דורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:08 am
פרק ד'
ויהי ממחרת, מיר וועלן ביז דערווייל לאזן די קינדערלעך זיך טענה'ן איבער מינערוויכטיגע פאקטן איבערן דעם שידוך ווי אויך זיך ארום קריגן אין אנדערע טיילן אינערהאלב די לעצטע אנטוויקלונגען אין אינערן פאליטיק, און מיר וועלן זיך נעמען שרייבן בהמשך פון אונזערע פאריגע ארטיקלען, ווייל ווען ס'זאל זיין בידינו וואלטן מיר בכלל אפגעשאפן אלע אשכולות דא אין כל העולם כולו, און בלויז געלאזט די ארטיקלען וואס טראגן א ערנסטע פנים, ווייל מיר האלטן אז זיך באפאסן מיט די אלע זינלאזע און נארישע טעמעס ברענגט אראפ דאס גאנצע מענטשהייט און פירט אראפ נארמאלע מוחות צו א שטאפל וואס איז א בושה צו זעהן ווי ערוואקסענע מענטשן קייען איבער גאנצע שטיקער פון פאלשע ליידיגע ארטיקלען אן קיין טראפ אינהאלט,
עס איז דא א כל נדרי דרשה פונעם חי' הרי"ם (אין ס' אילנא דחיי איז דאס געדריקט אויף אידיש טייטש) ווי ער איז מבאר אז יום הקדוש זאל מען נישט מאריך זיין צופיל מיטן על חטא נאר מיטן "ותמלוך" זאגט ער דארט דעם לשון "מיטשע די בלאטע אהער מיטשע די בלאטע אהין ס'בלייבט נאך אלס בלאטע"...., ס'איז נישט כדאי זיך צו באפאסן מיט די בלאטעס.... עיי"ש, די זעלבע שפירן מיר מיט רוב געשרייבעכטס דא, אלעס איז נאר געפאטשקעט די בלאטע אהער און אהין אן קיין שום תכלית, כמעט קיינער קומט נישט אויף מיט ריעיונות אדער מחשבות וואס רעדט צו בעלי דעת, (מיר שפירן טאקע אז די נמוכי הדעת האבן נישט קיין געדולד צו אונזערע ארטיקלען...) דער כדי להוציא מלבם איז אונזער טרייב קראפט צו שרייבן נאך ארטיקלען איבער אונזער אלטע אנגעווייטאגטע נושא.
מיר ווילן ווייטער אנגיין מיט אונזער מהלך, וואס בלויז צוליב דעם האבן מיר מפרסם געוועהן דעם בריוו איבער דעם שידוך מיט וויזניץ, כדי מקיים צו זיין והיתם נקיים מד' ומישראל זיך צו האלטן זויבער אונטער די פארסם'טע חיצים וואס איז געווארפן געווארן אויף אונז במשך די יארן מיט א הייליגע לבוש פון "רבי ז"ל", ווייל אונזער איינציגע ציל פון די אלע ארטיקלען ביז אהער איז נאר געוועהן אויפצוהייבן און מציל זיין כבודו הקדוש פון הוד כבוד מרן רביה"ק זי"ע, וואס זיינע אייגענע אזוי גערופענע תלמידים האבן במשך די לעצטע תקופה פארכאפט דעם שופר און געבלאזן דערמיט לפי רוחם כל מיני קולות משונות אונטערן שאטן פון רביה"ק מיט גאר פינסטערע פארבן.
עד כדי כך, אז די נייע דור האט באמת נישט קיין השגה אפי' אינעם גשמיות'דיגע הנהגה פון רבי'ן, א יונגערמאן א יואלישל האט זיך אויסגעדריקט לעצטנס נאכדעם וואס ער האט ערגעץ געזעהן א שלל מיט בילדער פון רבין, אז ער האט קיינמאל נישט געוויסט אז דער רבי איז געוועהן אזא פריינדליכע געשמאקע מענטש, ער האט קיינמאל נישט געוויסט אז דער רבי איז געוועהן איין שטיק שמחת החיים מיט א זעלטענע הייליגע צהלות פנים בכל מצב וזמן שהוא (אפי' נאך א תורה ווען דער רבי האט זיך אויסגעוויינט בבכיות עצמות האט ער גלייך דערנאך געקענט זאגן א ווארט בשמחה וטוב לב) ביז היינט האט ער (דער יונגערמאן דער יואלישל) געקלערט אז דער רבי איז גאר געוועהן דאס פארקערטע און דא זעהט ער פלוצלינג ווי דער רבי שמייכלט ער קומט און גייט מיט אזא אויפגעלייגטקייט, ער האט אלץ געוויסט אז די אלע וואס מאכן נאך דעם רבי'ן זענען די זויערע טייל פון ביהמ"ד....
מיר רעדן שוין נישט פונעם חלק הרוחני און די חלקי התורה וואס דער רבי האט משפיע געוועהן און איבער געלאזט פארן דור, דאס האט מען דאך סתם אזוי מסלף געוועהן אויף א געפערליכן פארנעם ווי ס'איז שוין מבואר אין די פאריגע ארטיקלען, נאר אפי' דעם חלק הגשמי האט מען מסלף געוועהן כאילו דער רבי איז געוועהן אנגעצויגן און זיך אייביג געבייזערט.
אסאך ליינער'ס האבן אריין געשיקט בקשות און פארלאנגען אז זיי האבן נישט קלאר פארשטאנען וואס מיר האבן געשריבן אין חלק א' ווי דארט האבן מיר מבאר וויאזוי דער השתלשלות הדברים איז צוגעגאנגען נאך שנת תשכ"ח ווי מ'האט גענומען דעם רבי'ס גדלות און השלמה און אויסגעניצט כדי אוועק צו מאכן אנדערע, עטליכע ליינער'ס האבן נישט פארשטאנען וואס מיר האבן געשריבן אין קורצע זאצן, האבן זיי געמיינט כאילו מיר האבן געשריבן אז מ'האט דעם רבי'ן גרויס געמאכט (כאילו גרעסער פון זיין אמת'ע גרויסקייט), דעריבער בעטן זיי אז מיר זאלן דאס בעסער מפרש זיין.
טייערע ליינער'ס וחבירים, נישט דאס האבן מיר געשריבן, מיר האבן געשריבן אז מ'האט דעם רבי'נס גרויסקייט אויסגעניצט צו פרעדיגן ביי אונזער עולם אז עפעס אנדערשט איז גארנישט, בו בזמן ווען מיר האבן טאקע געהאט דאס גרעסטע אין זיין צייט, פאקטיש איז נישט געווועהן קיין דוגמא צום רבי'נס השלמה, קיינער האט נישט געהאט די אלע השלמות פון רבי'ן אויפאמאל, דעריבער זענען סאטמארע אידן געווועהן שטאלץ (און מיט רעכט) מיט אונזער רבי'ן, און זיך אפי' נישט אומגעקוקט וואס א אנדערע טוט.
די ווירטשאפט האט דאס גוט געוויסט, און זיי האבן דאס אויסעניצט אין די ל' יארן, ובעיקר אין די מ' יארן, מיט א ציל און א קלארע אויסגעארבעטע מהלך דורך די מענטשן וואס האבן זיך געזעהן פארלירן זייער בעלות און מאכט וכבוד המדומה וד"ל, מיט אן אדשענדע אז ס'זאל שווער זיין פאר סיי וועלכע סאטמארע איד צו קענען טרעפן און זיך צופאסן צו א ממלא מקום, קיינער גייט נישט זאגן אז סיי וועלכע גדול האט אפי' געקענט ממלא מקום זיין דעם רבי'ן, ווייל דאס איז נישט מעגליך במציאות, אפי' דער ברך משה וואס האט למעשה שפעטער באקומען דעם טיטל "סאטמאר רב / רבי" האט זיך קיינער נישט איינגערעדט אז ער איז אפי' א דוגמא.
אבער דאס איז קלאר אז די מהלך פון די רבי ז"ל אידן האט געארבעט אז ס'זאל זיין שווערער זיך משלים צו זיין מיטן די דעה אז יא דער סיגוטע רב איז יעצט דער רב און מ'דארף הארכן זיין דעת תורה, ואין לך כהן אלא שבימיך, לכל הפחות ווי אבות אבותינו האבן געהאט הכנעה צום שטאטישן מרא דאתרא ווי ס'האבן זיך אמאל געפירט אידן אין אלע שטעט פון מדינות אונגארן רומעניע ועוד.
דער צעלימער רב האט געזאגט בשנת תש"מ אז ער איז נישט מקנא דעם סיגוט'ע רב, ווייל ער אליין האט אויך ממלא מקום געוועהן דעם רבי'ן אין ארשעווא ווען דער רבי האט זיך געצויגן קיין קראלי, ער האט גוט געשפירט וואס מיינט זיין א רב נאכן רבי'ן און אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס נאכן האבן אזא רב, ממילא אז דער סיגוט'ע רב ווערט ממלא מקום וועט ער האבן א שווערע מלאכה ווייל די חסידים זענען צוגעוואוינט צו א גרויסן רבי'ן.
קיינער האט באמת נישט געקלערט אז דאס איז די זעלבע, פונקט ווי קיינער האט נישט געזאגט אז דער שינאווא רב איז דער זעלבע ווי דער דב"ח, און מ'האט נישט געזאגט אויפן קדושת יו"ט אז ער איז דער יט"ל, ווייל יעדער פארשטייט אז א דור ריקט זיך, אבער דא האט מען פשוט געפיטערט דעם עולם מיט די פאביע אז "מ'וויל פארגעסן פון רבי'ן", און ס'איז סכנת נפשות, אין די צייט וואס קיינער האט נישט אפי' מעלה געווועהן אויף די מחשבה אז "מ'וויל פארגעסן פון רבי'ן",
בו בזמן ווען דער ברך משה זעלבסט האט נישט פארפעלט א שמועס א תורה א דרשה ווי ער זאל נישט דערמאנען דעם פעטער, כמדומה איז נישט געווועהן א רבי אויף דער וועלט וואס זאל אזויפיל רעדן פון פאריגן רבי'ן ווי ער, דאך האט מען צודרייט געמאכט דעם עולם אז "מ'וויל חלילה פארגעסן פון רבי'ן" מיט דעם שריט אז מ'איז זיך מכניע פאר א נייעם רבי'ן, איינער האט דען געהייסן אז מ'זאל גלייבן אינעם נייעם רבי'ן?, איינער האט דען געצווינגען צו כאפן שריים פונעם נייעם רבי'ן?, מ'האט סך הכל געוואלט א פשוט'ע הכנעה צו א מרא דאתרא כנהוג, און אנגיין מיט א נארמאלע הנהגה ווי עס פארלאנגט זיך אין אזא גרויסע ווירטשאפט, און דאס איז געשטערט געווארן.
(די איינציגסטע זאך וואס מ'האט געקענט אנצייגן אז דער ברך משה וויל פארגעסן פון רבי'ן איז מיט דעם אז ער האט געוואלט פארגעסן פון די אלטע שטוב מענטשן....)
אויף דעם צוועק האט זיך דא אויף געשטעלט א סגל חבורה, א דריי עקיגע פארבאנד,
הרב עזריאל גליק – בעל המעשיות,
הרב שלמה יעקב געלבמאן – בעל התולדות של רבינו הק',
הרב מנשה פילאפ – מעתיקי השמועה,
אט די דריי (ס'איז דא נאך, אבער די דריי זענען די ראשים) זיי פארציילן מעשיות / מאמרים / תולדות, און האבן געניצט זייער כשרון ומשרה לפי הרוח והזמן, און צומאל מיט ערנסטע פליפ פלאפ מהלכים לויט זייער בליק, די מיינונגען (כלומר'שט דעם רבי'נס) זענען געפלויגן מיט די בלאזענדיגע ווינט בזמנם לפי די מאמענטאלע פאליטיק, און לויט זייערע אייגענע יעצטיגע אפגעמאכטע מהלך כדי צו פארנער'ן דעם תמימות'דיגן ציבור צו זייער ציל.
מיר וועלן דאס מסביר זיין אביסל ברייטער, כדי צו פארשטיין מער קלאר,
הרב עזריאל גליק
די אמת'ע פאקטן:
משב"ק פון רביה"ק געטריי מיט מסי"נ, נאך זוכה געוועהן צו קענען דעם רבי'ן אין קראלי, זייט תשכ"ח האט ער נישט אפגעטרעטן פון רבינ'ס שטוב אפי' צו אייגענע שמחות, ווי אויך די שפעטערע יארן אן אקטיווע עסקן בחברא קדישא, ומשמרת הקודש,
ווי נאר דער רבי איז אוועק זענען די הספדים געוועהן אויף א אופן נורא ומבהיל, די ערשטע הספד האט זיך אנגעהויבן "דא שטייט פאר אייך א איד" אנשאטאט צו זאגן דאס אויפן היייליגן רבי'ן אז דא ליגט דער הייליגע רבי וואס איז אפגעריסן געווארן פון אונז כי בא השמש, הייבט ער אן דעם הספד אויף זיך, דא שטייט פאר אייך א איד.... ווער שטייט? איך...
צווישן די אנדערע הספדים איז געזאגט געוווארן שבחים אויף הרבנית הצדיקת ע"ה, בזה"ל "דער רבי האט געזאגט צדיקים הקודמים האבן זיך געקענט לערנען פון איר צדקה וחסד"!!!!
ווער ס'האט געקענט דעם רבי'ן ווייסט אז ביים רבי'ן איז געוועהן שארף אויסגעשלאסן דאס צוגלייכן היינטיגע צו די אמאליגע צדיקים, היעלה על הדעת אז דער רבי זאל האבן געזאגט אזא מאמר אויף פריעדיגע צדיקים? דאס אז זיי האבן זיך געקענט לערנען ביי איר צדקה וחסד?....., נישט חלילה אז מיר מאכן אוועק אירע מעשי צדקה וחסד אבער ס'איז א שטארקע פראגע צו דער רבי האט בכלל געזאגט אזא מאמר.
אבער דער מאמר איז געזאגט געווארן מיט א ציל, ווייל דעמאטץ האט די ווינט געבלאזן אז ס'וועט נישט זיין קיין ממלא מקום, נאר "די שטוב" תחת דגלו והדרכתו פון הרבנית הצדיקת ע"ה וועט ווייטער פירן די קהילה ועל פיהם יצאו ועל פיהם יבואו,
ביום ד' ער"ח אלול איז געוועהן א אסיפה בבית ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל און ר' עזריאל האט געזאגט אז פון א ממלא מקום קומט נישט אין באטראכט, אבער ווי נאר די טשעק פון די אחים וויינשטאק האט אויפגעהערט צו קומען, האט ר' עזריאל געזעהן אז מ'מוז זיך צשטעלן צום סיגוט'ע רב כדי צו באקומען א געהאלט פון די מוסדות 82, האט ער דא געמאכט א שארפן יו - טורן, צו ווערן א משמש ביים ברך משה כאטש ס'איז געוועהן למרת רוח פון די רעבעצן ע"ה, וואס זיין משרה איז שפעטער געווארן א עבד לעבדים כידוע.
מיר ווילן אפי' נישט רעדן פונעם היינטיגן מצב ווי דאס רעדל האט זיך א דריי געטאהן אין זיין ווינט און בליק אין פאליטיק האט געבלאזן אויסצורייסן א בלעטעל אין ויואל משה, זייענדיג א מודה בבג"ץ.
דעם באקאנטן "וחי" איז אויסגעשריגן געווארן ברבים, מאכנדיג א נייעם פסוק אין שירת האזינו "ידי ואמרתי חי אנכי לעולם, דער ו' המוסיף צום "וחי" האט געגעבן א גרינע ליכט צו קענען מוסיף זיין מעשיות פון רביה"ק צו יעדן מצב ורוח הזמן, ווען ס'האט זיך נאר אויסגעפעלט איז דא גרייט א מעשה פון בדדי הוה עובדא כדי צו קענען דרייען רעדל פון א פליפ פלאפ,
אבער געדענקט ער איז דער לעצטער לייב.....
הרב שלמה יענקל געלבמאן
די אמת'ע פאקטן:
א בעל כשרון, א סדרן אין ביהמ"ד בימי רביה"ק, א משמח אלקים ואנשים, א מחדש, א פה מפיק מרגליות,
ער האלט איצט ביי חלק ט' מושיען, אונזער קי בארד וועט זיך צוברעכן ווען מיר זאלן זיך אפגעבן מיט די אלע שקרים וואס ער פארקויפט און שרייבט אויפן חשבון פון רביה"ק, די שטערקסטע טענות האבער'ס זענען גאר די מקורות אליין, די נעמען, די אלע "שמעתי מפי" וואס שטייט אונטן אין זיינע ספרים ביי די קליינע אותיות, ווייל צו וועלכן נאמען - מקור מ'גייט צו און מ'פרעגט זיי צו די מעשה ווואס שטייט דא איז אמת, הייבן זיי אן מיט א פול מויל אויסצוגיסן זייער ווייטאג איבער די סילופים וואס איז געטון געווארן מיט זייערע מעשיות, (ס'איז דא אויף דעם 100'טער דוגמאות), וכדי אויפצוווייזן אלע שקרים וואלטן מיר אנגעקומען צו 9 בענדער קעגן זיינע 9 חלקים מושיען....
ר' שלמה יענקל האט אמאל געזאגט אז ס'איז א שאד ער האט נישט געקענט האדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל (ר' זושא'לע) ווייל ער וואלט ווען געקענט אסאך נאשן פון אים, אבער אין איינע פון די בענדער איז שוין דא פולע שמעתי'ס פונעם טשערנאביל'ער רבי'ן, האיך שיתקיימו שניהם?, אויך איינע פון די טויזנטער שקרים כזבים.
אבער מיר ווילן נישט רעדן פון דעם חלק השקר לעצמו, מיר רעדן בלויז פון דעם חלק הסילוף ווי ער פארדרייט די ארגינעלע קורות רבינו לפי זיין פאליטיק, לדוגמא, ער שרייבט אז ער גייט באשרייבן די חתונה פונעם ברך משה, ער איז שוין דורך די גאנצע תקופה און ס'איז ביזדערווייל קיינמאל נישט געשריבן געוווארן בו בזמן ווען די חתונה פון הרב ר' שמעון לויפער ז"ל א אנדערע פלימעניק פון רביה"ק איז יא באשריבן געווארן, ער שרייבט ער גייט באשרייבן דעם שבת אין זענטא מיט די הכתרה פונעם ברך משה ווי רביה"ק האט דארט ערשיינט, עס איז קיינמאל נישט געשריבן געוווארן, ווייל בשעתו ווואלט דאס געוועהן ניגוד זיין מהלך אז אין רבינ'ס תולדות וזאל ווערן ציטירט עפעס א אהבה צום סיגוט'ע רב וואס קען אפשר אנדייטן אויף א ממלא מקום.
די וועלט'ס באקאנטע ברכה וואס דער הייליגער רבי ר' הערש פון רימאנאוו זי"ע האט געווואונטשן צום יטב לב'ס חתונה אז "פון די זיווג זאל ארויס קומען דורות וואס זאלן באלייכטן די וועלט עד ביאת הגואל", דעם "עד ביאת הגואל" איז אנטלאפן אין מושיען ש"י חלק א', ווייל?..... דער עד ביאת הגואל איז נישט אין איינקלאנג מיט זיין יעצטיגע שטעלונג (סוף מ' יארן) ס'קען נאך אפשר חלילה אנדייטן אויף די יעצטיגע הנהגה, (אויב וואלט ער יעצט בשנות התש"ס ארויס געגעבן דעם חלק א' וואלט שוין "עד ביאת הגואל" יא געקענט שטיין ווייל ער האט שוין א רבי'ן פון די גזע....)
א שאקירנדע פאקט פון א מאסיוון סילוף, איז די מעשה וואס שטייט אין מושיען אז דער רבי איז געוועהן שנה ראשונה ביי זיין שווער אין פאלאנטש און די מומע דער ראזוואדאווע רעבעצן (בת היטב לב) איז דארט געוועהן האט מען געזאגט פארן רבי'ן ער זאל זאגן שטיל קדיש ווייל די רעבעצן ווייסט נאך נישט אז דער קדושת יו"ט לעבט נישט, ע"כ המעשה, ממקור האדמו"ר מבלאזוב ב"פ ז"ל.
אין ס' ומשה הי' רועה שטייט די מעשה מיט א הוספה, אז די רעבעצן די מומע האט שפעטער געזאגט פארן רבי'ן, יואליש וואס האסטו געזאגט שטיל קדיש, מיינסט כ'האב נישט געזעהן ווי מ'פירט דעם טאטן אין ג"ע???!!!
א שיינע מעשה, שטעלט זיך די פראגע ווי איז די צווייטע העלפט מעשה פארלוירן געווארן אין מושיען?, נאך א גרונטליכע פארשונג זעמיר געוואר געווארן אז הרב געלבמאן האט אפי' געהערט די צווייטע העלפט מעשה פון האדמו"ר מבלאזוב, אבער ער האט געזאגט ברבים פאר עטליכע מענטש אז ער לייגט נישט אריין די גאנצע מעשה ווייל ער האט נישט קיין שום אינטערעסע צו בויען דעם קדושת יו"ט.....,
די הסבר איז, ווייל אז ס'איז דא א גזע מיינט דאך די גזע אויך דעם יעצטיגן ממלא מקום (הברך משה) האט ער מיט דעם א פראבלעם, וועט ער ענדערשט שטיקלען א מעשה כדי צו מאכן אזא מין ציור און בילד וואס קומט אויס גוט פאר זיין פאליטיק.
ויהי היום דער פאליטיק שאלקט זיך און ער איז יא מקבל מרות פון די גזע, דעריבער בשנת תשס"א ווערט שוין נתגלה א התגלות, ס'איז ערשינען א ביכל אויף אידיש "דער היייליגע קדושת יו"ט", פלוצלינג איז שוין דא א גזע, דער קדושת יו"ט איז שוין צוריק א חלק פון די זאך.
איר כאפט דעם פליפ פלאפ?...
הרב מנשה פילאפ שליט"א
די אמת'ע פאקטן:
א ת"ח, א ידען, א סופר ונבון, שטארק אויסגעקאכט אין ספרי רביה"ק, א פה מפיק, ולאחרונה אויך א מו"ץ ביו"ד ואוה"ח,
תשכ"ח, ווען דער רבי האט אויפגעהערט זאגן תורה ברבים איז ער קוים געוועהן בר מצוה, תש"מ איז ער געוועהן א שטיק צייט א בן בית ביים ברך משה אבער פארשיקט געווארן פון דארט צוליב זיין מויל, מיט די צייט האט ער באקומען א נאמען פאר א שונא, זיינע ארטיקלען האבן אנגפאנגען צו לויפן אינעם נייעס באריכט "די צייטונג", רוב פון זיינע מאמרים זענען געוועהן אפענע סילופים, מיט א טאקטיק אז מ'נעמט ארויס אפאר שורות פון א תורה וואס קומט אים אויס גוט און מ'לאזט אויס די אנדערע ווערטער פון פארדעם און נאכדעם, וואס צומאל קען די אויסגעלאזטע התחלה וסוף טוישן די גאנצע משמעות, אבער ער שרייבט אזוי ווייל ער גלייבט אז קיינער וועט נישט נאכקוקן זיינע מראה מקומות,
(אדרבה קוקט נאך זיינע אלטע ארטיקלען ותמצא נחת)
און זייער אסאך מאמרים איז צווישן די שורות געוועהן געצילט קעגן דעם ברך משה, כאטש אייינמאל אין 2 חדשים איז דערמאנט געוווארן די מאמר "דתן ואבירם האבן געהאט ווייסע בעקיטש'עס", ווי אויך ביי פרשת סקול דיסטריקט האט ער געהאט געקינצלטע מאמרים נעגעטיוו פארשטייט זיך אז אלעס איז געוועהן אונטערגעבעט מיט מאמרי רביה"ק, כהנה וכהנה פון מערכה ביז מערכה איז ער געוועהן דער ווארט זאגער און דער מעתיק השמועה פון רביה"ק.
ווי נאר די פאליטיק האט זיך א שאקל געגעבן, און דער יעצטיגע פארטיי פירער האט שוין אויך א ווייסע בעקיטשע איז דער "דתן ואבירם מיט די ווייסע בעקיטשע" באהאלטן געווארן במסתרים, איצט שרייבט מען וועכנטליך מאמרים (אין דער איד) וואס בלאזט לפי הרוח פונעם יעצטיגן פאליטיק כאטש וואס קען זיין א סתירה צו די אמאליגע מאמרים, מ'פליפ פלאפט ארום למען הפאליטיק, ס'איז שוין מער נישטא בנמצא אין זיינע מאמרים קיין בכיות אויף די היינטיגע מנהיגים ווייל ס'איז שוין דא מאמענאטל א מנהיג.
אין די פארגאנגענע וואכן האט ערשיינט אן ארטיקל מבואר בארוכות אז דער רבי האט נישט געזיכט קיין נייע חומרות, דאס איז געשריבן געוווארן ווייל דער ווינט בלאזט יעצט אויף דעם ריכטונג אז מ'טאר נישט מאכן קיין הידור וואס נאר יענער האט און אונז נישט ווייל דאן וועט יענער חלילה הייסן און האבן א נאמען וואס איז פרומער ווי מיר, איז דא א עצה וויאזוי מ'קען לייגן אלע חומרות און הידורים אין די זייט, אז הרב פילאפ / טויב / סופר וועט שרייבן א מאמר מיט יסודות אז דער רבי האט נישט געוואלט מחמיר זיין, ממילא טאר מען נישט זוכן היינט קיין נייע חומרות.
הרב פילאפ / טויב / סופר, מיר קענען אפשר נישט אזוי גוט אלע ספרים פון רבי'ן ווי אייך, אבער דאס ווייסט דאך יעדער חדר יונגל אז דער רבי האט מחמיר געוועהן לגבי די מקוה פון דב"ח עפ"י עצת ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, ווען דער דב"ח פסק'נט אז א מקוה דארף זיין 2 בורות איינס לעבן דעם אנדערן (אזוי ווי די אנדערע נכדי צאנז האלטן נאך אן כידוע) האט דער רבי מחמיר געוועהן און געהייסן מאכן בור על גבי בור, דער רבי האט מחמיר געוועהן מיט א חומרא מער פון הייליגן דב"ח!!!!,
אבער דער רבי זיכט נישט קיין חומרות.....
מדי דברו בו, דער פאפא רב זצ"ל האט געהאלטן אז א מקוה וואס האט א קוואל דארף מען נישט מאכן קיין השקה עקסטער מיט מי גשמים, אבער רבי האט מחמיר געוועהן (דער פאפא רב האט דאס בשעתו אפי' נישט פארשטאנען) און געהייסן ס'מוז זיין א עקסטערע השקה,
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות.....
אין א דרשה אויף פרקי אבות "ועשו סיג לתורה" זאגט דער רבי אז דער ועשו סייג לתורה איז א ציווי אין יעדן דור לפי המצב והרוח דארף מען גודר זיין פרישע גדרים,
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות...
אין תשובות (יו"ד סי' ל"ד אות ד') שרייבט דער רבי אז מ'זאל נישט זאגן אז די דורות הראשונים זענען דאך בעסער געווועהן ווי היינט, אויב אזוי ווי קען מען דען מחמיר זיין אויף זאכן וואס זיי האבן נישט חושש געוועהן, איז דער רבי מסביר אז אמאל האט מען נישט געמוזט מאכן די אלע גדרים ווייל זיי זענען געוועהן יראים ושלימים משא"כ היינט עיי"ש,
ווי אויך אין טיב לבב איז דא א תורה (ליל שבת פי' ויחי תש"י) ווי דער רבי צולייגט דאס ענין אז מ'דארף מוסיף זיין חומרות אויף מנהג אבותינו (אויך דרשה לדינער'ס ויחי רנ"ט),
אין די תשובות (סי' ע"ד אות ט') גייט דער רבי אריין צו הוספות חומרות הייסט נישט מוציא לעז זיין אויף די פריעדיגע, און שרייבט אז אדרבה "שבח הוא לחכמים להרבות בתיקונים בכל עת יותר ויותר", (ועי' בתשובה סי' ק' אות ד')
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות...
ביי פליש גופא האט דער רבי אנגענומען חומרות מער ווי אנדערע פלייש סוחרים, יעדער ווייסט אז סאטמארע פלייש איז געזאלצן געוווארן מיט מער הידורים (שטיין זאלץ),
אין סאטמאר איז נישטא אזא זאך ווי "סקירט סטעיק" ווייל דער רבי האט דאס געהייסן אויסשניידן,
קעלבענע פלייש אין סאטמאר גיבט מען צו פיטערן בלויז כשר'ס צוליב א חומרא פון רביה"ק,
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות....
אגב אז מ'רעדט שוין פון משנה זיין פון רבי'ן, לאמיר אנרירן די טעמע בקצה המזלג, דאס איז קלאר אז דער רבי האט משנה געוועהן אין אמעריקא אסאך ענינים וואס אינדערהיים האט ער נישט געטון, דאס ערשטע איז געוועהן דאס גרינדן א מיידל סקול בנוסף צו די ענגלישע לימודים וואס רביה"ק האט פערזענדליך אדורך געטון, ווי אויך לערנען לימודי חול מיט די ת"ת קינדער, וואס אמאל האט דאס געהייסן א איסור ממש,
דא האט דער רבי פארשטאנען אז מ'מעג משנה זיין לטובת ולתועלת הענין, איצט איז די פראגע צו איז דאס טאקע אזוי אז מ'טאר קיינמאל גארנישט משנה זיין פון קיין שום זאך מימי רביה"ק לתועלת דער יעצטיגע מצב, צו זענען נישט די היינטיגע רבנים בארעכטיגט אפצומאכן אויף סיי וועלכע ענין אז מ'דארף טוישן?
פארוואס פארשטייט הרב פילאפ אז מ'טאר נישט משנה זיין (אין זיין ארטיקל אין דער איד די ערשטן וואך נאכן פירסום "אמונה טפילה חלק א'") און מ'מעג נאר טון וואס דער רבי האט געטון, אין די צייט וואס אין זיין איצטיגן פארטיי האט מען פארשטאנען אז לתועלת הענין מעג מען משנה זיין אינעם צענטראלן ישיבה צום ליטווישן דרך הלימוד, מעג מען משנה זיין אדער נישט?, אויב מעג יענער מעג יעדער, פארוואס נעמט מען אן אז נישט משנה זיין איז נאר גולטיג ביי איין צד?
אפי' די באקאנטע מעשה וואס ער ניצט אז דער רבי האט נישט געוואלט מאכן א טינקעלע פענסטער צום ווייבער שול זאגנדיג אז ער וויל נישט זיין פרומער ווי זיין טאטע, אז אויך נישט קיין ריכטיגע צושטעל, ווייל יעדער ווייסט אז אויב האט זיך א פרוי געפינען אין ווייבער שול שמח"ת האט דער רבי נישט געוואלט טאנצן הקפות, כאטש ביים קדושת יו"ט זענען געהעריג געוועהן ווייבער ביי די טיר כידוע, נו, אידעך דער רבי יא געוועהן פרומער ווי זיין טאטן...
בשנת תש"ן האט אונזער'ס א שרייבער אליין געהערט פון הרב פילאפ אויף קליימער סט. א ביאור רחב אז דער סיגוטע רב – הברך משה פירט א מלוכה נגד התורה, מיט ברייטע הסברים בכה וכה, לפלא אז צו די יעצטיגע הנהגה ווי ער האט זיך דערשלאגן צו א בכבוד'יגע פאזיציע זייענדיג יעצט די אייציגסטע מעתיקי השמועה נגד הציונות ווי ער באקומט די אלע דרשות, יעצט איז די מלוכה שוין יא עפ"י תורה, אפשר זאגט איר מיר מיט וואס? מיטן מסרב זיין לדי"ת אדער מודה זיין בבג"ץ?....
אינעם ארטיקל "ספרים חיצונים" האט ער געשריבן בתוך הדברים איבער דעם וואס לעצטנס האט זיך געגרינדערט א ועד פון רבנים וואס זאלן זיך אפגעבן מיט ליין מאטריאל וואס זיי זאלן שטיין אויף די וואך אז די ליין מאטריאל זאל זיין כשר און אויסגעהאלטן אריין צו נעמען אין א אידישע שטוב, די רבנים זענען הרב זיידא פון וויזניץ, הרב גראס פון בעלזא, הרב האגער פון קאסוב, אונזער הרב פילאפ שרייבט אינעם מאמר אז די רבנים זענען נישט נאמן ווייל זיי זענען פארכאפט אין ציונות,
א רגע, וועלכע רב מיינט איר, הרב זיידא פון וויזניץ אדער הרב גראס פון בעלזא?, א פלא א האלב יאר צוריק האט איר זיך געווענדט צו זיי נעמען א בריוו קעגן אריזאנע ווייץ, זענען זיי נאמן אדער נישט?...
סך הכל יעדע ארטיקל ווערט געשריבן לפי די מאמענטאלע רוח האפאליטיק מיט א פשטות אז דער עולם וועט האלטן אז דאס איז באמת די שיטה הקדושה.
הרב פילאפ!!!! – דאס איז ביי אונז פליפ פלאפ,
ס'איז שוין העכסט צייט מענטשן זאלן אנערקענען וויפיל נאמנות די דריי עקיגע פארבאנד פארמאגן אין זיך, און וויפיל ס'איז אונז מחייב ווען זיי בלאזן אייגן געמאכטע שטורעם ווינטן מיטן געשריי "רבי ז"ל" אז דאס דארף זיין אין אונזערע אויגן שקר! שקר! שקר!, קויפט'ס נישט קיין וואסער פון פאר'סם'טע בורות, און זייט חס אויפן רבי'נס כבוד!!!.
מיר וואלטן נאך צוגעלייגט א פערדן נאמען דאס איז "הרב אלימלך שטערן", הגם מיר פילן אז אויב מיר וועלן זיך מטפל זיין מיט אים און צולייגן זיין דריידל קאפ וועלן מיר מוזן צוקומען צו פארשידענע מאמרים און אויסדירקן וואס וועט זיין בניגוד אונזער סטאנדארד און מהלך פון שרייבן, אבער דאס איז ידוע אז מ'רעדט פון א מענטש וואס האט מתחילה געשריבן דעם רבינ'ס ספרים, און טראגט א נאמען פאר איינער וואס איז אויסגעקאכט אין די שיטה הק', אבער א מסלף איינס אין די וועלט און טאקע דערפאר איז ער מסוכן ממש,
בעיקר ביי פרשת אתרא קדישא האט ער אנגענמען געפערליכע מהלכים ווי אויך שטארקע סתירות צו שיטת רבינו, אז מ'וועט אפיר נעמען זיינע דרשות ביי פרשת דיסטריקט און לאקאלע וואלן בעיר ק"י, וועט מען הערן ווי ער קען שטורעמען אויף התגרות באומות מיט א פייער און ברען, אבער ביי פרשת שפאניע האט ער נישט אזוי געוויזן, ווען ער האט געזאגט א דרשה אין כולל אבריכים אין וומס"ב אז די ינגעלייט מוזן ארויס גיין צום שפאנישן קאנסעלאט (אפי' נאכן מקבר זיין די עצמות כדין וכדין עפ"י רבנים מובהקים), האבן אים אייניגע יונגעלייט געפרעגט ר' מילך צו איז דאס נישט התגרות באומות? די תשובה איז געוועהן, דו רעדסט מיר שוין ווי א כופר......,
כפירה אין וואס?, כפירה אין ר' מילך שטערן,
בכלל פון ארויס קומען קעגן אנגענומען היימישע רבנים פון א"י אין אייראפע, אלעס צוליב אייגענע נגיעות, און מלבש זיין אין א מלחמת קודש פון חטטי שכבי, און אזוי צו'נער לייגן און מטשטש זיין תמימות'דיגע סאטמארע יונגעלייט, איז א עון פללי,
ובזה די,
די וועלט טראגט זיך ארום מיט א טייטשט שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך,
לכאורה אז מ'פרעגט דעם טאטן צו וואס מוז מען פרעגן דעם זיידן?, אויב שאל אביך ווי קומט אהער דעם זקינך?,
נאר די תירוץ איז פשוט, אז צומאל ווייסט נישט דער טאטע אייביג, דער טאטע איז צומישט פון די שקרים וואס די מסלפים האבן אים פארדרייט אין די שפעטער כ' און ל' יארן און מיט ברייטערע סילופים און די מ' יארן, שאל אביך דו מיינסט אז דער טאטע זאגט דיר דעם אמת?, גיי פרעג דעם זיידן, זקניך ויאמרו לך, וועסט געוואר ווערן דעם גאנצן אמת, דער זיידע וואס געדענקט נאך פון די פריע י' יארן ער ווייסט וואס איז געוועהן ריכטיג דעם רבי'נס בליק ומהלך איבער יעדע נושא.
משל למה הדבר דומה, א מענטש בארגט זיך געלט כדי צו אינוועסטירן אין א געשעפט, אבער כדי אויפצוווייזן דעם מלוה אז ער זאל נישט מורא האבן צו געבן א הלואה ברענגט ער מיט אן ערב וואס האפט מיט זיין ערבות אויפן געלט, וויל דאך דער לוה אז דער מלוה זאל אים גלייבן מיטן ערב, זאגט ער אים דו ווייסט ווער דער ערב איז?, דער ערב איז א מורא'דיגע עושר, ער פארמאגט ריזיגע אויסגעצאלטע בנינים אויף א ברייטן פארנעם, ממילא צו באצאלן אזא הלואה איז א קלייניקייט ביי אים,
ווידער אויב דער לוה וועט זאגן פארן מלוה אז דער ערב איז גאר א כולל יונגערמאן און גאנץ א קנאפע עושר, דאן וועט יענעם'ס ערבות גארנישט צוגעבן נאר אפשר גאר פארקערט ס'וועט אים שאטן.
הנמשל מובן, כלל ישרא' האט מיטגעמאכט דעם חורבן ווען גלייך נאך די 2'טע וועלט מלחמה האט זיך געגרינדערט די מדינה של גיהנום, אחד הי' רביה"ק וואס האט געזעהן דעם חורבן וואס דאס ברענגט מיט, איז ער ארויס במלחמת חרמה, עד כדי כך אז כהיום יום זענען שוין זייער אסאך אפי' פון די לינקע מענטשן מודה אז יש דברים בגו, ווייל מ'זעהט עין בעין די גרויסע צרות וואס דאס ברענגט סיי אין א"י גופא און סיי אויף די גאנצע וועלט, און צוליב דעם צוועק האט רביה"ק געשריבן דעם ויואל משה כדי אויפצוווייזן פאר די וועלט אז דאס איז נגד התורה והלכה.
איצט בשלמא ווען מ'זאגט אז רביה"ק איז בעצם געוועהן מקור הטוב והמטיב, אין פערזענדליך לעבן איז דער רבי געוועהן א גוטע און צוגעלאזענע מענטש א טוב עין אן קיין שום פערזענדליכע נגיעות ונצחון, דאן קען מען קומען מיטן ויואל משה אקעגן די וועלט, קוק אן אונז האמיר אזא גרויסן עושר וואס איז גרייט צו דעקן די הלואה, אז אזא בעל רחמים און ועין טובה זאגט אזעלכע שארפע מאמרים דאן מוז זיין אז די חטא פון ציונות איז גאר געפערליך.
ווידער אויב מ'שרייבט און מ'זאגט און מ'פרעדיגט איבעראל שארפע מאמרים, מ'ציטירט שמועסן פון קודש פנימה וואס דער רבי האט נאר געזאגט פאר יחידים אין א געוויסן מצב כאילו דאס איז א חלק פונעם ויואל משה זעלבסט, און מ'שטעלט אוועק א בילד און א צורה אז דער רבי געוועהן קאצקע רבי אליין (באחרית ימיו ווען דער קאצקער איז געוועהן פארשפארט נאר מזמן לזמן ארויס געשריגן פון די טיר א שארפע מאמר), דאן הרג'עט מען די גאנצע מערכה, ווי קען מען אקעגן קומען די וועלט מיטן ויואל משה ווען מ'הענגט זיך אן אינעם מחבר אז ער איז געוועהן דער ערפינדער פון יעדן שארפע און ווילדע שריט וואס ווערט געטון איבער די גאסן פון ווילאמסבורג, ב"פ, ק"י,????...
מ'קען אפשר זאגן מיט א צחוק מכאיב, היות ס'איז דא א מחלוקה צווישן חסידים וואס פארא נאמען צו געבן פאר רביה"ק, איינער זאגט אז זיין נאמען איז "ויואל משה" (כאטש ווען דער ברך משה האט געגעבן דעם נאמען פאר א בנין האבן זיי געהאט טענות אז לכבוד עצמו דורש, אבער יעצט נאך די חזרה בתשובה ע"י הפליפ פלאפ איז יא גוט דעם נאמען ויואל משה)
איין צד זאגט אז דער נאמען איז "דברי יואל" ווייל דער רבי שרייבט אין די הקדמה לשמי ולזכרי, די ויואל משה צד טענה'ט אז די אנדערע ווילן פארגעסן פון רבי'ןס שיטה דעריבער האבן זיי נישט ליב דעם נאמען ויואל משה, ווידער דער דברי יואל צד טענה'ט אז יעדן צדיק רופט מען לויט זיין ספר עה"ת נישט זיין ספר אויף אנדערע ענינים (כאטש וואס דער צד וואס איז היינט נגד קריאת דברי יואל האט ביז היינט געהאט בתי מדרשים, קעמפס, מיטן נאמען דברי יואל, אויך א פליפ פלאפ).
מיר וועלן זיך נישט אריין לאזן אין די צדדים, אבער אולי קען מען אויסארבעטן א שטיקל פשרה, מהיום והלאה זאל מען רופן דעם רבי'ן דער "טיב לבב"....., ווייל דאס איז אמאל זיכער אז דער רבי איז געוועהן א טיב לבב, א גוט הארץ....,
(זאג נישט אז מיר מאכן לצנות פון רבי'ן, ווייל די יודעי דבר ווייסן אז היפש תורות אין טיב לבב זענען די תורות אליין לצנות פון רבי'ן ואכמ"ל).
שטייט אין זרע קודש אז פנחס בן אלעזר האט געזעהן די אויתיות "רחם" און געמאכט דערמיט "רמח" ויקח פנחס "קמח" בידו, זאגט ער אז פנחס האט פשוט רחמנות געהאט אויף אידן ס'זאל נישט זיין קיין חרון אף אויף זיי, דעריבער האט ער געטון א אקט פון קנאות מגודל רחמנות אויף אידן, דערפאר בא הכתוב ויוחסו אחר אהרן עיי"ש, דאס איז געוועהן דער רבי, זיין זעלטענע מדת הרחמנות אויף אידישע קינדער האט אים נישט געלאזט שטיין אין די זייט און בלייבן שטיל צו אזא חרון אף, די נקודה איז אז זיין קנאות איז געקומען פון רחמנות, נישט פון שלעכטקייט.
די טאג טעגליכע מערכות ווי יעדער דריקט זיך אויס זיינע שארפע מיינונגען און הענגען דאס אן אויפן רבי'ן איז א געפערליכע זאך, ווייל אז א סאטמאר'ע שרייט קעגן א צווייטן ווען יענער פאלגט זיין אייגענעם דיין צו ער טראגט מיטן עירוב מיט די טענה וכודומה, מיט די טענה אז דאס איז קעגן רבי'ן ז"ל, דאן גיבט ער דעם בליק כאילו ח"ו דאס איז געוועהן דער רבי זעלבסט, און פון דעם באשטייט דעם גאנצן ויואל משה, האט דען דער רבי געהייסן מ'זאל שטיין ביי די וואל בודקעס ביי די בחירות און שרייען קולות אויף די וויילער? (דאכט זיך אז נישט, אפי' ווען יא, איז דאך מינות נישט עירוב)
און אזוי שפילט זיך אפ יעדן טאג פרישע מערכות און אלעס הענגט מען אן כאילו דאס איז דער רבי, די מענטשן מיינען אז זיי טוען א טובה פארן רבי'ן ווען מ'איז מוחה אויף א ר"י פון בני ברק, ביטע לאזט אפ דעם רבי'ן, איר קענט מוחה זיין, שרייען, שרייבן מאמרים, וויפיל איר ווילט, אבער דעם הייליגן רבי'ן לאזט אפ.
לאמיר אפיר נעמען א אמת'ע בליק אין רבינ'ס מהלך כלפי אנדערע חסידים, אין ס' על הגאולה סי' כ"ג ברענגט דעם רבי דעם באקאנטן מאור ושמש פ' ראה ווי דער מאור ושמש שרייבט קעגן די וואס גלייבן אין איינעם וואס האט באוויזן א מופת כאילו אלעס וואס יענער זאגט איז שוין קודש און מ'קוקט שוין נישט אויף יענעם'ס התנהגות עיי"ש, ווידער דער רבי האט געהייסן פאר די שרייבער'ס (ר' סענדר דייטש ע"ה ור' משולם גר"פ ע"ה) אז מ'זאל נישט שרייבן דעם פונקטליכן לשון פונעם מאור ושמש נאר ארויס נעמען דעם תוכן הדברים כדי נישט וויי צו טון די חסידים וואס גלייבן אין זייערע רבי'ס וואס באווייזן מופתים,
(איר מוזט מיר נישט גלייבן קוקט'ס נאך אין על הגאולה סי' כ"ג און עקסטער אין מאור ושמש פ' ראה און זעהט ווי מ'האט משפר געוועהן דעם לשון)
לאמיר לערנען אזא מעשה, דא שטייט דער רבי און קען געבן א ריק פאר בעלזא, וויזניץ, גור, און נאך אנדערע חסידים, בלויז מיטן ציטירן א מאור ושמש מיטן לשון נישט ער אליין שלאגט זיי נאר דער מאור ושמש רעדט קעגן זיי, זאגט דער רבי ניין, מ'דארף זיין מער איינגעהאלטן מיט זיי, זיי זאלן נישט פילן פערזענדליך געטשעפעט אפי' במחשבה קלה.
ביי די אלע פאלשע רבי ז"ל ווייסט מען נישט בכלל פון אזא צוגאנג, מ'ווייסט נאר אז דער רבי האט גערעדט שארף קעגן אנדערע חסידים, און דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אזוי און אזוי אין שטוב קעגן זיי, און אזוי איז מען מטשטש דעם המון און מ'פאדרייט דעם נייעם דור, וואס געשעהט נאכדעם, אז ווען א רך בשנים גייט ארויס אין די וועלט און ווערט געוואר אז די אלע אידן זענען געהעריגע נארמאלע יריאים ושלימים ווערט ער אינגאנצן צומישט, ער האט אלץ געמיינט אז זיי זענען גאר די שוואכערע חלק פון כלל ישראל, און דא זעהט ער אז עפעס שטומט נישט, מ'זאגט אים אז דער און דער אדמו"ר איז אזא שייגעץ פונקט ווי רב קוק, און מיטאמאל זעהט ער אז ס'איז עפעס נישט קיין דמיון, און מיט אזעלכע קשיות מאכט ער א החלטה אז די גאנצע שיטה איז נישט מסודר און ס'איז אים מער נישט מחייב, אנשטאט צו זיין אויסגעבויעט אז דער רבי האט געהאלטן אז זיי זענען געהעריגע אידן נאר פארכאפט מיט די אמונה, מאכט מען פארקערט החלטות און מ'איז בועט.
דער רבי שרייבט אין ויאל משה מאמר שלש שבועות (אות ק"פ) אז דער פראבלעם מיט כת ש"ץ איז אז זיי האבן זיך אנגעהאנגען אין סתרי תורה, וויבאלד אין אט די חלקי התורה זענען רוב מענטשן נישט באהאוונט האבן זיי דארט געקענט טון כל מה שלבם חפץ און משוגע מאכן די וועלט, די זעלבע פירט אויס דער רבי איז מיט די מינים ואפיקורסים פון די היינטיגע צייטן, זיי לייגן זיך אריין אין דרך הבעש"ט וואס איז באמת נאר א תורה שבע"פ ווייל די פאר חסידישע ספרים וואס זענען דא זענען בלויז א מעט מזעיר וואס מ'האט געשריבן תורות פון צדיקים, און וויבאלד רוב מענטשן האבן נישט קיין השגה וואס איז באמת געוועהן דער דרך בעש"ט, טוען זיי דארט ככל אשר לבם חפץ, און מ'פאדרייט די מענטשן כאילו דאס איז דער דרך הבעש"ט עיי"ש.
די זעלבע איז געטון געוווארן מיט תורת רביה"ק, מ'נעמט מאמרים וואס דער רבי האט געזאגט פריוואט איז מ'איז מטשטש מענטשן מיט דעם, בשלמא ווען מ'קומט מיט אפענע מאמרים וואס שטייט בפי' אין רבי'נס ספרים איז דאך דאס תורה שבכתב, אבער ווען מ'קומט און מ'זאגט אז 2 אזייגער ביינאכט האט דער רבי געזאגט אין שטוב פאר א חסיד אזוי, און פארטאג'ס האט ער געזאגט פאר א צווייטן חסיד אזוי, און אויף דעם בויעט מען אויף א תורה שלימה, דאס איז תורה שבע"פ ווי די מסלפים הענגען זיך אן און טוען ככל אשר לבם חפץ.
כאטש וואס מיר לייגן נישט קיין פעסטע דגוש אויף פריוואטע שמועסן, מוז אבער ציטירט ווערן א שמועס פון רבי'ן וואס איז נישט געוועהן לגמרי קיין פריוואטע נאר מער א אפענע שמועס וואס דער רבי האט געהאט מיטן מכון פון "אוצר הפוסקים" (געשריבן געוווארן דורך הרב יצחק שטערן ע"ה בן הרב מגבעת שאול ז"ל) בשנת תשכ"ה (נעתק בקובץ בית ועד לחכמים ג'), ווי דער רבי פרעגט דארט אויס די ועדי המכון איבער די מצב הכספי און דער רבי שלאגט פאר א פלאן מ'זאל מאכן א איינמאליגע אפיעל, און דער רבי אליין זאגט זיי צו א נתינה פון 2 טויזנט דאללאר (אין חלק י"ד פון אוצר הפוסקים איז אפי' דא א ישר כח פארן רבי'נס נתינה),
דערנאך היייבט אן דער רבי צו ברענגען זיינע טענות היתכן זיי ברענגען תשובות פון כל הבא ליד פון סיי וועמען, דער רבי זאגט זיי מילא דאס אז זיי ברענגען תשובות פון יעדן וואלט איך נאך אראפגעשלינגען, אבער איר האט גענומען הסכמות אויף אייער מכון פון כל מיני מחללי שבתות און פרייע פראפעסארן ר"ל, היתכן, דער רבי האט זיי געגעבן צו פארשטיין מיט א משל בארוכות עיי"ש.
לאמיר לערנען אזא שמועס, דער מכון אוצר הפוסקים איז דאך א בבל, פון כל מיני מענטשן ווי אויך אגודה, מזרחי, ועוד,
א' דער רבי גיבט זיי שטיצע און מחזק זייערע ארבעט,
ב' הערשט נאכן געבן געלט זאגט ער זיי זיין טענה,
ג' די ערשטע טענה אז זיי ברענגען תשובות פון יעדן שלינגט ער נאך אראפ, נאר די טענה איז בלויז כלפי זייערע הסכמות,
לפי ידיעתינו וואלטן די היינטיגע כלומר'שטע ממשיכים המסלפים נישט אזוי געהאנדלט, קודם וואלט מען בכלל נישט אויפגענומען איינער וואס ברענגט אין זיינע ספרים אגודה'סטן און מזרחי'סטן, און אוודאי נישט געשטיצט, אפשר גאר געמאכט א מחאה ברבים קעגן זיי, אז זיי זענען נישט לפי רוח ודעת רביה"ק, ופרשת הרב שטיינעמאן יוכיח.
דער רבי האט קלאר מכבד געוועהן אפי' אזעלכע מענשט וואס זענען נישט אין די שיטה און אפי' זיי געשטיצט, דער רבי האט בשנת תשכ"א געגעבן 15 אלפים פאר א גור'ע ישיבה ווי מ'גייט לערנען אידיש, דער רבי האט געהאט א פרנס היום ביום א' שבועות אין סלאנים'ע ישיבה (היפש א לינקע ישיבה) פאר 1000 דאללאר יאר יערליך, דארט האט געהאנגען דעם רבינ'ס נאמען אלץ פרנס היום, וויל מען היינט קומען זאגן אז דער רבי איז געוועהן דער פערזענדליכע לוחם זיך צו שלאגן פריוואט מיט מענשטן וואס זענען צומישט מיט אמונה ודיעות?.
איצט לאמיר צוגיין א טריט ווייטער צו זעהן ווי שטארק די אמונה טפילה האט צוגעבערענגט און גורם געוועהן א חורבן הדת לדורות ביז היינט צו טאג, ס'האט געזאגט אמאל א קלוגע יוד (דאכט זיך הגה"צ מוואוידסלאוו זצ"ל) אז ציונות האט געברענגט א חורבן אויף אידן, ווייל אמאל מאכט זיך א איד וואס האלט נישט גארנישט קיין שום מצוה אויף די וועלט אבער ער מיינט אז וויבאלד ער שטיצט די מדינה איז ער א פולקאמע איד און ער איז שוין מסודר מיטן רבש"ע,
ווידער איז דא א צווייטע איד וואס טוט נישט כמעט קיין מצוה אויף די וועלט אבער ער מיינט היות ער איז מוחה אויף די ציונים איז ער א פולקאמע איד וצדיק און איז מקיים אלע תרי"ג... ודפח"ח.
אין סאטמאר טראגט מען זיך ארום מיט א מעשה אז מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס ער רעדט אזויפיל פון ציונות, האט דער רבי גענפערט, ווי איך מאך אויף א פסוק זעה איך ציונות!!!
צו די מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אפי' ווען יא איז דאס זיכער געוועהן פריוואט אין שטוב און נישט ברבים, אבער דער תוצאה פון אזא מעשה איז געפערליך, ווייל די מעסידש וואס מ'גיבט איבער פון דעם איז, אז די תורה איז נישטא מער, ס'איז דא איין תורה - ציונות, ווידער אלע אנדערע איסורים איז בכלל נישט קיין עסק, נאר ציונות, אזוי האט מען אוועק געשטעלט יסודות כאילו דאס אידישקייט מעסט זיך מיט ציונות, איז א איד מוחה קעגן ציונים איז ער שוין מותר בכל התורה, אז נישט איז ער א מומר לכל התורה, ס'איז אמת אז דער רבי שרייבט אז ציונות איז ערגער ווי די ג' עבירות כמבואר בויואל משה, מיינט אבער נישט אז מ'קען דערפאר אוועק לייגן אלע אנדערע תרי"ג מצות.
די דרשות וואס מ'פלעגט אלע יארן זאגן איז געוועהן אז דער רבי האט געזאגט אז אין יעדע דרשה מוז מען רעדן פון ציונות אז נישט איז דאס נישט קיין דרשה, די אלע מיני ענינים האבן גורם געוועהן אז דער בליק איז איין זאך, מ'מעסט אידן נאר מיטן דעם, א ערליכע איד איז נאר דער וואס קומט כ"א כסלו און כ"ו אב, אז נישט איז ער א פרעמדער און נישט קיין היימישע,
וואס זענען די תוצאות פון אזא בליק פון תשכ"ח ביז תשס"ח?
די תוצאות זענען אז ווען אידן זענען עובר אויף סיי וועלכע איסור הערשט א שווייגעניש, (פארשטייט זיך ווען דער עובר איז פון דיין צד) ביז ווילאנג דער עובר אויף סיי וועלכע מצוה פון תרי"ג מצות איז נישט עובר אויף ציונות איז אלעס גוט, אויב איינער איז עובר אויף אן אבק ציונות (למשל גיין באזוכן א בחירות גייער) ווערט גלייך א שטורעם אז יענער איז א שייגעץ, ער "וויל פארגעסן פון רבי'ן", ער וויל אויסרייסן די שיטה הק'.
דאס איז די שרעקליכע תוצאה פון די פאלשע תורה וואס מ'האט געמאכט אז די תורה הק' הייבט זיך אן ביי ציונות און ענדיגט זיך ביי ציונות, ס'איז אמת אז ציונות איז דאס ארגסטע, אבער דאס טאר נישט זיין אויף'ן חשבון פון גורע זיין אנדערע מצות עשה שבתורה, און אוודאי נישט אז ס'זאל ווערן אזא שטימונג ווילאנג דער דיין / רב / גדול איז נישט קיין ציוני מעג ער טון וואס ער וויל, און אזוי קען ער טרעטן אויפן ברייטן ציבור טאג איין טאג אויס מיט פסקים און הוראות וואס דער קאפ זאל שווינדלען, און דער עולם בייגט זיך נעבאך דעם קאפ מיט אזא מינע שוין אבי נישט ציונות.
ווען דיינים וואלט געוויסט אז דער ציבור איז נישט גרייט מוותר צו זיין אויף קיין שום מצות עשה שבתורה, אפי' נישט נאר עניני ציונות, און אידן וואלטן נישט פארשוויגן ווען א דיין איז עובר בשאט נפש קעגן דיני משפטים מיט די זעלבע געשריי ווי ווען ער שמד זיך צו ציונות וואלט אסאך ווייניג חילול ד' פארגעקומען אין די לעצטע תקופה, ס'וואלט מער געהערשט כבוד התורה אויף די וועלט, ווייל כהיום יום זענען ליידער די דיינים פרוך ומופרך מיט זייער התנהגות הן כלפי יחידים און הן כלפי דעם ציבור און דער כבוד התורה איז מבוזה ומושפל ביי רוב ציבור יראים ושלימים, נאר דער ציבור האט פשוט א שוואכקייט צו שרייען הויעך קעגן זיי ווייל סוף כל סוף איז דאך דאס נישט ציונות....
פונקט אזוי ווי די כלל הידוע אז איינער וואס רעדט לשון הרע איז נישט מקבל פני השכינה, מיינט אבער נישט אז דער אינו מדבר לשה"ר איז יא א מקבל פני השכינה, אמת חטא הציונות איז ערגער ווי די ג' עבירות, מיינט אבער נישט אז איינער ואס איז נישט פארכאפט אין ציונות איז שוין א צדיק און מעג עובר זיין אויף כל התורה כולה.
די זעלבע מעשה גייט מיט א סטעפ ווייטער, אז 3 בתי דינים אין א"י גיבן ארויס א פסק איבער א סיכסוך בדיני ממונות, וויאזוי ווערט דאס אנגעקוקט ביי די פאלשע רבי ז"ל אידן, ווער מ'זיצט אין מקוה מיט איין פיס אויפן באנק און הערט וועגן דעם פסק, גיבט ער אזא מאך מיט די הענט, נע! זיי זענען נישט קיין היימישע!!!!!.....,
זאגט נאר רבי יוד, ווער איז יא א היימישע?, דיינים וואס טרעטן אויף אלע תרי"ג מצות און אויף ציונות נישט?, דאס איז היימיש ווייל ער איז נאר עובר אויף די היימישע איסורים???
און אפי' בחטא הציונות איז אויך נאר די עבירה ביי יענעם, משא"כ ביי זיך איז מען גרייט אפי' דאס אויך צו פארדעקן ופרשת בג"ץ יוכיח.
לעצטנס האבן מיר געזעהן א שרייבער שרייבט אז דער ויואל משה איז א פרק אינעם דברי יואל, דער אמת איז אז יענער אליין ווייסט גארנישט ווי גוט ער האט געשריבן, ווייל דער רבי האט געהאט א תורה שלימה וואס האט כולל געוועהן א געוואלד ענינים, תורה, גמ"ח, צניעות, כשרות, חינוך, נישט משנה זיין ממסורת אבות ועוד ועוד, ועל כולם דער גולת הכותרת איז געווועהן די מערכה קעגן ציונות, אבער צו זאגן אז ציונות איז דער זאך און עפעס אנדערשט נישט, איז אבסודר, ממילא איז דער דברי יואל א כוללות פון אלע ענינים, און דער ויואל משה איז דער וויכטיגסטע פרק פונעם דברי יואל.
לסיומא דמילתא מיר האפן אז דער ציבור פארשטייט וואס מיר שרייבן אפי' צומאל איז דאס געשריבן מיט קורצע זאצן, ווייל די ארטיקלען זענען באמת א מיעוט המחזיק את המרובה און ס'איז כולל גאר אסאך נקודות פון יסודות ארום און ארום, ביז דערווייל זענען מיר לכאורה פארטיג מיט אונזערע מאמרים, מיר צילן נישט צו שטויסן אדער אראפ צו רייסן סתם מענשטן אדער חלילה וויי טון אנדערע אידן וואס זענען נעבאך צומישן פון די אלע בילבולים פון די כזבנים ומסלפים, אונזער מטרה איז נאר כדי דער ציבור זאל באמת פארשטיין און האבן א קלארן בליק אויפן הייליגן רבי'ן זי"ע, און פארשטיין וואס איז באמת געוועהן די שיטה פון רביה"ק,