כאילו 'הוא' יצא ממצרים - מה שנוגע לתורה ויהדות

מחשבה, השקפה ועיון

כאילו 'הוא' יצא ממצרים - מה שנוגע לתורה ויהדות

הודעהדורך הוגה » פרייטאג אפריל 11, 2014 11:15 am

הקדמה

איך וויל דא שרייבן א נושא וואס קען אויסזעהן אביסל קאנטראווערסיאל אבער עס איז בכלל נישט. אדרבא, דאס זענען דברים פשוטים מאוד וואס דארפן איינגע'חזר'ט ווערן איין מאל און נאכאמאל. איך שרייב די נושא כאילו עס איז נוגע צו פסח, ווי אויך אלץ א מענה פאר א געוויסע סארט איד, אבער די דאזיגע הנחות און יסודות זענען נוגע פאר יעדן איינעם בכל מקום ובכל זמן. אלעס שטייט שוין געשריבן אין פריערדיגע ספרים, ובפרט אין ספרי חסידות. איך וועל אבער זיך צוריקהאלטן פון שרייבן מקורות, והמעיין ימצא נחת.


וואס האט א סקעפטיקער מיט פסח?

איינער האט מיר געפרעגט פאר צוויי וואכן צוריק די שאלה. מיר ווייסן אז עס זענען דא פיל ארטאדאקסישע אידן וואס גלייבן נישט אין די גאנצע סיפור יציאת מצרים אזוי ווי מיר ווייסן עס. איך וויל נישט אריינגיין אין די פרטי הדברים פונקטליך וואס זיי האלטן אדער האלטן נישט. אין קורצן, עס איז שווער פאר די אידן צו גלייבן אן קיין שום היסטארישע באווייז, אז צען מיליאן אידן (אדער צוויי הונדערט מיליאן אידן) זענען געווען פארשקלאפט אין מצרים, און אז צוויי מיליאן מענטשן האבן ארויסגעוואנדערט פונעם לאנד און זיך געדרייט פאר 40 יאר אין די מדבר, זיך געשלאגן מיט פעלקער און קעניגן, אלעס אן איבערלאזן קיין שום שפור. ניטאמאל איז דא צו טרעפן wrappers פון סענדוויטשעס אדער גענוצטע דרינק באטלעך אין די גאנצע מדבר. טייל זאגן אז עס איז זיכער נישט געשעהן און אנדערע זענען נאר סקעפטיש אויב עס איז ממש אזוי געשעהן אז אלע וואסער אין מצרים זענען געווארן בלוט, פעלדער פארפלייצט מיט פרעש, חיות, לייז, היישעריק און אויב אלע בכורים זענען געשטארבן, וכו'.

ווי אזוי אזוינע אידן קענען זיין ארטאדאקסיש און האלטן פון די תורה טראץ זייער נישט גלייבן אין די סיפורים, איז א שמועס פאר זיך אליין. די שאלה/קשיא איז, וואס פייערן זיי אין דעם יום טוב פסח? אויף וואס דאנקען זיי דעם אייבערשטן? וואס פארציילן זיי ביים סדר? היות זיי זענען ארטאדאקסן זאגן זיי אודאי די הגדה. אויב די מעשה איז מעגליך בכלל נישט געשעהן, דאן פארוואס פארציילן זיי עס? זיי זאגן אוודאי "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים", "אילו היה שם לא היה נגאל", "הרי אנו ובנינו ובני בנינו משעובדים היינו לפרעה ממצרים", און נאך ענליכע פראזן. וואס פאר א באדייט האט דאס פאר אזא איינעם? ווען די קינדער פרעגן מה נשתנה, וואס ענטפערן זיי? עבדים היינו? זיי האלטן דאך אז דאס איז פיקציע. די ספה"ק רופן אן די יום טוב פסח "חג האמונה", צוליב דעם וואס עס פארשטארקט אונזער אמונה אין יציאת מצרים, וואס האט געפירט כלל ישראל צום מעמד הר סיני ומתן תורה. אויב אבער האלט מען אז די זאכן האבן מעגליך בכלל נישט פאסירט, דאן וואס פאר א באדייט האט דען אזא יום טוב?

איר וועט זיך אוודאי וואונדערן וואס גייט מיר אן וואס 'זיי' טראכטן און וואס 'זיי' טוען? מיר ווייסן און גלייבן אין יציאת מצרים כמו שכתוב בתורה, ובמדרש און אויף ווייס'ס טעיפס. פארוואס זאל מיר אינטערעסירן וואס זיי טוען און פארוואס? זאג איך אייך, האט אביסל געדולד און ליינט ווייטער. איך גלייב, אז אויב קענען מיר פארשטיין 'זייער' געדאנקען-גאנג וועט עס אונז געבן א נייע ליכט מיט וואס צו קענען זעהן די תורה און נתעלה ווערן נענטער צו גאט ב"ה דעם יום טוב און אלעמאל. ווי אויך וועט איר באקומען די ריכטיגע דערהער אינעם חיוב וואס מיר זאגן אין די הגדה, "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים".


פסח איז א יום טוב, פשוטו כמשמעו

(קודם כל קען מען פראקטיש זאגן פאר אזעלכע אידן אז אפילו אויב פסח האט נישט קיין משמעות ביי אייך, איז אבער דא אנדערע טעמים צו פייערן דעם יום טוב, ובעיקר פשוט כדי צו האבן א יום טוב. א יעדע מענטש דארף האבן א ברעיק פון די טאג-טעגליכע פאריאגטע און פארפלאגטע לעבן. מען קען נישט אנגיין מיט די ארבייט און דאגות טאג און נאכט אן אויפהער. וממילא איז פשוט אז פאר דעם אליינס איז געמאכט די ימים טובים, צו נעמען א ברעיק. צו פארברענגען אביסל מיט די משפחה אן די טעגליכע דאגות וטרדות. עסן פיינע סעודות. שמועסן מיט די ווייב און קינדער. גיין שפאצירן כמו שנהגו בני ישראל מקדמת דנא ביומא דפגרא. זינגען און דאווענען. פארברענגן מיט אביסל העכערקייט והתבוננות. כדי אז אזא יום טוב (האלידעי) זאל זיין בתכלית הנרצה פעלט זיך אויס אז די גאנצע געזעלשאפט זאל עס פייערן אינאיינעם, כמובן. אפילו אויב יציאת מצרים האט נישט קיין באדייט ביי אייך, האט דאך אבער די יום טוב יא. גייט אהיים און פייערט די יום טוב בשמחה ובצהלה.)


גלות ויציאת מצרים הפרטית והכללית

עס איז באקאנט אז די גאנצע תורה איז שייך בעבר, הווה ובעתיד. די תורה איז timeless, און אלעס געשעהט - און איז פונקט אזוי שייך - היינט ווי אמאל. וואס איז שייך היינט שעבוד ויציאת מצרים? גאנץ פשוט. מצרים/פרעה איז דער יצר הרע, און דעם מענטש'ס נסיונות ונטייות הרעים. די שעבוד פונעם מענטש צו שלעכטס אדער צום שקר, איז זיין פערזענליכע גלות מצרים. די עבודה פונעם מענטש איז צו ארבייטן ארויס צו גיין פון דער גלות. איך וויל נישט מאריך זיין אין דעם ענין צופיל ווייל אלע ספרים זענען פול דערמיט. מען קען שרייבן לאנגע ארטיקלען נאר אויף דער ענין פון גלות הדעת אין וועלכע מיר אלע שמאכטן on some level. איין מאל מיר ווייסן און געדענקען דאס, איז שוין נישט שייך בכלל די אלע קשיות וואס מיר האבן געפרעגט. מיר פייערן נישט וואס איז דעמאלטס געשעהן נאר וואס געשעהט היינט, כאילו הוא יצא ממצרים.


די סקעפטיקער גלייבט אויך אין יציאת מצרים

אפילו נניח אז עס איז קיינמאל נישט געווען די פאקטישע גלות ושעבוד מצרים, איז אבער יא געווען עפעס א רוחניות'דיגע גלות און פרטי'שע און כלליות'דיגע גרעניצן וואס האט געפלאגט דאס מענטשהייט. די culmination דערפון איז געווען א יציאה פון אט דער גלות און א קבלת עול והתקרבות לה'. עס איז נישט נוגע פונקטליך ווי אזוי דער קבלת עול והתקרבות איז צוגעגאנגען, צו עס איז געווען ביי א מעמד בקולות וברקים, אדער זענען די קולות וברקים געווען בתוך תוכיות פון די הערצער פון די מייסדי העם סגולה. די אונטערשטע שורה איז אז זיי האבן דערגרייכט עפעס געוואלדיג, עפעס א מדריגה וואס מיר אלע לעכצן צו דערגרייכן. יא, אפילו אידן וואס גלייבן נישט אין די פאקטישע מעשיות, לעכצן אויך (אדער ערשט) פאר אזעלכע דערגרייכונגען, ווען נישט וואלטן זיי דאך נישט געארבייט צו זיין ערליכע אידן.

כלפי מה דברים אמורים. איר פארשטייט אליינס אז איך בין נישט געקומען זיך מתווכח זיין איבער די נושא פון ביבלישע סקאלערשיפ, און צו העלפן די וואס גייען מיט יענע מהלכים צו פראווען ימים טובים און טרעפען א משמעות דערין. איך וויל אבער נעמען דער שמועס און ארויס נעמען א גאר וויכטיגע מעסעדזש וואס א יעדער איד דארף וויסן אלעמאל ובפרט אין די טעג פון פסח.


מטרת החג מהו?

לכאורה קען זיך שטעלן א שווערע קשיא. וואס וויל דער באשעפער פון אונז? פארוואס פארלאנגט ער אז מיר זאלן פייערן א גאנצע יום טוב, מיט חדשים פון הכנות, שעות ארבייט, אכט טעג פון פייערונגען, אלץ צוליב עפעס א גרויסע נס וואס איז געשעהן פאר דריי טויזנט יאר צוריק? וואס פאר א שייכות האבן מיר מיט די מעשה פון דעמאלטס? איך פארשטיי אז מען קען זאגן אז דורך יציאת מצרים זענען מיר אנגעקומען צו מתן תורה און דאס איז עפעס וואס מיר געניסן דערפון בכל עת ובכל רגע. אבער וואס האט עס מיט פייערן יציאת מצרים? זאל מען פייערן א יום טוב ווייל מיר האבן היינט די תורה. ובכלל, וואס איז שייך בכלל צו הייסן א איד זיך פרייען ווען ער פילט נישט דעם שייכות דערצו? עס איז פונקט ווי אמעריקא וואלט ווען געמאכט א געזעץ אז א יעדע אמעריקאנער מוז זיך פרייען אויף July 4. היעלה על הדעת אז איינער וואלט פארשטאנען אזא געזעץ?


עבדים היינו

די תירוץ איז אז "עבדים היינו לפרעה במצרים". מיר פייערן נישט אז אונזערע אור-עלטערן זענען געווען משועבד פאר דריי טויזנט יאר צוריק, נאר מיר פייערן אז מיר זעלבסט זענען געווען אין מצרים. ווען זענען מיר געווען אין מצרים? היינט, נעכטן, אייער נעכטן און מעגליך אז מארגן אויך. אבער יעצט אין די רגע ווען מיר זיצן ביים סדר גייען מיר ארויס פון מצרים און מיר גייען צו מתן תורה. אט דאס פייערן מיר פסח אויף דער נאכט. אויף דעם דאנקען מיר ביי הלל און מיר לויבן למכה מצרים בבכוריהם, ויוצא ישראל מתוכו. מיר האבן צוקלאפט 'אונזערע' מצרים בבכוריהם און מיר זענען ארויסגעקראכן פון אונזערע באגרעניצונגען.


א טיפערע דערהער בתורה ויהדות

בעצם דאס דארף זיין די מהלך המחשבה ביי אלעס וואס מיר זעהן אין די תורה, ביי אלע מצוות ומנהגים וואס מיר זענען מקיים און ביי אלע הכנות וואס מיר מאכן. די תורה ומצוות זענען דא פאר א סיבה. זיי דארפן אונז ברענגען ערגעץ, זיי דארפן איבערלאזן א בעסערע וועלט. די תורה איז נישט קיין מעשה ביכל און נישט קיין קאנסטיטוציע. די תורה איז גאט כביכול אליין וואס הייבט אונז אויף למעלה למעלה עד אין שיעור וגבול. ווען מיר זעהען אין די תורה "ויאמר ה׳ אל משה בא אל פרעה", מיינט עס אז דער אייבערשטער רעדט און פירט אונז אריין צו אונזערע אינערליכע פרעה און גיבט אונז אן ערקלערונג ווי אזוי אים/עס צו באהאנדלען.

אזעלכע תכליות והשגות זענען אזוי הויך בעולם השכלית, אז עס איז נישט מעגליך זיי צו קאמיוניקירן מיט פאסיגע ווערטער, וממילא קומען זיי ארויס באמצעות די טינט און פאפיר ווי סיפורי דברים, ווי עפעס א פיקטיווע אדער א היסטארישע ערציילונג. אבער בעצם זענען די ערצעהלונגען נאר די התגשמיות פון די אמת'דיגע מכוון.


וואס איז געשעהן ביי קריעת ים סוף?

די זעלבע איז מיט אלע אנדערע טיילן פון אידישקייט און די תורה. לאמיר נעמען נאך א דוגמא, קריעת ים סוף. מיר זאגן יעדע איינציגע טאג דעם שירת הים, און עס שטייט אז מען איז מחוייב עס צו זאגן בשמחה עצומה. עס ווערט געברענגט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געהאט אזא הרגשה בשעת זאגן שירת הים, אז זיי האבן אויפגעהויבן שולי בגדיהם אז עס זאל נישט נאס ווערן. איר מיינט טאקע אז דער הויכע הרגשה איז געווען ווי דער אייבערשטער שפאלט פאר זיי די האדסאן ריווער און זיי שפאצירן אריבער פון מאנהעטן קיין נו דזשערזי בתוך הים ביבשה? זיכער אז נישט. זייער הרגשה איז געווען ווי עס ווערט געשפאלטן זייער אינערליכע ים סוף, עפעס אן אומבאגרייפבארע breakthrough וואס ברענגט צו צו אן ultimate שמחה פנימית. דאס איז דער תכלית פון זאגן שירת הים יעדע טאג און דאס איז די שמחה עצומה וואס מיר דארפן שטרעבן צו פילן.

שמעתי פעם מחכם אחד, אז דאס אייגענטליך איז אויך געווען די אריגינעלע קריעת ים סוף. נאר היות עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן מיט גשמיות'דיגע ווערטער וואס דארט איז פארגעקומען, קומט די ערצעהלונג ארויס און איז זיך מתלבש אין עפעס א מעשה מיט א געשפאלטענע ים. והמבין יבין. איז דער חכם גערעכט? למאי נפקא מינה, עס טוישט גארנישט סייווי. מענין לענין, די וועלט זאגט: "די מעשה מוז נישט זיין אמת, עס מוז אבער זיין אן אמת'ע מעשה". בעצם איז א פיקטיווע מעשה מער קרוב אל נקודת האמת ווי א מעשה וואס האט עכט פאסירט. ווייל א מעשה שהיה איז סתם נאך א מעשה וואס האט גראדע פאסירט ביי איין מענטש, אבער ביי א פיקטיווע מעשה לייגט מען געווענטליך אריין ענינים וואס געשעהן צו אלע מענטשן. לאמיר צוריק גיין צום ענין.


ווער גרייכט די ציל און ווער נישט?

איך וועל מיך וואגן צו נעמען דער שמועס א טריט ווייטער. במושכל ראשון ווילט זיך אונז פארדאמען די יעניגע וואס גלייבן נישט אדער זענען סקעפטיש אין די פאקטישע יציאת מצרים און פייערן דעם יום טוב מיט די צווייטע און העכערע מכוון. מיר מיינען אז זיי האבן נישט יוצא געווען די מצוות פון סיפור יציאת מצרים, אמונה וכו'. איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע אזוי אדער נישט, אבער לבי אומר לי אז דער וואס פראוועט יום טוב 'נאר' מיט די סיפור הדברים, ווי א היסטאריע פארציילונג, איז נאך ערגער. ווי שוין ערווענט פריער, די אלע זאכן האבן א ציל און א תכלית, אויב קומט מען אן צום ציל מיט אנדערע אופנים האסטו כאטש עפעס אויפגעטון, אויב אבער פאלגסטו די אינסטרוקציעס אבער צום ציל איז לא נגע ולא פגע, דאן קענסטו צוריקגיין בויען פתום ורעמסס.


וואס איז 'הלכה ולא למעשה' ווערד?

פאר א וואך צוריק איז פובליצירט געווארן א גאר טיפזיניגע אינטערוויו מיט דעם פילאזאף, פראפעסאר האווערד וועטשטיין. צווישן די אנדערע געדאנקען שרייבט ער א געוואלדיגע נקודה. עס זענען דא צוויי זייטן אין אידישקייט וקרבת השם, די טעארעטישע טייל און די פראקטישע טייל. און איך האלט אז עס קען זיין אז דער וואס נעמט אנטייל אין די פראקטישע טייל פון אידישקייט (קרבת השם - קאנעקשאן) אבער ער גלייבט נישט אין די טעארעטישע טייל איז נישט קיין איד, קען זיין אז יא, איך גלייב אז יא. אבער דער וואס האט נאר די טעארעטישע טייל און נישט די פראקטישע טייל איז זיכער נישט קיין איד! והדברים עתיקין, ואכמ"ל.


א ריכטיגע דערהער אין מתן תורה

די זעלבע איז בנוגע לענינינו. אויב גלייבט מען נישט אין מתן תורה כמו שכתוב בתורה, אז פיזישע לוחות געמאכט פון מאמרמארשטיין, רינדעכיג פון אויבן און גלאט פון אונטען, זענען געגעבן געווארן מיד השם אל תוך יד משה, און אלע אידן האבן פאקטיש געהערט דעם קול ה' פנים בפנים מדבר מתוך האש, אבער דער זעלבע מענטש לעבט מיט מתן תורה בכל עת וכל רגע, אדער עכ"פ אין די זמנים המיוחדים לכך, ער גלייבט אז מתן תורה איז געווען און גייט נאך אלץ אן עד היום הזה, עס איז די גרעסטע אינערליכע גילוי אלקות וואס א ילוד אשה קען דערגרייכן. אזא מענטש האט עפעס פון מתן תורה אפילו ווען ער גלייבט נישט אז עס איז פאקטיש געשעהן.

אבער דער מענטש וואס מיינט אז מתן תורה איז געווען עפעס א געוואלדיגע ספעקטאקל פאר דריי טויזנט יאר צוריק וואס מיר האבן מיטגעהאלטן, מיט פייערווארקס, דונערן און בליצן. וואס האט ער פון די גאנצע מתן תורה? וואס פאר א רושם לאזט דען אזא דמיון אויף א מענטש? איך מאך עס נישט חלילה אינגאנצן אוועק. עס האט עפעס א רושם און אויפטו, אבער קען מען דען מדמה זיין דעם ערשטנ'ס גילוי אלקות צום צווייטענס? ווען אימער מענטשן פראטעסטירן אקעגן א רעגירונג צוליב עוולות וואס די רעגירונג איז באגאנגען, האבן די pundits ליב צו זאגן, "זיי דאנקבאר פאר אזא גוטע רעגירונג אז זיי גיבן דיר דעם פרייהייט צו פראטעסטירן אקעגן זיי". די זעלבע טראכט איך און איך זאג פאר דעם מענטש, אז דא שטעקט די גדלות השם, אז גאט לאזט און גיבט דיר די חיות צו זאגן אויף אים אזעלכע קינדערישע אויסדרוקן.


סיכום הדברים

לאמיר מאכן א סך הכל. עס איז נישט נוגע אויב די מעשה פון יציאת מצרים איז פאקטיש געשעהן אדער נישט. די עיקר שאלה איז אויב עס געשעהט ביי דיר אויך. צו עקספיריענסטו יציאת מצרים. ווען דו זאגסט עבדים היינו לפרעה במצרים ויוציאנו ה' אלקינו וכו' גייסטו טאקע ארויס? איז געווען דעמאלטס א יד החזקה און א מורא גדול זו גילוי שכינה? Who cares? די ריכטיגע שאלה איז, אויב עס איז יעצט ברגע זו דא א מורא גדול און א גילוי שכינה! אט דאס איז די חיוב פון לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים.

וממילא דארף מען זיך גרייטן צו פסח דורכן רייניגן די חמץ שבתוכינו, כשר'ן אונזערע אינערליכע אויווענעס, בראטן אונזער אייגענע שמאלץ, און אנגרייטן א ריכטיגע סדר טיש. און דאן קען מען קומען בפנים מאירות און זינגען און לויבן: "שׁהוציאנו ממצרים, ועשה בהם שפטים, ועשה באלהיהם, והרג את בכוריהם, ונתן לנו את ממונם, וקרע לנו את הים, והעבירנו בתוכו בחרבה, ושקע צרינו בתוכו, וספק צרכינו במדבר, והאכילנו את המן, ונתן לנו את השבת, וקרבנו לפני הר סיני, ונתן לנו את התורה, והכניסנו לארץ ישראל, ובנה לנו את בית הבחירה".


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אפריל 11, 2014 11:41 am

הערליך, @הוגה. נאך אלץ קינד האט מיר געשטערט דאס וואס די מלמדים שפירן פאר נויטיג אויסצופאקן פאר די קינדער יעדן מדרש וואס מ'קען נאר טרעפן צו מאכן די ניסים פון יציאת מצרים מער אומגלויבליך און פאנטאסטיש. לאור הוגה'ס ארטיקל טראכט איך אז דאס איז א סימפטאם פון לעבן מיט דער מעשה, און נישט מיט דעם פראקטיק וואס קומט ארויס פון דעם יו"ט פסח. אויב דער גאנצער יו"ט באשטייט פון דער מעשה, שפירט זיך מער דערהויבן אויב די מעשה איז געווען נאך מער ניסימ'דיג און היסטאריש. משא"כ דער וואס נוצט דעם יו"ט אויף די נקודות הפנימיות שבו איז צופרידן מיט דער מעשה גענוי ווי עס שטייט אין דער תורה (אדער פאר מאנכע אפילו ווייניגער), און דארפן נישט די אלע גוזמאות.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2398
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9371 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » פרייטאג אפריל 11, 2014 12:42 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט @הוגה, זאגסט זייער ריכטיג און די אלע זאכ'ן זענען מבואר פון פריעדיגע אזוי ווי די האסט געשריבן.
אבער למעשה וואלט איך געקענט באשטיין זאלסט אוועקגעבן אפאהר מינוט און מסביר זיין דעם למעשה'דיגע חלק פון דיין ארטיקעל. וואס איז דאס די מצרים פון א יעדע מענטש? וואס איז איהר באדייט? און פון וואס גייט מען ארויס? ווער נעמט אונז ארויס? וואס געשעהט צו א יעדע מענטש פערזענליך פסח ביים סדר?
ביטע אויב די קענסט אביסעל מקרב זיין אל הדעת מיט וואס פאר א מחשבה א מענטש זאל צו גיין צו אזא הייליגע יום טוב.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 11, 2014 4:50 pm

די וועלט זאגט א ווערטל, אז ווען מ'זאגט כל חמירא, און מ'פייערט אריין און מ'האט אינזין מבער צו זיין די יצר הרע, די שאור שבעיסה, דארף מען געדענקן אויך אינזין האבן די עכטע חמץ, ווייל אויב נישט האט מען נישט יוצא געווען. לענינינו קען מען זאגן פארקערט, אז דער וואס האט נאר אינזין די חמץ, און טראכט נישט וויאזוי מ'קען מבער זיין די אייגענע חמץ, די אייגענע מצרים, דער האט נישט ממלא געווען די תפקיד, די נשמה און אינערליכקייט פונעם יום טוב.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7428 מאל

הודעהדורך הוגה » מוצ"ש אפריל 12, 2014 9:20 pm

מצטמק ויפה האט געשריבן:למעשה וואלט איך געקענט באשטיין זאלסט אוועקגעבן אפאהר מינוט און מסביר זיין דעם למעשה'דיגע חלק פון דיין ארטיקעל. וואס איז דאס די מצרים פון א יעדע מענטש? וואס איז איהר באדייט? און פון וואס גייט מען ארויס? ווער נעמט אונז ארויס? וואס געשעהט צו א יעדע מענטש פערזענליך פסח ביים סדר?


שאלה גדולה שאלת. עס איז גאר א שווערע שאלה צו ענטפערן, סיי מצד השואל און סיי מצד הנשאל. מצד השואל איז שווער צו ענטפערן אזא שאלה ווייל א יעדע מענטש האט אנדערע השגות, און לעבט אויף אנדערע עולמות. ביי איינעם קען די יציאת מצרים אויסקלאפן אין די מעטאפיזישע וועלט, ביי א צווייטע אין די מיטעלאגישע און ביים דריטע אין די טעאלאגישע וועלט וכו'. מצד הנשאל איז גאר שווער מגשם ומלבש צו זיין געפילן, השגות און revelations אין פשוט'ע ווערטער, אן דעם וואס די ענין זאל פארוואסערט ווערן. עכ"ז וועל איך פרובירן אביסל צו שרייבן, און דו זאלסט געדענקן אז וואס איך שרייב איז נאר א משל.

די עיקר יסוד איז אז די עבודה איז נישט דא נאר לשם עצמה, די עבודה דארף פועל זיין עפעס אין דיר אדער אין די וועלט. לאמיר נעמען די דוגמא וואס געפילטע פיש ברענגט; רייניגן חמץ. עס זענען דא וואס רייניגן חדשים לאנג, האלטן א יעדע חומרא אבער זיי שטייען גאר ווייט פון האבן עפעס אויפגעטון. זיי האבן טאקע געפאלגט אלע אינסטרוקציעס און געטון ווי עס שטייט אין די בוך, אבער וואס האבן זיי אויפגעטון? האט די עבודה זיי געטוישט א משהו? האבן די חומרות עפעס אויפגעטון אין די וועלט.

די זעלבע איז מיט יציאת מצרים. יעדע מענטש האט הגבלות וואס שטערן אים. יעדע מענטש איז פארשקלאפט. איינער איז פארשקלאפט צו זיינע תאוות, איינער צו זיינע נפשיות'דיגע פראבלעמען, איינער צו זיינע עלטערן/שווער/שוויגער, איינער איז פארשקלאפט צו די סיסטעם. איינער איז פארשקלאפט צו פוילקייט, איינער צו קאלטקייט, איינער איז פארשקלאפט צו די אפגאט פון שכר ועונש וכו'.

ווען איינער רוקט זיך אביסל פאראויס, אפילו נאר איין טריט אוועק פון די פארשקלאפטקייט איז עס א קליינע יציאת מצרים - ארויס פון זיינע באגרעניצונגן. לדוגמא, אויב זאגט איינער אז איך הער אויף צו טון זאכן צו געפעלן יענעם, איך גיי טון נאר וואס איז ריכטיג, דאס איז א יציאת מצרים. אויב איינער איז משיג עפעס א נייע השגה באלוהות, דאס איז א יציאה פון די גלות הדעת. ווען די מענטש איז זוכה ארויסצוקריכן פון 'אלע' הגבלות, דאן איז די גאולה שלימה און ביאת המשיח. דאס איז פשט וואס משיח האט געענטפערט די בעש"ט אויף זיין שאלה אימתי קאתי מר, לכשיפוצו מעינתיך חוצה. והבן.

לסיום הדברים וויל איך אראפ בבקשה ברענגן אן אינטערעסאנטע ארטיקל וואס רעדט אביסל אויף דעם נושא. בעיקר וויל איך ציטירן די לעצטע פאראגראף וואס קען זייער שיין איבעגעגעבן ווערן פאר די קינדער. (דיסקלעימער: איך האב געזעהן דער ארטיקל ערשט נאכן פאוסטן מיין ארטיקל.)

This is why we Jews tell the story of our lowly origins despite the historical record or lack thereof. We are reminded we were slaves, strangers in the land of Egypt, so that we might not oppress the stranger. The Talmud (b. Baba Metsia 59b) counts that we are commanded not to oppress the stranger no fewer than thirty-six times in the Torah. God commands us to be vigilant. Do not oppress the stranger for you were strangers in the land of Egypt. Do not be xenophobic, for you once were the outsider. Welcome the immigrant for you were once immigrants, oppressed by the whip.

I think we have done history one better. If, indeed, we have created a narrative, it is one that teaches us as a people to be generous (as God is generous), to be compassionate (as God is compassionate), to care for the downtrodden (as God cared for us in Egypt). Let all who are hungry come and eat. Let all who are in need, come celebrate the myth of our redemption, that we may again be redeemed.



.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מוצ"ש אפריל 12, 2014 9:45 pm

הערליך. למעשה מוז א ערליכע איד אויך גלייבן אינעם היסטארישען חלק פון "עבדים היינו במצרים" כדי אונטערצוהאלטן זיין אמונה. די סיבה איז וויבאלד די גאנצע געשיכטע פון עבדים הייתם במצרים איז די יסוד פאר עבדים תהיו לי/מתן תורה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4853
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך diff » מוצ"ש אפריל 12, 2014 10:07 pm

wonder, why the bal hagada doesn't use these "brilliant thoughts" when he answers the ben harasha that comes to the seder. We'll follow his example by not debating, just saying
אִילּוּ הָיָה שָׁם, לֹא הָיָה נִגְאָל
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אפריל 13, 2014 2:05 pm

הוגה, זייער שיין, אסאך חומר למחשבה, ווי אלעמאל. לעצטנס געזעהן אין דעם צעטל פון אוהחה"ק וואס ער ברענגט פר' בלק עה"כ א-ל מוציאם ממצרים, אז השי"ת ציהט ארויס בפרטיות יעדן איד בכל דור ודור. אזוי אויך אנדערע ספרים, אין בני יששכר האבעך אויך לעצטנס געלערנט און ער שרייבט די זעלבע ענין, וכמ"ש מן המצר קראתי י-ה, א מענטש רופט פון זיין פערזענליכע מצרים, ענני במרחב י-ה, מען האפט אז מען זאל קענען ארויסגיין מיט א ברייטקייט.

פארט שפיר איך אז דו ביזט אביסל אדורך א שטריקל, עס איז געשריבן אביסל קאנטרעווערסיאל, וואס הייסט עס איז נישט קיין חילוק צו מען גלייבט אין די היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה? חס מלהזכיר, אפילו די צדוקים גלייבן אין תורה שבכתב, און ווי וואנצעס שרייבט שוין אז אויב האט מען נישט די אמונה אין די היסטארישע חלק פאלט אוועק דער גאנצער יסוד, די גאנצע אידישקייט, דער גאנצער ענין פון מצרים און ארויסגיין פון דעם אייגענעם גלות פאלט אוועק אויב איז נישטא איינע פון די יסודי אמונה, אז יעדעס ווארט פון די תורה איז אמת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18064 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » זונטאג אפריל 13, 2014 2:30 pm

הוגה, איך פארשטיי נישט דעם ענין. מאכסט פון פסח עפעס אזא גאולה עצמית ווען אין פאקט איז אונזער גאנצע אמונה געבויט טאקע אויף דעם "סיפור" יציאות מצרים, ווי איך האב שוין אביסעל ארויסגעברענגט דא: viewtopic.php?f=24&t=6225

דווקא די סיפור איז דער שורש פון אונזער אמונה, און דאס דארפן מיר אריינקריצן אין אונזערע הערצער.

איך וויל נישט אוועקמאכן די אויפטוה פון קענען געניסן די הייליגע השפעות פון דעם יו"ט אפילו פאר די וואס זענען ליידער נישט קיין מאמינים ל"ע (הן די וואס גלייבן נישט - ווי די ריפארמער, און הן די וואס ווייסן ניטאמאל וואס אמונה איז - ווי די יושבי חושך), אבער ס'איז זיכער נישט די אמת'ע פאקוס פון "זכר ליציאת מצרים".
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 540
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1276 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 13, 2014 3:44 pm

זייער שיין שמעקעדיג, איך בין זיך אויך מצטרף צו די ווארעמע קאמפלימענטן אויף מרן חכם הוגה, און געוויס צו דער אנטריסונג אויף דעם סגנון ווי אזוי דער מאמר איז געשריבן געווארן.
די זעלבע פונקטן וואלטן געקענט ארויסגעברענגט ווערן אן דארפן נוצן אויסדרוקן וואס בארירן יסודות אין אמונה און אפילו עס קאטעגאריזירט נישט צו געמעקט ווערן דורך די באהערדע וואלט זיך נאך אלץ געפאדערט א זהירות וחכמים היזהרו בדבריכם.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2367 מאל

הודעהדורך פליקער » זונטאג אפריל 13, 2014 4:16 pm

גם אני מצטרף
די שטיקל ברויך געשריבן ווערן אן די חלק הכפירה, עס איז אינגאנצן נישט נוגע, איך וואלט געוואלט אז עס זאל ווערן רידאגירט אדער אראפ גענימען.
עס פאסט נישט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3609 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 13, 2014 5:16 pm

די צווייטע וועלט קריג, וואו 6 מיליאן אידן זענען גע'הרג'ט געווארן מיט א נאצישע פונקטליכקייט, אן קיין ווידערשטאנד, איז אוודאי נישט געווען במציאות. בפרט פאר די וואס ווייסען ווי מענטשליך די דייטשע פאלק איז, איז אוממעגליך ארויפצולייגן אויף זיי אזוינע שוידערליכע רציחות. - נאר וואזשע דען, די אלע וואס פארציילען די געשיכטע רעדן צום מענטש גופא, לאמר: זיי בודק דיין רציחה'שע געפילן אין דיר, זאלסט חלילה נישט אויסוואקסען א רחמנות'לאזע נאצי.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8434 מאל

הודעהדורך פליקער » זונטאג אפריל 13, 2014 5:36 pm

זינט ווען קיקן מיר צי עפעס א ארכעלאג האט געטראפן א אויפשריפט אויף א שטיינדעל וואס טיט באפאלמעכטיגען דעיס אז עס האט ווירקלעך פאסירט עפעס, און אויב געפינען מיר נישט דאן זענען מיר מסופק, מיר האבן בקבלה איש מפי איש פון פאטער צי קינד, די יסודות פון יציאת מצרים, קבלת התורה, יא דעיס איז אינז געניג, ווי די גמרא זאגט אז אלעס וואס מיר גלייבן איז ווייל עס איז פארהאן א חזקה אין אדם מוריש שקר לבניו, מיר זענען נישט קיין גרים, מיר האבן עלטערן, זייערע עלטערן האבן עלטערן, אזוי ביז די צייטן פון משה רבינו, מיר פרייען זיך מיט יציאת מצרים, ווייל אילו לא הוציא הקדוש בריך הוא את אבותינו הרי אנו ובננו ובני בנינו משיעבדים לפרעה, מיר וואלטן אריין און די נין שערי טומאה, מיר וואלטן פארלוירן געגאנגען, מיר וואלטן נישט געווארן דער עם הנבחר, מיר וואלטן נישט באקימען די הייליגע תורה, עס וואלט געוועין ביטער, מיר וואלטן געוועין אפגעריסענע קנעכט, לערן דירעקט יא מדרש ווי עס על פי דרך הטבע נישט געוועין קיין וועיג ארויס פון מצרים, און טראכט טיף ווי אזוי די וואלסט אויסגעזעין אלס א קנעכט, נעם זיך טאנצען ארים דעים טיש מיט די קינדער, אז מיר זענען זוכה צי האדעווען די קינדער, און אז מיר האבן רעלעטיוו מנוחה קעיגן אינזערע איר עלטערן, קיין מאל נישט געוועין אזא שטארקע מנוחה ווי מיר פארמאגן היינט, לאמיר פייערן דעים יום טוב
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3609 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 13, 2014 9:36 pm

מצאתי בפירוש ההגדה כת"י: בכל דור ודור חייב אדם לראות כאילו הוא יצא ממצרים, הדא הוא דכתיב לא יחפוץ כסיל בתבונה, ואומר החכם עיניו בראשו והכסיל בחושך הולך. ואין אלו אלא דברי נביאות.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3783
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5751 מאל

הודעהדורך גורן האט''ד » זונטאג אפריל 13, 2014 9:43 pm

א נחת צו זעהן ווי אפילו עמארצים גמורים בסוגיות אמונות ודעות קומען שרייען ווען מען זאגט עפעס שלא כרצונם. מי כעמך ישראל, נישט נאר די וואס ליגען יארען ערנסט אין די יסודות פון אמונה ווייסען מעורר זיין ווען איינער זאגט עפעס וואס מען טאר נישט זאגען, נאר אפילו די וואס האבען אין זייער לעבן נישט געפענט א כוזרי אדער א מורה נבוכים אדער סיי וועלכער ספר בענין אמונה, ווייסען פונקט צו שרייען ווען עפעס גייט אריבער דער גבול, וישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג אפריל 13, 2014 9:54 pm

אויב דו האסט עפעס צו ענטפערן, דאן זאג וואס דו האסט צו זאגן. סתם מאכן Character assassination קוקסטו דאך שוין אויס באלד ווי דיינע עמי הארצים .
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4271 מאל

הודעהדורך גורן האט''ד » זונטאג אפריל 13, 2014 9:58 pm

אויב עס וואלט געווען אויף וואס צו ענטפערען וואלט מען אפשר געקענט פראבירען.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג אפריל 13, 2014 10:20 pm

אקעי, די שאלה איז ווי פאלגענד: אויב גלייבט מען נישט אין די מעשה פון יציאת מצרים און מתן תורה צו מ'קען זיך פארעכענען אלס אן ארטאדאקסישער איד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4271 מאל

הודעהדורך גורן האט''ד » זונטאג אפריל 13, 2014 10:25 pm

עס איז א מנהג אז פאר מען פרעגט און שרייט אויף איינער ליינט מען וואס ער זאגט.

הוגה האט געשריבן:ווי אזוי אזאנע אידן קענען זיין ארטאדאקסיש און האלטן פון די תורה טראץ זייער נישט גלייבן אין די סיפורים, איז א שמועס פאר זיך אליין.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג אפריל 13, 2014 10:33 pm

איך האב עס געליינט, אבער איך האב מיר בכלל נישט באצויגן צו הוגה'ס ווערטער. דו האסט אפגעחוזק'ט פון זיינע קעגנערס - וואס האבן געזאגט אז ס'קומט נישט אפילו אין באטראכט א ויכוח איבער די נושא, - אז זיי ווייסן נישט וואס אמונה מיינט. אלזא פרעג איך דיר נאכאמאל פארוואס זענען זיי אומגערעכט? און צו קען זיין א צד אז מ'זאל נישט גלייבן אין יציאת מצרים און מתן תורה אבער דאך זיך פאררופן א גלויביגער איד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4271 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 13, 2014 10:37 pm

ממתיק צו זיין די אטמאספערע האב איך געטראכט אז דער הייליגער בעל הגדה זי”ע האט דאס שוין אלעס מרמז געווען בלשון קדשו.

עבדים היינו לפרעה במצרים, מיר זענען געווען - בלשון עבר, ויוציאנו ה”א משם וכו', אבער ואילו לא הוציא הקב”ה את אבותינו משם, ווען די מעשה וואלט נישט פאסירט בפועל, הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו, וואלט יעדער געדארפט אנטוהן די מעשה אויף זיך אליין, אבער דער אמת איז אפי' כולנו חכמי”ם וכו' מצוה עלינו לספ”ר ביציאת מצרים.

למעשה דארף מען אבער ביידע, מעשה בר' אליעזר וכו' והיו מספרי”ם ביצי”מ כל אותו הלילה, עד שבאו תלמידיהם און געזאגט אז מען קען נישט בלייבן ביים סיפור אליין, הגיע זמן ק”ש של שחרית, מאכט ליכטיג די וועלט מיט קבלת עול...

כל זה נתגלה לי, והוא רחום יכפר.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3577
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6953 מאל

הודעהדורך גורן האט''ד » זונטאג אפריל 13, 2014 10:47 pm

איך ווייס שוין אינגאנצען נישט וואס איר רעדט. ווי איז דא א וויכוח וועגן וואס און ביי וועם קומט וואס נישט אין באטראכט?

איך האב סתם באמערקט א פשוטער זאך, אז אזעלכע אידען וואס כולי עלמא מודי זיי זענען נישט קיין מבינים אין עניני אמונה, און זייער איינציגסטע טענה וואס איך האב דא געזעהן איז "עס קען נישט זיין","א איד מוז גלייבען", אדער אנדערע אזוינע יסוד'לאזער לאזונגען וועגן וואס איז יסודי האמונה, אן טראכטען צוויי מאל בכלל וועגן דער נושא, דווקא זיין זענען זיך מוחה און זענען זיך קובע וואס איז אריבער די גבול און וואס נישט.

די קערעקטער אסאסינשיין מאכען זיי זיך אליינס. קומט א חכם הוגה און שרייבט א גאנצע מגילה מסביר זיין פונקטליך וואס ער וויל, ברענגט ארויס גאר טיפע הויכע יסודות, וואס זענען ביכולת אויפצולייכטען די נושא אויף א נייער אופן. און קיינער באציט זיך בכלל נישט צו קיין איין נקודה וואס ער האט מחדש געווען, עס מאכט א רושם אז זיי האבען בכלל נישט געליינט אדער פארשטאנען וואס ער האט געשריבען, יעדער איינער איז נאר פארנומען איבער'חזרן געוויסע פריערדיגע הנחות וואס ער האט געהאט. דא דארף מען נישט קאראקטער אסאסיניישין דאס איז קאראקטאר סאיסייד.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג אפריל 13, 2014 10:50 pm

איך זע אז דער מצב האט זיך צופלאמט, וויל איך מעתיק זיין חוות דעת קדשו פון רבינו עיר התורה שליט"א, און ארויסנעמען פון די גנזי האוצר פון די כתבי יד א שאלה ותשובה צווישן רבינו ותלמידו, ווען עס האט זיך געהאנדלט איבער די ענינים העומדים על הפרק וועגן אבולציה ומעשי בראשית:
יאיר האט געשריבן:וואס איז מיט היסטארישע קשיות אויף די תורה, ווי למשל אויב עפעס אין יציאת מצרים שטימט נישט, צו קען מען דאס אויך פארענטפערן לויט דיר אז יענע צייטן האט מען געמיינט אז דאס איז געווען דער פאקט בעת שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז אינגאנצן נישט געווען אזוי?

לעיקוואוד האט געשריבן:לגבי מצוות און היסטאריע פארשטיי איך נישט פונקטליך די שאלה, סדאך אינו דומה כלל וכלל. אויב יציא"מ איז נישט געשעהן איז דאך פסח א וויץ, וואס איז שייך אמאל האט מען געמיינט. אזוי אויך מצוות, וואס הייסט סאיז נישט שייך היינט.

ומי יבא אחרי המלך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7832 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 13, 2014 10:54 pm

נתקבלה הודעה בשם רבינו: בכל עת יש בחינה אחרת והוא כותב תורה בכל פעם לפי אותה בחינה ואין להקשות מדברי תורה של מקום אחד לחברתה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3783
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5751 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג אפריל 13, 2014 11:02 pm

לעיקוואד האט געשריבן:נתקבלה הודעה בשם רבינו: בכל עת יש בחינה אחרת והוא כותב תורה בכל פעם לפי אותה בחינה ואין להקשות מדברי תורה של מקום אחד לחברתה.

ווער האט געפרעגט א קשיא? :lol:
לעיקוואד האט געשריבן:ערנסט גערעדט: דארט האט מען גערעדט אן אנדערע נקודה, צו עס איז שייך מסביר זיין פסוקי התורה אז זיי פארציילען מעשיות פון יציאת מצרים ווייל דעמאלטס האבען מענטשען אזוי געמיינט, בוודאי שאינו שייך.

איך פארשטיי, אבער אויב רבינו וואס איז א צירוף פון דער מורה וכוזרי ואור ה' בדורינו האט זיך געקענט ארויסכאפן מיט אזעלכע ווערטער אז אויב נישט יציאת מצרים איז פסח א וויץ, וואס קען מען שוין פארלאנגען פון פשוטי עם כמוני. רבינו מוז זיך רעכענען מיט די תלמידים, אדער זיך לאזן וואקסן א דינע ווייסע בערדל, זיך אנטון א גרויסער וואלענער טלית קטן, און זיך איינשפארן אין א צימער פאר צוואנציג יאר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7832 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט