פרייוויליג האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.
או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.
אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.
איך דארף זיין אויפריכטיג, אליבא דאמת זענען ביידע פון די אויבן-דערמאנטע מהלכים נישט די ריכטיגע, פון א מאדערענע פיליזופישען קוק-ווינקל. דאס איז נאר לשבר את האוזן צו ווייזן ווי לעכערליך די סארט אמונות טפילות פון די סארט שפיציגע יהדות לעקטשורערס זענען. דאס איבריגע וועל איך לאזן פון די עיון המעיינים.
איך האב געשמייכלט פון דיין ערשטע ליין, זאגסט נישט שלעכט. אבער די רעיון פון אים איז אויב מען קען געבן שכל פאר א מאלפע. די זעלבע סארט שכל וואס דער מענטש האט. די שכל פון א מענטש וואס האלט אז dog מיינט א הונט, זאל א מאלפע קענען אויסטרעפן..
סא אפילו טויזענטער מאלפעס וועלן טייפן אויף א איין סופי'דיגן טייפרייטער, וועלן זיי קיינמאל נישט קענען אפשרייבן, למשל אזא תגובה וואס איך שרייב יעצט. ווייל טייפן איז שכל. און מיר מענטשן האבן באשלאסן וואס דאס איז.
פרייוויליג האט געשריבן:זיכער ביסטו גערעכט אז עס האט מיט געוואוינהייט, אבער דו קענסט מאכן א קליינע עקספערמענט. שטעל דיך אריין אין א שווארצע שטוב פאר א יאר צייט און זאג מיך אויב דו האסט זיך צוגעוואוינט דערצו. די הימל וואס איז טאקע נישט בלוי, אבער זעט אויס ווי בלוי איז נישט נאר זיס פאר די אויגן נאר די ברייטנעס איז צוגענגליך פאר די אויגן. ווען די הימל וואלט געווען אביסל מער ליכטיגער וואלטן דיינע אויגן ארויסגעקראכן. און קוק ווי וואונדערליך ג-ט קאנטראלירט דעם ברייטנעס באר, בשעת ווען עס ווערט נאכט פאלט די ליכטיגקייט צוביסליך, נישט צו פארטימלען די אויגן. און איך דארף נישט עסן מאשרומס אדער קוקן אויף יוטוב, ווייל נישט נאר די דמיון ווערט געטוישט דורך זאכן נאר די גאנצע שכל ווערט ריסטראקטערט ווען מען ליינט נאוועלס. עס זענען דא מענטשן וואס זענען באיינפליסט געווארן דורך טשארלס דארווין אז די וועלט האט זיך פארמירט דורך א היס פון א קראקעדייל. די וועלט איז דורכגעפוילט מיט שקר. און ווען עס קומט צו פשוטע זאכן דארף מען זיין בלינד נישט צו זען דעם אייגענעם שאטן.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די סיבה פארוואס ער לייגט אריין אזויפיל הוכחות אינעם טענה איז לכאורה כדי ארויס צונעמען פונעם equation אלע אנדערע רעליגיעס, צו שטעלן דעם ספק נאר צווישן יהדות אדער גארנישט,
למעשה ארבעט די טענה נאר פאר איינער וואס האט אנערקענט אין הבל הבלים הכל הבל, פאר אזא איינעם קען מען אפשר טענה'ן אז עס לוינט צו נעמען א שאנס צו באקומען חיי נצח און פארמיידן עונש, אבער פאר איינער וואס האט זיך פארליעבט אינעם יפיתו של יפת, אדער אין די גשמיות'דיגע הנאה פון די די סעקולארע וועלט, פאר אים איז די וועלט נישט בלויז a whole in the ground, נאר די וועלט איז 'אלץ' , ממילא דאס אויפצוגעבן דארף מען האבן מער ווי א ספק,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
יעקב מענטש האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:די סיבה פארוואס ער לייגט אריין אזויפיל הוכחות אינעם טענה איז לכאורה כדי ארויס צונעמען פונעם equation אלע אנדערע רעליגיעס, צו שטעלן דעם ספק נאר צווישן יהדות אדער גארנישט,
למעשה ארבעט די טענה נאר פאר איינער וואס האט אנערקענט אין הבל הבלים הכל הבל, פאר אזא איינעם קען מען אפשר טענה'ן אז עס לוינט צו נעמען א שאנס צו באקומען חיי נצח און פארמיידן עונש, אבער פאר איינער וואס האט זיך פארליעבט אינעם יפיתו של יפת, אדער אין די גשמיות'דיגע הנאה פון די די סעקולארע וועלט, פאר אים איז די וועלט נישט בלויז a whole in the ground, נאר די וועלט איז 'אלץ' , ממילא דאס אויפצוגעבן דארף מען האבן מער ווי א ספק,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
וועלכע גלויביגער האלט נישט אז הכל הבל ?, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן ליעב האבן עולם הזה, אז איך ווייס שוין אז די עיקר איז חיי נצחי תורה ומצוות, מיינט דאס שוין אז איך גלוסט שוין נישט קיין סושי ?
קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?
ברוך שפינוזה האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?
ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.
הקטן האט געשריבן:ברוך שפינוזה האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?
ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.
איז עס?
מן הסתם איז דא אזאלעכע וואס ביי זיי איז דאס אזא ספק, די האבן א פראפלעם מיט די דילעמע.
שבת אחים האט געשריבן:http://youtu.be/H_ATC2y5PRI
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט פון די קליפ אבער ס׳איז אינטערסאנט וואס ער האט צו זאגן אבער Pascal's wager
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט