שלום בית, מלחמת עמלק.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

שלום בית, מלחמת עמלק.

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 14, 2020 1:06 pm

משה רבינו זיצט אזוי אין מדבר סיני אינאיינעם מיטן כלל ישראל, ווען מיטאמאל באקומט ער א זענדונג - אז זיין שווער יתרו און זיין ווייב ציפרה, און זיינע צוויי קינדער גרשם און אליעזר, קומען צו קריכן צו אים דארטן אינעם פיסטען מדבר. נעמליך, אין די גאנצע עפאכע ווען משה האט פארארבייט זיינע טעטיקייטן מיטן הארטנעקיגן פרעה אין עגיפטן און ביים רויטן ים, איז ער געווען עלענד ווי א שטיין, זיין געטרייע ווייב און זיינע ליכטיגע צוויי זין האבן זיך אויפגעהאלטן ביי זייער זיידע דער געוועזענער בישאף פון מדין פלאזא.

די פראגע איז פארוואס פונקט איצט? פארוואס האט זיך יתרו פונקט איצט דערמאנט צו ברענגן פאר משה זיין אויסגעבענקטע ווייב און זיינע צוויי ליכטיגע קינדערלעך? עקלערן אונז די מפרשים אז ער האט געהערט איבער דעם גראנדיעזער שלאכטן וואס משה האט אפגעהאלטן מיט די פארהאסטע עמלקים, די זיידעס פון די היינטיגע ציונים... דערפאר האט ער געפאסט זיין באשלוס. אבער געוואלד וואס פאר א גוט יאר האט דער בריינביינערדיגער עלעפאנט מיטן נאדל צו טאן? אט איז ווי אזוי די געניטע שלום בית אגענטורן עקלערן די זאך.

די אידן זענען קוים באפרייט געווארן פון טיראניע און שקאלפעריי, זיי האבן זיך נאך רעכט נישט געהאט געכאפט דעם אטעם, זיי האבן נאך געהאלטן אין מיטן זיך אויסקורירן פון די טראגישע איבערלעבענישן וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אין עגיפטן, די וואונדן אויף זייערע לייבער פון די נייגאקעס פון די אידישע קאפאוס אין עגיפטען זענען נאך געווען אומפארהיילט,און מיטאמאל קומט דער פארשאלטענער עמלק צו גיין ווי פון אונטער דער ערד ארויס און הייבט א קאנפראנטאציע מיט די אידן. דו בהמה וואס דו ביזט, וואס ווילסטו פון דאס אידיש פאלק? פארוואס הייבסטו אן א קאנפראנטאציע מיט זיי פאר גארנישט און פאר נישט? נאר וואזשע דען? דער עמלק האט גענוי ווי די היינטיגע אנטיסמיטן געהאלטן - אז אלעס איז דער זשיד שולדיג! אלעס שלעכט וואס עס פאסירט איז בלויז צוליב דער שולד פונעם איד. די סייענטיסטן האבן דאס טאקע נאך נישט פעסטגעשטעלט אלס א ראציאנאל, פארטן האלטן די אנטיסמיטן דאס פאר א פאקט.

דער קליגער אינטעלעקטואַלער יתרו האט דאס אלעס גוט באנומען, ער האט דאס גאר גרינטליך אנעליזירט, אין רעזולטאט האט ער באשלאסן צוריק צו פאראייניגן מאן און ווייב.

דער ווייב איז גענוי ווי דער עמלק. (אנטי-פעמעניסט אלערט) נעמליך, זי הייבט אן קאנפראנטאציעס מיטן מאן אן קיין שום אורזאך, פארוואס? ווארשיינליך צילוב דעם וואס זי האלט אז דער מאן איז שולדיג אין אלעם בייזען! ווען אימער עפעס גייט איר מיטן פיטום אראפ באשולדיגט זי ערשט דעם מאן, אפילו זי קען נישט אנצייגן קיין שום ראציאנאל וואס זאל בארעכטיגען איר באשולדיגונג! פארט איז אלעס איז דער מאן שולדיג. די קינדער פארשפעטיגן דעם באס, דער מאן איז שולדיג! דער טושלענט ברענט צו, ס'זאל זיך נישט מאכן, איז דער מאן ווידער שולדיג! עס וואקסט איר ארויס א ווארצל אויפן געזיכט, ווער דען איז שולדיגאויב נישט דער מאן? זי נעמט צו פונט אין גרויסן אזש די גבולי הקדושה ווערן פארברייטערט אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם, איז דער מאן ווייטער שולדיג! אזוי אן קיין סוף...

דערפאר האט אונזער יתרו געמאכט דעם פאלגענדעם קאלקעלאציע. אז אויב משה האט זיך אזוי אן עצה געגעבן מיט עמלק, דאן איז ער דאס פאסיגסטע מאן צו וואוינען מיט א פרוי. ער האט זיך איינגעפאקט זיינע וואלוזן און באגאדזשן און ארויפגעזעצט די שיינע ציפורה מיט זיינע צוויי זיסע אייניקלך גרשם און אליעזר אויפן קעמל און היידא... ער האט זיי געברענגט צו משה אין מדבר אריין....

עס איז ראטזאם דאס נישט איבערצוזאגן אין שטוב, דאס איז בלויז טאטע געשפרעכן וד''ל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1949
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2241 מאל

שלום בית, מלחמת עמלק.

הודעהדורך מי אני » פרייטאג פעברואר 14, 2020 2:27 pm

viewtopic.php?p=395500#p395500

ועיין בתפארת יהונתן בפ׳ חיי שרה דהכלב ינוקתו מהלבנה ולכן בעת שידוך יציית למה שהכלבים מנבחין (ב״ר סו״פ נט), דהאשה נדמה ללבנה ג״כ (כידוע) ע״ש. והתנחומא (בסוף תצא, אות ט) מדמה עמלק לכלב ע״ש...

ואפשר לומר (?...) עוד יותר דלאחר שהפריש יפתח את בתו מחמת נדרו מלהינשא לאיש (עיין ברד״ק שופטים יא לא) (אשר עונש זה בא לו על ששאל שלא כהוגן כדאיתא בתענית ד., ושם פירש״י דהשלא כהוגן היתה דשמא תצא לקראתו כלב או חזיר ע״ש. ועמלק נדמה ג״כ לחזיר כדפירש״י בתהלים פ יד ע״ש), אז נלחם עם אפרים ובחן אותם בין אות ש׳ לאות ס׳ (להלן בשופטים יב ו), אשר החילוק בין אלו האותיות היא מספר ״עמלק״...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1034 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט