וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס האט דער 'מלאך' מיט די מחלוקת אויף הרב קוק? ער האט געזאגט זיינס, נו נו. איך ווייס נישט צו ער האט געהאט בכח צו פארשטייען די תורות פון הרב קוק, וואס זענען נישט קיין על רגל אחת'דיגע, און אן וויסען זיין שפראך און טראכטסגאנג קען מען זיך לייכט טועה זיין.
מיר איז זיין מיינונג פונקט ווייניג אינטרעסאנט, אבער דער מחלוקת האט זיך נישט געוואנדען אויף זיין מיינונג און נישט אויף עפעס א קליינע מעשה וואס האט פאסירט אין דער ווייטע ניו יארק. דארט אין ירושלים האט מען זיך געשלאגען און כדרכה של ירושלים האט מען אריינגעשלעפט דער וועלט אין זייער פראבלעמען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב יעצט געטראפען א ספר, פון הרב חיים הירשנזוהן, ווי ער דערמאנט דער התעמלות סומאטוכע. ער זאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס הרב קוק האט געזאגט אז עס איז נאר ווי אמירת תהלים, ס'איז העכער ווי אמירת תהלים. לימוד תהלים איז טאקע העכער, ווייל ת"ת כנגד כולם, אבער 'אמירת תהלים', דאס איז דאך א גאנצע שאלה פון רפואה בדברי תורה. אדרבא, זיך שטערקען זיך צו קענען האלטען שטארק קעגען די וואס ווילען דיר וויי טוהן איז א מצוה אין תורה, והאיש הירא והרך הלבב, ילך וישוב לשניפישאק.

דא קענט איהר עס אויך ליינען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער תשובה אין דער נייער וועקער איז א חוצפה. ממילא מגין צו זיין אויף א צדיק אדער חוקר צו זיין וועגן א שטיין וואס דער אייבישטער קען נישט אויפהייבן אדער סתם דן זיין ענייני מחשבות ודעות ופאליטיק קען מען מיט א פאלשער נאמן, אבער דער קנאי וואס האלט אז יא כצעקתה און מען דארף שרייבען א גאנצער מאמר קעגן א גדול בישראל וואס איז שוין אכציג יאר אין גן עדן, וואלט כאטש געמעגט האבן די מוט צו חתמ'נן מיט זיין אמתער נאמן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האט דער 'מלאך' מיט די מחלוקת אויף הרב קוק? ער האט געזאגט זיינס, נו נו. איך ווייס נישט צו ער האט געהאט בכח צו פארשטייען די תורות פון הרב קוק, וואס זענען נישט קיין על רגל אחת'דיגע, און אן וויסען זיין שפראך און טראכטסגאנג קען מען זיך לייכט טועה זיין.
מיר איז זיין מיינונג פונקט ווייניג אינטרעסאנט, אבער דער מחלוקת האט זיך נישט געוואנדען אויף זיין מיינונג און נישט אויף עפעס א קליינע מעשה וואס האט פאסירט אין דער ווייטע ניו יארק. דארט אין ירושלים האט מען זיך געשלאגען און כדרכה של ירושלים האט מען אריינגעשלעפט דער וועלט אין זייער פראבלעמען.

ליטוואק פון בודאפעסט: ביי מיר איז דער ..."מלאך"... בכלל אפגעפרעגט. (בלשון המעטה) דער עיקר צוליעב דעם מיאוס'ן וועג וויאזוי ער האט געפיהרט די מחלוקה מיט דעם צדיק ובעל מסירות נפש, דער מהריי"ץ. נאר אין סאטמאר איז ער פארהייליגט (פארשמייליגט). און זיין אייניקל האט געהאט לייסנס (כ'מיין נישט פון די גאווערנמענט) און געמעגט טון א סאך זאכן וואס אנדערע האבן נישט געקענט. ווייל ס'איז שמו הולך לפניו. ס'נישט זיין אייניקל. נאר דער אייניקל פון איינער פון זיינע ערשטע און גרעסטע אנהענגערס...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לעיקוואד האט געשריבן:דער תשובה אין דער נייער וועקער איז א חוצפה. ממילא מגין צו זיין אויף א צדיק אדער חוקר צו זיין וועגן א שטיין וואס דער אייבישטער קען נישט אויפהייבן אדער סתם דן זיין ענייני מחשבות ודעות ופאליטיק קען מען מיט א פאלשער נאמן, אבער דער קנאי וואס האלט אז יא כצעקתה און מען דארף שרייבען א גאנצער מאמר קעגן א גדול בישראל וואס איז שוין אכציג יאר אין גן עדן, וואלט כאטש געמעגט האבן די מוט צו חתמ'נן מיט זיין אמתער נאמן.
איך ווייס נישט פונקט פארוואס. ווען דער צדיק לעבט, איז דאס שרייבען קעגען איהם אן א נאמען א ׳ארור מכה רעהו בסתר׳. יעצט איז עס סייווי נישט זיין נ"מ.

איך האב שוין אפגעשריבען די תשובה צו זיין ווערטער, און עס וועט זיין אי"ה אין די נעקסטע וועקער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

די צווייטע ארטיקל אין די וועקער איבער הרב קוק האט נאכאמאל באשטעטיגט מיין טענה, אז די טענות אויף הרב קוק קומען פון די אונגערישע קעפ וואס נעמען צוויי זאכן און זיי מאכן עס פאר איינס.
וכך כתבתי באשכול מיוחדת לעילוי נשמתו:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:רוב מענטשן האבן א געוויסע קַו אויף וואס זיי פארן אפילו ווען ס'קומט נישט אריין, ווייל דאס איז זייער פערסאנעליטי, הרב קןק איז געווען פונקט די היפך פון דעם. הרב קוק, למשל, האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו, סיי זיין א פרומער און סיי אנערקענען אז די פרייע געבן אויך עפעס צו פאר די וועלט, משא"כ רוב פרומע קענען עס נישט אנערקענען, ווייל זיי זענען פרום, און... און... אזוי גייט עס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אישתישבי האט געשריבן:ר' בערל,
יאשקע איז געוועהן אנגענומען ביי אידען אלץ א נאמען פונעם א מלאך, און איז אריין געדרוקט אין מחזור ראש השנה.
ווי אויך איז אין ספר דן ידין דא רמזים אויף די קליפה פין ישו, און נאך. סא זאג נישט אז אידן האבן נישט געחקרנט אין יאשקע.

איך ווייס פון פיר מענטשן מיטן נאמען ישוע: 1 - ישוע בן נון (נחמיה ח' יז), 2 - ישוע בן יוצדק (נחמיה יב כ), 3 - ישוע הנוצרי (סנהדרין מג.), 4 - ישוע המשיח המכונה "יאשקע".

1 - ישוע (יהושע) בן נון, איז געווען א נביא, די נענסטע תלמיד צו משה רבינו, זיינע תולדות זענען באשריבן אין ספר יהושע די זעקסטע ספר פון תנ"ך.

2 - ישוע (יהושע) בן יהוצדק, איז געווען פון די מייסדים און די ערשטע כהן גדול פון צווייטן בית המקדש, באשריבן איך ספר נחמיה.

3 - ישוע הנוצרי, איז געווען א תלמיד פון ר' יהושע בן פרחיה, א מקורב למלכות, געלערנט כישוף אין מצרים, מסית ומדיח געווען אידן צו דינען עבודה זרה, גע'הרג'ט געווארן דורך בית דין ערב פסח.

5- ישוע המשיח, איז געווען א בודהיסט וואס האט געלעבט סוף פון צווייטן בית המקדש, א משיח שקר, די רוימער האבן איהם געזוכט צו 'הרג'נען. פסח ביינאכט נאכן סדר האבן איהם די אידן געכאפט און איבערגעגעבן פאר די רוימער און זיי האבן איהם גע'הרג'ט די ערשטע טאג פסח. זיינע תולדות זענען באשריבן אינעם "ברית החדשה".

ס'מסתמא געווען נאך פיל מענטשן מיט'ן נאמען ישוע, איז פארוואס שפרינגסטו גלייך צום יוזל? פארוואס סתם זיין אן אויבערחכם?

http://liebes.huji.ac.il/files/sarhapanim.pdf
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:

טול קורה מבין עיניכם (געווידמעט אויף די לעצטע שאלה)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ס'מסתמא געווען נאך פיל מענטשן מיט'ן נאמען ישוע, איז פארוואס שפרינגסטו גלייך צום יוזל? פארוואס סתם זיין אן אויבערחכם?

http://liebes.huji.ac.il/files/sarhapanim.pdf
טול קורה מבין עיניכם (געווידמעט אויף די לעצטע שאלה)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אז דו קענסט נישט די פאקטן, ווער איך נאכנישט אן אויבערחכם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אויב ברית החדשה שטעלט ביי דיר פאר פאקטן, וואס שטעלן פאר די פיקציע ביכער?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

געוואלדיג האט געשריבן:אויב ברית החדשה שטעלט ביי דיר פאר פאקטן, וואס שטעלן פאר די פיקציע ביכער?

די ישו פון גמרא און ישוע פון די ברית החדשה זענען צוויי אנדערע מענטשן,מיט אנדערע נעמען, און אינגאנצן אנדערע-אפטמאל פארקערטע-אגענדעס, והוא פשוט.
פונקט אזויווי דו גייסט נישט זאגן אז נתן הנביא און נתן העזתי זענען די זעלבע מענטש.
ועל זה אמר החכם: צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך געטראפן ביים כותל...

האסט עס טאקע געמיינט ערנסט, אקיי. איך צי צוריק. איך האב געוואלט מיטהאלטען דער דזשאוק. עס איז טאקע א ריזיגע ספק וועמען דער טראלל האט געמיינט, און חכמים גדולים וועלען זיצען ז׳ נקיים דאס נאכצופארשען.

אנטשולדיגט

ריכטיג, אבער ברית החדשה שטעלט אין קיין שום פאל נישט פאר קיין היסטארישע פאקטן, אפילו לשיטת לשיטת הוואטיקאן.

געוואלדיג האט געשריבן:

אויב דו האלטסט אז די ברית החדשה איז פיקציע, האלסטו פונקט ווי מיר אז זיי זענען צוויי אנדערע מענטשן. ווייל ישו הנוצרי איז אן אמתע מענטש און יאשקע איז א פאלטשע מענטש.
איך האב גערעדט לשיטתו אז ס'געווען א יאשקע.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ס'מסתמא געווען נאך פיל מענטשן מיט'ן נאמען ישוע, איז פארוואס שפרינגסטו גלייך צום יוזל? פארוואס סתם זיין אן אויבערחכם?

http://liebes.huji.ac.il/files/sarhapanim.pdf
טול קורה מבין עיניכם (געווידמעט אויף די לעצטע שאלה)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אז דו קענסט נישט די פאקטן, ווער איך נאכנישט אן אויבערחכם.
האסט עס טאקע געמיינט ערנסט, אקיי. איך צי צוריק. איך האב געוואלט מיטהאלטען דער דזשאוק. עס איז טאקע א ריזיגע ספק וועמען דער טראלל האט געמיינט, און חכמים גדולים וועלען זיצען ז׳ נקיים דאס נאכצופארשען.

אנטשולדיגט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט זיין אן אויבערחכם, איך האב נאר א פראבלעם מיט זיין "סתם" אן אויבערחכם, כלומר סתם לשם זיין אן אויבערחכם אפילו ס'קומט נישט אריין.ודו"ק.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך האלט אז משה חז'ןס ענטפער אויף הכצעקתה וואלט מען געדארפט קודם אריינשטעלן, און נאכדעם ליטוואק'ס ארטיקל. יעדער סאטמארע אינגל איז אויפגעוואקסן מיט אן אנקאנדישענעל האס און גרינשעצונג קען הרב קוק ז"ל. משה חזן האט אונז געגעבן א שיעור וואס (כמעט) יעדער חסידישע אינגל איז אויפגעוואקסן, אזש אז הרב קוק האט ממש געוועלט טוישן די מהלך פון אידישקייט, און אז ער איז געווען דאס ארגסטע וואס די אידישע פאלק האט פארמאגט. פאר דער וואס וויל זיך אונטערהאלטן זאל ליינען חזן'ס ארטיקל, און וועט באקומען א בילד אויף א נאאיווער שרייבער וואס ברענגט נאך פון א שבת בלעטעל.

איך האלט אז יצחק לאווי'ס ארטיקל וואלט געדארפט זיין די לייט ארטיקל אדער דיסקלעמער בעפארן ליינען דעם וועקער די חודש.

היסטאריאזאפיע - חזן האט אראפגעלייגט הרב קוק וויאזוי זיין מלמד אדער חבר האט אים געלערנט, אבער בעסער געזאגט "גוגל סערטש ענדזשיען" האט אים געלערנט. איך וואונדער זיך אויב חזן האט שוין אמאל געליינט די ביאגראפיע איבער דער רמב"ם. אסאך האלטן אז דער רמב"ם אויב לעבט ער היינט וואלט ער געווען ערגער פון הרב קוק לויט די קיצונים.

איך וועל איבערלאזן ליטוואק אים צו ענטפערן, המתחיל אומר לו גמור. אבער פאר חזן האב איך א מתנה די פאלגענדע לינק:

http://maranharavkook.blogspot.com

מ'טרעפט דארט אסאך זאכן וואס חזן שרייבט. אלעס איז סילוף, שנאה און שקר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז א דבר ידוע אז הרה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל איז ארומגעפארן אין די קיבוצים און מושבות צוזאמען מיט הר' קוק זצ"ל צו דרשנ'ען איבער אידישקייט. און בעטן אז זיי זאללן זיך פיהרן ערליך. שפעטער, ווען ס'איז געווארן די מחלוקת איבער דעם רבנות אין ירושלים, איז ר' יוסף חיים מער נישט געפארן צוזאמען מיט הרב קוק. אבער ער האטציך קיינמאל נישט אויסגעדרוקט מיט דברי בזיון אויף הרב קוק. אדער אטאקירט זיין ערליכקייט און יראת שמים...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב שוין געהאט אפגעשריבען די תשובה צו חזן, אבער איך יעצט בין איך שוין נישט זיכער אויף די גאנצע מעשה. טאמער דער עולם זעט נישט קיין קשיא פון זיין ווערטער, וואס דארף מען ענטפערען?
עס האט איינער א הו"א אז די ציטוט פון דער רידב"ז איז קראנט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

גם אני מצטרף אז די אנטווארט פין חזן האט מיך פשוט פארגרעסערט מיין הערצה פאר תורת הראי״ה,
יא און ליטוואק איך האב דיר קיינמאל באדאנקט פאר די ארטיקל וואס איך האב געליינט אין די סוכה ומאוד נהנתי.
ואיל כדאי להמשיך להיביא מתורתו ולסדרו לפנינו..
!..A Lonely Man of Faith
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] פון ווי נעמט איר אז הגרי"ח זונענפלד זצ"ל האט קיינמאל גערעדט נגד רב קוק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ׳קען גייען צו derveker.com און אפיהר זוכען דער צענטע נומער, און דאס קויפען פאר שפאט ביליג, 7.99. דערנאך קען מען עס ליינען און דערנאך וועסטו אפשר וויסען וואס איך האב געשריבען.

עס איז דא אנדערע פיינע מאמרים דארט אויך, אלס פאר איין ביליגע פרייז

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין ליכט פון מיין תגובה צו חזן'ס מאמר, ברענג איך ארויף די אשכול.

איך האב מיר באצויגען צו די ווערטער פון הרב חזן, און דעריבער דארף מען זיי ליינען צוזאמען, זיין טענה מיט מיינס.

יעדעס מאל וואס איך קוק אויף דער 'דת הציונית' צו זיין מאמרים אויף פארשידענע זאכען, ווערט נאכאמאל איבערגעצייגט ווי לעכערליך זייער צד איז. אויף די קלענסטע באווייזען, מיט די קלענסטע ראיות, בויען זיי גדולות ונצורות. די ישראלים באופן כללי זענען ספין מייסטערס אסאך מער ווי די אמעריקאנער, אבער אין זיין שרייבאכצער זעט מען א וואנאבי ספין מייסטער. טאמער מ'וויל פיהרען א פאליטישע באוועגונג, דינגט'ס איהם נישט ווייל ער טוט א שוואכע ארבעט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין די נייע ישרוןבילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט