בלאט 9 פון 16

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:42 pm
דורך שמעון וואלף
אויף א קאל אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:15 am
דורך יהושע חיים
יעצט בין איך שוין אביסל צימישט
זיי זענען באקוועמע ווען עס איז דא נאך א צוקוקער צום שפיל וואס דרך אגב איז דאס די זעלבע גענדער ווי זיך???

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:39 pm
דורך [NAMELESS]
כ'פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. מ'האט דעך געשמועסט אז נאר פרויען גייען קעיר נעמען און אז ס'גייט זיין אן אלל פימעיל ארג. און דא זע איך נאר דעם בכבודו ובעצמו מיט'ן העווי הצלה קעיס מיט נאך אהאלבן אשה שטייען און קוקען צו אזוי הילפלאז נעבעך ציווישן די מענער וואלאנטירן וואס זענען שנעל געקומען צו הילף..

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 12:07 pm
דורך ונבנתה העיר
בילד

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:37 pm
דורך medic
מ'גייט גוט באוואפענען די פרויען וואלונטירן, אויך גייט געטיילט ווערן נייע רעסעפי בוקס, און לעמינעיטעד קרישמע ליינערס צו האלטן אין די קיטס, אויך פאניק אטאקע קיטס פאר די חשוב'ע וואלונטירקעס. האלט אייך געשפאנט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 4:05 pm
דורך געוואלדיג
מען האט כסדר דא גערעדט אז אין אנהויב האט הצלה אליין געהאט א פרויען אפטיילונג, היינט האט [tag]שמעון וואלף[/tag] ארויף געלייגט די בילד ווי מען קען ליינען זייער אדוועטייזמענט ווי זיי שטאלצירן מיט די אפטיילונג,

נאך א מדריגה אין אכשר דרא, נישט נאר צו אפשטעלן די אפטיילונג נאר אויך צו ליייקענען דערין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 10:57 pm
דורך שמעון וואלף
יעצט קען איינער אריינשטעלן די בילד אין אכשר דרא אשכול

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:11 pm
דורך petergrifin
״ די גויים װעלען טאן אלע חילולי שבת װי דרײװען די אמבולאנס, אנצינדען די לײטס.די סײרענס וכו״.


װען האט זיך געטוישט די הלכות װאס יא אדער נישט לחומרא אדער לקולא? װעלכע פוסקים ורבנים?
איז שוין דא אן אשכול דערװעגן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 7:19 am
דורך משולם שטיינפעלד
דאס איז הצלה אדער א קאמפעטישאן צו הצלה וואס האט נישט מצליח געווען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 7:54 am
דורך שמעון וואלף
איך מיין דאס האט געהאט עפעס מיט קאשויער רב ז"ל.
איך געדענק נישט ווען ס'האט פאסירט אבער כ'האב געהערט אז מ'האט אינטערגעצינדן אן אמבולנס אין יענע צייטן

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 3:42 pm
דורך מור וקציעה
רוחי פרייער וואס האט געגרינדעט די הצלה עזרת נשים לויפט פאר זשאוזש, הנח להם למטורפים ויושבי בטל העומדים על המשמר אז זיי האלטען שוין זיכער טיעף אינמיטען צאמנעמען חתימות פון הר' לויפער/פיליפ/בלום קעגען איר

קרב על תפקיד שופט: אישה חרדית מבורו-פארק מול חרדי מפלטבוש


רוחי פריאר היא אם ואשה חרדית המתגוררת בבורו פארק ומתמודדת על תפקיד של שופטת אזרחית בברוקלין • מול פריאר יתמודד גבר חרדי מפלטבוש • "אני לא בשביל תאגידים גדולים, אלא כדי לעזור לאיש הקטן, כמו ילד שלא מצליח להיכנס לישיבה"

אליעזר היון ה' ניסן התשע"ו / 13.04.2016 14:34
בילד
אשה חסידית, תושבת שכונת בורו-פארק שבברוקלין מציגה את מועמדותה לתפקיד שופטת ברובע ברוקלין.

רוחי פריאר, עורכת דין במקצועה שהקימה ארגון הצלה לנשים וסיוע ליולדות, סיפרה לתקשורת המקומית כי תפקיד השיפוט תמיד היה חלומה.

היא מספרת שגם כילדה תמיד הרגישה צורך לתקן ולומר מה שצריך – כדי שהכל יתנהל כסדרו.

פריאר הקימה לפני כשבע שנים ארגון לנוער שהתקשה ללמוד בישיבה, וגם את ארגון ההצלה המיועד לנשים.


למרות זאת, היא רואה את ייעודה בעולם המשפט: "אני לא בשביל תאגידים גדולים, אלא כדי לעזור לאיש הקטן, כמו ילד שלא מצליח להיכנס לישיבה, או בחור שמתקשה בקניית בית".

המועמדת החרדית תיאלץ להתמודד על מקומה מטעם המפלגה הדמוקרטית מול מרדכי אביגדור, תושב שכונת פלטבוש, חרדי גם הוא. העובדה ששני המתמודדים הינם חרדים תוביל, כך על פי התקשורת המקומית בברוקלין, למירוץ צמוד.

חבר בית המחוקקים דב הייקנד מספר כי עבד עם שני המתמודדים בעבר, ויש לו 'כבוד רב אליהם'. לדבריו, שניהם עשויים להיות שופטים מצוינים.

פראיר נשאלה על ההיבט ההלכתי בתפקיד שיפוטי לאשה חרדית והשיבה, כי גם כאשר הקימה את ארגון ההצלה היו שהתנגדו, וכך גם כאשר התחילה לעבוד בעריכת דין. היא הזכירה את דבורה הנביאה ששימשה כשופטת, והוסיפה כי קיבלה היתר מרב למהלך
.

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 4:53 pm
דורך שצם_חנכל
א דאקומענטרי אין די מאכונג:
http://filmmakermagazine.com/98599-paul ... 0YPFsj3bCQ

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:32 pm
דורך אברך משי
Imagine she would be your wife... h
would you be able to handle something like this? think hard
someone that does not take no for a answer

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:12 pm
דורך קאמענטירער
לויט ווי איך האב געהערט פארמאגט נאך נישט די עזרת נשים אן אייגענעם וויעהקעל איז עס אמת?

אויב יא דאן זענען זיי גארנישט ווערט, און נאכמער זענען זיי אן ארגערע אפציע ווי די היימישע הצלה

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 3:09 am
דורך בן ישי
אינטערסאנט קיינער שרייבט נישט דא וועגן די מעשה וואס איז געשעהן נעכטן נאכט אין בארא פארק מיט עזרת נשים.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 3:33 am
דורך קלוגע יודל
נא, המתחיל במצוה אומרים לו גמור. פארצייל דו די מעשה.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 4:02 am
דורך בן ישי
איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן אלע פרטים בפרט אז מ'ווייסט נישט וואס די אמת'ע פאקטן זענען.
בקיצור הדברים איז אז א יוד איז אהיים געקימען נעכטן בערך צוויי אזייגער ביינאכט אין געזעהן אז זיין ווייב אטעמט נישט געהעריג ער איז געווארן פארלוירן אין געלאפן רופן הצלה, ער האט געזעהן אויפן פרידזש א מעגענעט מיט די נאמבער פון עזרת נשים אין ער האט זיי געריפן (ס'הייסט אז ער האט געמיינט אז ער האט געריפן די געהעריגע הצלה), זעהנדיג נאך אפאר מינוט אז קיינער קימט נישט האט ער געריפן הצלה (באמערקט אז ער האט פריער געמאכט א טעות) אין אינטער דרייסיג סקונדעס איז הצלה דארט געווען (צוויי מעמבערס מיט א פרעמעדיק) אין געלאזט וויסן אז ס'איז א confirmed code, ס'נישט קלאר צו עזרת נשים איז אנגעקומען גלייך פאר הצלה צו אביסל דערנאך אבער וואס מ'ווייסט איז אז זיי האבן אריינגערופן 911 אין אפאר מינוט נאך הצלה איז טאקע געקימען fdny ems police.
הצלה האט געארבעט דארט א לאנגע צייט אין ליידער האט די עטליכע אין זעכציג יעריגע פרוי עס נישט איבער געלעבט אין איר משפחה זיצט יעצט שבעה אין איר הויז אויף 16 אין 51.
ע"כ בערך די פרטים וואס איז באקאנט פאר די גאס.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 4:04 am
דורך בן ישי
פארשטייט זיך אז מ'קען נישט עכט רעדן ווילאנג מ'ווייסט נישט פונקטליך אלע פרטים אין אוודאי איז אלעס באשערט פון הימל אבער אינז האבן א מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם אין אינז דארפן טוהן השתדלות,

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 4:18 am
דורך בן ישי
די טענות וואס מענטשן האבן איז ערשטנס אויב קענען זיי נישט ריספאנדן אזוי שנעל ווי הצלה זאלן זיי אדווערטייזן אז מ'זאל זיי נאר רופן ווען ס'נישט קיין emergency!
מ'קען נישט רעדן אבער ווער ווייסט אפשר אן זיי וואלט מען גלייך געריפן הצלה אין אפשר דעמאלטץ וואלט הצלה - וואס וואלט דארט געווען סאך שנעלער - איר נאך געקענט ראטעווען...ווען איינער אטעמט נישט מאכט יעדע סקונדע אויס!
מ'קען פארשטיין אז ס'דא פרויען וואס פוהלן נישט באקוועם ווען מענער הצלה קימט צו זיי אבער אויב מ'רעדט פון איינעם'ס לעבן לייגט מען אלע באקוועמליכקייטן אויף די זייט!!
די צווייטע נאך סאך שטערקערע קשיא איז היתכן עזרת נשים האט געריפן 911??? פארוואס ריפן זיי נישט הצלה??? ווען מ'רעדט פון א מענטשס לעבן שפילט מען נישט קיין פאליטיק!!!
הצלה האט צוויי מעמבערס וואס זיצן אגאנצע נאכט אין א קאר צוויי גאסן אוועק פון דעם קאלל אין די ריפסט 911 וואס יעדער ווייסט ווילאנג ס'נעמט זיי אנצוקומען!!!

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 4:21 am
דורך בן ישי
עזרת נשים האט ארויס געלייגט אז די מעשה איז נישט אמת אין זיי האבן אלעס געטוהן ווי protocol אבער זיי קענען נישט ארויס געבן די פרטים ווייל ס'איז היפע (היטן אויף די פריוואטקייט).

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 6:06 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז דא ערגעץ די מעשיות אויף הצלה? וויאזוי נעמען זיי קעיר פון זייער פראבלעמען? איז עס דען מעגליך אז אין זעכציג יאר זענען נישט געווען קיין פראבלעמען?

איך טראסט קיינעם נישט דא, איינער האט אן אינטרעס אין מפרסם זיין, און דארט האט קיינער נישט קיין אינטערעס.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 6:14 am
דורך בן ישי
מ'קען טאקע נישט גלייבן ווילאנג מ'ווייסט נישט אלע זייטן פון די מעשה,
אבער וואס איז די תירוץ אויף דעם אז זיי ריפן 911??

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 6:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט, איך בין נישט אין דער ליין. אפשר קען 911 זיי זאגען וואס צו טוהן ביז זיי קומען אן?