חסידים אויפן פליגער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

חסידים אויפן פליגער

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:17 pm

ווען איך הייב נאר אן אריינקלערן אין וואס עס קומט פאר ווען א חסיד פארט ערגעץ איבערן ים קומט מיר דאס בלוט ארויף און קאפ און שטורעמט אן אויפהער.

זייער פאני איז געווען ווען יואלי לעבאוויטש האט חוזק געמאכט פון די אלע וועלכע קוועטשן זיך אריין אין פליגער און שנארכעצן און דאווענען און נעגל וואסער'ן אויף איין מאל, אינטערסאנט איז געווען אז די אלע האבן עס אויסגעהערט און געלאכט, אבער קיין טויש האט זיך נישט געזען...

אלס אן אפטער פליער קומט מיר זייער אסאך מאל אויס צו זען די זינלאזע און צומאל שלעכטע און גרויזאמע אויפפירונג וואס חסידישע אידן פירן זיך אויפן פליגער אין גלות בין העמים און עס טוט מיר וויי אז מיר באקומען א צורה פון אין בעסטן פאל אומוואוסנדע קאמפליצירטע מאלפעס.

דער חסיד בוקט זיך זיין טיקעט פיר און צוואנציג שעה פארן פלייט, ער באשטעלט און קענסעלט טעקסי'ס פונעם בוקן ביזן פליען, ער נעמט מיט זיין גאנצן פרידזשידער אין זיין רענצל און ס'איבריגע שלעפט ער מיט און פילצאליגע שאפינג בעג'ס, ער האט רוב מאל פראבלעמען מיט זיין פאספארט און ער בעט אז אלע ארומיגע מיט אים אין די רייע זאלן אים האלטן זיין פלאץ ווייל ער דארף אין טוילעט.

דאן ווען ער קומט צוריק ווען צווישן זיינע ציין האלט ער די ברילן און מיט די הענט פארמאכט ער זיין הויזן זיפפער, באמערק איך זיין אויליגן פליפ פאון צווישן דעם אויער מיטן אקסל, ער לויפט ארום מיט א הוט אן א רעקל און ער מאכט אויך זיכער אז ווען ער קומט צוריק אריין אין די שורה זאל ער חלילה נישט צורירן צו א פרוי, עס איז אייביג אויפפאלנד ווי ער ברענגט אונטער די גאנצע דיוויידער אויס מורא אז ער וועט בטעות אריינזעצן אין די ספאנישע באבע וואס שטייט מיט איר מאן צוויי פיס אפגערוקט.

נאכן אריינטשעקן קומען מיר אן צו סעקיוריטי, דער הייבט זיך אן פושט ולובש זיין, אז ער זעט אז עס איז דא איבריגע קאנטעינערס כאפט ער נאך פינף שטיק, ער לויפט אריבער דעם בוט כדי מען זאל אים נישט הייסן אויסטון די שלייקעס, דאן ווען מען כאפט אים לויפן ווי א טעראריסט שטעלט מען אים אפ און מען וויל אים באטאפן, אבער דא הייבט ער אן ברומען ווי כאילו ער קען נישט רעדן רואיג, אה, זיי מוזן פארשטיין אז נא נא מיינט אז א פרוי טאר אים נישט אויסטאפן...

מען קומט אן אין דיוטי פרי און דער טוט זיך אויס די גלעזער מיט אן אימה דקדושה און לויפט צווישן די פילע פיסגייער, דאן באמערקט ער מיר און ער קומט צו, איך זאג אים שנעל כ'האב שוין געדאווענט און ער טרעט אפ נישט פארן וועריפייען אז איך בין נישט משה נחום'ס איידעמס ברודער.

מען זיצט שוין אויפן פליגער, מען מאכט זיך באקוועם, איך פריי זיך אז מען גייט זיך שוין הייבן ווען דער ריזיגער פארשוין פליט אריין אנגעטון מיט זיינע רבינו תם'ס תפילין, אוי וויי, דער רשעותדיגער עירליין האט אים געוואלט זעצן נעבן א שיקסע, ער שרייט שוין ווייטער נא נא נא און די סטוארדס קומען צו לויפן מיינענדיג אז עס איז דא א באמבע סטראשונקע, ווען זיי פרואוון אים מסביר זיין אז עס איז שוין צו שפעט, פארשטייט זיך אז ער פרובירט מיר צו ווינקען אז איך זאל קומען צוהילף, האסטעך א יודישע נשמה... כככ... אבער כ'מאך זיך שלאפענדיג.

ענדליך גיבט זיך די פרוי אונטער און זי שטעלט זיך אויף, מען גיבט איר אן אנדערן פלאץ און מען הייבט זיך.

נאך גאנצע פופצן מינוט אין די לופט, דע סעקונדע ווען די באקל לייטס זענען געווארן אףף, שפרינגט דער חסיד אויף, ער יאגט ארום אינעם פליגער, ער וויל דרינגענד דאווענען מנחה מיט מנין, (איי, ער איז דער וואס דרייט זיך אין מונקאטש פירע נאכמיטאג מיט די תפילין... נו, ער טאר נישט האבן א גוטע מינוט?) ער לויפט ארום און טעראריזירט עטליכע פרייע יוגנטליכע (ציונים, פוי) ער רודערט און לאזט נישט נאך ביז איינער שרייט לך מפה און שטייטעלעך פארלאזט ער דאס ארט, ווען ער איז מיר דורכגעגאנגען האב איך זיך געמאכט שלאפן אבער ער האט נישט נאכגעלאזט, ער האט מיר ליטערלי אויפגעוועקט! כ'מיין אז תפילה בציבור איז סתם אזוי נישט דוחה גזל שינה. . ער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל און בעפאר ער גייט אוועק לאזט ער איבער ביי מיר א שטילן אבער בארבארישער נפיחה'לע וואס סראכעט אזאנס אזש עס האט אנגעהויבן שטינקען ווי נאכן קריג צווישן הויפענעס טויטע, דאן האט ער זיך צוריק אוועקגעזעצט, אוועקגעזעצט? ניין, ער הייבט אן שלעפן רענצלעך און שיסן און ווארפן זאכן ווייל ער זוכט זיין גארטל, שאפינג בעגס פליען און מענטשן רעגן זיך אבער ער איז כולו גארטל.

ענדליך ענדליך שלאף איך איין און איך האלט שוין נישט מיט זיינע ראדיקאלע שריט, אבער ווען מען גייט אראפ פון פליגער איז ער מיר געווענליך מכבד מיט א זעקל צוויי...

דאן ווען מען שטייט שוין ביי קאסטומס זעה איך אז ער שטייט נעבן אן איבערוואגיג שפיצל לעידי, הייסט ער האט מיטגעשלעפט זיין ווייב אויכעט...

ער קוקט מיר אן שטרענג איל זאל חלילה נישט קוקן אויף זיין ווייב, אבער ווען איך זעץ מיר אריין אין מיין אובער לויפט ער צו מיט איין אטעם, כ'קען זיך מיטכאפן? בלית ברירה זאג איך אים יא, איך טוה זיך אן מיינע עירפאונס און איך לייג זיך שלאפן.

ווען מען קומט אן זעה איך אז ער האט מפתה געווען דעם דרייווער אים צו נעמען ביז זיין דעסטינאציע נישט אין אכט נעמענדיג אז א סטאפ קאסט געלט, ער גייט ארויס און מאכט זיכער צו לאזן אפן דעם טיר ווילאנג ער לאדנט אפ זיינע רענצלעך, דאן קנאקט ער עס צו מיט א כעס און וואקט אוועק אן א שכח אינאיינעם מיט זיין גראבע רעבעצן.


רבותי, די מעשה איז א מעשה שהיה הוה ויהיה, עס טוט זייער וויי אז חסידישע אידן ברענגען זיך אראפ זייער אייגענע אימעזש אלס וועגן עטליכע נארישע או. סי. די. אנגעלעגנהייטן מיט איינגערעדטע פרומקייט.

קיצור הלכות טיסה:


סעיף א) א מהלך בדרך איז פטור פון דאווענען בציבור, ער האט אפילו א קורצע שמו"ע.

סעיף ב) מען מעג לויט אלע דעות זיצן נעבן א פרוי אויב איז דא א דיוויידער צווישן אייך ביידע, אויב זענט איר א קדושה ליידנדער און עס ברענגט אייך הרהורים זענט איר פול בארעכטיגט שיינערהייט צו פרובירן טוישן זיצן.

סעיף ג) א קידוש השם מיינט טאקע דאן ווען איר זענט גערעכט וד"ל.


ביטע נישט דעבאטירן איבער די הלכה חלק, דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם טראגי-קאמישן ארטיקל איז אז חסידים זאלן אויפפאסן זיך צו אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן ווייל מיר ליידן שוין גענוג פון אנטיסעמיטיזם איבערן וועלט און אויב פעלט אויס צוצולייגן ביטע זייט נישט קיין וואלונטיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאך זיכער אום מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:07 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:31 pm

דאס איז די סייד עפעקטס פון זאגן אתה בחרתנו...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2374
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1424 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:36 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס איז די סייד עפעקטס פון זאגן אתה בחרתנו...

האט א איד אמאל געפרעגט די רב, פארוואס זאגען אונז אתה בחרתנו, מיר פירען זיך דאך אויף אזוי אוממענשטליך אויפען פליגער
האט די רב געענטפערט, וואלסטו זיך דען געוואלט טוישען מיט די סטוארד אויף די פליגער? צו מיט די פרוי וואס איז געשטראפט געווארען צו זיצען לעבען א חסידישע איד?
אוודאי נישט! ענטפערט די חסיד.
נו אויף דעם מאכען מיר אתה בחרתנו, ענטפער די רב.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1339 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:40 pm

וויאזוי האט נאר יענער געזאגט, ענדערש ליידן פון די נאציס ווי זיין א נאצי... איך געדענק נישט פונקטליך די ווארט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2374
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1424 מאל

Re: חסידים אויפן פליגער

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:14 am

דער אשכול קומט אין שמייכל.
אדער זאל ראובן מוחה זיין אויף ראסיזם.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 3:26 am

אוי אוי אוי, כ'האב נישט דאס געוואלט...

עס קומט נישט אין שמייכל מיין איך, עס איז אפשר ארויסגעשריבן הומאריסטיש אבער איך האב בארירט א גאר ערנסטע נקודה, איך האב געשריבן די ווארט חסיד ווייל נאר זיי האב איך עס געזען טון.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:52 am

ס'איז שוין העכסט צייט אז מיר זאל קומען צום ארנעקענונג, אז מיר חסידים זענען א איינגארטיג פאלק, און מיר נויטיגן זיך אין אויסערארענדליכע געברויכן. געברויכען וועלכע זענען גענצליך אומפארשטענדליך פאר די צוריק געשטאנענע בני נח, וועלכע האבן נאך אין זייער לעבן נישט זוכה געווען אויסצושרייען דעם האאא....נאך די הייסע מקוה. זייערע אונטערהאלטונגן זענען וואראשיינליך געבויעט אויף די גרונדן פון די אמאליגע רוימישע אריסטאקראטישע אונטערהאלטונגן, וועלכע האבן באשיינפערליך נישט געהאט די נויטיגע אינסטינקטן ווי אזוי זיך צו פלעגן דעם גוף ווי עס דארף צו זיין.
פאר מיר חסידים וואס האבן זוכה געווען צום אור החסידת, וואס האט אונז באשאנקן מיט א גאנצע טוץ פון נייע אונטערהאלטונגען פון יעדע גאטונג וואס ס'איז בלויז פארהאן, און נאך אפילו אריינגעלייגט דעם הייליגען באשעפער דעראינען, איז קריטיש וויכטיג אז מיר זאלן פארמאגן א זעלבסטשטענדיג פלי געזעלטשאפט אין וועלכע די אלגעמיינע עטישע רייזע מאסנאמען זאלן אינגאנצן נישט זיין מאסגעבענד.

דער צוקנופטער חסידישע אוטאנאמיע פלי-געזעלטשאפט וועט אויסקוקן ווי פאלגענד:

דער פלי-געזעלשאפט וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט א פלאטע פון העכסט-פארגעשריטע פליגערס, וועלכע וועלן נאַוויגירט ווערן דורך היימישע צוגעלאזענע פילאטן און מאנשאפטן. די מאנשאפטן וועלן זיין געקליידעט לויט די טראדיציאנאלע חסידישע טראגע, די מענער וועלן טראגן ברייטע קאפעליטשן און טינקלע שלייקעס אונטער צו האלטן די ברייטע מכנסיים. ס'וועט זעלבסט-פארשטענליך זיין באזונדערע פליגער פאר מענער און באזונדערע פליגער פאר פרויען. אזוי אז ס'זאל חלילה נישט צוקומען צו קיין שום סארט אינטעראקציע אדער צו פארבאטענע ראָמאַנטישע שוועמלעך צווישן די צוויי קעגנזייטיגע עטענישע גרופעס.
די פלי געזעלטשאפט וועט צושטעלן רעגלמעסיגע רייזעס קיין אומאן און קיין ווילעדניק, אדער צו סיי וועלכע אנדערע באגרעבעניש ערטער, אלעס געוואנדען לויט די געפילישער זאווערוכע וואס וועט בושעווען אין יענע עפאכע. די אויפגאבע פון די פלי-געזעלטשאפט וועט זיין אז ווען אימער עמיצער פאלט אריין א עמאנציאלע הייליגע גיסטע, און נויטיגט זיך צו פלעגן זיינע געפילן, זאל באלד שטייט צו זיין פארפיגונג א פליגער, וואס וועט אים ספאנטאן אפצופירן צו זיי באשטימטע דעסטענאציע.
די פליגערס וועלן זיך זעלבסטפארשטענדליך קיינמאל נישט הייבן פונקטליך, און די מאנטשאפט וועט רואיג אויסווארטן ביז די לעצטע ראדני-שלעפערס קומען צו קריכן מיטן טלית און תפילין און מיטן חק אונטערן ארעם. א גמ''ח פון גארטלעך, פעדערס, ברילן, נעגל שניידער, קעמלך, שיך בענדלך, גאטשע בענדלך, פלעסטיק פאר די היטן, און נאך וועלן שטיין אין פארפיגונג פאר די חשובע פאסאזשירן.
א העכסט כריזמאטישער מגיד מישירים וועט אונטערהאלטן די רייזענדע מיט אינהאלטסרייכע דרשות, און מיט טרעפליכע געדאנקן. דער אונטערנאציאנאלע קול מבשר ליניע וועט זיין גענצליך פריי אן קיין שום אפצאל. און אויף די אויסשליסליכסטע אנווייזונגען פון די גדולים-רבנים, וועט מען אויך קענען מיטהאלטן די חרדישע טעלעוויזיע סעריעס א שטייגער ווי שטייסל, שובבניקם, אטונאמיע א.ד.ג. דאס איז בלויז צוליב די זיכרהייטס פון די פאסאזשירן, אז מ'זאל זיך פשוט נישט אנהייבן זיך צו בייסן ביי די נעזער פאר ליידיג גיין ווי ס'איז דער אלגעמיינער ראדני שטייגער.
און יא! מ'וועט חלילה נישט סערווירן קיין טמא'נע סושי פיש בלע''ז, נאר בלויז פרישע ראפאגאש בארכעס מיט קרעפטיגע קעלבערנע גולאש, און זעלבסטפארשטענליך אויך פיין שמעקיגע סקאַנדינעווישע שמאלץ העריג מיט א גאר סאך ציבלע.
א פארגרעסטער סעפטיק פעסל וועט אינסטולירט ווערן אויף יעדען פליגער באזונדער געוואנדן לויטן הכנה געברויך פון ציבור, און אין יעדע הכנות בודקע באזונדער, וועט זיין אינסטולירט א גלעזעל וואסער פאר ריינקייט אורזאכן, און ווי אויך וועט זיך דארט געפונען א פרייער טעגליכער דבר יום ביומו בלעטעל אונטערצוהאלטן די יושבים.
שלאפן וועט מען אויסשליסליך נישט קענען אויפן פליגער, צוליב די נאכאנאנדע מנינים וועלכע וועלן זיך שטעלן יעדע פינף מינוט. מ'וועט האלטן אין איין דאווענען, אזוי אז די רייזענדע זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו די מנינים נודניקעס.

אלענספאלס, א גליקליכע רייזע...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1556
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1612 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:10 am

דאן קנאקט ער עס צו מיט א כעס און וואקט אוועק אן א שכח אינאיינעם מיט זיין גראבע רעבעצן


איך האב הנאה געהאט פונעם ארטיקל, אבער די ליין האב איך נישט ליב געהאט. ווייל אפילו זיין ווייב וואלט געווען דאר וואלט ער נאכאלס געווען אוממענטשליך. און גראדע האב איך אויך שוין געזען איבערוואגיגע פרויען מיט שייטלעך אויך :) בכלל וואו קומט דא אריין זיין פרוי?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1908 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:50 pm

פרייוויליג: דיבר הכתוב בהווה. דו האסט שוין אמאל געכאפט א שפאציר אויף ליע עוועניו אין וויליאמסבורג עיר הקודש...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 6:12 am

מאך זיכער האט געשריבן:ווען איך הייב נאר אן אריינקלערן אין וואס עס קומט פאר ווען א חסיד פארט ערגעץ איבערן ים קומט מיר דאס בלוט ארויף און קאפ און שטורעמט אן אויפהער.
זייער פאני איז געווען ווען יואלי לעבאוויטש האט חוזק געמאכט פון די אלע וועלכע קוועטשן זיך אריין אין פליגער און שנארכעצן און דאווענען און נעגל וואסער'ן אויף איין מאל, אינטערסאנט איז געווען אז די אלע האבן עס אויסגעהערט און געלאכט, אבער קיין טויש האט זיך נישט געזען...
אלס אן אפטער פליער קומט מיר זייער אסאך מאל אויס צו זען די זינלאזע און צומאל שלעכטע און גרויזאמע אויפפירונג וואס חסידישע אידן פירן זיך אויפן פליגער אין גלות בין העמים און עס טוט מיר וויי אז מיר באקומען א צורה פון אין בעסטן פאל אומוואוסנדע קאמפליצירטע מאלפעס.
דער חסיד בוקט זיך זיין טיקעט פיר און צוואנציג שעה פארן פלייט, ער באשטעלט און קענסעלט טעקסי'ס פונעם בוקן ביזן פליען, ער נעמט מיט זיין גאנצן פרידזשידער אין זיין רענצל און ס'איבריגע שלעפט ער מיט און פילצאליגע שאפינג בעג'ס, ער האט רוב מאל פראבלעמען מיט זיין פאספארט און ער בעט אז אלע ארומיגע מיט אים אין די רייע זאלן אים האלטן זיין פלאץ ווייל ער דארף אין טוילעט.
דאן ווען ער קומט צוריק ווען צווישן זיינע ציין האלט ער די ברילן און מיט די הענט פארמאכט ער זיין הויזן זיפפער, באמערק איך זיין אויליגן פליפ פאון צווישן דעם אויער מיטן אקסל, ער לויפט ארום מיט א הוט אן א רעקל און ער מאכט אויך זיכער אז ווען ער קומט צוריק אריין אין די שורה זאל ער חלילה נישט צורירן צו א פרוי, עס איז אייביג אויפפאלנד ווי ער ברענגט אונטער די גאנצע דיוויידער אויס מורא אז ער וועט בטעות אריינזעצן אין די ספאנישע באבע וואס שטייט מיט איר מאן צוויי פיס אפגערוקט.
נאכן אריינטשעקן קומען מיר אן צו סעקיוריטי, דער הייבט זיך אן פושט ולובש זיין, אז ער זעט אז עס איז דא איבריגע קאנטעינערס כאפט ער נאך פינף שטיק, ער לויפט אריבער דעם בוט כדי מען זאל אים נישט הייסן אויסטון די שלייקעס, דאן ווען מען כאפט אים לויפן ווי א טעראריסט שטעלט מען אים אפ און מען וויל אים באטאפן, אבער דא הייבט ער אן ברומען ווי כאילו ער קען נישט רעדן רואיג, אה, זיי מוזן פארשטיין אז נא נא מיינט אז א פרוי טאר אים נישט אויסטאפן...
מען קומט אן אין דיוטי פרי און דער טוט זיך אויס די גלעזער מיט אן אימה דקדושה און לויפט צווישן די פילע פיסגייער, דאן באמערקט ער מיר און ער קומט צו, איך זאג אים שנעל כ'האב שוין געדאווענט און ער טרעט אפ נישט פארן וועריפייען אז איך בין נישט משה נחום'ס איידעמס ברודער.
מען זיצט שוין אויפן פליגער, מען מאכט זיך באקוועם, איך פריי זיך אז מען גייט זיך שוין הייבן ווען דער ריזיגער פארשוין פליט אריין אנגעטון מיט זיינע רבינו תם'ס תפילין, אוי וויי, דער רשעותדיגער עירליין האט אים געוואלט זעצן נעבן א שיקסע, ער שרייט שוין ווייטער נא נא נא און די סטוארדס קומען צו לויפן מיינענדיג אז עס איז דא א באמבע סטראשונקע, ווען זיי פרואוון אים מסביר זיין אז עס איז שוין צו שפעט, פארשטייט זיך אז ער פרובירט מיר צו ווינקען אז איך זאל קומען צוהילף, האסטעך א יודישע נשמה... כככ... אבער כ'מאך זיך שלאפענדיג.
ענדליך גיבט זיך די פרוי אונטער און זי שטעלט זיך אויף, מען גיבט איר אן אנדערן פלאץ און מען הייבט זיך.
נאך גאנצע פופצן מינוט אין די לופט, דע סעקונדע ווען די באקל לייטס זענען געווארן אףף, שפרינגט דער חסיד אויף, ער יאגט ארום אינעם פליגער, ער וויל דרינגענד דאווענען מנחה מיט מנין, (איי, ער איז דער וואס דרייט זיך אין מונקאטש פירע נאכמיטאג מיט די תפילין... נו, ער טאר נישט האבן א גוטע מינוט?) ער לויפט ארום און טעראריזירט עטליכע פרייע יוגנטליכע (ציונים, פוי) ער רודערט און לאזט נישט נאך ביז איינער שרייט לך מפה און שטייטעלעך פארלאזט ער דאס ארט, ווען ער איז מיר דורכגעגאנגען האב איך זיך געמאכט שלאפן אבער ער האט נישט נאכגעלאזט, ער האט מיר ליטערלי אויפגעוועקט! כ'מיין אז תפילה בציבור איז סתם אזוי נישט דוחה גזל שינה. . ער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל און בעפאר ער גייט אוועק לאזט ער איבער ביי מיר א שטילן אבער בארבארישער נפיחה'לע וואס סראכעט אזאנס אזש עס האט אנגעהויבן שטינקען ווי נאכן קריג צווישן הויפענעס טויטע, דאן האט ער זיך צוריק אוועקגעזעצט, אוועקגעזעצט? ניין, ער הייבט אן שלעפן רענצלעך און שיסן און ווארפן זאכן ווייל ער זוכט זיין גארטל, שאפינג בעגס פליען און מענטשן רעגן זיך אבער ער איז כולו גארטל.
ענדליך ענדליך שלאף איך איין און איך האלט שוין נישט מיט זיינע ראדיקאלע שריט, אבער ווען מען גייט אראפ פון פליגער איז ער מיר געווענליך מכבד מיט א זעקל צוויי...
דאן ווען מען שטייט שוין ביי קאסטומס זעה איך אז ער שטייט נעבן אן איבערוואגיג שפיצל לעידי, הייסט ער האט מיטגעשלעפט זיין ווייב אויכעט...
ער קוקט מיר אן שטרענג איל זאל חלילה נישט קוקן אויף זיין ווייב, אבער ווען איך זעץ מיר אריין אין מיין אובער לויפט ער צו מיט איין אטעם, כ'קען זיך מיטכאפן? בלית ברירה זאג איך אים יא, איך טוה זיך אן מיינע עירפאונס און איך לייג זיך שלאפן.
ווען מען קומט אן זעה איך אז ער האט מפתה געווען דעם דרייווער אים צו נעמען ביז זיין דעסטינאציע נישט אין אכט נעמענדיג אז א סטאפ קאסט געלט, ער גייט ארויס און מאכט זיכער צו לאזן אפן דעם טיר ווילאנג ער לאדנט אפ זיינע רענצלעך, דאן קנאקט ער עס צו מיט א כעס און וואקט אוועק אן א שכח אינאיינעם מיט זיין גראבע רעבעצן.

רבותי, די מעשה איז א מעשה שהיה הוה ויהיה, עס טוט זייער וויי אז חסידישע אידן ברענגען זיך אראפ זייער אייגענע אימעזש אלס וועגן עטליכע נארישע או. סי. די. אנגעלעגנהייטן מיט איינגערעדטע פרומקייט.

קיצור הלכות טיסה:

סעיף א) א מהלך בדרך איז פטור פון דאווענען בציבור, ער האט אפילו א קורצע שמו"ע.
סעיף ב) מען מעג לויט אלע דעות זיצן נעבן א פרוי אויב איז דא א דיוויידער צווישן אייך ביידע, אויב זענט איר א קדושה ליידנדער און עס ברענגט אייך הרהורים זענט איר פול בארעכטיגט שיינערהייט צו פרובירן טוישן זיצן.
סעיף ג) א קידוש השם מיינט טאקע דאן ווען איר זענט גערעכט וד"ל.
ביטע נישט דעבאטירן איבער די הלכה חלק, דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם טראגי-קאמישן ארטיקל איז אז חסידים זאלן אויפפאסן זיך צו אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן ווייל מיר ליידן שוין גענוג פון אנטיסעמיטיזם איבערן וועלט און אויב פעלט אויס צוצולייגן ביטע זייט נישט קיין וואלונטיר.

במקום שאין איש וועל איך נעמען דעם מייק, טראצדעם וואס עס וועט געוויס נישט ברענגען קיין כבוד.


@מאך זיכער, דיין אשכול איז שאנדפול, עקלהאפטיג, אומריכטיג, און אייגנטליך - העכסט-צוגעפאסט צום אור אלטן צייטונג הידוע לשמצה, דער שטירמער.

דאס אפמאלן א חסידישער איד אויף אזא נידעריגן אופן, ווען אין פאקט זענען 95 פראצענט דערפון אויפגעבלאזן און פאסירן געוויס נישט מיטן זעלבן פארשוין, איז גארנישט אנדערש ווי געבעלס האט געטון, מיטן קליינעם אויסנאם אז דו האסט פארפאסט אויפצומערקן אז דער חסידישער איד האט געהאט א לאנגע געבויגענע נאז (דאס האסטו אויך משלים געווען מיטן אפמאלן זיין "גראבע רביצין")

ס'כאפט אן עקל ווי א מענטש וואס וויל ארויסברענגען א וואלידע פונקט - אויף וואס איך האב שטארק ארויסגעקוקט ביים אנהייבן ליינען דיין אשכול - טרעפט נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי דאס צו טון אויסער א טוץ האספולע ווערטער, סטיגמעס, סטעריאטיפן, ראסיזם, און אפילו אנטיסעמיטיזם.


אפשר מער שאקירנד פון דעם שאנדפולן אשכול, איז דער פאקט אז ניטאמאל איינער האט זיך באמיט מוחה צו זיין אויף די אומפאסיגע ווערטער, וואס וואלטן מסתמא נישט געקענט ארויפגיין אפילו אויף אזא שמוציגע זייטל ווי פאליש, אבער וואלטן געפונען א מקום כבוד אינעם שטירמער.



עס איז דא א וועג וויאזוי ארויסצוברענגען א נקודה, אפילו אזא וויכטיגע נקודה ווי דער אלגעמיינער חסידישער צוגאנג אויפן פליגער, און דאס איז נישט דער וועג!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1049 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:13 am

וועסט מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אויף אן הומאריסטישן שטייגער אראפצורייסן די פינף און ניינציג פראצענט וואס פירן זיך יא אזוי אויף.

כ'ווייס נישט וויפיל מאל דו ביסט געפלויגן, אבער איך פליה גאר אפט און עס טוט מיר סאך מער וויי ווי דיר, ראסיזם און אנטיסעמיטיזם ווייס איך נישט וואו פונקטליך דו האסט געפונען אין דעם ארטיקל, איך קען דיר אבער אויף אזויפיל זאגן אז כ'האב ליידער נישט געדארפט צופיל מגזם זיין.

אין דער שטירמער איז גראדע געשריבן געווארן ווי סוקסעספול א איד איז און נישט ווי אוממענטשליך זיי פירן זיך אויף.

פארקערט, כלל ישראל דארף בעצם זיין א סימבאל פון אחדות און פרידן, א סימבאל פון ליבשאפט, און א סימבאל פון מאראל און מענטשליכקייט, ליידער ליידער איז כלל ישראל היינטיגע טעג באוואוסט אלס פונקט דאס פארקערטע, יעדער נארמאלער גוי וואס פאדערט פון אונז דאס וואס דער אויסדערוועלטער פאלק דארף ברענגען שרייט אז מיר זענען פאראזיטן און אומגעלערנטע נאראנים, און ביים פליען איז די צייט וואס מען איבערצייגט זיי אין זייער מיינונג מיט די גרוילהאטיגע פירונגען.

הלוואי בין איך נישט גערעכט...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

הודעהדורך אברך משי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:18 pm

פַאקט: די-גראבע-רעבעצן חלק איז נאר א שטיקל דעסקריפציע ארויסצוברענגן א חלק פון דעם כותב'ס שווערע געפילן אין יענע מינוטן ווען ער האט געמוזט שעירן זיין אובער מיט עפעס א אומבא-חנ'טע פארפאלק. וואלט זי געווען הויעך און שלאנק מיט א לאנגע שייטל און געשמעקט פון פערפיום, וואלט ער איר אסאך מער גערן אריינגענומען און וואלט געהאט ווייניגער צער פון זייער געפירעכץ. וואס זאל ער טון? ער איז פארט א בשר ודם.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:00 pm

נאר פאר אזוינע נארישע תגובות וואלט געמוזט זיין דא א דיסלייק קנעפל.

נישט יעדער איז א חרמן וד"ל מיין טייערער פריינט.

דער ציבור דא מוז פארשטיין אז ווען מען שרייבט אראפ ריאליטי כמות שהוא דארף מען עס אראפלייגן מיט אלע פיטשיווקעס, אין אן ארטיקל מוזטו אריינווארפן קאמעדיע אז עס זאל כאפן.

ביטערע קאמעדיע שיינט צו כאפן דאס בעסטע.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

הודעהדורך קוקי » מאנטאג מערץ 18, 2019 6:16 pm

ארי נוהם האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:ווען איך הייב נאר אן אריינקלערן אין וואס עס קומט פאר ווען א חסיד פארט ערגעץ איבערן ים קומט מיר דאס בלוט ארויף און קאפ און שטורעמט אן אויפהער.
זייער פאני איז געווען ווען יואלי לעבאוויטש האט חוזק געמאכט פון די אלע וועלכע קוועטשן זיך אריין אין פליגער און שנארכעצן און דאווענען און נעגל וואסער'ן אויף איין מאל, אינטערסאנט איז געווען אז די אלע האבן עס אויסגעהערט און געלאכט, אבער קיין טויש האט זיך נישט געזען...
אלס אן אפטער פליער קומט מיר זייער אסאך מאל אויס צו זען די זינלאזע און צומאל שלעכטע און גרויזאמע אויפפירונג וואס חסידישע אידן פירן זיך אויפן פליגער אין גלות בין העמים און עס טוט מיר וויי אז מיר באקומען א צורה פון אין בעסטן פאל אומוואוסנדע קאמפליצירטע מאלפעס.
דער חסיד בוקט זיך זיין טיקעט פיר און צוואנציג שעה פארן פלייט, ער באשטעלט און קענסעלט טעקסי'ס פונעם בוקן ביזן פליען, ער נעמט מיט זיין גאנצן פרידזשידער אין זיין רענצל און ס'איבריגע שלעפט ער מיט און פילצאליגע שאפינג בעג'ס, ער האט רוב מאל פראבלעמען מיט זיין פאספארט און ער בעט אז אלע ארומיגע מיט אים אין די רייע זאלן אים האלטן זיין פלאץ ווייל ער דארף אין טוילעט.
דאן ווען ער קומט צוריק ווען צווישן זיינע ציין האלט ער די ברילן און מיט די הענט פארמאכט ער זיין הויזן זיפפער, באמערק איך זיין אויליגן פליפ פאון צווישן דעם אויער מיטן אקסל, ער לויפט ארום מיט א הוט אן א רעקל און ער מאכט אויך זיכער אז ווען ער קומט צוריק אריין אין די שורה זאל ער חלילה נישט צורירן צו א פרוי, עס איז אייביג אויפפאלנד ווי ער ברענגט אונטער די גאנצע דיוויידער אויס מורא אז ער וועט בטעות אריינזעצן אין די ספאנישע באבע וואס שטייט מיט איר מאן צוויי פיס אפגערוקט.
נאכן אריינטשעקן קומען מיר אן צו סעקיוריטי, דער הייבט זיך אן פושט ולובש זיין, אז ער זעט אז עס איז דא איבריגע קאנטעינערס כאפט ער נאך פינף שטיק, ער לויפט אריבער דעם בוט כדי מען זאל אים נישט הייסן אויסטון די שלייקעס, דאן ווען מען כאפט אים לויפן ווי א טעראריסט שטעלט מען אים אפ און מען וויל אים באטאפן, אבער דא הייבט ער אן ברומען ווי כאילו ער קען נישט רעדן רואיג, אה, זיי מוזן פארשטיין אז נא נא מיינט אז א פרוי טאר אים נישט אויסטאפן...
מען קומט אן אין דיוטי פרי און דער טוט זיך אויס די גלעזער מיט אן אימה דקדושה און לויפט צווישן די פילע פיסגייער, דאן באמערקט ער מיר און ער קומט צו, איך זאג אים שנעל כ'האב שוין געדאווענט און ער טרעט אפ נישט פארן וועריפייען אז איך בין נישט משה נחום'ס איידעמס ברודער.
מען זיצט שוין אויפן פליגער, מען מאכט זיך באקוועם, איך פריי זיך אז מען גייט זיך שוין הייבן ווען דער ריזיגער פארשוין פליט אריין אנגעטון מיט זיינע רבינו תם'ס תפילין, אוי וויי, דער רשעותדיגער עירליין האט אים געוואלט זעצן נעבן א שיקסע, ער שרייט שוין ווייטער נא נא נא און די סטוארדס קומען צו לויפן מיינענדיג אז עס איז דא א באמבע סטראשונקע, ווען זיי פרואוון אים מסביר זיין אז עס איז שוין צו שפעט, פארשטייט זיך אז ער פרובירט מיר צו ווינקען אז איך זאל קומען צוהילף, האסטעך א יודישע נשמה... כככ... אבער כ'מאך זיך שלאפענדיג.
ענדליך גיבט זיך די פרוי אונטער און זי שטעלט זיך אויף, מען גיבט איר אן אנדערן פלאץ און מען הייבט זיך.
נאך גאנצע פופצן מינוט אין די לופט, דע סעקונדע ווען די באקל לייטס זענען געווארן אףף, שפרינגט דער חסיד אויף, ער יאגט ארום אינעם פליגער, ער וויל דרינגענד דאווענען מנחה מיט מנין, (איי, ער איז דער וואס דרייט זיך אין מונקאטש פירע נאכמיטאג מיט די תפילין... נו, ער טאר נישט האבן א גוטע מינוט?) ער לויפט ארום און טעראריזירט עטליכע פרייע יוגנטליכע (ציונים, פוי) ער רודערט און לאזט נישט נאך ביז איינער שרייט לך מפה און שטייטעלעך פארלאזט ער דאס ארט, ווען ער איז מיר דורכגעגאנגען האב איך זיך געמאכט שלאפן אבער ער האט נישט נאכגעלאזט, ער האט מיר ליטערלי אויפגעוועקט! כ'מיין אז תפילה בציבור איז סתם אזוי נישט דוחה גזל שינה. . ער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל און בעפאר ער גייט אוועק לאזט ער איבער ביי מיר א שטילן אבער בארבארישער נפיחה'לע וואס סראכעט אזאנס אזש עס האט אנגעהויבן שטינקען ווי נאכן קריג צווישן הויפענעס טויטע, דאן האט ער זיך צוריק אוועקגעזעצט, אוועקגעזעצט? ניין, ער הייבט אן שלעפן רענצלעך און שיסן און ווארפן זאכן ווייל ער זוכט זיין גארטל, שאפינג בעגס פליען און מענטשן רעגן זיך אבער ער איז כולו גארטל.
ענדליך ענדליך שלאף איך איין און איך האלט שוין נישט מיט זיינע ראדיקאלע שריט, אבער ווען מען גייט אראפ פון פליגער איז ער מיר געווענליך מכבד מיט א זעקל צוויי...
דאן ווען מען שטייט שוין ביי קאסטומס זעה איך אז ער שטייט נעבן אן איבערוואגיג שפיצל לעידי, הייסט ער האט מיטגעשלעפט זיין ווייב אויכעט...
ער קוקט מיר אן שטרענג איל זאל חלילה נישט קוקן אויף זיין ווייב, אבער ווען איך זעץ מיר אריין אין מיין אובער לויפט ער צו מיט איין אטעם, כ'קען זיך מיטכאפן? בלית ברירה זאג איך אים יא, איך טוה זיך אן מיינע עירפאונס און איך לייג זיך שלאפן.
ווען מען קומט אן זעה איך אז ער האט מפתה געווען דעם דרייווער אים צו נעמען ביז זיין דעסטינאציע נישט אין אכט נעמענדיג אז א סטאפ קאסט געלט, ער גייט ארויס און מאכט זיכער צו לאזן אפן דעם טיר ווילאנג ער לאדנט אפ זיינע רענצלעך, דאן קנאקט ער עס צו מיט א כעס און וואקט אוועק אן א שכח אינאיינעם מיט זיין גראבע רעבעצן.

רבותי, די מעשה איז א מעשה שהיה הוה ויהיה, עס טוט זייער וויי אז חסידישע אידן ברענגען זיך אראפ זייער אייגענע אימעזש אלס וועגן עטליכע נארישע או. סי. די. אנגעלעגנהייטן מיט איינגערעדטע פרומקייט.

קיצור הלכות טיסה:

סעיף א) א מהלך בדרך איז פטור פון דאווענען בציבור, ער האט אפילו א קורצע שמו"ע.
סעיף ב) מען מעג לויט אלע דעות זיצן נעבן א פרוי אויב איז דא א דיוויידער צווישן אייך ביידע, אויב זענט איר א קדושה ליידנדער און עס ברענגט אייך הרהורים זענט איר פול בארעכטיגט שיינערהייט צו פרובירן טוישן זיצן.
סעיף ג) א קידוש השם מיינט טאקע דאן ווען איר זענט גערעכט וד"ל.
ביטע נישט דעבאטירן איבער די הלכה חלק, דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם טראגי-קאמישן ארטיקל איז אז חסידים זאלן אויפפאסן זיך צו אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן ווייל מיר ליידן שוין גענוג פון אנטיסעמיטיזם איבערן וועלט און אויב פעלט אויס צוצולייגן ביטע זייט נישט קיין וואלונטיר.

במקום שאין איש וועל איך נעמען דעם מייק, טראצדעם וואס עס וועט געוויס נישט ברענגען קיין כבוד.


@מאך זיכער, דיין אשכול איז שאנדפול, עקלהאפטיג, אומריכטיג, און אייגנטליך - העכסט-צוגעפאסט צום אור אלטן צייטונג הידוע לשמצה, דער שטירמער.

דאס אפמאלן א חסידישער איד אויף אזא נידעריגן אופן, ווען אין פאקט זענען 95 פראצענט דערפון אויפגעבלאזן און פאסירן געוויס נישט מיטן זעלבן פארשוין, איז גארנישט אנדערש ווי געבעלס האט געטון, מיטן קליינעם אויסנאם אז דו האסט פארפאסט אויפצומערקן אז דער חסידישער איד האט געהאט א לאנגע געבויגענע נאז (דאס האסטו אויך משלים געווען מיטן אפמאלן זיין "גראבע רביצין")

ס'כאפט אן עקל ווי א מענטש וואס וויל ארויסברענגען א וואלידע פונקט - אויף וואס איך האב שטארק ארויסגעקוקט ביים אנהייבן ליינען דיין אשכול - טרעפט נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי דאס צו טון אויסער א טוץ האספולע ווערטער, סטיגמעס, סטעריאטיפן, ראסיזם, און אפילו אנטיסעמיטיזם.


אפשר מער שאקירנד פון דעם שאנדפולן אשכול, איז דער פאקט אז ניטאמאל איינער האט זיך באמיט מוחה צו זיין אויף די אומפאסיגע ווערטער, וואס וואלטן מסתמא נישט געקענט ארויפגיין אפילו אויף אזא שמוציגע זייטל ווי פאליש, אבער וואלטן געפונען א מקום כבוד אינעם שטירמער.



עס איז דא א וועג וויאזוי ארויסצוברענגען א נקודה, אפילו אזא וויכטיגע נקודה ווי דער אלגעמיינער חסידישער צוגאנג אויפן פליגער, און דאס איז נישט דער וועג!

וויפיל שנאת ישראל ליגט אין יעדעס ווארט דא!
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 23, 2019 6:16 pm

.my friend tells me he was on a plane when there was a chasidishe yingerman who went to the toilet and hung his talis kuten on the door and was there for half hour. people knocked on the door.
after half hour he comes out . the goy next to him asked : is that guy a rabbi? my friend answered: I am sorry I am not jewish....
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג אפריל 23, 2019 9:47 pm

יארן צוריק בין איך געפארן אוי'פ'ן פליגער אינאיינעם מיט א פארצייטישער בנש"ק, און ביים אריינטשעקן האט זיך געמאכט פראבלעמען מיט זיין באגאזש וויבאלד עס איז געווען שטארק איבערוואגיג, האט ער אנגעהויבן אויסצופאקען פון זיין שווערן פעקל, און וואס טאקע איז געווען דארט וואס האט געוואויגען ? נישט מער און נישט ווייניגער ווי פעקלעך רויע פלייש, איז מה עשה הבנש"ק הזה: ער האט גענומען די אלע רויע פלייש איז האט עס אריינגעלייגט אין זיינע טאשען, איין פעקל פלייש אין די רעכטע הויזן טאש די צווייטע אין די צווייטע הויזן טאש, נאך איינס אינעם בוזעם טאש, און ווי אויך אינעם שיפען רעבישען טאש, זאגענדיג מיר דערביי אז ביזן אנקומען וועט עס שוין ווערן אפגעקאכט כמאכל בן דרוסאי...
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך אפריל 24, 2019 4:59 am

מן הסתם האט ער עס פאר אפאר דאללער ביליגער, מוז ער שוין שלעפן
און נאך מער, אזוי ווי דער מנהג ביי אינז אידן מן הסתם שלעפט ער דאס פאר א חבר
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט