די 'קימא טעראפי' עפאכע קענסער 4 (אסיף)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

די 'קימא טעראפי' עפאכע קענסער 4 (אסיף)

שליחה דורך פליקער »

קענסער קאפיטל 1 די הקדמה
קענסער קאפיטל 2
קענסער קאפיטל 3
[center]קענסער סעריע קאפיטל 4[/center]

[center]פערטע קאפיטל: די 'קימא טעראפי' עפאכע.

פארווארט
[/center]
ווען מיר ווילן אריינקומען אין די עפאכע, מוז מען האבן א שטיקל באגריף וואס האט זיך דאן אפגעשפילט אינעם שלאכטפעלד. די געליטענע וואס זענען געכאפט געווארן אינעם סורפרייז אז זיי האבן קענסער, זיי זענען על פי רוב געווען צום טויט פאראורטיילטע. צווישן ניינציג און הונדערט פראצענט זענען געשטארבן! דא רעדט מען נישט פון די מיטל-אלטער יארן, נאר מיר רעדן איצט פון די יארן פון 1945 ביז 1975. זייער ווייניג איז געטון געווארן ביז דאן.

אין די דרייסיגער יארן, האט זיך די וועלט גאר ערנסט גענומען מלחמה צו האלטן מיט קענסער, ווי די נאמען איז באשטימט געווארן: 'די מלחמה קעגן קענסער'. רובא דרובא דאקטוירים האבן געהאט זייערע אייגענע שטודיעס, אין די קעלער פון זייער קליניק צי שפיטאל. די ''אמעריקען קענסער סאסייעטי'' האט נאך געהאט עפעס אן אלטן נאמען: 'די אמעריקען סאסייעטי פאר די קאנטראל אוו קענסער'.

אויך פון די פעדעראלע שטאנדפונקט, איז די 'ען. עס. איי.' - נעשיונאל קענסער אינסטעטוט, געווען א פארשימלטע לאבראטאריע, א חרפה און א בושה ווען מען זעט די בילדער. נישט קיין וואונדער אז קיין רעזולטאטן זענען נישט געווען.
[center]בילד
אן אלטער האלצערנער שילד - דאס איז געווען וואס דער 'נאשיונעל קענסער אינסטיטוט' איז ווערד געווען בעפאר דר. פארבער[/center]

פון א פעדעראלע שטאנדפונקט, איז קענסער נישט געווען פאפולער, ממילא איז קיין ערנסטע געלטער נישט געפלאסן צו פינאנצירן ריסוירטש פאר קיין קענסער. עס איז אזויווי געווען אנגענומען אז פאר קענסער איז נישטא קיין רפואה, ווי פארזיגעלט אין ליים. ביז איינער האט דאס געטוישט, און זיין נאמען איז געווען דר. סידני פארבער.

[center]דער אידישער דאקטאר שאקלט אויף די מעדעצינישע וועלט[/center]
דר. סידני פארבער [1903-1973], איז געווען א איד פון באפעלא ניו יארק, וואס האט גראדואירט הארווארד סקול פון מעדיצין. ער האט קודם שטודירט אין דייטשלאנד, ווייל ער האט נישט געקענט שטודירן אין אמעריקאנע קאלעדזשעס קיין מעדעצין ווייל ער איז געווען א איד, און דאן האט מען נישט אנגענומען קיין אידן לייכטערהייט אין מעדעצינישע שולעס. ווי קאמיש דאס הערט זיך היינט, איז ער געגאנגען אויף דייטשלאנד אין יאר 1923, דארטן האט ער שטודירט אין די יוניווערסיטי אוו היידעלבורד און פרייבורג, און סידני האט שטודירט און געמאכט גרויס פארשריט.

[center]בילד
דר. סידני פארבער[/center]
דאן ווען ער איז אהיימגעקומען שוין אלס א מר בר רב אשי, איז ער אנגעקומען קיין הארווארד סקול אוו מעדעצין, און דאן איז ער רעקאמענדירט געווארן צו זיין דער ערשטער פול-טיים פאטאלאדזשיסט אין באסטאן קינדער שפיטאל, וואו ער האט זיך בעיקר געפונען אין א קעלער איינזאם פאר יארן לאנג.

קינדער זענען אריין מיט לוקימיע, ארויס אין א ארון, אזש די מרה שחורה וואס האט דארט געהערשט איז נישט געווען איבערצוטראגן, ממש מען האט דארט געשפירט ווי די בייזע שוועבן אין די לופט, דער מלאך המוות האט זיך געשפירט בהקיץ. די קראנקן-שוועסטער'ס האבן זיך ארומגעדרייט אן האפענונג, פארכמארעט, נישט געקענט קוקן די עלטערן אין פנים, און קיין שמייכל האט זיך נישט באוויזן דארטן אינעם טשילדרענס ווארלד. די קינדערלעך וואס זענען אויסגעגאנגען דארטן, האבן געשפירט די כמארע, און נישט געהאט קיין שפילצייג מיט וואס זיך צו שפילן, צו פארטרייבן זייערע פארשווארצטע געדאנקן. אזוי איז די וועלט געלאפן מיט דעם פאקט אז אזוי גייט דאס, פארפאלן, וואס קען מען טון.

[center]בילד
דר. סידני פארבער אין יאר 1937[/center]
סידני פון זיין קעלער קוקט זיך צו, און ער טראכט צו זיך: 'ווען איך האב ווען א פרוטה צו מיין נשמה, וואלט איך געמאכט צו דעם א סוף. איך וואלט געגעבן האפענונג פאר די קינדערלעך, איך וואלט געעפנט א הערליכע שפיטאל געביידע, וואו איין שטאק וועט זיין פאר פאציענטן, און צען שטאקן אלס לאבראטאריע, וואו מען וועט שטודירן וואס מען קען טון פאר די קינדערלעך. עס זאל זיין יעדע שפילצייג אין די וועלט, און עס זאל זיין א פרייליכער אטמאספערע'. אזוי האט סידני געשפינט זיינע חלומות פונעם קעלער.

[center]בילד
דאס ליבשאפט צו יעדן קינד, מיט זיין שפילצייג[/center]
סידני האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס די וועלט איז אזוי פאסיוו צו די מערדערישע מחלה וואס קאכט אינעם פאציענט וואס עסט זיך אליין אויף. ער פארשטייט נישט די בושה, ער וויל און האלט און איז זיכער אז ער קען טרעפן א רפואה דערפאר. ער קען דאס נישט טון אליין, ער ברויך האבן פיל געלט, און מיט געלט וועט ער זיכער אויפטון גרויסע זאכן, ווי פארווירקליכן זיין גראנדיעזן חלום.
[center]***[/center]
סידני פארבער האט געהאלטן, אז היות די וועלט האט נישט קיין 'פנים' פאר קענסער, עס איז נישטא קיין מענטשליכע געשטאלט פון וועם מורא צו האבן אדער רחמנות האבן, ברויך מען איינעם ארויסשטעלן, און מאכן א מידיא בראדקעסט פאר די וועלט, זיי פארשטעלן די קענסער אינעם פארם פון א טיפישער אמעריקאנער קינד.

סידני מיט א גרופע מארקעטער'ס האבן צוזאמענגעשטעלט א גוט שטיקל ארבעט, זיי האבן איינגעשפאנט א ראדיא נעץ און די גאר פאפעלערע באלל שפילערס פון יענע תקופה – 'די באסטאן ברעיווס'.
[center]בילד
די גרויסע באלל שפילערס מיט די קראנקע קינדער[/center]
זיי האבן געמאכט אן אינטערוויו אינעם באסטאן קינדער שפיטאל, מיט א צוועלף יעריג יונגל וועמען מען האט א נאמען געגעבן דזשימי - דער פאפולערסטער אמעריקאנער נאמען [זיין עכטע נאמען איז שוין היינט באקאנט אלס 'איינאר גאסעפסאן' (Einar Gusafson)], און אזוי האט זיך אנגעהויבן א שמועס פון די ראדיא.
[center]בילד
דאס בארימטער קינד 'דזשימי', וואס האט פאקטיש געהייסן איינאר גאסעפסאן[/center]
זיי האבן געשמועסט מיט אים איבער וועלכע באלי ער האט ליב, און יעדע באלל שפילער וואס ער האט דעמאנט איז געווען ביי דעם דזשימי'ס בעטל. עס איז געווען גאר א זעלטענע ערשיינונג אויף דער נאציאנאלער ראדיא, און עס האט געמאכט א מורא'דיגער אפקלאנג, אזש זיי האבן געפלאנט צו לייזן צוואנציג טויזנט דאלער.
[center]בילד
דער סימבאל פון 'דזשימי פאנד[/center]
אבער געלייזט האבן זיי איבער צוויי הונדערט טויזנט דאלער!
עס האבן זיך פארמירט פושקעס פאר די דזשימי פאנד, און עס האט אנגעהויבן צו רעגענען געלט פאר דזשימי'ן, און דאס האט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר סידני פארבער: ער האט מיט די געלטער געבויט די געביידע פון וואס ער האט גע'חלומ'ט, און עס איז געווארן א ווירקליכקייט. ער האט זיך אריינגעווארפן ראשו ורובו אין זיין 'סטעיט אוו די ארט' לאבראטאריע מיט אן א שיעור שטאקן, מיט די לעצטע מאדעלן פון אלעמען.
[center]בילד
דער 'דזשימי פאנד' געביידע ווערט געעפנט
בילד
ביים הנחת אבן הפינה צערעמאניע
בילד
ביים הנחת אבן הפינה פארן 'דזשימי פאנד' געביידע[/center]

אלעס איז שוין געווען דארט, אלע סארט שפילצייג, א הערליכע פאלאץ, אבער נאך אלץ א בית החיים. אלע זענען געשטארבן, ביז ווען הונדערט פראצענט פון די וואס זענען אריין אינעם דזשימי פאנד געביידע האבן נישט איבערגעלעבט, ביז...
[center]***[/center]
סידני האט גוט געוואוסט וועגן די מעשה מיט די מאסטערד גאז אטאקע, און די טרייעל וואס איז פארגעקומען [ווי דערמאנט פריער אין די סעריע]. עס איז שוין געווען נאך די מלחמה יארן, די שטודיע איז געווארן דעקלאסיפיצירט, און סידני האט זייער געוואלט אויספרובירן אן ענליכן כעמיקאל ווי מאסטערד גאז. עס האט געהאט אן ענליכן אפעקט, אבער עס איז נישט געווען אזוי שעדליך, און די נאמען איז "אמענאפטערין".

די געדאנק פון נעמען קראנקע און שוואכע קינדער און זיי געבן א כעמיקאל, איז דאן געווען גענוי ווי געבן א קאר פאר א שיכור, אדער א צוגארעטל פאר א קענסער ליידנדער. ער האט געמוזט קריכן אויף גראדע ווענט, צו איבערצייגן די דאקטוירים אז ער האלט אז דאס איז די רפואה.

אבער פאר סידני פארבער איז גארנישט געשטאנען אין וועג: די נעקסטע קינד וואס קומט אן קיין באסטאן טשילדרען'ס, גייט באקומען די דראג 'אמענאפטערין'.

אין דעצעמבער 1947, האט א דריי יעריג קינד מיטן נאמען ראבערט סאנדלער באקומען די דראג, קוים נאך דריי טעג וואס ער איז ערשינען אינעם שפיטאל, און וואונדער איבער וואונדער - ראבערט סאנדלער האט אנגעהויבן צייגן צייכענעס פון רימישן, זיין אפעטיט איז צוריקגעקומען, און זיין קענסער איז אוועק פאר א שטיק צייט. די נייעס האט געהאט אן אלטוועלטליכער אפקלאנג, און די געדאנק אז מען קען אויף א וועג אפהאלטן קענסער - אפילו פאר א שטיק צייט - איז געווען נייעס ברעכענד.
[center]בילד
דער יונגער לוקימיע ליידנדער ראבערט סאנדלער, מיט זיין צווילינג ברודער[/center]
פארבער'ס האפענונג איז געווען, אז אמענאפטערין וועט זיין די רפואה, און אין יוני 1948 איז פובליצירט געווארן די רעזולטאטן, און רוב פון די קינדער וואס דר. פארבער האט זיי געגעבן דעם דראג האבן נאך דאן געלעבט. די שמחה איז געווען אין אלע עולמות, אז מען האלט ביי גאר א גרויסע דורכברוך אין לוקימיע.

אבער אין די חדשים וואס האבן נאכגעפאלגט. איז די קענסער צעל צוריקגעקומען ביי אלע איינס ביי איינס, און אלע קינדער - צוזאמען מיט ראבערט סאנדלער - זענען געשטארבן.

דאן האט דר. פארבער איינגעזען אז דאס איז נישט אזוי פשוט. ער האט געהאלטן אז ער איז אויף די ריכטיגע רעלסן, אבער מען ברויך צוזאמנעמען פיל מער כוחות ווי איין דאקטאר אין באסטען טשילדרען'ס. מען מוז טוישן די וועג וויאזוי די וועלט קוקט אויף קענסער, און מען ברויך אריינווארפן די גאנצע וועלט פון סייענס צו זוכן די ריכטיגע כעמיקאל, און מען ברויך אויסגעבן דערויף פיל מער געלטער ווי מען האט אויסגעגעבן ביז דאן. עס מוז פארקומען א רעוואלוציע אינעם פעדעראלן גאווערמענט, די סענאטארן און קאנגרעסלייט זאלן זיין גרייט אריינצוגיסן וויפיל געלטער עס איז מעגליך, פארן מלחמה מיט קענסער.

אין די נייע קליניק האט דר. פארבער אויספרובירט נייע דראגס און נייע דאזעס, אבער די מעשה האט זיך אלץ געענדיגט מיט די טראגישע שטארבן פונעם ליידנדער, און סידני האט פארשטאנען אז ער מוז האבן נאך א שותף אינעם פעלד וואס זאל נעמען די געלט פראבלעם אין די הענט אריין און שאפן אומגעהויערע סכומים אדירים וואס מען האט דאן נישט געהאט. און ווי מיר ווייסן שוין אלע אז חלומות ביי סידני פארבער ווערן נישט גענומען פאר לייכט, און ער האט געטראפן זיין ענטפער אין די פרוי מערי לאסקער.

[center]טובים השנים: דר. פארבער מיט לאסקער[/center]
מערי לאסקער איז געווען גאר אן איינפלוסרייכע פרוי, אויסגעבויט מיט גאר א שטארקע שנאה צו קרענק און ליידן. זי האט געהאט א וויזיע, אז זי וועט שאפן אזויפיל געלט ווי נאר מעגליך אויסצורייסן קענסער פון די מחלה בוך. איר שנאה איז געווען צוליב דעם, ווייל זי אליין - א מיידל געבוירן אין 1900 - האט גאר שטארק געליטן פון אינפעקשאנס, און זי האט פיל געליטן אין איר יוגנט און אויך געהאט געזען נאנטע מיטגלידער מיט מעסטעקטאמי'ס. זי האט שטארק מצליח געווען אין די פעשאן ביזנעס.
[center]בילד
די איינפלוסרייכע עסקנ'טע מערי לאסקער[/center]
אין 1939 האט זי חתונה געהאט מיט אלבערט לאסקער, גאר אן איינפלוסרייכער אדווערטייזער און מארקעטער פאר צוגארעטן קאמפעני'ס. זיי האבן ביידע געמאכט א בונד, אז זי וועט אויפטרייבן געלט פאר קענסער, ער האט געוואוסט וואו די געלט איז, און זי האט געוואוסט וויאזוי עס צו זאמלען דורך אירע רייכע באלן וואס זי האט געמאכט.
[center]בילד
מר. אלבערט לאסקער[/center]
אין 1944 האבן די לאסקער'ס איבערגענומען א קליינע צדקה פאנד, וואס האט געהייסן 'די אמעריקען סאסייעטי פאר די קאנטראל אוו קענסער' זיי האבן געטוישט די נאמען פאר 'די אמעריקען קענסער סאסייעטי', און אויפן באורד האט זי אויסשטאפירט אלע רייכע אדווערטייזינג מאגנאטן. דער ציל איז געווען נישט נאר פאר געלט, נאר צו ברענגען קענסער צום עפנטליכקייט, ברעכן די שרעק פון רעדן פון קענסער, ארויסברענגען פאר די וועלט וואס דא גייט פאר, און נישט לייגן א בלינד אויג אויף די מחלה וואס פליקט אזוי שטארק אריין אינעם אמעריקאנעם יוגנט.
[center]בילד
איר שתדלנות האט באשאפן דעם 'אמעריקען קענסער סאסייעטי', נאכן צאמשנארן געלטער פון רייכע לייט[/center]
אין 1952, נאך וואס איר מאן איז געשטארבן פון קאלען קענסער, האט זי זיך אריין געווארפן מיט פיל מער אייפער, אבער זי האט געוואוסט אז מיט פריוואטע געלטער וועט זי נישט דערגרייכן ווייט, און אפילו זי האט מצליח געווען מער ווי סיי ווער פאר איר, האט זי אבער זייער געגלוסט אריינצושעפן אין די טיפע קעשענעס פון די פעדעראלע רעגירונגס געלטער.

[center]***[/center]
אבער צו דעם האט זי געברויכט האבן א סייענטיסט, איינער וואס איז גרייט צו זאגן האפענונג אויב עס וועט זיין געלטער, און קיין בעסערער קאנדידאט דערפאר ווי דר. סידני פארבער איז נישט געווען, און אזוי איז געשלאסן געווארן די שידוך צווישן די צוויי געמיינזאמע כוחות. זי האט מיט אירע פאליטישע פארבינדונגען גע'לאבי'ט יעדן וואס האט נאר געהאט עפעס א כח, און ער האט מיט זיינע עלעקטרעזירנדע רעדעס און געשליפן צינגל געקומען און גערעדט ביי פארהערן פון קאנגרעס, און עס האט אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלן.
[center]בילד
ביי איינע פון דר. פארבער'ס פילצאליגע עלעקטעריזירנדע רעדעס[/center]
זיי האבן געצילט זייער וויזיע איבערצומאכן די אויבנדערמאנטע קליינע פעדעראלע פינאנצירטע לאבראטאריע, די 'נעשאנעל קענסער אינסטיטוט', וועלכע איז געווען אין גאר א שוואכע צושטאנד, פארשימעלט און פארלאזט אן קיין שום ערנסטע פארשריט. זי האט דערפון געוואלט מאכן די חלום פון פארבער, וואו מען וועט דארטן שטודירן מיט די בעסטע סייענטיסטן פון דור, אז קיין שום שטיינדל זאל מען נישט איבערלאזן אום איבערדעדרייט, און יעדע סארט פלאנצונג אין די גאנצע וועלט זאל ווערן געפארשט, יעדע סארט כעמיקאל אונטערגעזוכט, אזוי אז עס זאל ווערן די ווארטזאגער פאר אלע קענסער אנגעלעגנהייטן.

מיט פרישע געלטער וואס איז עפראפערירט געווארן דורך קאנגרעס, און מיט פרישע כוחות און וויזיע, האט זיך אלעס אנגעהויבן דרייען צום גוטן. עס איז אויפגענומען געווארן א פרישע פארשער מיט א געוואלדיגע קאנצענטראציע, א מיליטערמאן מיטן נאמען דר. גארדאן זוברארד. ער איז געווען גאר שטארק פארמישט אין פארשונגען צו טרעפן א רפואה קעגן מאלעריע, מיט וואס די ארמיי האט זיך געמוטשעט במשך די מלחמה יארן, ער האט יעצט אריינגעברענגט צו די ען. סי. איי. די זעלבע מיליטערישע ארדענונג.
[center]בילד
דר. גארדאן זובראד[/center]
ער האט אויפגענומען א שטאב מיט פארשער, בראשם האט ער אויפגענומען צוויי בארימטע פארשער דר. עמיאל פריירייך, צו אים האט ער גע'פאר'ט קאמיש א דאקטאר מיט גאר אן ענליכן נאמען דר. עמיאל פריי. כדי נישט צו פארמישן די צוויי, האבן די פארשער גערופן דר. פריירייך אלס טאם און דר. פריי דזשעי. זיי זענען געווען צוויי יונגע ענערגישע דאקטוירים, אויסגעשטאטעט מיט וויפיל נאך דאקטוירים עס זענען געווען צו האבן.
[[center]בילד
דר. עמיאל פריי
בילד
דר. עמיאל פריירייך[/center]
די חילוק צווישן די צוויי זענען אבער געווען כרחוק מזרח ממערב. טאם איז געווען מער א דרייסטער ווילדער סארט, און דזשעי איז געווען גאר א רואיגער פאסיווער איבערגעטראכטער מאן, אבער ביידע זענען געווען איינשטימיג מיט די וויזיע פון דר. זוברארד, ביי וועם קיין שום זאך איז נישט געווען אויסגעשלאסן, קיין שום געוואוקס נישט צו ווייט, און ער האט איינגעשפאנט אלעס און יעדן, צו זאמלען צום לאבראטאריע יעדע געוואוקס וואס פארמאגט א אויסזיכט פון א כעמיקאל, סיי געוואוקסן און סיי פאבריצירטע כעמיקאלן. אלעס האט געברויכט ווערן אויסגעפרואווט אויפן קענסער צעל, צי עס הרג'עט טאקע א קענסער צעל, און אויב יא צי לאזט עס איבער אנדערע צעלן לעבן, וויפיל איז די ריכטיגע דאזע, און ווי לאנג ברויך מען עס געבן, און ווי נאר מען האט געטראפן עפעס א אויסזיכט, איז אומר ועושה עס אויסגעפרואווט געווארן אויף קינדער מיט לוקימיע.

די סיבה פארוואס זיי האבן דייקא געלייגט דעם געוויכט אויף לוקימיע איז, ווייל קודם כל - די קינדער האבן נישט געהאט קיין שום אויסזיכט איבערצולעבן, נו, אויף וועם דען זאל מען זיך לערנען? און אזוי אויך האבן זיי געגלייבט, אז ווי נאר מען וועט טרעפן די רפואה פאר די סיסטעמיק דעזיז ווי לוקימיע, איז נאר איין שפרינג אוועק ביז מען וועט קענען נוצן דעם זעלבן מעדעצין פאר אלע אנדערע לאקאלע קענסער'ס [דאן האט מען נאך געהאלטן אז למשל בריסט קענסער איז א לאקאלע קענסער, וואס האט זיך שפעטער אויסגעשטעלט אלס א ביטערער טעות ווי שוין אויבן געשמועסט.
[center]***[/center]
עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט און עס האבן אנגעהויבן פלאקען קינדער פון אלע עקן לאנד, יעדער האט געוואלט איינריקן אין א שטודיע. אלעס האט אויסגעזען בעסער ווי גארנישט נישט טןן, שטיין מיט פארלייגטע הענט איז נישט געווען קיין אפציע. גאר שטארק אינספירירט ביי די אויפטוען פון דר. פארבער'ס שטודיע מיט אמענאפטערין, האבן זיי אויך גענוצט כעמיקאלן רעכטס און לינקס.
[center]בילד
דר. פארבער מיט אנדערע דאקטוירים, ביים אויסשמועסן לעצטיגע טעאריעס[/center]
אבער אזוי שנעל ווי א דראג האט אנגעהויבן ווירקן, האט זיך די קענסער צעל אויסגעבויט א רעזיסטענס צום דראג, און האט מער בכלל נישט געארבעט אויפן פאציענט דאס צווייטע מאל. אבער דר. זובארד, זייענדיג אן אינפעקציע דעזיז דאקטאר, האט שוין געהאט געלערנט א כלל ביי אינפעקציעס, אז מען ברויך געבן נישט איין דראג נאר צוויי דראגס אין די זעלבע צייט, און אזוי פארלירט די אינפעקציע די רעזיסטענס, און ער האט עס טאקע דא אויך אנגעהויבן צו שטודירן מיט צוויי מעדעצינען.

[center]דער ווידערשטאנד פון די קענסער צעלן[/center]
לאמיר אביסל בעסער געבן צו פארשטיין וויאזוי עס ארבעט רעזיסטענס.

לאמיר זאגן אז מיר פרובירן אויסצורייסן לוקימיע, אדער א טומער ווי בריסט קענסער. דער פראבלעם איז - ווי מיר ווייסן שוין, אז איין צעל האט מיוטעיטעד און טיילט זיך געפערליך שנעל און פילט אן די פלאץ, און שטיפט ארויס דעם גוטן צעל. דערפאר גיבט מען קימא טעראפי, ווי למשל אמענאפטערין פון דר. פארבער, און עס נעמט זיך איינציען די וואוקס פונעם סעל אויף איינע פון די מהלכים וויאזוי די ספעציפישע קימא ארבעט, עס הרג'ט טאקע אלע צעלן, אבער צווישן די מיליאנען צעלן וואס דער קענסער צעל האט געבוירן איז פארהאן איין צעל וואס האט איבערגעלעבט דעם אטאקע. אלץ וועט זיין איין חוצפה'ניאק.

וואס פאסירט איז, אז איינמאל דער 'איינער' האט באוויזן איבערצולעבן, האט דער צעל שוין היינט אויפגעבויט די מהלך וויאזוי עס טוט בייקומען אן אמענאפטערין אטאקע, און מער האט די כעמיקאל נישט קיין ווירקונג אויפן צעל, און וואס דער צעל טוט - ווי אלע קענסער צעלן טוען, אז עס הייבט ווייטער אן זיך צו צוטיילן, און די ניי געבוירענע צעלן שוין אמונירט קעגן אמענאפטערין.
דר. זוברארד זייענדיג אן אינפעקציע דעזיז דאקטאר האט דאס געוואוסט און פארשטאנען, און האט אויך געוואוסט וויאזוי מען פירט זיך ביי יעדן אינפעקציע ווען מען האט דעם פראבלעם, אז כדי נישט צו צולאזן רעזיסטאנס ברויך מען געבן צוויי מעדעצינען, דאס מיינט מען זאל אטאקירן דעם אינפעקציע פון צוויי פראנטן. דעריבער האט ער פארשטאנען, אז מען ברויך געבן צוויי קימא'ס אין די זעלבע צייט. אבער היות ער איז געפארן אויף אומאויסגעטראטענע וועגן, האט ער נישט געהאט קיין אנונג וויפיל מען ברויך געבן, ווי שטארק, און וויפיל מאל א טאג אדער וואך.
במשך די אויספרובירונגען זענען אזוי סאך ווי אכציג פראצענט קינדער - וואס וואלטן ווען ממילא געשטארבן וועגן לוקימיע - נעבעך געשטארבן פון די טריעטמענס, זיי האבן פשוט אויסגעבלוט. די שפיטאל חלק פון די לאבראטאריע האט אויסגעזען מער ווי א שלאכט הויז, איבעראל האט געגאסן בלוט, די קראנקן-שוועסטער'ס זענען געווען געווייקט מיט בלוט, די פאציענטן, די בעטן, די פאדלאגע'ס, אלעס איז געווען בלוטיג, און עס האט געכאפט א שרעק פאר די שוואכע הערצער, און אפילו די דאקטוירים האבן עס נישט געקענט גרינג פארדייען.

טראצדעם וואס אלע קינדער זענען נאכאלס געשטארבן, דאך האבן די דאקטורים געזען גרויס פארשריט מיט זייערע שטודיע'ס. זיי האבן געזען אז די כעמיקאלן הרג'ענען מער און מער קענסער צעלן, די רעמישן צייט איז געווארן כסדר לענגער און לענגער, און די סכום קענסער צעלן וואס קומען צוריק ציילן ווייניגער אין צאל.

און ווי שווער עס איז געווען פאר אלע, אזש אפילו די דאקטוירים האבן זיך געוואונדערט, אז אנשטאט מיר זאלן פארלייכטערן פאר די קינדער ווי מען טוט געווענטליך אין א שפיטאל, טוען מיר מאכן די קינדער אדורכגיין גיהנום, מיר מאכן די קינדער שטארבן פון די טריעטמענטס, האט אבער דר. זוברארד כסדר געמוטיגט, אז אויב מיר ווילן אפשטעלן טשיילדהוד לוקימיע איז נאר דא איין וועג: שטופן פאראויס אן קוקן אויף גארנישט, טאג ביי טאג, וואך ביי וואך, ביז עפעס וועט זיך מאכן א דורכברוך.
[center]
קימא טעראפי שטייט אויף 'פיר פיס'
[/center]
אין 1962 האבן די דאקטוירים אנגעהויבן א נייע שטודיע וואס האט געהייסן 'וועמף'. דאס איז געווען א קאקטעיל פון פיר קימא טעראפי מעדעצינען, מיט א קל וחומר: מה דאך צוויי איז פיל בעסער ווי איינס, מוז דאך זיכער זיין אז פיר איז על אחת כמה וכמה בעסער ווי צוויי. אבער צי א פאציענט קען עס דערהייבן, דאס מוז מען געוואויר ווערן. וויאזוי? אה, מען וועט דאס געבן פאר פאציענטן. אזוי ווערט מען געוואויר זאכן אין 1962.

איי, אז מען שטארבט פון צוויי שטארבט מען דאך זיכער פון פיר? דעם חשבון האבן זיי נישט געוואלט מאכן, מען ברויך שטופן פאראויס אן מאכן קיין חשבונות.

אין 1963 האבן פריי מיט פריירייך אנגעהויבן מיט די וועמפ שטודיע אויף זעכצן פאציענטן: צען מיידלעך און זעקס יונגלעך. איין דרייצן יעריגע מיידל, קערן לארד, איז געווארן דיאגנאזירט מיט עי. על. על. - דאס איז עקיוט לימפאבלעסטיק לוקימיע, און זי איז געווארן א חלק פון די שטודיע. ווי זי זאגט, האט זי געשוועבט בין החיים למוות פאר א יאר צייט, נישט געוואוסט די חילוק בין בוקר לערב, זי איז געווען גאר שטארק אפגעשוואכט, און געבינדן צום בעט ווייל אירע נערוון זענען געווארן געשעדיגט, אויך איז זי כסדר געווען אויף מארפין, און זי האט געבלוט פון איבעראל, אבער זי איז געווען דאס ערשטע קינד וואס איז געבליבן אין רימישן, און זי איז דאס ערשטע קינד דאקומענטירט איבערצולעבן לוקימיע.
[center]בילד
דר. עמיאל פריירייך אלס עלטערער דאקטאר
בילד
דר. עמיאל פריי ביים באהאנדלן א פאציענט[/center]
נאך עטליכע פון די ערשטע זעכצן, האבן איבערגעלעבט די שוידערליכע פייניגונגען פון די קאמבינאציע קימא טעראפי דראגס, און דאס האט געמאכט א מהפיכה אינעם פעלד פון קענסער. עס האט מער נישט געקענט אנרופן ווערן אומהיילבאר, ווייל עס זענען געווען קינדער וואס האבן זיך יא ערהוילט דערפון, און נישט די צייטווייליגע רימישן פון סידני פארבער, נאר א ריכטיגע רימישן וואס האלט אן אזוי שטארק אז קיין איין קענסער צעל באווייזט זיך נישט אין קיין ביין מארך טעסטן!.

ווי קאמיש עס הערט זיך, און טראץ די פאקט אז דרייסיג פראצענט האבן שוין איבערגעלעבט, האט דר. סידני פארבער - וואס האט מיטגעהאלטן אלעס - נישט געקענט פועל'ן ביי זיך צו שעדיגן צוויי קינדער כדי צו רעטן איינע, אזוי האט ער זיך אויסגעדריקט צו איין דאקטאר - דר. דעיוויד נעיטאן פון שי. ען. סי. איי. - וואס האט זיך געבעטן ביי סידני צו אדאפטירן די וועמפ שטודיע, פון וואס ער האט זיך בייזליך אנטזאגט. אבער נאך אזעלכע רעזולטאטן, האבן אלע איינשטימיג קלאר געזען אז דאס איז די וועג צו גיין פאראויס מיט א פרישן אייפער, אויך קעגן בריסט קענסער ועוד.
[center]***[/center]
אין דעצעמבער 1969, האבן מיס. לאסקער מיט דר. פארבער נישט אויפגעהערט צו האמערן דעם קאנגרעס, אדורכצופירן אן אויסערגעווענליכער ביל פאר פיר הונדערט מיליאן דאלאר פאר קענסער ריסורטש. דאס איז געווען אין די הויכפונקט פון די וויעטנאם מלחמה, ווען זי האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט דזשאנסאן, און דאן ביים אנהויב פונעם פרעזידענט ריטשארד ניקסאן.
[center]בילד
פרעזידענט דזשאנסאן[/center]
דער דאן קענגרעסמאן דזשעיקאב דזשעוויץ מיט עד קארעדוט, האבן גע'ספאנסער'ט א ביל פאר די קענסער אקט פון 1971, און וואו אימער די אייזן איז געווען הייס האט מען געהאקט.
[center]בילד
קענגרעסמאן דזשעיקאב דזשעוויץ[/center]
לאסקער מיט פארבער האבן גע'לאבי'ט יעדן באזונדער. ווען איין קאנגרעסמאן האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט צופיל געזעץ פארשלאגן אויפן טיש, האט זי אים געפרעגט: אבער הלמאי איך הער אז אייער ווייב האט דאך קענסער, ווען יענער האט געענטפערט: יא, אבער דאס איז מיין שלעכט מזל, האט זי אים געפרעגט אין פנים אריין: וויאזוי קלערט איר גייט זי ווערן אויסגעהיילט אויב איר פירט נישט אדורך דעם ביל.

זי האט זיך געוואנדן צו די וועלט דורך אירע מארקעטינג סקילס, דורך אן עד אינעם ניו יארק טיימס, דורכן סיטיזענס קאמיטע צו פייטן קענסער, זי רופט יעדן צו שרייבן בריוו צו זייער קאנגרעסמאן, און עס האט אנגעהויבן מבול'ן בריוו, אזש עס האט צושטערט דעם סדר היום. צענדליגע טויזענטער בריוון האט אנגע'מבול'ט די קאנגרעס הייזער, יעדער מיט איין פארלאנג: צו עפראוון דעם ביל.

זי האט מצליח געווען צו מאכן איינעם וואס שטעלט זיך ארויס קעגן אויסגעבן געלט פאר קענסער, ווי צו זיין אן אנטי-אמעריקאנער, אנטי פיצא אדער עפל פיי, עס איז געווארן א "מאסט עפראוו", און וויי איז געווען צו דער וואס איז געשטאנען אין וועג.

אין דעצעמבער 23 1971 האט די סענאט עפראווד די ביל 79/1, און אין קאנגרעס איז עס געווארן עפראווד 350/5, און ניקסאן האט אונטערגעשריבן די קענסער אקט. מיט גרויס פאמפע, האט דאס געעפנט דעם וועג מיט א 1.6 ביליאן דאלער אין משך פון דריי יאר, דאס האט געלייגט אין שאטן אלע פריערדיגע אויסגעגעבעכץ לכבוד קענסער ריסורטש און פריווענטשאן, דאס איז געווען ווי א חלום איז פארווירקליכט געווארן, און דאס האט טאקע געהאט דעם געוואלדיגן אפקלאנג, וואס אלס א דירעקטע רעזולטאט איז היינט צוטאגס לוקימיע א קענסער וואס ווערט געהיילט ביז ניינציג פראצענט.
[center]***[/center]
דאקטער סידני פארבער ז"ל איז פלוצלינג געשטארבן פון א הארץ אטאקע, ביי זיין שרייב טיש אין די דזשימי פאנד קליניק, אום מערץ 30 1973. אבער מיטן לעגעסי אלס 'דער פאטער פון קימא טעראפי'.
[center]בילד
דר. סידני פארבער אין לעצטן יאר פון זיין לעבן[/center]
ער האט איבערגעלאזט פיל לוקימיע איבערלעבער, ובתוכם 'איינאר גאווטעסאן' - דער אזויגערופענער 'דזשימי' - וואס האט געלעבט ביז 65 יאר, און מיט זיין הצלחה פון נעמען דעם קרענק וואס קיינער וויל נישט רעדן דערפון ביז צו די נאציאנאלע פארפראנט, ביז צו די מלחמה קעגן קענסער דורך פרעזידענט ריטשארד ניקסאן, וואס האט געשוואוירן אז ער וועט אויסגעבן דערפאר וויפיל עס פעלט נאר אויס.
[center]בילד
איינאר גאסעפסאן אלס זיידע מיט זיינע אייניקלעך[/center]
לאסקער איז געווען זיכער אז די מלחמה איז זיכער א געווינענע. נאך אלעם איז שוין געווען די געוואונטשענע כעמיקאלן, עס פעלט נאר אויס אביסל אויסצוגראדן די דאזעס, און צופאסן צו יעדער צעל באזונדער.

אבער די מלחמה איז נאך איצט אין פילן קראפט, שוין פערציג יאר שפעטער, און מען האלט נאך נישט ביים געווינען. דאס איז ווייל דאן האבן זיי נאך נישט ארויסגעהאט די עכטע אמת'ע נאטור פונעם קענסער צעל דירעקט, און ווילאנג מען דערגייט נאך נישט דעם סוד וואס מאכט א צעל פאר א קענסער צעל, איז נישטא קיין רעדע פון געווינען די קריג. יעצט האט די מלחמה זיך גענומען צו די פראנט פון דערגיין דעם סוד, אריין אין די טיפקייט פון 'קארסיני-גענעס'.

אין קומענדיגן קאפיטל, וועלן מיר אי"ה אריינקריכן מסביר צו זיין די סוד פונעם קענסער צעל, איר גענע, און די באדייט פון 'קארסיני-גענעס'.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר