היסטאריע האט געשריבן:נישט ממש.
הגם רעליגיע זאגט אז זיי האלטען אהן אלטע, טוישט זיך עס פונקט ווי מדע.
אונז גלייבען נישט היינט אין דער זעלביקער ווי אפילו הונדרעט יאר צוריק.
אפילו דער מושג פין גאט האט זיך געטוישט צענליגער מאל ביי אונז אידן.
איה״נ. טשעינדזש איז אינעוויטעבּל אפילו בתוך די דאקטרינעס וואס זענען בפירוש מנוגד צו אט דעם פענאמענאן.
וואס ער מיינט איז אז לפי די ״הארטע״ טעזע איז אז די אידעאל פון רעליגיע ביסודה מורא׳דיג רעזיזטענט צו טויש, הגם עס ווערט כסדר געשלעפט צו טויש אין אירע פארמולאציעס בע״כ - דאס זעה׳מיר טאקע פון וואס דו שרייבסט ״הגם רעליגיע זאגט אז זיי האלטען אהן אלטע״. משא״כ די אינסטיטוט און אידעאל פון סייענס גופא אלס אן ענדעוואָר איז דייקא וועלקאָמינג צו דעם בקום ועשה.
ברוינשטיין האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:אפילו דער מושג פין גאט האט זיך געטוישט צענליגער מאל ביי אונז אידן.
למשל?
מיינענדיג, גענומען פון א גאר פּאַוּערפול בּיִאיִנג בפועל תחת זמן ומקום, צו לגמרי טרענסענדענט ומופשט מחומר וצורה וואס מ׳קען ניטאמאל באגרייפן. רילעיטעדלי האט זיך דאס געטוישט פון
פּאַליִטעאיזם [מערערע געטער פון וואס הקב״ה איז איינע] צו
הענאָטעאיזם [וואו מ׳דינט איין ג-ט פון צווישן אנדערע געטער וואס מ׳האלט עקזיסטירען אויך, ווייל ער איז ״שטערקער״ וכו׳; מ׳האלט אנדערע האבן א רעכט צו דינען אנדערע] צו
מאנאלאטרי [וואו הגם מ׳האלט אנדערע געטער עקזיסטירן ממש טאר מען נאר דינען איין ג-ט] צו
מאנאטעאיזם [וואו עס עקזיסטירט בכלל נאר איין ג-ט] צו
פּאַנענטעאיזם (וואס איז אליינס א מאדיפיקעישאן פון פּאַנטעאיזם וואו ג-ט איז נאטור) [וואו ג-ט/אלקות איז בתוך יעדעס אספּעקט פון נאטור און איז אויך למעלה הימנו].
גאר גאר גאר אָווערסימפּליפייד כמובן.