די אמונה טפילה וואס רופט זיך "רבי ז"ל"

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

די אמונה טפילה וואס רופט זיך "רבי ז"ל"

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:05 am

געשריבן געווארן דורך "סופערמעסי" אויף היידפארק עטליכע יאר צוריק


פרק א'
מיר שטייען שוין בקיץ תשס"ט לפ"ק, אט אין אפאר חדשים ארום גייט זיין דער דרייסיגסטע יארצייט פון מרן רבינו הק' מהריט"ב מ'סאטאמאר זי"ע,
אט אין די תקופה איז וויכטיג אז תלמודי וחסידי סאטמאר זאלן זיך מתבונן זיין ווי מ'שטייט, און ווי מ'האלט במשנתו של רבינו, ליידער ליידער האבן מיר דעגרייכט צו א מצב וואס מענטשן ווייסן שוין נישט וואס איז יא סאטמאר און וואס איז נישט סאטמאר, עד כדי כך אז די יונגערע עולם אינטרעסירט נישט מער די וויכטיגסטע יסודות פון סאטמאר, כדי צו פארשטיין וואס מיר מיינען מוזן מיר דאס אביסל ברייטער מסביר זיין און אביסל צולייגן.
ווי באקאנט פאר יעדע סאטמאר'ע חסיד איז די ערשטע יסוד געוועהן ביים רבי'ן אז מ'טאר נישט פאלגן א רבי'ן בלינדערהייט בפרט ווען ס'איז נגד התורה, דאס איז געוועהן זיין שטעלונג ביי פרשת בעלזא, און צו דעם האט ער געברענגט א ראי' אז די התנגדות פון צאנז קעגן סאדיגורא איז געוועהן צוליב דאס אז מ'פאלגט א רבי'ן מיט פארמאכטע אויגן אפי' ווען ס'איז נגד התורה.
נעבאך נעבאך, דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו, ס'איז שווער צו רעדן דערפון, מ'קען דאס אפי' נישט שרייבן אין קיין שום אנדערע אויסגאבע, ווייל ווער ס'וועט נאר וועלן שרייבן אזעלכע ווערטער וועט גלייך הייסן א שייגעץ און א משכיל וואס רעדט אויפן רבין זיכערוינעבראכע, אבער לאמיר קוקן מיט א ניכטערע בליק אויף אייניגע דוגמאות וויאזוי ווערן געמאכט מיינונגען בזמן הזה.

אריזאנע ווייץ:
מן הדין וואלט די מתירים געדארפט ארויסקומען מיט א טענה אז זייערע ווייץ איז מורא'דיג מהודר, ווייל, ס'איז נישט מצומחות, ס'איז גוט, ס'איז שיין, ווייל אזוי שטייט דא און דארט, און דא ציטירט מען א רייע פוסקים וואס האלט אזוי און פארטיג,
צד האוסר, וואלט געדארפט מן הדין שרייבן אנדערע פוסקים לשיטתם וואס האלטן פארקערט, אזוי זאל ווערן געפירט א תורה'דיגע מערכה און יעדער קען זיך אויסקלויבן וועלכע צד ער וויל.
למעשה, די גרעסטע געווינס פארן צד המתיר איז געוועהן, אז מ'האט געטראפן א עד אין "דער איד" ווי עס שטייט אז מ'שניידט ווייץ בשנת תשכ"ז עפ"י הוראות כ"ק אדמו"ר שליט"א (זצ"ל) אין אריזאנע, און מיט דעם עד פייערט מען א זיג אז דער רבי זיכערוינעבראכע אליין האט געניצט דעי ווייץ,
צד האוסר, שרייבן אז דער רבי האט נאר געניצט פון שפיץ בארג און זיי ניצן פון טאל, און פאר זיך אליין האט דער רבי אוודאי נישט געניצט דעס, און די אנדערע צד זענען גאר די וואס זענען משנה פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און דערפאר קומט ארויס א קול קורא אן קיין איין ווארט דברי תורה נאר פשוט כל המשנה ידו על התחתונה, ס'קומט ארויס א קונטרס וואס כמעט יעדע בריוו איז נאר אז מ'טאר נישט משנה זיין פון רבין.

עירוב:
מן הדין וואלט צד המתיר געדארפט ארויס קומען מיט א בירור להלכה אז דער עירוב איז כשר מטעמים הרבה עפ"י הלכה, צד האוסר זאל ארויס געבן א בירור להלכה אז ס'איז אסור מכח כמה פוסקים,
למעשה, צד המתיר האט ארויס געגעבן גאנץ א שוואכן בירור, אבער דער עיקר איז געוועהן אז זיי האבן עדות'שאפט פון עטליכע מענטשן אז דער רבי ז"ל האט יא געקענט באשטיין ס'זאל זיין א עירוב,
צד האוסר איז דאך קלאר ממש אז די חומר האיסור איז נאר דאס ווייל דער רבי זיכערוינעבראכע האט דאס נישט געוואלט (נישט געמאכט), מ'פארשפרייט א גאנצע קונטרס מיט גביית עדות אז דער רבי האט נישט געוואלט, יעדן דריטן שבת קומט ארויס א פליג בלעטל מיט איין טענה אז דער רבי איז מרא דאתרא און דער רבי האט נישט געוואלט, און דערפאר דארף מען שרייען "שבת" היתכן די מענטשן (וויזינץ'ע און בעלזא) פאלגן נישט דעם רבי'ן.

דערי לולבים:
איין צד זאגט אז דער רבי זיכערוינעבראכע האט געשיקט אתרוגים און נישט לולבים בשנת השמיטה קיין א"י, איז משמע אז דער רבי האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די לולבים,
צווייטע צד זאגט, אז לולבים האט די זעלבע דין ווי אתרוגים וואס ביי אתרוגים איז דער רבי געוועהן זייער שארף, און די זעלבע שארפקייט איז גולטיג אויך ביי לולבים,
אבער זיך מטריח זיין און זיך אריין לאזן בבירורי הלכות מאן דכר שמי', דער נידון איז נאר רבי ז"ל יא רבי ז"ל נישט.

שיניום אין די שחיטה בעתיד:
עס הערט זיך שמיעות אז ס'גייט ווערן תיקונים אין די שחיטה, די צד האוסרים לאזן זיך שוין הערן אז מ'מאכט שיניום, היתכן מ'איז משנה פון רבי'ן זיכערוינעבראכע, ס'איז עק וועלט, די צד המתיר האט שוין אפיר געזיכט מראה מקומות ווי דער רבי ז"ל אליין זאגט אז ס'איז נאך דא א מקום פאר מער חומרות און אדרבה ווער ס'קען זאל מחמיר זיין,
ווידער די זעלבע מעשה, עס גייט נישט ווערן קיין נידון להלכה צו ס'איז א מעלה צו א חסרון כלפי די הלכה, די נידון איז איין זאך, רבי ז"ל יא, רבי ז"ל נישט, אזוי גייט דאס ביי יעדע מערכה און ביי יעדע זאך, קיינער רעדט נישט פון תורה, פון הלכה, פון פוסקים, אלעס דרייט זיך נאר רבי זיכערוינעבראכע,
רבותי! איז דאס נארמאל?, זענען מיר משוגע געווארן?, איז טאקע שוין נישטא קיין תורה אויף דער וועלט?, די גאנצע תורה קען מען אויסרייסן מיטן ניגון רבי זיכערוינעבראכע?, דאס גופא איז געוועהן די גרעסטע ווייטאג ביים הייליגן רבי'ן אז אידן רעכענען זיך נישט מיט די תורה נאר אלעס גייט דער רבי! דער רבי!, ווי האלטן מיר?
סאטמארע חסידים וואס האבן זיך געהאלטן אלעמאל העכער פון אנדערע חסידות בלויז מיט דעם אז מיר גייען מיט די תורה, די תורה איז העכער אונז און העכער דעם רבי'ן, נישט אז דער רבי איז העכער די תורה, ווי שעמען מיר זיך נישט אז אין דעם פרט שטייען מיר ערגער ווי אלע אנדערע חסידות'ער, ווי דערוואגט זיך א סאטמארע אפצולאכן פון א ברסלב'ע חסיד אז ער האט א טויטן רבי'ן, און וואס האסטו?, איר לאכט פון לובאוויטש?, איר לאכט פון סקווירא אז די שוואנץ'נות איז גרויס דארט, און ווי איז ענקער / אונזער שוואנץ'נות?....

וויאזוי איז דאס געשעהן?
שווער צו זאגן פונקטליך, אבער מיר האבן פיל חוקר געוועהן אין דעם ענין, און לויט אונזער אפשאצונג איז די מצב אזוי, אין די ערשטע יאר פון די הנהגה פון רביה"ק זי"ע דא אין אמעריקא האט דער רבי גופא געהאט איין ציל, אויפצושטעלן אידישקייט דאהי פונקט ווי אמאל, ת"ת'ס, ישיבות, מיידל סקול'ס, כשרות, צניעות, און א מלחמה קעגן ציונות אויך ווייל דער רבי האט געזעהן אין דעם א שטארקע פראבלעם צו אידישקייט, און די דעמאטסדיגע תלמודים האבן דאס גוט פארשטאנען וואס דער רבי האט געהאלטן אז די מערכה פון קנאות איז נישט קיין פערזענדליכע מלחמה נאר א מלחמה קעגן די מעשה הרשע, זיי האבן אויך פארשטאנען אז אנדערע רבי'ס און חסידים זענען נארמאלע מענטשן מיט א מהלך, (זיי זענען אפשר זיך טועה מיט אייניגע זאכן אבער זיי זענען געהעריגע ערליכע אידן ככל בית ישראל) פאקטיש זענען אין די י' יארן געוועהן זייער אסאך מענטשן וואס האבן זיך געקוויטלט אדער געגאנגען צו טישן פון אנדערע רבי'ס און גארנישט האט פאסירט.
די דור איז אונטערגעוואקסן ס'איז געווארן א נייע דור וואס זענען געבוירן געווארן נאך די מלחמה, מיר וועלן זיי אנרופן די כ' תלמודים, אין די כ' יארן איז שוין געווארן דער מציאות פון סאטמאר אביסל גרעסער, די תלמודים האבן שוין נישט געהאט די זכי צו הערן יעדע דעטאל פון רבי'ן אליין, דער רבי גופא איז געווארן מער פארנומען מיט די גאנצע וועלט, האט זיך דער נארמאלקייט פון א סאטמארע תלמוד אביסל גענידערט צו א מדריגה פון א פארטיי, באגלייט מיט שארפקייט און קנאות, ווי די יונגערע ציבור האט שוין נישט תופס געוועהן דעם גאנצן מהלך פון רבי'ן מיטן גאנצן קלארקייט,
און די צווייטע העלפט כ' יארן פון שנת תשכ"ח האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה, די שפעטערע כ' תלמודים און די ל' תלמודים האבן דאך שוין נישט געהאט דעם רבי' געזונטערהייט און נישט געזעהן דעם רבי'ן אקטיוו, איז דאך געוועהן א ספק אז זיי וועלן זיך אפשר אינטערסירן וואס טוט זיך ערגעץ אנדערשט, די פאבריק פון סאטמאר האט זיך פארגרעסערט און מ'האט געדארפט מחנך זיין א נייעם דור,
ר' נתן יוסף ז"ל וכת דילי', הרבנית וכת דילה, און די גרויסע קעפ פון סאטמאר, האבן געזעהן אז פאקטיש איז רביה"ק איינער אליין אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט זענען געוועהן היפש גרויסע לייט ממש לייבן, נו וויאזוי איז מען דאס מסביר פארן נייעם דור אז מיר זענען נישט קיין סתם לאוזערס, קודם האט מען דעם רבי'ן מורא'דיג גרויס געמאכט, (דער רבי איז באמת געוועהן די גרעסטע בזמנו) מ'האט כסדר געזאגט אז דער רבי וואלט אפי' בימי בעש"ט געוועהן א חידוש, דער רבי איז דער חת"ס דער דברי חיים דער יש"מ דער יט"ל אויפאמאל, (ס'איז אמת אז דער רבי האט געהאט שטירכן פון יעדן איינעם, טאקע דערפאר ווייל דער רבי האט ברוב חכמתו זייענדיג אין א דור שפעטער פון די אלע צדיקים פארשטאנען דעם כח פון די אלע גדולים וצדיקים און ארויסגענומען די מהלכים פון יעדן איינעם אויפצוטון פאר אידישקייט)
דערנאך האט מען אנגעהויבן אוועק צו מאכן די אנדערע, מ'האט אריין געווארפן חוזק ווערטער אויפן גור'ע רבי'ן, אויפן סקווירא רבי'ן, אויפן וויזניצער רבי'ן, אויף יעדן איז געוועהן גרייט א אנדערע מין הלצה וואס איז אריין געקראכן אין די מוחות פון די סאטמארע תלמודים אז אלעס אויסערן רבי'ן איז א חוזק.
דערנאך האט מען סתם אזוי אוועק געשטעלט א יסוד אז די רבי'ס וואס האלטן נישט מיטן ויואל משה זענען מינים אפיקורסים, סטרא אחרא, זייער תורה גייט צו די קלופה, ס'איז אסור צו קוקן אויפן זיי,
(ר' חיים אלטר בראך שליט"א טענה'ט אז די מערכה אז די אנדערע רבי'ס האבן א דין ווי גוים איז געשאפן געווארן נאכן שידוך פונעם ברך משה מיט וויזניץ כדי גרעסער צו מאכן זיין עבירה און אים מער פסל'ען צו ווערן ממלא מקום)
דער מציאות ווייזט, אז מ'זאל נעמען א סאטמארע תלמוד פון די י' יארן, וועט ער קיינמאל נישט רעדן קעגן דעם אמרי חיים, אדער קעגן די ליטווישע גדולים, מ'וועט נישט הערן פון זיי זאגן אז יענמ'ס תורה גייט צום ס"מ, ווידער די כ' תלמודים רופן שוין דעם אמרי חיים ביים נאמען, און די ל' תלמודים ווייסן שוין חוזק צו מאכן אה דער וויזניצער מיטן קעגל....
ווייל אין די ל' יארן האט מען דעם רעדל געמוזט דרייען שטערקער פון ביידע זייטן, איינס דעם רבי'ן מאכן נאך הייליגער (פאקטיש איז געוועהן א מורא'דיגע תשוקה פון די חסידים צום רבי'ן אין די נישט געזונטע יארן, בלויז צו קענען קוקן אויף די צורה איז געוועהן א געווינס און א שמחה וואס מ'קען נישט היינט מסביר זיין) פון די אנדערע זייט האט מען געבלאזן קעגן די אנדערע רבי'ס אז זיי זענען שקצים ליידיגייער'ס ועוד, כדי דער עולם זאל נישט אנטלויפן.
(עכ"ז איז געוועהן לעכער פון אלע זייטן ווי ס'איז ארויס גערינען מענטשן מחמת די ליידיגקייט ווי צ.ב.ש מענדל וועכטער, די מעכעליסטן ועוד)
אזוי האט מען באמת געפיטעטר דעם עולם מיט אזא מהלך, אזוי ווייט אז קיינער האט באמת נישט געטראכט אויפן עתיד וואס וועט זיין ווען דער רבי גייט ארויף אויפן עולם האמת, כאטש דער רבי איז געוועהן אלט און שוואך איז ניטאמאל עולה געוועהן אויף די מחשבות אז מ'דארף טון אויפן עתיד.
כ"ו אב ווען דער רבי איז אוועק, דא איז שוין געוועהן עק וועלט, מענטשן האבן זיך באמת געריסן די האר פון קאפ, מ'האט באמת געפילט ווי די וועלט ענדיגט זיך, מ'האט אפי' נישט געקענט טראכטן נארמאל, מ'האט נישט געקענט טראכטן פון זיך צוזאמען קלויבן פון דאסניי, ווייל אלעס איז ביז יעצט נאר געוועהן דער רבי דער רבי,
מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו זינגען יעדע וואך דעם זעלבן לא תבושו ניגון (גאנצע דריי יאר האט דאס אנגעהאלטן) ווייל דער רבי האט געקלאטשט אויף דעם ניגון,
מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן א טעוועלע "מקום זה ישב", ווייל דער רבי איז דא געזעסן,
מענשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן אויפן ציון א ביהמ"ד ווי אין מרון, ווייל דער רבי ליגט דא,
אין די ערשטע תקופה איז נישט געוועהן אזא זאך א איד זאל קומען קיין ק"י אין נישט ארויפגיין צום ציון, יעדן ליל שישי, יעדע ערב ר"ח, און ווען נישט, (אויך א נייע זאך וואס איז נישט געוועהן ביז דאן אז מ'זאל לויפן אויף א ציון בכל עת מצוא, אמאליגע צייטן פלעגט מען גיין בלויז אינעם טאג פונעם יארצייט אדער צומאל ערב ר"ח).
האט איר אמאל געטראכט פון דעם?, וואס איז די באדייט פון דעם נר תמיד אין אלע סאטמאר'ע בתי מדרשים?, א נר נשמה צינד מען אן בלויז דאס ערשטע יאר, דערנאך צינד מען מער נישט קיין לעכט בלויז אינעם יארצייט אדער אויפן ציון ווייל נאכן יאר דארף מען מער נישט טון פאר עליית נשמה, וואס איז פשט פון די נר תמיד'ס אין ביהמ"ד?, צו דארף דעם רבינ'ס נשמה אן עלי' ביז היינט צו טאג?
מענטשן טראכטן נישט, די גאנצע אנגעצינדעכטס פון א נר תמיד אזא נר של שמן וואס ווערט באנייט יעדע וואך איז נתחדש געווארן שנת תש"מ, רוב מקומות אויף די וועלט איז נישטא אזא זאך, און ווי יא איז עס נאר נאכגעמאכט פון דא ווייל ס'איז דאך מעשה רב,
ווי נאר קהל האט באשלאסן אויפצונעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום, האט זיך דיוועלעפט א פאביע צווישן ציבור אז מיט א נייעם רבי'ן ווען מען חלילה פארגעסן פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און ס'האט זיך אנגעהויבן א רייע מיט השתדלות כדי שלא ישתכח תורת רבינו, (עטליכע פון די השתדלות איז ווי פריער דערמאנט, טעוועל, ציון, לא תבושו) אלעס צוליב דעם פחד אז מ'דארף געדענקען דעם רבי'ן, און אז דער רבי זאל נישט פארגעסן ווערן,
מענטשן פלעגט אריין זינגען ביי די תפלות פון ברך משה ביי קידוש דארט ווי ער האט משנה געוועהן דעם נוסח פון רביה"ק, דער ברך משה גופא איז געוועהן א ענותן (אויף זיין עניוות וועט קיינער נישט מחולק זיין) ווער ס'האט געהאט הענט און פיס האט אים געטרייבערט די ערשטע צייטן מיטן רבין זיכרוינבארכע, אז מ'דארף חזר'ן דעם רבי'נס שיטה, הגם ער אליין איז אויך געוועהן דערביי, ווי ער פלעגט אלץ זאגן אלעס איז דעם פעטער'ס כח, ער פלעגט טאקע אין די ערשטע צייטן ביי יעדע תורה נאכזאגן א דברי יואל אפי' ווען ס'איז נישט געוועהן לענין,
דאס האבן אויך אלע געהערט און זייער אסאך פעלער אז דער ברך משה פלעגט זאגן בזה"ל
*"מ'דארף קוקן וואס דער פעטער וואלט געטון אין אזא צייט" *
ער אליין האט עס נעבאך זייער ערנסט געמיינט, ווייל ער האט געוויסט אז זיין אייגענע מיינונג איז נישט מחייב קיינעם, ס'וועט נאר מחייב זיין מענטשן ווען ער וועט קומען בשם ובלשון רביה"ק,
אזוי איז דאס געשטיגן במעלות, און זיך אריין געוואקסן דעם פראבלעם נאך גרעסער, דער ברך משה האט נישט קיין אייגענע דעת, אלעס איז נאר תורת רבינו, שלמה יענקל איז מפיל יעדע צווייטע יאר נאך א ספר מושיען ש"י, ווי ער פארבריצירט פרישע סחורה פריש פון אויוון ארויס מעשיות, איין חיבור איז ער מסביר אז דער רבי איז געוועהן דער דברי חיים, איין קאפיטל אז דער רבי איז דער יש"מ, איין קאפיטל הייסט "כל אחד נדמה לו כבני אומתו" אז דער רבי איז דער קאמארנה, ר' מרדכי'לע נאדברנה, זדוטושוב, דזיקוב, בלאזוב, שינאווא, ציעשנוב, קאלשיץ, ראפשיץ, און וואס נישט, ר' עזריאל גליק האט גרייט צו יעדן מצב א מעשה וואס בדידי הוה עובדא, נאך א מזל ער האט געשעדיגט זיין קרעדיט נאך ביי די שבעה שרייענדיג מיט בכיות "ווחחיי".....
ר' מנשה פיליפ מיט אברהם דוד גליק קומען ארויס מיט זמירות'ן און מחזורים, דארטן שטייט מנהגים, וואס די תמימי לב קויפן דאס פאר גוט געלט, און די ביסל ברייטערע מוחות שעמען זיך געפערליך דערמיט, אבער ווער ס'לאכט אפ איז א שייגעץ ווייל ער לאכט פון רבי'ן ער וויל פארגעסן פון רבי'ן,
אין די מנהגים איז באמת פארהאן שטותים והבלים, וואס פאסט ענערשט פאר קרעטשניפע חדר יונגלעך, אז דער רבי האט געהאט א טיש בעקעטישע און די גארטל איז געוועהן מאותו המין, און דער רבי האט געטינקען חלה במרק דגים, און געגעסן א גרויסן שיעור לפתן מיט ווייסע קוגל און ברוינע קוגל, ווייל וואס די רעבעצן האט באשלאסן אז ס'איז גוט און ס'איז שיין צום טיש ווערט באלד א מנהג מיט א מקור,
דער רבי זאגט א דרשה ר"ה, כל נדרי, זאגט די הייליגע מנהגים "בשעת הדרשה הי' הגידיו על מצחו בולטות"....
ר"ה לפני קריה"ת מכרו העליות (און דער רבי האט געהאט א מנהג אז) וכל המרבה במכירה זכה....,
בכלל איז נישטא אויף דער וועלט אזא זאך ווי אין א מחזור מיט הייליגע תפלות און פיוטים זאל מען אריין דריקן מנהגים אינצווישן, בשלמא אנהייב אדער סוף מחזור מהיכי תיתי, אבער אינמיטן דאווענען אינצווישן די תפלות פאקט מען אריין די הבלים, דאס איז שוין חידושים....
בכלל איז דער זמירות – מנהגים מקלקל, מ'שרייבט מנהגים און די פשוטי המון עם מיינען אז מ'דארף דאס נאכמאכן, א דוגמא אחת מני אלף, דער רבי האט געהאט א מנהג צו עסן קודם אלע מאכלי שבת און נאכדעם זינגען זמירות, ווייל ביי צדיקים איז די אכילה א עבודה בפני עצמו, ווידער האבן אידן געוויסט אז די מנהג איז שבת קודש ביים טיש איז די סדר השולחן א זמר א מאכל, א זמר א מאכל, כדי נישט נתגשם צו ווערן אין די מאכלים, אזוי פירן זיך שוין אידן יארן לאנג מיט מסורות אבות, אבער היינט איז דאך דא א זמירות פון רבי'ן דארף מען דאך נאכמאכן, מ'טאר דאך נישט פארגעסן פון רבי'ן, איז מען משנה קודם עסט מען נאכדעם זינגט מען (מיר ווייסן פון אסאך אידן וואס האבן משנה געוועהן דעם שינוי בלויז צוליב דעם זמירות) איז דאס רעכט?, משנה זיין מסורות אבות צוליב א מנהג וואס איז מיוחד בלויז פאר צדיקים??....
דער שיטה אז מ'טאר נישט פארגעסן און די פאביע אז מ'פארגעסט טאקע פון רבי'ן איז מיטגעוואקסן, יעצט לאמיר נאר פארשטיין וואס טאר מען נישט פארגעסן?,
דא איז שוין יעדער מחליט ביי זיך אליין וואס איז געוועהן דעם רבי'נס רצון וואס מ'טאר נישט פארגעסן, אין תלמוד תורה ווען די קינדער זענען נאך גאנץ קליין די ערשטע זאך וואס מ'לערנט אויס די קינדער אז דער רבי האט געזאגט "אויף א מחיקה קלה איז דער רבי נישט מוחל בזה ובבא", דערנאך הייבט זיך אן א סעריע פון שארפקייט און קנאות וואס מ'פארציילט פאר די קינדער וואס דער רבי האט פארמאגט,
ר' אברהם דוד גליק האט ספרים אויף אידיש, מעשיות פון רבי'ן, כמעט יעדע צווייטע מעשה איז ווי דער רבי האט מקפיד געוועהן און זיך געבייזערט....
יעדעס קינד אין סאטמאר ווייסט אז די סיבה פארוואס מ'לערנט חומש רש"י איז ווייל ר"ר מרדכי'לע נאדבורנה האט געהייסן דעם רבי'ן לערנען חומ"ר אזוי וועט ער וויסן אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, לאמיר טראכטן ווי א סאטמאר'ע חסיד דארף טראכטן, צו דארף מען לערנען חומ"ר ווייל דער רבי האט געהייסן בשם ר' מרדכי'לע?, ניין, מ'דארף לערנען חומ"ר ווייל ביסט א איד אין אזוי שטייט אין שו"ע, מיר האלטן נישט די תורה ווייל די רבי האט געהייסן, מיר האלטן די תורה ווייל דער באשעפער האט געהייסן, ווידער א פגם אינעם רבינ'ס מהלך מ'דארף נישט פאלגן דעם רבי'ן מ'דארף פאלגן דעם באשעפער.
דאס קינד ווערט א בר מצוה בחור און גייט אריין אין ישיבה זאגט מען אים אז דער רבי האט געזאגט "אייגענע קרעמלעך איז דאס ארגסטע" דער רבי האט געזאגט אז זינגען ניגונים ביים טיש איז שקר, ממילא קומט דאך אטאמאטיש אויס אז די וואס זינגען יא זענען שקרנים, דער בחור געט זיך א קוק אום ווער זענען די אידן וואס טראגן דעם פאן פון רבין ז"ל, ווער זענען די אידן וואס הייסן רבי זיכרוינעבראכע אידן, ער דערקענעט זיי באלד, אט די אנגעזויערטע ביטערע אידן זיי זענען די ממשיכים,
נו! וואס זאל דער בחור טראכטן?, ער איז גאנץ שנעל מחליט אז דער גאנצע המשכה רבי זיכרוינעבראכע איז נישט פאר אים, דאס איז אזא שארפע ביטערע זאך וואס איז נישט פאר זיין מח, דאס מערסטע הערט ער רעדן פון רבי'ן איז ביום ה' אייר וואס דאן לאזט מען זיך ארויס מיטן גאנצן שארפקייט אונטער צו רייסן די ציונום, ווידער מיט שארפע מהלכים,
בחורים און יונגעלייט קוקן אן דעם עלטערן דור וואס האט יא געקענט דעם רבי'ן, ווי אלע גדולים וצדיקים ווערט ביי זיי אוועק געמאכט מיט א ביטול, מ'מעסט א גדול א רבי צו א ר"י לויט וויפיל ער איז געקומען צום רבי'ן...., ס'מאכט זיך אז א ר"י קומט פון א"י זאגט מען גלייך דער איז איז א שוואכע זאך קיינמאל נישט געקומען צום רבי'ן.....,
מ'זעהט אידן וואס געדענקען נאך די געזונטע יארן פון פאר תשכ"ח ווי זיי רעדן מיט אזא התלהבות פון די רעבעצנ'ס טשיז קעיק און בארשט, וואס טראכט דער יונגע דור?
כמעט 99 פראצענט תלמודים וואס זענען שוין יא געוועהן ביים רבינ'ס שיעור, וועלן רעדן מיט אזא נאסטאלגיע פונעם רבינ'ס קאצקע צוקער, ווי דער רבי פלעגט דאס צוברעכן אין פיר שטיקער...
בכלל זייט ווען רעדט מען פון א רבינ'ס עסן און טרינקען?, מיט וועלכע עלטערע איד מ'רעדט וועט נאר רעדן פון זיין רבינ'ס תורה יר"ש צו תפלה, אדער אהבת ישראל, אפי' די נאסאד'ע חסידים וואס דארט איז שוין יא געוועהן אביסל א עסק פון מאכלים, צו הערט מען דען רעדן ביי די נאסאד'ע חסידים פון די נאסאד'ע מאכלים?, כ"ש וק"ו ביים רבי'ן וואס דאס עסן איז באמת קיין עסק נישט געוועהן, קענען זיצן אידן מיט גרויע בערד און דעבאטירו די רעבעצן'ס מאכלים....

וואס איז דער מצב היינט?
דער מצב היינט ווען עס איז שוין דא א פרישן דור, אט די נייע ווייסן באמת גארנישט, זיי קענען דעם רבי'ן נאר פון די דרשות און מאמרים וואס ווערט געשריבן, ליידער ליידער זענען זייער אסאך סאטמאר'ע יונגעלייט בועט אין שיטה הק' און אין די סאמע וויכטיגסטע יסודות פון רבי'ן, מ'פארט קיין א"י, מ'לויפט ארום אויף אלע פלעצער, מ'גייט צום כותל אן קיין עיכוב, קבר רחל, מערת המכפלה, בכלל פארן אויף א"י אזוי לייכטזיניג איז געוועהן א שווערע זאך ביים רבי'ן, אבער כהיום רעדט נישט קיינער דערפון, מ'איז בועט אין די גאנצע זאך, פאר איין סיבה, ווייל מ'האט באמת נישט ארויס וואס דער רבי האט געוואלט, ס'איז ליידער נשתכח תורת רבינו.
צו הערט מען היינט רעדן פון אזא מאמר וואס דער רבי האט געזאגט "אז אויב בחורים קענען נישט א טובה טון א איד דארף איך נישט קיין ישיבה"?
אין די צייט וואס די מדת החסד איז געוועהן ביים רבי'ן די ערשטע יסוד, ער האט געוואלט אז א סאטמארע איד זאל דעם אייגענעם העמד אוועק געבן פאר א צווייטן איד, די היינטיגע בעלי חסד אויב איז ער נישט פון קיין צד קען ער פארגעסן צו באקומען שטיצע,
צו הערט מען היינט רעדן פון לבושי נשים?
וואס כידוע איז דאס געוועהן די עיקרי העקרים ביים רבי'ן, ווי ער האט געווידמענט כל נדרי ביינאכט צו רעדן פון דעם, און אז ס'שטעלט זיך יא אויף איינער רעדן פון דעם הייסט ער א חזיר,
צו רעדט איינער פון ביי האר?
ליידער איז דא די מכה צווישן היימישע מענטשן,
צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס אהבת ישראל?
צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס דרך הלימוד?
דער רבי האט שטארק פארפירט מ'זאל נישט משנה זיין דעם דרך הלימוד כימי החת"ס ותלמודיו, און היינט זעהט מען אין סאטמארע ישיבות ווי מ'לערנט ליטווישע דרך הלימוד.
צו רעדט איינער אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות?
ווער יא, ווערט גלייך אפגעפרעגט,
וואס איז יא דעם רבי'נס רצון, וואס הייסט וואס? עירוב איז אסור, מ'טאר נישט מחמיר זיין מיט שחיטה, מ'טאר נישט זינגען שבת מער ווי כל מקדש מנוחה ושמחה, און יעדע פרעמדע איד איז א שייגעץ, און שוין....
אט די פאלשע רבי זיכרוינבראכע אידן וואס האבן זיך נישט געקענט צופאסן צו א נייע הנהגה ווייל מ'פארגעסט פון רבי'ן, זענען געזעסן אין פארשטופטע ווינקלען אין קליינע בתי מדרשים נישט וועלנדיג אנעמען די נייע הנהגה פונעם ברך משה מיטן תי' אז מ'טאר נישט פארגעסן פון רבי'ן, זיי האבן במשך די צייט פארגעסן פון ווי זיי האבן אנגעפאנגען, רוב פון די מענטשן האבן געשיקט זייערע קינדער לערנען קיין א"י (ווייל דאס איז יא דעם רבי'נס רצון) מ'האט זיך געזיכט נייע רבי'ס (וואס מיט קנאות האבן זיי קיין שייכות נישט געהאט) און מ'האט כסדר געהאט פרישע סחורה קעגן דעם ברך משה ווייל ער איז דאך א פרעמדע, אפגערעדט זיין עלסטע זון דער איז דאך סתם אזוי א גוי ער אידאך א איידעם אין וויזניץ....., דער עיקר איז מ'טאר נישט פארגעסן פון רבי'ן.
סך הכל קען מען זאגן איין זאך, דער רבי האט געזאגט ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך הבעש"ט, און מיר קענען זאגן, ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך פונעם רבי'ן.........
ווי דער רבי אליין האט געטייטשט, ר' יוחנן בן זכאי בכה וכו' ואינו יודע לאיזהו דרך מולכין אותי ולא אבכה, ר' יוחנן האט חושש געוועהן אז נאך זיין הסתלקות ווען מען זיינע אייגענע מאמרים אויסטייטשן לרע, אויף דעם האט ער געוויינט,
נעבאך ניבא ולא ידע מה ניבא, דער רבי האט ינביואת געזאט אז מ'וועט זיינע אייגענע מאמרים אויסטייטשן צום שלעכטן אזוי ווי ס'איז דער מצב כהיום, און אויף דעם פאסט זיך צו פארפאסן א באזונדערע קינה....
מיר קענען נאך פיל מרחיב הדיבור זיין אין דעם ענין ועוד חזון.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:05 am

פרק ב'
איידער מיר גייען ווייטער צום צווייטן טייל מוזן מיר צולייגן אייניגע הוספות צום פאריגן מאמר, מיר וועלן זיך ווייטער פראבירן צו האלטן צו אונזער ליניע און נישט ווערן אריין געשלעפט אין די שיחות נערים פון קינדער וואס זענען געבוירן משנת תש"מ ואילך, (כאטש וואס אייניגע האבן יא בארירט פאקטן פון די פריע יארן) מיר ווילן רעדן מיט מענטשן פון אונזער גיל וואס געדענקען נאך אביסל דעם אמאל און געדענקען נאך פון די י' יארן און העכער.

עס איז וויכטיג צו באמערקן אז כדי צו קענען עפעס נאכזאגן פון רבינ'ס געזונטע יארן מוז מען זיין לכה"פ העכער 60 יאר, ווייל נאך שנת תשכ"ח איז כמעט נישט געוועהן וואס צו הערן פון רביה"ק מכח דעם רבינ'ס שוואכקייט, און כדי צו זיין א בא בשנים און א פארשטענדיגע מענטש בשנת תשכ"ח האט מען דאן געמוזט זיין נישט ווייניגער פון 25 יאר, וואס איז היינט לכה"פ 65, ליידער איז דער גיל ממש א מיעוט פון סאטמאר, איינער וואס איז נאר אפי' 2 – 3 יאר יונגער קען שוין נישט זאגן אז ער האט געהערט און אז ער ווייסט דעם רבי'נס תורה ושיטה.

איינער האט אריין געשיקט פריוואט א מיינונג איבער די רבי ז"ל אידן, אז ער האלט אז די סיבה וואס זיי רעדן אזוי פון רבי'ן מיט אזא שטאלץ קומט גאר מחמת גיאות, ווי איינער זאגט אז מיר האבן געהאט א זאך וואס עטץ יונגווארג האבן נישט און דערפאר רעדן זיי מיט אזא גאוה פון רבי'ן, עד כאן הדעת יחידאי,

מיר האלטן אבער אז ס'איז נישט אמת, ווייל דער דור וואס האט זוכה געוועהן צו האבן דעם רבי'ן האט באמת געהאט א זאך וואס אנדערע האבן נישט געהאט, ווייל דאס וועט יעדער מודה זיין אז דער רבי האט נישט געהאט בדומה לו אינעם גאנצן דור אין קיין שום הינזיכט, ער האט נישט געהאט זיינס גלייכן בכלל ובפרט, סיי די געוואלדיגע השלמה, בתורה, בעבודה, בגמ"ח, בצדקות, בקדושה, בחכמה, אז מיר האבן אפי' נישט די השגה צו רעדן פון זיינע מדריגות,
נאר וואס, ער האט טאקע נישט באלאנגט צום היינטיגן דור, ס'איז געוועהן עקסטערע חסדים מתוך רחמיו ית"ש אז רביה"ק איז איבער געבליבן כדי מציל צו זיין דעם דור און איינפלאנצן אידישקייט פון דאסניי דאהי, ס'איז אנדערשט ווי אלע אנדערע צדיקים וואס זענען אוועק פון די וועלט און ס'איז איבער געבליבן נאך זייער הסתלקות אנדערע צדיקים כמותם, ווייל אז דער רבי האט נישט געהאט אפי' בדומה לו איז נישט געוועהן אחריו כמוהו, ממילא איז דאס באמת א זאך וואס דער נייער דור האט נישט קיין השגה, און טאקע דערפאר ווייל ס'איז אזוי שווער משיג צו זיין דעם רבי'ן איז נעבאך געשעהן אז די ריכטיגע רעלסן האבן זיך פארדרייט, און מ'קוקט אן דעם גאנצן רבי'ן ז"ל פאר א אפגאט ר"ל.

אז דער רבי איז טאקע געוועהן אזא גדול הדור, פארוואס זאלן נישט סאטמארע תלמודים זיך אריין לייגן אינעם רבינ'ס דרך הלימוד, ס'איז דא פון רבי'ן שטארקע תשובות להלכה, וואלט נישט געוועהן א שיינע זאך אז עלטערע בחורים און כולל יונגעלייט זאלן דורך טון תשובות דברי יואל און חי' סיגיות פון רבי'ן, זעהן וויאזוי דער רבי גייט צו צו א בירור הלכה אדער צו א סוגיא, אנשטאט אנצופילן די קעפ מיט פוסטע מאמרים און פאלשע מעשיות.

נאכן איבער טראכטן דעם פאריגן מאמר מיט אביסל ישוב הדעת האבן מיר באשלאסן אז מיר האבן נישט גענוג ארום גערעדט איבער דעם ענין פון די "מנהגים" און די מעשי הליצנות וואס ווערט געשריבן אויפן רבי'נס חשבון,

ראשית, האט דער רבי קיינמאל נישט געוואלט מ'זאל אים נאכטון, ער פלעגט טון אלע מיני פעולות מ'זאל נישט באמערקן זיין התנהגות כדי נאכצוטון, אנדערשט ווי ביי אנדערע צדיקים וואס האבן דירעקט באפוילן פארן ציבור אז אזוי און אזוי זענען זייערע מנהגים און זייער רצון איז אז מ'זאל אזוי טון,

אידן ווייסן אז רביה"ק האט זיך באהאלטן יו"ט סוכות כדי מ'זאל נישט זעהן וויאזוי ער בענטשט אתרוג, כדי דער עולם זאל טאקע "נישט" וויסן צו ער מאכט בכלל א ברכה (מחמת חשש מורכב), און מ'זאל טאקע נישט וויסן אויף וועלכן אתרוג ער שאלקט, און אזוי זענען פארהאן אסאך דוגמאות וואס דער רבי האט נישט געוואלט מ'זאל אים נאכטון.

למעשה קומען ארויס מנהגים נגד ההלכה, אלע ווייסן דעם באקאנטן בריוו וואס דער מנחת יצחק (וואס רביה"ק האט אים געהאלטן פאר פוסק הדור) האט געשריבן קעגן די מנהגים איבער דעם וואס ס'שטייט אינעם מחזור אז דעם רבינ'ס מנהג איז געוועהן צו וואשן דאס גאנצע הענט יו"כ, מעג מען בכלל אריין שטעלן אזא מנהג?, מעג מען שרייבן אז דער רבי האט געטרינקען א קאווע סוכות פארן שאקלען לולב?, לאמיר זאגן אז ס'איז אמת (ס'איז מסתמא ליגנט) איז דאך אבער אנגענומען ביי רוב מנין ובנין פון חסידישע אידן נישט טועם צו זיין פארן שאקלען לולב.

צו מעג מען שרייבן אז דער רבי האט זיך נוהג געוועהן צו עסן גאנץ חודש ניסן מצות פשוטות, נגד א מנהג ישראל וואס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל, כהנה וכהנה איז דא מנהגים שונים וואס וואלט נישט געטארט געשריבן ווערן, אפגערעדט ווען עס ווערט באגלייט מיט א שפראך פון קינדערישע אויסדריקן.

אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער מחבר פונעם בארימטן ספר "סכת שלם" האט געבעטן פאר ער האט ארויס געגעבן זיין ספר בשנת תש"מ די ווייסער'ס, צו ס'איז דא אייניגע מנהגים פון רביה"ק אויף סוכות ווייל אויב יא וויל ער דאס אריין שטעלן אין זיין ספר, דער אנטווארט איז געקומען אז ניין ס'איז נישטא קיין מנהגים פון רבי'ן אויף סוכות,
אויב אזוי פרעגט זיך די קושיא, פון האבן די אלע מנהגים ארויסגעשפראצט?, אין וועמענס גארטן זענען זיי געוואקסן?, אין וועלכע אויוון האט מען דאס געבאקן?

א איד דארף וויסן ובפרט א סאטמארע חסיד, אז ער האט א טאטן און א זיידן, און אזוי דארף ער זיך פירן, דער רבי האט קלאר נישט געוואלט אז אלע בחורים זאלן זיין אנגעטון אייניג מיט די זעלבע היטן, מיט די זעלבע יוני פארם, כדי צו ווייזן אז א סאטמארע חסיד איז נישט נאר דער וואס האט דעם ברייטן ביבער היט ווי דער רבי, נאר אויך דער קורצע רעקל וואס האלט די תורה און מגדל זיינע קינדער ע"ד התורה און איז נישט קיין ציוני איז אויך א ערליכע איד, (מיר האבן אויף דעם ראי'ס ברורות מתוך כמה מאמרים וואס דער רבי האט געזאגט ביחיד וברבים)

זאג קידוש ווי דיין טאטע האט געזאגט, און זייט נישט קיין זנב מיטן נאכמאכן דעם רבי'נס קידוש, נישט אזוי ווערט מען א סאטמאר'ע חסיד ווען מ'שאקלט זיך ווי דער רבי, נישט מיטן דאווענען אין א בארדיטשוב'ע סידור ווערט מען א סאטמאר'ע, און נישט מיטן זאגן יעדע צוויי מינוט "הע"....
א סאטמאר'ע חסיד מיינט א פשרה'לאזע שו"ע איד, ותו לא,

(און אלץ לצנותא דע"ז, מוזן מיר אראפ ברענגען א געוואלדיג חידוש וואס איז צוגעשיקט געוועהן דורך איינער פון די ליינער, וואס איז אים פארענפערט געווארן אין די לעצטערע יארן א מורא'דיגע סתירה וואס איז אים קשה געוועהן אויף די "מנהגים",
ווייל אין די ערשטע מהדורא פונעם הגדת דברי יואל שטייט אז דער רבי האט געהאט אויפן היסב בעט "כרים עד אין שיעור" קישענעס אן א שיעור (לאך נישט פון רבי'ן, דו שייגעץ!), ווידער און די צווייטע מהדורא שטייט דער רבי האט געהאט בלויז "כמה כרים", שטעלט זיך שאלה ווי זענען פארשווינדן געווארן אט די אלע קישענעס פונעם פאריגן מהדורא, ווי זענען די אלע קישענעס עד אין שיעור?.....

אט די קושיא איז שווער געוועהן עטליכע יאר, ביז ווילאנג ס'האט זיך אנגעהויבן די גרודער איבער די "אריזאנע ווייץ" וואס איינער איז אויפגעקומען אז מ'שניידט די ווייץ צו שפעט מ'דארף ווען שניידן פריער, און יענער האט געברענגט א תנא דמסייע אז אין די "מנהגים" שטייט אז דער רבי האט געשניטן ווייץ "בעודן ירוקות" דאס מיינט אז די ווייץ זענען נאכנישט געוועהן פארטיג, הייבט זיך אן א טענה ס'איז דאך א בפי' "מנהג רבינו" אז מ'שניידט פרי די ווייץ?, האט זיך ר' מנשה פיליף לחרפתו געמוזט אין די עפנטליכקייט פארענפערן אז ער האט דאס טאקע אליין געשריבן אבער "לא דק בלשוני", ער האט נישט מדייק געוועהן פונקטליך וואס ער מיינט,

השתה דאתית להכא, קען מען שוין פארענפערן די שטארקע סתירה, אז דעם לשון פון "כרים עד אין שיעור" איז אויך לא דק....., און באמת איז טאקע נישט געוועהן קישענעס עד אין שיעור...., (און אז איינער לאכט איז ער א משכיל).

מיר האבן אויך פארשידענע אויפדעקונגען איבער פעלשונג פון ריכטיגע היסטאריע אין מושיען ש"י, ווי עס איז פארדרייט געווארן פאקטן לתועלת הפאליטיק, אויב מעגליך וועלן מיר מייחד זיין א עקסטערע מאמר בלויז איבער די פעלשונגען און סתירות וואס איז בכוונה געשריבן געווארן אנדערשט, כדי די מאמענטאלע חשונות זאלן שטומען ועוד חזון.

איצט לאמיר צוגיין ווי מ'האמיר געהאלטן,

עשה לך רב – לויט נגיעות און מאמענטאלע חשבונות

די גאס טראגט זיך ארום מיט א ווערטל וואס מיינט עשה לך רב - נעם דיר א רב, מיט אזא מעשה, ס'איז געוועהן א פרוי אין ב"פ וואס איז שבת צופרי אריבער צו א שכן'טע מיט א האט-קאפ צו בארגן אביסל הייס וואסער, די שכנ'טע עפנט די טיר און זעהט איר שטיין מיטן קאפ אין די האנט פרעגט זי, דו טראג'סט מיטן עירוב?,
זאגט זי יא, ר' יחזקאל ראטה איז מתיר,
פרעגט זי ווייטער אבער ר' יחזקאל אסר'ט דאך די האט קאפ'ס?
זאגט זי יא, אבער ר' חיים דוד כ"ץ איז מתיר,
פרעגט זי ווייטער, אבער ר' חיים דוד אסר'ט דאך אזא שייטל,
זאגט זי יא, אבער הרב בלומענקראנץ איז מתיר,
פרעגט זי ווייטער אבער הרב בלונעקראנץ אסר'ט די וואסער וואס איז אן א פילטער?
ענפערט זי יא, אבער פלוני אלמוני איז עס יא מתיר
און אזוי גייט דער שמיעס חוזר חלילה מ'נעמט אלע התירים פון אלע רבנים און מ'מאכט א לעבן, אויף דעם ארויף זאגט די משנה, עשה לך רב, נעם דיר איין רב, נישט נעם 10 רבנים אויסצוקלויבן יעדע'מס היתר,
א פיין ווערטל, יעצט לאמיר א קוק טאן וויאזוי מ'האט דן געוועהן די רבנים און זייערע הוראות, מיט די "היימישע" רבי זיכרוינעבראכע אידן'ס אויגן גלעזער במשך די לעצטע 30 -40 יאר,

ווען אין א נארמאלע חסידות, למשל באבוב, אויב איינער פון טארטיקוב'ע בי"ד קומט ארויס קעגן באבוב, וואס וואלטן באבוב געטון?, פשוט, זיי וואלט יענעם אויפגעהערט פרעגן שאלות, און געבלאזן אויף יענעם, און ווען יענער וואלט זיך איבער געבעטן וואלט מען אים צוריק גענומען און מוחל געוועהן למחצה שליש ולרביע.

ווידער אין סאטמאר איז די מעשה אנדערשט, ווען איינער גייט קעגן שטראם איז ער א שייגעץ א גוי א עוכר ישרא'ל, ווידער אויב דרייט ער איבער דעם דאשיק ווערט ער גלייך א צדיק הדורות און א מנהיג הדור, כדי צו פארשטיין קלאר'ער וואס מיר מיינען לאמיר דאס אייך צולייגן אויף קליין געלט און מיט קלארע פאקטן.

הגאון הצדיק גאב"ד קאשוי זצ"ל
די אמת'ע פאקטן:
א הייליגע איד, א מרביץ תורה איבער 50 יאר מיטן מסי"נ, א ירא שמים, א גאון, א צדיק ותמים,
וויאזוי האט מען אים דן געוועהן ביי די רבי ז"ל אידן?
בשנות הל': איז ער געוועהן אפגעפרעגט, מחמת זיין פסק וועגן אפיסעס און פראדשקעטס וואס איז נישט געוועהן אקצפעטירט אין סאטמאר, ווייל רביה"ק האט געזאגט פארן ברך משה אז ער וואלט נישט געדארפט אונטערשרייבן צוזאמען מיטן קאושי'ער רב דעם קול קורא (די יודעי חן ווייסן דעם פונקטליכן לשון), און מחמת זיין הוראה אז מוסודות התורה טארן נישט נעמען קיין פראגראמען, ואחרון הכביד אז ער האט גוזר געוועהן אויף די בחורים אז זיי טארן נישט קומען כ"א כסלו ווייל מ'באגריסט דארטן די פאלעטישאן'ס,
בנוסף חטא על פשע וואס ער איז געוועהן דער טאטע פונעם יעצטיגן קאשוי רב וואס האט ארויס געגעבן א חיבור מדור דור, ווי ער רעכנט אויס אלע חטאים פונעם היינטיגן דור ארויס לאזנדיג "ציונות", און ער איז יא מערר אויף מנהג רבינו איבערן אריינקומען פון די נשים צו ש"ש פאר שבע ברכות,
דעריבער ווער ס'האט געשיקט קיין קאשוי א בחור לערנען איז גלייך ארויף אויף די שווארצע ליסטע.

שנת תש"מ: איז געוועהן טענות כלפי דעם ברך משה היתכן ער איז מקרב די רבנים וועמען דער רבי האט מרחק געוועהן, דאס איז געוועהן א עון בל יכופר,

שנת תשמ"ב: ווי נאר ער האט מערר געוועהן אויף די פלייש, איז ער געווארן פוסק הדור, און ווער ס'האט געטראכט פון זאגן א קרום ווארט, איז באשריגן געווארן אז ער רעדט קעגן די שירי כנסת הגדולה,

שנות תש"ן: ביי פרשת בני יואל ואחריו סקול דיסטריקט, איז ער געווארן נישט נאר פוסק הדור נאר מופת הדור, ער איז נכתר געווארן אלץ דער כהן גדול מיטן אורים ותומים,

איר זעהט דעם ראולער קאסטער? מבירא עמוקתא לאגרא רמא, קודם אפגעפרעגט בכלית הירידה און נאכדעם צדיק הדורות, פארוואס? ווייל די פאליטיק האט מאמענטאל אזוי געשפילט.

הגה"צ מאנטיוואדעא רב זצ"ל
די אמת'ע פאקטן:
א מוראה הוראה מובהק, א גאון בכל חדרי תורה, א ירא שמים מרבים, א אפגעהיטענע איד, א זעלטענע מהדר במצות, און א שטארקע עומד על דעתו,

שנות הל': שוין אנגעהויבן פון סוף כ'ס, איז ער געוועהן דער ע"ז פון סאטמאר, ער האט מחזק געוועהן די "אייגענע אקציע'ס" ביי די יו ען, מ'האט געזאגט אין סאטמאר אז ר' אברהם זאגט א געצל מדברת מתוך גרונו של רבינו (כאטש ס'איז געוועהן ליגנט) ער איז געוועהן דערונטער דאס פארברענען דעם ציוניסטישן פאן ביום הפורים וואס דאס האט געהייסן א חטא אין סאטמאר יענע צייטן,
צוליב דעם האט ער נישט געמעגט קומען צום רבי'ן, ער האט נישט געקענט מספיד זיין חותנו הגה"צ מווייצן זצ"ל אין ביהמ"ד הגדול, מ'האט ארויס געווארפן בחורים פון ישיבה אויב מ'איז געגאנגען הערן זיין דרשה ביום ה' אייר, און אך און וויי ווער ס'האט אריין געשיקט א בחור צו אים לערנען.

שנת תש"מ: ווען דער ברך משה האט אים צוריק אריין געברענט אין בילד, האבן די רבי ז"ל אידן געהאט טענות אז ער איז מקרב די רבנים וועמען דער רבי האט מרחק געוועהן,

שנת תשמ"ב: האט ער נוטה געוועהן לדעת דעם ברך משה כלפי די פלייש און געזאגט אז דעם קאשוי'ער רב'ס מיינוג איז קיינעם נישט מחייב, טאקע דעפאר איז ער בזמן ההוא נאך נישט נתעטר געווארן אלץ ממלא מקום פון רבי'ן ז"ל,

תשמ"ט והלאה: פרשת בני יואל איז ער געווארן דער ממשיך דרך פון רבי'ן ז"ל, דא האבן די רבי ז"ל אידן געטראפן די המשכה, אפגערעדט ביי פרשת סקול דיסטריקט (ווי ס'איז דא סתירות אין יעדע דרשה) האט ער מכריז געוועהן אז מ'טאר מער נישט האלטן די קינדער אין די ק"י'לע מוסודת, און וואס א יאר שפעטער איז ער אלץ מער און מער געווארן דער ממלא מקום ממש פון רבי'ן ז"ל אליין,

עד כדי כך אז ביי זיין לוי' זענען ארויס געגאנגען די ת"ת קינדער מיט די תלמודי הישיבות (פון יו. טי, עי.) ווייל איינער פון די יעצטיגע הנהלה איז געוועהן פון די נאנטע מקורבים, שטעלט זיך די פראגע איז דער קאשוי'ער רב נישט געוועהן אזא צדיק ווי דער מאנטיוועדעיא רב?, צו וואס האט מען דא פארשטאנען אז מ'דארף פארשפארן די ת"ת'ס און דארט נישט?,

הפלא ופלא ווי דער רעדל דרייט זיך, ממש ווי אין קאני איילענד פארק, אט די רבי ז"ל אידן די "היימישע" וואס זענען פאר 30 יאר און איין צו געגאנגען יעדן ליל שישי און ערב ר"ח צום ציון הק', זענען פלוצלינג אנטרינען געווארן, זיי קענען שוין נישט קומען ווייל מ'האט מטמין געוועהן דעם ברך משה סמוך ונראה, אט זיי גייען היינט צו טאג'ס צינדן יעדע וואך גרויס לעכט (פון ר' לייבעלע גליק) ביים ציון פונעם מאנטיוואדעיא רב, ווייל ער איז ממלא מקום משנת תשמ"ט ואילך, ווייל בעפאר דעם איז ער געוועהן דער ע"ז.
איר פארשטייט דעם חשבון?

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א (מאנסי)
די אמת'ע פאקטן:
א שטארקע רבי פאר זיינע חסידים, מייסד געוועהן א חסידות מיט אסאך פרומקייט, א מתמיד, א פרומער, א עובד ד', א ערנסטע רבי וואס האלט חשבון אויף יעדן חסיד,
וויאזוי קוקן אים אן די אזוי גערופענע רבי ז"ל אידן?

שנות תש"כ: איז סאטמאר געוועהן אנגעווייטאגט אויף אים, איבער דעם וואס וויזניץ אין וויליאמסבורג ווי ער האט געדינט אלץ רב איז געוועהן די אייציגסטע קהילה וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צום רבי'נס הוראה בנוגע זמן ר"ת,

שנות תש"ל: נאכן מופן קיין מאנסי האט מען פארגעסן פון דעם, און אזויווי ער איז געוועהן אין א"י און נישט געגאנגען צום כותל, איז ער געווארן אין סאטמאר א חתן בראשית, מ'האט פשוט נישט געוויסט וואס צו טון מיט אים פאר שמחה,

שנת תשל"ט: איז ער געוועהן דער גרעסטע שייגעץ אין די היסטאריע, ווען ער איז ארויס געלאפן פון מעדיסאן סקווער גארדען, ווייל מ'האט גערעדט קעגן די אגודה, וואס האט ארויס גערופן ביי יעדן בייז בלוט,

שנת תשמ"ב ואילך: האט ער זיך צוגעשטעלט צום קאשויער רב איבער די איסור פון פלייש, און מ'האט זיך אנגעהויבן קלעבן אהין, ביי פרשת דיסטריקט האט ער אויף געטראטן מיט א דרשה פון אייניגע גימטריא'ס, און איז געווארן צדיק הדור,

שנות תש"ס: ווען ער קומט קיין וומס"ב לעשט מען אויס דעם שבת פייפער לכבודו, אלץ חנופה ער זאל נישט מוחה זיין אויפן אנגייעדיגן הליכה בעכראות.,
אין מען האט געווארט מיט'ן ברך משה'ס לווי' פאר א שעה ביז ער קומט אן.

[הגהת המעתיק: תשע"ב איז דא א גאנצע ביילאגע אין איד "כי גדול מרדכ"י בבית המלך" אפשאצונגען פון וויזניצער רבין אויפן רבין ז"ל]

הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א
די אמת'ע פאקטן:
א שטארקע בעל הוראה און פוסק, א מתמיד עצום, פון די ערשטע תלמודים פון רביה"ק אין ירושלים, א דיין וועמען דער רבי האט געשטעלט, און האט היינט די שענסטע כולל ובית הוראה אין ב"פ פון זיינע תלמודים,

שנות הל': איז ער געוועהן א אנגענומענע דיין, און זיין ווארט איז געוועהן מוסמך ווייל דער רבי האט אים געשטעלט, נישט מטעם ווייל ער איז א ת"ח, נאר ווייל "דער רבי" האט אים געשטעלט, (כשיטתם המבואר במאמר א').

תחילת שנות המ': ווי נאר ער האט מתיר געוועהן דאס פלייש, און זיך צוגעשטעלט צום ברך משה, האט מען אים געגעבן א צו נאמען "קל", ער איז געווארן איבערנאכט א קל ר"ל,

סוף שנות המ' ותחילת שנות הנ': ווען ער האט רעזעגנירט פון דיינות און געפענט דעם ביהמ"ד יראי ד', איז ער געווארן דער מלאך המושיע, ווער רעדט נאך נאכן אסר'ן דעם סקול דיסטריקט איז ער מוסמך געווארן להוראה שע"י די רבי זיכרונעבראכע אידן אלץ פוסק הדור בהדרו, איבעראל האט מען זיך ארום געדרייט מיט זיין תשובה להלכה קעגן דיסטריקט אין טאש,

שנות תש"ס: נאכן מתיר זיין דעם עירוב אין ב"פ איז ער צוריק געווארן א גוי, א קל, ווער ס'קען לאכט אפ פון זיינע הנהגות, ווייל ער אידאך מתיר דעם עירוב וואס דער רבי האט נישט געמאכט,

דא איז שוין דער ראלער - קאסטער אזוי געדרייט אז אויב מ'בינדט זיך נישט צו פעסט ביים פארן פליט מען אראפ מיט א קראפט....

הגה"צ דומ"צ קהילתינו וומס"ב (ראב"ד) שליט"א
די אמת'ע פאקטן:
א בעל הוראה, ומיראי הוראה, א למדן, א איידעלע איד, א בן גדולים וטובים, א שטארקע איש מכובד ביי אלע גדולי הדור,

די בליק ביי די פאלשע רבי ז"ל אידן:
שנות תש"ל: א רעספעקטפולע דיין וואס דינט די אינטרעסן פון די קהילה, פסק'נט שאלות פאר אינגעלייט, און טוט זיין עבודה בנאמנות,

משנת תש"מ ואילך: וואס ער האט געטון איז געוועהן געצווינגען ובאונס,
די הכרזה אז דער פלייש איז 100 פראצענט כשר – איז געצווינגען,
די איסור קעגן בני יואל – איז געצווינגען,
די היתר צו גיין אין קאורט קעגן הרבנות הצדיקת וועגן דעם הויז – איז געצווינגען,
די היתר אויפן סקול דיסטריקט – איז געצווינגען,

משנת תש"ס: איז יעדע זאך מאהבה ורצון, און נאך שעות ברורי הלכה,
די חתימה איבער קשר בוגדים - מתוך בירור להלכה,
די חתימה איבערן עירוב אויף ראדני אז ס'איז בלויז פאר גוים - מתוך בירור להלכה,
די היתר נישט צו גיין צו די"ת בשנת תשס"א - מתוך בירור להלכה,
די היתר בשנת תשס"ז צו גיין בערכעות אין ב"פ און אויך בבני ברק - מתוך בירור להלכה,

דא קריכט מען שוין ארויס פונעם ראלער - קאסטער, מ'גייט סתם אריין אין א באמפינק קאר און מ'פליט רעכט'ס און לינקס אן קיין ציל....

הגה"צ דומ"ץ קהלתינו מאנטריאל שליט"א
די אמת'ע פאקטן:
א מורה הוראה מובהק, א גאון וירא שמים, א תלמוד חביב ונאמן פון רביה"ק, א שטארקע מרביץ תורה, און מעמיד געוועהן די שענסטע תלמודים אין די לעצטע 25 יאר.

שנות תש"ל: איז ער געוועהן דער שלוח נאמן פון רביה"ק מחזק זיין אברכים אין מאנטריאל, און געהייסן איינער פון די שענסטע תלמודים וואס רביה"ק האט אהער געשטעלט.

שנות תש"ם עד שנת תש"ס: איז ער געוועהן אפגעפרעגט ביי די "היימישע" רבי ז"ל אידן, מחמת זיין שטארקע ארויסשטעל לצדו פונעם ברך משה, ווי ער האט ביי יעדן מצב זיך נישט צוריק געהאלטן פון ארויס קומען עפנטליך זאגן זיין מיינונג און מחזק זיין דעם ברך משה, גאר אסאך פיילן זענען געווארפן געווארן אויף זיין זייט, נאר צוליב דעם חטא פון זיך צושטעלן צו דעם ויאמונו בד' ובמשה עבדו.

שנות תש"ס: ווי נאר דער רעדל האט זיך א דריי געטון, איז ער צוריק געווארן תלמוד חביב, און מעתיקי השמועה פון רביה"ק, פון די איינציגע וואס ווייסן און פארשטייען אמת'דיג דעם רבינ'ס שיטה.

סך הכל איז אזוי:
יעדע רב מעג האבן זיין מיינוג און זיין דעה און איז נישט געבינדן צו קיינעם, די פראגע'ס שטעלן זיך נאר קעגן די וואס שטעלן זיך אונטער זיי נאר בעת ווען ס'קומט זיי אויס גוט, דא ווערט יענער א שייגעץ און א יאר דערויף איז ער צדיק הדורות, מ'פליט פון אויבן ביז אראפ מיט א עקסטרעמקייט,

וואס געשעהט?, איר ווילט נאך וויסן וואס ס'געשעהט?, כאפטס א בליק אין די גאסן, אין די שול'ן, אין די ישיבות, וויאזוי קוקן אויס אונזערע יונגעלייט, אונזערע בחורים, אונזערע קינדער, ס'פאלן אוועק גאנצע שטיקער פון כלל ישראל, און מ'ווייסט נישט פארוואס, די ווערטס הייזער זענען נעבאך פיל מיט אונזערע יונגעלייט, די סטעדיאמ'ס זענען פיל מיט אונזערע בחורים, די טיאטערן זענען פיל מיט היימישע פאר פעלקער, מ'זעהט געפעליכע ירידות ביי אידישע טעכטער, מ'הערט משוגע'נע מעשיות וואס ציטערט אויף יעדן אידיש הארץ,
מיר זיכן נישט דא סתם צו רעדן שלעכטס אויף אידן, אבער דאס איז דער פשוט'ע אמת'ע מצב און מציאות ביי אונזערע קרייזן.

פארוואס?, זייער פשוט, ווייל אז א קינד הערט פון זיין טאטן היינט אז פלוני אלמוני איז א שייגעץ, מארגן הערט ער פון אים אז ער איז א צדיק, פארלירט ער דאס גאנצע נאמנות, אז א קינד זעהט זיין טאטע וואס פלעגט רעדן קעגן ברך משה באגלייט מיט א טוץ קללות, קומט ביום כ"ו ניסן און וואשט זיך צו א הארטע בילקע אין פיש נאר כדי דער בילד זאל גוט אויסזעהן און אפשר וועט יענער דורך דעם קראכן, דאס איז א קלארע מעסעדש און א אנדייטונג פארן קינד אז לית דין ולית דיין, ס'איז א הפקר וועלט, ס'איז פורים, ס'איז נישטא קיין תורה, קיין מורא,

אפגערעדט צום ערשטן פראבלעם אז מ'האט אים לכתחילה נישט מחנך געוועהן צו די תורה, נאר מחנך געוועהן נאר צו דעם וואס דער רבי זיכרוינבראכע זאגט, (ווי שוין מבואר אין מאמר א') קומט נאך צו דער ראלער-קאסטער פון צדיק – רשע צדיק – רשע לפי דער מאמנעטאלע פאליטיק, ווערן דאך די יונגע מוחות צומישט, און מ'לאזט זיך ארויס מיט הפקרות אין די וועלט אריין, סאטמארע יונגעלייט פארן קיין א"י מיט אזא גרינגקייט, מ'טרעפט זיי ביים כותל, חברון, קבר רחל און ווי נישט, און ווען מ'פרעגט זיי היתכן דער רבי האט נישט געלאזט, קומט גלייך דער אנטווארט וואס איז שגור בפי די היינטיגע יונגעלייט "קאט די קרעפ" ווייל אין זיינע אויגן איז דעם הייליגן רבינ'ס מאמרים סתם עקסטרעמיזום, נאר דערפאר ווייל דעם רבינ'ס תורה איז נעבאך געקידנעפט אין די הענט פון אייניגע מסלפים און קיצונים, וואס געבן דעם אימעדש אז דער רבי איז געוועהן משה בער בעק, און האט זיך געפרייט ווען יעדער ציניוני איז געשטארבן,

גיי זאג זיי! אז דער רבי האט געוויינט אויף די אומגעקומענע ציונים לבי לבי על חלליהם, אויף די מסלפים האט דער רבי האט געוויינט ביי די נשא תורה אולי הם נטורי קרתא? הם מחרובי קרתא, דער רבי האט נישט געמיינט די דעמאטסדיגע נטורי קרתא און אוודאי נישט דער צדיק תמים ר' עמרם בלוי זצ"ל, דער רבי האט מכוון געוועהן קעגן די היינטיגע איינגערעטע נטורי קרתא וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די שטאט און זיי זענען די שומרים אויף די שיטה הקדושה און ה' אייר קען נאר רעדן ר' מנשה פילאף ווייל נאר ער פארשטייט די שיטה הקדושה,

עורו ישנים משנתכם, ס'איז צייט זיך אויף צו וועקן, ס'איז היינט א נייע וועלט, מ'קען שוין קיין שקר נישט פארקויפן אויף אייביג, ס'איז היינט א אפענע וועלט, מ'זעהט אלעס, מ'הערט אלעס, די גרעסטע הוכחה איז אונזער ארטיקל זעלבסט, מ'זעהט אז מענטשן האבן ארויס גענומע פון דא די וויכטיג נקודות פון די ערשטע טייל, דאס וואלט קלאר אין אמאליגע צייטן נישט געקענט פארקומען, ווייל ס'איז נישט געוועהן די מעגליכקייט דערצו, און אז ס'איז יא דא די מעגליכקייט לאמיר עס אויסניצן צום גוטן.

טייערע ליינער לאזט ענק אפ פון די אלע נארישע טענה'רייען, ווערטס אמת'ע תורה אידן, עכטע סאטמארע חסידים וואס לאזן זיך נישט רירן פונעם שו"ע, בויעט זיך נישט קיין הלכות אויף מעשיות, און אוודאי נישט קיין אידישקייט,

מיר האפן נאך ממשיך צו זיין איין ארטיקל און מיט דעם וועלן מיר שליסן אונזערע מאמרים, איבער די אמונה טפילה בעזה"ש.


תגובה 1
ישר כח פאר אייערע ווערטער, איך געדענק נאך דעם סאטמאר רב פאר 40 יאר צוריק ווען מיר האבן געוואוינט אין קלעמער סט. נאך אונזער מנין אין תורה ודעת פלעגן מיר גיין צומאל קיין סאטמאר הערן דעם רבינ'ס דאווענען, ביז מיר האבן זיך געצויגן קיין לעקוואד,
אאיערע ווערטער דערמאנט מיך א ווארט וואס איך האב געהערט מפי רבי ר' יחזקאל לוונשטיין פון מיר, ער פלעגט זאגן אז בשעת יעקב אבינו איז אוועק און מ'האט אים געברענגט צום מערת המכפילה האט עשו ניט געוואלט מ'זאל אים אוועק לייגן דארט, און ס'האט זיך געטון פארהונדלונגען, למעשה איז געוועהן א גרויסע בזיון אז יע"א איז געלעגן דארט אבער קיינער האט זיך נישט געכאפט ווייל אינמיטן פארהאנדלוג כאפט מען זיך נישט ווי מ'שטייט,
בלויז איין חושים האט געכאפט, ווייל ער איז געוועהן א טויבער, האט ער נישט געזעהן די פארהאנדלוג נאר דאס אז יע"א ליגט דארט און עשו לאזט נישט באהאלטן, איז ער געווארן אנגעצינדן, און אפגעהאקט עשו'ס קאפ,

הערך אזוי זעהט עס אויס, די אלע יארן ווען מ'איז פארמישט אין פאליטיק כאפט מען ניטש וואס האט מען געהאלטן נעכטן, וואס האט מען געהאלטן היינט, אבער אז מ'ווערט אפאר מינוט ווי א חושים, מיט אייער ארטיקל, דאן זעהט מען גלייך די גרויסע פליפ פלאפ, און די יעלה ויבוא שטיקעלעך, איז עס א שטארקע בושה פאר די אלע מענטשן
.


תגובה ב'
סופרעמעסי
דו שרייבסט די הלך ילך פון זיך שטעלן אונטער די שיטת פון די רבנים וואס האבן געקערט זייער מיינונג במשך די יארן, לפי דער פאליטיק,
איר האט אויסגעלאזט דעם גאון וקדוש הרמ"א גאב"ד ירושלים זצ"ל,
לאמיר עס שרייבן מיט אייער סטיל,

די אמת'ע פאקטן:
א צדיק, א קדוש, א גאון, א פוסק, א בעל הוראה, פון די לעצטע פארבליבענע רבנים וואס האבן מתיר געוועהן עגונות, א בנש"ק, און א מרביץ תורה אלע יארן

שנות תש"כ תש"ל: געליטן רדיפות פון די רעבעצן'ס שלוחים, אז ס'איז געפארן א בריוו קיין ירושלים טוב השנים, מ'זאל צושטעלן ר' ליפא שווארץ, ווי אויך איז געוועהן אסור צו האבן א אייגן בענקל און א שטענדער.

שנות תש"מ: האט מען אים צוגעגעבן א צו נאמען דער הוניאדער, א פלאטישקער, מער צדיק וגאון, מחמת זיין הכנעה צום ברך משה, יעדע בריוו וואס ער האט געשריבן האט ער חותם געוועהם שם אמו, פלעגט קומען צו די חתונות פון נכדי הברך משה מיט בגדי שבת, מחבב געוועהן הרח"ץ מיייזליש ווי א אייגן קינד, ערפלעגט ארויס קומען נאכגעלט איינגעשטאנען ביי ר' ישראל ניימאן און 2 תלמודים פלעגן גיין נאך געלט מיט אים (ר' הלל דוב מיט ר' אברהם יושע ווייס) אלץ בעפאר ער האט זוכה געוועהן צום גרויסן אור פון די טארעמ'ס.

שנות תש"ן: ווי נאר ער האט זוכה געוועהן צום אור צח ומצוחצח משפחת טארעם בשותפות מיט וויגדור יאקאבאוויטש, האט זיך אנגעהויבן א קדושה א טהרה, א הימל געפליעכט'ס,עד כדי כך אז רבי ז"ל אידן זענען געפארן קיין פלארידע צו זיין שבת מיטן הרמ"א כאטש וואס אין די זעלבע צייט האט מען מבזה געוועהן דעם ברך משה אז ער פארט קיין פלארידא,

ווי גייט נאר דער ניגון? דרידל דרידל דריידל, דריי דיך שנעך ארום
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שרייבער אום דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:24 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:07 am

פרק ג'
מיר זענען העכסט פארווינדערט און איבערגענומען ווי ווייט די פאריגע ארטיקלען האבן דעגרייכט און ווי מענטשן דריקן אויס שטיצע צו די אמת'ע ווארהייט איבער די פאלשע פאלשקייט, אבער לצערינו הרב זעהן מיר דאך אז טייל ליינער פארשטייען נישט ריכטיג דעם אמת'ע ציל פון די אלע ארטיקלען, מיר זיכן נישט סתם אנצופילן בלעטער פאר הונגעריגע ליינער און אנצופילן מענטשן'ס ליידיגע צייט אדער שאפן א מקום ווי זיך אויסצוטענה'ן, מיר ווילן פשוט אויפמאכן קעפ וואס זענען צוגעסטעפעלט געווארן און צוגענייט געווארן מיט גרויסע שווערע סטיטשעס במשך די יארן אונטער פאלשע מאמרים מיט א לבוש אז דאס איז אלעס דער רבי ז"ל.

מיר האבן נישט געצילט אראפ צו רייסן די "רבי ז"ל אידן" כדי צו געבן שטיצע צו די מיינונג אז ס'האט געדארפט זיין א ממלא מקום אין סאטמאר נאך כ"ו אב, מיר זעהן אז אין א דערנעבנדיגע אשכול פראבירט א שרייבער צו מאנעווירן אונזער ארטיקל כאילו דאס איז אונזער ציל אז וויבאלד מיר האבן געוואלט א ממלא מקום אין סאטמאר דעריבער רייסן מיר אראפ די "רבי ז"ל אידן" וואס די מערהייט פון זיי האבן נישט געוואלט קיין ממלא מקום, ניין, אונזער ציל איז בלויז דאס וואס שטייט אין אונזער קעפל (ביטעל ליינט אונזער קעפל נאכמאל) "די אמונה טפילה און ע"ז שקר",

דער שרייבער אומווילדיג גיבט ער צו שטיצע אויף אונזערע רייד וואס מיר האבן אנגעהויבן אינעם ערשטן מאמר, אז די אמונה טפילה איז איין געגעסן אין אלע טיילן פון סאטמאר, ווי מיר האבן געברענגט עטליכע דוגמאות אז דער נידון ווערט נישט באהאנדלט היינטיגע צייטן תורה'דיג צו הלכה'דיג, נאר רבי ז"ל יא צו רבי ז"ל נישט, און דער שרייבער לייגט נאך צו אז די אפי' אין די האלב וואס האט יא געוואלט האבן א ממלא מקום האבן אויך דן געוועהן די רבנים לויט זייער פאליטיק, לאמיר זאגן אז ס'איז אמת, אבער פון ווי איז די יניקה?, פון ווי איז דער מקור?, פארוואס ווען איינער זאגט אנדערשט ווי דיר איז ער א שייגעץ?, ווער האט דאס אריין געברענגט דא?, ער איז דאך קלאר מודה אז די דאזיגע חינוך וואס מ'האט מחנך געוועהן דעם דור אין סאטמאר איז נישט אויסגעהאלטן, ער טענה'ט נאר אז קיינער איז אין דעם הינזיכט נישט קיין נקי כפים.

צו דעם האבן מיר טאקע געצילט דעם ארטיקל, כדי צו פארשטיין וואס דא איז געשעהן און ווי מ'איז פארפארן, און ווי אהין מ'איז אנגעקומען, די האלב וואס האבן געהאלטן אז ס'דארף זיין א ממלא מקום האבן נישט געהאלטן אז דער ברך משה איז אפי' למחצה אזוי גרויס ווי רביה"ק, נאר וואס, זיי האבן געהאלטן אז דעם ברך משה'ס הנהגה איז א המשכה פונעם רבינ'ס מוסדות, און די אנדערע ווילן גאר צוברעכן סאטמאר, און צוברעכן סאטמאר האט מען געפרעדיגט ביז היינט איז ביהרוג ועל יעבור, קען זיין זיי זענען געוועהן עטוואס פליפ פלאפאר'ס כלפי זייער מיינוג איבער די רבנים, אבער כאטש איין ליניע האבן זיי געהאלטן גראד בתכלית הישרות, גערעכט צו נישט גערעכט האבן די אידן געהאלטן אז דער ברך משה איז סאטמאר און ווער ס'צוברעכט אים צוברעכט סאטמאר און ווער ס'שטיצט אים האלט צוזאמען סאטמאר, כלפי דעם ברך משה גופא איז נישט געוועהן קיין שום ראלער קאסטער, ווייל דאס איז געוועהן דער חינוך וואס די אלע מענטשן האבן מקבל געוועהן ביז אהער אז ווער ס'צוברעכט די הנהגה איז א גוי גמור און ס'איז מותר צו טון אלעס קעגן דעם, ווידער די א.ג. "רבי ז"ל אידן" די האבן נישט קיין געהאט קיין שום גראדע ליניע, איין זאך איז יא געוועהן ביי זיי גראד אנטי ברך משה, וואס אונטער דעם האט מען זיך געשטעלט און אזוי האט מען געפליפט - פלאפט מעלה מטה מזרח מערב דרום צפון, די שיטה וואס מ'האט געהאט ביז איצט אז מ'טאר נישט צוברעכן די הנהגה האט זיך איבער נאכט געטוישט.

(יעדע סאטמארע איד קען די תורה (וואס מאנכע האבן געהאלטן אז דאס איז דעם רבי'נס צוואה) גלייך נאך די הסתלקות פ' שופטים האט מען געטראפן א תורה אין חידו"ת תשט"ז, "ויהי בימים ההם אשר אין שופט בארץ איש כל הישר בעיניו יעשה", אז אין א זמן וואס איז נישטא קיין מנהיגים, דארף יעדער אליין זיין א מנהיג, ס'איז "אין שופט בארץ" ס'איז נישטא קיין מנהיג בישראל, דערפאר איש כל הישר בעיניו "יעשה" א לשון עתיד ער דארף אליין טון! ניטש פרעגן קיינעם עיי"ש, אונטער דעם "יעשה" האט מען געטון כל מי שלבם חפץ, ווייל דער רבי זאגט דאך "יעשה", (לפלא האט זיך די הנהגת ה"יעשה" אפגעשטעלט אין די ס' יארן ווען די בעלי היעשה האבן יא געטראפן א מנהיג ישראל)

מיר האבן לגמרי נישט קיין פראבלעם מיט די אידן וואס זענען געבוירן גלייך נאך די מלחמה תש"ז - תש"ח און זענען געוועהן תשכ"ח 20 – 21 יאר, אדרבה אז מ'קוקט אריין אין די בארימטע היסטארישע ספרים "מבצר התורה והיראה" ווי עס ווערט היסטאריש אפגעשריבן דעם רבי'נס הרבצת התורה מיט אמת'ע פאקטן, (דאכט זיך אז ביי די פאלשע רבי ז"ל איז דער ספר נישט אזוי מצוי, איי ס'איז א שטארקע ספר אינעם רבינ'ס היסאטריע איבער זיין הרבצת התורה, לאו דוקא געלבמאן איז מער נאמן....) איז דארט דא קאפיס פון די ליסט'עס פון די תלמודים בימים ההם, וואס מ'זעהט קלאר און דייטליך אז די גרעסערע חלק פראצענט פון די דעמאטסדיגע תלמודים זענען בעלי הכנעה וואס האבן צו געגעשטעלט צום ברך משה במליאו,
אונזער נקודה איז איין זאך, ווער איז דער וואס האט דער רשות צו זאגן אז ער איז א תלמוד וואס פארשטייט דעם רבינ'ס תורה ושיטה.

לאמיר שוין אנעמען אז די יעצטיגע 60 – 65 יעריגע האבן א מיינונג, איז דאס משל למה הדבר דומה, האדמו"ר ר' הערשלע ספינקא זצ"ל איז אוועק אין שנת תשנ"ז וואס איז געוועהן א פארלוסט פאר אלע זיינע אנהענגער און חסידים, איצט ווען מ'וויל פרעגן שנת תשס"ט 12 יאר שפעטער א זאך וואס ר' הערשלע האט געהאלטן וועמען פרעגט מען, די יעצטיגע 35 יעריגע וואס זענען געוועהן ביים הסתלקות 22 יאר?, אדער פרעגט מען די עלטערע וואס געדענקען נאך פון יארן פריער און זענען שוין היינט 45 – 55?

הנמשל מובן, עס איז היינט 41 יאר נאכדעם וואס דער רבי האט אויפגעהערט צו זאגן אפציעל תורה, און אויפגעהערט צו זיין אפציעל אקטיוו אין יעדן פרט קטן, ממילא די וואס זענען אין יענע יארן געוועהן בחורים צו אינגעלייט קוים נאך די חתונה, צו קענען זיי זאגן אז זיי פארשטייען און ווייסן קלאר וואס דער רבי האט געוואלט? אדער זענען זיי גאר מיט געשלעפט מיטן שטראם פונעם מח וואשונג וואס איז פארגעקומען אין די ל' יארן?, ווי באשריבן אין מאמר א', פארוואס זאל מען נישט הערן וואס דער עלטערע דור האט צו זאגן, אפשר איז דא אידן וואס געדענקען דעם רבי'ן פון דערהיים צו אפי' די ערשטע צייטן דאהי ווען דער רבי האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן יחיד מסביר זיין וואס ער וויל און וואס ער צילט, ווער האט געגעבן די אויסשליסליכע בעלות איבערן רבינ'ס הנהגה און שיטה אין די הענט פון יחידים וואס האבן דאס קאמפליט מסלף געוועהן.

איצט לאמיר צוריק גיין ווי מ'האמיר געהאלטן.

די שיטה הקדושה
מיר האבן פיל געטראכט צו מיר זאלן בכלל אריין גיין אין די פרטי הדברים פון די שיטה הקדושה, טאקע ווייל דאס איז אזוי סענסעטיוו, און א גרויסע טייל ציבור פארשטייט בכלל נישט וואס איז באמת געוועהן דעם רבי'נס שיטה, און ליידער איז דאס אויך פארדרייט געווארן במשך די יארן, ווי דער רבי אליין שרייבט דאס אין די הקדמה פון על הגאולה, אז היות מ'זאגט נאך זאכן אין זיין נאמען וואס איז שקר דעריבער שרייבט ער אפ די אלע זאכן קלאר כדי מ'זאל וויסן וואס איז זיין שיטה,
בעטן מיר א תפלה קצרה אז די ליינער זאלן אונז גוט פארשטיין, און זיך נישט ארויף כאפן אויף ווערטער כאילו מיר זוכן דא צו צוברעכן די שיטה הק' צו כאילו מיר זיכן זייטיגע מאטיוון, ווייל רביה"ק האט גע'פסק'נט אז דאס איז גאר האקלע ענינים און דאס גאנצע ענין גרעניצט זיך מיט מינות כחוט השערה.

ראשית דבר, האט דער רבי מחבר געוועהן אין א ספר מיוחד "ויואל משה" עפ"י תורה והלכה ווי ס'ווערט מבואר אלע איסורים וואס גרעניצט זיך מיטן האבן א אייגענע מדינה, און אריין גיין בכנסת המינים וכו', עס איז קלאר ווי דער טאג אז יעדעס ווארט אין ויואל משה איז פעלזן פעסט וואס קיינער האט עס נאך נישט באוויזן אפצופרעגן, אייניגע האבן זיך געזיכט ארויף צו כאפן אויף קלייניקייטן ולא עלתה בידם, אייניגע האבן אפי' געזיכט צו שפעטן אז דער רבי האט געבויעט דעם ספר אויף מדרשים און אגדות חז"ל, ס'איז אבער נישט אמת, יעדעס ווארט ווערט געדעקט מיט שטארקע פוסקים ראשונים ואחרונים.

וואס מ'פארגעסט איז, אז דער רבי האט געזאגט קלאר ער וויל נישט ס'זאל הייסן א פערזענדליכע מחלוקה, דער רבי האט קלאר געוואלט טראגן א פנים ווי א נארמאלע מענטש אין די גאס, ווי דער רבי אליין זאגט אין דבר"י פ' וירא, אלוני ממרא הוא שנתן עצה על המילה, צו האט דען אברהם אבינו געמוזט בעטן א עצה ביי ממרא אויף א ציוו ד'?, נאר אברהם אבינו וואס האט אויפגעטון פאר כבוד שמים אין די וועלט, האט מורא געהאט אז אפשר מיטן טון אזא שריט פון זיך מל זיין ביי די 100 יאר וועט שאטן פאר זיינע פעולות ווייל מענטשן וועלן אים אנקוקן עקסטרעם, האט ער געפרעגט ממרא וויאזוי די וועלט וועט עס אנקוקן, הוא שנתן עצה על המילה אז די וועלט וועט עס אנקוקן גוט עיי"ש,

דאס איז געוועהן דעם רבי'נס קוק אייביג, דער באגאבטע מנהל ר' יודל הכהן רז"ב ז"ל (גענוג א נאנטע תלמוד פון רביה"ק) פלעגט זאגן אז ער האט א באפעל פון רבי'ן מקרב צו זיין די פרעמדע אידן אין מצה בעקעריי כדי צו ווייזן אז די סאטמארע אידן זענען פריינדליכע מענטשן נישט בלויז קנאים, דער רבי האט מחזק געוועהן הרבנית הצדיקת ע"ה אנצופירן דעם ביקור חולים און געהייסן גיין אפי' צו פרעמדע, נאר דערפאר מ'זאל וויסן אז סאטמאר טוט חסד, דער רבי האט נישט געוואלט מ'זאל זאגן אז קנאות קומט פון שלעכטקייט, קנאות קומט פון ריינקייט פון הערצער וואס פארטראגן נישט קיין חילול ד',

עס איז אזוי משמע פון דעם באקאנטן שמיעס וואס דער רבי האט געהאט מיט א שרייבער פונעם פרייען צייטונג "פנים אל פנים" דערנאך וואס יענער האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן אז סאטמאר האט אים געהאלפן ווען זיין ווייב איז נישט געזונט געוועהן, אז אונז העלפן מיר אלע אידן, כאטש וואס אין אמונה ודיעות זענען זיי אויסגעגליטשט,

דער רבי האט געהאלטן אז זאגן הלל ביום ה' אייר איז א ברכה לבטלה און א איסור גמור, און קעגן איבער רבינ'ס הויז איז געוועהן אזא שול (בעדפארד קליימער) ווי מ'האט געזאגט הלל ה' אייר, און ס'איז געוועהן אין יענעם שול א ציוניסטישע פאן, אבער ווען א בחור האט געטון אזא אקט ווי צורייסן יענעמ'ס פאן, האט ער אנשטאט צו באקומען א ישר כח פון רבי'ן, (די היינטיגע עירוב שרייער וואלט זיכער געהאלטן אז דער בחור איז נחשון בן עמינדב אז ער רייניגט אויס דעם הייליגן שטאט וומס"ב פון טריפה'נע פענער, און ס'קומט אים זיכער קרעדיט דערפאר) אבער ניין, דער רבי האט אים בשכר זאת ארויס געווארפן פון ישיבה.

ווען הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל איז אוועק, האבן זיך די שטוב מענטשן געבעטן צום רבי'ן אז ס'איז נישט לפי כבודו צו גיין צו די לוי', קודם מחמת זיין שטארקע שטיצע צו חינוך עצמאי, און בעיקר צוליב דעם וואס ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון א"י נאכן אויסשרייען אז די בחירות הטמאות איז אסור, איז ער געפארן מאכן א פארקערטע קאמפיין מיט דרשות אז בחירות איז גאר א גרויסע מצוה און א חוב קדוש, דער רבי האט אבער פארשטאנען אז מ'מוז זיין נארמאל און טראגן א פנים (ער האט דאס בפי' געזאגט אין קאר אויפן וועג אהין), און דעריבער האט ער מספיד געוועהן מיט דעם בארימטן הספד מגיד שבחו של אהרן שלא שינה, לשבחו פון ר' אהרן קאטלער אז ער האט מציל געוועהן אסאך תלמודים זאלן נישט גיין שטודירן, וואס טאקע אט די הספד האט געהויבן דעם רבינ'ס כבוד ביי יענע קרייזן ווי ס'האט זיך שפעטער אויסגעצאלט.

שנת תשכ"ו איז רביה"ק געגאנגען באזיכן האדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א (דאן געוועהן נאר רב ור"מ) זאגנדיג פאר די שטוב מענטשן איך וויל ווייזן אז די מערכה קעגן זיי איז נישט קיין פערזענדליכע, דער רבי האט זיך געטראפן מיט רוב פון די גדולי אגודה און געשמיסט פריינליכע שמיסן, אלץ מיט די זעלבע כוונה אז ס'איז נישט קיין פערזענדליכע מחלוקה, (די שמיסן זענען געוועהן געווענדליך שיינע און רואיגע אזוי לאנג ווי יענער האט נישט געוואלט דעם רבי'ן קאנווינסן צו זיין מיינונג, וואס דאן האט געקענט קומען שארפע אויסטויש רייד).

נאך מער, דער רבי האט געשטיצט 2 וויכטיגע ארגענעזאציעס וואס איז געוועהן געפירט אומאפציעל דורך די אגודה, דאס איז קרן השביעית וואס איז געוועהן געפירט דורך אגודת ישראל דער קוממיות'ער רב איז געוועהן אן אפציעלע אגודה'יסט, דאך האט דער רבי געגעבן גרויסע געלט פארן קרן השביעית, ווי אויך פאר יד לאחים האט דער רבי געגעבן גרויס געלט כאטש עס איז געוועהן אומאפציעל געפירט דורך די אגודה, (די היינטיגע קנאים וואלטן זיכער נישט מסכים געוועהן צו דעם)

דער רבי האט נישט געזאגט אין ישיבה אויב בחורים קלעבן נישט קיין צעטלעך צום פראטעסט דארף איך נישט קיין ישיבה, ער האט אבער יא געזאגט אז בחורים קענען נישט גיין צו א איד אין שפיטאל דארף איך נישט קיין ישיבה.

משנת תשכ"ח ואילך, האט מען מחזק געוועהן די שיטה הקדושה מיט פרישע יסודות, ע"י ר' נתן יוסף ז"ל וכת דילי' און דורך זיינע תלמודים המחכימים את רבם, מ'האט געפרעדיגט די יסודות אז יענעמס תורה גייט צום ס"מ, דער זעלבע יצה"ר וואס הייסט אונז נישט לערנען הייסט זיי יא לערנען, הגם דער ציל דערפון איז אפשר געוועהן מיט א גוטע כוונה מ'זאל נישט כאפן קיין התפעלות פון די אנדערע זייט וועלט וואס זענען ציונים און דאך שומרי תורה ומצות, ווייל לכאורה ווי קען דאס בכלל שטומען זיי זענען דאך מינים ואפיקורסים, האט מען געמוזט ענפערן אז זייער תורה גייט צום ס"ם,
דער ציל איז אויך געוועהן צו מאכן סאטמאר אינדעפענדטן און זעלבסשטענדיג זיך נישט אויסצומישן מיט אנדערע חסידות'ער און זיין ווי א פארטיי, פונקט ווי וויזניץ האט א יוני פארם א פארקערטע היט און א סקווירא האט שטיוול וואס דאס האלט אים צוריק פון זיך אויסמישן מיט אנדערע, אזוי וועט מען מאכן אויך אין סאטמאר א יוני פארם, איי דער רבי האט נישט געוואלט א יוני פארם און א פארטיי קען מען דאך נישט מאכן סתם אזוי, וועט מען מאכן א פנימיות'דיגע פארטיי וואס וועט הייסן קנאים, און צו דעם האט מען געהאלטן די אלע דרשות אז מירק זענען די איינציג'סטע ערליכע אידן אויף די וועלט און אלע אנדערע זענען כדין משומדים, און די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט, סאטמאר'ע תלמודים האבן געהאט שפראך קעגן בעלזא רב קעגן סקווירא רבי קעגן וויזניצער רבי ועוד.

פון דארט האט זיך אנגעהויבן די פערזענדליכע מחלוקה, יעדע אגודה'יסן איז געווארן א גוי, יעדע ספר פון זייערע גדולים האט באקומען א הלכה ווי ס"ת שכתבה מין, ס'איז ממש מצוה להורגו, מ'טאר מיט זיי נישט רעדן, מ'האט געדריקט קונטרסים אויסצוגן פון רבי'נס תורות ארויס גענומען נאר די שארפע לשונות, און דאס האט מען מפרסם געוועהן אין די וועלט, מ'האט פארשווארצט דעם רבינ'ס פנים כאילו דער רבי איז ווי דער עקסרעמע שיטת משה בער בעק וחביריו,
ווייל ווען א איד הערט די נשא תורה אדער דעם וישלח תורה און ער הערט אויך אינצווישן א שארפע אויסדריק איז דאס גלייך ווי איינער עסט צו א שטיקל כריין צו א גרויס מאכל וואס דער שארפקייט איז גאר א הוספה צום מאכל און גיבט צו טעם, ווידער ארויס נעמען בלויז די שארפע לשונות און איבערלאזן דעם גאנצן ארום און ארום, איז ווי עסן בלויזע כריין מיט א גרויס לעפל....

מ'האט מפרסם געוועהן פריוואטע שמיסן וואס דער רבי האט געזאגט אין שטוב, צו האט מען בכלל געמעגט מפרסם זיין שארפע לשונות וואס דער רבי האט געזאגט אין שטוב צווישן די שטוב מענטשן?,
דער רבי, וואס ער האט געוואלט אז די וועלט דארף וויסן האט ער געזאגט אין ביהמ"ד און געשריבן אין זיינע ספרים, זאכן וואס דער רבי האט געזאגט פריוואט, דארף בלייבן פריוואט, דאס איז דעם רבי'נס קלארע הנחה אין די הקדמה פון על הגאולה דאס וואס דער רבי שרייבט דאס איז זיין שיטה,
אסאך מענטשן האבן טאקע גוט פארשטאנען דעם רבי'נס שיטה און מחמיר געוועהן בכל חומר הדין מיט אלע חומרות וויסנדיג אז פארן רבי'ן איז ניחא אזוי, אשרי להם ואשרי חלקם, אבער אראפ שטעלן א יסוד אז די אלע צוגעלייגטע חומרות איז עצם עצמי פון שיטת רבינו? איז נישט גערעכט.

מיר וועלן דאס ממשיל זיין מיט א גוטע דוגמא, יעדער סאטמאר'ע איד ווייסט אז דער רבי האט געוואלט און געהאט חשק אז אלע זיינע חסידים זאלן קענען פועל'ן ביי די עזרת נשים צו גיין אנגעטון מיט שפיצלעך, דער רבי האט דאס געזאגט פריוואט פאר אסאך אידן, דער רבי גופא האט געהאלטן כשיטת הדברי חיים אז שייטלען איז א איסור, און ווען איינער האט געזאגט אז ביי אים אין שטוב גייט מען אזוי אנגעטון האט דער רבי שטארק הנאה געהאט,

צו האט דאס דער רבי קלאר געזאגט אין ביהמ"ד ברבים אדער געשריבן בכתב אז ער איז מחייב יעדן איינעם צו גיין מיט א שפיצל?, ניין, ווייל דער רבי האט פארשטאנען אז ס'מוז זיין וכל בניך למודי ד', ער איז גוזר נאר אזא זאך וואס איז יעדן מחייב און יעדער קען דאס איינהאלטן, ווידער גיין מיט דינע זאקן אדער ביי - האר איז געוועהן ביי רבי'ן א קלארע פסק, ער האט דאס געזאגט קלאר, געשריבן, געהייסן אין סקול זאל מען אהיים שיקן ווער עס קומט נישט בצניעות לויט די פארשריפטן,
ווידער שייטלען, האט דער רבי נישט געמאכט קיין חילוק ביי א סידור קידושין ווי מ'איז יא געגאנגען מיט א שייטל צו ווי מ'איז נישט געגאגנען, די שבע ברכות איז נישט געזאגט געווארן מיט מער התלהבות פאר א כלה וואס איז געגאנגען מיט א שפיצל צו א כלה וואס איז נישט געגאנגען,

ווייל סך הכל איז דא איין חילוק, ס'איז דא א ביהמ"ד פסק, ס'איז דא א שטוב פסק, א ביהמ"ד פסק איז מחייב יעדן איינעם מקטן ועד גדול קיינער אן אויסנאם, ווידער א שטוב פסק איז פארשטייט זיך געוועהן להנאת רביה"ק אבער ס'איז קלאר נישט קיין פסק וואס מ'קען מחייב זיין דעם גאנצן קהל, ס'איז מחייב פאר דעם וואס האט דאס געהערט.

די זעלבע זאך איז לגבי ציונות, ס'איז דא קלארע איסורים פון עיקרי הדת, גיין צו בחירות, אריין גיין אין כנסת, ס'איז אפי' דא איסורים וואס דער רבי האט שפעטער ארויף געלייגט דער איסור (וואס איז בעיקר נתקבל געווארן בלויז אין סאטמאר) פון גיין צום כותל וכדומה, א איד וואס האט א געפיל צו די שיטה הקדושה וועט נישט פארן מיט על-אל, און וועט נישט וועלן ניצן א ספר וואס איז דא היברעאיש'ע ווערטער, ווייל ער פארשטייט אז ס'איז נישט געוועהן ניחא פארן רבי'ן אט די אלע זאכן און ער איז גערעכט דער רבי האט דאס טאקע נישט געגליכן, אבער מאכן דערפון א יסוד היסודות איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל דאן פארמישט מען דעם נייעם דור וואס ווייסט נישט וואס איז אסור בתכלית און וואס איז בלויז א חומרא, אז מ'שרייבט אויף א חומרא די זעלבע לשונות ווי אויפן איסור, קוקט מען אן די גאנצע זאך ווי איין שטיק עקסטרעמיזום,

די עקסטרעמע פראבירן צו זאגן אז ס'איז א איסור אפי' אריין צו טרעטן אין א"י און מ'שרייבט דאס אראפ באגלייט מיט גאר שארפע לשונות, ווידער די נייע דור איז נישט דערביי דערפאר וויל ער בועט זיין אין דעם עקסטרעמיזום, און אז מ'איז שוין בועט טרעט מען שוין אויף די עכטע איסורים, ווען די שיטה הקדושה וואלט געווארן אוועק געשטעלט אויף א נארמאלע וועג נישט מיט אזויפיל עקסטרעמיזום מ'וואלט נישט אויסגעמישט די ביהמ"ד פסקים מיט די היים פסקים, וואלט נישט געוועהן די בעיטה אזוי שטארק ווי ס'איז היינט.

יעצט ווייל מ'האט דעם רבי'נס שיטה געמאכט קיצונות'דיג איז עס נישט וכל בניך למודי ד', ס'איז פונקט ווי מ'צווינגט יעדן מעמבער אין סאטמאר זאל זיך אנטון א שפיצל ווייל דער רבי האט אזוי געוואלט, מ'דארף אבער יא וויסן און לערנען מיטן ציבור וואס זענען די קלארע פאקטן, וואס דאס איז בלויז די זאכן וואס דער רבי שרייבט קלאר און געזאגט קלאר, די אנדערע זאכן אפי' זאכן וואס זענען באמת שטארקע אויסגעהאלטענע חומרות בנוגע ציונות איז נישט מעגליך מחייב צו זיין יעדן איינעם, אלץ עיקרי הדין ויסוד היסודות.

דער רבי שרייבט קלאר אז מיטן שטיצן בני א"י איז מען מקיים מצות ישוב א"י, דאס מיינט ס'איז א ענין פון שטיצן היימשיע מוסדות און ערליכע אידן אין א"י, דאס איז א כלל וואס קען מחייב זיין יעדן, ס'איז אויך קלאר אז דער רבי האט נישט געלאזט סתם אזוי פארן קיין א"י פאר שוואויל טאג, אויב איינער האט געזאגט פארן רבי'ן אז מ'פארט קיין א"י האט מען געמוזט זאגן א אנגעבליכע סיבה, לעומת זה האט דאס דער רבי קיינמאל נישט געזאגט (עכ"פ ברבים אדער געשריבן) אז מ'טאר נישט איבער טרעטן די שוועל פון א"י, צו אז מ'טאר נישט עסן אדער גיין אין מקוה און אנצינדן א לייט אין א"י ווייל מ'שטיצט די מדינה, אט די עקסטרעמע געשרייבעכט'ס איז גורם אז אייגענע מענטשן זאלן באקומען א שנאה צו די שיטה הקדושה, און מ'הייבט אן צו טראכטן אז כותל, קבר רחל, מערת המכפילה האט די זעלבע דין ווי סתם א עקסטרעמיזום,

ס'איז פוקט ווי דער חפץ חיים האט געזאגט אז נאך א דרשה וואס ער האט מסביר געוועהן אז לשון הרע איז אזא גרויסע עבירה ווי חזיר, האט ער געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטן כ'האב גארנישט געוויסט א חזיר איז אזא קליינע עבירה, ס'איז נאר ווי רעדן לשון הרע...., אזוי טראכט א יונגע סאטמאר'ע חסיד, כ'זעה אז גיין צום כותל איז סך הכל די זעלבע עבירה ווי פארן אויף א"י און נישט מער, אדער עכ"פ די זעלבע עבירה ווי אריין גיין צו שכן'ס ביהמ"ד, ווייל מיין טאטע זאגט מיר אז יענער רב פון דעם ביהמ"ד איז א שייגעץ א כופר, און גראדע איז ער א וואוילע איד.

ליידער ליידער, מ'האלט א וואך נאך ל"ג בעומר, ס'קומען צוריק זייער נישט קיין גוטע גריסן, יא, היימישע סאטמאר'ע יונגעלייט, בחורים, אפי' מיידלעך, זענען געפארן קיין א"י, און געגאנגען צום כותל, קבר רחל, מערת המכפלה, אפי' צו יד ושם, (זייער אסאך מענטשן און פון אלע קרייזן אינעהאלב סאטמאר) פארוואס?, זענען זיי סתם אזוי בועט אין רבינ'ס שיטה?, צו זענען זיי סתם מזלזל און כל הקדוש לנו?, ניין, שולדיג זענען די מאמרים וואס ווערן געשריבן אז מ'טאר נישט פארן, מ'טאר נישט טרינקען קיין וואסער, וכהנה וכהנה, דאס איז קלאר עסקטרעמיזום וואס איז נישט געמאכט מפרסם צו זיין פארן גאנצן המון, אדברה אז א איד וויל נישט פארן קיין א"י כדי נישט נכשל צו ווערן און הנאה האבן פון די ציונים מה טוב ומה נעים דער רבי פרייט זיך זיכער מיט אזא איד, אבער צו מאכן פון חומרות (אדער אייגן געמאכטע חומרות) די זעלבע הלכה איסורים גמורים?..., האט טאקע אזעלכע תוצאות.

ווען מענטשן זעהן אז מ'איז מוחה קעגן א ראש ישיבה פון ב"ב מיט די זעלבע שארפקייט כאילו יענער איז א ראש ממשלה, האט דאס א פאקערטע השפעה, קען מען דאס בכלל מסביר זיין?, האט דאס דער רבי אמאל געטאן?, שטייט דאס געשריבן אין ויואל משה, על הגאולה?

א פשוט'ע דוגמא, איז די לעצטע פארלאפענע פרשה ווען אייניגע קנאים וואס זענען געגאנגען האנט ביי האנט מיט די אראבער, דער מאנטיוועדיעא רב זצ"ל האט געהאלטן קלאר אז ס'איז תורה'דיג, און געשריבן א מכתב אז לדעתו איז דאס געוועהן שיטת הויואל משה, ווידער דער וומס"ב סאטמאר'ע בי"ד האט געשריבן אז ס'איז קלאר נגד שיטת הויואל משה און שטארק אראפ געריסן די קנאים, וואס אליבא דאמת איז דאס זייער זייער א האקאלע נושא, ווייל צו זאגן אז דער רבי האט געהאלטן אז כהיום איז וויכטיג צו גיין מיט די אראבער איז קלאר עקסטרעם, די צרה איז אבער, אז ווייל יענער גייט עקסטרעם שפירט שוין די אנדערע זייט אז מ'מוז שרייבן פארקערטע בריוו'ן בחוצות העולם אז מיר זענען קעגן זיי און מיר האלטן אז מ'טאר נישט גיין צו די אראבער, דאס טויג ווייטער נישט, ווייל פאקטיש ניצן דאס די ציונים אויס פאר זייער אינטערעסן, ווי ס'איז טאקע געוועהן אזוי באשריבן אין אלע איזראעלישע צייטונגען אז סאטמאר אליין האלט שוין היינט אויך מיט זיי צוזאמען קעגן די אראבער, וואס דאס איז אויך א קילקול,

יעצט ווער איז דער וואס פארשטייט טאקע? בשלמא ווען מ'גייט מיט א מהלך אז נאר וואס דער רבי שרייבט אדער געזאגט ברבים איז מחייב, איז דאך דא א קלארע מהלך פון רבי'ן, אז דער רבי אין אזא פאל וואלט שטיל געוועהן, ווייל בשעת די מלחמות האט דער רבי נישט גערעדט, הערשט נאכדעם ווען ס'האט זיך אנגעשטילט האט דער רבי גערעדט כדי מ'זאל נישט אויסטייטשן זיינע ווערטער לטובת די אראבער און אוודאי נישט לטובת די ציונים, ווייל ווען דער רבי האט געוויינט אויף די אומגעקומענע אידן, האט דען דער רבי געמיינט תולדות אהרן'ע אינגעלייט?, אדער מאה שערים'דיגע אידן?, דער רבי האט דאך געוויינט אויף די זעלנער פון צה"ל וואס זענען נעבאך אומגעקומען אין קריג ווייל זייערע בעלי בתים האבן זיי אריין געשלעפט אין א אומזיסטע קריג וואס איז אסור עפ"י תורה, ממילא אין אזא פאל וואס קען ווערן אויסגעטייטשט לכאן או לכאן זיצט מען שטיל, אבער עכשיו שלא זכינו און דאס קנאות ווערט געפירט נאר דורך די שרייבער'לעך ווערט געטון שריט וואס קומט ארויס גרויסע קלקולים עפ"י הויואל משה,

ווידער צו אונזער נקודה, אז מ'האט דעם רבי'נס אמת'ע שיטה פארדרייט, און היינט עסט מען די פירות דערפון, מ'האט פון רבי'נס שיטה געמאכט א נאציאנליזום, דער רבי מיט די שיטה די שיטה מיטן רבי'ן, און ווער ס'זאגט אנדערשט איז נישט גע'מל'ט, אין די צייט וואס דער רבי האט פארמאגט אזויפיל השלמה אין אזויפיל מקצועות און מ'קען זיין א סאטמארע חסיד מיט אזויפיל פאזעטיווע חלקים איז מען מקיים קליפתו אכל ותוכו זרק, און מ'זינגט זיך צו דעם לידל, די שיטה הקדושה – ויואל משה...., דעמאטץ וועלן אלע זעהן אז שיטת רבינו....., דאס איז דת תורתינו...., און פארטיג, יעצט מעג מען שוין טון וואס מ'וויל, זיי זענען דאך שקצים, און אונז צדיקים, זייער תורה גייט צום ס"ם, און וואס זעמיר אונז?, וואס הייסט וואס? אונז זעמיר רבי ז"ל אידן וואס זענען הייליגער פון די גאנצע וועלט, און דערפאר דארף מען נישט לערנען, דאווענען, זיך פירן עפ"י שו"ע, מ'טאר נישט צולייגן קיין חומרא ווייל דער רבי ז"ל האט דאס נישט געהאט, מ'קען אויסרייסן די גאנצע תורה, דער עיקר איז אז זיי זענען שקצים...

און צוריק צו אונזער אלטע הנחה אז דא זעהט מען די שטארקע חילוק פון די י' תלמודים און די שפעטערע כ' - ל' תלמודים, די י' תלמודים פארן כמעט נישט קיין א"י ווייל זיי ווייסן אז ס'איז נישט ניחא געוועהן פארן רבי'ן, לעומת זה רעדן זיי נישט אט די שפראך אז יענער איז א גוי און יענעמ'ס תורה גייט צום ס"ם, מ'שעצט א צווייטן איד, מ'שעצט א פרישע חומרא, מ'ווייזט הכנעה פאר רבנים און ערליכע אידן אפגעזעהן צו ער איז אין די שיטה הקדושה, ווייל זיי ווייסן באמת דעם רבינ'ס שיטה,

ווידער די צוויטע העלפט כ' – ל' תלמודים, קיין א"י פארן זיי ווען אימער ס'איז זיי באקוועם, אבער האקן קעגן יענעם איז די ערשטע זאך, און הייסן גאר אנדערע אידן צורייסן טיקעט'ס, ווייל זיי זענען נתחנך געווארן אונטער די אמונה טפילה און ע"ז שקר, מיטן נאמען רבי ז"ל, ווי מ'האט מהפך געוועהן קערה על פי'ה.

כללו של דבר, וואס דער רבי האט געזאגט ברבים (דא פסקנ'ט מען נישט מיעוט רבים שנים) און וואס דער רבי האט געשריבן "נאר דאס איז דעם רבי'נס שיטה" און א סאטמאר'ע איד דארף האבן אויף דעם מסי"נ, די אנדערע זאכן זענען טאקע גוטע חומרות, אבער נישט קיין שו"ע וואס מ'קען ארויף צווינגען אויף קיינעם, א סאטמארע איד דארף וויסן אז פארן קיין א"י איז נישט קיין לכתחילה, אבער ווען מ'פארט יא טאר מען נישט ארום לויפן צום כותל און צו אלע מקומות וואס טויג נישט, מ'דארף זיך האלטן אויף א גראדן קו, זיין א נארמאלע אמת'ע סאטמארע חסיד.

יעדע סאטמארע איד ווייסט אז דער רבי האט נישט געמאכט קיין עירוב אין ברוקלין און דערפאר זענען זיך סאטמאר'ע אידן (פון אלע צדדים) מונע פון טראגן מיטן עירוב כאטש דער רבי האט דאס נישט געשריבן און געזאגט ברבים, אבער צו זאגן אז ווייל דער רבי האט דאס נישט געוואלט זאל ווערן אזא שטארקע שיטה אז מ'מוז שרייען קעגן יענעם איז קלאר נישט אויסגעהאלטן, ווייל ווילאנג ס'איז נישט געשריבן פון רבי'ן בפירוש איז נישטא קיין רעכט צו שרייען אויף יענעם.

א סטעפ ווייטער, לאמיר שוין זאגן אז וויבאלד דער רבי האט נישט געוואלט קיין עירוב און נישט געמאכט קיין עירוב מעג מען שרייען, לאמיר צוריק מישן די בלעטער צו אפאר יאר, משנת תשי"ד ווען דער רבי האט זיך אויסגעגליכן מיט ר' יונתן שטייף, וואס האט אנגעהאלטן די וויען'ע קהילה לויט די פונקטליכע הנהגות פון די שיף שול אין ווין, וואס זיי האבן אלע יארן אנגענומען די זמן הגאונים, האט דער רבי געמאכט א פשרה שמור לי ואשמור לך, מיר וועלן מאכן דעם זמן ערב ש"ק 15 מינוט בעפאר די שקיעה און ער וועט נאכגעבן זמן ר"ת מוש"ק, און אלע קהילות אין וומס"ב האבן זיך צודעם צוגעשטעלט, חוץ וויזניץ וואס איז געוועהן דאן תחת הדרכתו של כ"ק האדמו"ר מוויזניץ שליט"א - מאנסי, פארוואס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו שטיין יעדן מוצאי שבת און שרייען אויף די וויזניצע אידן "מחללי' מות יומת", סוף כל סוף האט דער רבי מיט אלע קהילות אנגענומען דעם זמן ר"ת כדת וכדין, פארוואס נאר היינט ווען עטליכע קהילות פאלגן נישט סאטמאר מיטן עירוב הייסן זיי אז זיי גייען קעגן די מרא דאתרא - רביה"ק און דעריבער מוז מען זיי אנשרייען, פארוואס האט וויזניץ נישט געהייסן א קהילה וואס גייט קעגן רביה"ק און מ'האט זיי נישט געדארפט אנשרייען??????....., אין די צייט וואס זיי זענען טאקע געגאנגען קעגן מרא דאתרא קעגן יעדע קהילה אין וומס"ב.

די קושיא איז פעלזן פעסט, איר ווייסט דעם תירוץ?, אויב נישט דאן ליינט איבער ארטיקל א' ב' און ג'....., ווייל דאס איז געוועהן אין די גוטע יארן פון סאטמאר וועט מ'איז נאך געוועהן נארמאל, מ'האט געוויסט ווי איין און ווי אויס, און די היינטיגע מערכות זענען שוין תולדות ותולדי תולדות פון די אמונה טפילה און ע"ז שקר וואס הייסט – רבי ז"ל.

מיר האבן געמיינט אז מיר וועלן שוין פארטיגן מיט אונזערע מאמרים, ביז דערווייל זעהן מיר ווי אז ס'ווערט נתוסף די חומר און אסאך אידן גיבן צו ווערטפולע אינפארמאציע, אדרבה אז אידן האבן גוטע הגהות זאלן זיי זיך לאזן הערן, און אויב די צייטן וועט ערלויבן וועלן מיר נאך ממשיך זיין אן ארטיקל אדער צוויי, און נאכמאל מיר האפן אז די ליינער וועלן פארשטיין אונזער גראדן מהלך, און נישט אויסטייטשן כאילו מיר האבן דא זייטיגע מאטיוון.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:07 am

א בריוו
לכבוד דעם שרייבער פון די "אמונה טפילה ארטיקלען" שיחי'

עס קומט מיר אן זייער שווער צו שרייבן דעם פאלגענדן בריוו, צוליב דעם ווייל מיר האלטן שוין כהיום יום אין א מצב וואס פארשידענע שקרים ווערן איבער געגעבן מדור דור, און ביז שנת תשס"ט איז שוין דורך מער ווי 40 יאר וואס אט די אלע שקרים ווערן איבער געחזרט פארן נייעם דור מיט אזא זיכערקייט כאילו דאס איז א תורה שלימה, און ס'ווערט אייגעגעסן ביי מענטשן כאילו דאס איז אזא שטארקע אמת אז מ'קען דאס אפי' נישט רירן פון פלאץ, דעריבער איז מיר אלץ געוועהן א זיכערקייט אז מענטשן וועלן נישט וועלן גלייבן אמת'ע פאקטן נאך די אלע יארן וואס מ'האט זיי פארקויפט פאר גוט געלט די אייגעגעסענע ליגנט'ס,

אבער היות איך האב געזעהן אז איר האט געשריבן די "אמונה טפילה ארטיקלען" וואס דארטן האט איר איידלערהייט (נישט ווי רוב שרייבער'ס דא) היפש אראפ געריסן דעם יסוד השקר און די גאנצע השתלשלות וויאזוי מ'האט מחנך געוועהן אונזער דור צו פארשידענע פאלשע מיינונגען און שיטות, און איר האט אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס זייער "אמונה טפילה" ווי זיי האבן מסלף געוועהן תורת רבינו, און איך האב מיר איבערגעצייגט פון אסאך אידן אז פיל פון זיי זענען טאקע אויפגעקלערט געווארן לטובה און זיך אויפגעווועקט פון דעם לאנגן חלום, האב איך באשלאסן צו נעמען דעם פעדער אינדערהאנט און שרייבן פארשידענע פאקטן וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן, אולי ואולי וועלן מענטשן איינזעהן די לעכערליכע שקרים וואס ווערט פארקויפט פאר האלסעיל.

באמת די טעמע ווואס איך וויל שרייבן איז א פריוואטע טעמע, וואס איז א גרויסע שאלה צו מ'מעג בכלל שרייבן איבער די גאנצע זאך, ס'איז א פראגע צו איז ס'איז בכלל מענטשליך צו רעדן פון דעם, נאר היות איך האב געזעהן אז אייניגע שרייבער האבן דא גענומען די פרשת רויזא'לע און אויס געליפטערט ברבים אויף איינע פון די אשכולת, וואס יענע פרשה איז באמת געוועהן א פארווייטאגטע און א באהאלטענע וואס קיינער האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן דערפון, אבער איצט ווי נאר אפאר שרייבער'ס און ווייסער'ס זענען ארויס געקומען פון די לעכער מיט אייניגע פאקטן וואס האט שאקאריט רוב ליינער'ס, האבן זיך "די היימישע" גענומען מיטן לאזונג אז דער רבי האט געזאט ער איז נישט מוחל בזה ובבא ווער עס רעדט פון דעם, (כאטש מ'ווייסט נישט ווען און ווי און פארוועמען דער רבי האט דאס געזאגט) ווייל זיי האלטן אז ווען מ'רעדט פון די פרשה קען ארויס קומען א בזיון נגד רביה"ק און בכלל איז דאס א פריוואטע שטוב זאך,

מסכים, מיר פארשטייען אז איר ווילט נישט מ'זאל רעדן פון דעם ווייל ס'איז נישט קיין כבוד פארן רבי'ן ווען מ'רעדט איבער א פריוואטע שטוב זאך וואס איז אזוי אנגעווייטאגט, אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע, פארוואס ווען דער רבי האט פריוואט אין שטוב געזאלט זאגן א ווארט קעגן דעם שידוך פונעם סיגוט'ע רב מיט וויזניץ (באלד וועלן מיר זעהן וויפיל אמת ס'ליגט דערין) האלטן די זעלבע "היימישע" ווי איר רופט זיי אן "רבי ז"ל אידן" אז דאס דארף מען לערנען אין חדר מיט די קינדער בעיון גמור און איבער געבן מדור דור אלץ א תורה שלימה און דאס אויפבויען מיט בנינים עצומים באגלייט מיט דמיונות וחזיונות אז דער רבי האט נישט געוואלט געבן די האנט, דער רבי האט זיך אויסגעדרייט מיטן ריקן, צו אז דער רבי האט שוין פאראויס געזעהן אז ער גייט אראפפירן דעם גאנצן דור, צו זענען די אלע אייגן געמאכטע פאקטן יא א כבוד פאר רביה"ק?,
ווען דער רבי קריגט זיך (כלומר'שט) מיט א אייגן קינד פארשטייט יעדער אז ס'איז אסור צו רעדן דערפון, און ווען די רבי קריגט זיך מיט אנדערע משפחה מיטגלידער איז יא א מצוה צו רעדן פון דעם?, א פלא, מיט יעדן האט זיך דער רבי געקענט טרעפן און שמועסן, און אפי' געבן די האנט פאר לינקע רבנים און אויפנעמען שיין, נאר די אייגענע משפחה נישט, צו האלט איר אז פארציילן אט די שקרים איז א כבוד פאר רביה"ק?!!!!

נאך מער ווי איך האב געליינט אין אייערע פאריגע ארטיקלען שטעלט איר אראפ דעם יסוד אז ס'איז דא א שטוב פסק און ס'איז דא א ביהמ"ד פסק, און א שטוב פסק איז נאר מחייב דעם יחיד און נישט דעם רבים, כלפי דעם ענין דארפן מיר קוקן וויאזוי רביה"ק האט געהאנדלט ברבים, ווייל מיר האבן בלויז געזעהן וואס רביה"ק האט געטון ברבים מיר זענען נישט געוועהן פריוואט אין שטוב, ברבים האט רביה"ק ארויס געוויזן אויסטערלישע אהבה צום סיגוט'ע רב מיט זיינע קינדער ובראשם רבי אהרן, געבנדיג בענטשן ביי אושפיזא דאהרן און אפי' ארויף גערוקט זיין אייגענעם שטול אז דער בחור אהרן זאל זיך אריין זעצן אינדערמיט און בענטשן על הכוס, ווי אויך שטארק מקרב געוועהן ביי יעדע געלעגנהייט ווי עס איז באקאנט פאר מענטשן אין מיין עלטער למשל ווען ער איז געקומען צום סוגיא פארלערנען, (מיר געדענקען ביים פארלערנען ווען דער רבי האט געפרעגט ווער ס'קען דעם באוויסט ש"ך פון ספק ספיקא, און דער בחור אהרן האט דאס איבער געזאגט בע"פ ווי דעם רבי'נס פנים האט געשטראלט, און שפעטער האט דאס רביה"ק באווינדערט פאר ר' נתן יוסף, זאגנדיג האסט מיר נאך אזא בחור ווי דעם סיגוט'ע רב'ס אהרן) (ר' נתן יוסף האט דאס באשטעטיגט),
בפשטות איז די ברבים'דיגע פעולות א זאך וואס איז נוגע פאר יעדן, און די אלע אנדערע אזוי געזאגטע סטעיטמענטס וואס רביה"ק האט געזאלט זאגן אין שטוב פריוואט פאר מענטשן נישט מחייב קיינעם, ווייל ווען רביה"ק האט געוואלט אז יעדער זאל דאס וויסן וואלט ער דאס געזאגט ברבים אדער געשריבן אין א בריוו, (ס'איז טאקע דא א בריוו תשכ"ח פון רביה"ק פאר כ"ק מהר"א ווי ער שרייבט המאור הגדול, חריף ובקי ועוד ועוד.... ווי מיר וועלן שפעטער רעדן פון דעם),

אבער לאמיר אנפאנגען מיט א פונקטליכע סדר וויאזוי דער שידוך איז צושטאנד געקומען אחת על אחת, און אזוי ארויס נעמען "די אמת'ע פאקטן", ראשית איך בין אין די עלטער פונעם יעצטיגן רבי'ן כ"ק מהר"א שליט"א, און אויך געוועהן אין קאנטרי צוזאמען מיט חדב"ן הרב בעריש מיייזליש שליט"א רב דב"פ (נאך בעפאר ער האט געוואוינט אין שיקאגא), וואס פון דארט האב איך נאך דעמאלטץ אין יענע יארן געזאמלט אסאך קראנטע אינפארמאציע, (אבער איך בין אויך מודיע מראשית אז איך וויל נישט ענפערן אויף אלע פאלשע הערות און פארקרומטע קאמענטארן וואס מענטשן וועלן פראבירן צו פארדרייען און צולייגן, ווייל אט די אלע פאקטן וואס מיר גייען שרייבן זענען היייליג אמת מיט גאר גאר קראנטע מקורות).

קיץ תשכ"ה, איז דער דעמאטסדיגע וויזניצער רב ור"י שליט"א (היינטיגע וויזניץ'ע רבי שליט"א ולרפו"ש) געקומען אהער קיין אמעריקא צו די חתונה פון הרב פנחס שלום בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אין יענע תקופה האט מען שטארק גערעדט דעם שידוך פונעם סיגוט'ע רב'ס עלטסטע זון הרב אהרן פאר ר' משה'לע מוויזניץ, מצד וויזניץ איז געוועהן א באקאנטע איד א שטארק פארקאכטע וויזניצער חסיד ר' בנציון טאבאק ע"ה (פון וומס"ב און שפעטער געוואוינט אין א"י) וואס האט אויך געהאט שייכות צו סיגוט זייענדיג א סיגוט'ע אפשטאמיגע, ער איז געוועהן שטארק אקטיוו און אנטראגן דעם שידוך, ווי אויך איז געוועהן פארמישט ר' יחזקאל ווערצבערגער ז"ל (פון טראנטא, ווי מ'פלעגט אים רופן אין סאטמאר ר' יחזקאל שוחט)

ר' בנציון טאבאק האט פארציילט: אז גלייך ביים אנטראגן דעם שידוך פארן סיגוט'ע רב האט אים דער סיגוט'ע רב געזאגט, "איך וועל נישט טון דעם שידוך נאר מיטן הסכמה פונעם פעטער", יענעם זומער תשכ"ה ווען ר' משה'לע מוויזניץ איז געוועהן דאהי האט ער געזאגט ער וויל אויסניצן דעם געלעגנהייט און פארהערן דעם בחור, ער האט באשטומט א באזוך ביים סיגוט'ע רב אין שטוב, און מ'האט געמאלדן פארן בחור ער זאל זיין אנוועזנד ביים באזוך (לויט ווי איך האב דעמאלטץ געהערט האט מען נישט מודיע געוועהן פארן חתן בחור אז דאס איז א אפציעלע פארהער) דער בחור האט אנגעפאנגען אינעם שמועס מיט א אוהחה"ק, דא האט ער גלייך געפאנגען דאס הארץ פון ר' משה'לע מוויזניץ ווייל ר' משה'לע מ'וויזניץ האט אלץ געהאט א שטארקע חביבות צום אוהחה"ק און ער האט נישט געגלייבט אז א בחור קען אוהחה"ק, דערנאך איז געגאנגען דער שמועס צו הלכה, צו גמ' תוס', ווי דער בחור האט ארויס געוויזן שטארקע ידיעות,

ר' משה'לע מ'וויזניץ איז ארויס פונעם באזוך מלא התפעלות, און געזאגט פאר ר' בנציון טאבאק אז דו קענסט מיר ארלעדיגן דעם שידוך זאג איך דיר צו א חלק עוה"ב!!!, אהיים קומענדיג האט ר' משה'לע געזאגט פאר ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א (כהיום בעלזא רב בלאנדאן) "ב"ה מיינע יעצטיגע איידעמער ברענגען מיר גרויס נחת אבער איצט גיי איך מיר איינזעצן א איידעם א למדן א ת"ח",

דער ברך משה האט געהאלטן ווארט, און זיך געגאנגען שואל עצה זיין מיטן פעטער רביה"ק איבער דעם שידוך, אין יענע תקופה האט זיך געדרייט ביים רבי'ן א וויזניצע תלמוד (פון די מורדים, משום כבודו שרייבן מיר נישט זיין נאמען) וואס יענער האט שטארק אנגערעדט ביים רבי'ן קעגן דעם שטוב פון ר' משה'לע מ'וויזניץ אז דער גאנצע שטוב פירט זיך נישט כדת וכראוי, דעריבער האט רביה"ק געזאגט פארן סיגוט'ע רב "גיי פרעג דיך גוט נאך אויף די שטוב", דער ברך משה האט געטון הלכה למעשה, און אראפ געפארן קיין בענזנהערסט צום פאלטישעני רב ז"ל (דעמאטס האט נאך זיין שווער דער פאלטישעני רבי האדמו"ר ר' אלעזר טווערסקי זצ"ל געלעבט) היות דער פאלטישעני רב איז געוועהן א נאנטע מקורב און א שטארקע וויזניצע חסיד וועט ער זיכער געבן קראנטע אינפארמאציע, דער פאלטישעני רב האט שטארק אויסגעלויבט דעם שטוב פונעם וויזניצער ראש ישיבה, זאגנדיג אז אין אזא שטוב ווי די קינדער הערן דעם טאטנ'ס קול תורה גאנצע נעכט ברצופות איז דאס זיכער עושה רושם אויף די קינדער'ס חינוך,

די קראנטע אינפארמאציע פונעם פאלטישעני רב האט לייכטער געמאכט דעם געפיל פארן סיגוט'ע רב צו גיין ווייטער, אבער ער האט דאך געהאט דריק פון עטליכע סיגוט'ע חסידים נישט צו טון דעם שידוך מחמת די אלטע וויזניצע מחלוקה פון וואס זיין פאטער מרן העצי חיים האט זיך שטארק אנגעליטן,
(גראדע האט ר' יעקב יצחק צימענד - מייסד ביהמ"ד סיגוט וומס"ב יא שטארק געשטופט דעם שידוך, ווייל ער האט געהאלטן ס'וועט זיין א גרויסע כבוד, און מ'דארף זיך נישט רעכענען מיטן עבר)
איך האב געהערט אז ס'איז דא בריוו'ן פון אלטע סיגוט'ע חסידים פון א"י, ווי למשל ר' דוד האך, און ר' מאיר יונגער ועוד, וואס זאגן אויך אז מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט די אלטע מחלוקה, איך בין אבער נישט באקאנט מיט די פרטים,

חורף תשכ"ו שבת פ' וישלח איז רביה"ק געוועהן שבת אין ב"פ דער סיגוט'ע רב האט אויסגעניצט דעם געלגענהייט און נאכן טיש איז ער אריין געגאנגען צום פעטער נאכאמאל זיך דורך רעדן איבער דעם שידוך, אין שטוב פון ר' יונתן פייערווערקער (מפי משפחתו, מיר ווייסן נישט צו דאס איז געוועהן פרייטאג צונאכטס אדער מוצאי שבת) דער ברך משה האט געזאגט פארן רבי'ן אז פון פאריגע'ס מאל ביז איצט איז דא עטליכע זאכן אויפן טיש אבער קיין איין שידוך מאכט זיך נישט, מ'טראגט אים אן עטליכע שידוכים דאס ערשטע איז בת דעם קלויזנבורג רב זצ"ל, ווי דער פעטער פארשטייט קען איך נישט טון דעם שידוך מחמת דאס שארפע געשפאנטקייט צווישן די הויפן, דאס צווייטע טראגט מען אים אן בת האדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, דארט איז דא א עיכוב מחמת דעם לבוש, דאס דריטע איז בת הראש ישיבת וויזניץ און איבער געגעבן די אינפארמאציע פונעם פאלטישעני רב, אבער ער האט ספיקות מכח די מחלוקת פון סיגוט מיט וויזניץ, רביה"ק האט אים גענטפערט, אויב צוליב דעם איז וויזניץ נישט קיין עיכוב, אויך האט דער ברך משה געפרעגט איבער דעם נאמען משה, צו ס'איז א פראבלעם ווען צוויי מחותנים הייסן גלייך, אבער רביה"ק האט עס אוועק געמאכט,
עטליכע אידן ווייסן צו פארציילן אז דער ברך משה האט זיך מיט דעם באניצט כמה פעמים ווען מ'האט אים געפרעגט איבער א מחותן וואס טראגט דעם זעלבן נאמען מיט א שינוי, אז דער פעטער האט דאס אוועק געמאכט,

פון דארטן האט דער ברך משה גלייך געגעבן דעם אנטווארט פאר די שדכנים אז אז מ'קען גיין ווייטער מיט שידוך וויבאלד ער האט די פולע הסכמה פונעם פעטער,

יענעם שבת האט רביה"ק געגעבן אן עלי' פארן סיגוט'ע רב, (די לעצטע הוספה, ווייל ביי צדיקים איז די לעצטע הוספה געוועהן אזוי חשוב ווי שישי) און רביה"ק אלס בעל קורא האט אויסגעלאזט דעם פסוק (קאפיטל ל"ו פסוק ל"ט) בת מי זהב, האט זיך ר' יוסף אשכנזי אנגערופן אז רש"י זאגט עשיר הי' ער זאל זיך משדך זיין מיט א עושר א גאלדענע שידוך, (די דורשי רשומות האב שפעטער געזאגט אז בת מ"י זהב איז מרומז דעם קומענדיגן מחותן מ"י ר"ת 'משה 'יושע)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:08 am

המשך פונעם בריוו

דא מוזן מיר מפסיק זיין מיט א שטיקל הפסקה, כידוע ווי ביי אסאך צדיקים זענען געוועהן שטוב מענטשן וואס האבן אויסגעניצט דעם געלגענהייט זייענדיג סביב לצדיקים פאר אייגענע אינטרעסן און צומאל געשאפט גרויס צרות און בזיונות פארן צדיק זעלבסט, ווי דער ייטב לב האט געזאגט ווען ער האט אויפגענומען ר' אשר גבאי, בזה"ל איך נעם דיך אלץ משמש ווייל איך ווייס אז דו וועסט מיר נישט מאכן פאר דיין בער צו קענען טאנצן דערמיט און פארדינען (כמנהג הציגיינער וואס פלעגן נעמען א בער און טאנצן דערמיט און דער המון פלעגט געבן געלט) מיר גייען נישט חלילה דערמאנען נעמען, ווייל רוב פון די שטוב מענטשן זענען שוין נישט בעלמא הדין, מיר וועלן געבן א לשון כוללות "דער שטוב".......

דאס איז נישט קיין סוד אז "דער שטוב" האט נישט געהאט קיין שטארקע אהבה צום סיגוט'ע רב (גאנץ א שיינעם אויסדריק) מחמת כמה סיבות וואס צוליב זייער חשבון איז דער סיגוט'ע רב געוועהן די ערשטע אויף די ליסטע וועמען מ'דארף רודף'ן, אחת מני אלף פון די רדיפות איז באקאנט אז יעדן שבת צופרי פלעגן די צוויי עלטסטע קינדער פונעם ברך משה וויילן ביי רביה"ק אין שטוב ביי די סעודה, ווי רביה"ק האט פארהערט דעם יונגל אהרן'לע יעדן שבת און געשמועסט מיט זייער עלטער שוועסטער חי', (דאס האט אנגעהאלטן איבער צוויי יאר) אבער פאר "די שטוב" איז די אהבה נישט ניחא געוועהן האט מען פארשיקט די קינדער זיי זאלן אויפהערן צו קומען, איינמאל האט רביה"ק געטראפן דעם סיגוט'ע רב ביי א חופה, האט ער אים געפערעגט פארוואס האסטו אויפגעהערט צו שיקן דיינע קינדער דאס ביסל נחת פון די משפחה קען איך נישט האבן?, דער ברך משה איז געווארן צושאקלט דערפון ער איז אריין אין א זייטיגן שטוב און זיך צווויינט, צוזעהנדיג ווי דער צדיק הדורות ווערט צוקלאפט דורך די אייגענע שטוב, כהנה וכהנה איז דא פילע מעשיות ווי "דער שטוב" האט אסאך מצער געוועהן רביה"ק ובעיקר דעם סיגוט'ע רב, אבער נישט דאס איז אונזער ציל פון אונזער בריוו מיר ווילן בלויז מסדר זיין און צוקומען צו די פאקטן.

הרבנית הצדיקת ע"ה האט אמאל אנגעטראגן פארן סיגוט'ע רב בפניו פון רבינו הק' בת משב"ק הרב יוסף אשכנזי ז"ל, אבער רביה"ק האט נישט ראגירט בכלל, עס איז אויך דא קראנטע אויפווייזונגען אז "דער שטוב" האט צושטערט עטליכע שידוכים דאהי פארן סיגוט'ע רב, ווי אויך געשיקט אנטראגן פאר סיגוט'ע רב א גאר גאר נחות דרגא'דיגע שידוך וואס דאס האט געזאלט שטארק צוקלאפן דעם מוט און דעם גייסט פונעם סיגוט'ע רב צו וועלן בכלל טון א גוטן שידוך,

צוריק צום השתלשלות, מוצאי שבת וארא תשכ"ו נאכדעם וואס דער ברך משה האט געהערט א קלארע ווארט פונעם פעטער רביה"ק אז מצד וויזניץ איז נישטא קיין עיכוב (און אפי' נישט דערמאנט א ווארט וועגן ציונות) האט ער זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין לאנדאן, (מ'דארף פארשטיין אז אין יענע תקופה איז שווער געוועהן דאס פארן קיין א"י ווען איינער איז געפארן מיט א פליגער האט מען זיך אפגעשטעלט 2 מאל אונטערוועגנס, דעריבער האט מען געווארט ביז ווען מ'קען זיך טרעפן ערגעץ אינדערמיט) דער וויזניצער ר"י איז דאן געוועהן אין לאנדאן, (ווייל יענעם ווינטער האט ער ארום גערייזט אין אייראפא לטובת מוסדות וויזניץ) דער ברך משה איז איינגעשטאנען אין שטוב פון זיין פלימעניק הרבני הנגיד בנש"ק הרב יצחק באב"ד מטארטיקאב שליט"א, ביום ה' פרשת בא איז דער שידוך דארטן געשלאסן געוווארן אין א גוטע שעה.
(צום שלימות פון היסטאריע, האט ר' משה'לע מוויזניץ געזאגט פאר ר' בנציון טאבאק נאכן שידוך, דו האסט מיר געברענגט דעם שידוך, איצט וועל איך דיר געבן מיין בעסטע בחור, און אים אויסגעקליבן הרב יעקב זיידא פאר א איידעם, כהיום דומ"ץ וויזניץ וומס"ב)

רביה"ק איז שוין יענע וואך געוועהן אויף אפרוה אין פלארידא, ווען די נייעס פונעם שידוך איז אנגעקומען איז רביה"ק געוועהן צוזאמען מיט נאך עטליכע אידן, עס דערציילט ר' וואלף הכהן גליק הי"ו אז ער האט אליין געהערט פון רביה"ק, ווען מ'האט אים דערציילט אז דער סיגוט'ע רב האט א שידוך געטון מיטן וויזניצער רבי'נס א אייניקל האט ער געזאגט, בזה"ל "ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, ער האט מיך געפערגט, און איך האב אים נישט געזאגט ער זאל נישט טון דעם שידוך איך האב אים נאר געזאגט ער זאל זיך גוט נאכפרעגן",

ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון פלארידע האט דער רבי זיך געטראפן מיט ר' הערשל זאליטשיק (זיידע פון היינטיגן קאסוב'ע רבי) דער ר' הערשל איז געוועהן א שוואגער מיט ר' שלמה זלמן סאנדער, וואס דורך דעם האט ער געהאט קירבות ביי די רעבעצן ע"ה און ביים רבי'ן, (כ'געדענק ווען דער רבי פלעגט זיין אין ב"פ אויף שבת פלעגט ר' הערשל דאווענען מוסף פארן עמוד אויפן וויזניצער נוסח) האט ר' הערשל געזאגט פארן רבי'ן אונז זעמיר געווארן מחותנים, אז דער סיגוט'ע רב האט זיך משדך געוועהן מיט וויזניץ, (ר' הערשל איז דאך געוועהן א קאסוב'ע אייניקל) האט אים דער רבי פארציילט אז פארן ייט"ל האט מען אנגעטראגן דעם תורת חיים פאר א מחותן (פאר ר' אלי' בצלאל) און דער ייט"ל האט נישט געוואלט זאגנדיג אז דער תורת חיים איז צו א גרויסע רבי און ס'וועט אים מוזן קאסטן צו פיל געלט, האט דער רבי געזאגט פאר ר' הערשל, צו קלערט איר אז דער יעצטיגע מחותן קען באצאלן אזויפיל ווען ער האט זיך משדך געוועהן מיט א גרויסן רבי'ן?. (מ'זעהט פון דעם אז פארן רבי'ן האט בכלל נישט געבאדערט דעם שידוך)

"די שטוב" האט געשפירט אז יעצט איז א גוטע געלגענהייט מבאיש ריח צו זיין אויפן סיגוט'ע רב, זיי האבן אויך פארשטאנען וועלכע זאכן ס'קען וויי טון דעם רבי'ן, האבן זיי געזאגט אז די גאנצע הארעוואניע פון רבי'ן אין בני ברק ווי דער רבי האט זיך מטריח געוועהן צו מאכן א שולע אויף אידיש גייט צוגרינד, ווייל ווי נאר די דארטיגע מענטשן זעהן אז אזא היימישע מענטש ווי דער סיגוט'ע רב האט געקענט נעמען א מיידל פון בית יעקב איז א הוכחה אז מ'מוז נישט האלטן די קינדער דוקא אין סאטמאר, זיי האבן געברענגט א נאמען (ר' נתנאל פארקאש ז"ל) אז ער האט זיך משדך געוועהן מיט ר' ליפא פארקאש ז"ל און גענומען א וויזניצע מיידל, וואס דאס מיינט אז מהיום והלאה וועלן סאטמארע אידן נעמען וויזניצע מיידלעך און נישט מיידלעך וואס לערנען אין סאטמאר, און מ'האט צו דעם געברענגט פארן רבי'ן עטליכע נעמען פון סאטמארע אידן וואס האבן ארויס גענומען די קינדער פון סאטמאר און אריין געלייגט אין בית יעקב, (כאטש וואס עס איז געוועהן א פרעכע ליגנט, אבער אין יענע תקופה מיט די באגרעצינטע טעכנעלאגיע איז שווערער געוועהן מברר צו זיין דעם אמת)

נישט יעדער ווייסט אבער די מיידל שולע אין בני ברק איז געוועהן דעם רבינ'ס הארץ, דער רבי האט געזאגט אמאל ערב יו"כ איך קען נישט צוגיין צום הייליגן טאג אז איך האב נישט קיין מיידל שולע אין בני ברק ווי מ'לערנט אידיש, אין בני ברק אליין איז געוועהן די שטאטישע בית יעקב סעמינאר געפירט דורך הרב וואלף וואס ער האט אריין געגעבן אסאך יר"ש און אהבת התורה אין די מיידלעך, און יעדע בני ברק'ע איד האט געוואלט אז זיינע טעכטער זאלן דארט לערנען, (מפי ר' יצחק יודא הערשקאוויטש) דעריבער איז די מיידל שולע אין בני ברק געוועהן אסאך שווערע'ר אבער אסאך וויכטיגער ווי ערגעץ אנדערשט זייענדיג די איינציגסטע שולע ווי מ'לערנט אויף אידיש אלע לימודים, און אז מ'האט געזאגט פארן רבי'ן אז מ'טשעפעט די שולע איז דאס געוועהן ווי א פייל אין הארץ, און דאס האט זייער וויי געטון פארן רבי'ן אז מחמת דעם שידוך קומט ארויס א קילקול און א חשש אז דאס וועט גורם זיין אפצושפארן די אייציגסטע מיידל שולע וואס מ'לערנט אידיש אין בני ברק,

אין סיגוט'ע ביהמ"ד האט מען געוויסט א נאמען פון א איד וואס האט געשריבן פון ב"ב אז דער היימישע עולם נעמט ארויס די טעכטער פון סאטמאר און לייגן אריין קיין וויזניץ, וואס אט די שקר ולה"ר האט געמאכט רביה"ק האבן א שווער הארץ, דער איד איז שפעטער געקומען צום ברך משה מפייס זיין, אז ער האט געשיקט דעם לשה"ר און ער האט חרטה.

עכ"ז האט רביה"ק גארנישט געזאגט פארן סיגוט'ע רב נאר אפגעגעבן מזל טוב און צוגעוואונטשן ברכות, אבער "דער שטוב" איז ווייטער אנגעגאנגען מיטן העץ, און פארשפרייט צווישן ציבור אז רביה"ק איז מורא'דיג בייז אויפן סיגוט'ע רב צוליב דעם שידוך, און די באוויסטע פאקט אז דער סיגוט'ע רב איז דאך געוועהן ביים פעטער פארן שידוך, האט מען פארענפערט אז דער רבי האט אים גארנישט גענטפערט ווען ער האט אים אנגעפרעגט אויפן שידוך, און ער וואלט אליין געדארפט פארשטיין אז דאס מיינט א ניין,

דער ברך משה זעלבסט האט אמאל פארציילט אין סיגוט'ע קעמפ די גאנצע השתלשלות פונעם שידוך, און ער האט דערמאנט אט די נקודה אז רביה"ק האט אים קיינמאל נישט געזאגט "ניין" אויף דעם שידוך, האט אים איינער געפרעגט (דאכט זיך ר' ברוך הענדלער) אז מסתמא האט דער רבי נישט געזאגט ניין ווייל אויף א שידוך זאגט מען נישט סתם ניין, האט אים דער ברך משה גענטפערט קען זיין סתם אזוי וואלט ער נישט געזאגט ניין, אבער ביי מיר איז אנדערשט, ווייל ווען איך אליין האב געדארפט ווערן א חתן האט מיר דער פעטער געזאגט אויף איין שידוך "ניין", דעריבער אויב וואלט ער דא נישט געוואלט דעם שידוך וואלט ער מיר געזאגט א קלארע "ניין".

אבער די העץ איז אנגעגאנגען ווייטער די צוויי חדשים ביז פסח, דער סדר איז געוועהן אז חתנים זענען ערלויבט געוועהן צו קומען מיטהאלטן דעם סדר נאכט ביים רבי'ן, מ'האט זיך געדארפט איינשרייבן ביים משב"ק ר' יוסף אשכנזי, יעדער האט פארשטאנען אז ווען דער סיגוט'ע רב דעם רבינ'ס איינציגסטע פלימעניק האט א חתן אין שטוב וועט זיין נאמען זיין דער ערשטע אויף די ליסטע, אבער דער נאמען איז נישט ארויף אויף די ליסטע צוליב "די שטוב", ערב פסח האט רביה"ק געפרעגט ר' יוסף ווען ער האט איבערגעקוקט די ליסטע ווי איז אהרן דעם סיגוט'ערס?, ר' יוסף האט גענפערט אז ער האט אים פארגעסן ארויף צו לייגן אויף די ליסטע, רביה"ק האט באפוילן מ'זאל אריין רופן צום סיגוט'ע רב אין שטוב איינצולאנדענען דעם חתן צום סדר, יענעם ערב פסח אנדערהאלבן שעה פארן זמן האט דער סיגוט'ע רב באקומען א רוף פון רבינ'ס שטוב אז דער חתן אהרן זאל קומען צום סדר, (דער חשבון פון רופן אנדערהאלבן שעה פארן זמן איז געוועהן אז ס'זאל נישט זיין קיין צייט צו קומען), קיין איין קאר האט אים שוין נישט געוואלט ברענגען פון ב"פ קיין וומס"ב, האט דער חתן גענומען דעם טרעין פון ב"פ קיין וומס"ב און טאקע אנגעקומען ממש ביי כניסת היו"ט.

דאס רופן צום סיגוט'ע רב ער"פ איז אויך געקומען נאך לחץ פון עטליכע קהל'ס – לייט, וואס זיי האט שטארק געשטערט די פאקט אז די מחרחרי ריב "די שטוב פירן אויס זייער פלאן פון אפרייסן די נאנטע קשרים פון רביה"ק צום סיגוט'ע רב, עטליכע קהל'ס לייט האבן פארשטאנען אז ס'וועט זיין א גרויסע בזיון פארן רבי'ן אז מ'וועט שמועסן אז דער רבי קריגט זיך מיט זיין איינציגסטע פלימעניק, דערביער האבן זיי געטון השתדלות מ'זאל יא רופן דעם חתן צום סדר.
(כמדומה איז ר' חיים הערש יאקאבאוויטש געוועהן פארמישט)

ביים סדר זעלבסט דערציילט ידידי ר' משה מאיר ט"ב הי"ו פון ק"י, אז רביה"ק האט ארויס געוויזן קרבות יתירה זעצנדיג אויף זיין אייגענע טיש לידו ממש אויף די לינקע זייט, אויף די רעכטע זייט איז אייביג געזעצן משב"ק ר' יוסף, (פון דא נעמט זיך דעם שקר אז רביה"ק האט זיך אויסגעדרייט מיטן ריקן צו ר' אהרן, ווייל רביה"ק האט זיך דאך אנגעלאנט אויף די לינקע זייט כהלכה, ממילא איז אויסגעקומען אז דער ריקן איז געוועהן צום חתן),
במשך די הגדה האט זיך רביה"ק עטליכע מאל געקערט צום חתן מיט חביבות צו זיין זייט, ווען ער האט געזאגט הגדה און תורה,
(מפי ר' יושע ב"ר עזריאל גליק)

כידוע האט רביה"ק מקפיד געוועהן צו עסן אפיקומן ביי חצות אפי' אויפן חשבון פון סעודת יו"ט, צומאל האט ער געקענט ענדיגן כורך און גלייך גיין צו צפון, אבער פארן ציבור האט ער געהייסן אז זיי מוזן עסן א סעודת יו"ט געהעריג אפי' ס'איז שוין חצות, יענעם יאר דערציילט ר' יושע ב"ר עזריאל גליק האט זיך געמאכט שפעט און גלייך נאך כורך האט דער רבי ארויס גענומען דעם אפיקומן און גלייך אראפ געגעבן א שטיקל פארן חתן וואס איז געזעסן לידו אז ער זאל אויך עסן איצט און נישט עסן א סעודה נאר עסן דעם אפיקומן פאר חצות, מאכנדיג אים פאר א אויסנאם פון אלע אנדערע מסובין, (כ"ק אדמו"ר מהר"א האט דאס טאקע גענומען פאר א פערזענדליכע הוראה, ווי עס גיבן איבער די יונגע חתנים וואס עסן דארט דעם סדר, אז ער פאר זיך עסט אייביג דעם אפיקומן פאר חצות, אבער דעם ציבור הייסט ער עסן א סעודה געהעריג, ער האט דאס גענומען פערזענדליך אלס א קבלה פונעם פעטער אזויווי די הוראה פון נישט גיין שבת מיט אויגן גלעזער און נאך.)

יו"ט צופרי איז געווועהן א איד וואס האט געקויפט אן עלי' פארן חתן אבער "די שטוב" האט זיכער געמאכט אז ער זאל נישט עולה זיין, און צווישן ציבור האט מען פארשפרייט אז דער רבי האט געהייסן מ'זאל אים נישט געבן קיין עלי' ווייל ער איז א חתן געוווארן אין וויזניץ און דאס איז למורת רוח פארן רבי'ן.
דאס איז אויך געוועהן א אפענע שקר, ווייל אמאל נאך בעפאר פסח האט דער חתן באקומען מפטיר אין גרויסן ביהמ"ד, (אונז בחורים האבן זיך יענעם שבת געשטופט צום מזרח וואנט זעהן דעם חתן וואס האט זיך אנגעטון ווייסע זאקן וואס אין יענע צייטן איז דאס געוועהן א חידוש א בחור מיט ווייסע זאקן)

שבת בהעלותך איז געוועהן שבת אויפריף און מוצאי שבת איז געוועהן א גרויסע פארשפיל, דער זיבויער רב ז"ל פון מאנטריאל איז געוועהן דאהי יענען שבת זונטאג איז ער אריין צו רביה"ק, האט אים רביה"ק געפרעגט צו ער איז געוועהן נעכטן ביים פארשפיל, האט ער גענטפערט אז ער האט געהערט אז רביה"ק איז קעגן דעם שידוך האט ער פארשטאנען אז ער דארף נישט גיין צום פארשפיל, רביה"ק האט זיך שטארק געוווינדערט אויף אים פארוואס ער איז נישט געגאנען צום פארשפיל.
(מפי בניו החשובים)

דער יום החתונה האט זיך דערנענטערט, דער סיגוט'ע רב מיטן חתן וכל המשפחה האבן זיך געזענגט פון רביה"ק ווי רביה"ק האט זיי אנגעוואנטשן ברכות און די משפחה האט זיך ארויסגעלאזט צו די חתונה, וואס האט געזאלט פארקומען ביום ד' שלח כ"א סיון, דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען קיין ב"ב ווי ער איז איינגעשטאנען אין שטוב פון ר' מאיר יונגער ע"ה וואס איז געוועהן אין די יונגע יארן א הויז בחור ביים עצי חיים (נעבן די איצקאוויטש שטיבלעך) במשך דעם יום החופה זענען אסאך סאטמארע אידן ארויף געקומען שלום נעמען און וואונטשן ברכות פארן סיגוט'ע רב, דאס ארויף קומען אין די אכסניא איז געוועהן א פליאה אין די אויגן פונעם ברך משה, זיי קענען דאך קומען צו די חתונה צו וואס קומען זיי יעצט, דער ברך משה האט נעבאך נישט געוויסט וואס ס'טוט זיך אונטער זיין רוקן, פון לאנדאן איז געקומען א בריוו צו ר' בנציון יאקאבאוויטש אז קיין איין סאטמאר'ע חסיד טאר זיך נישט באווייזן אויף די חתונה, דער בריוו איז געשיקט געווארן דורך די באפעל פון "די שטוב" דירעקט דורך לאנדאן ווייל ר' בנציון האט מורא געהאט פונעם לאנדאנער נגיד וואס האט געבויעט בנינים אין ב"ב, און ביים סוף בריוו איז געשטאנען אז מען זאל דאס פארברענען מפי משפחתו וואס דאס אליין איז די גרעסטע הוכחה אז דאס איז געקומען פון "שטוב" שלא ע"פ ציווי רבינו.

אין די זעלבע נאכט פון יענע חתונה האט אויך חתונה געהאט אין ניו יארק האדמו"ר ר' בעריש ספינקא זצ"ל, ווי רביה"ק האט מסדר קידושין געוועהן אלץ קרוב המשפחה ווייל דער מחותן האבי הכלה איז געוועהן דער אוהעל'ע רב ז"ל, נאך די חופה ווען די מחותנים האבן געוואונטשן מזל טוב, האט זיי דער רבי געזאגט מיר קומט זיך אויך א מזל טוב, מיין פלימעניק דער סיגוט'ע רב מאכט היינט נאכט חתונה אין א"י, (שמעתי בעצמי מפי ידידי אבל"ח החתן רבי בעריש ספינקא זצ"ל)

ביי די חתונה זעלבסט האט שוין דער ברך משה געזעהן דעם בראך פאר די אויגן, אז די עקסטערע טישן וואס מ'האט אנגעגרייט פאר חסידי סאטמאר זענען געוועהן גענצליך ליידיג, דער אמרי חיים (וואס איז געוועהן באוואוסט מיט זיינע מדות טובות) האט געבעטן אפאר וויזניצער אידן זאלן זיך גיין זעצן אהין כדי די בזיונות זאל זיין קלענער, די בושות אין די ווייטאג איז געוועהן זייער גרויס אז קיין איין סאטמאר'ע איד האט זיך נישט באוויזן במשך די שמחה מחמת פחד פון "די שטוב", דער אמרי חיים האט שטארק געשוינט דעם סיגוט'ע רב מחמת די בזיונות און דעפאר האט ער במשך די גאנצע שמחה ארויס געוויזן אויסטערילשע קרבות,

אהיים קומענדיג פון די חתונה האט זיך דער ברך משה אויסגעגאסן דאס הארץ פארן בעל אכסניא ר' מאיר יונגער, פארציילנדיג ווי דער פעטער האט אים קלאר געזאגט אז ער קען טון דעם שידוך זאגנדיג "דו ווייסט דאך איך וואלט קיינמאל נישט געטון קיין שידוך אן די הסכמה פונעם פעטער" און דא האט מען אים אזוי ביטער מבזה געוועהן געוועהן, און ארויס געגעבן זיין ווייטאג אז פונקט ביי די חתונה פון מיין אהרן וואס ער איז מיין שווארץ אפל פון אויג, און איך זעה אין אים די המשכה פון די היילגע אבות האט דאס געמוזט פאסירן, אינמיטן די ווייטאגליכע ווערטער האט דער ברך משה געזאגט אז אויף יעדן קען ער נאך מוחל זיין, אבער דאס אז זיי האבן נישט געלאזט דעם ריסקעווע רב קומען דאס קען ער נישט מוחל זיין ווייל דער ריסקעווע רב איז געוועהן דעם עצי חיים'ס תלמוד, און מסדר געוועהן זיינע תשובות, און פון גרויס צער איז ער נישט געשלאפן יענע נאכט, (מפי חתנו הרב איזריעל)

למעשה האט די געשעניש שטארק צוריק געקלאפט און מיאוס אפגעקלינגען אין די ארץ ישראל'דיגע גאס, און אפי' צווישן די קנאות'דיגע קהילות האט מען דאס פארדאמט, ווי עס איז באקאנט דאס ווערטל פון לוחם מלחמות ר' עמרם בלוי וואס ער האט געזאגט "אז ביי לויות און ביי חתונות פראוועט מען נישט קיין קנאות"...., דעריבער האט "די שטוב" פארשטאנען נאך די חתונה אז מ'מוז אביסל צוריק דרייען דעם רעדל האט מען געמאכט א שטיקל פיוס,

פיוס הא' אז דעם נעקסטן שבת האט מען איינגעלאדנט דעם סיגוט'ע רב קיין ירושלים פראווען א שבת אין סאטמאר, און אויפן דירעקטן באפעל פון אויבן זאל ער פירן טיש אין ביהמ"ד, וואס כידוע האט קיינער אין סאטמאר נישט געהאט קיין רשות צו פירן טיש אין ביהמ"ד,
יענעם ערב שבת איז געוועהן א וויכוח צווישן די סיגוט'ע תלמודים צו דער ברך משה זאל בכלל גיין קיין ירושלים, עס זענען דארט געוועהן ר' מאיר יונגער – בעל אכסניא, ר' גדלי' העכט, ר' שמעון דאסקאל ועוד, און זיי האבן גע'טענה'ט בפה אחת אז נאך אזא בזיון טאר ער נישט גיין, ווען זיי זענען ארויס האט זיך דער סיגוט'ע רב אנגערופן צו רבי מאיר יונגער, איך פארשטיי זייער ווייטאג, אבער איך ווייס אז אויב איך וועל זיי פאלגן וועט דאס דעם פעטער וויי טוהן, ממילא וויל איך יא פארן, און דער סיגוט'ע רב מכח זיין ישרות האט דאס אנגענומען און נישט געשפילט ברוגז אפי' נאך די חתונה בזיונות,
די אכסניא איז געוועהן ביי ר' ליפא שווארץ שו"ב, ווי עס האבן מיר פארציילט זיינע קינדער אז ער האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פאר זיין ידיד נפש ר' ליפא מיט די זעלבע לשונות (בערך) ווי ער האט געזאגט פאר ר' מאיר יונגער,

נאך שבת ווי נאר ס'איז באקאנט געווארן אז דער סיגוט'ע רב האט געהאט גרויס כבוד אין ירושלים, האט ר' ליפא אריין געכאפט פסקים אויפן חטא הגדול פון מקרב זיין אזוי שטארק דעם סיגוט'ע רב.

פיוס הב', אז די צווייטע וואך נאך די חתונה האט מען גערופן אויפן באפעל פון אויבן (פון לאנדאן) דעם פרישן יונגערמאן אין בני ברק זאל קומען דאווענען אינעם סאטמאר'ע ביהמ"ד שחרית, ווי ער איז נתכבד געווארן מיט שחרית.

אין די שבע ברכות וואך האט דער וויזניצער משב"ק אריין גערופן דעם חתן צום זיידן דער אמ"ח ווייזנדיג דעם בריוו וואס דער פעטער רביה"ק האט געשיקט צו די חתונה א מזל טוב, דער אמ"ח האט געוויסט אז די גאנצע בויקאט פון סאטמאר נישט צו קומען צו די חתונה האט שטארק וויי געטון האט ער דעריבער געשענקט דעם בריוו אלס א מתנה פארן פרישן יונגערמאן, (על פי חשבון דארף דער בריוו צו ליגן כהיום ביי כ"ק האדמו"ר מהר"א).

ווען דער סיגוט'ע רב איז אהיים געפארן פון די חתונה האט ער זיך אפגעשטעלט אונטערוועגנס אין אנטווערפן און געוויילט אין שטוב פון אונזער'ס א קרוב ר' יושע פריינד, ווי דער ברך משה האט אים אראפ געגעבן דעם גאנצן השתלשלות מראשית פונעם שידוך וויאזוי ער האט געפרעגט דעם פעטער און אלעס איז געוועהן גוט, און וויאזוי שפעטער האט מען אים איינגעטינקען כאילו ער וויל צוברעכן די שיטה.

די אלע געמאכטע שמועות וואס מ'האט פארקויפט אז רביה"ק איז ברוגז איז איבער געצייגט געווארן אלץ נישט ריכטיג, ווייל גלייך נאך די חתונה איז אמאל צוריק קומענדיג פון א לוי' האבן זיך אפגעשטעלט רביה"ק צוזאמען מיטן סיגוט'ע רב ביי ווייט עוו. קארנער קליימער ווי ר' לייבעלע בערקאוויטש האט געהאט זיין געשעפט זיך צו וואשן די הענט, און זיי האבן געשמועס צוזאמען א לענגערע צייט גאר בידידות. (דרך אגב מיר האבן געהערט פון ר' לייבעלע ע"ה אז רביה"ק פלעגט אים שיקן מזמן לזמן ער זאל גיין צום סיגוט'ע רב).

ס'איז דא א בריוו וואס דער ברך משה האט געשיקט צו ר' דוד האך קיץ תשכ"ו ווי ער שרייבט אים אז ער איז געוועהן אין שעראן ספרינג כ"ח תמוז צום יארצייט פונעם יש"מ אויף שבת, און דער פעטער האט אים מקרב געוועהן ער שרייבט "אז די קרבות איז געוועהן מיט די זעלבע ידידות כמעולם".

דער פרישער יונגערמאן האט זיך גענומען א חברותא (ר' ישראל חיים גוטמאן ממאנסי) ווי זיי האבן געלערנט אין כולל, ווי אויך האט ער זיך געדרייט צווישן די תלמודי חכמים אין כולל חזון איש,
ר' חיים הערש מייזליש האט מיר פארציילט (זייענדיג דאהי אין ב"פ אויף יו"ט) אז נאך זיין חתונה בשנת תשמ"ז פלעגט ער לערנען אין כולל חזון איש בחברותא מיט הרב יוסף אלטר ווייס ז"ל פון ירושלים, איין טאג זענען צוגעקומען 2 עלטערע ליטווישע למדנים און געפרעגט צו ער איז עפעס א קרוב פאר טייטלבוים דעם וויזניצער רבינ'ס איידעם, (ר' חיים הערש ענדלט אביסל אין די טייטלבוים'ס) זאג ער זיי יא, ער איז מיין פעטער, האבן זיי איהם געזאגט אז זיי געדענקען צענדליגע יאהרן צוריק ווען ער איז געזעצן דא נאך די חתונה, און ווען זיי זענען געקומען צופריה איז ער שוין געזצן, און ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען איז ער נאך געבליבן איבער די גמ'.

אין די זעלבע צייט אז ער געווארן מקושר צו הרב וואזנער בעל שבט הלוי שליט"א, הרב וואזנער האט אים געזאגט איך וויל אייך זאגן איך בין נישט קיין חונף, אבער איהר טראגט אויף אייך די סיגעטער חן!,
ווען ער פלעגט אים איבער זאגן זיינע חידו"ת פאר הרב וואזנער פלעגט ער אים זאגן "יונגערמאן אזעלכע חידושים דארף מען פארשרייבן", און כ"ק מהר"א (האט מיר געזאגט) אז ער שפירט א הכרת הטוב פארן בעל שבט הלוי וואס אדאנק זיין חיזוק האט ער פארשריבן אלע זיינע חידושים, (כ'האב געהערט אז א גרויסע טייל פון די חידושים זענען פארברענט געוועהן בעת די ברוטאלע אונטערגעשטעלטע שריפה אינעם ישיבה אפיס אין די פריע תש"מ יארן)

חורף תשכ"ז איז ר' אהרן אהער געקומען וואוינען אויף אמעריקא, דאס ערשטע איז ער געגאנגען שלום נעמען פונעם פעטער רביה"ק, רביה"ק האט מיט א שמחה מקבל פנים געוועהן און זיך נאכגעפרעגט בפרטיות איבער זיין וויילן אין א"י די לעצטע האלבע יאר, און גלייך געזאגט דעם שבת ביסטו מיין גאסט, און די זעלבע צייט האט רביה"ק אויך אריין גערופן הרבנית הצדיקית ע"ה און געזאגט זי זאל זיי איינלאדענען אויף א וועטשערע, אלע אידענעס געדענקען גוט ווי יענעם שבת איז הרבנית הצדיקת ע"ה אינאיינעם מיט הרבנית סאשע תליט"א געגאנגען אויף די גאס ביז צום ביהמ"ד הערן דעם רבי'נס קידוש,

ווען ר' אהרן מיט די רבעצן זענען געקומען איין נאכט פאר א וועשטערע, (ווי מ'האט זיי אויפגענומען אונטן אין די גרויסע קאך נעבן ביהמ"ד) איז רביה"ק ארויס געקומען פון זיין חדר מיוחד און צוגעגאנגען צו זייער טיש און גערעדט מיט זיי גאר א פריינדליכע שמועס, אינמיטן שמועס האט זיך רביה"ק געקערט צו די זייט פון די רעבעצן (יא, צו סאשע....) און געפרעגט נו? וויאזוי איז שלום בית?......
(שמעתי מפי הרב ר' בעריש מייזליש אז זיין שווער האט זיך אויף דעם זייער גע'חידוש'ט)

דרך אגב די רעבעצן סאשא תליט"א איז געוועהן די ערשטע אינעם שטוב פונעם ברך משה זיך אנצוטון זיידן, א יאר נאך די חתונה ווען זיי זענען אריין צום רבי'ן ז"ל און פארציילט אז זיי נעמען אן דעם לבוש האט רביה"ק זיי געוואונטשן באזונדערע ברכות און ארויס געוויזן קורת רוח און הנאה, די אנדערע קינדער האבן זיך אנגעטון דעם לבוש שפעטער משנת תש"מ ואילך.

איך געדענק די תקופה ווען דער פרישער יונגערמאן האט געוואוינט אין ב"פ איז זיין התמדה געוועהן א שם דבר, זיצנדיג ביי די גמ' פון צופרי ביז ביינאכט מיט זיין חברותא הרב אונסדארפער וועלכע וואוינט היינט אין מאנטריאל, ווי אויך זיין לענדלאר הרב מענדל האראוויץ שליט"א מראחוב (כעת ב"ב) גיבט איבער אז זיין קול תורה פלעגט אפקלינגען אין די פריע פארטאג'ס שעה'ן.

ימים נוראים תשכ"ז איז געקומען צו פארן הגאון החסיד ר' מענדל פריעמאן זצ"ל וואס האט געדינט אלס מנהל ישיבת יט"ל אין ירושלים, (ר' מענדל האט אלע יארן גענאסן א מורא'דיגע אהבה פון רביה"ק נאך פון דערהיים אין סאטמאר אלס גבאי הישיבה כמים פנים אל פנים) ר' מענדל האט פארציילט פארן רבי'ן פונעם שיינעם שבת אין ירושלים צוזאמען מיטן סיגוט'ע רב, ווי אויך האט ר' מענדל געזאגט אז ביי די חתונה האט ער זיך נישט באטייליגט נאר ביי א שבע ברכות צוליב דעם באפעל פון רבי'ן נישט צו גיין צו די חתונה, דער רבי האט גלייך צוריק געפרעגט "איך האב געזאגט מ'זאל נישט גיין צו די חתונה"????.... איך האב קיינמאל אזאנס נישט געזאגט.... (מפי בניו החשובים)

חודש אדר תשכ"ז איז געבוירן געווארן דאס עלסטע קינד ביי ר' אהרן, איז רביה"ק אריבער געפארן קיין ב"פ צום ברית נאך פארן דאווענען שחרית (בהשתפות דער זיידע ר' משה'לע מ'וויזניץ וואס איז געקומען צו פארן) רביה"ק האט געדינט אלס סנדק און אנגעוואונטשן הארציגע ברכות פאר אלע מסובין, מ'האט געזעהן א זעלטענע שמחה אויף צורת קדשו פון רבי'ן וואס האט זיך געפרייט מיט נאך א דור וואס ווערט געבוירן, (רביה"ק האט זיך אויסגעדריקט ווען ר' מענדל'ע איז געבוירן אז דער סיגוט'ע רב איז א גרעסערע יחסן פון מיר, אבער דעס קינד איז נאך אסאך גרעסערע יחסן)

אין יענעם זומער ווען דער רבי איז געוועהן אין שעראן ספרינג איז אמאל ארויס געפארן ר' שלמה בראך מיט ר' יונה וויטריאל דורך רעדן א ענין וועגן מוסדות יט"ל, ווי באקאנט זענען די א"י'דיגע מוסדות געוועהן ביים רבי'ן כבבת עינו זאגנדיג אז די ערשטע פרוטה זאל מען געבן פאר מיינע מוסדות אין א"י, גלייך ביים אנפאנג שמועס האט זיי דער רבי געזאגט אז ער קען נישט היינט רעדן צו לאנג ווייל ער באקומט געסט ר' אהרן מיט די רעבעצן קומען היינט ארויס, (מפי ר' חיים אלטר בראך)

שבת פרשת חיי שרה תשכ"ח איז ר' אהרן געוועהן ביים טיש פרייטאג צונאכט'ס ביי רביה"ק, ביים טיש איז אויך געזעסן דער צעהלימער רב זצ"ל, אבער מיט ברכת המזון על הכוס איז נתכבד געווארן ר' אהרן.

חורף תשכ"ח האט ר' אהרן זיך געגרייט ארויס צו געבן דעם תולדות אדם פונעם זיידן דעם טאלשאווע רב זצ"ל, און ווען ער איז אריין צום פעטער מיט די בשורה אז ער וויל דאס איבער דריקן האט אים רביה"ק געזאגט ער וויל אים געבן א הסכמה, אויפן וועג פון פלארידא אויפן באן האט דער רבי געבעטן איינע פון די משמשים א פאפיר צו קענען שרייבן די הסכמה, און יענער האט זיך ארויס געדרייט מיטן תי' אז ס'איז נישטא קיין פאפיר מיטן רבינ'ס לעטערהעד, האט דער רבי געזאגט גיב מיר א פשוט'ע קוויטל פאפיר און דער רבי האט געשריבן די הסכמה אויפן קוויטל פאפיר מיט זעלטענע טיטלען וואס קיינער אין זיין גיל האט נישט זוכה געוועהן צו באקומען, המאור הגדול... חריף ובקי.... און נאך, ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון פלארידא האט דער רבי געזאגט פאר ר' אהרן אז ער האט פאר אים גרייט א הסכמה צום ס' תולדות אדם, אבער יענעם שבת איז רביה"ק צוזאמען געפאלן מיטן סטראוק ל"ע, ווי די גאנצע קהילה איז געווארן איינגעהילט אין איין שטיק צובראכנקייט, נאך א שטיק צייט האט ר' אהרן געבעטן ביי די שטוב מענשטן מ'זאל אים ארויס געבן דעם בריוו, אבער "די שטוב" האט געזאגט אז זיי טרעפן דאס נישט, זיי ווייסן נישט ווי דער רבי האט דאס געלייגט, (למען האמת האט מען עס דערווישט דורך הרב ליפא וואס איז א איידעם ביים משב"ק ר' יוסף אשכנזי ער האט געהאט דארט א צוטריט און געפועלט מ'זאל ארויס געבן דעם בריוו)

גלייך מוצאי שבת משפטים ווען דער רבי איז צוזאמען געפאלן איז דער סיגוט'ע רב ארום געקומען אין איילעניש צום פעטער פון ב"פ מיטנעמענדיג ר' אהרן, ווען דער רבי האט זיך געבעסער'ס איז ר' אהרן אלץ געוועהן א אפטע גאסט ביים רבי'ן, מיט א זעלטענע אהבה האט אים דער רבי מקרב געוועהן, חוץ ווען "די שטוב" האט געשטערט, ר' אהרן האט אמאל געזאגט (פאר ר' ברוך הענדלער) אז זייט זיין חתונה האט ער געשפירט א זעלטענע התקרבות פון פעטער ווי ער האט אים אלס שטארק מכבד געוועהן, מיט אזא הרגש אז ער האט נישט אין הארץ גארנישט קעגן אים אליין איבער דעם שידוך.

שרייבנדיג דעם בריוו דערמאן איך מיר אמאל ביי מנחה מעריב אין סיגוט'ע ביהמ"ד (ס'איז געוועהן אינעם אלטן סיגוט'ע ביהמ"ד אין ב"פ) האט ר' אהרן פארציילט מיט התרגשות אז נעכטן נאכט איז ער געוועהן ביים רבי'ן ביים פעטער וועגן א פריוואטע ענין, און ס'האט זיך געקאכט אין שטוב וועגן די איבערקערעניש אין א"י אז דער פויפסט האט געזאלט קומען, און די פאליטיק איז געפארן אויף הויכע טענער, צו ער גייט קומען דירעקט קיין א"י אדער דורך די יבשה פון די אראבישע מדינות, צו דער רב הראשי גייט גיין צו אים אדער נישט, און דער רבי האט אים אנגעכאפט די האנט און געזאגט מיט א מורא'דיגע הרגש און ווייטאג און זיך געשטיקט פון טרערן, ווייסט וואס דאס מיינט אין הייליגן לאנד א"י ותבאו ותטמאו את ארציכם מ'ברענגט אריין אלע מיני ע"ז'ס אין א"י, (ווי דער רבי איז זיך מתמרמר אין ויואל משה אז די געזעץ ערלויבט אלע מיני ע"ז'ס) דער פויפסט איז ע"ז ממש אויסער דעם וואס דער משרד הדתות שטיצט אלע ע"ז'ס וואס איז נגד התורה, אנשטאט מקיים זיין די מצוה וואס א"י איז מחיוב פון אבד תאבדון, גייט מען און מ'ברענגט אריין דעם פויפסט אין א"י דא סאיז א טומאה וואס איז דוחק רגלי השכינה, ס'האט דעם רבי'ן אזוי אזוי געקרענקט ס'איז אים ממש געגאנגען בנפשו, און מיט דעם ברען און צובראכנקייט האט ער דאס איבער געזאגט פאר זיין נאנטע פלימעניק רבי אהרן, וואס האט דאס איבער פארציילט אין סיגוט'ע ביהמ"ד א טאג דערויף,
איך מיין אז די מעשה זאגט אסאך, וויפיל רבי אהרן האט מקבל געוועהן און געהערט פון פעטער כמה ענינים ווי אויך די ריינע השקפה, באגלייט מיט אזא חביבות, מיר האבן טאקע במשך די יארן געהערט פארשידענע דרשות פון אדמו"ר מהר"א בכמה ענינים וואס מ'זעהט ער איז א כלי ראשון צו די תורות הראשונים און דרך התבדלות מרשעים

אין אנהייב די ל' יארן איז ר' אהרן געווארן א רב מטעם התאחדות הרבנים עפ"י הסכמת רביה"ק נשיא התאחדות הרבנים, זייענדיג דער ערשטע רב פונעם נייעם דור וואס האט געפסק'נט שאלות, באיסור והיתר האט ער באקומען הוראה פונעם שאפראנער רב זצ"ל זייענדיג כמעט די איינציגסטע וואס האט באקומען התרת הוראה פונעם שאפראנער רב (דער שאפראנער רב האט אים עטליכע מאל צוריק גערופן צו פארהערן נאכאמאל און יעדעס מאל זיך פארענפערט און געזאגט אז ער פארהערט אים נישט אזויפיל ווייל ער האט מורא אז ער קען נישט, ס'איז אים נאר א קורת רוח צו זעהן ווי "תורה מחזרת על אכסניא שלה")
ער האט אויך גענומען שימוש ביים חוסט'ער רב און ביים פאפא רב זצ"ל ועוד, (סתם הוראה האט ער באקומען פון ר' פנחס עפשטיין ראב"ד) אין שמות גיטין האט ער גענומען שימוש ביים טשאקאווא רב זצ"ל ווייל דער ברך משה האט אים געזאגט אז דער טשאקאווא רב פירט נאר לויטן דב"ח, (אין שימות גיטין איז טאקע כ"ק מהר"א א יחיד במינו).
אין חו"מ איז ער געזעסן ביי אסאך דין תורה'ס ביים טאקאי רב וואס איז געוועהן א ידיד לבית סיגוט אלע יארן, רביה"ק האט אים מעודד געוועהן אין די רבנישע פונקיצעס, (ס'איז אויך דא א תשובה פון ר' משה פיינשטיין אין די ל' יארן ווי ער גיבט גערעכט אויף א גט וואס כ"ק אדמו"ר מהר"א האט מסדר געוועהן)

פון ווען ער איז געווארן רב אין קהל עצי חיים וומס"ב, ווען ער איז נאר אריין געקומען צו רביה"ק האט ער אים געהייסן זיצן אויף א בענקל און צומאל געהייסן אריין ברענגען פירות, א זאך וואס רביה"ק האט נישט געטון פאר די אנדערע געשוויסטער, און אפי' נישט פאר אנדערע רבנים אין זיין עלטער, און ער פלעגט אים אויך פרעגן וואס ער האט געזאגט שבת הגדול שבת שובה ביי די דרשה,

תשל"ד איז געפאלן פרשת תרומה שבת שקלים האט ר' אהרן באקומען די עלי' פון שישי ביים רבי'ן ווי מ'האט אים אויסגעלאזט לתת את השולחן, ווי רביה"ק האט גלייך געזאגט פארן בעל קורא (ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל) מיט א שמייכל לשאת את שולחן מיינט פירן טיש.
(מפי ר' יצחק ערנפעלד וואס האט געהאט די חזקה צו שטיין דארט, ער האט אליין געהערט ווי דעררבי זאגט דאס פאר ר' אברהם'ן)

עכ"ז האט "די שטוב" נישט אויפגעגעבן מיט די רדיפות, אמאל ר"ה אין די שפעטע ל' יארן ווען ר' אהרן איז געקומען ווי יאר יערליך הערן קידוש פון רביה"ק און באקומען דעם ראש כבש, (בשנת תשל"ב האט דער רבי געוויזן מיט די פינגער מ'זאל געבן ראש כבש פאר ר' אהרן, מפי ר' בעריש ב"פ רב) איז ער אריין אין די שטיבל אין פארנט פון ראדני סט, ווי רביה"ק האט געוויילט שבתים, ממש בעפאר קידוש האט "די שטוב" געריקט דעם עולם אהער און אהין, און מ'האט ר' אהרן געריקט אריין צום טיר אין די שמאלע האלוועי צווישן די צוויי טירן, און פארקלאפט די טיר אזוי אז ר' אהרן איז געבליבן צוגעשפארט צווישן די טירן, צוזאמען מיט אים איז געוועהן א נגיד יענער האט געקלאפט אויף די טיר מ'זאל אים עפענען, האט אים ר' אהרן געזאגט איר מעגט קלאפן מ'וועט אייך סייווי נישט עפענען איר זענט דא נאר אין מיין זכות...., נאך קידוש האט מען געפענט דעם טיר פון ביהמ"ד זייט און ער איז געווארן באפרייט אהיים צו גיין, כהנה וכהנה זענען געטאהן געווארן מעשה רשע אויפן גרעסטן פארנעם, אונז אלע (פון די מער עלטערע עולם) געדעקען גוט די אפציעלע רדיפות, אבער מיר זענען נישט דא צו שרייבן סתם מעשי אנשי דלא מעלי,

דאס איז מער ווייניגער די אמת'ע פאקטן וואס רביה"ק האט ארויס געוויזן חבה יתירה צו זיין משפחה ובמיוחד צו כ"ק אדמו"ר מהר"א במשך אלע יארן, און דאס איבריגע איז אלעס כזבים,

אבער ליינענדיג אייער ארטיקל איבער דעם פליפ פלאפ פון די אלע פאלשע רבי ז"ל אידן, האט זיך מיר אויפגעפרישט א אלטע וואונד וואס איז שוין כמעט געוועהן פארהיילט, דאס איז די ערשטע חתונה בחצר סאטמאר, איך כשלעצמי זייענדיג א שטיקל סיגוט'ע איז מיר די חתונה געוועהן א גרויסע שמחה ווען מ'זעהט דעם ערשטן אייניקל פונעם ברך משה און נאך דערצו דאפלטע אייניקלעך, אפגעזעהן אז ס'קומט צו פארן פון א"י דער אנדערע זיידע כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א.

מיין פראגע איז נאר צו די אלע פאלשע רבי ז"ל אידן "די היימישע", זיי מיינען דאך אז זיי האלטן אן די אמת'ע שיטה און זענען נישט משנה קיין זיז כל שהוא, אויב איז אמת אז רביה"ק האט נישט געוואלט סאטמאר'ע אידן זאלן גיין בשנת תשכ"ו צו די סיגוט – וויזניץ חתונה אין בני ברק, איז דאך לכאורה דא א קלארע הוראה וואס מ'דארף טון אין אזא פאל, נישט גיין צו די חתונה און פארטיג, אבער בשנת תשמ"ה איז נולד געווארן א נייע שיטה, מ'דארף יא גיין און מ'דארף שיסן אראנדשן, מ'דארף ציפן די פיס, מ'דארף יענעם צושטערן די חתונה, אויב איז דאס געוועהן די שיטה פון רבי'ן פארוואס האט מען דאס נישט געטון בשנת תשכ"ו?, גיין אהין צום סיגוט'ע רב צו די חתונה און שיסן אראנדשן?...,

צו וואס האבן מענטשן פארשטאנען בשנת תשמ"ה אז ס'איז נארמאל צו צושטערן א חתונה???, דאס קומט אלעס ווייל מ'האט געפיטערט דעם עולם מיט פאלשע אמונה און פאלשע מיינונגען מאכנדיג קנאות פאר א פערזענדליכע קריג, (ווי איר האט דאס געשריבן בארוכות) און מ'האט אפגעקויפט אלע פאלשע מעשיות וואס די מסלפים האבן פארקויפט כאילו דער רבי האט געזאלט זאגן קעגן דעם ברך משה מיטן שידוך, מ'האט אזוי געהעצט מענטשן אז אידן האבן געהאלטן קלאר אז ער טוט באמת א טובה פאר רביה"ק בגנזי מרומים מיט יעדן שריי און מיט יעדן אראנדש וואס ער ווארפט אויף וויזניץ... נעבאך....,

און אפי' די אזוי גערופענע קנאים וואס האבן געבויקאט די חתונה ווייל מ'טאר נישט זיצן אונטער איין דאך מיטן וויזניצער רבי'ן, געדעקט יעדער אז א וואך דערויף איז געוועהן די מונקאטש'ע חתונה מיט הרב אלי' טייטלבוים וואס ווייל די כלה האט געהייסן נאך די רעבעצן'ס מוטער האבן זיי אלע ערשיינט צו די חתונה, כאטש דער זיידע ר' אהרן בערנשטיין איז געוועהן א חבר בד"ץ של אגודת ישראל, פליפ פלאפ....

אט די זעלבע ווארפער'ס זענען די שפעטערע בני יואל'ס און היינטיגע פריש געווארענע חסידים, די אלע האבן געפליפט פלאפט יעדע מינוט, זיי האבן אפשר אנגעפאנגען מיט א תי' קנאות, אבער גענדיגט האבן זיי אין בג"ץ הציוני.

יענער האט נישט געטארט ווערן רב אין ק"י ווייל ער איז א איידעם אין וויזניץ וואס וויזניץ גייט צו בחירות וואס בחירות קען אפשר זאגן א מיינונג ווער ס'זאל ווערן א שופט אין בג"ץ, און היינט גייט ער בשאט נפש אין בג"ץ אליין, היש לך פליפ פלאפ גדולה מזו?, (אויב פלאנט איר מפרסם צו זיין מיין בריוו קענט איר צולייגן די אפציעלע דאקומענטן פון די מסירה אין בג"ץ)

אויף הונדערטע פאשקעווילן האט מען געשריבן אז די יעצטיגע רעבעצן איז א ציונית'סטקע, אפשר ביי די מענטשן וואס האבן געהאלטן כ"ז אב תשל"ט אז א רעבעצן דארף ווערן רבי און פירן סאטמאר, ליינען קוויטלעך און פועל'ן ישועות, ביי זיי איז דאס א אישו ווער איז די רעבעצן און וואס זי טראכט, אבער ביי רוב מענטשן וואס האבן געהאלטן אז א רעבעצן דארף סתם זיצן אין קאך און אפשר גיין אין שפיטעלער מבקר חולה זיין אידן איז דאס בכלל נישט קיין אישו.

אדרבה, ווי שטייט אין ויואל משה אדער על הגאולה אז איינער וואס איז א קינד פון איינעם וואס גייט צו די בחירות איז אסור לבוא בקהל, ס'שטייט אפי' נישט אויפן הולך לבחירות אליין אז ער איז אסור לבוא, סך הכל פארדרייט מען מענטשן א קאפ, און עולם גולם לאזט זיך פירן ווי נערנים,

איך האף אז מיט מיין בריוו וועל איך עפעס אויפטון וילמדו תועים בינה, כי תעבור זדון מן הארץ,

(-)
חונה פה ב.פ.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:08 am

פרק ד'

ויהי ממחרת, מיר וועלן ביז דערווייל לאזן די קינדערלעך זיך טענה'ן איבער מינערוויכטיגע פאקטן איבערן דעם שידוך ווי אויך זיך ארום קריגן אין אנדערע טיילן אינערהאלב די לעצטע אנטוויקלונגען אין אינערן פאליטיק, און מיר וועלן זיך נעמען שרייבן בהמשך פון אונזערע פאריגע ארטיקלען, ווייל ווען ס'זאל זיין בידינו וואלטן מיר בכלל אפגעשאפן אלע אשכולות דא אין כל העולם כולו, און בלויז געלאזט די ארטיקלען וואס טראגן א ערנסטע פנים, ווייל מיר האלטן אז זיך באפאסן מיט די אלע זינלאזע און נארישע טעמעס ברענגט אראפ דאס גאנצע מענטשהייט און פירט אראפ נארמאלע מוחות צו א שטאפל וואס איז א בושה צו זעהן ווי ערוואקסענע מענטשן קייען איבער גאנצע שטיקער פון פאלשע ליידיגע ארטיקלען אן קיין טראפ אינהאלט,

עס איז דא א כל נדרי דרשה פונעם חי' הרי"ם (אין ס' אילנא דחיי איז דאס געדריקט אויף אידיש טייטש) ווי ער איז מבאר אז יום הקדוש זאל מען נישט מאריך זיין צופיל מיטן על חטא נאר מיטן "ותמלוך" זאגט ער דארט דעם לשון "מיטשע די בלאטע אהער מיטשע די בלאטע אהין ס'בלייבט נאך אלס בלאטע"...., ס'איז נישט כדאי זיך צו באפאסן מיט די בלאטעס.... עיי"ש, די זעלבע שפירן מיר מיט רוב געשרייבעכטס דא, אלעס איז נאר געפאטשקעט די בלאטע אהער און אהין אן קיין שום תכלית, כמעט קיינער קומט נישט אויף מיט ריעיונות אדער מחשבות וואס רעדט צו בעלי דעת, (מיר שפירן טאקע אז די נמוכי הדעת האבן נישט קיין געדולד צו אונזערע ארטיקלען...) דער כדי להוציא מלבם איז אונזער טרייב קראפט צו שרייבן נאך ארטיקלען איבער אונזער אלטע אנגעווייטאגטע נושא.

מיר ווילן ווייטער אנגיין מיט אונזער מהלך, וואס בלויז צוליב דעם האבן מיר מפרסם געוועהן דעם בריוו איבער דעם שידוך מיט וויזניץ, כדי מקיים צו זיין והיתם נקיים מד' ומישראל זיך צו האלטן זויבער אונטער די פארסם'טע חיצים וואס איז געווארפן געווארן אויף אונז במשך די יארן מיט א הייליגע לבוש פון "רבי ז"ל", ווייל אונזער איינציגע ציל פון די אלע ארטיקלען ביז אהער איז נאר געוועהן אויפצוהייבן און מציל זיין כבודו הקדוש פון הוד כבוד מרן רביה"ק זי"ע, וואס זיינע אייגענע אזוי גערופענע תלמידים האבן במשך די לעצטע תקופה פארכאפט דעם שופר און געבלאזן דערמיט לפי רוחם כל מיני קולות משונות אונטערן שאטן פון רביה"ק מיט גאר פינסטערע פארבן.

עד כדי כך, אז די נייע דור האט באמת נישט קיין השגה אפי' אינעם גשמיות'דיגע הנהגה פון רבי'ן, א יונגערמאן א יואלישל האט זיך אויסגעדריקט לעצטנס נאכדעם וואס ער האט ערגעץ געזעהן א שלל מיט בילדער פון רבין, אז ער האט קיינמאל נישט געוויסט אז דער רבי איז געוועהן אזא פריינדליכע געשמאקע מענטש, ער האט קיינמאל נישט געוויסט אז דער רבי איז געוועהן איין שטיק שמחת החיים מיט א זעלטענע הייליגע צהלות פנים בכל מצב וזמן שהוא (אפי' נאך א תורה ווען דער רבי האט זיך אויסגעוויינט בבכיות עצמות האט ער גלייך דערנאך געקענט זאגן א ווארט בשמחה וטוב לב) ביז היינט האט ער (דער יונגערמאן דער יואלישל) געקלערט אז דער רבי איז גאר געוועהן דאס פארקערטע און דא זעהט ער פלוצלינג ווי דער רבי שמייכלט ער קומט און גייט מיט אזא אויפגעלייגטקייט, ער האט אלץ געוויסט אז די אלע וואס מאכן נאך דעם רבי'ן זענען די זויערע טייל פון ביהמ"ד....

מיר רעדן שוין נישט פונעם חלק הרוחני און די חלקי התורה וואס דער רבי האט משפיע געוועהן און איבער געלאזט פארן דור, דאס האט מען דאך סתם אזוי מסלף געוועהן אויף א געפערליכן פארנעם ווי ס'איז שוין מבואר אין די פאריגע ארטיקלען, נאר אפי' דעם חלק הגשמי האט מען מסלף געוועהן כאילו דער רבי איז געוועהן אנגעצויגן און זיך אייביג געבייזערט.

אסאך ליינער'ס האבן אריין געשיקט בקשות און פארלאנגען אז זיי האבן נישט קלאר פארשטאנען וואס מיר האבן געשריבן אין חלק א' ווי דארט האבן מיר מבאר וויאזוי דער השתלשלות הדברים איז צוגעגאנגען נאך שנת תשכ"ח ווי מ'האט גענומען דעם רבי'ס גדלות און השלמה און אויסגעניצט כדי אוועק צו מאכן אנדערע, עטליכע ליינער'ס האבן נישט פארשטאנען וואס מיר האבן געשריבן אין קורצע זאצן, האבן זיי געמיינט כאילו מיר האבן געשריבן אז מ'האט דעם רבי'ן גרויס געמאכט (כאילו גרעסער פון זיין אמת'ע גרויסקייט), דעריבער בעטן זיי אז מיר זאלן דאס בעסער מפרש זיין.

טייערע ליינער'ס וחבירים, נישט דאס האבן מיר געשריבן, מיר האבן געשריבן אז מ'האט דעם רבי'נס גרויסקייט אויסגעניצט צו פרעדיגן ביי אונזער עולם אז עפעס אנדערשט איז גארנישט, בו בזמן ווען מיר האבן טאקע געהאט דאס גרעסטע אין זיין צייט, פאקטיש איז נישט געווועהן קיין דוגמא צום רבי'נס השלמה, קיינער האט נישט געהאט די אלע השלמות פון רבי'ן אויפאמאל, דעריבער זענען סאטמארע אידן געווועהן שטאלץ (און מיט רעכט) מיט אונזער רבי'ן, און זיך אפי' נישט אומגעקוקט וואס א אנדערע טוט.

די ווירטשאפט האט דאס גוט געוויסט, און זיי האבן דאס אויסעניצט אין די ל' יארן, ובעיקר אין די מ' יארן, מיט א ציל און א קלארע אויסגעארבעטע מהלך דורך די מענטשן וואס האבן זיך געזעהן פארלירן זייער בעלות און מאכט וכבוד המדומה וד"ל, מיט אן אדשענדע אז ס'זאל שווער זיין פאר סיי וועלכע סאטמארע איד צו קענען טרעפן און זיך צופאסן צו א ממלא מקום, קיינער גייט נישט זאגן אז סיי וועלכע גדול האט אפי' געקענט ממלא מקום זיין דעם רבי'ן, ווייל דאס איז נישט מעגליך במציאות, אפי' דער ברך משה וואס האט למעשה שפעטער באקומען דעם טיטל "סאטמאר רב / רבי" האט זיך קיינער נישט איינגערעדט אז ער איז אפי' א דוגמא.

אבער דאס איז קלאר אז די מהלך פון די רבי ז"ל אידן האט געארבעט אז ס'זאל זיין שווערער זיך משלים צו זיין מיטן די דעה אז יא דער סיגוטע רב איז יעצט דער רב און מ'דארף הארכן זיין דעת תורה, ואין לך כהן אלא שבימיך, לכל הפחות ווי אבות אבותינו האבן געהאט הכנעה צום שטאטישן מרא דאתרא ווי ס'האבן זיך אמאל געפירט אידן אין אלע שטעט פון מדינות אונגארן רומעניע ועוד.

דער צעלימער רב האט געזאגט בשנת תש"מ אז ער איז נישט מקנא דעם סיגוט'ע רב, ווייל ער אליין האט אויך ממלא מקום געוועהן דעם רבי'ן אין ארשעווא ווען דער רבי האט זיך געצויגן קיין קראלי, ער האט גוט געשפירט וואס מיינט זיין א רב נאכן רבי'ן און אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס נאכן האבן אזא רב, ממילא אז דער סיגוט'ע רב ווערט ממלא מקום וועט ער האבן א שווערע מלאכה ווייל די חסידים זענען צוגעוואוינט צו א גרויסן רבי'ן.

קיינער האט באמת נישט געקלערט אז דאס איז די זעלבע, פונקט ווי קיינער האט נישט געזאגט אז דער שינאווא רב איז דער זעלבע ווי דער דב"ח, און מ'האט נישט געזאגט אויפן קדושת יו"ט אז ער איז דער יט"ל, ווייל יעדער פארשטייט אז א דור ריקט זיך, אבער דא האט מען פשוט געפיטערט דעם עולם מיט די פאביע אז "מ'וויל פארגעסן פון רבי'ן", און ס'איז סכנת נפשות, אין די צייט וואס קיינער האט נישט אפי' מעלה געווועהן אויף די מחשבה אז "מ'וויל פארגעסן פון רבי'ן",
בו בזמן ווען דער ברך משה זעלבסט האט נישט פארפעלט א שמועס א תורה א דרשה ווי ער זאל נישט דערמאנען דעם פעטער, כמדומה איז נישט געווועהן א רבי אויף דער וועלט וואס זאל אזויפיל רעדן פון פאריגן רבי'ן ווי ער, דאך האט מען צודרייט געמאכט דעם עולם אז "מ'וויל חלילה פארגעסן פון רבי'ן" מיט דעם שריט אז מ'איז זיך מכניע פאר א נייעם רבי'ן, איינער האט דען געהייסן אז מ'זאל גלייבן אינעם נייעם רבי'ן?, איינער האט דען געצווינגען צו כאפן שריים פונעם נייעם רבי'ן?, מ'האט סך הכל געוואלט א פשוט'ע הכנעה צו א מרא דאתרא כנהוג, און אנגיין מיט א נארמאלע הנהגה ווי עס פארלאנגט זיך אין אזא גרויסע ווירטשאפט, און דאס איז געשטערט געווארן.
(די איינציגסטע זאך וואס מ'האט געקענט אנצייגן אז דער ברך משה וויל פארגעסן פון רבי'ן איז מיט דעם אז ער האט געוואלט פארגעסן פון די אלטע שטוב מענטשן....)

אויף דעם צוועק האט זיך דא אויף געשטעלט א סגל חבורה, א דריי עקיגע פארבאנד,
הרב עזריאל גליק – בעל המעשיות,
הרב שלמה יעקב געלבמאן – בעל התולדות של רבינו הק',
הרב מנשה פילאפ – מעתיקי השמועה,

אט די דריי (ס'איז דא נאך, אבער די דריי זענען די ראשים) זיי פארציילן מעשיות / מאמרים / תולדות, און האבן געניצט זייער כשרון ומשרה לפי הרוח והזמן, און צומאל מיט ערנסטע פליפ פלאפ מהלכים לויט זייער בליק, די מיינונגען (כלומר'שט דעם רבי'נס) זענען געפלויגן מיט די בלאזענדיגע ווינט בזמנם לפי די מאמענטאלע פאליטיק, און לויט זייערע אייגענע יעצטיגע אפגעמאכטע מהלך כדי צו פארנער'ן דעם תמימות'דיגן ציבור צו זייער ציל.

מיר וועלן דאס מסביר זיין אביסל ברייטער, כדי צו פארשטיין מער קלאר,

הרב עזריאל גליק
די אמת'ע פאקטן:
משב"ק פון רביה"ק געטריי מיט מסי"נ, נאך זוכה געוועהן צו קענען דעם רבי'ן אין קראלי, זייט תשכ"ח האט ער נישט אפגעטרעטן פון רבינ'ס שטוב אפי' צו אייגענע שמחות, ווי אויך די שפעטערע יארן אן אקטיווע עסקן בחברא קדישא, ומשמרת הקודש,

ווי נאר דער רבי איז אוועק זענען די הספדים געוועהן אויף א אופן נורא ומבהיל, די ערשטע הספד האט זיך אנגעהויבן "דא שטייט פאר אייך א איד" אנשאטאט צו זאגן דאס אויפן היייליגן רבי'ן אז דא ליגט דער הייליגע רבי וואס איז אפגעריסן געווארן פון אונז כי בא השמש, הייבט ער אן דעם הספד אויף זיך, דא שטייט פאר אייך א איד.... ווער שטייט? איך...

צווישן די אנדערע הספדים איז געזאגט געוווארן שבחים אויף הרבנית הצדיקת ע"ה, בזה"ל "דער רבי האט געזאגט צדיקים הקודמים האבן זיך געקענט לערנען פון איר צדקה וחסד"!!!!

ווער ס'האט געקענט דעם רבי'ן ווייסט אז ביים רבי'ן איז געוועהן שארף אויסגעשלאסן דאס צוגלייכן היינטיגע צו די אמאליגע צדיקים, היעלה על הדעת אז דער רבי זאל האבן געזאגט אזא מאמר אויף פריעדיגע צדיקים? דאס אז זיי האבן זיך געקענט לערנען ביי איר צדקה וחסד?....., נישט חלילה אז מיר מאכן אוועק אירע מעשי צדקה וחסד אבער ס'איז א שטארקע פראגע צו דער רבי האט בכלל געזאגט אזא מאמר.

אבער דער מאמר איז געזאגט געווארן מיט א ציל, ווייל דעמאטץ האט די ווינט געבלאזן אז ס'וועט נישט זיין קיין ממלא מקום, נאר "די שטוב" תחת דגלו והדרכתו פון הרבנית הצדיקת ע"ה וועט ווייטער פירן די קהילה ועל פיהם יצאו ועל פיהם יבואו,

ביום ד' ער"ח אלול איז געוועהן א אסיפה בבית ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל און ר' עזריאל האט געזאגט אז פון א ממלא מקום קומט נישט אין באטראכט, אבער ווי נאר די טשעק פון די אחים וויינשטאק האט אויפגעהערט צו קומען, האט ר' עזריאל געזעהן אז מ'מוז זיך צשטעלן צום סיגוט'ע רב כדי צו באקומען א געהאלט פון די מוסדות 82, האט ער דא געמאכט א שארפן יו - טורן, צו ווערן א משמש ביים ברך משה כאטש ס'איז געוועהן למרת רוח פון די רעבעצן ע"ה, וואס זיין משרה איז שפעטער געווארן א עבד לעבדים כידוע.

מיר ווילן אפי' נישט רעדן פונעם היינטיגן מצב ווי דאס רעדל האט זיך א דריי געטאהן אין זיין ווינט און בליק אין פאליטיק האט געבלאזן אויסצורייסן א בלעטעל אין ויואל משה, זייענדיג א מודה בבג"ץ.

דעם באקאנטן "וחי" איז אויסגעשריגן געווארן ברבים, מאכנדיג א נייעם פסוק אין שירת האזינו "ידי ואמרתי חי אנכי לעולם, דער ו' המוסיף צום "וחי" האט געגעבן א גרינע ליכט צו קענען מוסיף זיין מעשיות פון רביה"ק צו יעדן מצב ורוח הזמן, ווען ס'האט זיך נאר אויסגעפעלט איז דא גרייט א מעשה פון בדדי הוה עובדא כדי צו קענען דרייען רעדל פון א פליפ פלאפ,
אבער געדענקט ער איז דער לעצטער לייב.....

הרב שלמה יענקל געלבמאן

די אמת'ע פאקטן:
א בעל כשרון, א סדרן אין ביהמ"ד בימי רביה"ק, א משמח אלקים ואנשים, א מחדש, א פה מפיק מרגליות,

ער האלט איצט ביי חלק ט' מושיען, אונזער קי בארד וועט זיך צוברעכן ווען מיר זאלן זיך אפגעבן מיט די אלע שקרים וואס ער פארקויפט און שרייבט אויפן חשבון פון רביה"ק, די שטערקסטע טענות האבער'ס זענען גאר די מקורות אליין, די נעמען, די אלע "שמעתי מפי" וואס שטייט אונטן אין זיינע ספרים ביי די קליינע אותיות, ווייל צו וועלכן נאמען - מקור מ'גייט צו און מ'פרעגט זיי צו די מעשה ווואס שטייט דא איז אמת, הייבן זיי אן מיט א פול מויל אויסצוגיסן זייער ווייטאג איבער די סילופים וואס איז געטון געווארן מיט זייערע מעשיות, (ס'איז דא אויף דעם 100'טער דוגמאות), וכדי אויפצוווייזן אלע שקרים וואלטן מיר אנגעקומען צו 9 בענדער קעגן זיינע 9 חלקים מושיען....

ר' שלמה יענקל האט אמאל געזאגט אז ס'איז א שאד ער האט נישט געקענט האדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל (ר' זושא'לע) ווייל ער וואלט ווען געקענט אסאך נאשן פון אים, אבער אין איינע פון די בענדער איז שוין דא פולע שמעתי'ס פונעם טשערנאביל'ער רבי'ן, האיך שיתקיימו שניהם?, אויך איינע פון די טויזנטער שקרים כזבים.

אבער מיר ווילן נישט רעדן פון דעם חלק השקר לעצמו, מיר רעדן בלויז פון דעם חלק הסילוף ווי ער פארדרייט די ארגינעלע קורות רבינו לפי זיין פאליטיק, לדוגמא, ער שרייבט אז ער גייט באשרייבן די חתונה פונעם ברך משה, ער איז שוין דורך די גאנצע תקופה און ס'איז ביזדערווייל קיינמאל נישט געשריבן געוווארן בו בזמן ווען די חתונה פון הרב ר' שמעון לויפער ז"ל א אנדערע פלימעניק פון רביה"ק איז יא באשריבן געווארן, ער שרייבט ער גייט באשרייבן דעם שבת אין זענטא מיט די הכתרה פונעם ברך משה ווי רביה"ק האט דארט ערשיינט, עס איז קיינמאל נישט געשריבן געוווארן, ווייל בשעתו ווואלט דאס געוועהן ניגוד זיין מהלך אז אין רבינ'ס תולדות וזאל ווערן ציטירט עפעס א אהבה צום סיגוט'ע רב וואס קען אפשר אנדייטן אויף א ממלא מקום.

די וועלט'ס באקאנטע ברכה וואס דער הייליגער רבי ר' הערש פון רימאנאוו זי"ע האט געווואונטשן צום יטב לב'ס חתונה אז "פון די זיווג זאל ארויס קומען דורות וואס זאלן באלייכטן די וועלט עד ביאת הגואל", דעם "עד ביאת הגואל" איז אנטלאפן אין מושיען ש"י חלק א', ווייל?..... דער עד ביאת הגואל איז נישט אין איינקלאנג מיט זיין יעצטיגע שטעלונג (סוף מ' יארן) ס'קען נאך אפשר חלילה אנדייטן אויף די יעצטיגע הנהגה, (אויב וואלט ער יעצט בשנות התש"ס ארויס געגעבן דעם חלק א' וואלט שוין "עד ביאת הגואל" יא געקענט שטיין ווייל ער האט שוין א רבי'ן פון די גזע....)

א שאקירנדע פאקט פון א מאסיוון סילוף, איז די מעשה וואס שטייט אין מושיען אז דער רבי איז געוועהן שנה ראשונה ביי זיין שווער אין פאלאנטש און די מומע דער ראזוואדאווע רעבעצן (בת היטב לב) איז דארט געוועהן האט מען געזאגט פארן רבי'ן ער זאל זאגן שטיל קדיש ווייל די רעבעצן ווייסט נאך נישט אז דער קדושת יו"ט לעבט נישט, ע"כ המעשה, ממקור האדמו"ר מבלאזוב ב"פ ז"ל.

אין ס' ומשה הי' רועה שטייט די מעשה מיט א הוספה, אז די רעבעצן די מומע האט שפעטער געזאגט פארן רבי'ן, יואליש וואס האסטו געזאגט שטיל קדיש, מיינסט כ'האב נישט געזעהן ווי מ'פירט דעם טאטן אין ג"ע???!!!

א שיינע מעשה, שטעלט זיך די פראגע ווי איז די צווייטע העלפט מעשה פארלוירן געווארן אין מושיען?, נאך א גרונטליכע פארשונג זעמיר געוואר געווארן אז הרב געלבמאן האט אפי' געהערט די צווייטע העלפט מעשה פון האדמו"ר מבלאזוב, אבער ער האט געזאגט ברבים פאר עטליכע מענטש אז ער לייגט נישט אריין די גאנצע מעשה ווייל ער האט נישט קיין שום אינטערעסע צו בויען דעם קדושת יו"ט.....,
די הסבר איז, ווייל אז ס'איז דא א גזע מיינט דאך די גזע אויך דעם יעצטיגן ממלא מקום (הברך משה) האט ער מיט דעם א פראבלעם, וועט ער ענדערשט שטיקלען א מעשה כדי צו מאכן אזא מין ציור און בילד וואס קומט אויס גוט פאר זיין פאליטיק.

ויהי היום דער פאליטיק שאלקט זיך און ער איז יא מקבל מרות פון די גזע, דעריבער בשנת תשס"א ווערט שוין נתגלה א התגלות, ס'איז ערשינען א ביכל אויף אידיש "דער היייליגע קדושת יו"ט", פלוצלינג איז שוין דא א גזע, דער קדושת יו"ט איז שוין צוריק א חלק פון די זאך.

איר כאפט דעם פליפ פלאפ?...

הרב מנשה פילאפ שליט"א
די אמת'ע פאקטן:
א ת"ח, א ידען, א סופר ונבון, שטארק אויסגעקאכט אין ספרי רביה"ק, א פה מפיק, ולאחרונה אויך א מו"ץ ביו"ד ואוה"ח,

תשכ"ח, ווען דער רבי האט אויפגעהערט זאגן תורה ברבים איז ער קוים געוועהן בר מצוה, תש"מ איז ער געוועהן א שטיק צייט א בן בית ביים ברך משה אבער פארשיקט געווארן פון דארט צוליב זיין מויל, מיט די צייט האט ער באקומען א נאמען פאר א שונא, זיינע ארטיקלען האבן אנגפאנגען צו לויפן אינעם נייעס באריכט "די צייטונג", רוב פון זיינע מאמרים זענען געוועהן אפענע סילופים, מיט א טאקטיק אז מ'נעמט ארויס אפאר שורות פון א תורה וואס קומט אים אויס גוט און מ'לאזט אויס די אנדערע ווערטער פון פארדעם און נאכדעם, וואס צומאל קען די אויסגעלאזטע התחלה וסוף טוישן די גאנצע משמעות, אבער ער שרייבט אזוי ווייל ער גלייבט אז קיינער וועט נישט נאכקוקן זיינע מראה מקומות,
(אדרבה קוקט נאך זיינע אלטע ארטיקלען ותמצא נחת)

און זייער אסאך מאמרים איז צווישן די שורות געוועהן געצילט קעגן דעם ברך משה, כאטש אייינמאל אין 2 חדשים איז דערמאנט געוווארן די מאמר "דתן ואבירם האבן געהאט ווייסע בעקיטש'עס", ווי אויך ביי פרשת סקול דיסטריקט האט ער געהאט געקינצלטע מאמרים נעגעטיוו פארשטייט זיך אז אלעס איז געוועהן אונטערגעבעט מיט מאמרי רביה"ק, כהנה וכהנה פון מערכה ביז מערכה איז ער געוועהן דער ווארט זאגער און דער מעתיק השמועה פון רביה"ק.

ווי נאר די פאליטיק האט זיך א שאקל געגעבן, און דער יעצטיגע פארטיי פירער האט שוין אויך א ווייסע בעקיטשע איז דער "דתן ואבירם מיט די ווייסע בעקיטשע" באהאלטן געווארן במסתרים, איצט שרייבט מען וועכנטליך מאמרים (אין דער איד) וואס בלאזט לפי הרוח פונעם יעצטיגן פאליטיק כאטש וואס קען זיין א סתירה צו די אמאליגע מאמרים, מ'פליפ פלאפט ארום למען הפאליטיק, ס'איז שוין מער נישטא בנמצא אין זיינע מאמרים קיין בכיות אויף די היינטיגע מנהיגים ווייל ס'איז שוין דא מאמענאטל א מנהיג.

אין די פארגאנגענע וואכן האט ערשיינט אן ארטיקל מבואר בארוכות אז דער רבי האט נישט געזיכט קיין נייע חומרות, דאס איז געשריבן געוווארן ווייל דער ווינט בלאזט יעצט אויף דעם ריכטונג אז מ'טאר נישט מאכן קיין הידור וואס נאר יענער האט און אונז נישט ווייל דאן וועט יענער חלילה הייסן און האבן א נאמען וואס איז פרומער ווי מיר, איז דא א עצה וויאזוי מ'קען לייגן אלע חומרות און הידורים אין די זייט, אז הרב פילאפ / טויב / סופר וועט שרייבן א מאמר מיט יסודות אז דער רבי האט נישט געוואלט מחמיר זיין, ממילא טאר מען נישט זוכן היינט קיין נייע חומרות.

הרב פילאפ / טויב / סופר, מיר קענען אפשר נישט אזוי גוט אלע ספרים פון רבי'ן ווי אייך, אבער דאס ווייסט דאך יעדער חדר יונגל אז דער רבי האט מחמיר געוועהן לגבי די מקוה פון דב"ח עפ"י עצת ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, ווען דער דב"ח פסק'נט אז א מקוה דארף זיין 2 בורות איינס לעבן דעם אנדערן (אזוי ווי די אנדערע נכדי צאנז האלטן נאך אן כידוע) האט דער רבי מחמיר געוועהן און געהייסן מאכן בור על גבי בור, דער רבי האט מחמיר געוועהן מיט א חומרא מער פון הייליגן דב"ח!!!!,
אבער דער רבי זיכט נישט קיין חומרות.....

מדי דברו בו, דער פאפא רב זצ"ל האט געהאלטן אז א מקוה וואס האט א קוואל דארף מען נישט מאכן קיין השקה עקסטער מיט מי גשמים, אבער רבי האט מחמיר געוועהן (דער פאפא רב האט דאס בשעתו אפי' נישט פארשטאנען) און געהייסן ס'מוז זיין א עקסטערע השקה,
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות.....

אין א דרשה אויף פרקי אבות "ועשו סיג לתורה" זאגט דער רבי אז דער ועשו סייג לתורה איז א ציווי אין יעדן דור לפי המצב והרוח דארף מען גודר זיין פרישע גדרים,
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות...

אין תשובות (יו"ד סי' ל"ד אות ד') שרייבט דער רבי אז מ'זאל נישט זאגן אז די דורות הראשונים זענען דאך בעסער געווועהן ווי היינט, אויב אזוי ווי קען מען דען מחמיר זיין אויף זאכן וואס זיי האבן נישט חושש געוועהן, איז דער רבי מסביר אז אמאל האט מען נישט געמוזט מאכן די אלע גדרים ווייל זיי זענען געוועהן יראים ושלימים משא"כ היינט עיי"ש,
ווי אויך אין טיב לבב איז דא א תורה (ליל שבת פי' ויחי תש"י) ווי דער רבי צולייגט דאס ענין אז מ'דארף מוסיף זיין חומרות אויף מנהג אבותינו (אויך דרשה לדינער'ס ויחי רנ"ט),
אין די תשובות (סי' ע"ד אות ט') גייט דער רבי אריין צו הוספות חומרות הייסט נישט מוציא לעז זיין אויף די פריעדיגע, און שרייבט אז אדרבה "שבח הוא לחכמים להרבות בתיקונים בכל עת יותר ויותר", (ועי' בתשובה סי' ק' אות ד')
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות...

ביי פליש גופא האט דער רבי אנגענומען חומרות מער ווי אנדערע פלייש סוחרים, יעדער ווייסט אז סאטמארע פלייש איז געזאלצן געוווארן מיט מער הידורים (שטיין זאלץ),
אין סאטמאר איז נישטא אזא זאך ווי "סקירט סטעיק" ווייל דער רבי האט דאס געהייסן אויסשניידן,
קעלבענע פלייש אין סאטמאר גיבט מען צו פיטערן בלויז כשר'ס צוליב א חומרא פון רביה"ק,
אבער דער רבי זוכט נישט קיין חומרות....

אגב אז מ'רעדט שוין פון משנה זיין פון רבי'ן, לאמיר אנרירן די טעמע בקצה המזלג, דאס איז קלאר אז דער רבי האט משנה געוועהן אין אמעריקא אסאך ענינים וואס אינדערהיים האט ער נישט געטון, דאס ערשטע איז געוועהן דאס גרינדן א מיידל סקול בנוסף צו די ענגלישע לימודים וואס רביה"ק האט פערזענדליך אדורך געטון, ווי אויך לערנען לימודי חול מיט די ת"ת קינדער, וואס אמאל האט דאס געהייסן א איסור ממש,

דא האט דער רבי פארשטאנען אז מ'מעג משנה זיין לטובת ולתועלת הענין, איצט איז די פראגע צו איז דאס טאקע אזוי אז מ'טאר קיינמאל גארנישט משנה זיין פון קיין שום זאך מימי רביה"ק לתועלת דער יעצטיגע מצב, צו זענען נישט די היינטיגע רבנים בארעכטיגט אפצומאכן אויף סיי וועלכע ענין אז מ'דארף טוישן?

פארוואס פארשטייט הרב פילאפ אז מ'טאר נישט משנה זיין (אין זיין ארטיקל אין דער איד די ערשטן וואך נאכן פירסום "אמונה טפילה חלק א'") און מ'מעג נאר טון וואס דער רבי האט געטון, אין די צייט וואס אין זיין איצטיגן פארטיי האט מען פארשטאנען אז לתועלת הענין מעג מען משנה זיין אינעם צענטראלן ישיבה צום ליטווישן דרך הלימוד, מעג מען משנה זיין אדער נישט?, אויב מעג יענער מעג יעדער, פארוואס נעמט מען אן אז נישט משנה זיין איז נאר גולטיג ביי איין צד?

אפי' די באקאנטע מעשה וואס ער ניצט אז דער רבי האט נישט געוואלט מאכן א טינקעלע פענסטער צום ווייבער שול זאגנדיג אז ער וויל נישט זיין פרומער ווי זיין טאטע, אז אויך נישט קיין ריכטיגע צושטעל, ווייל יעדער ווייסט אז אויב האט זיך א פרוי געפינען אין ווייבער שול שמח"ת האט דער רבי נישט געוואלט טאנצן הקפות, כאטש ביים קדושת יו"ט זענען געהעריג געוועהן ווייבער ביי די טיר כידוע, נו, אידעך דער רבי יא געוועהן פרומער ווי זיין טאטן...

בשנת תש"ן האט אונזער'ס א שרייבער אליין געהערט פון הרב פילאפ אויף קליימער סט. א ביאור רחב אז דער סיגוטע רב – הברך משה פירט א מלוכה נגד התורה, מיט ברייטע הסברים בכה וכה, לפלא אז צו די יעצטיגע הנהגה ווי ער האט זיך דערשלאגן צו א בכבוד'יגע פאזיציע זייענדיג יעצט די אייציגסטע מעתיקי השמועה נגד הציונות ווי ער באקומט די אלע דרשות, יעצט איז די מלוכה שוין יא עפ"י תורה, אפשר זאגט איר מיר מיט וואס? מיטן מסרב זיין לדי"ת אדער מודה זיין בבג"ץ?....

אינעם ארטיקל "ספרים חיצונים" האט ער געשריבן בתוך הדברים איבער דעם וואס לעצטנס האט זיך געגרינדערט א ועד פון רבנים וואס זאלן זיך אפגעבן מיט ליין מאטריאל וואס זיי זאלן שטיין אויף די וואך אז די ליין מאטריאל זאל זיין כשר און אויסגעהאלטן אריין צו נעמען אין א אידישע שטוב, די רבנים זענען הרב זיידא פון וויזניץ, הרב גראס פון בעלזא, הרב האגער פון קאסוב, אונזער הרב פילאפ שרייבט אינעם מאמר אז די רבנים זענען נישט נאמן ווייל זיי זענען פארכאפט אין ציונות,

א רגע, וועלכע רב מיינט איר, הרב זיידא פון וויזניץ אדער הרב גראס פון בעלזא?, א פלא א האלב יאר צוריק האט איר זיך געווענדט צו זיי נעמען א בריוו קעגן אריזאנע ווייץ, זענען זיי נאמן אדער נישט?...

סך הכל יעדע ארטיקל ווערט געשריבן לפי די מאמענטאלע רוח האפאליטיק מיט א פשטות אז דער עולם וועט האלטן אז דאס איז באמת די שיטה הקדושה.

הרב פילאפ!!!! – דאס איז ביי אונז פליפ פלאפ,

ס'איז שוין העכסט צייט מענטשן זאלן אנערקענען וויפיל נאמנות די דריי עקיגע פארבאנד פארמאגן אין זיך, און וויפיל ס'איז אונז מחייב ווען זיי בלאזן אייגן געמאכטע שטורעם ווינטן מיטן געשריי "רבי ז"ל" אז דאס דארף זיין אין אונזערע אויגן שקר! שקר! שקר!, קויפט'ס נישט קיין וואסער פון פאר'סם'טע בורות, און זייט חס אויפן רבי'נס כבוד!!!.

מיר וואלטן נאך צוגעלייגט א פערדן נאמען דאס איז "הרב אלימלך שטערן", הגם מיר פילן אז אויב מיר וועלן זיך מטפל זיין מיט אים און צולייגן זיין דריידל קאפ וועלן מיר מוזן צוקומען צו פארשידענע מאמרים און אויסדירקן וואס וועט זיין בניגוד אונזער סטאנדארד און מהלך פון שרייבן, אבער דאס איז ידוע אז מ'רעדט פון א מענטש וואס האט מתחילה געשריבן דעם רבינ'ס ספרים, און טראגט א נאמען פאר איינער וואס איז אויסגעקאכט אין די שיטה הק', אבער א מסלף איינס אין די וועלט און טאקע דערפאר איז ער מסוכן ממש,

בעיקר ביי פרשת אתרא קדישא האט ער אנגענמען געפערליכע מהלכים ווי אויך שטארקע סתירות צו שיטת רבינו, אז מ'וועט אפיר נעמען זיינע דרשות ביי פרשת דיסטריקט און לאקאלע וואלן בעיר ק"י, וועט מען הערן ווי ער קען שטורעמען אויף התגרות באומות מיט א פייער און ברען, אבער ביי פרשת שפאניע האט ער נישט אזוי געוויזן, ווען ער האט געזאגט א דרשה אין כולל אבריכים אין וומס"ב אז די ינגעלייט מוזן ארויס גיין צום שפאנישן קאנסעלאט (אפי' נאכן מקבר זיין די עצמות כדין וכדין עפ"י רבנים מובהקים), האבן אים אייניגע יונגעלייט געפרעגט ר' מילך צו איז דאס נישט התגרות באומות? די תשובה איז געוועהן, דו רעדסט מיר שוין ווי א כופר......,
כפירה אין וואס?, כפירה אין ר' מילך שטערן,

בכלל פון ארויס קומען קעגן אנגענומען היימישע רבנים פון א"י אין אייראפע, אלעס צוליב אייגענע נגיעות, און מלבש זיין אין א מלחמת קודש פון חטטי שכבי, און אזוי צו'נער לייגן און מטשטש זיין תמימות'דיגע סאטמארע יונגעלייט, איז א עון פללי,
ובזה די,

די וועלט טראגט זיך ארום מיט א טייטשט שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך,
לכאורה אז מ'פרעגט דעם טאטן צו וואס מוז מען פרעגן דעם זיידן?, אויב שאל אביך ווי קומט אהער דעם זקינך?,

נאר די תירוץ איז פשוט, אז צומאל ווייסט נישט דער טאטע אייביג, דער טאטע איז צומישט פון די שקרים וואס די מסלפים האבן אים פארדרייט אין די שפעטער כ' און ל' יארן און מיט ברייטערע סילופים און די מ' יארן, שאל אביך דו מיינסט אז דער טאטע זאגט דיר דעם אמת?, גיי פרעג דעם זיידן, זקניך ויאמרו לך, וועסט געוואר ווערן דעם גאנצן אמת, דער זיידע וואס געדענקט נאך פון די פריע י' יארן ער ווייסט וואס איז געוועהן ריכטיג דעם רבי'נס בליק ומהלך איבער יעדע נושא.

משל למה הדבר דומה, א מענטש בארגט זיך געלט כדי צו אינוועסטירן אין א געשעפט, אבער כדי אויפצוווייזן דעם מלוה אז ער זאל נישט מורא האבן צו געבן א הלואה ברענגט ער מיט אן ערב וואס האפט מיט זיין ערבות אויפן געלט, וויל דאך דער לוה אז דער מלוה זאל אים גלייבן מיטן ערב, זאגט ער אים דו ווייסט ווער דער ערב איז?, דער ערב איז א מורא'דיגע עושר, ער פארמאגט ריזיגע אויסגעצאלטע בנינים אויף א ברייטן פארנעם, ממילא צו באצאלן אזא הלואה איז א קלייניקייט ביי אים,
ווידער אויב דער לוה וועט זאגן פארן מלוה אז דער ערב איז גאר א כולל יונגערמאן און גאנץ א קנאפע עושר, דאן וועט יענעם'ס ערבות גארנישט צוגעבן נאר אפשר גאר פארקערט ס'וועט אים שאטן.

הנמשל מובן, כלל ישרא' האט מיטגעמאכט דעם חורבן ווען גלייך נאך די 2'טע וועלט מלחמה האט זיך געגרינדערט די מדינה של גיהנום, אחד הי' רביה"ק וואס האט געזעהן דעם חורבן וואס דאס ברענגט מיט, איז ער ארויס במלחמת חרמה, עד כדי כך אז כהיום יום זענען שוין זייער אסאך אפי' פון די לינקע מענטשן מודה אז יש דברים בגו, ווייל מ'זעהט עין בעין די גרויסע צרות וואס דאס ברענגט סיי אין א"י גופא און סיי אויף די גאנצע וועלט, און צוליב דעם צוועק האט רביה"ק געשריבן דעם ויואל משה כדי אויפצוווייזן פאר די וועלט אז דאס איז נגד התורה והלכה.

איצט בשלמא ווען מ'זאגט אז רביה"ק איז בעצם געוועהן מקור הטוב והמטיב, אין פערזענדליך לעבן איז דער רבי געוועהן א גוטע און צוגעלאזענע מענטש א טוב עין אן קיין שום פערזענדליכע נגיעות ונצחון, דאן קען מען קומען מיטן ויואל משה אקעגן די וועלט, קוק אן אונז האמיר אזא גרויסן עושר וואס איז גרייט צו דעקן די הלואה, אז אזא בעל רחמים און ועין טובה זאגט אזעלכע שארפע מאמרים דאן מוז זיין אז די חטא פון ציונות איז גאר געפערליך.

ווידער אויב מ'שרייבט און מ'זאגט און מ'פרעדיגט איבעראל שארפע מאמרים, מ'ציטירט שמועסן פון קודש פנימה וואס דער רבי האט נאר געזאגט פאר יחידים אין א געוויסן מצב כאילו דאס איז א חלק פונעם ויואל משה זעלבסט, און מ'שטעלט אוועק א בילד און א צורה אז דער רבי געוועהן קאצקע רבי אליין (באחרית ימיו ווען דער קאצקער איז געוועהן פארשפארט נאר מזמן לזמן ארויס געשריגן פון די טיר א שארפע מאמר), דאן הרג'עט מען די גאנצע מערכה, ווי קען מען אקעגן קומען די וועלט מיטן ויואל משה ווען מ'הענגט זיך אן אינעם מחבר אז ער איז געוועהן דער ערפינדער פון יעדן שארפע און ווילדע שריט וואס ווערט געטון איבער די גאסן פון ווילאמסבורג, ב"פ, ק"י,????...

מ'קען אפשר זאגן מיט א צחוק מכאיב, היות ס'איז דא א מחלוקה צווישן חסידים וואס פארא נאמען צו געבן פאר רביה"ק, איינער זאגט אז זיין נאמען איז "ויואל משה" (כאטש ווען דער ברך משה האט געגעבן דעם נאמען פאר א בנין האבן זיי געהאט טענות אז לכבוד עצמו דורש, אבער יעצט נאך די חזרה בתשובה ע"י הפליפ פלאפ איז יא גוט דעם נאמען ויואל משה)
איין צד זאגט אז דער נאמען איז "דברי יואל" ווייל דער רבי שרייבט אין די הקדמה לשמי ולזכרי, די ויואל משה צד טענה'ט אז די אנדערע ווילן פארגעסן פון רבי'ןס שיטה דעריבער האבן זיי נישט ליב דעם נאמען ויואל משה, ווידער דער דברי יואל צד טענה'ט אז יעדן צדיק רופט מען לויט זיין ספר עה"ת נישט זיין ספר אויף אנדערע ענינים (כאטש וואס דער צד וואס איז היינט נגד קריאת דברי יואל האט ביז היינט געהאט בתי מדרשים, קעמפס, מיטן נאמען דברי יואל, אויך א פליפ פלאפ).

מיר וועלן זיך נישט אריין לאזן אין די צדדים, אבער אולי קען מען אויסארבעטן א שטיקל פשרה, מהיום והלאה זאל מען רופן דעם רבי'ן דער "טיב לבב"....., ווייל דאס איז אמאל זיכער אז דער רבי איז געוועהן א טיב לבב, א גוט הארץ....,
(זאג נישט אז מיר מאכן לצנות פון רבי'ן, ווייל די יודעי דבר ווייסן אז היפש תורות אין טיב לבב זענען די תורות אליין לצנות פון רבי'ן ואכמ"ל).

שטייט אין זרע קודש אז פנחס בן אלעזר האט געזעהן די אויתיות "רחם" און געמאכט דערמיט "רמח" ויקח פנחס "קמח" בידו, זאגט ער אז פנחס האט פשוט רחמנות געהאט אויף אידן ס'זאל נישט זיין קיין חרון אף אויף זיי, דעריבער האט ער געטון א אקט פון קנאות מגודל רחמנות אויף אידן, דערפאר בא הכתוב ויוחסו אחר אהרן עיי"ש, דאס איז געוועהן דער רבי, זיין זעלטענע מדת הרחמנות אויף אידישע קינדער האט אים נישט געלאזט שטיין אין די זייט און בלייבן שטיל צו אזא חרון אף, די נקודה איז אז זיין קנאות איז געקומען פון רחמנות, נישט פון שלעכטקייט.

די טאג טעגליכע מערכות ווי יעדער דריקט זיך אויס זיינע שארפע מיינונגען און הענגען דאס אן אויפן רבי'ן איז א געפערליכע זאך, ווייל אז א סאטמאר'ע שרייט קעגן א צווייטן ווען יענער פאלגט זיין אייגענעם דיין צו ער טראגט מיטן עירוב מיט די טענה וכודומה, מיט די טענה אז דאס איז קעגן רבי'ן ז"ל, דאן גיבט ער דעם בליק כאילו ח"ו דאס איז געוועהן דער רבי זעלבסט, און פון דעם באשטייט דעם גאנצן ויואל משה, האט דען דער רבי געהייסן מ'זאל שטיין ביי די וואל בודקעס ביי די בחירות און שרייען קולות אויף די וויילער? (דאכט זיך אז נישט, אפי' ווען יא, איז דאך מינות נישט עירוב)

און אזוי שפילט זיך אפ יעדן טאג פרישע מערכות און אלעס הענגט מען אן כאילו דאס איז דער רבי, די מענטשן מיינען אז זיי טוען א טובה פארן רבי'ן ווען מ'איז מוחה אויף א ר"י פון בני ברק, ביטע לאזט אפ דעם רבי'ן, איר קענט מוחה זיין, שרייען, שרייבן מאמרים, וויפיל איר ווילט, אבער דעם הייליגן רבי'ן לאזט אפ.

לאמיר אפיר נעמען א אמת'ע בליק אין רבינ'ס מהלך כלפי אנדערע חסידים, אין ס' על הגאולה סי' כ"ג ברענגט דעם רבי דעם באקאנטן מאור ושמש פ' ראה ווי דער מאור ושמש שרייבט קעגן די וואס גלייבן אין איינעם וואס האט באוויזן א מופת כאילו אלעס וואס יענער זאגט איז שוין קודש און מ'קוקט שוין נישט אויף יענעם'ס התנהגות עיי"ש, ווידער דער רבי האט געהייסן פאר די שרייבער'ס (ר' סענדר דייטש ע"ה ור' משולם גר"פ ע"ה) אז מ'זאל נישט שרייבן דעם פונקטליכן לשון פונעם מאור ושמש נאר ארויס נעמען דעם תוכן הדברים כדי נישט וויי צו טון די חסידים וואס גלייבן אין זייערע רבי'ס וואס באווייזן מופתים,
(איר מוזט מיר נישט גלייבן קוקט'ס נאך אין על הגאולה סי' כ"ג און עקסטער אין מאור ושמש פ' ראה און זעהט ווי מ'האט משפר געוועהן דעם לשון)

לאמיר לערנען אזא מעשה, דא שטייט דער רבי און קען געבן א ריק פאר בעלזא, וויזניץ, גור, און נאך אנדערע חסידים, בלויז מיטן ציטירן א מאור ושמש מיטן לשון נישט ער אליין שלאגט זיי נאר דער מאור ושמש רעדט קעגן זיי, זאגט דער רבי ניין, מ'דארף זיין מער איינגעהאלטן מיט זיי, זיי זאלן נישט פילן פערזענדליך געטשעפעט אפי' במחשבה קלה.

ביי די אלע פאלשע רבי ז"ל ווייסט מען נישט בכלל פון אזא צוגאנג, מ'ווייסט נאר אז דער רבי האט גערעדט שארף קעגן אנדערע חסידים, און דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אזוי און אזוי אין שטוב קעגן זיי, און אזוי איז מען מטשטש דעם המון און מ'פאדרייט דעם נייעם דור, וואס געשעהט נאכדעם, אז ווען א רך בשנים גייט ארויס אין די וועלט און ווערט געוואר אז די אלע אידן זענען געהעריגע נארמאלע יריאים ושלימים ווערט ער אינגאנצן צומישט, ער האט אלץ געמיינט אז זיי זענען גאר די שוואכערע חלק פון כלל ישראל, און דא זעהט ער אז עפעס שטומט נישט, מ'זאגט אים אז דער און דער אדמו"ר איז אזא שייגעץ פונקט ווי רב קוק, און מיטאמאל זעהט ער אז ס'איז עפעס נישט קיין דמיון, און מיט אזעלכע קשיות מאכט ער א החלטה אז די גאנצע שיטה איז נישט מסודר און ס'איז אים מער נישט מחייב, אנשטאט צו זיין אויסגעבויעט אז דער רבי האט געהאלטן אז זיי זענען געהעריגע אידן נאר פארכאפט מיט די אמונה, מאכט מען פארקערט החלטות און מ'איז בועט.

דער רבי שרייבט אין ויאל משה מאמר שלש שבועות (אות ק"פ) אז דער פראבלעם מיט כת ש"ץ איז אז זיי האבן זיך אנגעהאנגען אין סתרי תורה, וויבאלד אין אט די חלקי התורה זענען רוב מענטשן נישט באהאוונט האבן זיי דארט געקענט טון כל מה שלבם חפץ און משוגע מאכן די וועלט, די זעלבע פירט אויס דער רבי איז מיט די מינים ואפיקורסים פון די היינטיגע צייטן, זיי לייגן זיך אריין אין דרך הבעש"ט וואס איז באמת נאר א תורה שבע"פ ווייל די פאר חסידישע ספרים וואס זענען דא זענען בלויז א מעט מזעיר וואס מ'האט געשריבן תורות פון צדיקים, און וויבאלד רוב מענטשן האבן נישט קיין השגה וואס איז באמת געוועהן דער דרך בעש"ט, טוען זיי דארט ככל אשר לבם חפץ, און מ'פאדרייט די מענטשן כאילו דאס איז דער דרך הבעש"ט עיי"ש.

די זעלבע איז געטון געוווארן מיט תורת רביה"ק, מ'נעמט מאמרים וואס דער רבי האט געזאגט פריוואט איז מ'איז מטשטש מענטשן מיט דעם, בשלמא ווען מ'קומט מיט אפענע מאמרים וואס שטייט בפי' אין רבי'נס ספרים איז דאך דאס תורה שבכתב, אבער ווען מ'קומט און מ'זאגט אז 2 אזייגער ביינאכט האט דער רבי געזאגט אין שטוב פאר א חסיד אזוי, און פארטאג'ס האט ער געזאגט פאר א צווייטן חסיד אזוי, און אויף דעם בויעט מען אויף א תורה שלימה, דאס איז תורה שבע"פ ווי די מסלפים הענגען זיך אן און טוען ככל אשר לבם חפץ.

כאטש וואס מיר לייגן נישט קיין פעסטע דגוש אויף פריוואטע שמועסן, מוז אבער ציטירט ווערן א שמועס פון רבי'ן וואס איז נישט געוועהן לגמרי קיין פריוואטע נאר מער א אפענע שמועס וואס דער רבי האט געהאט מיטן מכון פון "אוצר הפוסקים" (געשריבן געוווארן דורך הרב יצחק שטערן ע"ה בן הרב מגבעת שאול ז"ל) בשנת תשכ"ה (נעתק בקובץ בית ועד לחכמים ג'), ווי דער רבי פרעגט דארט אויס די ועדי המכון איבער די מצב הכספי און דער רבי שלאגט פאר א פלאן מ'זאל מאכן א איינמאליגע אפיעל, און דער רבי אליין זאגט זיי צו א נתינה פון 2 טויזנט דאללאר (אין חלק י"ד פון אוצר הפוסקים איז אפי' דא א ישר כח פארן רבי'נס נתינה),
דערנאך היייבט אן דער רבי צו ברענגען זיינע טענות היתכן זיי ברענגען תשובות פון כל הבא ליד פון סיי וועמען, דער רבי זאגט זיי מילא דאס אז זיי ברענגען תשובות פון יעדן וואלט איך נאך אראפגעשלינגען, אבער איר האט גענומען הסכמות אויף אייער מכון פון כל מיני מחללי שבתות און פרייע פראפעסארן ר"ל, היתכן, דער רבי האט זיי געגעבן צו פארשטיין מיט א משל בארוכות עיי"ש.

לאמיר לערנען אזא שמועס, דער מכון אוצר הפוסקים איז דאך א בבל, פון כל מיני מענטשן ווי אויך אגודה, מזרחי, ועוד,
א' דער רבי גיבט זיי שטיצע און מחזק זייערע ארבעט,
ב' הערשט נאכן געבן געלט זאגט ער זיי זיין טענה,
ג' די ערשטע טענה אז זיי ברענגען תשובות פון יעדן שלינגט ער נאך אראפ, נאר די טענה איז בלויז כלפי זייערע הסכמות,

לפי ידיעתינו וואלטן די היינטיגע כלומר'שטע ממשיכים המסלפים נישט אזוי געהאנדלט, קודם וואלט מען בכלל נישט אויפגענומען איינער וואס ברענגט אין זיינע ספרים אגודה'סטן און מזרחי'סטן, און אוודאי נישט געשטיצט, אפשר גאר געמאכט א מחאה ברבים קעגן זיי, אז זיי זענען נישט לפי רוח ודעת רביה"ק, ופרשת הרב שטיינעמאן יוכיח.

דער רבי האט קלאר מכבד געוועהן אפי' אזעלכע מענשט וואס זענען נישט אין די שיטה און אפי' זיי געשטיצט, דער רבי האט בשנת תשכ"א געגעבן 15 אלפים פאר א גור'ע ישיבה ווי מ'גייט לערנען אידיש, דער רבי האט געהאט א פרנס היום ביום א' שבועות אין סלאנים'ע ישיבה (היפש א לינקע ישיבה) פאר 1000 דאללאר יאר יערליך, דארט האט געהאנגען דעם רבינ'ס נאמען אלץ פרנס היום, וויל מען היינט קומען זאגן אז דער רבי איז געוועהן דער פערזענדליכע לוחם זיך צו שלאגן פריוואט מיט מענשטן וואס זענען צומישט מיט אמונה ודיעות?.

איצט לאמיר צוגיין א טריט ווייטער צו זעהן ווי שטארק די אמונה טפילה האט צוגעבערענגט און גורם געוועהן א חורבן הדת לדורות ביז היינט צו טאג, ס'האט געזאגט אמאל א קלוגע יוד (דאכט זיך הגה"צ מוואוידסלאוו זצ"ל) אז ציונות האט געברענגט א חורבן אויף אידן, ווייל אמאל מאכט זיך א איד וואס האלט נישט גארנישט קיין שום מצוה אויף די וועלט אבער ער מיינט אז וויבאלד ער שטיצט די מדינה איז ער א פולקאמע איד און ער איז שוין מסודר מיטן רבש"ע,
ווידער איז דא א צווייטע איד וואס טוט נישט כמעט קיין מצוה אויף די וועלט אבער ער מיינט היות ער איז מוחה אויף די ציונים איז ער א פולקאמע איד וצדיק און איז מקיים אלע תרי"ג... ודפח"ח.

אין סאטמאר טראגט מען זיך ארום מיט א מעשה אז מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס ער רעדט אזויפיל פון ציונות, האט דער רבי גענפערט, ווי איך מאך אויף א פסוק זעה איך ציונות!!!

צו די מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אפי' ווען יא איז דאס זיכער געוועהן פריוואט אין שטוב און נישט ברבים, אבער דער תוצאה פון אזא מעשה איז געפערליך, ווייל די מעסידש וואס מ'גיבט איבער פון דעם איז, אז די תורה איז נישטא מער, ס'איז דא איין תורה - ציונות, ווידער אלע אנדערע איסורים איז בכלל נישט קיין עסק, נאר ציונות, אזוי האט מען אוועק געשטעלט יסודות כאילו דאס אידישקייט מעסט זיך מיט ציונות, איז א איד מוחה קעגן ציונים איז ער שוין מותר בכל התורה, אז נישט איז ער א מומר לכל התורה, ס'איז אמת אז דער רבי שרייבט אז ציונות איז ערגער ווי די ג' עבירות כמבואר בויואל משה, מיינט אבער נישט אז מ'קען דערפאר אוועק לייגן אלע אנדערע תרי"ג מצות.

די דרשות וואס מ'פלעגט אלע יארן זאגן איז געוועהן אז דער רבי האט געזאגט אז אין יעדע דרשה מוז מען רעדן פון ציונות אז נישט איז דאס נישט קיין דרשה, די אלע מיני ענינים האבן גורם געוועהן אז דער בליק איז איין זאך, מ'מעסט אידן נאר מיטן דעם, א ערליכע איד איז נאר דער וואס קומט כ"א כסלו און כ"ו אב, אז נישט איז ער א פרעמדער און נישט קיין היימישע,

וואס זענען די תוצאות פון אזא בליק פון תשכ"ח ביז תשס"ח?
די תוצאות זענען אז ווען אידן זענען עובר אויף סיי וועלכע איסור הערשט א שווייגעניש, (פארשטייט זיך ווען דער עובר איז פון דיין צד) ביז ווילאנג דער עובר אויף סיי וועלכע מצוה פון תרי"ג מצות איז נישט עובר אויף ציונות איז אלעס גוט, אויב איינער איז עובר אויף אן אבק ציונות (למשל גיין באזוכן א בחירות גייער) ווערט גלייך א שטורעם אז יענער איז א שייגעץ, ער "וויל פארגעסן פון רבי'ן", ער וויל אויסרייסן די שיטה הק'.

דאס איז די שרעקליכע תוצאה פון די פאלשע תורה וואס מ'האט געמאכט אז די תורה הק' הייבט זיך אן ביי ציונות און ענדיגט זיך ביי ציונות, ס'איז אמת אז ציונות איז דאס ארגסטע, אבער דאס טאר נישט זיין אויף'ן חשבון פון גורע זיין אנדערע מצות עשה שבתורה, און אוודאי נישט אז ס'זאל ווערן אזא שטימונג ווילאנג דער דיין / רב / גדול איז נישט קיין ציוני מעג ער טון וואס ער וויל, און אזוי קען ער טרעטן אויפן ברייטן ציבור טאג איין טאג אויס מיט פסקים און הוראות וואס דער קאפ זאל שווינדלען, און דער עולם בייגט זיך נעבאך דעם קאפ מיט אזא מינע שוין אבי נישט ציונות.

ווען דיינים וואלט געוויסט אז דער ציבור איז נישט גרייט מוותר צו זיין אויף קיין שום מצות עשה שבתורה, אפי' נישט נאר עניני ציונות, און אידן וואלטן נישט פארשוויגן ווען א דיין איז עובר בשאט נפש קעגן דיני משפטים מיט די זעלבע געשריי ווי ווען ער שמד זיך צו ציונות וואלט אסאך ווייניג חילול ד' פארגעקומען אין די לעצטע תקופה, ס'וואלט מער געהערשט כבוד התורה אויף די וועלט, ווייל כהיום יום זענען ליידער די דיינים פרוך ומופרך מיט זייער התנהגות הן כלפי יחידים און הן כלפי דעם ציבור און דער כבוד התורה איז מבוזה ומושפל ביי רוב ציבור יראים ושלימים, נאר דער ציבור האט פשוט א שוואכקייט צו שרייען הויעך קעגן זיי ווייל סוף כל סוף איז דאך דאס נישט ציונות....

פונקט אזוי ווי די כלל הידוע אז איינער וואס רעדט לשון הרע איז נישט מקבל פני השכינה, מיינט אבער נישט אז דער אינו מדבר לשה"ר איז יא א מקבל פני השכינה, אמת חטא הציונות איז ערגער ווי די ג' עבירות, מיינט אבער נישט אז איינער ואס איז נישט פארכאפט אין ציונות איז שוין א צדיק און מעג עובר זיין אויף כל התורה כולה.

די זעלבע מעשה גייט מיט א סטעפ ווייטער, אז 3 בתי דינים אין א"י גיבן ארויס א פסק איבער א סיכסוך בדיני ממונות, וויאזוי ווערט דאס אנגעקוקט ביי די פאלשע רבי ז"ל אידן, ווער מ'זיצט אין מקוה מיט איין פיס אויפן באנק און הערט וועגן דעם פסק, גיבט ער אזא מאך מיט די הענט, נע! זיי זענען נישט קיין היימישע!!!!!.....,
זאגט נאר רבי יוד, ווער איז יא א היימישע?, דיינים וואס טרעטן אויף אלע תרי"ג מצות און אויף ציונות נישט?, דאס איז היימיש ווייל ער איז נאר עובר אויף די היימישע איסורים???
און אפי' בחטא הציונות איז אויך נאר די עבירה ביי יענעם, משא"כ ביי זיך איז מען גרייט אפי' דאס אויך צו פארדעקן ופרשת בג"ץ יוכיח.

לעצטנס האבן מיר געזעהן א שרייבער שרייבט אז דער ויואל משה איז א פרק אינעם דברי יואל, דער אמת איז אז יענער אליין ווייסט גארנישט ווי גוט ער האט געשריבן, ווייל דער רבי האט געהאט א תורה שלימה וואס האט כולל געוועהן א געוואלד ענינים, תורה, גמ"ח, צניעות, כשרות, חינוך, נישט משנה זיין ממסורת אבות ועוד ועוד, ועל כולם דער גולת הכותרת איז געווועהן די מערכה קעגן ציונות, אבער צו זאגן אז ציונות איז דער זאך און עפעס אנדערשט נישט, איז אבסודר, ממילא איז דער דברי יואל א כוללות פון אלע ענינים, און דער ויואל משה איז דער וויכטיגסטע פרק פונעם דברי יואל.

לסיומא דמילתא מיר האפן אז דער ציבור פארשטייט וואס מיר שרייבן אפי' צומאל איז דאס געשריבן מיט קורצע זאצן, ווייל די ארטיקלען זענען באמת א מיעוט המחזיק את המרובה און ס'איז כולל גאר אסאך נקודות פון יסודות ארום און ארום, ביז דערווייל זענען מיר לכאורה פארטיג מיט אונזערע מאמרים, מיר צילן נישט צו שטויסן אדער אראפ צו רייסן סתם מענשטן אדער חלילה וויי טון אנדערע אידן וואס זענען נעבאך צומישן פון די אלע בילבולים פון די כזבנים ומסלפים, אונזער מטרה איז נאר כדי דער ציבור זאל באמת פארשטיין און האבן א קלארן בליק אויפן הייליגן רבי'ן זי"ע, און פארשטיין וואס איז באמת געוועהן די שיטה פון רביה"ק,
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:09 am

א ספעציעלע בקשה האבן מיר פאר די אלע וואס ליינען אונזער ארטיקלען, זאלן דאס נישט ליינען שנעל כלאחר יד, נאר מיט דעת ובהמתנה ובישוב הדעת, און אנערקענען אז מיר האבן נישט קיין שום זייטיגע מטרה מיט אונזער שרייבן, נאר מיר ווילן שרייבן אמת למען האמת ולמען כבוד רבינו הק',
ווי אויך זאלן די ליינער'ס צוזאמען שטעלן די יעצטיגע ארטיקל מיט אונזערע ערשטע 3 ארטיקלען, ווייל דאן וועט איר פארשטיין די המשך הדברים און אונזער אמת'ע ציל, אויך וואלט געוועהן א דבר גדול ווען מ'קען דאס ארויס פרינטן און מפרסם צו זיין פאר אנדערע וואס האבן נישט קיין צוטריט דא אהער, כדי די אמת'ע בליק אויפן מקור האמת זאל זיין גאנץ און שיין,

און אונזער כללית'דיגע בקשה איז: עלטערע אידן ווואס געדענקען נאך דאס אמאל און האבן נאך עטוואס שכל הישר, ביטע גיבט איבער דעם ריכטיגן וועג פארן נייעם דור, און זאגט זיי איבער מיט וואס פארא מסי"נ דער רבי האט גערעדט זיינע הייליגע דיבורים, און מיט וויפיל ווייטאג בדם לבבו הטהור דער רבי האט געשריבן זיינע ספרים,

דער נייע דור ווואס האט נישט זוכה געוועהן צו הערן דברות קודש מפורש יוצא זאלן זיך מדבק זיין אין די היילגע ספרים, ווייל יעדעס ווארט פון רבי'ן איז א אוצר און א רוח הקודש פארן דור האחרון, און נאר מיטן רבינס תורה שכבתב קען מען ארויס נעמען לימודים און הדרכות ישרות עד ביאת משיח.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:09 am

פרק ה'

נישט לייכט האבן מיר גענומען דעם פעדער אין די האנט צו שרייבן צו ווידמען נאך צייט און כח פאר נאך א מאמר צו אונזער סעריע מאמרים, אונטערן קעפל "אמונה טפילה חלק ה'", אונזער אישי קעסטל איז פיל געווארן אין די לעצטע תקופה מיט בקשות און תחנונים אז מיר מוזן זיך נעמען שרייבן א פרישן מאמר לאור המצב, און ארויס ברענגען פארשידענע פונקטן וואס דער צד אויף וועלכן פורם מיר שרייבן האלט און לייגט פאר.

טייערע ליינער, שרייבער, און ידידים, נישט צוליב אייער דרוק שרייבן מיר דא א מאמר, און נישט צוליב די בולט'יגע שקרים און עקסטרעמע היפאקריטום פון די יעצטיגע לוחמים און כלומר'שטע בעולה'טע ארויס געווארפענע אידן נעמען מיר דעם פעדער, על אף וואס זייער פאלשע צעקות האט דעגרייכט צום קלימאקס פון שקר, ווען אזא זאך איז נאך נישט געוועהן אין די גלאבאלע היסטאריע אז צד א' זאל רופן צד ב' אין גוי'שן געריכט און קיין היתר און נאכן פארלירן זאל דער צד א' דער אנקלעגער אין געריכט שרייען אויף צד ב' רשע, שייגעץ, מיט כל מיני קללות שבעולם, פאר די איינע חטא פון ערשיינען אין געריכט נאכן ווערן אנגעקלאגט פון יענעם און ארויס גיין א געווינער, וואס זאל צד ב' טון אז ער האט געווינען, פארדעם איז ער א שייגעץ?.....

אבער ווי געזאגט מיר גייען נישט רעדן פון די אלע שריטן, מיר ווילן זיך נישט מטפל זיין מיט סתם נידריגע קריגערייען, און זיין א המשך פון די סתם פלוידערייען אויף די אינטערנעט בלאגס, מיר האבן דאס קיינמאל נישט געטון ביז איצט, מיר האבן נישט געטשעפעט און פארשעמט פריוואטע אידן (אחוץ די געציילטע וואס זענען מסלף אפן דעם הייליגן רבי'ן רביה"ק זי"ע), מיר האבן בלויז איין ציל אז דער הייליגער נאמען פון רביה"ק זאל נתקדש ווערן בכל העולם כולו מיטן ריכטיגן תכלית און בליק, און דער נייער דור זאל בלייבן מקושר צו די שיטה הק', און צו די הייליגע יסודות וואס רביה"ק האט געחזרט מיט אונז, און אז יעדע סאטמארע חסיד זאל זיין דבוק צו די הייליגע ספרים פון רבי'ן און פון דארטן זאל זיין דער קוואל פון אונזער אידישקייט, עפ"י אמת ועפ"י יושר מ'זאל קענען דעם ויואל משה אמת ותורתו אמת מיט א אמת'דיגקייט, און נישט ווערן פארשלעפט פון די מסלפים און מכחישים וואס דרייען ארום מיטן רבינ'ס ווערטער כחומר ביד היוצר לפי זייער אייגענע נגיעות און מאמענטאלע פאליטיק.

אין די לעצטע תקופה איז אבער געשעהן פארשידענע זאכן וואס האט געמאכט אויפשוידערן יעדן אידיש הארץ, עס זענען געזאגט געווארן דרשות און געמאכט פארשידענע צערעמאניעס וואס ברענגען ארויס לצנות פון כל הקודש לנו, מ'נעמט די הייליגסטע ענינים וואס מיר זענען מחנך אונזערע קינדער און מ'מאכט אלעס ללעג ולקלס, אלעס מיטן ציל אויפצוהעצן אינגעלייט און בחורים כאילו מ'פירט יעצט א מלחמת קודש ווי דער חת"ס ותלמידיו, ווייל אזוי ארום וועט מען אפשר דעגרייכן אביסל עטענשאן און דער דארשטעריגע תאות הנצחון וועט זיך בארואיגן.

יעדעס קינד פון אונזערע קרייזן ווערט נתחנך מיטן ענין פון א "טיילונג", מ'פארציילט דאס מדור דור, ווי די תלמידי חת"ס האבן מיט מסי"נ זיך אפגעטיילט פון אנדערע טיילן אין כלל ישראל, נאך תעניתים סיגופים און מיט וועלט'ס השתדלות איז דאס געלונגען, ווי אויך א לענגערע ערציילונג מיט פרטים וויאזוי זיי האבן געשתדלט ביים קייזער פראנץ יאזעף וכו' וכו', און דאס לערנט מען מיט די קינדער מדור דור צו וויסן אז צומאל האט מען דאס געדארפט טון זיך אפטיילן פון משכילים און רעפארם וכו' צוליב זייערע שינוים אין יסודות הדת, און טאקע סוף פסוק איז געוועהן אז די ווייטע אויגן פון די גאונים וצדיקים רבותינו הק' האבן געזעהן אז זיי זענען ארויס לתרבות רעה, דאס זענען פון די יסודות אין אונזער חינוך.

דאס ווארט "טיילונג" "רעפארמער" איז היינט א גאנגבארע טיטל ווען איינער קריגט זיך מיטן צווייטן איבער א געלט סיכסוך, צו איבער א בעלות פון א רבנישע פאסטן, אדער אפי' איבער א נכסי קרקעות, געט מען זיך א צו אראפ דעם היט און מ'דמיונ'ט אז מ'איז אין אוהעל אדער אין פרעשבורג און מ'איז מכריז א "טיילונג"...., איז דאס נישט חוזק געמאכט פון אונזער צדיקים?,
ווייל דו האסט פארלוירן א גוי'שן געריכט וואס דו האסט אליין אריין געטראגן איז דער הייליגע חת"ס שולדיג?!!!
צו וואס דארף מען אויס רופן א טיילונג, ווייל דער זעלבע ריכטער צו וועמען זיי זענען געגאנגען בעטן יושר, האט זיי געוויזן יושר?, און דער ריכטער אליין האט זיי ארויס געשטעלט פון זייער לאך?

מ'באטיטלט א עדה אידן "רעפארם" וואס קלערט איר, איר מיינט אז זייערע קינדער קויפן דאס?,
ווען זייער'ס א קינד פאלט אריין אין א ביהמ"ד וואס ווערט אנגערופן ביי זיי רעפארם און זעהט אידן יראים ושלימים, נארמאלע ערליכע אפגעהיטענע אידן, וואס טראכט דאס קינד, מיין טאטע זאגט דאך אז זיי זענען רעפארם, האבן טאקע די רעפארם אידן אזוי אויסגעקוקט?, אלא מאי איז דער גאנצע רעפארם אינדערהיים אויך נאר געוועהן עפעס אזא מחלוקה'לע וואס מ'האט זיך צוטיילט צוויי רבנים אין צוויי קהילות און ס'איז געוועהן א מחלוקה'לע איבער א הויז..., און אזוי ווערט די גאנצע מסורות אבות א חוזק און א געלעכטער אין די אויגן פונעם נייעם דור, און מ'הייבט אן צו לייקענען און אפרעגן די גאנצע זאך,

א ווינדער מ'זעהט אין זייער מחנה אזא שטארקע בעיטה און אָפּקער פון יסודות החינוך, ווי קינדער פון די שענסטע שטובער גלייבן נישט די עלטערן מיט גארנישט כידוע ואכמ"ל, נאר צוליב דעם ווייל די עלטערן האבן זיי פארקויפט שקרים במשך די אלע יארן און צוליב א פאליטיק גלייכט ער צו און איז מדמה זיין יעצטיגן שונא צום כת ש"ץ, אדער הרב קוק, און ווען דאס קינד עפנט זיך די אויגן און זעהט אז אלעס איז נארישע נגיעות, הייבט ער אן מפקפק זיין אינעם גאנצן שורש אז אלעס איז איין שטיק שקר ר"ל מהאי דעתא.

מיר זעהן אז די רבנים ודרשנים האבן געשפירט פאר וויכטיג אפצושלאגן אין זייערע רעדעס די פאקט אז מיר רופן זיי אן עובדי ע"ז מיט אונזער אמונה טפילה ארטיקלען, הויעך געשעצטע דרשנים! און זייערע נאכשלעפער איר האט דאך קלאר געוויזן לעיני כל העולם אז איר מאכט חוזק פון גאט אליין, מיט דעם אז איר שרייט אויס אין די גאסן ד' ד' בי"ג מדות של רחמים און מ'בלאזט שופר, מ'זאגט סליחות, מ'שרייט, מ'וויינט, מ'נעמט דעם הייליגסטן סליחה פון יאר וואס אידן וויינען זיך אויס יו"כ ביי נעילה און מ'ניצט דאס פאר א אייגן געמאכטע חוזק צערעמאניע, פארוואס?, ווייל איר זענט אליין אריין אין געריכט און פארלוירן?!!!,
דאס מיינט ביי אונז חוזק געמאכט פון די י"ג מדות של רחמים, און יא, איר דינט ע"ז און איר גלייבט נישט בי"ג מדות של רחמים....., ווייל איינער וואס גלייבט בי"ג מדות של רחמים ניצט נישט אזא זאך פאר פאליטישע ניגעות'דיגע צרכים,
איז דאס נישט ע"ז און אמונה טפילה?

ס'איז דא א באקאנט ווארט פון הייליגן חת"ס ווען אידן אין מדבר נאך קבלת התורה ווען משה עלה למרום פערציג טעג מקבל זיין די איבריגע חלקי התורה, ביים פערציגסטן טאג האבן זיי געזיכט משה רבינו און דערנאך האבן די ערב רב געמאכט דעם עגל מיט די טענה כי זה האיש משה אשר הוצאנו ממצרים לא ידענו מה הי' לו, וואס איז טאקע געוועהן דער גורם צו מאכן עגל?, לכאורה אז משה רבינו איז נישטא זאל מען נעמען סיי וועם בדומה לו, צו אהרן, צו כלב, ווי קומט מען אן ביז א עגל ר"ל?
נאר די חברה (די פאלשע קנאים) האבן גע'טענה'ט אונז דארף מיר א משה רבינו "אשר הוצאנו ממצרים" אונז דארף מיר א רבי ז"ל, אונז קען מיר זיך נישט מכניע זיין פאר אהרן הכהן, ער איז נישט קיין משה איש האלקים ער איז נישט דער רבי ז"ל, וואס איז געשעהן דער סוף?, זיי האבן געמאכט א קעלבל אן עגל של זהב....

פונקט אזוי איז געשעהן אין די לעצטע תקופה, די בעלי גאווה וואס האבן זיך נישט געקענט מכניע זיין צו א נייע הנהגה ווייל זיי דארפן א רבי ז"ל די יעצטיגע הנהגה איז זיי נישט גוט געוועהן, ווי זענען זיי אנגעקומען?, צו דינען ע"ז, צו א עגל, זיי דינען נעבאך יעדן עץ ואבן וואס זיי טרעפן אן, און דינען אפי' אזעלכע וואס זענען נתפס אינעם עכטן ע"ז הציונות כידוע וד"ל, און דער ביטערע סוף איז אז זיי מאכן חוזק פון די י"ג מדות של רחמים, און די אייגענע קינדער שפייען זיי אין פנים נעבאך....

אפגערעדט צו נעמען דאס הייליגסטע וואס מיר פארמאגן, די תורה הק' הנתונה בסיני און מ'מאכט א צירקוס דערפון, עס קומט אויף די מחשבה די באקאנטע ווערטער פון רביה"ק זי"ע (געדריקט אין דבר"י מועדים לשמח"ת) הכל תלו במזל אפי' ס"ת שבהיכל, לכאורה איז דער בר מזל דער ס"ת וואס איז אינדרויסן נישט די ס"ת וואס איז שבהיכל אינעווייניג?, נאר צומאל ווען מ'נעמט ארויס די ס"ת און מ'רעדט דברים בטלים איז גאר א מזל פארן ס"ת וואס איז געבליבן אינעווייניג אין ארון קודש און מאכט נישט מיט די בושה וואס די אנדערע ארויסגענומען ספרי תורה האבן,
וויי נעבעך פאר די ס"ת וואס האבן מיט געמאכט אזא בושה פון א גאסן צירקוס מיט ווילדע אויסברויכן פון געשרייעכטס פוי!,

ווי ריכטיג און ווי הייליג זענען די ווערטער פון חז"ל אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה, מיט בערך 40 יאר צוריק בשנת תשכ"ז איז באקאנט אז רביה"ק האט געזאגט די שארפע דברי פתיחה אין די ישיבה, און גאר שארפע דיבורים זענען געוועהן געצילט קעגן די וואס מאכן אייגענע אקציעס אז זיי מאכן אלעס חרוב, און עטליכע גאר גאר שארפע ווערטער האט דער רבי געלאזט פאלן קעגן זיי,

לאמיר מעתק זיין די לשונות אות באות פונעם טעיפ (מיר האבן דעם טעיפ אין באזיץ) און דערנאך לערנען פשט,

שטייט עז כנמר אזוי הייבט זיך אן דער אורח חיים, עז כנמר מ'דארף צו זיין א עזות פנים, הוי עז כנמר, צום סוף זאגט די משנה עז פנים לגהנם, אז מ'איז א עז פנים גייט מען אין גהנם אריין, נאר וואס דען דארף מען וויסן ווי יא און ווי נישט, א אידישע מדה איז ביישנים, סוף שטייט ולא הביישן למד, אמאל איז פארהאנדען אז ס'טויג נישט, אלע מדות, רחמנים, חלילה אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט, ואלה המשפטים, דער רמב"ן זאגט אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט דאס איז דער חורבן עולם, און ל"ע אלע השמדיות און אלע זאכן דארט ווערן אויסגעהאלטן פון גומלי חסדים, פון אידישע גמילת חסדים, מ'דארף וויסן ווי יא און ווי נישט אזוי איז אלסדינג,

(דא לאזן מיר אויס א ווארט א דבר תורה וואס דער רבי האט געזאגט)

וואס איך וויל דאס ארויס ברענגען, עכ"פ בקיצור, כ'וועל נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים, כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים, די ישיבה פלאגט זיך מ'לייגט אריין כוחות, געפינט זיך יחידים, כ'זאג נישט קיין סאך, יחידים, דאס איז א געפערליכע שריט, איכה ירדוף אחד אלף איינער קאן מיט רדיפות ברוחניות אריינקריכן אין בויך אריין ביי טויזנט,

ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י איני מעמיד אלא מכם ובכם, אפשר א טאפלט לשון?, די גוים זוכן נאר בגלוי די אידן זוכן מטמניות, וואסערע מטמניות?, זיי קענען נישט געוואר ווערן?, מ'גייט זוכן אז די גוים קומען אריין זוכט מען ארויס אלע באהעלטענישן, מטמניות איז פשט אינעווייניג בפנימיות הלב, וועגן דעם זאגט ער בכם איז טאקע ומכם,

זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,

איך וויל זאגן, איך הער אזוי אז ס'איז דא אין בית המדרש, און אזוי צווישן די בחורים, נישט קיין סאך, יחידים זענען דא וואס גייען ארום מדעת עצמם מ'פרעגט נישט קיין הנהלה, מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,

פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,

ווייל אז מ'גייט אליין, קאן מען נישט וויסן און מ'קאן אריין פאלן און פארקריכן, ווען מ'קומט צו א פרשת דרכים.... וכו' וכו',
עד כאן לשונו הק'

א פחד נורא בכלל ווען מ'הערט דאס נאר אויף א כלי שני – א טעיפ, כ"ש די וואס האבן זוכה געוועהן דאס צו הערן מפה קדשו מפורש יוצא, די ציטער וואס האט אנגעכאפט די צוהערער איז נישט משיג צו זיין, ס'איז מסתמא די שווערסטע און שארפסטע לשונות וואס רביה"ק האט געזאגט ברבים,

די דערמאנטע דרשה איז באמת געוועהן א שווערע פרשה וואס איז כמעט נישט מעגליך צו פארשטיין, און ס'איז געוועהן א שטארקע תמוה און א צריך ביאור ביי רוב מנין ובנין פון סאטמארע חסידים, דא שטייט דער רבי דער רבן של ישראל שוין ביי די שנות הגבורות (א בן שמונים) די גאנצע וועלט ציטערט פאר זיינס א ווארט (שנת תשכ"ז) און ווייל אפאר נערנים מאכן א אייגענע פראטעסט איז דער רבי אזוי ברוגז?, ס'איז שווער צו זאגן אבער די מציאות איז אזוי געוועהן אז א גרויסע טייל ציבור האט באשולדיגט די שטוב מענטשן אז זיי האבן געברענגט די אינפארמאציע צום רבי'ן אויף אזא אופן אז דער רבי האט געהאט א שטארקע קפידה פון דעם...,

ס'איז בכלל שווער צו נעמען אזא דרשה און אפלערנען, אבער די מציאות איז אז יעדעס ווארט פון רביה"ק איז א נצחי, ווער נאך ווי דער רבי אליין האט אזוי פארשטאנען זיין ציבור און זיין דור, און פאראויס געזעהן דער מצב אין אמעריקא, דער רבי האט גוט געוויסט און דער חכם הרזים מיט זיין טיפע הייליגע בליק האט די היינטיגע מצב פאראויס געזעהן, אז יעדער נארישע עקסטרעמיסט וועט זיך שפירן באקוועם אנצוהענגען זיין שנאת עצמי און שנאה צו די מענטשהייט אינעם שיטה הק' פונעם הייליגן רבי'ן, כאילו דאס איז געוועהן דער רבי אליין, און דערפאר איז דער קצף געוועהן אזוי גרויס, ווייל אט די משחיתים וואס לייגן אן יעדע ווילדע שריט אינעם רבי'ן זיי פארדארבן די שיטה הק', און זיי זענען דירעקטע גורמים אז די נייע דור זאל האבן אזא שנאה צו די שיטה הק', טאקע מיט זייער עקסטערעמע מהלכים,

לאמיר נעמען עטליכע שורות פון די דרשה, נישט חלילה אז מיר זאגן פשט אינעם רבינ'ס ווערטער, אבער וויפיל אונזער קליינע שכל פארשטייט זעהן מיר קלאר אז דער רבי האט געמיינט די שפעטערע תקופה, און אויך די היינטיגע מצבים,

"כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים"
פון וואס רעדט דא דער רבי?, ער זאגט איין זאך אבער ער איז מכסה אסאך אסאך, נישט נאר צוויי טפחים, דאס איז קלאר אז דער רבי באהאלט דא א רמז אויף שפעטער ווי א צוואה לדורות, ער קען דאס נאר נישט זאגן, ער איז מכסה מער ווי צוויי טפחים.

זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,

דא דארף מען אפי' מפרש זיין?, א פחד נורא, די זעלבע סט"א וואס מאכט מינות און אפיקורסות אויף די וועלט, מאכט פרומע קנאות, איז זענט משיג וואס דא טוט זיך?, ס'טייטש אז די זעלבע יצה"ר וואס ס'טרייבט די ציונים מיט זייערע פלענער אריין צו כאפן היימישע מוסדות מיטן זייערע לימודים און אריין צו כאפן תמימות'דיגע תימן'ע קינדער צו שמד וכדומה, דער זעלבע יצה"ר הייסט פאר אפאר סאטמארע אידן צו מאכן א איבריגע פראטעסט אין די גאסן פון מאנהעטן אין א זמן וואס פעלט נישט אויס,

נאך מער, לא די אז דער פאלשע קנאי ווערט געטריבן פונעם זעלבן יצה"ר וואס טרייבט דעם ציוני, נאר ער איז גאר מחריב די וועלט, כלשון רביה"ק "אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט", יא פשוט און גראד די פאלשע קנאים מאכן חרוב די וועלט, ווייל דאס ביסל קנאות האלט דאך אן די וועלט כדברי רביה"ק, און זיי מיט זייערע פאלשע עקסטרעמע מהלכים מאכן חרוב דאס ביסל קנאות אויך, אז קיינער וויל זיך מער נישט אומקערן מיט אביסל אמת'ע קנאות, ווייל די גאס וועט אים אנקוקן ווי דער עקסטרעמיסט, איז דאס א חורבן עולם,

מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,

פאר וועמען האט מען נישט קיין דרך ארץ?, צו קלערט איר אז די דעמאטסדיגע מענטשן פון וועמען דער רבי האט גערעדט האבן נישט געהאט קיין דרך ארץ פארן רבי'ן זעלבסט?, ניין, דער רבי רעדט פון האבן דרך ארץ פאר א הנהגה, כלשון רביה"ק "מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס", יא, די מענטשן די פאלשע קנאים מיינען אז זיי זענען די גרעסטע חכמים און טוען אלעס אויף די אייגענע האנט, מ'האט דאס קלאר געזעהן אין די לעצטערע יארן ווען קיינער האט זיי נישט געקענט איינטיילן וואס צו טון, און וואס זענען זיי? זאגט דער רבי "שלוחים פון סטרא אחרא", טאקע די מענטשן וואס דאס ווארט סטרא אחרא איז ביי זיי ווי א פשוט'ע גוט מארגן, און יעדע מינוט שמירט מען ארויף דעם סטרא אחרא אויף א צווייטן בעל פלוגתא, אט די מענטשן זאגט דער רבי זענען גאר "שלוחים פון סטרא אחרא".... די זענען דאס ארגסטע!!! יא!!! אמת אמת, דאס ארגסטע!.

זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב,

מ'דארף נישט מער ראי' פון דעם אז דער רבי איז זיך נוקם אין די מענטשן, ער האט זיי אחר הסתלקותו אוועק געריקט פון טיש, זיי האבן נישט געהאט קיין כח אין די הנהגה כי הוא זה נישט , און אפי' לעצטנס ווען די ווירטשאפט האט זיך א שאקל געטאהן און זיי האבן זיך געהויבן דעם קאפ טרעפנדיג א פתח אריין צו קומען מיט א החזרת עטרה ליושנה, האט זיי דער הייליגע רבי א ווארף געטאהן ארויס פון מיין דירה, כלשון רביה"ק "זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש".

אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,

וואס זענען די חורבנות?, דאס אז מ'פארקרומט די יסודות הדת, און מ'מאכט פון אלע הייליגע לשונות א חוזק, טאקע די פאר מיעוטים האבן אנגעזייט טיפע חורבנות אין הונדערטער קינדער וואס ווערן נתחנך און זענען בועט אין די גאנצע זאך מכח דעם שקר וואס מ'האט זיי איינגעפלאנט די אלע יארן, זיי זענען אחראי דערויף,

צו קען מען פארקויפן פאר קינדער אז יעדער איד וואס איז נישט איינשטימיג מיט סאטמאר איז א גוי, אז דאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?,
צו קען מען מאכן א פראטעסט יעדע 15 מינוט, און אפי' צומאל מוחה זיין קעגן יחידים, צו א גדול פון אנדערע קרייזן, איז דאס געוועהן דער רבי ז"ל?
צו קען מען פארקויפן פארן נייעם דור אז מאכן חוזק פון א ס"ת אין די גאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?!!
צו קען מען פארקויפן פאר די קינדער אז אפחוזק'ן פון י"ג מדות של רחמים איז געוועהן דער רבי ז"ל?!
צו קען מען זאגן פאר קינדער אז יעדע בר פלוגתא האט דער רבי חותם געוועהן פאר כת ש"ץ אדער רב קוק?!
צו קען מען מחנך זיין קינדער אז וועט מ'האט א סיכסוך מיט איינעם איז מען מכריז דעם טיילונג פון אונגארן?!

לעצטנס איז נתפרסם געווארן א דרשה פונעם ברך משה ז"ל בנוגע בני יואל, זאגט ער בתוך הדברים א מעשה פון איינער פון די תלמידי בעש"ט אז א בעל עבירה איז געקומען בעטן א תיקון, ווען יענער האט אויסגערעכט דעם גאנצן פעקל, האט אים דער צדיק געפרעגט איך וויל וויסן איין זאך "וואס האט דיר דער אייבישטער שלעכט'ס געטון אז דו האסט אנגעמאכט אזעלכע חטאים"?
דער ברך משה פירט אויס און פרעגט מיט א ווייטאג, וואס האט זיי דער פעטער געטון אז זיי צאלן אים צוריק אזעלכע זאכן צו וועלן צוברעכן אלעס?

מיר פרעגן די זעלבע, וואס האט ענק דער הייליגער רבי ז"ל געטון אז עטץ זענטס מבזה דעם רבי'ן מסוף העולם ועד סופו?!!!!!

מיר ווילן ווייטער בלייבן אמת'ע חסידים ותלמידים פון רביה"ק, און מיר וועלן זיך האלטן צו זיינע הייליגע יסודות וואס דער רבי האט געזאגט און געשריבן, און זיך נישט לאזן פון די פאלשע פאן טרעגער, אונז האמיר דעם רבינ'ס ספרים, און דאס איז אונזער קוואל פון ווי מיר וועלן שעפן ביז משיח'ס טאג בקרוב, ווי דער רבי טייטשט (דבר"י תורות ליום שמח"ת) אמת ואמונה, מ'דארף זיך האלטן צו אמונת צדיקים מיט די צדיקי אמת, עיי"ש, אונז וועל מיר זיך האלטן צו די צדיקי אמת אבער מיט א אמת...., נישט מיט קיין שקר, ויואל משה אמת ותורתו אמת.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:27 am

יייייייייייייייייייייייייייששששששששששששששששששרררררררררררררררררררר כככככככככככככככככוווווווווווווווווווווווווחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:05 am

געוואלדיג געוואלדיג.
מתוק מדבש. דברים היוצאים מן הלב ויורדים לחדרי בטן איך האב געמאכט עטליכע קאפיעס און וועל אי"ה אויסטיילן אין קאנטרי דעם שבת קודש
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 348 מאל

הודעהדורך ידען » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:28 pm

Pdf please
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

הודעהדורך אזוי גאר » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:20 pm

עם עקש תתפתל
אזוי גאר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך green sunday » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:31 pm

green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך שרייבער » פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 3:20 pm

לכבוד אונזער נייער גאסט דא אין שטיבל מיטן ניק "מצב הדור" ברענג אויך ארויף דעם אשכול

זאל ער אביסל הנאה האבן
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

א הערליך אבזערוואציע

הודעהדורך Buddy » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:45 pm

היינטיגע טעג קען מען זאגן האבן זיך מענטשן אויפגעוועקט, אבער ווי נעמט מען די אריגינעלע ערליכקייט
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט