזוי נהוג ביי אירס. 10 יאר נאך די חתונה האט זי דאס אויסגעטוהן, טענה׳נדיג אז זי האט אזא הוראת היתר פון איר דיין. ער איז שואל עצה וואס צו טוהן.

דאס האט ביי מיר ארויפגעברענגט אז ווי @שמן למאור האט טאקע אויבן ארויסגעברענגט, איז אונזער געזעלשאפט נישט מיוסד אויף הלכה און נישט דאס איז וואס דייקא דיקטירט אירע נאָרמעס, ובפרט בעניני צניעות נשים ומלבושיהן. ווארום דא איז ער דאך מודה אז זיין שנור פירט זיך כהלכה און איז שואל דעת חכם בזה (וואס לכאורה ארבעט דאס ארום גדר מנהג וקבלה טובה ונדר). וואס באדערט אים איז נישט צניעות, נאר פשוט טראדישאן ומסורתו, און אפשר אפילו דאס אויך נישט - וואס באדערט אים אולי בעיקר איז אז זי האט עובר געווען על דעתו און ער האט נישט אויסגעפירט דאס וואס ער האט זיך געשטעלט אויף. ועכ״כ אז, כנראה, ענטערטעינט ער דאס מעגליכקייט פון זיך אריינמישן אין אזא זאך, וואס איז שוין מער דברים שבין איש לאשתו און קען גורם זיין לפירוד לבבות ביניהן. און דאס איז לכאורה אסאך מער קעגן רוחו של הלכה (ועיין בשבת קטז.), און ווי דער מאירי שרייבט בעירובין סג: ״בכמה מקומות הזהירו חכמים שלא לסבב או לגרום שום ריחוק בין אדם לאשתו״ ע״ש. נאר וואס דען? די ווארט איז דא קיינמאל נישט געווען ״הלכה״ כלל וכלל. וה״ה לענין תמונות נשים וכל המסתעף; עס איז מער א פּרודישע (ואולי ג״כ מכח א פּאטריארכישע ואפילו מיסאדזשיניסטיק) אויסקוק פונעם קולטור בכלל.

(ואגב דערמאנט דאס אביסל פונעם חזקוני (בראשית חי יג) ביי אברהם ושרה, וואו מ׳רעדט צום טאכטער און מ׳מיינט דעם שנור ע״ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מ׳האט געהאט געפרעגט איבער די הלכה לגבי שמיעת קול זמר אשה. די פוסקים, ווי לדוגמא דער בית שערים (או״ח סימן לג), זענען דאס מדמה צו הסתכלות בבגדי צבעונין של אשה וואס איז נאר אסור ביודעה ובמכירה, וכעין הגמרא במגילה טו. דכל האומר רחב רחב מיד נקרי ויעל בקולה (הגם אז ס׳איז יא אסור טאמער האט ער איר געזעהן שוין זינגען דאס פון פריער) ע״ש. (אין יביע אומר ח״ט סימן קח איז ער מגדיר ״יודעה ומכירה״ אלס ״זהו רק כשראה אותה בחיים חיותה במלא קומתה״ און נישט ווען זיין גאנצע איר מכיר זיין איז נישט לייוו און נאר דורך א תמונה וכדומה ע״ש.) הגם אז דער שבט הלוי (ח״ג סימן קפא) האלט אז די היתר איז נאר לגבי דיבור של אשה (כשאין בו משום קירבה ושלום) און נישט שיר של אשה (אזוי ווי @מתתיהו האט גע׳טענה׳ט). ועפי״ז דינגט ער זיך אויפ׳ן יביע אומר (ח״א סימן ח) וואס האט מתיר געווען באינה מכירה עפ״י המהר״ם שיק (אבה״ע סימן נג). ועיין ג״כ במשנה הלכות (ח״ד סימן פו, ח״ו סימן כה, ח״ז סימן יג וסימן רלח) וואס אסר׳ט מער טאמער זעהט מען תנועותיה וכו׳ ביחד עם שירה ע״ש.

דער בני בנים (ח״ג סימן לה אות יא, ח״ד סימן ז אות ו-ז) איז מתיר וואו מ׳איז רגיל בזה ואינו מביא לידי הירהור, כמו בשערות בתולות, ובפרט אז עס איז למעשה נאר א הקלטה פונעם קול ע״ש. אין ח״ב קלערט ער אז אפילו ווען מ׳זעהט איר ווען זי זינגט אבער נישט לייוו, ווי אויף א סקרין, איז מותר ע״ש.

הרב דר. מלך שפירא טוהט דאס דורך באריכות, די חילוק בהפוסקים אין דעם צווישן א פנויה און אַן אשת איש, און וואו אינעם עבר איז דאס געווען אסאך מער קיל ביי די פוסקים (און טאקע כעין ווי ביי תמונות נשים, ווי @אבטולמוס האט ארויסגעברענגט). וידוע הגמרא בגיטין סח. ובסוטה מח. ער ברענגט דארט צו דעם דברי חפץ וואו ער שרייבט:
אלא ודאי דלא אסרו קול באשה ערוה אלא כשהיא הומיה ושוררת שירי עגבים ומתכוין לשמוע קולה וליהנות ממנה.

כל הנך דשוק וקול ושער אינו אלא דוקא בהסתכלות ומכוין ליהנות ממנה.
ולכאורה באדייט די איסור כש״מכוין ליהנות ממנה״ אין אַן ערוה סענס, וואו מ׳וויל הנאה האבן פונעם סאָבּיעקט וועלכע זינגט די זמר, ווי איידער/מער ווי די זמר גופא וועלכע ווערט גוט אראפגעלייגט און געזינגען. (לדוגמא, מ׳קען טענה׳ן אז ס׳דא סארטן תנועות וואס נאר א פרוי׳ס קול קען עכט גוט אראפלייגן. לדוגמא, סטוערט טשעטוואָד׳ס טאַוּער אָוו דאָן און נאר צייט ווייסט געזינגען דורך סינדי גאָמעז; ובפרט די תנועה פון 0:54. אפשר א קינד קען דאס אויך טוהן, כמו בני אלבז אין אבן מאסו הבונים פון 2:06 ביז 2:30. ווי אויך קען ליסאַ גערארד׳ס יעצט זענען מיר פריי, ובפרט פון 1:01, זיין א דוגמא דערצו. און דאס זעלבע פארקערט ביי מענער. לדוגמא, שייע גרוס׳ס בּעס שטימע ביי זיינע ניגונים.)

הרב דר. שפירא ברענגט אויך צו דעם שואלין ודורשין (סימן ב) אין דעם. ווי אויך פון הרב יוסף חיים אין ספר עטרת תפארת אז אויב די קול זמר אשה איז ביחד עם כלי שיר, איז דעמאלטס מותר.
IMG_7108.jpeg
הרב דר. שפירא שרייבט אין דעם (בשייכות לענין ט״ו באב און פרויען טאנצן):
There is an interesting passage regarding kol ishah in the Meshivat Nefesh of R. Yohanan Luria (16th century). On p. 144, after explaining how the women of the desert could sing in front of the men (Ex. 15:21), he writes:

ומזה הטעם ראוי למחות לנשים המשוררות לכלות לפני האנשים רק הבתולות שמותרים בזה כדי לחבב הבחורים לקפוץ עליהם לשם אישות.

He makes the same point on the previous page, and concludes (p. 143):

רק הבתולות ראוי להם שיחבבו עצמם על הבריות לקפוץ אחריהם

What it means is that while married women can’t sing in front of men, unmarried women are permitted to do so in order to attract the attention of the young men, similar to what they did in Temple days when they would dance before the eligible bachelors

Some might be wondering, how was this permitted since married men will also hear the women sing, and being that they are not in the “market” for a wife, what permission is there for them to listen to and be physically attracted to the young women? I think the answer is obvious, that those men who would have had improper thoughts were not supposed to listen to the women, just as I presume they were not supposed to watch the single women dance in Temple days. Yet the Sages did not ban this dancing because of what some men might be thinking, and similarly, Luria permits the singing by single women and is not concerned that some married men might also be listening. The logic behind Luria’s position is that young men looking for brides are supposed to be attracted to young women. The latter dress up nicely so that the men look at them, they put on makeup for this purpose, and yes, they sing in front of the men, all in order to make themselves attractive
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך מתתיהו »

הרב @מי אני איך ווייס נישט צו איר האט עס שוין געברענגט דא, אבער פון די גמרא סוטה ח. זעהט מען קלאר אז במקום וואס ס'איז נישטא קיין חשש אז מען וועט קומען זינדיגען מיט די ספעציפישע פרוי איז נישטא קיין פראבלעם פון הסתכלות, ואפילו במקומות המכוסים שבה. ווייל די גמרא איז דארט מחלק צווישן א סוטה ווי רבי יהודה זאגט "אם היה לבה נאה לא היה מגלהו ואם היה שערה נאה לא היה סותר" דחייש להרהורא, משא"כ ביי סקילת האשה זאגט מען יא נסקלת ערומה לשי' רבי יהודה (און די חכמים קריגן דארט נאר מטעם אחר משום ברור מיתה יפה) און מען איז נישט חושש פאר דעם, ווי די גמרא איז דארט מסביר:
אמר רבה הכא טעמא מאי שמא תצא מב"ד זכאית ויתגרו בה פרחי כהונה, התם הא מסתלקא וכי תימא אתי לאיגרויי באחרניית' האמר רבא גמירי דאין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות

לפי"ז דארף לכאורה אויסקומען אז ביי תמונות נשים וואס ער קען בכלל נישט צוקומען צו זיי איז נישט דא קיין איסור, און די זעלבע לגבי שמיעת קול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מתתיהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אייזן, אייזן! ייש״כ! איך געדענק נישט אז איינער זאל דאס האבן צוגעברענגט.

וואס מ׳קען אפשר מתריס זיין כנגד זה, איז אז דאס איז נאר וואו די פרוי איז מתה, ווייל צו תאוה צו נעקראָפיליא בין איך נישט חושש (דלא כמו שעשה הודרוס עם בת חשמונאי לחד מ״ד בב״ב ג: ע״ש). משא״כ צו עני לעבעדיגע פרוי, אף אם אינה שייכת אליו לשכב עמה, איז יא אסור.

מ׳קען דאס אפשר אריינקוועטשען אין תוס׳ דארט בסוטה ח. ד״ה גמירי:
מקשי' מפרק אין דורשין (חגיגה יא:) דאמר עריות בין בפניו בין שלא בפניו נפיש יצרייהו? ולא קשיא מידי דהתם ה"פ מאחר שראה הערוה פעם אחת שוב מהרהר אחריה לעולם אפי' שלא בפניה, אבל מחמת שראה הנסקלת ערומה אינו מהרהר אחר אחרת.
והיינו, אז ווען מ׳זעהט א טויטע נאקעטע נסקלת (וואס הגם זי ווערט אויסגעטוהן פאר דעם, איז דאס אבער אלעס אינעם קאנטעקסט למען מותה וסקילתה), איז נאר שייך להרהר אחריה אין די קאנטעקסט, און דאס גייט נישט זיין ווייל זי איז טויט. משא״כ ווען ער זעהט א מראה ערוה לייוו אין א נייטראלן קאנטעקסט (וכ״ש א קאנטעקסט פון משגל) אפילו פעם אחת, איז ער מהרהר אחריה תמיד, און דאס איז יא א פראבלעם. מ׳קען ענטפערן אז דארט בחגיגה רעדט מען טאקע פון א פרוי וואס איז טאקע שייך פאר אים לשכב עמה. אבער דאס איז לכאורה נתת דבריך לשיעורין, ומאן יימר אז ס׳איז נישט מעגליך ער זאל צוקומען צו איר (דאס דערמאנט אביסל פונעם מעשה דברוריה עם ר׳ מאיר ברש״י בע״ז חי:)? ביי די קאנטעקסט פון א טויטע איז טאקע נישט שייך פאר קיין שום מענטש, חוץ בנעקראָפיליא (אדער עקסטרעמע אכזריות׳דיגע BDSM) צו וועלכעס איך בין נישט חושש.

אבער מאידך גיסא שרייבט דאך דער אבן עזרא (שמות כ יג):
דע כי איש כפרי שיש לו דעת נכונה והוא ראה בת מלך שהיא יפה לא יחמוד אותה בלבו שישכב עמה, כי ידע כי זה לא יתכן. ואל תחשוב זה הכפרי שהוא כאחד מן המשוגעים שיתאוה שיהיו לו כנפים לעוף השמים, ולא יתכן להיות כאשר אין אדם מתאוה לשכב עם אמו אע"פ שהיא יפה,כי הרגילוהו מנעוריו לדעת שהיא אסורה לו.
זעהט מען דאך יא אז ס׳איז שייך ביי לעבעדיגע אז מ׳זאל זיי נישט חומד זיין וויבאלד זיי זענען לגמרי נישט שייכות אליו. (ואולי אז דאס איז נאר ״כשדעתו נכונה״. אבער ביי עניני עריות טרעפן מיר דאך אז דעת ווערט אוועקגענומען, ואין אדם חוטא אלא א״כ נכנס בו רוח שטות (סוטה ג.) און זיין דעת איז ל״ד אַן אפוטרופא דערפאר.) וואס מ׳קען אבער יא מחלק זיין איז אז ער איז איר טאקע נישט חומד לשכב עמה בפועל, און ער איז זיך מייאש דערפון וויסענדיג אז ס׳איז לגמרי נישט שייך אליו. אבער פאנטאזירן במחשבתו איבער איר קען ער יא. (ולכאורה זענען די פּאָרן און גלעמאָר מאַדעל אינדוסטריס א ראיה דערצו.) וכעין המעשה עם בתו של ר׳ יוסי דמן יוקרת בתענית כד. ״אם ללוקחה לא זכיתי לראותה לא אזכה״. משא״כ ווען זיין גאנצע הסתכלות באשה ערומה איז נאר אין די קאנטעקסט פון איר טויט, איז מען נישט חושש אז ער וועט פאנטאזירן איבער נעקראָפיליא (אדער עקסטרעמע אכזריות׳דיגע BDSM; ועיין בשמונה פרקים להרמב״ם פ״ו אז דאס איז א פגם בנפש ממש ע״ש, און דאס איז נישט עפעס וואס איך בין חושש איינעם מיט א חזקת כשרות) מיט איר.

ולחזק זה הדרך עוד יותר קען מען ווייטער זאגן אז לפי די סברא פון @מתתיהו וואלט מען דאך לכאורה געדארפט מתיר זיין הסתכלות בפּאָרנאגראפיק בילדער פון נאקעטע פרויען וועלכע זענען שוין געשטארבן (ואפשר אפילו לעבעדיגע פרויען שאינם שייכות לשכב עמה), וכ״ש פּעינטינגס פון נאקעטע פרויען שלא היו ולא נבראו. אבער ווי מ׳זעהט אז ס׳איז משמע פונעם בן איש חי וואס איך האב צוגעברענגט אינעם תשובה (רב ברכות מערכת צדי), איז דאס יא א פראבלעם, ואפילו פאר די פרוי, אף לאחר מיתתה. (הגם אז מ׳קען זאגן אז אויב איז די כוונה פונעם קוקער ליהנות, איז דאס די פראבלעם כמו בכל דבר ערוה; וכלשונו של הבני בנים לגבי קול זמר של אשה ״אם מגרה יצה״ר בנפשיה אסור כמו בכל דבר״ ע״ש. און וויבאלד מעיקרא איז דאס געווען א תמונת שחץ וכל מטרת התמונה היא כדי להסתכל בה בדרך תאוה, וממילא יש בזה איסור לפני עור, בלייבט דאס אזוי ווייטער אויך. אבער א תמונת אשה ערומה שכבר מתה, וועלכע איז אין נייטראלע נישט-״ס*קסי״ קאנטעקסט, און זיין כוונה בההסתכלות אוז נישט לשם תאוה, איז איה״נ טאקע יא אפשר מותר. וה״ה לגבי פּעינטינגס מיט נוּד פרויען. ועיין בדברי הרב דוד כוכב.) אבער לפי וואס מ׳קוועטשט אריין אין תוס׳ הנ״ל, קען מען זאגן אז די היתר הסתכלות בערומה שמתה, איז נאר ווען די קאנטעקסט פונעם דאס זיין נאקעט איז נאר בשעת מיתתה. דאן איז ער זיך איר נאר מצייר אזוי באופן זה. משא״כ ווען די קאנטעקסט פונעם זיין זעהן איר נאקעט איז באופן תאוה, אף כשעכשיו כבר מתה האשה, איז ער זיך איר אבער מצייר צו זיך ווי אין יענעם קאנטעקסט. און דאס איז אסור.

אבל עדיין הדבר צריך תלמוד, און א גוטע ראיה איז עס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך כרם זית »

אין אבות דרבי נתן (פרק ב, ה,) שטייט:

ומפני מה החמיר איוב על עצמו ולא נסתכל אפילו בבתולה? מפני שאמר איוב: שמא אסתכל אני היום, ולמחר יבא איש אחר ויישאנה, ונמצא שאני מסתכל באשת איש:

זעט מען לכאורה אז עס קען זיין א פראבלעם ביי א מיידל און א טויטע פרוי, פשוט אלס די מחשבה. אבער דער יעב"ץ (שם בהגהותיו) איז מסביר די חומרא אלס שמא יבוא להסתכל בה כשתהיה אשת איש, זעט מען אז מען איז נישט חייש אז ער וועט סתם טראכטן פון איר, נאר נאכאמאל קוקן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אפילו בלא היעב״ץ איז לכאורה פשט בהתנהגותו של איוב, אז די אשה אויף וואס ער איז מסתכל גייט צוקומען למצב צו וואו זי איז נאסר עליו מחמת עריות, ואי אפשר לישאנה. ולכן החמיר אף עכשיו מיט׳ן לייגן איר סטאטוס פון אשת איש שוין יעצט למפרע. משא״כ ביי די תמונה פון א טויטע פרוי, איז דאך שוין נישט שייך אז זי זאל אמאל נאסר ווערן צו אים מחמת עריות. (כמובן, איז נעקראָפיליא נישט קיין איסור ערוה, ווי איידער אַן איסור בכלל פון הנאה ממת און הוצ״ל מחמת פּאַראַפיליא בכלל. דער מאירי שרייבט בסנהדרין סו: כל הבא על ערוה מן העריות והיא מתה, והוא הנקרא בתלמוד מעשה הורדוס, פטור מכלום ע״ש.)

ואגב, דא איז א מעשה פון 7 יאר צוריק, וואו א מיידל האט זיך פארשטעלט אויף פורים ווי א בחור און א פרעמדע בחור האט געטאנצן מיט איר נישט וואוסענדיג אז זי׳ז א מיידל. (קיין איסור לא תלבש איז נישטא געהעריג אויף פורים, כדפסק הרמ״א באו״ח סימן תרצו סעיף ח ע״ש.) דער מאירי שרייבט בע״ז יז.
אף על פי שבאיסור קריבה פרשה תורה 'לא תקרבו לגלות ערוה', שהדבר מוכיח על קריבה שלא בכונת גלוי ערוה שמותרת
ע״ש (ועיין באבה״ע סימן כ סעיף א ‏ובב״ש שם ס״ק א במחלוקת הרמב״ם והרמב״ן). ונמצא מזה אז ווען די גאנצע נגיעה וריקוד איז שלא בכוונה כלל לאשה, איז ניטאמאל דא אַן איסור בשוגג אויך נישט. ואגב, דער משנה הלכות (ח״ד סימן קפו) לערענט יא אפ דעם ש״ך ביו״ד סימן קנז סעיף י, אז נגיעה שלא בדרך חיבה איז אפילו להרמב״ם ניטאמאל דא אַן איסור דרבנן אויך נישט ע״ש. וכ״ש בכה״ג וואו עס איז ניכר לכל די אונס והעדר כוונה כלל וכלל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך מתתיהו »

כרם זית האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:29 pm אין אבות דרבי נתן (פרק ב, ה,) שטייט:

ומפני מה החמיר איוב על עצמו ולא נסתכל אפילו בבתולה? מפני שאמר איוב: שמא אסתכל אני היום, ולמחר יבא איש אחר ויישאנה, ונמצא שאני מסתכל באשת איש:

זעט מען לכאורה אז עס קען זיין א פראבלעם ביי א מיידל און א טויטע פרוי, פשוט אלס די מחשבה. אבער דער יעב"ץ (שם בהגהותיו) איז מסביר די חומרא אלס שמא יבוא להסתכל בה כשתהיה אשת איש, זעט מען אז מען איז נישט חייש אז ער וועט סתם טראכטן פון איר, נאר נאכאמאל קוקן.
בפשטות קען מען ברענגען א ראיה פון דעם אבות דר"נ פארקערט, אז די גאנצע איסור להסתכל בבתולה איז נאר ווייל זי קען נאך אמאל נאסר ווערן, און איך דארף חושש זיין ער זאל נישט קומען זינדיגען מיט איר נאכדעם ווען זי איז שוין אן אשת איש.

דער רמב"ם אין פיה"מ סנהדרין פ"ז מ"ד זעהט אויס אז ער לערענט פשט אזוי ווי דער יעבץ, אז איך בין חושש ער זאל נישט קומען קוקן ווען זי וועט זיין אן אשת איש:
והאשה הפנויה, מותר לאותם שאינה לו ערוה ליהנות בהסתכל ביופיה, ואין בזה איסור אלא על דרך צניעות והפרישות והוא מן הדברים המותרים כדי שלא יגע באיסור, כי החסידים מרחיקין דברים כאילו ואף על פי שהן מותרים, מחשש שתנשא אותה אשה וירגיל עמה כמו שהיה עושה לפנים, וכן פירשו בפירוש זה שאמר איוב "ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה"(איוב לא, א), אבל אינו אסור.


מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:15 am וואס מ׳קען אפשר מתריס זיין כנגד זה, איז אז דאס איז נאר וואו די פרוי איז מתה, ווייל צו תאוה צו נעקראָפיליא בין איך נישט חושש (דלא כמו שעשה הודרוס עם בת חשמונאי לחד מ״ד בב״ב ג: ע״ש). משא״כ צו עני לעבעדיגע פרוי, אף אם אינה שייכת אליו לשכב עמה, איז יא אסור.

מ׳קען דאס אפשר אריינקוועטשען אין תוס׳ דארט בסוטה ח. ד״ה גמירי:
מקשי' מפרק אין דורשין (חגיגה יא:) דאמר עריות בין בפניו בין שלא בפניו נפיש יצרייהו? ולא קשיא מידי דהתם ה"פ מאחר שראה הערוה פעם אחת שוב מהרהר אחריה לעולם אפי' שלא בפניה, אבל מחמת שראה הנסקלת ערומה אינו מהרהר אחר אחרת.
והיינו, אז ווען מ׳זעהט א טויטע נאקעטע נסקלת (וואס הגם זי ווערט אויסגעטוהן פאר דעם, איז דאס אבער אלעס אינעם קאנטעקסט למען מותה וסקילתה), איז נאר שייך להרהר אחריה אין די קאנטעקסט, און דאס גייט נישט זיין ווייל זי איז טויט. משא״כ ווען ער זעהט א מראה ערוה לייוו אין א נייטראלן קאנטעקסט (וכ״ש א קאנטעקסט פון משגל) אפילו פעם אחת, איז ער מהרהר אחריה תמיד, און דאס איז יא א פראבלעם.
מילא ביי סקילה קענסטו אפשר אזוי זאגן, אבער זעהסט דאך אין די גמרא אז אפילו ביי א סוטה וואס די פריעות ראשה וגילוי בשרה קומט פאר אסאך פאר זי שטארבט פון די מים המרים, און ס'איז בכלל נישט אין די קאנטעקסט פון איר מיתה נאר כדי לנבלה, און דאך איז נישט דא קיין פראבלעם, נאר על הצד אז זי וועט ארויס גיין זכאי וואס דעמאלטס האב איך מורא שמא יתגרו בה פרחי כהונה.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אט דאס איז דאך וואס די גמרא ענטפערט דארט בסוטה: אז לר׳ יהודה איז נאר א נסקלת נפשטת ערומה, וויבאלד ס׳איז אין די קאנטעקסט פון א זיכערע טויט, ולכן איז ר׳ יהודה נישט חייש להירהורא דארט. משא״כ ביי א סוטה האלט ער אז זי ווערט טאקע נישט אויסגעטוהן (מער) ערומה (עכ״פ אם לבה נאה), וויבאלד שמא תצא זכאי ויש חשש להירהורא מהפרחי כהונה. טאמער אבער וואלט געווען זיכער אז זי גייט נישט ארויסגיין זכאי, איז די גילוי אותה ערומה פונקט אזוי אין די קאנטעקסט פון איר מיתה: פונקט אזוי ווי ביי סקילה טוהט מען איר אויס כדי לסוקלה ולהורגה, איז דא טוהט מען איר אויס כדי להשקותה ולהורגה. עס איז אלעס בתוך די ריטואל פון די השקאה, פונקט אזוי ווי ביי סקילה וואו עס איז אלעס בתוך די ריטואל פון הסקילה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך האב געהערט א טיפע וויץ פון דר. בנימין פורת בנוגע דאס צוגאנג צו הלכה. ביי א גרויסע זיצונג זענען זיך אמאל צאמגעקומען גאר גרויסע רעפארמער, קאנסערוואטיווער, און ארטאדאקסישע רבנים. דער עורך דארט האט פארפירט אז יהדות הכללי מוז זיך כאטש אויף עפעס פאראייניגן, און עס איז דאך דא אזוי סאך חילוקי דעות צווישן די דריי פראקציעס. צום סוף איז דער עורך אויפגעקומען אז זיי זענען דאך בעצם אלע קעגן רייכערן וויבאלד דאס איז אומגעזונט, ולכן האבן זיי זיך אלע פאראייניגט און צוזאמען גע׳פסק׳נט אז א איד טאר נישט רייכערען.

א וואך שפעטער טרעפט דער עורך דער רעפארמער ראבינער אין גאס, און זעהט ווי ער רייכערט. גייט ער צו צו אים און זאגט אים, ״דו האסט דאך גע׳פסק׳נט אז מ׳טאר נישט!״ ענטפערט אים דער רעפארמער, ״איך בין דאך רעפארם, און איך בין נישט געבינדן צו הלכה ופסק.״

א דריי וואכן שפעטער טרעפט דער עורך דער קאנסערוואטיווער ראבינער אין גאס, און זעהט ווי ער רייכערט. גייט ער צו צו אים און זאגט אים, ״דו האסט דאך גע׳פסק׳נט אז מ׳טאר נישט, און דו ביסט דאך יא געבינדן צו הלכה!״ ענטפערט אים דער קאנסערוואטיווער, ״איך בין דאך קאנסערוואטיוו, און איך נעם אָן אז הלכה טוישט זיך. די איסור איז געווען זעקס וואכן צוריק. זאכן האבן זיך שוין לאנג געטוישט זייט דעמאלטס.״

א זעקס וואכן שפעטער טרעפט דער עורך דער ארטאדאקסישער רב אין גאס, און זעהט ווי ער רייכערט. גייט ער צו צו אים און זאגט אים, ״דו האסט דאך גע׳פסק׳נט אז מ׳טאר נישט, און דו ביסט דאך יא געבינדן צו הלכה און דו האלטסט אז עס איז נצחי!״ ענטפערט אים דער ארטאדאקסישער, ״יא, אבער איך האב פארקויפט מיינע לונגען צו א גוי.״

דר. פורת זאגט צו זיינע תלמידים אז וואס די וויץ ברענגט ארויס לגבי הלכה, איז אז עס טוישט זיך בהכרח פאר יעדן איינעם. די חילוק איז נאר סיי אין די מדריגה פון ווי סאך און ווי שנעל, און סיי אין די נאראטיווס דערין וואס מ׳שטעלט זיך אליינס אויס איבער די פארוואס און צוגאנג וויאזוי דאס פאסירט.

ועיין כאן איבער א וויץ בנוגע דאס צוגאנג צו דאס עוואלושאן פון הלכה.

***

הרב ישראל ריישר טוהט דורך דאס אז מ׳האט זיך אויפגעהערט באנוצן מיט דרשות מפסוקים לחזק ולחדש הלכות לאחר חתימת התלמוד. ער ברענגט ארויס די היסטארישע סיבות וועלכע האבן (כנראה) צוגעגעבן דערצו, ווי דאס אז מ׳האט אפגעשריבן התלמוד וממילא איז דאס געווארן פארהייליגט, און אלס א רעאקציע צו דאס אויפשטייג פון די קראים וועלכע האבן געזוכט דוקא צוריקצוגיין דערצו, וכדומה. ער ברענגט ארויס לבסוף אז ענדגילטיג וואס האט דאס געמאכט, איז טאקע די הסכמת הכלל אז מ׳קען שוין נישט טוהן אזוי.
IMG_7116.jpeg
מ׳זעהט נאך טיפער דעם געדאנק פון הסכמה אין הרב ריישר׳ס מאמר אליינס. אינדערמיט צייכענט ער צו צו א דרשה פון ענן הקראי, און זאגט דערויף ״אין חוכא ואיטלולא גדולה מזו״. די דרשה וואס ער צייכענט צו איז אין דר. ראַבּערט בּראָדי׳ס בוך לגבי דעם פסוק פון (דברים כג יג-יד) ויד תהיה לך מחוץ למחנה ויצאת שמה חוץ, ויתד תהיה לך על אזנך והיה בשבתך חוץ וחפרתה בה ושבת וכסית את צאתך:
And you shall have a place (literally, hand), and so on— it says . . . that you shall have a place, and calls the place “hand” (to imply) that this place shall be your property, under your hand, as is written (1 Samuel 21:4): “under your hand.” And it says, “And you shall have a place . . . And you shall have a peg . . .” — just as the peg is your property and yours alone, so this place must be your property and yours alone. . . . And it says, “And you shall have a peg,” “And you shall have a place” — the two are worded in the same way, to teach you that just as the place is prepared for you outside, so this peg should be held on the place which obligates you to go outside, which is the place of the genitals. And we make the peg of iron, because “peg” is written here, and there (Judges 4:21) is written “And Jael the wife of Heber took the tent-peg,” and so on — it says, “et the peg,” “et the hammer,” adding to them et, et (the direct object marker), hinting to you that the hammer and the peg are of the same material. And the hammer is of iron, as it is written (1 Kings 6:7), “and hammers and ax, all iron utensils” — just as that peg is of iron, so too this peg is of iron
וואס מ׳קען טענה׳ן איז אז ער באטראכט דאס ווי א חוכא ואיטלולא, מכח הסכמה אז דאס איז נישט א לעדזשיטימעט דרש. משא״כ אויב וואלטן חז״ל ווען דאס גע׳דרש׳נט אזוי, וואלט ער דאס יא אָנגענומען און נישט באטראכט אזוי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך כרם זית »

היות די אשכול "פרויען פארבאטן" איז שוין פארשפארט, וועל איך דאס ברשותו של @מי אני דא ארויפלייגן. עס איז א בילד פון די "שטיבל" א בליק אויסגאבע ווי דער שרייבער קען נישט חלילה ארויסשרייבן די נאמען פון די שואה מיטגעמאכט'ע אנא פראנק, נאר שרייבט בלויז א. פראנק. אנא השם הושיעה!

20240413_234809.jpg
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

וואס מ׳קען זאגן(?…) איז אז דער ב״ש שרייבט באבה״ע אין זיין קונטרס השמות לנשים ביי אות א׳ (ביים שם ״ארכודופולא״) ״קי״ל כל שמות שהם של לע״ז כותבין אל״ף בסוף״ ע״ש. ונמצא מזה אז ביים שם לע״ז פון ״אנא״ איז דא סיי אַן אל״ף בתחילתה ובסופה. וממילא שרייבט מען נאר דאס ערשטע, וויבאלד ביים סוף ווייסט מען ממילא אז ס׳איז אויך דא וכהב״ש. און די אות נ׳ איז ארויסגעפאלן אזוי ווי מ׳טרעפט בברכות ד: אז עס איז נישטא קיין פסוק המתחיל באות נ׳ במזמור קמה, אלס׳ן פסוק (עמוס ה ב) נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל ע״ש.

ווי אויך פרעגט תוס' בסוכה לח: ד"ה הוא עפ"י הגמרא במגילה כב. פארוואס מ'קען צוטיילן ביי הלל די פסוק (תהלים קיח כה) אנא ה' הושיעה נא אנא ה' הצליחה נא ע"ש. עכ"פ זעהט מען אז ביי "אנא" צוטיילט מען דעם "נא"... :)

ואגב איז מן הראוי לציין אז דער מאור עינים (אמרי בינה פ"ח) ברענגט צו אז אינעם תרגום שבעים (ובמגילות קומראן) איז דא אויף דעם מזמור ביי אות נ' די פסוק ״נאמן ה'/אלקים בדבריו וחסיד בכל מעשיו״. אבער אקאדעמיקער טענה'ן אז די פסוק איז נאר שפעטער צוגעלייגט געווארן צו טאקע משלים זיין די אות נ' החסר. ועיין כאן. ווי דר. ראובן קימעלמאן שרייבט נאכ'ן צונעמען די פאעטישקייט אינעם מבנה פונעם מזמור:
קימעלמאן 1.jpg
קימעלמאן 2.jpg
דר. בּארנאבּאס לינדארס, אין זיין פאעטישע אנאליז פונעם מזמור, האט יא געהאלטן אז עס איז יתכן אז די צוגעלייגטע אות נ' פסוק איז יא אריגינעל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך צקון לחש »

כרם זית האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:02 am היות די אשכול "פרויען פארבאטן" איז שוין פארשפארט, וועל איך דאס ברשותו של @מי אני דא ארויפלייגן. עס איז א בילד פון די "שטיבל" א בליק אויסגאבע ווי דער שרייבער קען נישט חלילה ארויסשרייבן די נאמען פון די שואה מיטגעמאכט'ע אנא פראנק, נאר שרייבט בלויז א. פראנק. אנא השם הושיעה!


20240413_234809.jpg

און זי איז גאר געווען א "דויטשע" מיידל :cry:
(סתם אזוי גריזשעט פארוואס זיי קענען נישט אפלאזן איר ערשטע נאמען לאורך כל הבאשרייבונג.)
טיילונג איצט!
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך צוויי »

כרם זית האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:02 am היות די אשכול "פרויען פארבאטן" איז שוין פארשפארט, וועל איך דאס ברשותו של @מי אני דא ארויפלייגן. עס איז א בילד פון די "שטיבל" א בליק אויסגאבע ווי דער שרייבער קען נישט חלילה ארויסשרייבן די נאמען פון די שואה מיטגעמאכט'ע אנא פראנק, נאר שרייבט בלויז א. פראנק. אנא השם הושיעה!


20240413_234809.jpg
דארף מען אויך מוחה זיין אויף די קרית טאהש קאמיונעטי פארן צולאזן א גאס אין שטעטל זאל הייסן 'אנא פראנק, און דער עולם דאכט זיך רופט עס נאך אזוי מיט איר פילע נאמען...
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך נפה »

צוויי האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:11 pm
כרם זית האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:02 am היות די אשכול "פרויען פארבאטן" איז שוין פארשפארט, וועל איך דאס ברשותו של @מי אני דא ארויפלייגן. עס איז א בילד פון די "שטיבל" א בליק אויסגאבע ווי דער שרייבער קען נישט חלילה ארויסשרייבן די נאמען פון די שואה מיטגעמאכט'ע אנא פראנק, נאר שרייבט בלויז א. פראנק. אנא השם הושיעה!


20240413_234809.jpg
דארף מען אויך מוחה זיין אויף די קרית טאהש קאמיונעטי פארן צולאזן א גאס אין שטעטל זאל הייסן 'אנא פראנק, און דער עולם דאכט זיך רופט עס נאך אזוי מיט איר פילע נאמען...
https://maps.app.goo.gl/FAEF2cztiDohjdRB8
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איי געס ס'איז א משנה מפורשת (תענית פ"ב מ"א) מוציאין את התיבה לרחובה של עיר - מ'איז מוציא די גאנצע "תיבת" השם, ואפילו א פרוי'ס, ווען ס'איז לרחובה של עיר... :D

(און נאכדעם שטייט אז נותנין אפר מקלה על גבי התיבה ובראש הנשיא ובראש אב בית דין, וכל אחד ואחד נותן בראשו. וואס די אפר איז אלס א זכר לעקידת יצחק (תענית טז.). וואס די עקידה האט טאקע געמאכט אברהם טראכטן אז ער דארף טאקע זוכן א פרוי פאר יצחק וכדפירש"י בבראשית כב כ עפ"י המדרש ע"ש, און הקב"ה האט אים קלאר געזאגט דעם נאמען פון רבקה וועמען עס איז דא פאר יצחק.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם אז הסתכלות, ואפילו בדבר ערוה ממש, זאל נאר זיין אסור אויב איז עס אויף א פרוי וואס איז שייך אז ער זאל שוכב זיין מיט איר, זעהט מען אבער (אבה"ע סימן כג סעיף ג) אז עס איז יא אסור להסתכל בבהמה וחיה ועוף בשעה שמזדקקין זכר לנקבה, סיידן אויב דאס איז זיין ארבעט וטריד במלאכתו וממילא לא יבוא לידי הירהור והוצאת זרע ע"ש. און דאס איז ווייל ער וועט דאדורך מהרהר זיין על תשמיש איש ואשה באדם, און נישט אלס א חשש להירהור על רביעה, שלא נחשדו ישראל על זה כדאיתא להלן בסימן כד. אויף די גמרא בסוטה וסנהדרין קען מען ענטפערן אז וויבאלד דארט איז אלעס אין די קאנטעקסט פון איר טויט, לכן איז עס נישט קיין חשש. משא"כ ווען עס איז אין די קאנטעקסט פון לעבעדיגע ביאה ממש, איז דא א חשש אפילו ווען די הסתכלות איז ניטאמאל על מין האדם. וואס מ'קען אפשר אויך זאגן איז אז דער אגרות משה (אבה"ע ח"א סימן סט) ברענגט ארויס אז עס זענען דא צוויי איסורים לגבי הסתכלות: די עצם איסור הסתכלות (והירהור) בדבר ערוה, און א חשש שיבוא לידי קרי ע"ש. ולכן ביי הסתכלות בזקיקת חיה ועוף איז נאר דא די צווייטע פראבלעם און טאקע נישט די ערשטע. וה"ה ביי אַן אשה הנסקלת איז נישטא די ערשטע פראבלעם מטעם שזכר הש"ס, ואפילו די צווייטע פראבלעם איז נישטא, וויבאלד בי"ד איז דאך מיט דעם בעבידתייהו טרידי.

(און דאס איז נוגע צו די שאלה צי מ'קען מתיר זיין פאר א מאן צו ארבעטן אלס א פרויען מאדעל פאטאגראפירער ‏וכדומה, אלס בעבידתיה טריד. ועיין בש"ך ביו"ד סימן קצה ס"ק כ ובשו"ת בנין ציון סימן עה לגבי רופא לנשים ע"ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re:

שליחה דורך מתתיהו »

בנוגע די איסור פון "הסתכלות בבהמה וחיה ועוף בשעה שמזדקקין" איז אינטערסאנט צו צוברענגען די שיטת הטו"ז אז ס'איז נישט דא ביי דעם קיין איסור ממש, נאר א גדר קדושה.
דאס איז וואס ער שרייבט אין יורה דעה סימן רצ"ז(ב) סק"א אויף די מחבר דארט אז בגורם הרכבה בבהמות מכין אותו מכות מרדות:
משמע דמדרבנן עביד איסורא וזהו שכתב הטור אבל איסורא איכא ולא כמ"ש בפרישה דאיסור דאורייתא הוא שהוקשה לו אי מדרבנן הא בלאו הכי יש איסור לראות כשנזקקין בהמות זה לזה וזה לאו קושיא כלל דמפני איסור הרהור אין כאן מכת מרדות דאין בזה איסור כלל רק גדר קדושה מי שרוצה להתקדש עצמו וראיה שלבעל תשובה שעבר על ניאוף הזהירו בזה שלא יסתכל בשעה שבהמות או עופות נזקקין זה לזה
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך עמרם »

און אז מ'רעדט שוין פון הסתקלות בבהמה חיה ועוף בשעה שמזדקקין וכו', איז כדאי צי ברענגען די ווערטער פון די הייליגע רבי ר' אלימלך זי''ע, אין צעטיל קטן אות ו'
כשיבא ח"ו לידו בהזדמנות כנגדו הסתכלות רעה ח"ו, כגון בהמה וחיה או עוף שנזקקין זה לזה, או טפח מגולה באשה במקום ערוה, או בצורת אשתו נדה וכיוצא בהן, יאמר תיכף ומיד הפסוק "ולא תתורו אחרי לבבכם", ולא יטמא את שכלו ח"ו:
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך כרם זית »

אגב, ווען איז געווען די לעצטער מאל וואס איינער דא האט געזען א חיה אדער פייגל טון די מצוה, און רבי אלימלך ז"ל שרייבט עס מיט אזא פשטות אפילו בעפאר צורת אשה. נאר וואס דען, אין די אמאלי'גער לעבנס שטייגער צווישן גוטער און קארעטע'ס, איז דאס זעט זיך אויס געווען זייער שכיח.

זאל רבי בערל טויבער מער נישט זאגן אז היינט זעט זיך א יונגערמאן אן אין א טאג, מער ווי זיין שטעטל זיידע האט זיך אנגעזען אין זיין לעבן, ס"ה האט מען געטוישט פון א פעטיש צו א געזונטער תאוה.


אגב, עס זענען דא ראשונים וועלכע זענען מסביר אז די לשון "כנף" לגבי ערוה קומט פון דעם וואס דער זכר פייגל באדעקט די נקבה פייגלין מיט זיין פליגלען בשעתן אקט. טראכט איך יעצט אז אזוי דארף ציצית ראטעווען פון עבירות וויבאלד מען לייגט עס דאך על "כנפי" בגדיהם, לשון נופל על לשון, טוט מען געדענקען די מצות ה' און מען קומט נישט אן צו נאכגיין די אויגן און הארץ.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך berlbalaguleh »

צקון לחש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:51 pm
כרם זית האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:02 am היות די אשכול "פרויען פארבאטן" איז שוין פארשפארט, וועל איך דאס ברשותו של @מי אני דא ארויפלייגן. עס איז א בילד פון די "שטיבל" א בליק אויסגאבע ווי דער שרייבער קען נישט חלילה ארויסשרייבן די נאמען פון די שואה מיטגעמאכט'ע אנא פראנק, נאר שרייבט בלויז א. פראנק. אנא השם הושיעה!


20240413_234809.jpg

און זי איז גאר געווען א "דויטשע" מיידל :cry:
(סתם אזוי גריזשעט פארוואס זיי קענען נישט אפלאזן איר ערשטע נאמען לאורך כל הבאשרייבונג.)
דער בליק איז א שטארק סאטמאר'ע צייטונג (עכ"פ די ליינערשאפט זענען "אפגעהיטענע" אידן.) קענמען דאך הס מלהזכיר, נישט ארויסשרייבן דעם נאמען פון אן אישה, רח"ל. ועוד, זי און איהר משפחה זענען געווען מוחזק אלס "ציונים" אין האלאנד.
פארשפארט